"נייע" ווערטער וואס קומען אריין אין אונזער לעקסיקאן

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

מזל מידיע
שר האלף
תגובות: 1593
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

Re: "נייע" ווערטער וואס קומען אריין אין אונזער לעקסיקאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מזל מידיע »

בס"ד

כמים.....!

דארפסט שרייבן אפטער, ווייסט נישט ווי גוט דו זאגסט.

אבער די סארט "כן-KEN" האב איך נאך נישט געהערט, קען (נאו פּאן אינטענדעט ודי) זיין אין מיין ארביט דרייען נישט אזעלכע היינטגעזעסענע.
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו [email protected].
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5120
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: "נייע" ווערטער וואס קומען אריין אין אונזער לעקסיקאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

:lol:
פיינע שפראך דער. הגם ס'באלאנגט מער אין קרעטשמע ווי אין שפראך פארום.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
כמים שאין להם סוף
שר האלף
תגובות: 1310
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 18, 2019 4:30 pm

Re: "נייע" ווערטער וואס קומען אריין אין אונזער לעקסיקאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כמים שאין להם סוף »

כמים שאין להם סוף האט געשריבן:ווי מער די יארן מערן זיך און די ווייסע האר זאמלען זיך פארברייטערט זיך אויך מיין לעקסיקאן. מיט יעדן פארבייגייענדן יאר קומען צו ווערטער און שפריך ווערטער וועלכע קווארטירן זיך באקוועם אין דער אידישער שפראך ווי זיי וואלטן ווען געווען אלט געזעסענע תושבים אז מיט דער צייט פארגעסט מען אמאל אז די וועלט האט עקזיסטירט אן זיי און מ'ווייסט ניטאמאל וויאזוי מ'האט זיך געקענט ספראווען אן זיי צו דער האנט.

~נעקסט לעוועל~
וויי פאר מיר פאר'ן פארטאכלעווען מיינע יוגנט יארן אן קיין נעקסט לעוועל. ערגעץ לעצטנס האב איך מיך אויסגעלערנט דעם ווארט און מיין לעבן איז צעטיילט, פאר דעם איז אלעס געווען אין א פריערדיגן לעוועל און יעצט איז דא א נעקסט לעוועל. די קוגל איז נעקסט לעוועל, די קומזיץ איז נעקסט לעוועל, האלא נעקסט לעוועל, אויב גייט דורך א טאג וואס עפעס איז נישט געווען נעקסט לעוועל דארף מען זיך גיין אונטערזוכן. אפילו נעקסט לעוועל איז שוין נעקסט לעוול. אמאל קען מען עס נוצן סתם אלס א פיל אין, וואס איז נייעס? נעקסט לעוועל? הע?

~כן!~
יא דער באנעבעכצטער עבריתישער כן האט באקומען א נייעם באדייט היי יאר. בעסער איז ווען ס'קומט אין פארעם פון א טעקסט מעסעדזש אין ענגליש אזוי: ken. געווענליך קומט עס אן פון א ריפערישע נעפיו וואס האט נאר א פליפ פאן און ענטפערט אלעס מיט אזא קאצקישע ס'ע נייעס שפראך. ס'איז מער נישטא קיין יא, אלעס איז כן, אדער "קען" פאר ווער ס'כאפט נישט. האסט געפיילט פאר אנעפלוימענט? ken! פארסט קיין פלארידא היי יאר פסח? כען! למעשה האסטו נישט קיין דזשאב... [זויערע פנים] כן.
אין א שמועס קומט עס מיט ספעציעלע טראפ, כן בנוסח האלא ביזט פארנארט, אדער כן א ברירה האב איך, אדער כן שוין ווייטער נישטא קיין רויטע מילך פאר די קאפי, אדער כן כאדיר נישט וואס צו ענטפערן, אדער ken האסט געמיינט איך בין אזא לוזער ווי דיר.

~אורח~
אורח, יא, נישט מער נישט ווייניגער, אורח איז מיר געווארן א האט אייטעם ווי האט פעינקעיקס אויף א האט פינק נעפקין.
ליגנוויסטן זאגן אז אורח קומט אריגינעל פון מאנסי און פון דארט אריבערגעשווימען די האדסאן טייך און זיך דערקייקלט ביז ברוקלין.
ס'איז דא אורח און דערנאך איז דא "סתם אן אורח", סתם אן אורח זאגט מען פאר דעם נוירדי יונגערמאן וועמען דו האסט נישט קיין געדולד צו שמועסן מיט אבער קיינער ווייסט נישט אז ביזט אים שולדיג געלט און ער האט דיך אמאל געלאזט ארויפלייגן א פריקן צענערל און אויסמעקסן זיין עימעקס ווייל האסט אים געזאגט דיין שלום בית הענגט אויף א האר.
אורח איז עמיצן וואס דו ווייסט פשוט נישט וואס זיין נאמען איז. אורח איז ווער עס האט אביסל אן אנדערע הברה ווי דיר. אורח איז דער אנדערער יונגערמאן וואס דרייווט אויך א שווארצע נעוויגעיטאר אויף דיין בלאק און ביזט שוין נישט דער איינציגער.
"סתם אן אורח" איז דיין שוואגער וואס זאגט נאך תורות ביים סדר פאר'ן שווער, סתם אן אורח איז דיין ברודער וואס איז אין כולל אבער האט אן אייגענע הויז אויף זיין נאמען און קויפט קאטעדזש טשיז אין בינגא אין דער צייט וואס דו שאפסט אין ברעדבערי אבער האסט א חלק ח' דירה אין טענערסוויל און דו ווארטסט די יאר זאל זיך ענדיגן
C/P


~ קום אריין קלאר ~
די טאטע פון אלע נייע אויסדרוקן. ביי יעדע וואך נאכט הערט מען פון די פרישע חברה, האלאו, קום אריין קלאר מיט די פיקעלס. ווען איינער דערציילט פרישע נייעס אין קאווע שטיבל, קום אריין קלאר, וואס האט פאסירט... וכו'.

~ ער האט עס ~
דער איז גוט, ער'ז פיינע נייעס, ער האט עס.

~ ווייבס ~
ס'איז געווען ערנסטע חוה"מ "ווייבס", שווערע פורים "ווייבס".

~ טען-פאָר ~
טען-פאָר (10/4) האט צוריקגעמאכט דעם וועג פון די נ׳ יארן לעצטנס...

~ דער עולם טשעקט אריין ~

~ האלא כ'ווער גוט מיט דיר ~
C/P
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 31262
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

Efroiach האט געשריבן:Covfefe

געטראפן אז עס אז נישט א נייע ווארט בכלל...

דא איז פון תפארת ישראל, בועז, אויף עבו"ז פ"ב מ"ו:
"שרצה גדול הדור א' תנצבה"ח להתיר דג א' שנקרא בל"א [קוואפפע], מחמת שראה [במיקראסקאפ], והוא זכוכית המגדיל, שיש לו קשקשין."
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
אדם א מענטש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3775
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 12, 2019 6:09 pm

Re: "נייע" ווערטער וואס קומען אריין אין אונזער לעקסיקאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדם א מענטש »

איך ווייס נישט ווי צו פרעגן, פרעג איך עס דא
איינער זאגט מיך אז די וועג ווי מיר היימישע אידן באנוצן זיך מיט די ווארט 'טיטשער' איז אום ריכטיג
דהיינו, מיר זאגן, 'טיטשער איך האב פארגעסן צו ברענגן וכו' ' אין ריכטיגע ענגליש וואלט מען געזאגט מר. אדער מרת., די ווארט טיטשער נוצט מען נאר ווען מען רעדט צו א דריטן וועגן די טיטשער, דהיינו, מען זאגט 'יענער איז מיין טיטשער'
איז דאס ריכטיג?
viewtopic.php?t=60197#p4070194
oahmentchאצלgmail.com
אוועטאר
חוט של חסד
שר חמש מאות
תגובות: 572
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 18, 2022 6:42 pm
לאקאציע: צווישן ירושלים און בארא פארק...

Re: "נייע" ווערטער וואס קומען אריין אין אונזער לעקסיקאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוט של חסד »

"זהו". לעצטנס הייבט זיך דער העברעאישער "זהו" אן אריינצוכאפן ביים היימישן אמעריקאנער עולם. אנשטאטס זאגן "דאס איז עס" אדער אין ענגליש "that's it" זאגט מען "זהו".
טייערע אידן אין אמעריקא! אויפמערקזאם!

די דיפערענצן צווישן לשון הקודש ולהבדיל עברית קענען טיילמאל זיין כרחוק מזרח ממערב!

פארטייטשן העברעאישע נייעס באזירט אויף אייערע לשון הקודש קענטעניסן איז א רעצעפט פאר צעמישעניש.

א דאנק!
אוועטאר
yoy
שר חמש מאות
תגובות: 993
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 27, 2017 12:47 pm

Re: "נייע" ווערטער וואס קומען אריין אין אונזער לעקסיקאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yoy »

צעפראסקעט
ער-יז פיינע-נייעס
$2200 הם שכר שידוך לגיל 18 ולכל עוד ששה חדשים, ראוי להוסיף $500, כדי לשלם עבור השעות החדשות, שהשדכנים משקיעים כסדר בשוק
לאנטש טיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4345
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 02, 2022 1:46 pm

Re: "נייע" ווערטער וואס קומען אריין אין אונזער לעקסיקאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאנטש טיים »

דשאנדארן. א אלטע ווארט מיט א נייע באדייט
ביסטו א אשכול האוסט? דאס איז פאר אייך!
ריכטיגע וועג פון שרייבן א קעפל פאר א אשכול
שארן בארן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4280
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 4:44 pm

Re: "נייע" ווערטער וואס קומען אריין אין אונזער לעקסיקאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שארן בארן »

לאנטש טיים האט געשריבן: מיטוואך מארטש 29, 2023 7:08 pm
דשאנדארן. א אלטע ווארט מיט א נייע באדייט
וואס איז די נייע באדייט?
לאנטש טיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4345
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 02, 2022 1:46 pm

Re: "נייע" ווערטער וואס קומען אריין אין אונזער לעקסיקאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאנטש טיים »

שארן בארן האט געשריבן: מיטוואך מארטש 29, 2023 7:09 pm
לאנטש טיים האט געשריבן: מיטוואך מארטש 29, 2023 7:08 pm
דשאנדארן. א אלטע ווארט מיט א נייע באדייט
וואס איז די נייע באדייט?
בריות משונות

ליין די שמועס דא
https://ivelt.com/forum/viewtopic.php?p ... 4#p4211844
ביסטו א אשכול האוסט? דאס איז פאר אייך!
ריכטיגע וועג פון שרייבן א קעפל פאר א אשכול
אוועטאר
המברך יתברך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע: מאנסי נוא יארק

Re: "נייע" ווערטער וואס קומען אריין אין אונזער לעקסיקאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

איך גלייך צו ניצן דאס ווארט "סוי" so, אין א פראפעסיאנאלע ארטיקל האב איך נאך מורא, אבער ס'ציעט מיך. וואס זאגט דער עולם?
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5120
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: "נייע" ווערטער וואס קומען אריין אין אונזער לעקסיקאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

ס'איז נישט פאסיג ביים שרייבן פארמעל.

אין אידיש: איז, טאָ, הייסט עס, דעמאלט, דאן.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
והיתם נקיים
שר האלף
תגובות: 1476
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 9:57 pm

Re: "נייע" ווערטער וואס קומען אריין אין אונזער לעקסיקאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והיתם נקיים »

איך שרייב סאו, ווייל אין קיין איינע פון די אלטערנאטיוון פיל איך נישט דעם 'עכטן' סאו.

ס'איז טאקע נישט פראפעסיאנאל, אבער איך פיל נישט ווי איך האב א ברירה (און איך בין סייווי נישט עוסק אין שרייבן פראפעסיאנאל אז איך זאל זיין מחויב צו שרייבן אין א פארמעלע וועג אויך ווען ס'איז מיר שווער).
פאר אונזער קיום אין גלות איז וויכטיג אז דער גוי זאל דולדן שמוץ, צוליב וואס ביים גוי זענען מיר 'שמוציגע יודן'.

און אויב איר האלט אז קדושת הגוי קומט פאר אונזער קיום אין גלות, דאן קענט איר נישט זיין אקעי מיט די הפקרות'דיגע צוגאנג פון 'רעליגיעזע פרייהייט'.
אוועטאר
אבנר בן-נר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4753
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 04, 2022 10:55 pm
לאקאציע: חאן יוניס

Re: "נייע" ווערטער וואס קומען אריין אין אונזער לעקסיקאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבנר בן-נר »

איך נוץ אסאך די ווארט סאו און איך פיל טאקע אז סאיז נישט קלאסיש, אבער אזוי ווי @והייתם זאגט, ס׳איז די געשמאק׳סטע
ואבנר בן נר שר צבא!!
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”