וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

גרשון האט געשריבן:
א טענצל! האט געשריבן:וואס איז א plantation אויף אידיש

איינפלאַנצונג? איינגעפלאַנצטע פעלד?

אין ווערטערבוך שטייט פּלאַנטאַציע (אין דייטש זאגט מען פּלאַנטאַזשע). ס'איז מסתמא נישט דא עפעס אנדערש אויב מ'וויל טייטשן פינקטליך. אין לשון חז"ל איז עס בקעה.

ענליכע ווערטער זענען דאָרף אדער גוט.

גוט איז מיט וא"ו? גיטער איז זיכער מיט א יו"ד.
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

ממוצע האט געשריבן:

יא, אזוי ווי שוך-שיך, נוס-ניס, פוס-פיס, און נאך אסאך ווערטער.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

ש'כח.
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

יידישע קהילות האט געשריבן:
היכי תמצא האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:
הבוחר בטוב האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:איך האב געוואלט דא שרייבן דאס ווארט milestone אויף יידיש. איך האב נישט געטראפן דער ריכטיגער איבערזעצונג.
.

באדייטנדע דערגרייכונג

דיין איבערזעצונג איז זיכער (definitely וויזוי זאגט מען עס??) א "באדייטנדע דערגרייכונג", אבער נישט קיין "מילשטיין"!

זאגאר?

זאגאר = אפילו

איז נישט זאגאר צוזאמגעשטעלט פון 2 ווערטער "אזוי - גאר" ?
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

עירוב תבשילין האט געשריבן:איז נישט זאגאר צוזאמגעשטעלט פון 2 ווערטער "אזוי - גאר" ?

viewtopic.php?p=2591164#p2591164
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

האמיר דא צוויי באזונדערע ווערטער פאר די ענגלישע side-effects:

אנעים זמירות האט געשריבן:איך און מיין ווייב האבען גענומען אסטראזעניקא, און מיין בחור פייזער. איך האב בכלל נישט געהאט קיין נעבען-ווירקונגען, און זיי האט אביסעל ווייגעטוהן דעם האנט פאר א טאג צוויי.

גרשון האט געשריבן:ערשטע דאזע מאדערנע אסרו חג סוכות. געהאט ארעם ווייטאג צוויי טעג און אביסל פיבערדיג איין טאג.

איך האף בקרוב צו נעמען די צווייטע. דער רופא חולים זאל העלפן ס'זאל נישט זיין קיין זייטן-ווירקונגען.

כ'האב פון ביידע קיינמאל געהערט, איצט האב איך שוין צוויי פאר די פרייז פון איינס.
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

היכי תמצא האט געשריבן:האמיר דא צוויי באזונדערע ווערטער פאר די ענגלישע side-effects:

אנעים זמירות האט געשריבן:איך און מיין ווייב האבען גענומען אסטראזעניקא, און מיין בחור פייזער. איך האב בכלל נישט געהאט קיין נעבען-ווירקונגען, און זיי האט אביסעל ווייגעטוהן דעם האנט פאר א טאג צוויי.

גרשון האט געשריבן:ערשטע דאזע מאדערנע אסרו חג סוכות. געהאט ארעם ווייטאג צוויי טעג און אביסל פיבערדיג איין טאג.

איך האף בקרוב צו נעמען די צווייטע. דער רופא חולים זאל העלפן ס'זאל נישט זיין קיין זייטן-ווירקונגען.

כ'האב פון ביידע קיינמאל געהערט, איצט האב איך שוין צוויי פאר די פרייז פון איינס.

באמת ווייס איך אויך נישט פון וואו דאס ווארט קומט... ערגעץ האב איך עס מסתמא אויפגעכאפט.

איך זע יעצט אז "נעבן ווירקונג" (אדער "נעבן עפעקט") איז דייטש. אינעם יידישן ווערטערבוך שטייט בייעפעקט.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
הבוחר בטוב
שר האלף
תגובות: 1004
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 12, 2015 3:31 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הבוחר בטוב »

איך וואלט צוגעלייגט א דריטע צו-ווירקונגען
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

גרשון האט געשריבן:
היכי תמצא האט געשריבן:האמיר דא צוויי באזונדערע ווערטער פאר די ענגלישע side-effects:

אנעים זמירות האט געשריבן:איך און מיין ווייב האבען גענומען אסטראזעניקא, און מיין בחור פייזער. איך האב בכלל נישט געהאט קיין נעבען-ווירקונגען, און זיי האט אביסעל ווייגעטוהן דעם האנט פאר א טאג צוויי.

גרשון האט געשריבן:ערשטע דאזע מאדערנע אסרו חג סוכות. געהאט ארעם ווייטאג צוויי טעג און אביסל פיבערדיג איין טאג.

איך האף בקרוב צו נעמען די צווייטע. דער רופא חולים זאל העלפן ס'זאל נישט זיין קיין זייטן-ווירקונגען.

כ'האב פון ביידע קיינמאל געהערט, איצט האב איך שוין צוויי פאר די פרייז פון איינס.

באמת ווייס איך אויך נישט פון וואו דאס ווארט קומט... ערגעץ האב איך עס מסתמא אויפגעכאפט.

איך זע יעצט אז "נעבן ווירקונג" (אדער "נעבן עפעקט") איז דייטש. אינעם יידישן ווערטערבוך שטייט בייעפעקט.

אזוי צי אזוי, איז גוט צו האבן א ווארט צוויי דערויף ווייל ביז איצט האב איך זיך געמוזט באניצן מיט'ן פאראידישטע סייד-עפעקטס.

אבער איצט בין איך געוואר געווארן אז ס'דא כאטשיג פיר אינעם אידישן לעקסיקאן.
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9997
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

היכי תמצא האט געשריבן:כ'האב פון ביידע קיינמאל געהערט, איצט האב איך שוין צוויי פאר די פרייז פון איינס.

זייט ווירקונגען איז גאנץ א נוצבארער טערמין.
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

הלבלר בקולמסו האט געשריבן:
היכי תמצא האט געשריבן:כ'האב פון ביידע קיינמאל געהערט, איצט האב איך שוין צוויי פאר די פרייז פון איינס.

זייט ווירקונגען איז גאנץ א נוצבארער טערמין.

בין איך פשוט געווען אומ-וויסענד.
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17775
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

הלבלר בקולמסו האט געשריבן:
היכי תמצא האט געשריבן:כ'האב פון ביידע קיינמאל געהערט, איצט האב איך שוין צוויי פאר די פרייז פון איינס.

זייט ווירקונגען איז גאנץ א נוצבארער טערמין.
קינדער
שר העשר
תגובות: 14
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 24, 2017 4:45 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קינדער »

וויאזוי זאגט מען 'כמעט' אין אידיש?
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17775
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

קינדער האט געשריבן:וויאזוי זאגט מען 'כמעט' אין אידיש?

כמעט, באלד
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

קינדער האט געשריבן:וויאזוי זאגט מען 'כמעט' אין אידיש?

כמעט אין 'אידיש' איז........... "כמעט"!
אוועטאר
יצחק טובי'
שר האלף
תגובות: 1348
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 01, 2021 8:45 am

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק טובי' »

קינדער האט געשריבן:וויאזוי זאגט מען 'כמעט' אין אידיש?

ווענדט זיך וואו, אין טייל פעלער קען מען עס טייטשן אלס אט.
טאהש'ער אייניקעל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 287
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 31, 2021 5:02 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאהש'ער אייניקעל »

קינדער האט געשריבן:וויאזוי זאגט מען 'כמעט' אין אידיש?

אין טייל פעהלער וועט זיין קוים
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6376
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

איך לויף יעצט איבער דעם אשכול צום ערשטן מאל, און זעה פארשידענע הגהות אין די לעצטע 2-3 יאר.
כבין נישט דער גרויסער עקספערט אין אידיש שרייבן בכלל, איך פארשטעק מיך פאר די גאונים דא, אבער אפאר הערות וואס קומט מיר אין קאפ וועל איך שרייבן און מען קען מיר מתקן זיין אויב בין איך נישט גערעכט.

יש בו האט געשריבן:ווי אזוי זאגט מען אויף אידיש "על כל פנים" "at least"

דאס איז א באקאנטע וועלטס טעות לדעתי, פארוואס נוצט מען די ווערטער "עכ"פ" צו זאגן אמווייניגסטנס? עס קומט צו זאגן "לכה"פ".

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
פאר'מוח'ט האט געשריבן:ווי אזוי זאגט מען די ווארט 'הגם' אין אידיש (צום ביישפיל: הגם, ס'טוט זיך דאס און דאס...)

טראץ, אדער כאטש.

אין ליכט שטראלן נוצט ר' אלי' שטיינבערגער ז"ל דעם ווארט "אויבצוואר"...
אז מען רעדט שוין, וואס איז דער אידישער ווארט פאר "אולם" - און איך מיין נישט א זאל. נאר ווי דער פסוק "ואולם שם העיר לראשונה לוז".
אין זייער אסאך תשובה ספרים טרעפט מען פאראגראפן זיך אנהייבן מיט דעם ווארט. האט עס א שייכות מיט דעם ווארט "הגם"?

דאנציגער האט געשריבן:
מוכר ספרים האט געשריבן:אין לשה"ק ווען מען הייבט אן א פרישע נקודה, איז דא דער ווארט "והנה". עס קומט געוואלדיג קלאר אריין.
אבער אין אידיש? ווערט א פראבלעם! גיי שרייב "אט", עס איז דאך בכלל נישט מסתבר!
א פראבלעם.

אלזא, אלזו
אין העברעאיש 'ובכן', אין ענגליש 'וועל'

ובכן, והנה, אמנם, אולם, וכדומה, זענען אלע געשמאקע ווערטער אנצוהייבן פאראגראפן אין לשה"ק, מיט א נישט גוטע איבערטייטש אין אידיש (חוץ אלזא).
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

דניאל, גערעכט. ס'דא א חילוק צווישן "על כל פנים" און "לכל הפחות"

ס'נאר אז אין ענגליש נוצט מען די ווארט at least אין ביידע פעלער וואו מיר וואלטן גענוצט 'עכ"פ, לכה"פ, כאטשיג'.

ביישפיל: "די ביימער זענען נאך גרין, עכ"פ דא וואו איך וואוין"
"the trees are still green, at least where I live"

ביישפיל: "קענסט מיר געבן 'לכה"פ/כאטשיג' דריי טעג"
"can you give me at least three days"

'ואולם' מיין איך איז משפחה מיט די לשון קודש'דיגע 'אולי'. 'טאמער/אויב/אפשר/מעגליך'.

'הגם' אויף ענגליש וואלט איך געזאגט albeit/although/even though. אין אידיש קען מען זאגן 'ווען אויך', 'ווענגלייך', 'דאך', 'טראץ', 'טראצדעם'

'והנה' מיין איך אז מ'קען אויך נוצן 'און איצט', 'איצטערט' ווען מ'וויל אנהייבן א נייע נושא.
אוועטאר
פאר'מוח'ט
שר האלפיים
תגובות: 2025
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאר'מוח'ט »

היכי תמצא האט געשריבן:
'ואולם' מיין איך איז משפחה מיט די לשון קודש'דיגע 'אולי'. 'טאמער/אויב/אפשר/מעגליך'.

.

פון וואנעט נעמט איר דאס?
די חכמה איז נישט וואס מען זאגט יא, נאר וואס מען זאגט נישט.
הבוחר בטוב
שר האלף
תגובות: 1004
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 12, 2015 3:31 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הבוחר בטוב »

אולם-אבער.
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5418
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

איז דא סיי וועלכע אידישע פראגראם ווי א וןערטערבוך, גראמאטיק?
שויתי ה' לנגדי תמיד
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

פאר'מוח'ט האט געשריבן:
היכי תמצא האט געשריבן:
'ואולם' מיין איך איז משפחה מיט די לשון קודש'דיגע 'אולי'. 'טאמער/אויב/אפשר/מעגליך'.

.

פון וואנעט נעמט איר דאס?

פון קאנטעקסט
הבוחר בטוב האט געשריבן:אולם-אבער.

טעיתי
אוועטאר
קאמעץ בארד
שר האלפיים
תגובות: 2775
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 05, 2021 5:51 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמעץ בארד »

ארטסקרול נוצט דעם "אולם" ווען זיי ברענגען איין פשט (געווענדליך די מער פשוט'ע) און נאכדעם שרייבן זיי "אולם עיין ב...." פאר א צווייטע פשט.
כ'מיין אז געווענליך נוצט מען דאס טאקע אין דעם קאנטעקסט.
ווי די ענגלישע however.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35241
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

הבוחר בטוב האט געשריבן:אולם-אבער.

לויטן רד"ק אין שרשים איז אולם טייטש אזוי ווי "אין אמת'ן אריין".
אטעטשמענטס
Capture.PNG
Capture.PNG (7.68 KiB) געזען 699 מאל
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”