אנה אדער אנא

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6376
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

אנה אדער אנא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

איך ווייס נישט זיכער אויב איך בין גערעכט, איך קען באשטיין צי הערן וואס דערוילעם האט צו זאגן.

אין די לעצטיגע וואכן ווען דער פסוק "אנה מפניך אברח" איז געווען אויפן אויבן אן צוליב די סטאלין טראגעדיע און די דרשה פון זייער רבי'ן שליט"א, האב איך באמערקט ווי כמעט אלע אויסגאבעס האבן געשריבן "אנא" מיט א אלף צום סוף.

איך בין נישט דער פונקטליכער מענטש וואס נעמט אינאכט יעדע מיסטעיק, אבער דאס איז געווען עפעס צו בולט פאר מיר!! פארוואס זאל נישט דער היימישער עולם וויסן די חילוק צווישן די צוויי ווערטער?

אנא מיט אן א' צום סוף מיינט בעטן, ביטע, (מלשון נא). אנא בכח, אנא ה' הושיעה נא, אנא שא נא פשע אחיך, וכו' וכו'.
אנה מיט א ה' צום סוף מיינט וואו, (היכן, איפה), אנה מפניך אברח, וואו קען איך דען פון דיר אנטלויפן?, ואני אנה אני בא (מצערו של אבא),
לעצטע וואך אין די סדרה שלח טרעפט מען אויך "עד אנה", מיינט ביז ווען (אדער ביז ווילאנג נאך) ינאצוני העם הזה, אדער אין תהילים עד אנה ה' תשכחני נצח, עד אנה אשית עצות בנפשי, עד אנה תסתיר את פניך ממני, וכדו'.
אוועטאר
קו הישר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4166
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 5:42 pm

Re: אנה אדער אנא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קו הישר »

גערעכט. ופשוט הוא. טאקע אינטערעסאנט פון וואו די עם הארצות שטאמט.
שיעף גלייך איז אויך גלייך /___\
אוועטאר
אושר עד
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 14, 2019 5:22 pm
לאקאציע: בעיסמענט

Re: אנה אדער אנא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אושר עד »

גאר ריכטיג, איך בין נישט קיין גרויסע דייקן, אבער ווען איך זעה אזעלכע גראבע טעותים גריצעלט מיר עס געפערליך.
די טעות קומט נישט פון ערגעץ נאר אז קיינער נעמט זיך נישט צו קוקן מען שרייבט פשוט איבער פון טוויטער
התבונני
שר חמש מאות
תגובות: 707
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 12, 2018 3:56 pm

Re: אנה אדער אנא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך התבונני »

געפינט זיך אפאר מאל די ווארט אנה אלץ לשון בקשה
וכדוגמה
אנה ה' מלטה נפשי
אנה ה' כי אני עבדך
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9997
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: אנה אדער אנא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

התבונני האט געשריבן:געפינט זיך אפאר מאל די ווארט אנה אלץ לשון בקשה
וכדוגמה
אנה ה' מלטה נפשי
אנה ה' כי אני עבדך

אנה ה' טייטשט רש"י לשון הודאה.
פשטות אזוי ווי "אוי" קען מיינען ביידע.
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35237
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: אנה אדער אנא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ס'איז א מסורה "ו' דכתיבין ה"א בלישן בעותא וסי' אנה ה' זכר נא דמלכים, וחבירו דישעי' ב', דיונה ב', דהלל"
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אנה אדער אנא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

די קאמעס זענען נישט גוט, וכצ"ל:
farshlufen האט געשריבן:ס'איז א מסורה: "ו' דכתיבין ה"א בלישן בעותא, וסי' אנה ה' זכר נא דמלכים, וחבירו דישעי', ב' דיונה, ב' דהלל."
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35237
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: אנה אדער אנא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

אה, ישר כח.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”