א חרפה און א בושה. ווי שעמט מען זיך נישט צו ניצן דאס ווארט "וועבזייטל"?

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

מיגו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 481
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 11:33 pm

Re: א חרפה און א בושה? ווי שעמט מען זיך נישט צו ניצן דאס ווארט "וועבזייטל".

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיגו »

די קעפל פונעם אשכול איז א גוטער clickbait… חרפה? בושה? מאן דכר שמיה…

אבער דער טענה איז ריכטיג און זייט-פאר-סייט איז ווארשיינליך א גרייז און פלעגט מיך אויך נערווירן ווען די שרייבער אין די צייטונגען פלעגן שרייבן וועב זייטל. (היינט שטערט עס מיך ווייניגער זינט איך ליין ווייניגער צייטונגען).

וועבסייט איז גוט פאר מיר, פונקט ווי וועב איז גוט פאר דיר.

אויב זאל מען וועלן טוישן צו פלעין אידיש איז מיין הצעה אזוי


• נעץ ארט
אדער
• נעצארט
אין היברו העט מען עס מעתיק געווען
• נצרת
סענסיטיוו
שר חמש מאות
תגובות: 567
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 20, 2021 11:49 pm

Re: א חרפה און א בושה? ווי שעמט מען זיך נישט צו ניצן דאס ווארט "וועבזייטל".

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סענסיטיוו »

מיגו האט געשריבן:אין היברו העט מען עס מעתיק געווען
• נצרת

זיי וועלן נישט געבן די כבוד פאר די נוצרים...
למען לא ניגע לניק (ליפא)
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5120
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: א חרפה און א בושה. ווי שעמט מען זיך נישט צו ניצן דאס ווארט "וועבזייטל"?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

פראקטיש האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:איך האלט פונקט ווי גרשון אינעם דערמאנטן לינק:
גרשון האט געשריבן:איך גלייך דווקא יא וועבזייטל, הגם דו האסט מסתמא א נקודה אז ס'האט נישט עכט קיין פשט. למעשה איז דאס ווארט אריין אין לעקסיקאן, און ס'גיבט א אידישן שטעמפל, אנדערש ווי דאס ענגליש-קלינגנדע וועבסייט.

מ'קען אויך זאגן סתם "זייטל" -- דאס איז מסתמא דאס מערסטע אויסגעהאלטן לינגוויסטיש.

"געוועב-ארט" איז אן ארט וואו מ'וועבט...


דאס איז שוין טעם וריח. איינמאל מ'אגריעט אויפן יסוד קען שוין דערנאך יעדן שמעקן וועס ער גלייכט. איך וואלט נאך מסכים געווען אפשר מיט "זייט" אבער דאס "זייטל"? עפעס עפעס, עפעס רעגט דאס מיך אויף.

פרעגסט מיך? דאס בעסטע וואלט איך געוואלט "געוועב-ארט" אבער איך וואלט נאכגעגעבן אויף "געוועב-פלאץ".

דאס אז ס'האטס זיך שוין למעשה אריינגעכאפט העלפט מיר נישט, ספעציעל ווען דאס קומט פון די פרייע יודישיסטן.

באמת וואלט די "מעלות" אויסגאבע זיך געדארפט באפאסן דערמיט. נאר פאר פארשידענע סיבות גיין זיי ניטאמאל ארויפברענגען דאס ווארט אויף זייערער לעפצן.

מיז איך דא שטיין ווי א נאר אויפן מארק פרובירן צו פאררכעטן די וועלט.

כן דברת. קיינער איז נישט דערקעגן אויב וועסטו מצליח זיין עס צו טוישן. דערווייל איז ראטזאם פאר שרייבערס צו ניצן דאס ווארט וואס די ליינערס וועלן פארשטיין.

אגב, אן א שיעור ווערטער אין אלע שפראכן שטימען נישט לינגוויסטיש אויב גייט מען זיי נאך. אזוי גייט עס, שפראך איז א נאטירליכע זאך.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5634
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: א חרפה און א בושה. ווי שעמט מען זיך נישט צו ניצן דאס ווארט "וועבזייטל"?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

גרשון האט געשריבן:
פראקטיש האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:איך האלט פונקט ווי גרשון אינעם דערמאנטן לינק:
גרשון האט געשריבן:איך גלייך דווקא יא וועבזייטל, הגם דו האסט מסתמא א נקודה אז ס'האט נישט עכט קיין פשט. למעשה איז דאס ווארט אריין אין לעקסיקאן, און ס'גיבט א אידישן שטעמפל, אנדערש ווי דאס ענגליש-קלינגנדע וועבסייט.

מ'קען אויך זאגן סתם "זייטל" -- דאס איז מסתמא דאס מערסטע אויסגעהאלטן לינגוויסטיש.

"געוועב-ארט" איז אן ארט וואו מ'וועבט...


דאס איז שוין טעם וריח. איינמאל מ'אגריעט אויפן יסוד קען שוין דערנאך יעדן שמעקן וועס ער גלייכט. איך וואלט נאך מסכים געווען אפשר מיט "זייט" אבער דאס "זייטל"? עפעס עפעס, עפעס רעגט דאס מיך אויף.

פרעגסט מיך? דאס בעסטע וואלט איך געוואלט "געוועב-ארט" אבער איך וואלט נאכגעגעבן אויף "געוועב-פלאץ".

דאס אז ס'האטס זיך שוין למעשה אריינגעכאפט העלפט מיר נישט, ספעציעל ווען דאס קומט פון די פרייע יודישיסטן.

באמת וואלט די "מעלות" אויסגאבע זיך געדארפט באפאסן דערמיט. נאר פאר פארשידענע סיבות גיין זיי ניטאמאל ארויפברענגען דאס ווארט אויף זייערער לעפצן.

מיז איך דא שטיין ווי א נאר אויפן מארק פרובירן צו פאררכעטן די וועלט.

כן דברת. קיינער איז נישט דערקעגן אויב וועסטו מצליח זיין עס צו טוישן. דערווייל איז ראטזאם פאר שרייבערס צו ניצן דאס ווארט וואס די ליינערס וועלן פארשטיין.

אגב, אן א שיעור ווערטער אין אלע שפראכן שטימען נישט לינגוויסטיש אויב גייט מען זיי נאך. אזוי גייט עס, שפראך איז א נאטירליכע זאך.


יא און ניין.

שרייבערס און אדווערטייזערס דארפן טאקע צופרידן שטעלן זייערע קונדן, אבער גענוג און נאך נארמעס און טוישונגען אינעם געזעלשאפט קומען דורך די דירעקטע השפעה פון מידיא. און אונזער פאל האבן זיי אריינברענגט דעם גרייז ביים ציבור און זיי קענען דאס בייטן.
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

Re: א חרפה און א בושה. ווי שעמט מען זיך נישט צו ניצן דאס ווארט "וועבזייטל"?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

אוקיי חרפה און בושה איזט קלאר ווי די טאג, נישטא וואס צו קלערן, כ'מיין אנא נוליך חרפתינו ובשתינו, איך נרים ראשינו, סיז בבבבישששששעעעעסס. און כאמור, אויף דעם קעמעזעך אפילו נישט דינגען. (פארשטייצעך (באמת קעמען אפשר זאגן פארזיצעך, ער שטייט (נישט מלשון לאט, נאר מלשון עומד) דאך נישט, ער זיצטטעך) אז כ'רעדט נישט מלשון שכירות, נאר איידער מלשון התווכחות).

אלזא וואס ווילעך פרעגט אונזער אלטער חבר איך_הער, (יעך פלעג (גארנישט מיט פלעגן עז אין נורטשער) אים רופן יעמאלט בלשון חיבה: יאכער..) פון דער זייט (וואס? זייט עז אין צד, אדער אין since) זיצט דא אבי_מ'לעבט און קוקט מיט קנאה (אנע שנאה באכאשעם) צו זען צי יאכעל אויף די עלטער קענען ענטפערן א_ווי אין דע אמאלעדיגע צייטן. איז אזוי, יא, וואס ווילעך.

אהה דע אמת אז כאנאך נישט קייננננאאאאאנונג אויף וועלכיגע זייט כ'שטיי, שששא יגר'ל, דארפסט נישט שרייען אויף מיר, ווואס? כערנישט, וואס זאגט יענטאאש דארט? (נעעעעבעך, שוין געווען בעסערע צייטן מיט עמען, אזוי אינג אלט געווארן.) אה, ער געדענקט מיך נאך אין די ווינדלען... יאך געדענק אים 'שוין' אין די ווינדלען.
ווייגעוואלד וואס רעטמען דא? אהה יא וועגן חרפה ובושה, נעע שוין גערעדט, יא, מאשקע גערעכט. אהה יגר'ל איז גערעכט, כ'זיץ דעך, ווי קענעך זאגן, אז כ'ווייס נישט וועלעכיגע זייט כ'שטיי, בו בזמן (אויך מיר אן אויסדרוק, באלד העט מענאך מיינען כ'רעדט פון די אויסגאבע (נישט מלשון הוצאה והכנסה, דעס לאזעך פאר די מצות פון די זיפלאק בעגס,... (חחחח, לאך נישט אזוי יאנאש, ווייל כ'קעניש קומען צום ווארט,) נאר מלשון וואס? אוופס, וויאזוי קעמענעס מסביר'ן, אפשר קרעמער זז"ג קען דא ארויסהעלפן)) ווען כ'זיץ.

אויקיי, כ'ווייס נישט אויף וועלכיגע זייט כ'זיץ. דער'אטעך מיך אזוי באזייטיגט, אזש כ'מיין מ'עטעס רופן וועבסקיי.

שוין אוקיי.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”