שיכטן און קרייזן

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

אוועטאר
מאראליש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 329
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 23, 2021 2:11 pm

שיכטן און קרייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאראליש »

פון אלע שיכטן און קרייזן, דאס זענען זייער אפט גענוצע ווערטער וואס ווערן גענוצט ארויסצוברענגן אלע סארטן באשעפענישן וואס זענען אין די מדבר קאטאגאירע
וואס איך וויל פארשטיין איז אזוי, קרייזן מיינט לכאורה חסידישע, ליטווישע, ספרדים, אשכנזיש, עשרת השבטים, וכו'
וואס איז דאס שיכטן
ביטע אריינקומען מיט א קלארקייט אין די נושא
משהלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3051
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

Re: שיכטן און קרייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהלע »

פון אלע שיכטן און קרייזן מיינט יעדער וואס איז איינשטימיג מיט מיין שיטה אפילו ער דאווענט נאר איין מאל א וואך אין מיין בית מדרש....
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: שיכטן און קרייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

און יעדע קרייז איז דא אסאך שיכטן
רבנים
דיינים
מוץ’ן
שיינע אידן
הערליכע אידן
ראשי קהילה
אדמיניסטרעטער
גבאים
שמשים
גבירים
בעלי בתים
קיפקע פירער
גוט זאגער
ארבייטער
עמך אידן
ארעמילייט
משוגעים ...
דאס זענען שיכטן
און אין יעדע קרייז איז דא אייגענע פון די אלע אויבנדערמאנטע ווענגלייך זיי האבן אפשר אנדערע נעמען איבעראל
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: שיכטן און קרייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

שיכטן איז מלשון LAYER. לכאורה מיינט עס אלע לעוולען פון סאסייעטי. אין יעדן קרייז זענען דאך דא פארשידענע שטאפלען מענטשן: ארעם און רייך, פויערן און געלערנטע, ארבעטער און בעלי בתים וכדו'. יעדער קרייז איז צוזאמגעשטעלט פון כל מיני לעיערס און סארטן מענטשן. מען הערט אמאל א אויסדריק: יענער איז פון די העכערע שיכטן.. סאו אלע שיכטן און קרייזן מיינט: יעדער...

אזוי פארשטיי איך עס.


האקט
לעצט פארראכטן דורך פעיק ניוז אום זונטאג אפריל 25, 2021 1:34 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: שיכטן און קרייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

איך בין פון די 'הערליכע יודן' שיכט אין מיין קרייז!
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
אוועטאר
יש בו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4464
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

Re: שיכטן און קרייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש בו »

האט דאס עפעס צו טון מיט הבל'ס קרייז געריכטן?

----------------
די אשכול דארף ווען גיין אין שפראך פארום,
The Divided States Of America
אוועטאר
טעארעטישע פאקטן
שר האלף
תגובות: 1184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 5:43 pm
לאקאציע: צװישן טעאריע און פאקט

Re: שיכטן און קרייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעארעטישע פאקטן »

גאנץ פשוט, אױף הײמישן אידיש נוסח 2021 אידיש מײנט שיכטן ״לעיערס״, און קרײזן מײנט ״סירקעלס״,

אין כלל ישראל זענען דא אסאך ״לעיערס״ װי להבדיל א קעיק װאס איז בסך הכל אײן קעיק, אױב גרובסטו אבער ארײן איז עס צוזאמגעשטעלט פון עטליכע סארטן - ״שיכטן״, והנמשל פשוט הוא,

די זעלבע מיט ״קרײזן״, כלל ישראל באשטײט פון אײן גרױסע רינג - א משל דערצו איז אן עלעקטראנישער סירקוט ברעיקער, װאס באשטײט פון טױזנטער פיצינקע דעטאלן װאס גיבן ארױס פארשידענע פארמען, ״קרײזן״ פון ענערגיע, און פאר די שלימות פון די זאך פעלט אױס יעדע אײנס, און דורך אלע צוזאמען קומט ארױס אײן גאנצער פראדוקט, והנמשל מובן גם כן,

אין אײן װארט: ״כלל ישראל״ איז אײן גרױסע ״כלל״, צוזאמגעשטעלט פון אסאך קלענערע - און גרעסערע ״פרטים״ װאס אלע צוזאמען פארעמען אױס די הערליכע ״פראדוקט״ (אזױ צו זאגן) װאס מיר קענען אלס ״כלל ישראל״,

(נעקסטע מאל װען דער בעל דרשן װעט דראמאטיש אױסרופן: כלל ישראל פון אלע ״שיכטן״ און ״קרײזן״ װעט איר שױן בעסער פארשטײן װאס ער רעדט....)
אױב די פאקט שטימט נישט מיט דײן טעאריע - טױש די פאקט
אינטואציע איז א העכערע מתנה, שכל איז איר באדינער. אונזער געזעלשאפט איז מחשיב דעם באדינער, און פארגעסט פונעם מתנה (אלבערט אײנשטײן)
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”