אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)
די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער
Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)
ווי אזוי שרייבט מען 'אפציעלע'
יישר כח גרשון און קנאפער
יישר כח גרשון און קנאפער
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2168
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 23, 2021 12:47 pm
Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)
ארויסצוווייזען שרייבט מען דריי ו'ס?
- קנאפער ידען
- שר החסד
- תגובות: 31274
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
- לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל
גברא רבא האט געשריבן:ארויסצוווייזען שרייבט מען דריי ו'ס?
אין אזא פאל לייגט מען אן אל"ף אינדערמיט. ארויסצואווייזן.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]

Re:
קנאפער ידען האט געשריבן:גברא רבא האט געשריבן:ארויסצוווייזען שרייבט מען דריי ו'ס?
אין אזא פאל לייגט מען אן אל"ף אינדערמיט. ארויסצואווייזן.
אדער שרייבט מען צו ארויסווייזן
פוצה פה ומצפצף
- הלבלר בקולמסו
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9999
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am
Re: Re:
גרשון האט געשריבן:קנאפער ידען האט געשריבן:גברא רבא האט געשריבן:פאסט זיך אויף אידיש צו שרייבן קאר אדער ענדערש קווייער?
אויף אידיש שרייבט מען געווענליך קאפעליע.
אדער כאָר (נישט קאָר).
אמאל האב איך געזען כאאר
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.
- אלעקסיי דער דריטער
- ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
- תגובות: 6480
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
- לאקאציע: נישט בשכנותנו
Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)
אויפ-צו-ווייזן
אויפצוווייזן אדער אויפצואווייזן?
אדער גאר אנאנדערע ספעלינג?
אויפצוווייזן אדער אויפצואווייזן?
אדער גאר אנאנדערע ספעלינג?
הנם ימים מבורכים
אָה... ס'קומען שוין די געבענטשטע טעג!
אָה... ס'קומען שוין די געבענטשטע טעג!
Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:אויפצואווייזן.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)
איז דאס א כלל אין אידיש אז ביי דריי ווי"ן לייגט מען צו א אל"ף?
פוצה פה ומצפצף
- יצחק אייזיק
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9998
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm
Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)
Mezofzef האט געשריבן:איז דאס א כלל אין אידיש אז ביי דריי ווי"ן לייגט מען צו א אל"ף?
יא
אמאל קען מען זיך ארויסדרייען דורך לייגן א ע' אנשטאט די ערשטע ו'. צום ביישפיל, צעוואקסן אנשטאט צואוואקסן. צעווילדעוועט אנשטאט צואווילדעוועט.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)
יצחק אייזיק האט געשריבן:Mezofzef האט געשריבן:איז דאס א כלל אין אידיש אז ביי דריי ווי"ן לייגט מען צו א אל"ף?
יא
אמאל קען מען זיך ארויסדרייען דורך לייגן א ע' אנשטאט די ערשטע ו'. צום ביישפיל, צעוואקסן אנשטאט צואוואקסן. צעווילדעוועט אנשטאט צואווילדעוועט.
נישט מדוייק. מ'דרייט זיך נישט ארויס, נאר ס'קומט דארט אן ע', אפילו ווען ס'דארף נישט זיין דרייי ו'. דאס איז אינגאנצן אן אנדערער פרעפיקס, נאר מאנכע מישן עס אויס.
אן אנדערע, ענליכע, פראבלעם איז דא ווען ס'דארפן זיין צוויי י', דהיינו ביי א י' וואס דער וואקאל איז א חיריק. דעמאלט שרייבט מען אי, צב"ש איד, אידיש, אינגל, אינגער (קאמפאראטיוו), אא"וו.
לעצט פארראכטן דורך גרשון אום מיטוואך אוגוסט 25, 2021 10:44 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
- יצחק אייזיק
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9998
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm
Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)
גרשון האט געשריבן:ס'קומט דארט אן ע', אפילו ווען ס'דארף נישט זיין דרייי ו'. דאס איז אינגאנצן אן אנדערער פרעפיקס, נאר מאנכע מישן עס אויס.
קום אריין קלארער ביטע.
דאכט זיך אז ראטה זאגט אנדערש אינעם ווערטער ביכל ביים סוף.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)
יצחק אייזיק האט געשריבן:גרשון האט געשריבן:ס'קומט דארט אן ע', אפילו ווען ס'דארף נישט זיין דרייי ו'. דאס איז אינגאנצן אן אנדערער פרעפיקס, נאר מאנכע מישן עס אויס.
קום אריין קלארער ביטע.
דאכט זיך אז ראטה זאגט אנדערש אינעם ווערטער ביכל ביים סוף.
דער חילוק איז הונדערט פראצענט אמת; איינער וואס זאגט אנדערש אינו אלא טועה.
דער צע- פרעפיקס קומט פון דייטש, וואו ס'איז צער- (zer). דער באדייט דערפון איז געווענליך דאס פארקערטע פון צוזאמשטעלן -- צעווארפן, צענעמען, צעגיין, צעברעכן -- הגם ס'איז שווער צו געבן א גענויע ערקלערונג. צו- איז ווען מ'ברענגט צוזאם צוויי זאכן -- צוזאגן, צומאכן, צוברענגען, אא"וו.
ס'זענען אפילו דא ווערטער וואס מ'קען זאגן מיט ביידע פרעפיקסן און זייער באדייט איז גענצליך אנדערש. צוגיין צום עמוד, צעגיין ווי א ליכט. צולאזן דאס פארברעכן, צעלאזן דאס אייז. צואווארפן א ביינדל, צעווארפן דאס הויז.
א סימן על פי רוב וועלכע ס'קומט איז אז צו- איז א ווארט פאר זיך. מ'קען זאגן צוגיין אדער צו גיין, צולאזן אדער צו לאזן, צואווארפן אדער צו ווארפן. דאקעגן דער צע- פרעפיקס קען נישט שטיין פאר זיך אויף קיין שום פאל.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)
צע/צו ווילדעוועט האט איר נישט מסביר געווען
פוצה פה ומצפצף
Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)
Mezofzef האט געשריבן:צע/צו ווילדעוועט האט איר נישט מסביר געווען
מעגליך, אבער ס'קומט מיט אן ע'. איך בין באוואוסטזיניג אז איך האב נישט גענוג קלאר מסביר געווען דעם באדייט פונעם צע- פרעפיקס. אדרבה, ווער ס'קען, ווערט געבעטן צו מסביר זיין.
דא קענסטו אבער ניצן דעם סימן, אז מ'קען נישט צעטיילן צו ווילדעווען.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)
איך מיין אז יא.
"די קינדער האבן נישט אויפגעהערט צו ווילדעווען היינט"
"די קינדער האבן נישט אויפגעהערט צו ווילדעווען היינט"
פוצה פה ומצפצף
Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)
Mezofzef האט געשריבן:איך מיין אז יא.
"די קינדער האבן נישט אויפגעהערט צו ווילדעווען היינט"
דאס איז נישט דאס זעלבע ווארט ווי צעווילדעוועט. צעווילדעוועט קומט זאגן אז דער גאנצער מענטש האט געווילדעוועט; ארויס פון די גלייזן.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
- אלעקסיי דער דריטער
- ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
- תגובות: 6480
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
- לאקאציע: נישט בשכנותנו
Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)
גרשון האט געשריבן:אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:אויפצואווייזן.
טענקיו!
הנם ימים מבורכים
אָה... ס'קומען שוין די געבענטשטע טעג!
אָה... ס'קומען שוין די געבענטשטע טעג!
- אלעקסיי דער דריטער
- ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
- תגובות: 6480
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
- לאקאציע: נישט בשכנותנו
Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)
נאך א ווארט וואס עגבערט(?) מיר א שטיק צייט:
שטארקקייט אדער שטארקייט
שטארקקייט אדער שטארקייט
הנם ימים מבורכים
אָה... ס'קומען שוין די געבענטשטע טעג!
אָה... ס'קומען שוין די געבענטשטע טעג!
- יצחק אייזיק
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9998
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm
Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)
גרשון האט געשריבן:יצחק אייזיק האט געשריבן:גרשון האט געשריבן:ס'קומט דארט אן ע', אפילו ווען ס'דארף נישט זיין דרייי ו'. דאס איז אינגאנצן אן אנדערער פרעפיקס, נאר מאנכע מישן עס אויס.
קום אריין קלארער ביטע.
דאכט זיך אז ראטה זאגט אנדערש אינעם ווערטער ביכל ביים סוף.
דער חילוק איז הונדערט פראצענט אמת; איינער וואס זאגט אנדערש אינו אלא טועה.
דער צע- פרעפיקס קומט פון דייטש, וואו ס'איז צער- (zer). דער באדייט דערפון איז געווענליך דאס פארקערטע פון צוזאמשטעלן -- צעווארפן, צענעמען, צעגיין, צעברעכן -- הגם ס'איז שווער צו געבן א גענויע ערקלערונג. צו- איז ווען מ'ברענגט צוזאם צוויי זאכן -- צוזאגן, צומאכן, צוברענגען, אא"וו.
ס'זענען אפילו דא ווערטער וואס מ'קען זאגן מיט ביידע פרעפיקסן און זייער באדייט איז גענצליך אנדערש. צוגיין צום עמוד, צעגיין ווי א ליכט. צולאזן דאס פארברעכן, צעלאזן דאס אייז. צואווארפן א ביינדל, צעווארפן דאס הויז.
א סימן על פי רוב וועלכע ס'קומט איז אז צו- איז א ווארט פאר זיך. מ'קען זאגן צוגיין אדער צו גיין, צולאזן אדער צו לאזן, צואווארפן אדער צו ווארפן. דאקעגן דער צע- פרעפיקס קען נישט שטיין פאר זיך אויף קיין שום פאל.
אינעם ביכל שטייט ענליך צו דעם חילוק, אלס יש אומרים. צע שרייבט מען ביי א חורבן, צעטיילט, צעווארפן, צע'מזיק'ט. משא"כ ווען מ'רעדט פון א געוואונטשענע זאך שרייבט מען צו. עפעס אזוי ליגט מיר אין קאפ.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
- יצחק אייזיק
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9998
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm
Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)
Mezofzef האט געשריבן:אונז אדער אונדז?
אונז
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:נאך א ווארט וואס עגבערט(?) מיר א שטיק צייט:
שטארקקייט אדער שטארקייט
שטארקייט
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:נאך א ווארט וואס עגבערט(?) מיר א שטיק צייט:
שטארקקייט אדער שטארקייט
שטארקייט, ווי @יצחק אייזיק האט געשריבן.
ביי א פרעפיקס לייגט מען געווענליך דאפלטע אותיות, צב"ש איבערראשן, פאררעכטן, אוממעגליך, דאקעגן ביי א סופיקס מאכט מען עס פאר איינס.