אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)
די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער
Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)
פּאַרעווע, נישט פארווע. ס'איז נישט דא קיין שום סיבה ארויסצונעמען דעם ע', וואס מ'פלעגט אייביג שרייבן און יעדער זאגט עס ארויס.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
- יצחק טובי'
- שר האלף
- תגובות: 1348
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 01, 2021 8:45 am
Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)
גרשון האט געשריבן:פּאַרעווע, נישט פארווע. ס'איז נישט דא קיין שום סיבה ארויסצונעמען דעם ע', וואס מ'פלעגט אייביג שרייבן און יעדער זאגט עס ארויס.
שוין דא אזעלעכע וואס זאגן עס ארויס אן די עי"ן, מסתם טאקע צוליב די אויסלייג וואס איז נשתרבב געווארן ביים המון.
- אוראייניקל
- רב הצעיר תשפ"ד
- תגובות: 17148
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am
Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)
יצחק טובי' האט געשריבן:גרשון האט געשריבן:פּאַרעווע, נישט פארווע. ס'איז נישט דא קיין שום סיבה ארויסצונעמען דעם ע', וואס מ'פלעגט אייביג שרייבן און יעדער זאגט עס ארויס.
שוין דא אזעלעכע וואס זאגן עס ארויס אן די עי"ן, מסתם טאקע צוליב די אויסלייג וואס איז נשתרבב געווארן ביים המון.
אדר קומט עס פונעם העברעאישן פרוה..
- צו געזונט
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7079
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
- לאקאציע: חשש גילוי
Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)
נאך א קרישקעלע איבער דאס ווארט. פילע פונעם עלטערן דור האבען ניטאמאל גענוצט דעם לעצטן "ע", מען האט געזאגט פארעוו
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.

- א געשעפט האב איך
- שר חמש מאות
- תגובות: 999
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 04, 2021 7:37 am
- לאקאציע: אין געשעפט
Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)
די ריכטיגע וועג איז יישר כח.
אבער ע"פ רוב אין מאמע לשון זאגט מען שכויעח.
איז מיין שאלה ווי אזוי איז די בעסטע וועג צו עס אויסלייגן?
שכויעח/ שקויעך/ שקויעח/ שכויעך?
און אויב איינער ווייסט ווי אזוי שרייבן עס די אלע יודישע ציייטונגען (מאמענט/ די וואך/ א בליק/ דער בלאט/ די איד/ די צייטונג/ מעלות/ צייט שריפט/ יסודות/ קינדליין/ הונדערט/ קינדערליך/ וואס האב איך אויסגעלאזט?)?

א געשעפט האב איך האט געשריבן:די ריכטיגע וועג איז יישר כח.
אבער ע"פ רוב אין מאמע לשון זאגט מען שכויעח.
איז מיין שאלה ווי אזוי איז די בעסטע וועג צו עס אויסלייגן?
שכויעח/ שקויעך/ שקויעח/ שכויעך?
און אויב איינער ווייסט ווי אזוי שרייבן עס די אלע יודישע ציייטונגען (מאמענט/ די וואך/ א בליק/ דער בלאט/ די איד/ די צייטונג/ מעלות/ צייט שריפט/ יסודות/ קינדליין/ הונדערט/ קינדערליך/ וואס האב איך אויסגעלאזט?)?
ש'כח אדער יישר כח.
https://he.wikipedia.org/wiki/%D7%99%D7 ... 7%95%D7%99
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)
צייט פארטרייבונג האט געשריבן:גרשון האט געשריבן:
וויאזוי שרייבט מען: דער הייליגער אפטא רב, אדער אפטא'ער רב?
אפטער רב.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)
פארוואס שרייבט מען ביי אונז פארשרייבן, פארקומען, פארזאגן, פארליינען, פארקוקן, פארגייער -- אלעס מיט א קמץ -- אבער פירשפרעכער (spokesman)?
לכאורה איז עס תלוי הא בהא. האט עס עפעס א פשט, אדער סתם ווייל אזוי?
לכאורה איז עס תלוי הא בהא. האט עס עפעס א פשט, אדער סתם ווייל אזוי?
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
- קנאפער ידען
- שר החסד
- תגובות: 31244
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
- לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל
גרשון האט געשריבן:פארוואס שרייבט מען ביי אונז פארשרייבן, פארקומען, פארזאגן, פארליינען, פארקוקן, פארגייער -- אלעס מיט א קמץ -- אבער פירשפרעכער (spokesman)?
לכאורה איז עס תלוי הא בהא. האט עס עפעס א פשט, אדער סתם ווייל אזוי?
ערשטענס איז פשוט פירשפרעכער/פארשפרעכער א ווארט וואס איז אסאך ווייניגער אין באנוץ (אחוץ ביי שריפטשטעלער) במילא קען זייער געמאלט זיין אז עס האט נישט באקומען געוויסע סימנים וואס זענען שפעטער געווארן פארענדערט אויף די אנדערע ווערטער ביים המון עם.
אבער אז דו פרעגסט שוין יא, פון וואו קומט דער פיר/פאר פרעפיקס אינעם ווארט שפרעכער (וואס איז spokesman איז גערמאניש)? אפשר מיינט עס אפילו נישט דאס זעלביגע ווי פאָר אין די אנדערע ווערטער (וואס האט דער vor אין גערמאניש.)
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]

Re:
קנאפער ידען האט געשריבן:פון וואו קומט דער פיר/פאר פרעפיקס אינעם ווארט שפרעכער (וואס איז sprecher איז גערמאניש)? אפשר מיינט עס אפילו נישט דאס זעלביגע ווי פאָר אין די אנדערע ווערטער (וואס האט דער vor אין גערמאניש.)
איך האב נישט געזען אין ערגעץ, אבער איך שפעקוליר אז ס'איז דער זעלבער פרעפיקס ווי אנדערע ווערטער וואס פאנגען זיך אן פאָר, ווייל דער באדייט איז בערך דער זעלבער. אדרבה, האסט א בעסערע טעאריע?
אגב, German איז אין אידיש דייטש.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
- קנאפער ידען
- שר החסד
- תגובות: 31244
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
- לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל
גרשון האט געשריבן:איך האב נישט געזען אין ערגעץ, אבער איך שפעקוליר אז ס'איז דער זעלבער פרעפיקס ווי אנדערע ווערטער וואס פאנגען זיך אן פאָר, ווייל דער באדייט איז בערך דער זעלבער. אדרבה, האסט א בעסערע טעאריע?
אגב, German איז אין אידיש דייטש.
וואס איך זאג, זינט אין דייטש (אגב, אויב Germen איז דייטש דאן וואס איז Dutch?) זאגט מען sprecher פאר spokesman און נישט vorsprecher (און vorsprechen זעט אויס מיינט עםעס אנדערש.) קען מעגליך זיין אז דער פירשפרעכער איז גע'גנב'עט פון א צווייט ווארט (איך ווייס נאר נישט פון וועלכע... אפאר גאר פאר fürsprech אדער עפעס אזוי...)
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
- פאליטישע עקספערט
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 17814
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
- פארבינד זיך:
Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)
א spokesman ווערט גערופן ווארטזאגער, ניין?
- שמואלי לענעראוויטש
- שר האלף
- תגובות: 1781
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 19, 2021 11:10 am
Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:א spokesman ווערט גערופן ווארטזאגער, ניין?
דארף מען פרעגן א ווארטזאגער...
- קנאפער ידען
- שר החסד
- תגובות: 31244
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
- לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:א spokesman ווערט גערופן ווארטזאגער, ניין?
דער שרייבערישע ווארט דערפאר איז פירשפרעכער. דאס האב איך פריער געשריבן אז עס איז ווייניג באנוצט ביי פשוטי עם.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
- פאליטישע עקספערט
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 17814
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
- פארבינד זיך:
Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)
אגב, Dutch איז דאכצעך די האלענדישע, און האלאנד אליינס איז די Netherlands, אפשר וועט @עירוב איין טאג אריין בייסן אין די סיבה דערצו
Re:
קנאפער ידען האט געשריבן:גרשון האט געשריבן:איך האב נישט געזען אין ערגעץ, אבער איך שפעקוליר אז ס'איז דער זעלבער פרעפיקס ווי אנדערע ווערטער וואס פאנגען זיך אן פאָר, ווייל דער באדייט איז בערך דער זעלבער. אדרבה, האסט א בעסערע טעאריע?
אגב, German איז אין אידיש דייטש.
וואס איך זאג, זינט אין דייטש זאגט מען sprecher פאר spokesman און נישט vorsprecher (און vorsprechen זעט אויס מיינט עםעס אנדערש.) קען מעגליך זיין אז דער פירשפרעכער איז גע'גנב'עט פון א צווייט ווארט (איך ווייס נאר נישט פון וועלכע... אפאר גאר פאר fürsprech אדער עפעס אזוי...)
יא, ביסט גערעכט! א פירשפרעכער איז אין דייטש איינער וואס שטופט א געוויסע פארשלאג/מיינונג.
אויב Germen איז דייטש דאן וואס איז Dutch?
האלענדיש, פלעמיש.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)
פעטס (fat, shortening) איז ריכטיגער ווי פעטנס.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
- פאליטישע עקספערט
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 17814
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
- פארבינד זיך:
Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)
א כלל אין אידיש: נישט קיין חילוק וועלכע איז מער אויסגעהאלטן, ביטע נוצט די אנגענומענע ווארט.
געדענקט אז נישט קיין חילוק פון וועלכע שפראך פלומעניק קומט, און די זעלבע מיט ניכטע, היות זיי זענען ביידע אידיש קענט איר זיך רואיג באנוצן מיט א צאמשטעל פון די צוויי
געדענקט אז נישט קיין חילוק פון וועלכע שפראך פלומעניק קומט, און די זעלבע מיט ניכטע, היות זיי זענען ביידע אידיש קענט איר זיך רואיג באנוצן מיט א צאמשטעל פון די צוויי
- פאליטישע עקספערט
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 17814
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
- פארבינד זיך:
Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)
כסלו אדער כסליו ?
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 289
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 31, 2021 5:02 pm
Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)
בעל הנס האט געשריבן:כסלו אדער כסליו ?
כסליו

טאהש'ער אייניקעל האט געשריבן:בעל הנס האט געשריבן:כסלו אדער כסליו ?
כסליו
געבויעט אויף וואס?
למשל די וואך זע איך אין דער איד שטייט כסלו, און אין דער בלאט שטייט כסליו.
Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)
בעל הנס האט געשריבן:כסלו אדער כסליו ?
דער ל' האט א צירי, ממילא קען מען עס שרייבן מלא י' אדער חסר י'.
רוב מענטשן שרייבן כסלו.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 289
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 31, 2021 5:02 pm
Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)
.
לעצט פארראכטן דורך טאהש'ער אייניקעל אום דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2021 9:47 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.