אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30694
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

גרשון האט געשריבן:
קנאפער ידען האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:פארוואס שרייבן מאנכע ג-ט, אן דעם א'?

מען וויל נישט שרייבן שם השם אפילו בלשון אחר במלואו אלץ קדושה. (די זעלבע אין ענגליש וועט מען שרייבן G-d.)

אהא. אז מ'רעדט שוין, דו ווייסט צי ס'איז א הלכה, מנהג, אדער חומרא? און ווען מ'שרייבט גא-ט?

און אויב מ'שרייבט גאט, דארף מען עס היטן בקדושה? אזוי שטייט למעשה אין אלע אלטע אידישע טעקסטן. און אויב יא, דארף מען אויך אכטונג געבן אויף אמעריקאנער געלט?

עס איז זיכער א שאלה/פלוגתא להלכה, נישט זיכער וואס דער אנגענומענער פסק איז און צו עס איז דא אן ענין לחומרא. עס איז זיכער זייער א פארשפרייטע זאך אזוי צו טון.

דער משנ"ב - אורח פ"ה סק"י - פסק'ענט להתיר ווי עס איז פשטות ההלכה (אבער אינטערסאנט אז עס זעט אויס אז אלץ הזכרת שם שמים לבטלה האט ער יא א פראבלעם מיט שמות לועזיות.)

זע דא תשובה פון ר' שלמה זלמן אויערבאך זי"ע בענין, לכה"פ וועסטו זען אביסל די צדדים און שיטות: https://beta.hebrewbooks.org/reader/rea ... hlts=&ocr=
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:בייליק אדער בייליג (אין אונזער דיאלעקט)?

איך קען עס אלס בייליג. בייליק ליינט זיך ווי זונטיק און הונגעריק...

אנדערע שפראך מבינים טענה'ן אז בייליק איז בעסער. מיר ליינט זיך גראדע אויך געשמאקער אזוי. ס'איז נישט גלייך צו הונגעריג און דארשטיג אד"ג (און זיכער נישט זונטאג), וועלכע פארמאגן אלע דעם -דיג סופיקס אלס אדיעקטיוו.

א זוך אויף אייוועלט טרעפט ביידע, הגם בייליג מער.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

כ'זע אז אין הארקאווי'ס ווערטערבוך, וואס שטימט מער מיט אונזער אידיש און איז ארויסגעקומען נאך איידער יווא האט סטאנדארדיזירט זייער יידיש און נוצט אויך דעם סופיקס ־יג און נישט ־יק, שרייבט גאר ביילעק.
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

למדן וצדיק האט געשריבן:וואס איז דער לשון עבר פון "פארלענדן" און "פארבלענדן" פארלענדעט אדער פארלענדט, פארבלענדט אדער פארבלענדעט? אין די ווערטערביכער שטייט "פארלענדט" און "פארבלענדט" אזוי ווי "רעדן - גערעדט". כמיין אבער ביי אונז ניצט מען "פארלענדעט" "פארבלענדעט" אזוי ווי "גרינדן - געגרינדעט". ביי גרינדן איז דא ווערטערביכער וואס שטייט נאר געגרינדט און ס'דא וואס שטייט ביידע געגרינדט און געגרינדעט.

פארלענדט, פארבלענדט, געבילדט, אא"וו קומט עס אן דעם ע'.

געגרינדט/געגדרינדעט איז מסתמא א יוצא מן הכלל. ריכטיגער איז אפשר נאך אלץ אן דעם ע', אבער ס'איז פארשפרייט אויף ביידע וועגן.

אגב, ווען מ'פרעגט גוגל "געגרינדט/געגדרינדעט", איז דיין שאלה אויבן אויף דער ליסטע צו באהאנדלען די שאלה...
אטעטשמענטס
Annotation 2021-07-27 201801.png
Annotation 2021-07-27 201801.png (15.91 KiB) געזען 642 מאל
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

גוט... איך האב מיך למעשה איינגעפירט נאר טאקע ביי גרינדן צו שרייבן "געגרינדעט". ביי אונז, דעם היימישן עולם, מיין איך איז זייער שטארק אזוי אנגענומען. ביי די אנדערע שרייב איך טאקע אן דעם ע'.
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
אוועטאר
זאג א גוטס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3277
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאג א גוטס »

פון דער נאנט אדער פונדערנאנט?
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

זאג א גוטס האט געשריבן:פון דער נאנט אדער פונדערנאנט?

מ'קען שרייבן ביידע וועגן. די צווייטע איז מער גאנגבאר.

אזויווי פון דרויסן אדער פונדרויסן.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

למדן וצדיק האט געשריבן:גוט... איך האב מיך למעשה איינגעפירט נאר טאקע ביי גרינדן צו שרייבן "געגרינדעט". ביי אונז, דעם היימישן עולם, מיין איך איז זייער שטארק אזוי אנגענומען. ביי די אנדערע שרייב איך טאקע אן דעם ע'.

מענין לענין איז געטויט/געטויטעט. ריכטיג איז צו שרייבן געטויט (אדער "געטייט", ווי די רבי'ס אין חדר פלעגן טייטשן "מות יומת").

(ס'איז לכאורה איין זאך, ווייל אויב שרייבט מען נישט קיין ע' צווישן דעם ד' און דעם ט', ווערן דא ביידע ט' איינס. משא"כ אויב שרייבט מען פארלענדעט, איז עס דא געטויטעט.)
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re:

פעיק ניוז האט געשריבן:"פרייעט" אדער "פריידט"?

איך רעד נישט פון די 'שם דבר' פון שמחה, אזוי ווי, 'די גרויסע פרייד'. וואס דאס שרייבט מען פארשטייט זיך, "פרייד".

איך רעד פון די 'שם פעולה' פון שמחה. אזוי ווי, 'וואס פרייעט/פריידט איר זיך', 'ער האט זיך געפרייעט/געפריידט'.

געפריידט איז זיכער א טעות, ווייל דער ווערב איז "פרייען", אלזא ווי אזוי קומט אריין א ד' אינעם לשון עבר?

געפרייעט איז אויך נישט ריכטיג, נאר געפרייט.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
זאג א גוטס האט געשריבן:פון דער נאנט אדער פונדערנאנט?

מ'קען שרייבן ביידע וועגן. די צווייטע איז מער גאנגבאר.

אזויווי פון דרויסן אדער פונדרויסן.

מיר דאכט זיך אז "פון דער נאנט" איז דוקא מער גאנגבאר. אזוי אויך זעט מען דא
פון דער נאענט/נאנט/נאהנט/נאעהנט, 1604 רעזולטאטן
https://ocr.yiddishbookcenter.org/?page ... reference=

פונדערנאענט/נאנט/נאהנט/נאעהנט, 47 רעזולטאטן
https://ocr.yiddishbookcenter.org/?page ... reference=

דאס איז כאטש "פונדערווייטנס" איז יא איין ווארט
https://ocr.yiddishbookcenter.org/?page ... reference=
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

גרשון האט געשריבן:
למדן וצדיק האט געשריבן:גוט... איך האב מיך למעשה איינגעפירט נאר טאקע ביי גרינדן צו שרייבן "געגרינדעט". ביי אונז, דעם היימישן עולם, מיין איך איז זייער שטארק אזוי אנגענומען. ביי די אנדערע שרייב איך טאקע אן דעם ע'.

מענין לענין איז געטויט/געטויטעט. ריכטיג איז צו שרייבן געטויט (אדער "געטייט", ווי די רבי'ס אין חדר פלעגן טייטשן "מות יומת").

(ס'איז לכאורה איין זאך, ווייל אויב שרייבט מען נישט קיין ע' צווישן דעם ד' און דעם ט', ווערן דא ביידע ט' איינס. משא"כ אויב שרייבט מען פארלענדעט, איז עס דא געטויטעט.)

ריכטיג
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
אוועטאר
רוסישע פרינץ
שר האלף
תגובות: 1313
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 06, 2021 8:13 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוסישע פרינץ »

בעטן אדער בעהטן?
Above all, we should acknowledge that the collapse of the Soviet Union was the greateast geopolitical catastrophe of the century.
צאר פוטין יר"ה
אוועטאר
האלצשטיין
שר שבעת אלפים
תגובות: 7161
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלצשטיין »

טון אדער טאן - געטון/געטאן?
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30694
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

האלצשטיין האט געשריבן:טון אדער טאן - געטון/געטאן?

טון געטון (אדער גאר טוהן און געטוהן ביי די וואס שרייבן אלעס מיט א ה"א...)
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
האלצשטיין
שר שבעת אלפים
תגובות: 7161
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלצשטיין »

קנאפער ידען האט געשריבן:
האלצשטיין האט געשריבן:טון אדער טאן - געטון/געטאן?

טון געטון (אדער גאר טוהן און געטוהן ביי די וואס שרייבן אלעס מיט א ה"א...)

איך זע(ה..) אסאך מענטשן שרייבן טאן, אריינגערעכנט שמעון ראלניצקי אין די גלאק דעם חודש.
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30694
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

האלצשטיין האט געשריבן:

עס איז געוויס נישט קיין אורטום (=טעות אין אידיש), נאר א צווייטע וועג פון שרייבן וואס געוויסע נוצן (געוויסע נוצן עס אויך אין רעדן, און פון דארט קומט עס מסתם.) אבער למעשה איז טון/געטון אסאך מער אנגענומען.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
יקום פורקן
שר מאה
תגובות: 117
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 25, 2020 4:32 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקום פורקן »

איך מיין אז דער "טון" איז א מלאופם, וואס ביי חסידים לייענט מען עס ווי "טין", און אנדערע לייענען עס ווי "טאן".
אויב מיין הנחה איז ריכטיג, איז שרייבן "טאן" לכאורה א טעות, מען דארף שרייבן "טון" און יעדער לייענט עס לויט זיין הברה, פונקט אזויווי "און".
יקום פורקן
שר מאה
תגובות: 117
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 25, 2020 4:32 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקום פורקן »

רוסישע פרינץ האט געשריבן:בעטן אדער בעהטן?

כ'פארשטיי אז די רעדטס נישט פון קיין בעטן אויף וואס מען שלאפט, ווייל דארט קומט זיכער נישט קיין ה'.

ביי די אלע ווערטער וואס די הברה פון ע' איז אזוי ווי A, דעמאלטס איז דא וואס שרייבן מיט א ה', צב"ש: בעהט, זעהט וכדו'. דאס ווערט אנגערופן "שטומע ה'ס", ווייל מען הערט עס נישט.

רוב שרייבערס היינט שרייבן נישט קיין שטומע ה'ס, אבער אין אלטע שרייבונגען איז דא פון זיי די והותר.
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

יקום פורקן האט געשריבן:איך מיין אז דער "טון" איז א מלאופם, וואס ביי חסידים לייענט מען עס ווי "טין", און אנדערע לייענען עס ווי "טאן".
אויב מיין הנחה איז ריכטיג, איז שרייבן "טאן" לכאורה א טעות, מען דארף שרייבן "טון" און יעדער לייענט עס לויט זיין הברה, פונקט אזויווי "און".

מסתמא ביסטו גערעכט בשורש, ווייל אין דייטש איז עס "tun", אבער למעשה איז "טאן" א לעגעטימער און פארשפרייטער וועג.

היינט איז זיכער בעסער צו שרייבן "טון".
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
רוסישע פרינץ
שר האלף
תגובות: 1313
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 06, 2021 8:13 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוסישע פרינץ »

יקום פורקן האט געשריבן:
רוסישע פרינץ האט געשריבן:בעטן אדער בעהטן?

כ'פארשטיי אז די רעדטס נישט פון קיין בעטן אויף וואס מען שלאפט, ווייל דארט קומט זיכער נישט קיין ה'.

ביי די אלע ווערטער וואס די הברה פון ע' איז אזוי ווי A, דעמאלטס איז דא וואס שרייבן מיט א ה', צב"ש: בעהט, זעהט וכדו'. דאס ווערט אנגערופן "שטומע ה'ס", ווייל מען הערט עס נישט.

רוב שרייבערס היינט שרייבן נישט קיין שטומע ה'ס, אבער אין אלטע שרייבונגען איז דא פון זיי די והותר.

;l;p-
Above all, we should acknowledge that the collapse of the Soviet Union was the greateast geopolitical catastrophe of the century.
צאר פוטין יר"ה
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30694
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

גרשון האט געשריבן:
יקום פורקן האט געשריבן:איך מיין אז דער "טון" איז א מלאופם, וואס ביי חסידים לייענט מען עס ווי "טין", און אנדערע לייענען עס ווי "טאן".
אויב מיין הנחה איז ריכטיג, איז שרייבן "טאן" לכאורה א טעות, מען דארף שרייבן "טון" און יעדער לייענט עס לויט זיין הברה, פונקט אזויווי "און".

מסתמא ביסטו גערעכט בשורש, ווייל אין דייט ש איז עס "tun", אבער למעשה איז "טאן" א לעגעטימער און פארשפרייטער וועג.

היינט איז זיכער בעסער צו שרייבן "טון".

ווי געזאגט איז עס נישט בלויז אין שריפט וואס געוויסע וועלן נוצן טאן/געטאן נאר אפילו אין רעדן איז דא (אפילו אזאנע וואס דער נארמאלע מלאופם וועלן זיי זאגן ווי א חיריק) וואס זאגן עס אזוי. (מער מצוי ביי "אנגעטאן" וכדו'.)
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9997
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

קנאפער ידען האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:
יקום פורקן האט געשריבן:איך מיין אז דער "טון" איז א מלאופם, וואס ביי חסידים לייענט מען עס ווי "טין", און אנדערע לייענען עס ווי "טאן".
אויב מיין הנחה איז ריכטיג, איז שרייבן "טאן" לכאורה א טעות, מען דארף שרייבן "טון" און יעדער לייענט עס לויט זיין הברה, פונקט אזויווי "און".

מסתמא ביסטו גערעכט בשורש, ווייל אין דייט ש איז עס "tun", אבער למעשה איז "טאן" א לעגעטימער און פארשפרייטער וועג.

היינט איז זיכער בעסער צו שרייבן "טון".

ווי געזאגט איז עס נישט בלויז אין שריפט וואס געוויסע וועלן נוצן טאן/געטאן נאר אפילו אין רעדן איז דא (אפילו אזאנע וואס דער נארמאלע מלאופם וועלן זיי זאגן ווי א חיריק) וואס זאגן עס אזוי. (מער מצוי ביי "אנגעטאן" וכדו'.)

די זעלבע וואס זאגן שמוץ/שמאץ
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

גרשון האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:"פרייעט" אדער "פריידט"?

איך רעד נישט פון די 'שם דבר' פון שמחה, אזוי ווי, 'די גרויסע פרייד'. וואס דאס שרייבט מען פארשטייט זיך, "פרייד".

איך רעד פון די 'שם פעולה' פון שמחה. אזוי ווי, 'וואס פרייעט/פריידט איר זיך', 'ער האט זיך געפרייעט/געפריידט'.

געפריידט איז זיכער א טעות, ווייל דער ווערב איז "פרייען", אלזא ווי אזוי קומט אריין א ד' אינעם לשון עבר?

געפרייעט איז אויך נישט ריכטיג, נאר געפרייט.

וואס איז דער חילוק צווישן דעם און 'גערעדט'?
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

פעיק ניוז האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:"פרייעט" אדער "פריידט"?

איך רעד נישט פון די 'שם דבר' פון שמחה, אזוי ווי, 'די גרויסע פרייד'. וואס דאס שרייבט מען פארשטייט זיך, "פרייד".

איך רעד פון די 'שם פעולה' פון שמחה. אזוי ווי, 'וואס פרייעט/פריידט איר זיך', 'ער האט זיך געפרייעט/געפריידט'.

געפריידט איז זיכער א טעות, ווייל דער ווערב איז "פרייען", אלזא ווי אזוי קומט אריין א ד' אינעם לשון עבר?

געפרייעט איז אויך נישט ריכטיג, נאר געפרייט.

וואס איז דער חילוק צווישן דעם און 'גערעדט'?

דארט איז דער ווערב רעדן. בלשון עבר שניידט מען אוועק דעם ן', און מ'לייגט צו גע- פון אנפאנג און -ט צום סוף, האבן מיר גערעדט.

ווען מ'טוט די זעלבע זאך מיט פרייען, בלייבט מען מיט געפרייעט. נאר געווענליך ביי אזעלכע ווערטער פאלט אויך אוועק דער ע', ממילא איז געפרייט.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

איך פארשטיי.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”