אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)
די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער
- למדן וצדיק
- שר האלף
- תגובות: 1189
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm
Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)
מן הסתם, דאס גאליציאנער אידיש מיט'ן אונגארישן אידיש איז איין זאך.
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)
למדן וצדיק האט געשריבן:גרשון האט געשריבן:ביי אונז איז אנגענומען ווילן (אויך אינעם ווערבאלן פארעם. אלס זאכווארט קומט זיכער ווילן).
ביי די יידישסטן אויך, ס'נישטא קיין חילוק צווישן אונז און זיי. דער אינפיניטיוו פארעם איז וועלן, און פאר לשון רבים איז ווילן. דאס איז א יוצא מן הכלל. ביי רובא דרובא ווערבן וועט מען נוצן דעם אינפיניטיוו פארעם ביי לשון רבים. דער נפק"מ דא וועט זיין ווען מ'וועט עס נוצן מיט נאך א ווערב, למשל, דארפן וועלן. כ'מיין אז קיינער ביי אונז זאגט נישט, "א איד דארף ווילן." מיר זאגן אויך, "א איד דארף וועלן," און ביי לשון רבים, "מיר ווילן."
מיר דאכט זיך אז מ'וועט יא ניצן ווילן אלס דעם אינפיניטיוו פארעם. וויינרייך ברענגט ביידע אויסלייגן, נאר ער באפארצוגט מיט'ן ע'. דער פאקט אז זיי אליין טוישן בלשון רבים גיבט אויך לעגיטימאציע צו לייגן דעם י' אלעמאל, נאכדערצו אז דאס זאכווארט איז אויך אזוי.
https://www.hebrewbooks.org/pdfpager.as ... 84&hilite=
- אטעטשמענטס
-
- Annotation 2021-08-17 194053.png (39.85 KiB) געזען 515 מאל
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)
אן אלטע מחלוקת, מיר ווילן בענטשען אדער מיר וועלן בענטשען
- למדן וצדיק
- שר האלף
- תגובות: 1189
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm
Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)
גרשון האט געשריבן:מיר דאכט זיך אז מ'וועט יא ניצן ווילן אלס דעם אינפיניטיוו פארעם. וויינרייך ברענגט ביידע אויסלייגן, נאר ער באפארצוגט מיט'ן ע'. דער פאקט אז זיי אליין טוישן בלשון רבים גיבט אויך לעגיטימאציע צו לייגן דעם י' אלעמאל, נאכדערצו אז דאס זאכווארט איז אויך אזוי.
https://www.hebrewbooks.org/pdfpager.as ... 84&hilite=
אהא, כ'הער... ווייס איך נישט...
דארף ווילן אויף אייוועלט
https://www.google.com/search?q=site%3A ... e&ie=UTF-8
דארף וועלן אויף אייוועלט
https://www.google.com/search?q=site%3A ... CA4&uact=5
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
- למדן וצדיק
- שר האלף
- תגובות: 1189
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm
Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)
גלאזער האט געשריבן:אן אלטע מחלוקת, מיר ווילן בענטשען אדער מיר וועלן בענטשען
גוט... דארט איז די מחלוקה צי דער טיישט איז "אנחנו רוצים לברך" אדער "אנחנו נברך"
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)
למדן וצדיק האט געשריבן:דארף ווילן אויף אייוועלט
https://www.google.com/search?q=site%3A ... e&ie=UTF-8
דארף וועלן אויף אייוועלט
https://www.google.com/search?q=site%3A ... CA4&uact=5
א סך מיט'ן ע' זענען מלשון בחירה.
צו ווילן -- 160 רעזולטאטן.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)
למדן וצדיק האט געשריבן:גלאזער האט געשריבן:אן אלטע מחלוקת, מיר ווילן בענטשען אדער מיר וועלן בענטשען
גוט... דארט איז די מחלוקה צי דער טיישט איז "אנחנו רוצים לברך" אדער "אנחנו נברך"
מיינסט צו זאגן דער טייטש, הב לן 'ונברך'
ר' לוי יצחק זאגט ביי אונז האט מען געזאגט מיר ווילן, די רצון, די וועלט זאגט וועלן, עפעס אזוי.
- למדן וצדיק
- שר האלף
- תגובות: 1189
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm
Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)
אה, ריכטיג, דאס איז טאקע בעסער. כזע.
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
- למדן וצדיק
- שר האלף
- תגובות: 1189
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm
Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)
גלאזער האט געשריבן:למדן וצדיק האט געשריבן:גלאזער האט געשריבן:אן אלטע מחלוקת, מיר ווילן בענטשען אדער מיר וועלן בענטשען
גוט... דארט איז די מחלוקה צי דער טיישט איז "אנחנו רוצים לברך" אדער "אנחנו נברך"
מיינסט צו זאגן דער טייטש, הב לן 'ונברך'
ר' לוי יצחק זאגט ביי אונז האט מען געזאגט מיר ווילן, די רצון, די וועלט זאגט וועלן, עפעס אזוי.
גוט...

ס'קומט פון ר' נתן מברסלב.
https://forum.otzar.org/viewtopic.php?p ... 2e#p433277
אגב, נישט יעדער ווייסט ווער ס'איז ר' לוי יצחק... דאס איז ר' לוי יצחק בענדער.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)
גרשון האט געשריבן:גלאזער האט געשריבן:למדן וצדיק האט געשריבן:גלאזער האט געשריבן:אן אלטע מחלוקת, מיר ווילן בענטשען אדער מיר וועלן בענטשען
גוט... דארט איז די מחלוקה צי דער טיישט איז "אנחנו רוצים לברך" אדער "אנחנו נברך"
מיינסט צו זאגן דער טייטש, הב לן 'ונברך'
ר' לוי יצחק זאגט ביי אונז האט מען געזאגט מיר ווילן, די רצון, די וועלט זאגט וועלן, עפעס אזוי.
ס'קומט פון ר' נתן מברסלב.
https://forum.otzar.org/viewtopic.php?p ... 2e#p433277
אגב, נישט יעדער ווייסט ווער ס'איז ר' לוי יצחק... דאס איז ר' לוי יצחק בענדער.
אקעי דאס איז געווען פריוואט פאר למדן וצדיק זז"ג, יישר כח פאר דערמאנען יענע שטיקל. ר' לוי יצחק אין איינע פון די לעצטערע טעם זקנים'ס ווארפט עס אריין אן דערמאנען מהרנ"ת אבער כמובן געבויעט אויף דעם, פון מהרנ"ת קוקט אויס אז ביי זייער מדינה האט מען אזוי געזאגט, ר' לוי יצחק רעדט שוין זעט אויס שפעטער איז עס נישט געבליבן איבעראל ביי יוצאי מדינתו.
-
- שר מאה
- תגובות: 117
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 25, 2020 4:32 pm
Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)
למדן וצדיק האט געשריבן:פאליטישע עקספערט האט געשריבן:וועלן אונז גיין? אדער וועל מיר אונז גיין?
אונז וועלמיר, האמיר, זאגמיר, זעמיר, איז אן אייגנארטיגער אונגארישער אידישער אויסדרוק. אינעם אלגעמיינעם סטאנדארדיזירטן אידיש איז עס נישטא. דארט שרייבט מען אלעמאל, מיר וועלן, זאגן, האבן, זען, אא"וו.
וואס איז מיט "לאמיר"? (רבש"ע לאמיר מאכן א בייט...)
- למדן וצדיק
- שר האלף
- תגובות: 1189
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm
Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)
.
- אטעטשמענטס
-
- טעם זקנים.png (146.24 KiB) געזען 876 מאל
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)
ווי אזוי שרייבט מען 'פינאציעלע' שאדן?
- קנאפער ידען
- שר החסד
- תגובות: 31274
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
- לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל
גברא רבא האט געשריבן:ווי אזוי שרייבט מען 'פינאציעלע' שאדן?
פינאנציעלע
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)
וויאזוי שרייבט מען
ביזטו אדער ביסטו?
ביזטו אדער ביסטו?
- קנאפער ידען
- שר החסד
- תגובות: 31274
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
- לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל
גברא רבא האט געשריבן:וויאזוי שרייבט מען
ביזטו אדער ביסטו?
ביסטו.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
Re:
קנאפער ידען האט געשריבן:גברא רבא האט געשריבן:וויאזוי שרייבט מען
ביזטו אדער ביסטו?
ביסטו.
יישר כח
א קנאפע קנאפער ידען ביסטו...
אין מיעוט אחר מיעוט אלא לרבות...
Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)
ביכעל אדער בוכעל?
- קנאפער ידען
- שר החסד
- תגובות: 31274
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
- לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל
גברא רבא האט געשריבן:ביכעל אדער בוכעל?
ביכל (אָן אַן עי"ן.)
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)
פאסט זיך אויף אידיש צו שרייבן קאר אדער ענדערש קווייער?
- קנאפער ידען
- שר החסד
- תגובות: 31274
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
- לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל
גברא רבא האט געשריבן:פאסט זיך אויף אידיש צו שרייבן קאר אדער ענדערש קווייער?
אויף אידיש שרייבט מען געווענליך קאפעליע.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
Re:
קנאפער ידען האט געשריבן:גברא רבא האט געשריבן:וויאזוי שרייבט מען
ביזטו אדער ביסטו?
ביסטו.
דו ביזט א צדיק אדער דו ביסט א צדיק?
אדער אן אנדערע אויסלייג?
Re:
קנאפער ידען האט געשריבן:גברא רבא האט געשריבן:פאסט זיך אויף אידיש צו שרייבן קאר אדער ענדערש קווייער?
אויף אידיש שרייבט מען געווענליך קאפעליע.
אדער כאָר (נישט קאָר).
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
Re: Re:
גברא רבא האט געשריבן:דו ביזט א צדיק אדער דו ביסט א צדיק?
אדער אן אנדערע אויסלייג?
טייל שרייבן מיט א ז', אבער א ס' איז לכאורה מער אויסגעהאלטן, און אזוי שרייבן, דאכט זיך, רוב מענטשן.