עס טוט מיר וויי, רבותי וויינטס מיט מיר
די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער
- אונגארישער
- שר האלף
- תגובות: 1611
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 01, 2008 12:00 pm
- לאקאציע: אין שאראש פאטאק
ליפשיץ שרייבט:
דער אויסדרוק 'הנחה' קען גענוצט ווערן סיי אויף לייגן (להניח תפילין), סיי אויף אראפלייגן (המניח כד ברה"ר), סיי אויף רוען (וינח ביום השביעי) און סיי אויף איבערלאזן (הניח אחריו דורות ישרים). און כמובן ס'איז אלץ פון זעלבן שורש.
דער אויסדרוק "הניח אחריו דורות ישרים" איז אויך פעלערהאפטיג. ריכטיג איז "השאיר אחריו" (איבערגעלאזט). דער פראבלעם פון איבערטייטשן זאצן פון שפראך צו שפראך איז אן אלטער, און יעדעס מאל וואס א מענטש נוצט פונדאסניי אזא אויסדרוק (און עס איז נאכנישט "דשו בו רבים") איז דאס זייער לעכערליך און ´אמעראציש´.
- שמערי בערי
- מ. ראש הקהל
- תגובות: 9165
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
- לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
- פארבינד זיך:
ווינקל;
דו באציהסט זיך זיכער צום ערשטן פאראגראף. עס קוקט אויס ווי מאן דהוא האט אריינגערופן די לעצטע מינוט בעפאר דער צייטונג איז געגאנגען צום דרוק, און מען האט געמאכט ספיקער-פאון און א טייפיסט האט איבערגעקלאפט יעדע ווארט וואס יענער דבר'ט אן איבערקלערן אדער איבערקוקן אויב איין ווארט קלעבט צום פריערדיגן.
דו באציהסט זיך זיכער צום ערשטן פאראגראף. עס קוקט אויס ווי מאן דהוא האט אריינגערופן די לעצטע מינוט בעפאר דער צייטונג איז געגאנגען צום דרוק, און מען האט געמאכט ספיקער-פאון און א טייפיסט האט איבערגעקלאפט יעדע ווארט וואס יענער דבר'ט אן איבערקלערן אדער איבערקוקן אויב איין ווארט קלעבט צום פריערדיגן.
- שמערי בערי
- מ. ראש הקהל
- תגובות: 9165
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
- לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
- פארבינד זיך:
- יודל מענדלזאהן
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3111
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 09, 2008 4:19 pm
- לאקאציע: ואנה מפניך אברח?
שמערי בערי האט געשריבן:כ'האב מיר געמוזט דערמאנען פון דעם אשכול... זעהענדיג א קאסעטע (סידי בלע"ז) וועלכע איז לעצטנס ארויס געקומען, און די גרייזן גיסן זיך ווי מצה זאפט... א דוגמא, צו ספעלן ר' שלוימעלע'ס ניגון שפכי כמים אלס "שפחי כמאים"... און ענליכעס...
דאס איז נאך גוט. ווי איז ווען דער זינגער זינגט א ניגון אז ס'איז א שרעק אויסצוהערן,
1. ווייל דער ניגון ערלויבט נישט קיין ריכטיגן ווערטער אויסלייג,
2. דער טאן פאסט בכלל נישט פאר דיזע ווערטער,
3. דער ארויסרעד\הברה איז פראסט עם-הארצ'יש,
אא"וו, אזוי ווי עס מאכט זיך גאנץ אפט?
אנומלט איז ערשינען א פרישער אלבוים וואס נאכ'ן אויסהערן די ערשטע 5 לידער (איך בין פערצופאל געווען אין א געדולדיגע מוהט) האב איך עס אויסגעלאשן מיט'ן פלאן קיינמאל מער נישט אויסצוהערן. און ס'איז א שאד, ווייל דער זינגער האט אן אויסערגעווענליך שיין קול'כל און איך האב גאר ליב ווי אזוי ער זינגט. נו, וואזשע קען מען טוהן?
ייש"כ מר ווינקל פאר'ן צושטעלן אזעלכע זיסע לאַך-מאטעריאַל. דערצייל מיר ביטע, איז די צייטונג פון היי יאר? כ'מעג אפשר וויסן וועלכע'ס צייטונג דאס איז? (קען זיין אז דאס גייט אריין בגדר פאליטיק וואס מען טאר נישט דא דיסקוטירן?)
אקארשט געזען דעם אשכול, איך האב עס נישט אינגאנצען אדורכגעליינט מחוסר פנאי (אפשר עוד חזון), אבער איך האב שוין לאנג משלים געווען מיטן פאקט, אז יא, ליידער איז דער מצב היינט אז דער עולם יכול'ט נישט, און עם הארצות איז זייער אנגענומען, אויף גרויסע פלאקאטן וואס רופן דעם עולם צו מסיבות און טיי אוונטס און צו ריזיגע דינער'ס, קען זיין אזעלכע ספעלינג טעותים, און אזוי נישט גוט געשריבן, אז עס איז א שרעק.
איז נאך דא עפעס וואס מען קען טון אויסער מיטוויינען מיט מאשקע? (איך וואלט נישט געוואלט לכתחילה וויינען חודש אדר)
איז נאך דא עפעס וואס מען קען טון אויסער מיטוויינען מיט מאשקע? (איך וואלט נישט געוואלט לכתחילה וויינען חודש אדר)
- דער תהילים איד
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6438
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm
- דער תהילים איד
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6438
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm
ערנסטער האט געשריבן:מאשקע האט געשריבן:ער שרייבט "פרשס טרימה" אדער "לאכשען פאר דו זיף"
ריזיק!
ביי אונז אין ארץ ישראל די פראבלעם איז פונקט פארקערט - דא ווייסט מען צו שרייבן מער-ווינציקער ריכטיק (בפרט אויף לשון-קודש ), אבער מ'ווייסט נישט רעדן אויף קלארן אידיש און מ'מישט אריין א סך העברעישע ווערטער (בנוסח פון: "דער שאמוינ'ער נהג האט א כתום'ע כובע").
איינע פון די פראבלעמען אין אידיש, אבער נישט דער עיקר.
אין ארץ ישראל קען מען בלויז העברעיש, ווען ס'קומט צו לשון הקודש, ווער שרייבט דארט לשה"ק? זייער זייער ווייניג.
וואס אנבאלאנגט אידיש, אוי... דאס איז פארקריפלט און פארדרייט, דאס עם-הארצות אין אידיש איז שרעקליך, אפילו ביי אידיש רעדנדע, לייענטס אמאהל די מעלדונגען, ארטיקלען, בראשורן, סיי אין ספעלינג און סיי אין עצם שפראך, אפגערעדט פונעם ענגן Vocabulary (ווי הייסט עס אין אידיש?).
זייער ווייניג קענען געהעריג אפשרייבן אן עכט אידיש ארטיקל.
לעצט פארראכטן דורך בעאבאכטער אום דינסטאג אקטאבער 23, 2012 3:33 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
ווינקל האט געשריבן:טענק יו שמערי פארן אויפברענגן דעם אשכול.
לכבוד ניטל האבן מיר דאס דורכגעלעזן מתחלתו עד סופו, געלאכט און געוויינט כפי הענין.
איך האב הנאה געהאט צו זען אז כ'בין נישט דער איינציגסטער וואס קרענקט די טעותים.
א דוגמא פון שרייבעריי.
נישט קיין סאך ספעלינג מיסטעיקס. ווער פארשטייט וואס דא שטייט?
"באוויסט" איז טאקע נישט קיין ספעלינג מיסטעיק, ס'איז פשוט "וויסט"...
בכבוד רב
דער "אינגערמאן"
נ.ב. קען דאס נישט ארויסנעמען פון די געשיר?
מאנ-יימער האט געשריבן:איך האב מיר אלץ געווינדערט וויאזוי איז מעגליך צו שרייבן 'נח' מיט זיבן גרייזן, ליינענדיג דאס פארשטיי איך אז ס'איז מעגליך.
אגב, פאר דער וואס מוטשעט זיך צו געפינען די זיבעטע גרייז, איין גרויסן גרייז איז דער עצם שפריכווארט. פאר קינדער וואס לערנען זיך שרייבן, מאהלט מען קרייזן, און דער ווארט נח האט זיבן קרייזן. פון דאנען נעמט זיך עס.
. . . .
. . . .
- יוסף שרייבער
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4589
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 23, 2010 4:24 pm