אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

טאהש'ער אייניקעל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 287
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 31, 2021 5:02 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאהש'ער אייניקעל »

בעל הנס האט געשריבן:
טאהש'ער אייניקעל האט געשריבן:
בעל הנס האט געשריבן:כסלו אדער כסליו ?

כסליו

געבויעט אויף וואס?
למשל די וואך זע איך אין דער איד שטייט כסלו, און אין דער בלאט שטייט כסליו.

מ'מוז זיך קריגן ניין ?
אוועטאר
Mezofzef
שר שלשת אלפים
תגובות: 3100
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2020 11:16 am

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Mezofzef »

גרשון האט געשריבן:
בעל הנס האט געשריבן:כסלו אדער כסליו ?

דער ל' האט א צירי, ממילא קען מען עס שרייבן מלא י' אדער חסר י'.

רוב מענטשן שרייבן כסלו.

אין נ"ך איז עס חסר כסלו
פוצה פה ומצפצף
ODOM
שר מאה
תגובות: 171
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 15, 2017 9:41 am

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ODOM »

אין נחלת שבעה סי' ד' שטייט:
כסלו חסר יו"ד. כן כתב בתחלת ספר נחמיה ובזכריה, ועיין בבית יוסף באה"ע. ומיהו בשאר שטרות אין לחוש אם כתב מלא יו"ד.
אתם קרויים אדם ואין אומות העולם קרויים אדם
אסאך יודיש געלט
שר האלף
תגובות: 1392
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 28, 2021 10:33 am
לאקאציע: אין כולל - [email protected]

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסאך יודיש געלט »

ווי רעדט מען ארום וועגן ווי אזוי ארויס צו שרייבן ווערטער אין אדער און די אדער דו וכו'. דא? אדער עס איז דא אן עקסטערע אשכול פאר דעם?
שכוח
זייטיגע נאטיץ
איך האב שוין נישט קיין צייט צו זיין אזוי אפט אויף אייוועלט. אפשר וועל איך עס נאך אמאל באקומען.
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30709
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

אסאך יודיש געלט האט געשריבן:ווי רעדט מען ארום וועגן ווי אזוי ארויס צו שרייבן ווערטער אין אדער און די אדער דו וכו'. דא? אדער עס איז דא אן עקסטערע אשכול פאר דעם?
שכוח

אין דעם אשכול.

קוק דער צווייטער תגובה אינעם אשכול פאר א קורצע ענטפער.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
מים חיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4973
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מים חיים »

איך מיין אז מען קען עס גרינגער מאכן, כזה:

דו = YOU, אלעס אנדערש די
וואו = WHERE, אלעס אנדערש ווי
און = AND, אלעס אנדערש אין

הסבר, די פארקערטע ווארט האט נישט אזא פונקטליכע ענגלישע טייטש צו דעם אידישע ווארט
שטימט וואס איך זאג?
(איך בין בכלל נישט קיין שפראך עקספערט, נאר מיר האט דאס פארגרינגערט)
טאהש'ער אייניקעל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 287
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 31, 2021 5:02 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאהש'ער אייניקעל »

ווי אזוי שרייבט מען אנצינדן אדער אנצונדן
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30709
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

טאהש'ער אייניקעל האט געשריבן:ווי אזוי שרייבט מען אנצינדן אדער אנצונדן

אנצינדן.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
טאהש'ער אייניקעל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 287
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 31, 2021 5:02 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאהש'ער אייניקעל »

קנאפער ידען האט געשריבן:

יש"כ
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

תגובה דורך גרשון »

צינדן/געצונדן.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?

Re: Re:

ווען אזוי אין ווען אזוי ?
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

בלשון עבר ווערט פונעם י' א ו'.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9997
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

מים חיים האט געשריבן:איך מיין אז מען קען עס גרינגער מאכן, כזה:

דו = YOU, אלעס אנדערש די
וואו = WHERE, אלעס אנדערש ווי
און = AND, אלעס אנדערש אין

הסבר, די פארקערטע ווארט האט נישט אזא פונקטליכע ענגלישע טייטש צו דעם אידישע ווארט
שטימט וואס איך זאג?
(איך בין בכלל נישט קיין שפראך עקספערט, נאר מיר האט דאס פארגרינגערט)

די - THE
ווי = AS (דא איז עס נישט פונקטליך אלעמאל).
אין = IN
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

אסאך יודיש געלט
שר האלף
תגובות: 1392
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 28, 2021 10:33 am
לאקאציע: אין כולל - [email protected]

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסאך יודיש געלט »

קנאפער ידען האט געשריבן:
אסאך יודיש געלט האט געשריבן:ווי רעדט מען ארום וועגן ווי אזוי ארויס צו שרייבן ווערטער אין אדער און די אדער דו וכו'. דא? אדער עס איז דא אן עקסטערע אשכול פאר דעם?
שכוח

אין דעם אשכול.

קוק דער צווייטער תגובה אינעם אשכול פאר א קורצע ענטפער.

;l;p-
זייטיגע נאטיץ
איך האב שוין נישט קיין צייט צו זיין אזוי אפט אויף אייוועלט. אפשר וועל איך עס נאך אמאל באקומען.
אסאך יודיש געלט
שר האלף
תגובות: 1392
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 28, 2021 10:33 am
לאקאציע: אין כולל - [email protected]

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסאך יודיש געלט »

ווען שרייבט מען
די (די און דו ווייס איך שוין) - דער
האט - איז
זענען - האבן
שכוח
זייטיגע נאטיץ
איך האב שוין נישט קיין צייט צו זיין אזוי אפט אויף אייוועלט. אפשר וועל איך עס נאך אמאל באקומען.
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30709
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

אסאך יודיש געלט האט געשריבן:ווען שרייבט מען
די (די און דו ווייס איך שוין) - דער
האט - איז
זענען - האבן
שכוח

קוק אפשר אביסל דא אויך דער, די, דעם, דאס
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
מים חיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4973
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מים חיים »

קנאפער ידען האט געשריבן:קוק אפשר אביסל דא אויך דער, די, דעם, דאס

דער פותח האשכול האט אנגעפאנגען האלב טויט, און גענדיגט ביטער...
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

אסאך יודיש געלט האט געשריבן:ווען שרייבט מען
די (די און דו ווייס איך שוין) - דער
האט - איז
זענען - האבן
שכוח

די, דאס, דער, דעם.

איז/זענען שרייבט מען ביי אדיעקטיוון (הויך, נידריג, גרויס, לאנג, קלוג), אדער א פעולה וואס דער גאנצער מענטש האט געטון (געגאנגען, געלאפן, געקומען, געשלאפן).
האט/האבן שרייבט מען ביי א פעולה וואס נישט דער גאנצער מענטש האט געטון (געגעסן, געזען, געטון, געלאכט, געוויינט).

ביי רוב ווערבן וועט א אידיש ליינער וויסן צי ס'קומט האט אדער איז. בלויז ביי געציילטע קען מען מסופק זיין (צב"ש געטאנצט).
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אסאך יודיש געלט
שר האלף
תגובות: 1392
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 28, 2021 10:33 am
לאקאציע: אין כולל - [email protected]

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסאך יודיש געלט »

גרשון האט געשריבן:
אסאך יודיש געלט האט געשריבן:ווען שרייבט מען
די (די און דו ווייס איך שוין) - דער
האט - איז
זענען - האבן
שכוח

די, דאס, דער, דעם.

איז/זענען שרייבט מען ביי אדיעקטיוון (הויך, נידריג, גרויס, לאנג, קלוג), אדער א פעולה וואס דער גאנצער מענטש האט געטון (געגאנגען, געלאפן, געקומען, געשלאפן).
האט/האבן שרייבט מען ביי א פעולה וואס נישט דער גאנצער מענטש האט געטון (געגעסן, געזען, געטון, געלאכט, געוויינט).

ביי רוב ווערבן וועט א אידיש ליינער וויסן צי ס'קומט האט אדער איז. בלויז ביי געציילטע קען מען מסופק זיין (צב"ש געטאנצט).

שכוח
זייטיגע נאטיץ
איך האב שוין נישט קיין צייט צו זיין אזוי אפט אויף אייוועלט. אפשר וועל איך עס נאך אמאל באקומען.
אוועטאר
לעקיש
שר חמש מאות
תגובות: 661
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 30, 2020 11:28 am

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעקיש »

באלערנד אדער באלערענד
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

לעקיש האט געשריבן:באלערנד אדער באלערענד

באלערנד
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
טישן אויף בענק
שר העשר
תגובות: 36
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 11, 2021 9:50 am

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישן אויף בענק »

איז שוין דא א PDF פון די לעצטע איבער ניינציג זייטן?
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

די פופציג פאראייניגטע שטאטן פון אמעריקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

איך וואלט חשק געהאט צו עטאבלירן ווי אזוי צו שרייבן אין אידיש די פופציג שטאטן. ביי טייל שטאטן וועלן אלע זיין איינשטימיג, בעת ביי אנדערע איז יש ויש. פאלגנד איז זייער אויסלייג פון וויקיפעדיע:

אהאיא
אייאווע
איידעהא
אילינוי
אינדיאנע
אלאבאמא
אלאסקע
אקלעהאמע
אריזאנע
ארעגאן
ארקענסא
דזשארדזשיע
דעלעווער
דרום דעקאטע
דרום קאראליינע
האוואי
וואשינגטאן
וויאמינג
וויסקאנסין
ווירדזשיניע
וועסט ווירדזשיניע
ווערמאנט
טענעסי
טעקסאס
יוטא
לואיזיאנא
מאנטענע
מאסאטשוסעטס
מיזורי
מינעסאטע
מיסיסיפי
מישיגן
מעין
מערילאנד
ניו העמפשער
ניו זשערסי
ניו יארק
ניו מעקסיקא
נעבראסקא
נעוואדא
פלארידע
פענסילוועניע
צפון דעקאטע
צפון קאראליינע
קאלאראדא
קאליפארניע
קאנעטיקעט
קענזעס
קענטאקי
ראוד איילענד

דער עולם ווערט געבעטן זיך צו לאזן הערן מיט זייערע הערות. מיינע צוויי צענט:

1. פארוואס די שטאטן וואס הייבן זיך מיט south אדער north איז איבערגעטייטשט דרום און צפון, בעת West Virginia בלייבט "וועסט"?
2. פארוואס זשערסי, און נישט דזשערסי?
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17775
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

אהייא איז די איינציגסטע וואס דארף א שטארקע תיקון, די אנדערע איז יש ויש
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30709
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

גרשון האט געשריבן:1. פארוואס די שטאטן וואס הייבן זיך מיט south אדער north איז איבערגעטייטשט דרום און צפון, בעת West Virginia בלייבט "וועסט"?
2. פארוואס זשערסי, און נישט דזשערסי?

1. וואס וואלסטו געזאגט צו טון. אלעס מיט די ענגלישע אדער אלע לשה"ק?
2. פשוט א מיסטעיק, זינט ביי דזשארדזשיע פארשטייען זיי יא אז עס דארף א דזש.
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:אהייא איז די איינציגסטע וואס דארף א שטארקע תיקון, די אנדערע איז יש ויש

אפשר גאר "אוהייאו"?
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”