שמאטע האט געשריבן:חחח #בימבאשטעטנער...
קרעדיט: אלד ווילאמסבורג
די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער
די דעמאקראטן האבן געהאפט אז מוללער וועט רעדן מיט באק-ציינער, און ער וועט ארויסשטעלן פרישע סטעיטמענטס, וואס זיי וועלן קענען נוצן אנצוהייבן אימפיטשמענט פראצעדורן קעגן פרעזידענט טראמפ. אנשטאט האט מוללער גערעדט מעלאנכאליש, שוואך און מיט האלבע ווערטער
יין ישן האט געשריבן:ווייס איך נישט אויב דאס איז דער ריכטיגע אשכול דערפאר, אבער כ'האב היינט געליינט אין 'טעגליכער דער איד' א ווארט 'מעלאנכאליש' עמיצער ווייסט דער באדייט פון דעם ווארט? די ערשטע מאל איך טרעף מיך אן דערמיט.די דעמאקראטן האבן געהאפט אז מוללער וועט רעדן מיט באק-ציינער, און ער וועט ארויסשטעלן פרישע סטעיטמענטס, וואס זיי וועלן קענען נוצן אנצוהייבן אימפיטשמענט פראצעדורן קעגן פרעזידענט טראמפ. אנשטאט האט מוללער גערעדט מעלאנכאליש, שוואך און מיט האלבע ווערטער
איך פארשטיי אויך אזוי. אבער איך בין נייגעריג צי ס'שטאמט נישט פון קיין טעות.שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן: ↑דינסטאג אפריל 18, 2023 10:23 amבאלקאן איז א פארטש. באלקן איז א ביעם.
אינטערעסאנט, פארוואס טאקע? מעגליך ווייל די הויכע בערג דינען דעם זעלבן צוועק ווי א גאלאריע מיט א גוטן אויסקוק. איינער וואס שטייט אין צפת אדער מירון קען קוקן צענדליגער מיילן צו אלע ריכטונגען.שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן: ↑דינסטאג אפריל 18, 2023 4:41 pmמעגליך ענדגילטיג פון גליל, די צפון ראיאן אין ארץ ישראל.
נישט דא אזא זאך ווי א טעות, ווען עס קומט צו שפראך. אין איטאליעניש האט מען אנדערש מדגיש געווען אויף די וואקאלן און אזוי האט זיך די ווארט אנטוויקלט אין איטאליעניש. אזוי קומט דאס און אזוי איז ריכטיג.המברך יתברך האט געשריבן: ↑דינסטאג אפריל 18, 2023 5:13 pmוואס איך מיין צו זאגן מיט "טעות" איז, אז אויב ס'איז דער זעלבער שורש, וואס איז די סיבה פון טוישן ספעלינג? ס'האט זיך נישט געטוישט פון שם דבר צו פעולה וכדומה, אז ס'זאל מאכן סענס גראמאטיש.
איך קען אוודאי באשטיין.שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן: ↑דינסטאג אפריל 18, 2023 5:47 pmנישט דא אזא זאך ווי א טעות, ווען עס קומט צו שפראך. אין איטאליעניש האט מען אנדערש מדגיש געווען אויף די וואקאלן און אזוי האט זיך די ווארט אנטוויקלט אין איטאליעניש. אזוי קומט דאס און אזוי איז ריכטיג.המברך יתברך האט געשריבן: ↑דינסטאג אפריל 18, 2023 5:13 pmוואס איך מיין צו זאגן מיט "טעות" איז, אז אויב ס'איז דער זעלבער שורש, וואס איז די סיבה פון טוישן ספעלינג? ס'האט זיך נישט געטוישט פון שם דבר צו פעולה וכדומה, אז ס'זאל מאכן סענס גראמאטיש.
באמת איז די נקודה דא, צו דיסקוסירן די נוצליכקייט און אויסגעהאלטנקייט פון די ווערטער וואס מאנכע פרובירן אריינצוברענגען.קוואל וואסער האט געשריבן: ↑דינסטאג אפריל 18, 2023 6:01 pmצי עס קומען אריין נייע ווערטער פון ענגליש קיין אידיש? יא, בעיקר אין די מאמענט מעגעזין. דארף נישט ווערן א גאנצע היציגע וויכוח. פשוטע מציאות ווער עס ליינט אז די שרייבערס דארטן האבן א דגוש אויף די זאך.
אבזערוואצישע *אבזערווירנדעshalsheles האט געשריבן: ↑דינסטאג אפריל 18, 2023 8:33 amאיז דאס א נייע ווארט? אדער שטימט בכלל נישט גראמאטיש?2690E3FD-9D99-4620-B2E8-90FC128BF9B9.jpeg
*איינצלהייטליכט...פייבל שרגא האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 06, 2023 11:45 amא נייע ווארט וואס איך דענק פלעגט נישט באנוצט ווערן אין די אידישע שפראך.
דעטאלירט
דאס קומט פארשטעדליך פון די ווארט Detail.
קען מען נישט נוצן די ווארט ״איינצלהייטן*״ אדער עפעס אנדערע אידישע ווערטער אנשטאט?
דאס איבעלט מיר געפערליך.
דעטאל געהערט נישט אויסשליסליך צו ענגליש, מ'טרעפט עס אין כמעט אלע גערמאנישע, סלאווישע און ראמאנישע שפראכן.פייבל שרגא האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 06, 2023 11:45 amא נייע ווארט וואס איך דענק פלעגט נישט באנוצט ווערן אין די אידישע שפראך.
דעטאלירט
דאס קומט פארשטעדליך פון די ווארט Detail.
קען מען נישט נוצן די ווארט ״איינצלהייטן״ אדער עפעס אנדערע אידישע ווערטער אנשטאט?
דאס איבעלט מיר געפערליך.