דאפעלטע שטרעכלעך (ציטיר-צייכען) זענען נישט אזוי קאמפליצירט
די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער
- אנעים זמירות
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4693
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
- לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'
דאפעלטע שטרעכלעך (ציטיר-צייכען) זענען נישט אזוי קאמפליצירט
הגם ידעתי גם ידעתי אז עס זענען שוין זיכער פארהאנען אשכולות אויף אלערליי פינטלעך און צייכענעס, לא אמנע ידי פון צו שרייבען דערוועגן, וכמה תשובות בדבר:
ערשטענס, חזרה איז שטענדיג גוט!
צווייטענס, די אשכולות זענען שוין אראפ אינעם אונטערגרונד, און מען דארף זיי אויפזוכען. דער פראבלעם איז נאר אז אפט מאל ווייסט דער אומוויסענדע ניטאמאל אז ער איז אומוויסענד, און עס פאלט איהם גארנישט איין צו גיין זוכען. דערפאר איז גוט צו שרייבען די כללים (און נאך אנדערע בעזה"י) פאר די וועלכע זענען צוגעקומען אינעם פארגאנגענעם יאר-צוויי.
דריטענס, דאס איז אן אשכול וואס איז געווידמעט בלויז אויף איין סארט צייכען, דערפאר איז עס גרינגער צו לערנען און פארשטיין.
פערטענס, יעדע מענטש לערנט פון א צווייטע סארט רבי.
אצינד צום ענין:
ביים ציטירען גאנצע זאצן:
דער דאפעלטע אויבער-שטרעכל (") ווערט גענוצט ווען מען וויל ציטירען אירגענד וועלכע לשון, סיי פון א מענטש און סיי פון א ספר וכדו', דאן שטעלט מען איין פאר שטרעכלעך אנהייב דעם ציטאט און נאך א פאר שטרעכלעך סוף פונעם ציטאט. לדוגמא ווען איינער וויל ציטירען דעם לשון הרמב"ן בספר הזכות יבמות כ"ד: מדפי הרי"ף:
"כי אין השלימות בלתי לה' לבדו"
* כדי צו קענען ריכטיג נוצען דעם ציטיר-צייכען (quotation marks or speech marks) מוז מען געדענקען אז די ווערטער צווישען ביידע פאר שטרעכלעך זענען (בד"כ) א זאץ פאר זיך, און זיי זענען די גענויע ווערטער וואס דער ציטירטע האט געזאגט. משום הא, ווען עס ענדיגט זיך דער ציטירטע זאץ דארף מען לייגען דעם פאסיגען ענדע-צייכען פאר די שטרעכלעך.
ריכטיג: חיים האט געזאגט, "איך וועל קומען מארגען." (ריכטיג, ווייל דער סוף פסוק פינטעל איז פאר די לעצטע שטרעכלעך)
פאלש: חיים האט געזאגט, "איך וועל קומען מארגען". (טעות, ווייל באלד ווען חיים'ס זאץ האט זיך געענדיגט האט מען געדארפט שטעלן א פינטעל)
ריכטיג: חיים האט געפרעגט, "וואו גייסטו?"
פאלש: חיים האט געפרעגט, "וואו גייסטו"?
ריכטיג: חיים האט געשריגען, "זיכער נישט!"
פאלש: חיים האט געשריגען, "זיכער נישט"!
* נאך אן אפטע טעות וואס פאסירט איז ווען מען הייבט אהן שרייבען אויפען שטייגער ווי מען גייט נוצען די אייגענע ווערטער צו פארציילען וואס יענער האט געזאגט, און דאן ציטירט מען איהם.
לדוגמא: חיים האט געזאגט אז, "איך וועל קומען מארגען." (דער ווארט 'אז' צייגט אז מען גייט איבערגעבן אין די אייגענע ווערטער, ואם כן פאסט שוין נישט מער צו ציטירען)
* ווען דער לאנגע זאץ (דער פונעם שרייבער) האט זיך נאכנישט געענדיגט, אבער דער ציטירטע זאץ האט זיך יא געענדיגט, נוצט מען נישט קיין פינטעל נאר א שטרעכל (comma). אויך דא איז דער שטרעכל פארען ציטיר-צייכען, ווייל דער שטרעכל איז במקום א פינטעל און עס איז א חלק פונעם ציטירטען זאץ.
לדוגמא: ווען איך האב געהערט ווי חיים זאגט, "איך וועל קומען מארגען," האב איך מיר מער נישט געזארגט.
* מערקט אהן אז איידער מען שטעלט אריין ציטירטע ווערטער אין א זאץ, לייגט מען פריער א שטרעכל (comma), דער ליינער זאל זיך אויף א רגע אפשטעלן און בייטען זיין טאנפאל (inflection). יענע שטרעכל שרייבט מען אויך פארען ציטיר-צייכען, ווייל דאס איז ווי אן הקדמה צום עצם ציטאט.
ביים ציטירען פראזען:
אמאל טוט מען בלויז ציטירען איין ווארט אדער א פראז, אבער נישט קיין גאנצע זאץ. בעיקר נוצט מען דאס ווען מען וויל קאמענטירען אויף דער ווארט אדער פראז וואס יענער האט גענוצט. אין אזא פאל נוצט מען אויך דעם ציטיר-צייכען, נאר לגבי די שטרעכלעך און פינטלעך איז דא צוויי חילוקים:
1. היות מען ציטירט נאר א ווארט אדער פראז מוז מען נישט שטעלן קיין שטרעכל פריער.
2. אויב דער גאנצע זאץ ענדיגט זיך מיטען ציטירטען ווארט (אדער פראז) שטעלט מען דעם סוף פסוק פינטעל נאך דעם ציטיר-צייכען. אזוי אויך ווען דער זאץ ציהט זיך נאכען ציטירטע ווארט לייגט מען נישט קיין שטרעכל.
דוגמאות:
איך ווייס נישט צי עטס האלטס מיט די לעצטע נייעס, אבער אלע צייטונגען האבען באריכטעט ווי חיים האט געזאגט אז אלע יעהופיצער זענען רייכע טיפשים. איך ווייס נישט פונקטליך פארוואס ער האלט אזוי, אבער דאס איז מיר קלאר ווען עס קומט צו שאפען געלט פארען ישיבה זענען די "רייכע טיפשים" זיינע בעסטע אדרעסן. (היות דער שרייבער ציטירט בלויז א קורצע פראז פעלט נישט אויס עס אפצוטייל פון פריער אדער שפעטער)
איך וואלט געוואלט וויסען אויב בשעת ער גייט שנארען פון זיי וואלט ער זיי דאן אויך גערופען "רייכע טיפשים"? (דער פראז "רייכע טיפשים" איז נישט קיין פראגע פאר זיך, דערפאר לייגט מען דעם פראגע-צייכען נאך דעם ציטיר-צייכען)
עטס מעגטס וויסען אז צענדליגע מקמות התורה זענען שוין געווארען געבויט געווארען דורך די "רייכע טיפשים"! (ווידער דער זעלבע זאך, דער אויסרופונג-צייכען גייט ארויף אויפען גאנצע זאץ, נישט אויפען ציטירטע פראז)
סארקאסטיש, מיט איראניע און בלשון מושאל:
דער ציטיר-צייכען ווערט אויך גענוצט ווען מען וויל שרייבען איין זאך (געווענליך בלויז א ווארט אדער פראז), און מען מיינט עפעס אנדערש. דאס ווערט בעיקר גענוצט ווען דער זאך וואס מען שרייבט איז אן אנגענומענע דעה ביי אלע אדער ביי מאנכע, און מען טוט זיי כאילו ציטירען, אבער דער כונה איז אוועקצומאכען. אויך ווערט דאס גענוצט ווען מען נוצט א אויסדרוק וואס איז געבארגט פון א צווייטע שפראך אדער פון אן אנדערע מושג, און מען וויל נוצען דעם צושטעל.
דוגמאות: כאטש ווער בין איך זיך צו קריגען מיט "הגאון האדיר" ר' פלוני, איז אבער האמת עד לעצמו. (דא וויל מען אוועקמאכען יענעם'ס גאונות, און מען טוט כאילו ציטירען די וואס האלטען יא פון איהם)
אמאל ביי א רעפארם חתונה, בשעת ווען דער חתן האט "מקדש געוועהן" די כלה... (זייערע "קידושין" איז גארנישט ווערט, נאר מען טוט אויסבארגען דעם לשון אנצוצייכענען ווען דער פאלגענדע זאך האט פאסירט)
די כללים פון שטרעכלעך און פיטנלעך זענען דא גלייך צום פאל ווען מען ציטירט בלויז א ווארט אדער פראז.
מדגיש צו זיין א ווארט:
נוצען ציטיר-צייכענעס צו דרוקען אויף א ווארט איז אלגעמיין אנגענומען אז עס איז פאלש. מען זאל ענדערש מאכען bold אדער אונטערשטרייכען.
פאלש: איך האב איהם געזאגט ער מוז עס "היינט" מסדר זיין.
ריכטיג: איך האב איהם געזאגט ער מוז עס היינט מסדר זיין.

איין אויבער-שטרעכל אדער צוויי?
אמאליגע צייטען זענען ציטיר-צייכענעס אלץ געוועהן געשריבען מיט צוויי אויבער-שטרעכלעך ("), אבער היינטיגע צייטען טרעפט מען זייער אפט ווי שרייבער באנוצען זיך בלויז מיט איינס ('), און באמת איז נישט דא קיין נפק"מ. אמאל וועט זיך אבער מאכען אז מען מוז בייטען פון איינס אויף צוויי או איפכא, און דאס איז ווען מען ציטירט איינעם אינמיטען א ציטאט. אין אזא פאל שטעלט מען אריין דעם נייעם ציטאט אין אן אנדערע צאל אויבער-שטרעכלעך ווי פריער.
דוגמאות: חיים האט איהם בארואיגט, "משה האט מיר יעצט געזאגט, 'איך קום שוין אהיים,' אלזא דארפסטו זיך נישט זארגען." (פארען ערשטע ציטאט האט מען גענוצט צוויי אויבער-שטרעכלעך, און פארען "אינעווייניגסטע" ציטאט האט מען גענוצט בלויז איין אויבער-שטרעכל)
יעקב האט פארציילט, "חיים האט בארואיגט שמעון ווען ער האט איהם נאכגעזאגט משה'ס רייד, 'איך קום יעצט אהיים.' " (מערקט דעם ריוח צווישען די ציטיר-צייכענעס סוף פונעם זאץ, כדי מען זאל באמערקען אז דא פארטיגען זיך צוויי אנדערע ציטאטען)
ווען מען ציטירט עטליכע פאראגראפען שרייבט מען ציטיר-צייכענעס אנהייב פון יעדע פארגראף, אבער די ענדע ציטיר-צייכענעס לייגט מען בלויז סוף פונעם גאנצען ציטאט.
לדוגמא:
דער נוסח פונעם בריעף איז געוועהן בערך אזוי,
"לכבוד ר' יעקב,
"מיר ווילען אייך לאזען וויסען אז דער זאך איז מסודר.
"בכבוד רב,
"בעל עלעקטריק" (מען האט "אנגעהויבען" דעם ציטאט עקסטער ביי יעדע פאראגראף, אבער "געענדיגט" האט מען בלויז סוף פונעם גאנצען ציטאט)
לסיום א חזרה אויף ביידע שיעורים (ציטיר-צייכענעס און אויבער-שטרעכלעך):
חיים האט געפרעגט יענקל'ן, "וואס איז פשט דיין טאטע'ס קאר איז פלוצלינג געווארען געפארבט גרין?"
"עס איז אן אינטרעסאנטע מעשה," ענטפערט יענקל. "מיין טאטע האט געזאגט פארען מיקעניק, 'איי וואנט יו טו יוז גרין פעינט פור דע קאר,' ווען געמיינט האט ער צו זאגען 'גרין' מלשון אומשעדליך פארען 'ענווייראמענט', כדי צו געפעלן פאר זיינע 'גרינע' פרענדס. למעשה האט דער מיקעניק געמיינט אז ער וויל פארבען זיין שיינע שווארצע לעקסאס גרין."

לעצט פארראכטן דורך אנעים זמירות אום זונטאג אוגוסט 11, 2013 11:17 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס
מיינע שיעורים

- מייקראסאפט
- שר האלף
- תגובות: 1064
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 07, 2012 10:09 am
- אנעים זמירות
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4693
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
- לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'
ייש"כ פאר אלע מגיבים.
פערזענליך נוץ איך געווענליך בלויז איין אויבער-שטרעכל פארן פשוט'ע סבה אז צו דעם ברויך מען בלויז דרוקען אויף איין קנעפל (W) און פאר צוויי אויבער-שטרעכלך מוז מען דרוקען אויף shift @. למעשה זענען ביידע דער זעלבע זאך, אבער ווי ערווענט, טאמער ציטירט מען אינמיטען א ציטאט דארף מען טוישען פון איינס צו צוויי או איפכא.
בעאבאכטער האט געשריבן:זייער שיין, זייער קלאהר, זייער גוט.
צוקע זיסע שפראך.
(וועגן 'איינס' אדער "צוויי", האבן אביסל אן אנדער גאנג, ד.ה. איך גיי לויטן געפיל... איר פארשטייט? נעוואדע!... באט נעווער מיינד...)
א שיינעם דאנק ר' אנעים.
פערזענליך נוץ איך געווענליך בלויז איין אויבער-שטרעכל פארן פשוט'ע סבה אז צו דעם ברויך מען בלויז דרוקען אויף איין קנעפל (W) און פאר צוויי אויבער-שטרעכלך מוז מען דרוקען אויף shift @. למעשה זענען ביידע דער זעלבע זאך, אבער ווי ערווענט, טאמער ציטירט מען אינמיטען א ציטאט דארף מען טוישען פון איינס צו צוויי או איפכא.
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס
מיינע שיעורים
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס
מיינע שיעורים
ריכטיג: חיים האט געזאגט, "איך וועל קומען מארגען." (ריכטיג, ווייל דער סוף פסוק פינטעל איז פאר די לעצטע שטרעכלעך)
פאלש: חיים האט געזאגט, "איך וועל קומען מארגען". (טעות, ווייל באלד ווען חיים'ס זאץ האט זיך געענדיגט האט מען געדארפט שטעלן א פינטעל)
מיר איז טאקע שווער געווען וויאזוי דאס אויסצולייגן. אבער מיר איז באקוועמער געווען דעם פאלשן וועג ווייל ס'איז מער neat. אויב מ'הייבט אן א פרישן זאץ נאך: חיים האט געזאגט, "איך וועל קומען מארגען." לייגט מען נאך א דאט?
דוגמא:
חיים האט געזאגט, "איך וועל קומען מארגען." . און איך האב געזאגט...
דוגמאות:
איך ווייס נישט צי עטס האלטס מיט די לעצטע נייעס, אבער אלע צייטונגען האבען באריכטעט ווי חיים האט געזאגט אז אלע יעהופיצער זענען רייכע טיפשים. איך ווייס נישט פונקטליך פארוואס ער האלט אזוי, אבער דאס איז מיר קלאר ווען עס קומט צו שאפען געלט פארען ישיבה זענען די "רייכע טיפשים" זיינע בעסטע אדרעסן. (היות דער שרייבער ציטירט בלויז א קורצע פראז פעלט נישט אויס עס אפצוטייל פון פריער אדער שפעטער)
איך וואלט געוואלט וויסען אויב בשעת ער גייט שנארען פון זיי וואלט ער זיי דאן אויך גערופען "רייכע טיפשים"? (דער פראז "רייכע טיפשים" איז נישט קיין פראגע פאר זיך, דערפאר לייגט מען דעם פראגע-צייכען נאך דעם ציטיר-צייכען)
עטס מעגטס וויסען אז צענדליגע מקמות התורה זענען שוין געווארען געבויט געווארען דורך די "רייכע טיפשים"! (ווידער דער זעלבע זאך, דער אויסרופונג-צייכען גייט ארויף אויפען גאנצע זאץ, נישט אויפען ציטירטע פראז)
איך פארשטיי עס נישט. די סיבה פארוואס ער קען נישט אריינלייגן דעם פראגע צייכן אדער דעם אויסרופ צייכן איז ווייל דער וואס האט באריכטעט אז אלע יעהופיצער זענען רייכע טיפשים האט עס נישט געפרעגט אדער אויסגעשריגן... אויב לייגט ער אריין איינע פו די צייכענונכ וועט איר אום פשוט מיסקוואוטן. ניין?
- אנעים זמירות
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4693
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
- לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'
פריי זיך האט געשריבן:ריכטיג: חיים האט געזאגט, "איך וועל קומען מארגען." (ריכטיג, ווייל דער סוף פסוק פינטעל איז פאר די לעצטע שטרעכלעך)
פאלש: חיים האט געזאגט, "איך וועל קומען מארגען". (טעות, ווייל באלד ווען חיים'ס זאץ האט זיך געענדיגט האט מען געדארפט שטעלן א פינטעל)
מיר איז טאקע שווער געווען וויאזוי דאס אויסצולייגן. אבער מיר איז באקוועמער געווען דעם פאלשן וועג ווייל ס'איז מער neat. אויב מ'הייבט אן א פרישן זאץ נאך: חיים האט געזאגט, "איך וועל קומען מארגען." לייגט מען נאך א דאט?
דוגמא:
חיים האט געזאגט, "איך וועל קומען מארגען." . און איך האב געזאגט...
ניין. דער פינטעל (אדער פראגע צייכען א.ד.ג.) דינט סיי אלס סוף פונעם ציטאט און סיי אלס סוף פונעם זאץ.
וואס יא, און באמת וואלט איך דאס געדארפט שרייבען אינעם הויפט ארטיקעל, נאך יעדע רעדנער הייבט מען אהן א נייע שורה, אלזא קומט גאר ווייניג אויס אנצוהייבען א זאץ נאך ציטיר-צייכענעס.
חיים האט געפרעגט, "ווען קומסטו אן?"
"מארגען, אי"ה," האט משה גענטפערט.
"אוי איך קען קוים ווארטען דיר צו זעהן," האט חיים צוגעלייגט.
מיט א שמייכעל האט משה אויסגעפירט, "דער געפיהל איז געגנזייטיג."
----
לגבי די צווייטע נקודה, אה"נ, דאס האב איך געזאגט נאר אין אנדערע ווערטער.
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס
מיינע שיעורים
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס
מיינע שיעורים
- זיידע ומומחה
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 389
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 12, 2012 11:09 am
- אנעים זמירות
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4693
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
- לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'
בעאבאכטער האט געשריבן:לוי יצחק האט געשריבן:בעאבאכטער, דאס איז לכאורה נישט ריכטיג, אדער אדער, מעיק אפ יור מיינד.
דאס צווייטע "דעליווערט" מער ציניש/איראניש.
אמת אנעים?
לדעתי איז נישט מוכרח. לכשעצמי וואלט איך נישט געטוישט אין איין ארטיקעל, ובוודאי נישט אין איין זאץ.
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס
מיינע שיעורים
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס
מיינע שיעורים
- אליעזר גרינפעלד
- שר חמש מאות
- תגובות: 689
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 09, 2012 8:11 pm
- אנעים זמירות
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4693
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
- לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'
ווענדט זיך צי מען איז בפניהם אדער שלא בפניהם.
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס
מיינע שיעורים
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס
מיינע שיעורים
Re: דאפעלטע שטרעכלעך (ציטיר-צייכען) זענען נישט אזוי קאמפליצירט
יישר כח!
(ווי אזוי האט נאר יענער געזאגט, "ווי שטייט אז מ'טאר זיך נישט באדאנקן אזא כמעט 7 יאר שפעטער?" און אגב האב איך עס שוין אויספרובירט).

מחשב האט געשריבן:יישר כח!
(ווי אזוי האט נאר יענער געזאגט, "ווי שטייט אז מ'טאר זיך נישט באדאנקן אזא כמעט 7 יאר שפעטער?" און אגב האב איך עס שוין אויספרובירט).
נאר איין קלייניקייט, אז דאס פינטל סוף פונעם זאץ קומט אינערהאלב די קלאמערן, גלייך ווי @אנעים זמירות'נס כלל ביי שטריכלעך.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?