להודות האט געשריבן:Who knows האט געשריבן:בקיצור נמרץ:
ל' וואלט מען געזאגט אין אידיש "פאר" און נישט "צו", אזויווי ראובן זאגט "פאר" יענקל, און וועגן דעם זאגט רש"י ביי אשר דבר לי אז עס מיינט וועגן מיר ווייל ביים לשון דיבור מיינט "פאר" = "וועגן", ראובן האט גערעדט "פאר" יענקל, משא"כ ביי אמירה
האסט א פריערדיגע מקור, אדער ראיות מוכיחות?
בפשטות איז אין לשון תורה נישטא קיין אפענע חילוק צווישן ל' און אל.
רש"י אין חומש (משא"כ אין מלכים) זאגט אז דבר לי מיינט עלי, אבער דאס איז לאו דווקא אלץ לי/אלי נאר די צירוף מיט דבר, און ווי דו ברענגסט אליין אז ביי אמירה איז נישט אזוי
היא הדבר אשר דברתי, ביי אמירה פאסט זיך צו זאגן ראובן האט
געזאגט "פאר" שמעון, משא"כ ווען מ'זאגט ראובן האט
גערעדט "פאר" שמעון מיינט עס גערעדט וועגן אים
לגבי מראה מקומות געדענק איך נישט יעצט, קענסט מעיין זיין אינעם ספר תודת משה (פונעם בעל תורה ברורה) וואס ער איז מאריך אין דעם, מעגליך אז עס איז דא מקורות, אבער די שטערקסטע מקור איז די תוה"ק אליינס, די פסוק וועט קיינמאל נישט זאגן איינער איז געגאנגען "למקום", נאר עס וועט אייביג שטיין "אל המקום" אדער "אל מקום", טאקע וועגן דעם ווייל מ'קען נישט זאגן איינער איז געגאנגען פאר א פלאץ נאר צו א פלאץ, חוץ פון פלעצער אין תורה ווי מ'רעדט נישט פון גיין, למשל די וואך "וְלֹא־תִשָּׂ֣א לַמָּק֔וֹם", אדער "קָרָ֛א לַמָּק֥וֹם", וועסט דיך אנהייבן ארומקוקן וועסטו זעהן אז דאס איז ממש פשוט פשט און נישט אזויווי די מלבי"ם'ס חילוקים