Mezofzef האט געשריבן:אדער שרייבט מען צו ארויסווייזן
נישט ריכטיג, דער כלל איז אז "צו" קומט אלעמאל צום לעצט. ארויסצוגיין, אריינצוגיין, חתונה צו האבן, תשובה צו טון, נישט צו ארויסגיין, צו אריינגיין, צו חתונה האבן, צו תשובה טון.
די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער
Mezofzef האט געשריבן:אדער שרייבט מען צו ארויסווייזן
גברא רבא האט געשריבן:'געצייטיגט' איז גוט? עס ליינט זיך עפעס נישט.
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:נאך א ווארט וואס עגבערט(?) מיר א שטיק צייט:
שטארקקייט אדער שטארקייט
פיישל האט געשריבן:צע, איז נישט ביי זאכן וואס געשעען פון זיך?
אינטעליגענט האט געשריבן:יידישיסט האט געשריבן:די העברעאיש-באנוצער מוזן זיך באגיין אן אזעלכע ווערטער ווי "צושפרינגען ווערן", "זיך צופליען", אדער "זיך צורעדן", ווער רעדט נאך פון זיך "דורכשמועסן". אז א איד איז אין אן עת צרה חלילה און ער איז מיואש דאן "צעוויינט ער זיך", "צעכליפעט זיך". ביז ווען וועט ער נעבעך וויינען? ביז ער וועט זיך "אויסוויינען" (אויפ'ן היינטיגן העברעאיש האבן זיי פרובירט צו ערזעצן אט דאס הערצליכע ווארט מיט דעם ווארט "התבכיין" - זיך אויסגעוויינט). ווער רעדט שוין פון דעם "צופלויגענעם" שכן, וואס אויף אים איז גאר קיין ווארט נישטא אויף העברעאיש, און זיכער נישט מיט דעם חן. און נישט פארגעסן, אויך "צעווערטלען" קען מען זיך נישט אויף העבראיש (אך און וויי, אויך מיר אידן...).
נאר א קליינע הערה: לפי פסקי הרבנית מ"מעלות", גייען די אלע ווערטער - וואס ווערן דא אויסגערעכנט - מיט אן עי"ן, דהיינו: צעשפרינגען ווערן, צעפליען, צערעדן, צעפלויגען, וכו', וואס לפי וואס זי תחי' איז משער איז דאס נשתרבב געווארן פונעם דייטשן פארזילבע "צער" וואס דייט אן "צער-טיילונג", און אויף דעם שניט זענען אלע אויבערדערמאנטע ווערטער, [צעשפרינגען, צעפליען, זענען דאך פשוט, "צערעדן" איז ווארשיינליך דער ענין מכח ווייל עס גייט ארויס פון קאנטראל, עס טיילט זיך פונעם מענטש'ס קאנטראל, וזה פשוט].
גרשון האט געשריבן:פון וואו קומען די ווערטער "פארזילבע" און "נאכזילבע"? איך קען זיי נאר פון מעלות. אין ענגליש, דייטש, אזוי אויך אידישע ווערטערביכער איז עס "סופיקס" און "פרעפיקס".
איך זע אז אין דייטש איז א syllable "זילבע". לויט דעם איז א פאר/נאך + זילבע דייטשיש. די שאלה איז נאר ווער ס'איז אויפגעקומען מיט דעם ווארט, ווייל איז דייטש זעלבסט איז עס נישט דא.
למדן וצדיק האט געשריבן:Mezofzef האט געשריבן:אדער שרייבט מען צו ארויסווייזן
נישט ריכטיג, דער כלל איז אז "צו" קומט אלעמאל צום לעצט. ארויסצוגיין, אריינצוגיין, חתונה צו האבן, תשובה צו טון, נישט צו ארויסגיין, צו אריינגיין, צו חתונה האבן, צו תשובה טון.
גרשון האט געשריבן:כללא הוא? וואו שטייט דער כלל?
למדן וצדיק האט געשריבן:אן אינטערסאנטער ארטיקל פון א באוואוסטן יידישיסטשן פראפעסאר אין וועלכן ער באהאנדלט דאס וואס אין חסיד'ישן אידיש האט זיך לעצטנט אריינגעכאפט דאס לייגן "צו" פאר'ן קאנווערב
https://www.frontiersin.org/articles/10 ... 00035/full
גברא רבא האט געשריבן:דער העלישע פייער
דאס העלישע פייער
די העלישע פייער
איכה?
גרשון האט געשריבן:גברא רבא האט געשריבן:דער העלישע פייער
דאס העלישע פייער
די העלישע פייער
איכה?
דער העלישער אדער דאס העלישע.
גברא רבא האט געשריבן:ווי אזוי שרייבט מען באגניגט?
ווי למשל: ער האט זיך נאך אלץ נישט באניגט מיט דעם.
גרשון האט געשריבן:ביי א פרעפיקס לייגט מען געווענליך דאפלטע אותיות, צב"ש איבערראשן, פאררעכטן, אוממעגליך, דאקעגן ביי א סופיקס מאכט מען עס פאר איינס.
הלבלר בקולמסו האט געשריבן:עספיעט אדער עספייעט?
מים חיים האט געשריבן:גרשון האט געשריבן:ביי א פרעפיקס לייגט מען געווענליך דאפלטע אותיות, צב"ש איבערראשן, פאררעכטן, אוממעגליך, דאקעגן ביי א סופיקס מאכט מען עס פאר איינס.
יישר כח, זייער אינטערעסאנט, אויך די צו/צע שמועס
הלוואי ווען איינער קען ווען צוזאמנעמען די כללים פון דעם אשכול