וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

צו געזונט האט געשריבן:נישט דא שטייט בעסער ווען מען זאגט איינעם, קום נישט דא

דאס איז זיכער. "נישטא" אין דעם קאנטעקסט וואלט געווען א גרייז.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

פּשוט און פּראָסט האט געשריבן:בד״װ, װיאזױ איז די ׳נ׳ ארױסגעװאקסן אין ׳סטאנציע׳? װאלט דאך לכאו׳ געדארפט זײן ׳סטאציע׳ אזױ װי station, נישט אזױ?

קודם כל איז עס נישט קיין קשיא. אידיש איז שוין אלט הונדערטער יארן און האט אנטוויקלט ווערטער פונקט ווי ענגליש. די ענליכקייט צווישן די צוויי איז ווייל ביידע שטאמען פון דייטש, נישט ווייל אידיש שטאמט פון ענגליש. דאס איז אויסער די אמעריקאניזמען אין אידיש, וואס באשטייט פון א קליינעם חלק אין דער שפראך וואס האט זיך אנטוויקלט אין אמעריקע פון ענגליש.

פון וואו דער נ' קומט ווייס איך נישט. אבער מ'קען אפשר שפעקולירן אז ס'קומט פון פראנצויזיש (פון וואו ענגליש האט גענומען דאס ווארט), וואו מ'זאגט עס ארויס מיט א שטיקל נאַזאַלן נ' (א נ' וואס קומט פון דער נאז, אזוי ווי אין קלאנג).
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
פּשוט און פּראָסט
שר האלף
תגובות: 1327
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 2:11 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פּשוט און פּראָסט »

א גרױסן ײש״כ ר׳ גרשון, כ׳האב זײער הנאה פון די רײכע ידיעות דא
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

ווי אזוי זאגט מען וויירוס STRAIN אויף אידיש?
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

היכי תמצא האט געשריבן:ווי אזוי זאגט מען וויירוס STRAIN אויף אידיש?

צום ערשט דער באדייט דערפון אין ענגליש:
a natural or cultured variety of a microorganism with a distinct form, biochemistry, or virulence.

דאכט זיך אז ס'איז נישט דא קיין גענויע טייטש דערויף אין אידיש. אלזא "סטרעין".
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

ס'זענען דא וואס ניצן 'ווערסיע' פאר דעם. כאטש ס'איז נישט דער פונקטליכער אפטייטש.
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

ממוצע האט געשריבן:ס'זענען דא וואס ניצן 'ווערסיע' פאר דעם. כאטש ס'איז נישט דער פונקטליכער אפטייטש.

יא, איך ווייס נישט צו ס'איז אזוי גוט ווייל אויב דארף מען נוצן דעם ווארט 'ווערסיע' אנשטאט VERSION אין דעם זעלבן פאראגראף, קען מען ווערן א ביסל צימושט.
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

ממוצע האט געשריבן:ס'זענען דא וואס ניצן 'ווערסיע' פאר דעם. כאטש ס'איז נישט דער פונקטליכער אפטייטש.

ש'כח ר' גרשון
יואל שרייבער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3677
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל שרייבער »

וויאזוי זאגט מען horizontal און vertical אין אידיש?
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

יואל שרייבער האט געשריבן:וויאזוי זאגט מען horizontal און vertical אין אידיש?

דאס זעלבע -- האריזאנטאל און ווערטיקאל. צומאל קען מען ניצן ערב און שתי.

(ווי האט יענער געזאגט, טשאלנט נעמט א ווערטיקאלן מענטש און מאכט אים האריזאנטאל...)
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

יואל שרייבער האט געשריבן:וויאזוי זאגט מען horizontal און vertical אין אידיש?

די בעסטע וואס איך האב געהערט איז "פון ארויף אראפ" און "פון זייט צו זייט". פארשטייט זיך אז דאס איז נישט דעם באמת'ן אפטייטש נאר אן אפטייטש פונעם פירוש הדברים

היכי תמצא האט געשריבן:

אנטשולדיגט כ'האב יעצט געזעהן אז גרשון האט שוין בעסער מסביר געווען
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10694
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

כ'האב נישט איבערגעקוקט די גאנצע אשכול אויב מ'רעדט שוין דערפון.
וויאזוי זאגט מער ?
אונז האבן ? אדער מיר האבן ? אונז האבן מיר ? אדער פשוט אונז האמיר ?
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

eller האט געשריבן:כ'האב נישט איבערגעקוקט די גאנצע אשכול אויב מ'רעדט שוין דערפון.
וויאזוי זאגט מער ?
אונז האבן ? אדער מיר האבן ? אונז האבן מיר ? אדער פשוט אונז האמיר ?

מיר האבן.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
קלאנג
שר האלף
תגובות: 1957
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2020 11:50 pm

ווי אזוי איז ריכטיג?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאנג »

ארבעל, ארמעל אדער ערמעל?
וקול התור נשמע בארצנו
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35241
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

היכי תמצא האט געשריבן:ווי אזוי זאגט מען וויירוס STRAIN אויף אידיש?

ריכטיג וואלט געווען "שטאם".

פון דארט קומט עס מיסודו.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
יואל ווייס
שר האלף
תגובות: 1213
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 28, 2009 9:25 am
לאקאציע: אין גוטע הענט, ב"ה

Re: ווי אזוי איז ריכטיג?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל ווייס »

קלאנג האט געשריבן:ארבעל, ארמעל אדער ערמעל?

ארבל
__________________________________
This signature was intentionally left blank
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

גרשון האט געשריבן:
היכי תמצא האט געשריבן:ווי אזוי זאגט מען וויירוס STRAIN אויף אידיש?

צום ערשט דער באדייט דערפון אין ענגליש:
a natural or cultured variety of a microorganism with a distinct form, biochemistry, or virulence.

דאכט זיך אז ס'איז נישט דא קיין גענויע טייטש דערויף אין אידיש. אלזא "סטרעין".

אלע ציייטונגען נוצן וועריאנט
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35241
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: ווי אזוי איז ריכטיג?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

קלאנג האט געשריבן:ארבעל, ארמעל אדער ערמעל?

אין טייל פלעצער זאגט מען "ארבל" אין אנדערע "ערמל", ביידע זענען ריכטיג.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
קלאנג
שר האלף
תגובות: 1957
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2020 11:50 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאנג »

ליכט אדער לעכט?
וקול התור נשמע בארצנו
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

קלאנג האט געשריבן:ליכט אדער לעכט?

ליכט, ארבל.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
תיקו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 490
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 22, 2020 11:00 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תיקו »

בריוון אדער בריוו פאר א סאך
זאגט די הייליגע קדשת לוי פאר וואס תשבי נישט משה ?
ווייל תשבי לעבט אין אונזער דור און ווייסט אונזער ניסיונות
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

דאס ריכטיגע ווארט איז בריוו, אבער היינט שרייבן אויך א סך בריוון.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
הערינג מיט ברוינפען
שר שלשת אלפים
תגובות: 3578
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 08, 2020 10:41 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערינג מיט ברוינפען »

גרשון האט געשריבן:דאס ריכטיגע ווארט איז בריוו, אבער היינט שרייבן אויך א סך בריוון.

pun
די עזה מיליטער האט פיר אפטיילונגען, די קאמאנדא איינהייט, פיס זעלנער איינהייט, ראקעט און מיסיל שיסער איינהייט, און די יומען שיעלד איינהייט.
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

farshlufen האט געשריבן:
היכי תמצא האט געשריבן:ווי אזוי זאגט מען וויירוס STRAIN אויף אידיש?

ריכטיג וואלט געווען "שטאם".

פון דארט קומט עס מיסודו.

ווי אזוי נוצט מען עס? "דאס איז א נייע שטאם פון די וויירוס"?
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”