דער אינטערנאציאנעלער פאנעטישער אלפאבעט

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

דער אינטערנאציאנעלער פאנעטישער אלפאבעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

יעדער ווייסט אז די שרייבן־סיסטעמען פון כמעט יעדער שפראך איז זייער ווייט פון "פערפעקט". אין לשה"ק און אין אידיש איז דער מצב נאך גאנץ כמעשה. אבער אין ענגליש, און אזוי אויך אין רוב אנדערע אייראפעישע שפראכן, הערשט א געפערליכע צעמישעניש. למשל אין ענגליש ווערט דער אות C צומאל ארויסגעזאגט ווי א ק' און צומאל ווי א ס', און ס'נישטא קיין שום וועגן צו וויסן ווען מ'זאגט עס ארויס אזוי און ווען אנדערש. די אותיות OUGH האט אזויפיל ווי זיבן-אכט וועגן ווי אזוי דאס ווערט ארויסגעזאגט אין פארשידענע ווערטער, געוואנדן אין די פארשידענע דיאלעקטן פון ענגליש. נעמט אין באטראכט למשל די ווערטער though, through, rough, cough, Willoughby, אא"וו. אזוי איז דא דארט נאך פיל אותיות וועלכע האבן נישט איין באשטימטע קול.

אין אידיש רעפרעזענטירט דער אות א' דריי פארשידענע וואקאלן: שלאפן, מאכן, און אבער.

דער אות ב' צוויי קלאנגען: באשעפער, אויבן.

ו, צוויי וואקאלן: און, רעוואלוציע.

וי, צוויי וואקאלן: שוין און הויז.

דער אות ע' דריי וואקאלן: געווען (דער ערשטער ע'), געווען (דער צווייטער ע'), נעבעך (דער ערשטער ע').

פ, צוויי קלאנגען: פון און פלאץ.

אין אידיש קען מען זיך נאך אמאל אן עצה געבן. מ'קען לייגן א פת"ח אדער א קמ"ץ אונטער'ן א', א פינטל אינעם ב', און א פינטל אינעם פ' אדער א שטריכל העכער'ן פ', אבער צו פונאנדערשיידן צווישן די אנדערע וואקאלן איז נישטא עכט קיין וועג.

ווי דערמאנט, אין לשה"ק און אין אידיש איז דער מצב נאך גאנץ כמעשה. אויב עפעס איז דא א פארקערטע פראבלעם: איין קלאנג אדער וואקאל וואס קען רעפרעזעטירט ווערן דורך עטליכע אותיות. ווי למשל די וואקאלן ו' און א' הערט זיך צומאל די זעלבע, ווי אינעם ווארט "רעוואלוציע", אזוי אויך די קאנסאנאנטן ב' און וו': אויבן און אויוון, און פיל נאך, און פארשטייט זיך אויך אין לשה"ק: די אותיות ח"כ, כּ"ק; ט"תּ, סשׂ"ת.

נאר דאס איז דוקא א מעלה, ווייל אזוי קען מען פונאנדערשיידן צווישן צוויי ווערטער וועלכע הערן זיך דאס זעלבע אבער זיי האבן אן אנדער מיינונג.

די אויסלייג־סיסטעם אין אידיש איז היבש לאגיש און זייער פשוט אין פארגלייך צו אנדערע שפראכן. די סיבה דערצו איז לכאורה וויבאלד די אויסלייג־סיסטעם אין אידיש האט זיך בסך־הכל פעסט איינגעשטעלט אינגאנצן 70-80 יאר צוריק, אזוי אז דער וועג ווי אזוי מ'רעדט עס ארויס און דער וועג ווי מ'לייגט עס אויס שטימען נאך איינער מיט'ן צווייטן, אנדערש ווי אין אנדערע שפראכן ביי וועלכע דער אויסלייג סיסטעם האט זיך איינגעשטעלט פיל פריער, און דער וועג ווי אזוי מ'רעדט עס ארויס איז שוין לאנג פארפארן פונעם וועג ווי אזוי מ'לייגט עס אויס.

א צווייטע פראבלעם איז פארהאן וואס לשה"ק אין אידיש ליידט דערפון פונקט ווי אלע אנדערע שפראכן; דאס איז די פראבלעם פון פארשידענע דיאלעקטן. דער אות ר' האט למשל 5 וועגן ווי אזוי דאס ווערט ארויסגערעדט. עס איז דא דער ספרד'ישער וועג אין וועלכן דער ר' ווערט ארויסגערעדט מיט אזא שטארקן "טריל" צווישן דער צונג און דעם דאך פונעם מויל, דערנאך דער אמעריקאנער וועג וואס איז בערך דאס זעלבע ווי דער ספרדי'שער נאר קומט נישט באגלייט מיט אזא שטארקן טריל, נאר מיט אזא קליינעם שנעלן קלאפ מיט דער צונג. ווייטער איז דא דער ארץ־ישראל'דיגער וועג וועלכער קומט באגלייט מיט א "טריל" פונעם האלז. ווייטער, דער וועג ווי אזוי מערערע אייראפעאישע אידן וועלן ארויסרעדן דעם ר' איז בערך אזוי ווי אין ארץ־ישראל, נאר נישט מיט א "טריל", נאר ערגעץ צווישן א ה' און א ח'. און צום סוף איז דא ווי אזוי ענגליש־רעדנדע רעדן דאס ארויס וואס דאס איז ווי אזוי מען רעדט ארויס אן R אין ענגליש.

ווען עס קומט צו וואקאלן, ווערט דער מצב פיל מער קאמפליצירט: דער חילוק צווישן דער סקווירער "צירי" און דער אלגעמיינער חסידי'שער צירי, דער ליטווישער קמץ א' און דער אלגעמיינער קמץ א', דער אלגעמיינער "חולם" און דער ליטווישער "חעילעם", און אזוי ווייטער און ווייטער.

כדי זיך איינמאל פאר אלעמאל אן עצה געבן מיט דער צעמישעניש זענען עטליכע חכמים, פאר בערך הונדערט פופציג יאר צוריק, אויפגעקומען מיט אן אינטערנאציאנעלער אלפאבעט סיסטעם אין וועלכער יעדער קלאנג באקומט א באזונדערן אות, באקאנט אלס די IPA וועלכע שטייט פאר International Phonetic Alphabet.

די IPA טעבעלע (Chart)

איידער מיר וועלן פארשטעלן די אותיות פונעם אינטערנאציאנעלן אלפאבעט, איז כדאי אויך זיך צו באקענען מיט דער IPA טעבעלע. ביי אונז ווייסט מען פון די "ה' מוצאות הפה". אויף אן ענליכער סיסטעם האבן אויך די גוי'אישע חכמים צעטיילט די פארשידענע קלאנגען. די צעטיילונג ארבעט ווי פאלגנד:

פלאץ פון ארטיקולאציע

מ'האט גענומען דעם אויבערשטן חלק פונעם מויל און דעם אונטערשטן חלק פונעם מויל און צעטיילט און עטליכע חלקים.

דער אויבערשטער טייל פונעם מויל איז צעטיילט אזוי:

    1. די ליפן = Labial

    2. די ציינער = Dental
פון דא און ווייטער, אויב איר וועט טאפן מיט אייער צונג, וועט איר שפירן אז גלייך הינטער די ציינער איז דא אזא קליינע "בערגל". פון דארט און ווייטער ווערט דער דאך פונעם מויל הארט, און דערנאך צוריק ווייעך. די צעטיילונג פון דא און ווייטער גייט ווי פאלגנד:

    3. Alveolar = אינמיטן פונעם בערגל. די אותיות דטנ"ל ווערן ארויסגעזאגט דורך לייגן די שפיץ פון דער צונג ביי דעם פלאץ.

    4. Postalveolar = דאס איז גלייך הינטער'ן בערגל. די קלאנגען דש, זש, טש, ש, וווערן ארויסגעזאגט דורכ'ן לייגן דעם מיטלסטן חלק פון דער צונג הארט אדער נאנט ביי דעם פלאץ.

    5. Palatal = דער הארטער דאך פונעם מויל. דער אות י' ווערט ארויסגעזאגט דורכ'ן לייגן דעם מיטלסטן חלק פון דער צונג נאנט צו דעם פלאץ.

    6. Velar = דער ווייכער טייל פונעם דעכל פונעם מויל. די אותיות גח"ק ווערן ארויסגעזאגט דורכ'ן לייגן דעם הינטערשטן חלק פון דער צונג ביי דעם פלאץ. אזוי אויך נ', אויב עס קומט פאר א ג' אדער ק' זאגט מען ארויס דורכ'ן לייגן דעם הינטערשטן חלק פון דער צונג ביי דעם פלאץ, ווי ביי די ווערטער פינגער, טרינקען, צונג, יענקל.

    7. Uvular = נאכמער הינטן פונעם מויל. די ארץ־ישראל'דיגע און אייראפעאישע אידן זאגן ארויס א ר' דורכ'ן לייגן דעם הינטערשטן חלק פונעם צונג ביי יענעם פלאץ.

    8. צום סוף איז דא דער האלז = Glottal. דארט טרעפט זיך צאם דער אויבערשטער און אונטערשטער חלק פונעם מויל. די אותיות א"ה ווערן ארויסגעזאגט דורכ'ן האלז.
עס איז דא נאך צוויי חלקים אינעם מויל:

    9. Retroflex = דאס איז ערגעץ צווישן Postalveolar און Palatal. אין אידיש איז נישטא קיין איין אות וואס ווערט ארויסגעזאגט מיט דעם פלאץ.

    10. Pharyngeal = =פאר'ן האלז און נאכ'ן Uvular. אין אידיש איז נישטא קיין איין אות וואס ווערט ארויסגעזאגט מיט דעם פלאץ.
דער אונטערשטער חלק פונעם מויל איז צעטיילט אין דריי: 1) די ליפן, 2) די ציינער, און 3) די צונג.

יעצט קען מען נעמען אלע קאנסאנאנטן און צעטיילן לויט ווי זיי ווערן ארויסגעזאגט דורך ווי אזוי דער אונטערשטער טייל פונעם מויל קלאפט זיך צאם מיט'ן אויבערשטן טייל, ווי למשל די אויבערשטע ליפן מיט די אונטערשטע ליפן (די אותיות פּבּ"מ), די אויבערשטע ציינער מיט די אונטערשטע ליפן (די אותיות וו' און פֿ), אא"וו. טעאראטיש קען מען מאכן 30 אזעלכע "קאמבינאציעס", וויבאלד ביים אויבערשטן חלק פונעם מויל איז דא 10 פלעצער און ביים אונטערשטן איז דא 3, און 3X10=30. נאר היות מ'ווייסט נישט דערווייל פון עפעס א שפראך אין וועלכער ס'זאל זיין למשל א קפידא אז א געוויסער קלאנג זאל דוקא ארויסגעזאגט ווערן דורך די אויבערשטע ליפן און די אונטערשטע ציינער, אדער דורך די אונטערשטע ליפן מיט'ן Alveolar (אינמיטן דעם בערגל – אויב ס'שייך בכלל ארויסצוזאגן אזוי עפעס א קלאנג) אד"ג, איז מען דערווייל געבליבן נאר מיט 11 קאמבינאציעס. דאס זענען 1) Bilabial= די אויבערשטע מיט די אונטערשטע ליפן, 2) Labiodental = די אויבערשטע ציינער מיט די אונטערשטע ליפן. פון דא און ווייטער גייט אלעס נאר מיט דער צונג, ממילא האט האט עס דעם זעלבן נאמען ווי אויבן. ס'פעלט נישט אויס ארויסצושרייבן אז דאס ווערט ארויסגעזאגט מיט דער צונג און נישט מיט די אונטערשטע ציינער אדער ליפן.

אט די 11 קאמבינאציעס ווערן אנגערופן "פלאץ פון ארטיקולאציע". פאלגנד זענען די 11 פלעצער פון ארטיקולאציע:

    Bilabial, Labiodental, Dental, Alveolar, Postalveolar, Retroflex, Palatal, Velar, Uvular, Pharyngeal, Glottal.
אופן פון ארטיקולאציע

אזוי ווי ס'איז דא "פלעצער פון ארטיקולאציע", אזוי אויך איז דא "אופן פון ארטיקולאציע". ד"ה פארשידענע אופנים ווי אזוי קאנסאנאנטן ווערן ארויסגערעדט. ס'איז דא 8 אופנים פון ארטיקולאציע.

    1. Plosive = קאנסאנאנטן וועלכע ווערן ארויסגעזאגט דורך פארשטעלן דאס מויל און דערנאך קומט ארויס דער קלאנג מיט אזא שטיקל "אויפרייס", ווי אין די אותיות בפדטג"ק.

    2. Nasal = דאס מויל איז פארשטעלט אבער דאס קול קומט דערווייל ארויס דורכ'ן נאז, ווי אין די אותיות מ' און נ'.

    3. Trill = קאנסאנאנטן וועלכער ווערן ארויסגעזאגט מיט א "טריל". דאס איז ווי אזוי די ארץ־ישראל'דיגע און די ספרדים וועלן ארויסזאגן א ר'. (דער חילוק צווישן זיי איז נאר "וואו" דער טריל ווערט פארקומען. דאס הייסט דאס פלאץ פון ארטיקולאציע וועט זיין אנדערש.)

    4. Tap or Flap = דער אונטערשטער חלק פונעם מויל גיט נאר א קליינעם קלאפ אויפ'ן אויבערשטן חלק. דאס איז ווי אזוי רוב אמעריקאנער חסידי'שע אידן וועלן ארויסזאגן א ר'.

    5. Fricative = עס קומט פאר א שטיקל "פריקציע" (רייבונג) צווישן דעם אונטערשטן חלק און דעם אויבערשטן חלק, ווי ביי די אותיות וופזסשח"ה.

    6. Approximant = דער אונטערשטער חלק רירט בכלל נישט אן דעם אויבערשטן חלק, נאר זיי קומען נאנט אביסל. דער אות י' ווערט אזוי ארויסגעזאגט. די אמעריקאנער גויים זאגן אויך אזוי ארויס דעם R.
Lateral = דאס זענען קאנסאנאנטן וועלכע ווערן ארויסגעזאגט ווי א ל'. דאס הייסט מ'רירט אן מיט'ן שפיץ פון דער צונג דעם אויבערשטן חלק מויל און דער קלאנג קומט ארויס פון די זייטן פון דער צונג. עס זענען פארהאן צוויי סארטן Lateral קאנסאנאנטן:

    7. Lateral Approximant = די זייטן פון דער צונג רירן בכלל נישט אן דעם אויבערשטן חלק פונעם מויל. דאס איז דער וועג ווי אזוי מיר זאגן ארויס א ל'

    8. Lateral Fricative = אז בשעת מען זאגט דעם ל' קלאנג קומט אויך פאר א שטיקל פריקציע צווישן די זייטן פון דער צונג און דעם אויבערשטן טייל פונעם מויל. נישט אין אידיש און נישט ענגליש איז פארהאן אזא קאנסאנאנט.
קול'דיגע און קול'לאזע קאנסאנאנטן

קאנסאנאנטן קענען אויך ווערן צעטיילט און קול'דיגע און קול'לאזע קאנסאנאנטן. עס זענען פארהאן קאנסאנאנטן וואס בשעת זיי ווערן ארויסגעזאגט קומט בכלל נישט ארויס קיין קול, ווי למשל די אותיות פקט"וו. אויב וועט איר ארויסזאגן די קאנסאנאנטן שטילערהייט און בשעת מעשה וועט איר לייגן די האנט ביים האלז, וועט איר גארנישט שפירן. דאקעגן אויב וועט איר ארויסגעזאגן די אותיות במדנ"ג שטילערהייט און איר וועט בשעת מעשה לייגן די האנט ביים האלז, וועט איר שפירן ווי דער האלז "דריזלט". דאס איז וויבאלד די אותיות איז נישט מעגליך ארויסצוזאגן אן א קול.

[align=center]♦ ♦ ♦[/align]

דאס זענען די דריי הויפט כאראקטעריסטן ווי אזוי קאנסאנאנטן ווערן ארויסגערעדט. מיט די דריי כאראקטעריסטן קען מען שריפטליך מסביר זיין פאר א צווייטן ווי אזוי א געוויסער קאנסאנאנט ווערט ארויסגעזאגט אן דעם וואס יענער זאל דאס דארפן הערן.

פאלגנד איז ווי אזוי די IPA טעבעלע איז אויסגעשטעלט: די קאלומנס זענען לויט'ן "פלאץ פון ארטיקולאציע"; די רייעס זענען לויט'ן "אופן פון ארטיקולאציע"; די רעכטע זייט פון יעדן קעסטל ווייזט אז דער קאנסאנאנט איז א קול'דיגער, און די לינקע זייט ווייזט אז דער קאנסאנאנט איז א קול'לאזער. א קעסטל וואס איז גרוי מיינט אז אז אזא קול איז נישט שייך ארויסצוזאגן מיט'ן מענטשליכן מויל. מ'קען אויך זען אז מערערע קעסטלעך זענען ליידיג. דאס מיינט אז זיי האבן דערווייל נאכנישט באשטימט אן אות פאר דעם געוויסן קלאנג.

IPA_chart_2020 - Copy.png
IPA_chart_2020 - Copy.png (167.39 KiB) געזען 1698 מאל


פאלגנד איז אויך צוויי טעבעלעך. אין דער אויבערשטער האבן מיר אריינגעלייגט די לשה"ק'ע/אידישע אותיות אנשטאט די אינטערנאציאנעלע פאנעטישע אותיות, ווי אויך ווי אזוי עס ווערט צעטיילט לויט די ה' מוצאות הפה. אין דער אונטערשטער האבן מיר קאלירט די אינטערנאציאנעלע פאנעטישע אותיות וועלכע ווערן באנוצט אין לשה"ק און אין אידיש.

IPA_chart_2020 vowels.png
IPA_chart_2020 vowels.png (136.47 KiB) געזען 1698 מאל


וואקאלן

וואקאלן ווערן אויך ארויסגעזאגט דורך דריי כאראקטעריסטן: 1) ווי שטארק די צונג איז ארויסגעשטעקט, 2) ווי אפן דאס מויל איז, און 3) צי דאס מויל איז אויסגעשפרייט אזוי ווי ווען מען שמייכלט (ווי ביי א חירי"ק) אדער דאס מויל איז רונדיג (ווי ביי א קמ"ץ).

דיפטאנגען

ס'איז וויכטיג אויך צו וויסן אז נישט אלע וואקאלן וועלכע מיר קענען זענען אמת'ע וואקאלן. למשל א ציר"י (די אלגעמיינע אמעריקאנער חסידי'שע ציר"י) באשטייט פון צוויי וואקאלן: א פת"ח און א חירי"ק. די סקווירער צירי באשטייט פון א שוו"א מיט א חירי"ק. אזוי אויך דער חול"ם באשטייט פון א ליטווישער קמץ א' און א חירי"ק. די וואקאלן ווערן אנגערופן "דיפטאנגען".

פאלגנד זענען די אותיות און א דיאגראם פונעם אינטערנאציאנעלן פאנעטישן אלפאבעט פאר וואקאלן. ווי העכער א וואקאל איז מיינט אז עס איז מער "צוגעמאכט". ווי מער צו רעכטס מיינט אז די צונג איז מער אריינגעשטעקט. אויב איז דא צוויי אותיות אויף איין פלאץ, מיינט דאס אז די רעכטע ווערט ארויסגערעדט מיט א רונדיגן מויל.

וואקאלן וועלכע ווערן באנוצט ביי אונז האבן מיר קאלירט. אונטן האבן מיר אויך צוגעלייגט דוגמאות פון ענגליש און אידיש לויט'ן אלגעמיינעם חסידי'שן דיאלעקט, און ווי אויך די דיפטאנגען.

IPA_chart_2020 replaced w yid.png
IPA_chart_2020 replaced w yid.png (364.35 KiB) געזען 1698 מאל


אינטערסאנט צו באמערקן אז אידיש האט נישט ממש קיין פארמאכטע וואקאלן. אין אידיש איז דער חירי"ק ɪ, און נישט i, ווי אין ענגליש ביי די ווערטער ease, see. אויך דער קמץ איז ʊ, נישט u, ווי אין ענגליש ביי די ווערטער lose, soon.

נאך איין זאך איז וויכטיג צו באמערקן אז די אינטערנאציאנעלע פאנעטישע אלפאבעט קומט אלץ געשריבן אדער אין עקעדיגע קאנטיקלעך [] אדער צווישן צוויי "סלעשעס" //. דער חילוק איז, אויב וויל מען ממש פינקטליך אראפשרייבן א דיאלעקט אדער א ווארט פינקטליך ווי אזוי א מענטש האט עס ארויסגעזאגט, וועט מען עס שרייבן אין עקעדיגע קאנטיקלעך. אויב וויל מען נאר שרייבן ווי אזוי א געוויסע ווארט ווערט ארויסגערעדט און מ'איז נישט דוקא אויסן דא צו לאזן וויסן דעם פינקטליכן דיאלעקט, שרייבט מען עס אין סלעשעס. ווי למשל אין ענגליש איז זייער אנגענומען אין ווערטערביכער און אין ענציקלאפעדיעס צו שרייבן פאר א R דעם געהעריגן /R/ און נישט [ɹ] וואס דאס איז באמת ווי אזוי רוב ענגליש רעדנדע רעדן דאס ארויס. דאס איז וויבאלד מ'איז נישט דוקא אויסן צו לאזן הערן פינקטליך ווי אזוי מ'זאגט ארויס א R נאר אז מ'האנדלט דא פון א R און נישט קיין אנדער אות.

!/zat ɡɘzɪnt/
לעצט פארראכטן דורך למדן וצדיק אום מאנטאג אפריל 26, 2021 2:15 am, פארראכטן געווארן 3 מאל.
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
בעל מדרגה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3875
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 29, 2020 11:51 pm
לאקאציע: ביים גמרא

Re: דער אינטערנאציאנעלער פאנעטישער אלפאבעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל מדרגה »

געוואלדיג!!!


;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
אויב זיכט איר א גוטע אקאונטענט, קאנטעקט מיר אין אישי, אדער שיקט א אימעיל צו [email protected].
אוועטאר
קאנטרי מאוד
שר האלפיים
תגובות: 2154
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 29, 2017 9:21 pm
לאקאציע: אויף די שטראזן,צווישן ביימער און גראזן,

Re: דער אינטערנאציאנעלער פאנעטישער אלפאבעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנטרי מאוד »

די חכמה פון שפראך, אזא טיפע און אינטערסאנטע! יישר כח למדן ,ביסט א צדיק!!
אוועטאר
בלוט בלבול
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4664
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 13, 2021 8:56 pm
לאקאציע: מ'קען נאכנישט אויסזאגן

Re: דער אינטערנאציאנעלער פאנעטישער אלפאבעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלוט בלבול »

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
זייער אינטערעסאנט
אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1639
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

Re: דער אינטערנאציאנעלער פאנעטישער אלפאבעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער הייקער »

למדן, דו טוסט ספיטש טערעפי?
loyodea
שר האלפיים
תגובות: 2035
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 20, 2020 8:00 pm

Re: דער אינטערנאציאנעלער פאנעטישער אלפאבעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך loyodea »

איך האלט נאך ביים ערשטע פאראגראף
איז א חידוש אז דו ווייסט נישט אז די סאפט c קומט נאך eiy
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: דער אינטערנאציאנעלער פאנעטישער אלפאבעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

היימישער הייקער האט געשריבן:למדן, דו טוסט ספיטש טערעפי?

דערווייל נישט...
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: דער אינטערנאציאנעלער פאנעטישער אלפאבעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

loyodea האט געשריבן:איך האלט נאך ביים ערשטע פאראגראף
איז א חידוש אז דו ווייסט נישט אז די סאפט c קומט נאך eiy

פון וויקיפעדיע
https://en.m.wikipedia.org/wiki/C#English
In English orthography, ⟨c⟩ generally represents the "soft" value of /s/ before the letters ⟨e⟩ (including the Latin-derived digraphs ⟨ae⟩ and ⟨oe⟩, or the corresponding ligatures ⟨æ⟩ and ⟨œ⟩), ⟨i⟩, and ⟨y⟩, and a "hard" value of /k/ before any other letters or at the end of a word. However, there are a number of exceptions in English: "soccer" and "Celt" are words that have /k/ where /s/ would be expected.
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: דער אינטערנאציאנעלער פאנעטישער אלפאבעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

יישר כח פאר אלע וואס האבן זיך באדאנקט. עטליכע אינטערסאנטע לינקס:

אן אינטעראקטיווע IPA טעבעלע וואו מ'קען הערן א רעקארדינג פון יעדן קלאנג
https://www.ipachart.com/

נאך איינס וועלכע קומט אויך באגלייט מיט אנימאציעס וואו מ'קען זען ווי אזוי די אונטערשטע טיילן פונעם מויל קלאפן זיך אן אינעם אויבערשטן טייל
https://www.seeingspeech.ac.uk/ipa-char ... &speaker=1

און אויב ווילט איר טייפן IPA אותיות
https://westonruter.github.io/ipa-chart/keyboard/
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
אידיש גראמאטיק
שר העשר
תגובות: 17
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 08, 2020 1:38 pm

Re: דער אינטערנאציאנעלער פאנעטישער אלפאבעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידיש גראמאטיק »

וואוו! א הערליכן און פראכטפולן מייסטער ארבעט אויף תורת פאנעטיק, ממש הנאה געהאט, ש'כוח.

צוויי קליינע נקודות:
1. אידיש פארמאגט 4 (וואקאלישע) אויסריידן פארן אות א': גארנישט שלאפן, נאך, לאכן.
2. און 2 וואקאלן וואס באנוצן זיך מיטן אות י': שיף (קרום) = i , שיף (פארט אויפן ים) = ɪ.

וכן האסטו אויסגעלאזט די טראפנדיגע קאנסאנאנטן - נ' און ל',
ד"ה א קאנסאנאנט וואס טוט גלייכצייטיג אויך די ארבעט פון א וואקאל,
דעריבער שאפנדיג א טראף אן דער הילף פון אן אנדער וואקאל,
צב"ש: ע|סן, טרונ|קן, הי|מל, קע|מל.
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: דער אינטערנאציאנעלער פאנעטישער אלפאבעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

אידיש גראמאטיק האט געשריבן:וואוו! א הערליכן און פראכטפולן מייסטער ארבעט אויף תורת פאנעטיק, ממש הנאה געהאט, ש'כוח.

צוויי קליינע נקודות:
1. אידיש פארמאגט 4 (וואקאלישע) אויסריידן פארן אות א': גארנישט שלאפן, נאך, לאכן.

שלאפן און גארנישט איז אנדערש? כווייס נישט, קען זיין.
אידיש גראמאטיק האט געשריבן:2. און 2 וואקאלן וואס באנוצן זיך מיטן אות י': שיף (קרום) = i , שיף (פארט אויפן ים) = ɪ.

ריכטיג. כווייס נאר נישט צו דער חילוק איז /i/ און /ɪ/, אדער נאר אינעם לענג /ɪ/ און /ɪː/ (ː לייגט מען צו פאר לענגער)
אידיש גראמאטיק האט געשריבן:וכן האסטו אויסגעלאזט די טראפנדיגע קאנסאנאנטן - נ' און ל',
ד"ה א קאנסאנאנט וואס טוט גלייכצייטיג אויך די ארבעט פון א וואקאל,
דעריבער שאפנדיג א טראף אן דער הילף פון אן אנדער וואקאל,
צב"ש: ע|סן, טרונ|קן, הי|מל, קע|מל.

כ'האב נישט פארשטאנען פינקטליך. אפשר קענסטו צולייגן די אותיות אדער די דיאקריטישע־צייכנס (נקודות) פון דער IPA?
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: דער אינטערנאציאנעלער פאנעטישער אלפאבעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

שוין... אן אפדעיט. יישר כח @אידיש גראמאטיק פאר'ן אויפמערקן
אטעטשמענטס
IPA_chart_2020 vowels update.png
IPA_chart_2020 vowels update.png (156 KiB) געזען 1525 מאל
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: דער אינטערנאציאנעלער פאנעטישער אלפאבעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

נאך איין קליינע זאך וואס כ'האב פארגעסן אויסצושמועסן. דער דיאגראם פון די וואקאלן איז פשוט א זייטיג בילד פון דער צונג. ווי העכער א וואקאל איז אויפ'ן דיאגראם, מיינט דאס אז דאס ווערט ארויסגערעדט דורכ'ן האלטן די צונג העכער, (און אויטאמאטיש איז דאס מויל מער צוגעמאכט.) ווי נידריגער א וואקאל איז אויפ'ן דיאגראם מיינט דאס אז מ'האלט די צונג נידריגער. ווי מער צו רעכטס מיינט אז די צונג איז מער אריינגעשטעקט, ווי דערמאנט, אא"וו.
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5117
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: דער אינטערנאציאנעלער פאנעטישער אלפאבעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

וואה! דאס איז עפעס אויסערגעווענליך! א לעקציע אין קלאסישן פאנעטיק, אראפגעגעבן אזוי קלאר און מייסטערהאפטיג!

איך האב נישט געוואוסט אפילו אז מ'קען זיך אויסלערנען די אלע מאדנע פירקלערייען...
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אידיש גראמאטיק
שר העשר
תגובות: 17
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 08, 2020 1:38 pm

Re: דער אינטערנאציאנעלער פאנעטישער אלפאבעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידיש גראמאטיק »

למדן וצדיק האט געשריבן:
אידיש גראמאטיק האט געשריבן:וואוו! א הערליכן און פראכטפולן מייסטער ארבעט אויף תורת פאנעטיק, ממש הנאה געהאט, ש'כוח.

צוויי קליינע נקודות:
1. אידיש פארמאגט 4 (וואקאלישע) אויסריידן פארן אות א': גארנישט שלאפן, נאך, לאכן.

שלאפן און גארנישט איז אנדערש? כווייס נישט, קען זיין.

לכאורה דער זעלבער צווישנשייד ווי GOO מיט GOOD.
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: דער אינטערנאציאנעלער פאנעטישער אלפאבעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

אידיש גראמאטיק האט געשריבן:לכאורה דער זעלבער צווישנשייד ווי GOO מיט GOOD.

אה... כ'כאפ וואס דו מיינסט... כהער.
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: דער אינטערנאציאנעלער פאנעטישער אלפאבעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

אן IPA Reader. לייגט אריין סיי וואספארא ווארט מיט די IPA אותיות און ס'וועט עס אייך ארויסרעדן
http://ipa-reader.xyz/
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
פארשער
שר האלף
תגובות: 1847
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 16, 2009 7:20 pm

Re: דער אינטערנאציאנעלער פאנעטישער אלפאבעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשער »

Wow! און מזל טוב צום טויזענטער.
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: דער אינטערנאציאנעלער פאנעטישער אלפאבעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

פארשער האט געשריבן:Wow! און מזל טוב צום טויזענטער.

אה ברוכים תהיה! כהאב אפילו נישט באמערקט...
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
גיוואלדיג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 488
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 09, 2011 6:52 pm

Re: דער אינטערנאציאנעלער פאנעטישער אלפאבעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיוואלדיג »

זייער אן אינטערעסאנטע ארטיקל דאס. א חידוש צו קענען מסביר זיין אזא קאמפליצירטע זאך אזוי פשוט און גראד...
און אוודאי א גראטולאציע פאר דיין דערגרייכן דעם שר האלף טיטל...
רבי אלחנן וואסערמאן זי"ע:
ואין לטעות... כי כל הנגררים אחריהם מזרע עמלק הן, חלילה לאמר כן, כי הדברים אמורים כאן רק על ראשיהן ומנהיגיהם מוריהם ומדריכיהם כתבניהם ודרשניהם אלו הם מזרע עמלק... אבל כל ההמון הנספח עליהם מזרע ישראל הולכים אחריהם כבהמה בבקעה
בן צורישדי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 266
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 15, 2021 1:30 pm
לאקאציע: קדש ברנע

Re: דער אינטערנאציאנעלער פאנעטישער אלפאבעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן צורישדי »

א גרויסע שכח, זייער אינטערעסאנט
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: דער אינטערנאציאנעלער פאנעטישער אלפאבעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

יישר כח נאכאמאל פאר אלע וואס האבן זיך באדאנקט. צוויי תיקון טעות'ס:
1) דאס פלאץ פון ארטיקולאציע פון ח' איז Uvular, נישט Velar. ד"ה נישט [x] נאר אן אנדער אות וואס קומט נישט ארויף דא מיט דעם פאנט.
2) דער וואקאל פון געזאגט איז /ə/ נישט /ɘ/

פאלגנד זענען די פארראכטענע טעבעלעך
אטעטשמענטס
IPA_chart_2020 replaced w yid.png
IPA_chart_2020 replaced w yid.png (364.2 KiB) געזען 1330 מאל
IPA_chart_2020 vowels update.png
IPA_chart_2020 vowels update.png (157.91 KiB) געזען 1330 מאל
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: דער אינטערנאציאנעלער פאנעטישער אלפאבעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

דאס איז לכאורה מער א פינקטליכע דיסקריפציע פון וואקאלן אין אונזער היימישן אידיש. דאס וואס אלע שרייבן אז אידיש האט דעם וואקאל /ɔ/, מיינט דאס לכאורה ווי אזוי די אידן אין פוילן און אין ליטע פלעגן רעדן. זיי פלעגן ארויסזאגן די ווערטער, אבער, דארט, דורך, אד"ג, מיט מער א צאמגעצויגענע מויל, אביסל ווי מיר זאגן ארויס א קמץ. ענגלישע ווערטער וועלכע האבן דעם וואקאל זענען:
or, course, before, small, water, order, court, war, law, form, sort, all, door, north, support, short, lord, board, award, for, record.

איין ווארט וועלכע מיר זאגן לכאורה יא ארויס איז נאָר. קען זיין ס'איז דא נאך. מיר זאגן ארויס די ווערטער אבער, דארט, אד"ג, מער מיט אן אויסגעשפרייטע מויל. דאס איז דער וואקאל /ʌ/. ענגלישע ווערטער מיט דעם וואקאל זענען:
up, other, must, come, us, under, money, country, young, become, public, once, mother, among, thus, run, club, month, front, above, son, income, cup, blood, none.

אויך איז דא א חילוק צווישן ערשט, ווער, ער, און יעצט, רעכט, ווען, אא"וו, ווי אנגעצייכנט די צוויי IPA אותיות פאר די צוויי וואקאלן.

אינעם וואקאל /a/ איז דא א לענגערע פארעם און א קורצערע, היינט און האנט. צו פארצייכענען א לענגערע פארעם אין IPA, לייגט מען צו /ː/. אזוי אויך לכאורה אָן, מאל, דא, איז /u/, אזוי ווי די ענגלישע ווערטער
loose, soon, shoe, cool, tool.

וואס, שלאפן, זאגן, אד"ג, איז ווי פריערדערמאנט /ʊ/. דאס איז ווי די ענגלישע ווערטער
put, full, good, wood, could, would.
אטעטשמענטס
חסידיש אידיש וואקאלן.png
חסידיש אידיש וואקאלן.png (145.76 KiB) געזען 1272 מאל
לעצט פארראכטן דורך למדן וצדיק אום מיטוואך אפריל 28, 2021 1:20 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7810
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

Re: דער אינטערנאציאנעלער פאנעטישער אלפאבעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

למדן = יא, צדיק = העכסט ווארשיינליך

חכם ונבון = אה יעס!
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: דער אינטערנאציאנעלער פאנעטישער אלפאבעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

!/ʃkɔɪjəχ/
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”