טעמי המקרא - חסידיש אדער ליטוויש?

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

טעמי המקרא - חסידיש אדער ליטוויש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

ביי אונז איז פארהאן א אידל וואס ליינט צומאל אלס א SPARE בעל קורא, ליינט ער אזוי מיט די אנדערע נוסח לויט די ליטווישע מסורה.
איך גלייך דאס זייער און ס'האט א באזונדערע חן, לפעמים קען זיך דוכטן מען הערט די מגילה..

אויב לייגט מען צו קאפ זעט מען אז שבת ביי הפטורה איז דער גאנצער נוסח פון די ברכות וכו' זייער פארמינגעלט מיט די ליטווישע טעמי הקריאה.

וואו קען מען זיך לערנען די נוסח?
וועלכע איז מער נוטה צו זיין אויסגעהאלטן לויט די מסורה?
נאך אינטערעסאנטע ענינים איבער דעם נושא?
נוסח הספרדים? תימנים?


ואם במסורה עסקינן, קען איך לעולם ציען א מסקנא אז די ליטווישע איז ריכטיגער צוליב כמה טעמים:
ווייל מיר ליינען אזוי די הפטורה, און זיי ליינען קיינמאל ווי אונז;
ווייל אונזער מגילה איז בשרשו ענליך צו זייער תורה (ביי אונז איז די מגילה געווארן א גאנצער ניגון וואס כ'גלייב שווער אז דאס איז אזוי געווען אריגינעל און נאר געווארן איידי דחביבא).
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
זייער נייגעריג
שר האלף
תגובות: 1961
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 30, 2010 7:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זייער נייגעריג »

ס'נאך דא איין ביהמ"ד אין וויליאמסבורג וואס זאגט די הפטורה נוסח, זיי טיען אויך ווי מ'פלעגט אמאל טוהן דאס הייסט איינער זאגט פאר די הפטורה אזוי ווי די בעל קורא ביים ליינען.
אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1672
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 31, 2011 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגעתי ומצאתי »

א שאלה צו די ליטווישע איז ריכטיגער? אוודאי אזוי. די אמת געזאגט איז דאס נישט קיין נוסחאות און מסורות, ביידע זענען אייניג, נאר די חסידישע (אדער ווייסעכוואס, אונזערע קרייזן) איילעניש פארבלענד די ריכטיגע ניגון ממילא איז דאס שוין א מסורה. והא ראי' די חסידישע טעמים קען מען דרייען לויטן גיסטע משא"כ די ליטווישע (איז דיר שוין אמאל איינגעפאלן א שאלה צו די מנחה שבת נאכמיטאג טראפן זענען די ריכטיגע אדער שבת בייטאג? אויב נישט דאוונסטו מן הסתם גענוג פרי ווען מען איילט זיך נאכנישט...).

אינטערעסאנט דו הנאה דערפון, ביי אונז אין ביהמ"ד איז אויך דא אזא ספעיר בעל קורא (היינו הך???) און דער עולם איז נישט צופרידן, רוב מענטשן וואס זענען צוגעוואוינט צו די חסידישע אופן פארטראגט נישט די ליטווישע.

עס איז געווען א איד וואס האט זיך געדרייט אין וויליאמסבורג וואס פלעגט אסאך טון דערון און אויסלערנען דעם נוסח פון ווער ס'האט אים געבעטן (כך שמעתי מבעל קורא הנ"ל). ער איז אוועק אינגערהייט ר"ל פאר אפאר יאר צוריק, ס'איז דא טעיפ'ס פון אים וואס לערנען אויס.

זייער נייגעריג, מיינסט מלאכים? (וואס איז די בושה, פארוואס זאגסטו נישט די נאמען פונעם ביהמ"ד? אויב נישט דאן איז דא צוויי.
אוועטאר
משיח
שר שלשת אלפים
תגובות: 3307
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משיח »

דער אמת איז אז אויב קען מען די טעמים איז זייער געשמאק צו הערן א בעל קורא וועלכע איז מדייק און מדקדק אויף יעדע תנועה קלה,
פאר מיר איז ענדערש צו הערן אזא בעל קורא אפילו אין מציאות נעמט עס אביסל לענגער, ווי איידער צו הערן א שנעלע בעל קורא, וואס ס'פאלירט די גאנצע געשמאק פון מיטהאלטן דאס ליינען.
און די ליטווישע זענען געווענטליך מער מדייק דערויף, אבער ביי אונז ליינט א חסידישער יונגערמאן וואס זינגט אזוי זיס יעדע טראפ און יעדע קוצו של יוד. ממש א מחי',

בנוגע הפטורה ווייס איך נישט, ווייל ביי אונז ליינט מען נישט די הפטורה, און ברכות זאגט מען מיט א נוסח וואס האט נישט קיין שייכות מיט די קריאה.

אבער איך פארשטיי נישט פארוואס דו זאגסט אז די ליטווישע איז ריכטיגער.

שוועמל האט געשריבן:ביי אונז איז די מגילה געווארן א גאנצער ניגון וואס כ'גלייב שווער אז דאס איז אזוי געווען אריגינעל און נאר געווארן איידי דחביבא.

וואס עפעס?
ס'איז טאקע איינגעפירט צו זינגען מיט אזא ניגון אזא נוסח דא און דארט, אבער די רוב מנין ובנין פון די מגילה ווערט געווענטליך געליינט מיט א מסורות'דיגע נגינה לויט די טעמים.
Professional bookkeeping for your small business
[email protected] | 347-708-2079
אוועטאר
איזעי
שר האלף
תגובות: 1529
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 21, 2011 5:30 pm
לאקאציע: אויפן שטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איזעי »

ווייל ביי די חסיד'ישע צוזאמען מיטן אויפגעבן און אפלאזן דעם דקדוק פון די נקודות, און פון די דגושים, וכדו', האט מען אויך נאכגעלאזט דעם דקדוק פון טעמי המקרא, משא"כ ביי די ליטווישע איז עס געבליבן בדקדוק כמות שהי'.

און אגב, "ליטווישע" איז נישט דאס ריכטיגע ווארט, ווייל אלע אויבערלענדישע יעקישע אונגארישע אידן, האבן אזוי געזאגט די טראפן מיטן גאנצן לעבן און חן, און געדרייט יעדן טראפ און יעדן ניקוד פונקטליך, און ווי באקאנט זענען ליטווישע מיט אונגארישע געווען תרין רעין דלא מתחברין...
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35249
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

איזעי, ווער האט אפגעלאזט דקדוק? איידער דו שרייבסט לערן אביסל היסטאריע מיט א ברעקל דקדוק.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

משיח האט געשריבן:בנוגע הפטורה ווייס איך נישט, ווייל ביי אונז ליינט מען נישט די הפטורה, און ברכות זאגט מען מיט א נוסח וואס האט נישט קיין שייכות מיט די קריאה.

איך ווייס נישט וואו דו דאווענסט אבער די וועלטליכע נוסח אויף די ברכות הפטורה איז גאר ענליך צו די קריאה פון הפטורה (ביי ליטאים).
ווער ס'האט געלערענט אין נייטרא, אר"י, אדער אויסלענדישע ישיבות ווייסט וואס מיינט ליינען די הפטורה.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
איזעי
שר האלף
תגובות: 1529
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 21, 2011 5:30 pm
לאקאציע: אויפן שטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איזעי »

farshlufen האט געשריבן:איזעי, ווער האט אפגעלאזט דקדוק? איידער דו שרייבסט לערן אביסל היסטאריע מיט א ברעקל דקדוק.


איך האב געשריבן אז די חסידים האבן אפגעלאזט דקדוק, אז דו ביזט מחולק מיט מיר ביטע, לכו נא ונוכחה.
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

עס איז דא א באקאנט אין נאמען פון הייליגער חפץ חיים זי"ע אויף דער חז"ל
קרא ולא דקדק איז יצא
אבער דקדק ולא קרא איז נישט שייך
וועגען די סארט מדקדקים האט מען ביי חסידים נישט געמאכט א טומעל וועגען דקדוק
ווי איך געדענק פלעגט ביי אונז אין חדר איפערען די דקדוק רש"י'ס
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
JOELHEALTH
שר מאה
תגובות: 110
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 26, 2008 1:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך JOELHEALTH »

פארשלאפען האט קיינמאל נישט צוריקגענטפערט...
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35249
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ר' יואל א געזונ"ט יאר אייך, יא דאס אפלאזן דקדוק האט קיין שייכות צו חסידות, ולפי הבני יששכר במעין גנים עדיין יש לנו חיוב ללמוד כמה דברים הנוגעים להלכה וואס מ'לערנט שוין נישט לאנגע יארן.

ואת"ל, אז אין די ליטע אדער ביי די אשכנזים קאן מען יא דקדוק דאן גרייזט איר, כי אינו תלוי נישט אינעם היט און נישט אינעם אקסענט וכמובן שקצרתי.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

הרב פארשלאפען
א גמר טוב
אויב אפילו דער הייליגע בני יששכר האלט אז עס זענען דא נויטיגע זאכען אין דקדוק וואס מיר דארפען וויסען
איז יעצט די קושיא פארוואס טאקע לערנט מען נישט די ענינים?
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5072
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: טעמי המקרא - חסידיש אדער ליטוויש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

ווער ס'וויל זיך אויסלערנען טראפן פון הפטורה.

https://drive.google.com/file/d/1IeNtDw ... sp=sharing
https://drive.google.com/file/d/1nXraPn ... sp=sharing
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”