טעראפי?! טעראפיסטן?! מיין מיטמאכעניש

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

דורכגעמאכט
שר העשר
תגובות: 39
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 17, 2023 2:43 am

טעראפי?! טעראפיסטן?! מיין מיטמאכעניש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דורכגעמאכט »

איך וועל פרובירן זיך צו האלטן די מערסטע קורץ און מסודר אבער לויט די שטורעם ווינט וואס איך הייב אן פילן ווי נאר איך טראכט פון שרייבן דערוועגן גלייב איך עס וועט נישט געלונגען, זייטס מיר מוחל!
היסטערי-געבוירן צו א טאטע וואס ליידט אויף ענקזייעטי x טויזענט און קען נישט עקספרעסן קיין שום פילינגס, אבער פארשטייט זיך אז עס האט געהייסן א "שיינע שטוב" תורה וגדולה במקום "אחר".
ארויסצוברענגען אין איין סטעיטמענט וואס איך האב מיך מיטגעמאכט די אלע יארן וואלט געווען גענוג די פאלגענדע: אסאך מאל ווען איך האב געהערט איינעם ביי די טיר און עס האט געקענט אפשר זיין מיין טאטע און עס איז געווען דעמאלטס א עידן ריתחתא בין איך שנעל אראפגעלאפן זיך באהאלטן פאר שרעק פון די קומענדיגע, אקעי אז איך עפן שוין די שווערע פילינגס לאמיך שוין גיין ווייטער (כליפ כליפ): "שוטה" "חמור" "פערד" איז געווען די רעגולער לענגוויטש, "דו גייסט נישט קענען א שידוך טון" איז געווען די פזמון, יוש... די אויגן.... די אויגן.. מיט די צוברייטערטע נאז... יו טשילס.. אקעי 1 מורא'דיגע מעלה, ער זיצט אויבן אן און פירט די שענסטע ארגעניזעישאן'ס און טוט שיינע שידוכים (האהא פארוואס לאך איך?! נאט נייס), יעצט ווילסטו וויסן וועגן שלום בית?! וואס טראכסטו? עס איז געווען אהבה אחוה שלום וריעות???? הא? יוש... די קולות פון זייער שטוב יוש יוש איך קען נישט... אקעי איך וויין שוין עס איז טא מאטש, לעטס גא.. פאר מאר אינפאמעשיען קאל די שכנים.

עלטערע קינד-איך בין אייביג געווען א וואוילע נשמה און געטרייט צו זיין די בעסטע וואס שייך, אבער אן ערפאלג. די קולות און בושות האט מיך אייביג געמאכט פילן הינטעשטעליג. אפילו מען האט זיך געריסן צו זיין מיין חברותא, און איך בין געווען פון די באליבסטע קינדער אין קלאס, דאך האב איך קיינמאל נישט געפילט גוט מיט מיך, צוליב די כסדר'דיגע קריטיק און קולות פונדערהיים.
.....און דא האט איך אנגעהויבן ווייזן סמנים פון ocd.
אינטערסאנט אז איך געדענק די ערשטע מאל איבערזאגן ווערטער ביי קריאת איין שבת ביינאכט אויף די רעכטע זייט פון די קאוטש (אנטשולדיגט פאר די אריכות, אבער איך גיי עס יעצט דורך נאכאמאל) און מיין טאטע וואקט דורך און נעמט זיך מאכן קולות "נאך איין ווארט איך הער דיר איבערזאגן וועל איך..... (איך געדענק שוין נישט)" יוש נעבעך פאר מיר.... אויך געדענק איך איין נאכט ווען איך האב געהאלטן אין איין ארויסקומען פון בעט זיך אפצוגיסן צום 15טע מאל (דו לאך, איך וויין :-( ) און מיין טאטע לויפט ארויס פון זיין רום און נעמט זיך שרייען: "דו משו.. וויפיל מאל דארפסטו זיך אפגיסן? דו מיט דיינע משו....." און מיט אזא גוטע באהאנדלונג פון די נאנסטע מענטש אין דער וועלט איז די ענקזייעטי געוואקסן ווי א וויזעל טיר, און ביי כתה ט' האב איך שוין נישט געהעריג געקענט מיטהאלטן די לימודים. איין נאכט ווען איך וואק דורך מיין טאטע, געט ער מיר אזא מורמעל אריין "נעקסטע וואך גייסטו צו איינעם ...........". גוטע סאשעל סקילס! ניין?

מסכת יסורים-דער ערשטער האט מיר געשיקט צום צווייטן און דער צווייטער צו א דאקטער וואס האט מיך געגעבן מעדיקעישן פאר ענקזייעטי (אנשטאטס עס געבן פאר מיין טאטן...) די קולות פון מיין טאטע אויף מיין מאמע אויפן וועג אריין און ארויס פון דאקטאר אז זי זאל זיכער מאכן אז קיינער זאל אונז נישט באמערקן האט נאר צוגעלייגט צו דעם פחד און איינזאמקייט. איך געדענק נאך ווי אויף די וועג ארויס האט זיך מיין מאמע געפרייט אז די דאקטער האט געזאגט אז ביז א חודש וועל איך שוין זיין מסודר... יא יא... נישט מעגליך געווען צו זיין מסודר אין אזא נישט מסודר'דיגע הויז. ווען איך בין צוריקגעקומען צום דאקטער האט ער מיר געפרעגט צו איך פיל בעסער? וויסנדיג ביי מיר אז איך בין א גרויסע גראבע גארנישט, און איך וועל סייווי אייביג בלייבן א פעליוער, האב איך מיך נישט געוואגט צו זאגן די אמת אז נישט, און אזוי איז עס געבליבן פאר די קומענדיגע ""5 יאר"".

טעראפי-קודם בין איך געגאנגען צו א טעראפיסט נישט אין מיין שטאט וואס האט קוים גערעדט מיין שפראך און איך געדענק נישט צו עס האט געהאלפן, מסתמא יא. אין אזא מצב כאפט מען זיך אן א אינעם לעצטן שטרוי (לייען:טעראפיסט) און נאך א תקופה האב איך געסטאפט צו גיין, פרעג מיר נישט פארוואס. אין ישיבה קטנה האב איך אנגעהויבן גיין צו א היימישע טעראפיסט וואס האט אסאך מער געהאלפן אבער איך האב זיך קיינמאל נישט ארויסגעדרייט אינגאנצן פון מיין מצב. ווייל ווילאנג מען איז אין די קוגל, בלייבט מען פאטעיטא...

דא קומט אסאך מער א ווייטאגליכע פוינט.

באהאלטן שפיל-מען האט מיך מחנך געווען אז "קיינער אין דער וועלט טאר נישט וויסן אז אבג.." "דיך פעלט גארנישט", וכדומה וכדומה, און איך ווי א וואוילע שעפעלע האב אריינגענומען אין קאפ אז איך בין די ארגסטע אויפן וועלט און איך טאר אפילו נישט טראכטן פון מיינע פראבלעמען נאר ווייזן די שענסטע פנים פאר די גאס. איינער ווייסט פארוואס איך וויין?

שידוכים-אזויווי איך בין דער ערגסטער מענטש אויף די וועלט אבער קיינער טאר נישט וויסן דערפון, און איך בין א זיסע געשמאקער, 'טאפ' בחור, איז מיין טאטע געווען איבערגליקלעך אז מען האט געטראפן א גוטע שידוך ב"ה ב"ה.. איי געוויסע זאכן שטימען בכלל נישט, און מיין מאמע האט פרובירט צו זאגן א האלבע ווארט? אבער חוץ א טוץ קולות איז נישט ארויסגעקומען קיין שום זאכליכע אנטווארט, "מען וועט עס שוין מסדר זיין נאך די חתונה!!!!!! (אזויווי ער האט זיך אליין מסדר געווען... שוין איינמאל) די גאנצע שידוך האט מיך אריינגעברענגט אין א שטארקע שרעק און איך בין צוגעגאנגען צו מיין חתונה מיט א שרעקליכע פחד.

ערשטע פאר יאר פון חתונה-צודרייט.
אקעי אקעי כעל עקספלעינען. א 2 וואכן פאר די חתונה האב איך אליין באשלאסן (מיט רשות פון דאקטאר) אז איך מוז אראפגיין פון די מעדיקעישן ווייל אז נישט גייט זי אויסגעפינען, און מיך גט'ן. אזוי האב איך טאקע געטוען (דו כאפסט?! אין 2 וואכן. שומו שמים!!) ווי פאני עס הערט זיך געדענק איך נאך די אבסעשן בשעת די חתונה. די ערשטע שטיק צייט נאך די חתונה האב איך זיך געהאלטן רואיג אבער צוביסלעך האבן מיין ווייב'ס שוואכקייטן - וואס איז נארמאל פאר יעדע פרוי נאך די חתונה (קומענדיג פון א פארמאכטע בעגראונד) - מיר אנגעהויבן טריגערן בשעת איך ווער נאר נערוועזער יעדן טאג, א תוצאה פון די פלוצלינג'דיגע אראפגיין פון מעדס. איך האב אנגעהויבן רייטן אויף אירע נערווען אומווילנדיג. איך בין נערוועז געווארן פון געוויסע זאכן, אבער אנשטאט עס צו הענדלען נארמאל - וואס איך האב קיינמאל פארדעם צוגעזען, בין איך געווארן נערוועז, דעפרעסט, און באבלאזן. אבער געדענק! איך לייד נישט פון גארנישט... גארנישט... נאר מיין ווייב האט שוואכקייטן, און איך האב איר געשיקט פאר העלפ!!!!!!! (פליז שריי נישט אפילו עס קומט זיך מיר) און אזוי איז זי געגאנגען פון רעכל צו מעכל, ווען דער פראבלעם איז נישט דווקא ביי איר, ווערט עס נישט געלייזט. ווען זי איז געווארן פארלוירן און מיר געפרעגט צו איך האב עני עקספיריענס צו וועם זי זאל גיין, בין איך געווען תמ'וואטע אז איך קען זיך נישט אויס אין די נושא געב דיר אליין א עצה... (איך טאר איר חלילה נישט זאגן אז איך האב, אדער האב אמאל געהאט עני פראבלעם...) ל"ע.

ענדגילטיגע ישועה-ביי איינע פון די סטאנציעס ווי איך בין שוין אנגעקומען לאחר יאוש האט מיר מיין ווייב'ס טעראפיסט מציע געווען איך זאל אויך אנהייבן טעראפי! (א חידוש! ניין?). "אבער איך בין דאך מסודר?!?!?" האב איך גע'טענה'עט ווי א וואנזיניגער. בחכמתא מתיבתא להון אז היות איך ווער זייער אנגעצויגן פון די גאנצע מצב זאל איך גיין צו איינעם זיך אויסרעדן...(קלוג). דאס האט שוין געמאכט סענס און איך בין געגאנגען. (אגב, האט זי דאס איין יאר געבעטן פאר אפיקומן...)

דער בחור וויינט ווי א בעבי-די ערשטע שטיק צייט האב איך נאר געקרעכצט ווי שווער עס איז מיר וועגן איר (און dont get me wrong, עס איז מיר טאקע שווער געווען) און איך האב נישט געוואלט רעדן גארנישט וועגן מיר... הלמאי?! איך בין דאך דער מערסטער מסודר'דיגע מענטש אין דער וועלט! גלייבסט מיר נישט? פרעג מיין טאטע! ער האט א בלוטעדיגע פאסיק... דאס אז פון די אנדערע זייט האט ער מיר גערופן מיט כל מיני נעמען, און מיך געמאכט פילן ווי א פעליור, איז בכלל נישט געווען א חלק פון מיין מוח, און איך קען עס אליין נישט באגרייפן. אבער צוביסלעך צוביסלעך האב איך אנגעהויבן פארציילן פון מיין שווערע יוגנט און וויאזוי איך בין נאך אלץ אין פלאנטער.
עס גייט מיר נישט ארויס פון קאפ די סעסיע ווען מיין כח המעצר האט געפלאצט און איך האב אויסגעשאסן אין א געוויין און אזוי געוויינט פאר א לאנגע צייט אויף מיין יוגנט, וויאזוי מען האט מיר צוקוועטשט, אויף מיין ענקזייעטי, אויף מיין שווערעקייטן זיך צו פארשטיין מיט מיין ווייב. ווען מיין געטרייער ערליכער געשמאקער טעראפיסט, וואס איך רוף אן "טאטי" (ער האט עס נישט ליב...) זיצט אין קוקט מיר אן מיט צער און ליבשאפט און צוביסלעך צוביסלעך האט ער מיר געוויזן אז איך בין א מענטש מיט מעלות און חסרונות, און מען ווערט נישט אפגעפרעגט אז מען איז נישט פערפעקט, און האט זיך ממש געריסן מיט מיר איך זאל רופן דעם קינד ביים נאמען און אידענטיפייען מיינע פילינגס און נישט אנטלויפן ווי ביז יעצט. אבער איך בין נאך אלץ געווען מלא ענקזייעטי ביז אויף די ראט פון א גרויסע מומחה בין איך ארויף אויף א געוויסע מעדיקעשן און ב"ה ב"ה ב"ה מיין לעבן האט זיך איבערגעקאצקעט צו גוטן ווען פון מיין גאנצע אבסעשן בארג איז געבליבן א קליינע טל של עצמות, כן יעזור השם להלאה!

הוה-זאכן זעצן זיך, איך האף אז מיין ווייב וועט מיר קענען אינגאנצן מוחל זיין אויף די שווערעקייטן וואס איך האב איר פארשאפט אזויווי איך האב מוחל געווען מיין טאטע. און דאנק דעם באשעפער וואס האט געשיקט זיינע געטרייע שלוחים אין פארעם פון מיין חשובע רב, טעראפיסט, און זיין סאפערווייזער וואס האבן מיך געהאלטן אין די שווערסטע צייט ווען זאכן זענען שוין געווען ביי מערבית דרומית!!
נאך א דיטעל: ווען דו זעסט מיר אויף די גאס אפאר יאר צוריק וואלסטו געזען א זיסע געשמאקע סוקסעספול יונגערמאן מיט אפאר דאלער... וויסן זאלן מיר אז אזוי דרייען זיך גאר אסאך סוקסעספול יונגעלייט מיט הויפענעס ווייטאג... פארוואס זאג איך עס אייך, איר זאלט עס וויסן!!
אה, נאך איין קליינע דיטעל: איך נעם נישט קיין צד צו טעראפי איז הצלת אדער חורבן הדור לגבי אנדערע, אבער אין מיין עקספיריענס האב איך ב"ה זייער מצליח געווען אין טעראפי!!!!!!!!

אלץ א לאנגיעריגע ליינער אבער ערשט מאליגע שרייבער: פאר יעדע ווארט חיזוק, וואלידעישאן, "גרינע" א גרויסן יישר כח איך קען ניצן יעדע פינטל חיזוק.
פאר קריטיק און טענהרייען כמנהג ה.... ביסט גערעכט אבער איך בין נישט די טייפ זיך צו טענה'ען.. סא א גוטע נאכט
Belz123
שר חמש מאות
תגובות: 825
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 05, 2017 1:52 pm

Re: טעראפי?! טעראפיסטן?! מיין מיטמאכעניש

תגובה דורך Belz123 »

דורכגעמאכט האט געשריבן:

Wow wow wow
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

Re: טעראפי?! טעראפיסטן?! מיין מיטמאכעניש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

איך ליין און וויין

הודו לה' אז זאכן זענען בעסער געווארן, און דו ביסט ב"ה אנגעקומען צום ריכטיגן שליח דיר אויפצורעכטן. דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט טאקע קענען לייגן דיינע מיטמאכענישן אין די ריערוויו מיראר און האבן נאר א גוט לעבן פון היינט און ווייטער, און עס זאל הערשן אהבה ואחוה ושלום וריעות אין שטוב.

(געדענק נאר אלעמאל אז זי האט אסאך געליטן אין די פראסעס על לא עוול בכפה און זאלסט פרובירן ארויסצוגיין פון וועג איר צו פארגיטיגן, מער ווי געווענליך).
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
הערטס צו
שר מאה
תגובות: 178
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 04, 2023 12:32 am

Re: טעראפי?! טעראפיסטן?! מיין מיטמאכעניש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערטס צו »

Wow ;l;p-
באקסער בוים
שר האלף
תגובות: 1857
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 12:41 pm

Re: טעראפי?! טעראפיסטן?! מיין מיטמאכעניש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באקסער בוים »

איך ווייס נישט וואס אבער א פעדער צו קענען אפמאלן דיינע געפילן אז אנדערע זאלן עס מיטלעבן האסטו איינס אין די וועלט!

מיטן אייבערשטערס הילף זאלטס עטץ האבן א גליקליכע בשלום׳דיגע לעבן געזונטערהייט!
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6210
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: טעראפי?! טעראפיסטן?! מיין מיטמאכעניש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

אומגלויבליך און העלדיש.

איך קען נישט מער ווי מיטשטימען מיט @מי חכם׳ס קורצע אבער זאכליכע רעספאנס.

דער אייבערשטע זאל העלפן זאלסט האבן זיסע און לעכטיגע טעג און יארן מיט דיין גאנצע שטוב.
אני הוא הנער, נער המדבר
אוועטאר
חלקי
שר האלף
תגובות: 1228
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 6:16 pm

Re: טעראפי?! טעראפיסטן?! מיין מיטמאכעניש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלקי »

;l;p- ;l;p-
דאס אז די האסט געקענט אזוי ארויסשרייבן דיין איבערלעבענישן ווייזט אז די שטייסט שוין גאנץ גוט!!
דורכגעמאכט האט געשריבן:
ווייל ווילאנג מען איז אין די קוגל, בלייבט מען פאטעיטא...
די אויסדרוק האט מיר געמאכט לאכן...
מיין חלק אינעם שמועס...
Chiem Rosenberg 2435
שר מאה
תגובות: 200
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 27, 2022 10:27 am

Re: טעראפי?! טעראפיסטן?! מיין מיטמאכעניש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Chiem Rosenberg 2435 »

דורכגעמאכט האט געשריבן:
איך וועל פרובירן זיך צו האלטן די מערסטע קורץ און מסודר אבער לויט די שטורעם ווינט וואס איך הייב אן פילן ווי נאר איך טראכט פון שרייבן דערוועגן גלייב איך עס וועט נישט געלונגען, זייטס מיר מוחל!
היסטערי-געבוירן צו א טאטע וואס ליידט אויף ענקזייעטי x טויזענט און קען נישט עקספרעסן קיין שום פילינגס, אבער פארשטייט זיך אז עס האט געהייסן א "שיינע שטוב" תורה וגדולה במקום "אחר".
ארויסצוברענגען אין איין סטעיטמענט וואס איך האב מיך מיטגעמאכט די אלע יארן וואלט געווען גענוג די פאלגענדע: אסאך מאל ווען איך האב געהערט איינעם ביי די טיר און עס האט געקענט אפשר זיין מיין טאטע און עס איז געווען דעמאלטס א עידן ריתחתא בין איך שנעל אראפגעלאפן זיך באהאלטן פאר שרעק פון די קומענדיגע, אקעי אז איך עפן שוין די שווערע פילינגס לאמיך שוין גיין ווייטער (כליפ כליפ): "שוטה" "חמור" "פערד" איז געווען די רעגולער לענגוויטש, "דו גייסט נישט קענען א שידוך טון" איז געווען די פזמון, יוש... די אויגן.... די אויגן.. מיט די צוברייטערטע נאז... יו טשילס.. אקעי 1 מורא'דיגע מעלה, ער זיצט אויבן אן און פירט די שענסטע ארגעניזעישאן'ס און טוט שיינע שידוכים (האהא פארוואס לאך איך?! נאט נייס), יעצט ווילסטו וויסן וועגן שלום בית?! וואס טראכסטו? עס איז געווען אהבה אחוה שלום וריעות???? הא? יוש... די קולות פון זייער שטוב יוש יוש איך קען נישט... אקעי איך וויין שוין עס איז טא מאטש, לעטס גא.. פאר מאר אינפאמעשיען קאל די שכנים.

עלטערע קינד-איך בין אייביג געווען א וואוילע נשמה און געטרייט צו זיין די בעסטע וואס שייך, אבער אן ערפאלג. די קולות און בושות האט מיך אייביג געמאכט פילן הינטעשטעליג. אפילו מען האט זיך געריסן צו זיין מיין חברותא, און איך בין געווען פון די באליבסטע קינדער אין קלאס, דאך האב איך קיינמאל נישט געפילט גוט מיט מיך, צוליב די כסדר'דיגע קריטיק און קולות פונדערהיים.
.....און דא האט איך אנגעהויבן ווייזן סמנים פון ocd.
אינטערסאנט אז איך געדענק די ערשטע מאל איבערזאגן ווערטער ביי קריאת איין שבת ביינאכט אויף די רעכטע זייט פון די קאוטש (אנטשולדיגט פאר די אריכות, אבער איך גיי עס יעצט דורך נאכאמאל) און מיין טאטע וואקט דורך און נעמט זיך מאכן קולות "נאך איין ווארט איך הער דיר איבערזאגן וועל איך..... (איך געדענק שוין נישט)" יוש נעבעך פאר מיר.... אויך געדענק איך איין נאכט ווען איך האב געהאלטן אין איין ארויסקומען פון בעט זיך אפצוגיסן צום 15טע מאל (דו לאך, איך וויין :-( ) און מיין טאטע לויפט ארויס פון זיין רום און נעמט זיך שרייען: "דו משו.. וויפיל מאל דארפסטו זיך אפגיסן? דו מיט דיינע משו....." און מיט אזא גוטע באהאנדלונג פון די נאנסטע מענטש אין דער וועלט איז די ענקזייעטי געוואקסן ווי א וויזעל טיר, און ביי כתה ט' האב איך שוין נישט געהעריג געקענט מיטהאלטן די לימודים. איין נאכט ווען איך וואק דורך מיין טאטע, געט ער מיר אזא מורמעל אריין "נעקסטע וואך גייסטו צו איינעם ...........". גוטע סאשעל סקילס! ניין?

מסכת יסורים-דער ערשטער האט מיר געשיקט צום צווייטן און דער צווייטער צו א דאקטער וואס האט מיך געגעבן מעדיקעישן פאר ענקזייעטי (אנשטאטס עס געבן פאר מיין טאטן...) די קולות פון מיין טאטע אויף מיין מאמע אויפן וועג אריין און ארויס פון דאקטאר אז זי זאל זיכער מאכן אז קיינער זאל אונז נישט באמערקן האט נאר צוגעלייגט צו דעם פחד און איינזאמקייט. איך געדענק נאך ווי אויף די וועג ארויס האט זיך מיין מאמע געפרייט אז די דאקטער האט געזאגט אז ביז א חודש וועל איך שוין זיין מסודר... יא יא... נישט מעגליך געווען צו זיין מסודר אין אזא נישט מסודר'דיגע הויז. ווען איך בין צוריקגעקומען צום דאקטער האט ער מיר געפרעגט צו איך פיל בעסער? וויסנדיג ביי מיר אז איך בין א גרויסע גראבע גארנישט, און איך וועל סייווי אייביג בלייבן א פעליוער, האב איך מיך נישט געוואגט צו זאגן די אמת אז נישט, און אזוי איז עס געבליבן פאר די קומענדיגע ""5 יאר"".

טעראפי-קודם בין איך געגאנגען צו א טעראפיסט נישט אין מיין שטאט וואס האט קוים גערעדט מיין שפראך און איך געדענק נישט צו עס האט געהאלפן, מסתמא יא. אין אזא מצב כאפט מען זיך אן א אינעם לעצטן שטרוי (לייען:טעראפיסט) און נאך א תקופה האב איך געסטאפט צו גיין, פרעג מיר נישט פארוואס. אין ישיבה קטנה האב איך אנגעהויבן גיין צו א היימישע טעראפיסט וואס האט אסאך מער געהאלפן אבער איך האב זיך קיינמאל נישט ארויסגעדרייט אינגאנצן פון מיין מצב. ווייל ווילאנג מען איז אין די קוגל, בלייבט מען פאטעיטא...

דא קומט אסאך מער א ווייטאגליכע פוינט.

באהאלטן שפיל-מען האט מיך מחנך געווען אז "קיינער אין דער וועלט טאר נישט וויסן אז אבג.." "דיך פעלט גארנישט", וכדומה וכדומה, און איך ווי א וואוילע שעפעלע האב אריינגענומען אין קאפ אז איך בין די ארגסטע אויפן וועלט און איך טאר אפילו נישט טראכטן פון מיינע פראבלעמען נאר ווייזן די שענסטע פנים פאר די גאס. איינער ווייסט פארוואס איך וויין?

שידוכים-אזויווי איך בין דער ערגסטער מענטש אויף די וועלט אבער קיינער טאר נישט וויסן דערפון, און איך בין א זיסע געשמאקער, 'טאפ' בחור, איז מיין טאטע געווען איבערגליקלעך אז מען האט געטראפן א גוטע שידוך ב"ה ב"ה.. איי געוויסע זאכן שטימען בכלל נישט, און מיין מאמע האט פרובירט צו זאגן א האלבע ווארט? אבער חוץ א טוץ קולות איז נישט ארויסגעקומען קיין שום זאכליכע אנטווארט, "מען וועט עס שוין מסדר זיין נאך די חתונה!!!!!! (אזויווי ער האט זיך אליין מסדר געווען... שוין איינמאל) די גאנצע שידוך האט מיך אריינגעברענגט אין א שטארקע שרעק און איך בין צוגעגאנגען צו מיין חתונה מיט א שרעקליכע פחד.

ערשטע פאר יאר פון חתונה-צודרייט.
אקעי אקעי כעל עקספלעינען. א 2 וואכן פאר די חתונה האב איך אליין באשלאסן (מיט רשות פון דאקטאר) אז איך מוז אראפגיין פון די מעדיקעישן ווייל אז נישט גייט זי אויסגעפינען, און מיך גט'ן. אזוי האב איך טאקע געטוען (דו כאפסט?! אין 2 וואכן. שומו שמים!!) ווי פאני עס הערט זיך געדענק איך נאך די אבסעשן בשעת די חתונה. די ערשטע שטיק צייט נאך די חתונה האב איך זיך געהאלטן רואיג אבער צוביסלעך האבן מיין ווייב'ס שוואכקייטן - וואס איז נארמאל פאר יעדע פרוי נאך די חתונה (קומענדיג פון א פארמאכטע בעגראונד) - מיר אנגעהויבן טריגערן בשעת איך ווער נאר נערוועזער יעדן טאג, א תוצאה פון די פלוצלינג'דיגע אראפגיין פון מעדס. איך האב אנגעהויבן רייטן אויף אירע נערווען אומווילנדיג. איך בין נערוועז געווארן פון געוויסע זאכן, אבער אנשטאט עס צו הענדלען נארמאל - וואס איך האב קיינמאל פארדעם צוגעזען, בין איך געווארן נערוועז, דעפרעסט, און באבלאזן. אבער געדענק! איך לייד נישט פון גארנישט... גארנישט... נאר מיין ווייב האט שוואכקייטן, און איך האב איר געשיקט פאר העלפ!!!!!!! (פליז שריי נישט אפילו עס קומט זיך מיר) און אזוי איז זי געגאנגען פון רעכל צו מעכל, ווען דער פראבלעם איז נישט דווקא ביי איר, ווערט עס נישט געלייזט. ווען זי איז געווארן פארלוירן און מיר געפרעגט צו איך האב עני עקספיריענס צו וועם זי זאל גיין, בין איך געווען תמ'וואטע אז איך קען זיך נישט אויס אין די נושא געב דיר אליין א עצה... (איך טאר איר חלילה נישט זאגן אז איך האב, אדער האב אמאל געהאט עני פראבלעם...) ל"ע.

ענדגילטיגע ישועה-ביי איינע פון די סטאנציעס ווי איך בין שוין אנגעקומען לאחר יאוש האט מיר מיין ווייב'ס טעראפיסט מציע געווען איך זאל אויך אנהייבן טעראפי! (א חידוש! ניין?). "אבער איך בין דאך מסודר?!?!?" האב איך גע'טענה'עט ווי א וואנזיניגער. בחכמתא מתיבתא להון אז היות איך ווער זייער אנגעצויגן פון די גאנצע מצב זאל איך גיין צו איינעם זיך אויסרעדן...(קלוג). דאס האט שוין געמאכט סענס און איך בין געגאנגען. (אגב, האט זי דאס איין יאר געבעטן פאר אפיקומן...)

דער בחור וויינט ווי א בעבי-די ערשטע שטיק צייט האב איך נאר געקרעכצט ווי שווער עס איז מיר וועגן איר (און dont get me wrong, עס איז מיר טאקע שווער געווען) און איך האב נישט געוואלט רעדן גארנישט וועגן מיר... הלמאי?! איך בין דאך דער מערסטער מסודר'דיגע מענטש אין דער וועלט! גלייבסט מיר נישט? פרעג מיין טאטע! ער האט א בלוטעדיגע פאסיק... דאס אז פון די אנדערע זייט האט ער מיר גערופן מיט כל מיני נעמען, און מיך געמאכט פילן ווי א פעליור, איז בכלל נישט געווען א חלק פון מיין מוח, און איך קען עס אליין נישט באגרייפן. אבער צוביסלעך צוביסלעך האב איך אנגעהויבן פארציילן פון מיין שווערע יוגנט און וויאזוי איך בין נאך אלץ אין פלאנטער.
עס גייט מיר נישט ארויס פון קאפ די סעסיע ווען מיין כח המעצר האט געפלאצט און איך האב אויסגעשאסן אין א געוויין און אזוי געוויינט פאר א לאנגע צייט אויף מיין יוגנט, וויאזוי מען האט מיר צוקוועטשט, אויף מיין ענקזייעטי, אויף מיין שווערעקייטן זיך צו פארשטיין מיט מיין ווייב. ווען מיין געטרייער ערליכער געשמאקער טעראפיסט, וואס איך רוף אן "טאטי" (ער האט עס נישט ליב...) זיצט אין קוקט מיר אן מיט צער און ליבשאפט און צוביסלעך צוביסלעך האט ער מיר געוויזן אז איך בין א מענטש מיט מעלות און חסרונות, און מען ווערט נישט אפגעפרעגט אז מען איז נישט פערפעקט, און האט זיך ממש געריסן מיט מיר איך זאל רופן דעם קינד ביים נאמען און אידענטיפייען מיינע פילינגס און נישט אנטלויפן ווי ביז יעצט. אבער איך בין נאך אלץ געווען מלא ענקזייעטי ביז אויף די ראט פון א גרויסע מומחה בין איך ארויף אויף א געוויסע מעדיקעשן און ב"ה ב"ה ב"ה מיין לעבן האט זיך איבערגעקאצקעט צו גוטן ווען פון מיין גאנצע אבסעשן בארג איז געבליבן א קליינע טל של עצמות, כן יעזור השם להלאה!

הוה-זאכן זעצן זיך, איך האף אז מיין ווייב וועט מיר קענען אינגאנצן מוחל זיין אויף די שווערעקייטן וואס איך האב איר פארשאפט אזויווי איך האב מוחל געווען מיין טאטע. און דאנק דעם באשעפער וואס האט געשיקט זיינע געטרייע שלוחים אין פארעם פון מיין חשובע רב, טעראפיסט, און זיין סאפערווייזער וואס האבן מיך געהאלטן אין די שווערסטע צייט ווען זאכן זענען שוין געווען ביי מערבית דרומית!!
נאך א דיטעל: ווען דו זעסט מיר אויף די גאס אפאר יאר צוריק וואלסטו געזען א זיסע געשמאקע סוקסעספול יונגערמאן מיט אפאר דאלער... וויסן זאלן מיר אז אזוי דרייען זיך גאר אסאך סוקסעספול יונגעלייט מיט הויפענעס ווייטאג... פארוואס זאג איך עס אייך, איר זאלט עס וויסן!!
אה, נאך איין קליינע דיטעל: איך נעם נישט קיין צד צו טעראפי איז הצלת אדער חורבן הדור לגבי אנדערע, אבער אין מיין עקספיריענס האב איך ב"ה זייער מצליח געווען אין טעראפי!!!!!!!!

אלץ א לאנגיעריגע ליינער אבער ערשט מאליגע שרייבער: פאר יעדע ווארט חיזוק, וואלידעישאן, "גרינע" א גרויסן יישר כח איך קען ניצן יעדע פינטל חיזוק.
פאר קריטיק און טענהרייען כמנהג ה.... ביסט גערעכט אבער איך בין נישט די טייפ זיך צו טענה'ען.. סא א גוטע נאכט

שטארק. מענטשן ברויכען דאס הערן.

ליידער איז די שפראך פינעם היימישען עולם אראפ צי רייסען טעראפי נאכדערצי דא אויף אייוועלט.

אויב איז דא איין מענטש וואס איז חולי נפש וואס דארל הילף אין נעמט עס נישט ווייל ער הערט זיך צי די מענטשן וואס רייסען עס אראפ איז כאילו מהאט דעם איד מיט זיין גאנצע משפחה אויסגעשאסן מיט א רעוואלווער
intellectual
שר חמש מאות
תגובות: 779
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 1:56 pm

Re: טעראפי?! טעראפיסטן?! מיין מיטמאכעניש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך intellectual »

מוראדיג!

דיין אפענקייט איבער דיינע פעלערן וואס ביסט באגאנגען, און דיין ענדגילטיגע נעמען פולע ריספאנסיביליטי איז עפעס וואס אונז אלע קענען זיך לערנען!

דיין וועג פון שרייבן איז ;l;p- ,ביסט באשאנקן געווארן מיט א גוטע סענס אף יומער וואס כגלייב האט אייך צוגעהאלפן דורכשווימען די מצבים.

מאך דיר באקוועם דא! נעם די פעדער אין די האנט און הייב אן פירקלען,וועסט מיר זיכער מהנה זיין מיט דיין שפראך.

אגב, אויב וואלסטו געקענט מעהר אויסברייטערן און מיטטטיילן איבער דיין דזשיורני ביזן טרעפן די ריכטיגע טערעפיסט און ווילאנג סהאט גענומען די טערעפי און די מעטאדן גענוצט דערביי וכדו' וואלטן אפשר אסאך אידן הנאה געהאט.
דורכגעמאכט
שר העשר
תגובות: 39
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 17, 2023 2:43 am

Re: טעראפי?! טעראפיסטן?! מיין מיטמאכעניש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דורכגעמאכט »

intellectual האט געשריבן:
מוראדיג!

דיין אפענקייט איבער דיינע פעלערן וואס ביסט באגאנגען, און דיין ענדגילטיגע נעמען פולע ריספאנסיביליטי איז עפעס וואס אונז אלע קענען זיך לערנען!

דיין וועג פון שרייבן איז ;l;p- ,ביסט באשאנקן געווארן מיט א גוטע סענס אף יומער וואס כגלייב האט אייך צוגעהאלפן דורכשווימען די מצבים.

מאך דיר באקוועם דא! נעם די פעדער אין די האנט און הייב אן פירקלען,וועסט מיר זיכער מהנה זיין מיט דיין שפראך.

אגב, אויב וואלסטו געקענט מעהר אויסברייטערן און מיטטטיילן איבער דיין דזשיורני ביזן טרעפן די ריכטיגע טערעפיסט און ווילאנג סהאט גענומען די טערעפי און די מעטאדן גענוצט דערביי וכדו' וואלטן אפשר אסאך אידן הנאה געהאט.
יישר כח פאר די דברי חיזוק פון אלע ניקים, איך האף צו האבן א בעסערע נאכט!!..

דער ערשטער-א שטיקל וויזויהייסטעס האט מיר מסביר געווען בטוב טעם ודעת אויף א הויעכע קול אז פונקט ווי מען האט נישט מורא אז א פרידזשידער גייט אראפפאלן אויף דיך פון הימל אזוי אויך דארף מען נישט מורא האבן פון אנדערע זאכן... פאר סאם ריזען האב איך עס עפעס נישט אפגעקויפט...

דער צווייטער-האט געטוען מיט מיר cbt פאר אפאר יאר אבער עס איז מיר געווען זייער שווער זיך צו איבערצייגן צו סטאפן די סירקול זעהנדיג די אבסעשיען'ס אזוי עכט און זייענדיג אין די זאוואראכע כמבואר לעיל...

דער יעצטיגער-בין איך אביסל איבער א יאר, וויל מיך נאך נישט אויסזאגן וועלעכע מעטאד ער טוט מיט מיר :P , ער טענה'עט אז ער מאכט מיר כסדר aware איך זאל לעבן מיט מיינע פילינגס, מיר האבן אסאך געטוען מעדיטעישאן און בריטינג אינאיינעם ביי אים אפיס, עס איז געווען אסאך פאן... אויך האבן מיר אסאך דורכגעטוען די יסוד פון ocd אז אלעס דארף זיין פערפעקט נאכדערצו קומענדיג פון אזא שטוב, און זיך צוצוגעוואוינען צו לעבן מיט ספיקות. איך פלאן נאך צו גיין צו א צווייטן פאר דירעקטע עקספאשער טעראפי, @one day

Is he doing ACT?

Can you send me the story in a PDF?
משהלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3051
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

Re: טעראפי?! טעראפיסטן?! מיין מיטמאכעניש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהלע »

אוי וויי געוואלד. דו מוזט זיין געמאכט פון אייזן.
די אייבערשטער זאל דיך באגליקן.
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: טעראפי?! טעראפיסטן?! מיין מיטמאכעניש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

WOW!! א געמישעכטץ פון טרויער און פרייד...

דו שרייבסט אויסערגעווענליך!
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: טעראפי?! טעראפיסטן?! מיין מיטמאכעניש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

פארמאגסט א געוואלדיגן און הומאריסטישן פעדער!!
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: טעראפי?! טעראפיסטן?! מיין מיטמאכעניש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

דורכגעמאכט האט געשריבן:
אבער איך בין נאך אלץ געווען מלא ענקזייעטי ביז אויף די ראט פון א גרויסע מומחה בין איך ארויף אויף א געוויסע מעדיקעשן און ב"ה ב"ה ב"ה מיין לעבן האט זיך איבערגעקאצקעט צו גוטן ווען פון מיין גאנצע אבסעשן בארג איז געבליבן א קליינע טל של עצמות, כן יעזור השם להלאה!
איינער זאגט מיר אמאל אויף א טערעפיסט אז ער איז א גוטע טערעפיסט, האב איך אים געזאגט אז זיין הצלחה מוז נישט ווייזן אויף די עצות און מהלכים פונעם טערעפיסט ווי גוט ס'ארבעט, עס קען קומען פון די געוויסע מעדיקעשאן ווי גוט ס'ארבעט. מעדיקעשאן איז זייער מאכטפול, און דו ווייסט עס אליין. דו האסט פרובירט אראפצוגיין דערפון צוויי וואכן פאר די חתונה, און דו ווייסט אליין וויפיל דו האסט געליטן פאר'ן אראפגיין.

זאל דיר השי"ת פירן אויפן ריכטיגן וועג.
אוועטאר
sheetrock
שר עשרת אלפים
תגובות: 14217
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:42 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

Re: טעראפי?! טעראפיסטן?! מיין מיטמאכעניש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך sheetrock »

באקסער בוים האט געשריבן:
איך ווייס נישט וואס אבער א פעדער צו קענען אפמאלן דיינע געפילן אז אנדערע זאלן עס מיטלעבן האסטו איינס אין די וועלט!

מיטן אייבערשטערס הילף זאלטס עטץ האבן א גליקליכע בשלום׳דיגע לעבן געזונטערהייט!
איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.
איבערלעבער
שר חמש מאות
תגובות: 721
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 20, 2021 1:43 pm

Re: טעראפי?! טעראפיסטן?! מיין מיטמאכעניש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איבערלעבער »

דורכגעמאכט האט געשריבן:
איך וועל פרובירן זיך צו האלטן די מערסטע קורץ און מסודר אבער לויט די שטורעם ווינט וואס איך הייב אן פילן ווי נאר איך טראכט פון שרייבן דערוועגן גלייב איך עס וועט נישט געלונגען, זייטס מיר מוחל!
היסטערי-געבוירן צו א טאטע וואס ליידט אויף ענקזייעטי x טויזענט און קען נישט עקספרעסן קיין שום פילינגס, אבער פארשטייט זיך אז עס האט געהייסן א "שיינע שטוב" תורה וגדולה במקום "אחר".
ארויסצוברענגען אין איין סטעיטמענט וואס איך האב מיך מיטגעמאכט די אלע יארן וואלט געווען גענוג די פאלגענדע: אסאך מאל ווען איך האב געהערט איינעם ביי די טיר און עס האט געקענט אפשר זיין מיין טאטע און עס איז געווען דעמאלטס א עידן ריתחתא בין איך שנעל אראפגעלאפן זיך באהאלטן פאר שרעק פון די קומענדיגע, אקעי אז איך עפן שוין די שווערע פילינגס לאמיך שוין גיין ווייטער (כליפ כליפ): "שוטה" "חמור" "פערד" איז געווען די רעגולער לענגוויטש, "דו גייסט נישט קענען א שידוך טון" איז געווען די פזמון, יוש... די אויגן.... די אויגן.. מיט די צוברייטערטע נאז... יו טשילס.. אקעי 1 מורא'דיגע מעלה, ער זיצט אויבן אן און פירט די שענסטע ארגעניזעישאן'ס און טוט שיינע שידוכים (האהא פארוואס לאך איך?! נאט נייס), יעצט ווילסטו וויסן וועגן שלום בית?! וואס טראכסטו? עס איז געווען אהבה אחוה שלום וריעות???? הא? יוש... די קולות פון זייער שטוב יוש יוש איך קען נישט... אקעי איך וויין שוין עס איז טא מאטש, לעטס גא.. פאר מאר אינפאמעשיען קאל די שכנים.

עלטערע קינד-איך בין אייביג געווען א וואוילע נשמה און געטרייט צו זיין די בעסטע וואס שייך, אבער אן ערפאלג. די קולות און בושות האט מיך אייביג געמאכט פילן הינטעשטעליג. אפילו מען האט זיך געריסן צו זיין מיין חברותא, און איך בין געווען פון די באליבסטע קינדער אין קלאס, דאך האב איך קיינמאל נישט געפילט גוט מיט מיך, צוליב די כסדר'דיגע קריטיק און קולות פונדערהיים.
.....און דא האט איך אנגעהויבן ווייזן סמנים פון ocd.
אינטערסאנט אז איך געדענק די ערשטע מאל איבערזאגן ווערטער ביי קריאת איין שבת ביינאכט אויף די רעכטע זייט פון די קאוטש (אנטשולדיגט פאר די אריכות, אבער איך גיי עס יעצט דורך נאכאמאל) און מיין טאטע וואקט דורך און נעמט זיך מאכן קולות "נאך איין ווארט איך הער דיר איבערזאגן וועל איך..... (איך געדענק שוין נישט)" יוש נעבעך פאר מיר.... אויך געדענק איך איין נאכט ווען איך האב געהאלטן אין איין ארויסקומען פון בעט זיך אפצוגיסן צום 15טע מאל (דו לאך, איך וויין :-( ) און מיין טאטע לויפט ארויס פון זיין רום און נעמט זיך שרייען: "דו משו.. וויפיל מאל דארפסטו זיך אפגיסן? דו מיט דיינע משו....." און מיט אזא גוטע באהאנדלונג פון די נאנסטע מענטש אין דער וועלט איז די ענקזייעטי געוואקסן ווי א וויזעל טיר, און ביי כתה ט' האב איך שוין נישט געהעריג געקענט מיטהאלטן די לימודים. איין נאכט ווען איך וואק דורך מיין טאטע, געט ער מיר אזא מורמעל אריין "נעקסטע וואך גייסטו צו איינעם ...........". גוטע סאשעל סקילס! ניין?

מסכת יסורים-דער ערשטער האט מיר געשיקט צום צווייטן און דער צווייטער צו א דאקטער וואס האט מיך געגעבן מעדיקעישן פאר ענקזייעטי (אנשטאטס עס געבן פאר מיין טאטן...) די קולות פון מיין טאטע אויף מיין מאמע אויפן וועג אריין און ארויס פון דאקטאר אז זי זאל זיכער מאכן אז קיינער זאל אונז נישט באמערקן האט נאר צוגעלייגט צו דעם פחד און איינזאמקייט. איך געדענק נאך ווי אויף די וועג ארויס האט זיך מיין מאמע געפרייט אז די דאקטער האט געזאגט אז ביז א חודש וועל איך שוין זיין מסודר... יא יא... נישט מעגליך געווען צו זיין מסודר אין אזא נישט מסודר'דיגע הויז. ווען איך בין צוריקגעקומען צום דאקטער האט ער מיר געפרעגט צו איך פיל בעסער? וויסנדיג ביי מיר אז איך בין א גרויסע גראבע גארנישט, און איך וועל סייווי אייביג בלייבן א פעליוער, האב איך מיך נישט געוואגט צו זאגן די אמת אז נישט, און אזוי איז עס געבליבן פאר די קומענדיגע ""5 יאר"".

טעראפי-קודם בין איך געגאנגען צו א טעראפיסט נישט אין מיין שטאט וואס האט קוים גערעדט מיין שפראך און איך געדענק נישט צו עס האט געהאלפן, מסתמא יא. אין אזא מצב כאפט מען זיך אן א אינעם לעצטן שטרוי (לייען:טעראפיסט) און נאך א תקופה האב איך געסטאפט צו גיין, פרעג מיר נישט פארוואס. אין ישיבה קטנה האב איך אנגעהויבן גיין צו א היימישע טעראפיסט וואס האט אסאך מער געהאלפן אבער איך האב זיך קיינמאל נישט ארויסגעדרייט אינגאנצן פון מיין מצב. ווייל ווילאנג מען איז אין די קוגל, בלייבט מען פאטעיטא...

דא קומט אסאך מער א ווייטאגליכע פוינט.

באהאלטן שפיל-מען האט מיך מחנך געווען אז "קיינער אין דער וועלט טאר נישט וויסן אז אבג.." "דיך פעלט גארנישט", וכדומה וכדומה, און איך ווי א וואוילע שעפעלע האב אריינגענומען אין קאפ אז איך בין די ארגסטע אויפן וועלט און איך טאר אפילו נישט טראכטן פון מיינע פראבלעמען נאר ווייזן די שענסטע פנים פאר די גאס. איינער ווייסט פארוואס איך וויין?

שידוכים-אזויווי איך בין דער ערגסטער מענטש אויף די וועלט אבער קיינער טאר נישט וויסן דערפון, און איך בין א זיסע געשמאקער, 'טאפ' בחור, איז מיין טאטע געווען איבערגליקלעך אז מען האט געטראפן א גוטע שידוך ב"ה ב"ה.. איי געוויסע זאכן שטימען בכלל נישט, און מיין מאמע האט פרובירט צו זאגן א האלבע ווארט? אבער חוץ א טוץ קולות איז נישט ארויסגעקומען קיין שום זאכליכע אנטווארט, "מען וועט עס שוין מסדר זיין נאך די חתונה!!!!!! (אזויווי ער האט זיך אליין מסדר געווען... שוין איינמאל) די גאנצע שידוך האט מיך אריינגעברענגט אין א שטארקע שרעק און איך בין צוגעגאנגען צו מיין חתונה מיט א שרעקליכע פחד.

ערשטע פאר יאר פון חתונה-צודרייט.
אקעי אקעי כעל עקספלעינען. א 2 וואכן פאר די חתונה האב איך אליין באשלאסן (מיט רשות פון דאקטאר) אז איך מוז אראפגיין פון די מעדיקעישן ווייל אז נישט גייט זי אויסגעפינען, און מיך גט'ן. אזוי האב איך טאקע געטוען (דו כאפסט?! אין 2 וואכן. שומו שמים!!) ווי פאני עס הערט זיך געדענק איך נאך די אבסעשן בשעת די חתונה. די ערשטע שטיק צייט נאך די חתונה האב איך זיך געהאלטן רואיג אבער צוביסלעך האבן מיין ווייב'ס שוואכקייטן - וואס איז נארמאל פאר יעדע פרוי נאך די חתונה (קומענדיג פון א פארמאכטע בעגראונד) - מיר אנגעהויבן טריגערן בשעת איך ווער נאר נערוועזער יעדן טאג, א תוצאה פון די פלוצלינג'דיגע אראפגיין פון מעדס. איך האב אנגעהויבן רייטן אויף אירע נערווען אומווילנדיג. איך בין נערוועז געווארן פון געוויסע זאכן, אבער אנשטאט עס צו הענדלען נארמאל - וואס איך האב קיינמאל פארדעם צוגעזען, בין איך געווארן נערוועז, דעפרעסט, און באבלאזן. אבער געדענק! איך לייד נישט פון גארנישט... גארנישט... נאר מיין ווייב האט שוואכקייטן, און איך האב איר געשיקט פאר העלפ!!!!!!! (פליז שריי נישט אפילו עס קומט זיך מיר) און אזוי איז זי געגאנגען פון רעכל צו מעכל, ווען דער פראבלעם איז נישט דווקא ביי איר, ווערט עס נישט געלייזט. ווען זי איז געווארן פארלוירן און מיר געפרעגט צו איך האב עני עקספיריענס צו וועם זי זאל גיין, בין איך געווען תמ'וואטע אז איך קען זיך נישט אויס אין די נושא געב דיר אליין א עצה... (איך טאר איר חלילה נישט זאגן אז איך האב, אדער האב אמאל געהאט עני פראבלעם...) ל"ע.

ענדגילטיגע ישועה-ביי איינע פון די סטאנציעס ווי איך בין שוין אנגעקומען לאחר יאוש האט מיר מיין ווייב'ס טעראפיסט מציע געווען איך זאל אויך אנהייבן טעראפי! (א חידוש! ניין?). "אבער איך בין דאך מסודר?!?!?" האב איך גע'טענה'עט ווי א וואנזיניגער. בחכמתא מתיבתא להון אז היות איך ווער זייער אנגעצויגן פון די גאנצע מצב זאל איך גיין צו איינעם זיך אויסרעדן...(קלוג). דאס האט שוין געמאכט סענס און איך בין געגאנגען. (אגב, האט זי דאס איין יאר געבעטן פאר אפיקומן...)

דער בחור וויינט ווי א בעבי-די ערשטע שטיק צייט האב איך נאר געקרעכצט ווי שווער עס איז מיר וועגן איר (און dont get me wrong, עס איז מיר טאקע שווער געווען) און איך האב נישט געוואלט רעדן גארנישט וועגן מיר... הלמאי?! איך בין דאך דער מערסטער מסודר'דיגע מענטש אין דער וועלט! גלייבסט מיר נישט? פרעג מיין טאטע! ער האט א בלוטעדיגע פאסיק... דאס אז פון די אנדערע זייט האט ער מיר גערופן מיט כל מיני נעמען, און מיך געמאכט פילן ווי א פעליור, איז בכלל נישט געווען א חלק פון מיין מוח, און איך קען עס אליין נישט באגרייפן. אבער צוביסלעך צוביסלעך האב איך אנגעהויבן פארציילן פון מיין שווערע יוגנט און וויאזוי איך בין נאך אלץ אין פלאנטער.
עס גייט מיר נישט ארויס פון קאפ די סעסיע ווען מיין כח המעצר האט געפלאצט און איך האב אויסגעשאסן אין א געוויין און אזוי געוויינט פאר א לאנגע צייט אויף מיין יוגנט, וויאזוי מען האט מיר צוקוועטשט, אויף מיין ענקזייעטי, אויף מיין שווערעקייטן זיך צו פארשטיין מיט מיין ווייב. ווען מיין געטרייער ערליכער געשמאקער טעראפיסט, וואס איך רוף אן "טאטי" (ער האט עס נישט ליב...) זיצט אין קוקט מיר אן מיט צער און ליבשאפט און צוביסלעך צוביסלעך האט ער מיר געוויזן אז איך בין א מענטש מיט מעלות און חסרונות, און מען ווערט נישט אפגעפרעגט אז מען איז נישט פערפעקט, און האט זיך ממש געריסן מיט מיר איך זאל רופן דעם קינד ביים נאמען און אידענטיפייען מיינע פילינגס און נישט אנטלויפן ווי ביז יעצט. אבער איך בין נאך אלץ געווען מלא ענקזייעטי ביז אויף די ראט פון א גרויסע מומחה בין איך ארויף אויף א געוויסע מעדיקעשן און ב"ה ב"ה ב"ה מיין לעבן האט זיך איבערגעקאצקעט צו גוטן ווען פון מיין גאנצע אבסעשן בארג איז געבליבן א קליינע טל של עצמות, כן יעזור השם להלאה!

הוה-זאכן זעצן זיך, איך האף אז מיין ווייב וועט מיר קענען אינגאנצן מוחל זיין אויף די שווערעקייטן וואס איך האב איר פארשאפט אזויווי איך האב מוחל געווען מיין טאטע. און דאנק דעם באשעפער וואס האט געשיקט זיינע געטרייע שלוחים אין פארעם פון מיין חשובע רב, טעראפיסט, און זיין סאפערווייזער וואס האבן מיך געהאלטן אין די שווערסטע צייט ווען זאכן זענען שוין געווען ביי מערבית דרומית!!
נאך א דיטעל: ווען דו זעסט מיר אויף די גאס אפאר יאר צוריק וואלסטו געזען א זיסע געשמאקע סוקסעספול יונגערמאן מיט אפאר דאלער... וויסן זאלן מיר אז אזוי דרייען זיך גאר אסאך סוקסעספול יונגעלייט מיט הויפענעס ווייטאג... פארוואס זאג איך עס אייך, איר זאלט עס וויסן!!
אה, נאך איין קליינע דיטעל: איך נעם נישט קיין צד צו טעראפי איז הצלת אדער חורבן הדור לגבי אנדערע, אבער אין מיין עקספיריענס האב איך ב"ה זייער מצליח געווען אין טעראפי!!!!!!!!

אלץ א לאנגיעריגע ליינער אבער ערשט מאליגע שרייבער: פאר יעדע ווארט חיזוק, וואלידעישאן, "גרינע" א גרויסן יישר כח איך קען ניצן יעדע פינטל חיזוק.
פאר קריטיק און טענהרייען כמנהג ה.... ביסט גערעכט אבער איך בין נישט די טייפ זיך צו טענה'ען.. סא א גוטע נאכט
מיינע געפילן בס"ד ביים לעזן דיזען ארטיקל. א וואונדערליכע געשיכטע מיט עליות וירידות. א וואונדערליכע פעדער מיט וואונדערליכע סטיל אויסדריקן. א וואונדערליכע ווארעם הארץ א מוחל וסולח. צווישן די שורות (אפיקומן) זעהט אויס וואו איהר האט א וואונדערליכן בני בית.
ווי אזוי שרייבט מען עס? Wooooooow
אפיציעלע חסד פאנד
זייט א יששכר זבולן מיט לימוד התורה טעגליך 10-12 שעה מיט תלמידים
חובות-ת"ת-ישיבה-סקול-בין איש לאשתו
[email protected]Quickpay
ראש הקהל וויכי
המנהל לכאורה
ויושר יליצו בעדנו חיות אש
מער וועלן בעזר השם איבערלעבן קיץ תשפג
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: טעראפי?! טעראפיסטן?! מיין מיטמאכעניש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

זייער שיין און קלאר באשריבן!! די פרשה איז ווייטאגליך, אבער ב"ה מיט א גוטע ענדע.

דיין פעדער שרייבט פליסיג, קענסט שרייבן אפטער.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: טעראפי?! טעראפיסטן?! מיין מיטמאכעניש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

נשמה האט געשריבן:
דורכגעמאכט האט געשריבן:
אבער איך בין נאך אלץ געווען מלא ענקזייעטי ביז אויף די ראט פון א גרויסע מומחה בין איך ארויף אויף א געוויסע מעדיקעשן און ב"ה ב"ה ב"ה מיין לעבן האט זיך איבערגעקאצקעט צו גוטן ווען פון מיין גאנצע אבסעשן בארג איז געבליבן א קליינע טל של עצמות, כן יעזור השם להלאה!
איינער זאגט מיר אמאל אויף א טערעפיסט אז ער איז א גוטע טערעפיסט, האב איך אים געזאגט אז זיין הצלחה מוז נישט ווייזן אויף די עצות און מהלכים פונעם טערעפיסט ווי גוט ס'ארבעט, עס קען קומען פון די געוויסע מעדיקעשאן ווי גוט ס'ארבעט. מעדיקעשאן איז זייער מאכטפול, און דו ווייסט עס אליין. דו האסט פרובירט אראפצוגיין דערפון צוויי וואכן פאר די חתונה, און דו ווייסט אליין וויפיל דו האסט געליטן פאר'ן אראפגיין.

זאל דיר השי"ת פירן אויפן ריכטיגן וועג.
ער שרייבט דאך אבער אז ער האט גענומען מעדעצין פארן גיין צו טעראפי. מוז עס יא זיין די טעראפי וואס האט אים געמאכט פאר א נייע מענטש.
אוועטאר
מרנן ורבנן
שר חמש מאות
תגובות: 740
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2020 7:50 pm

Re: טעראפי?! טעראפיסטן?! מיין מיטמאכעניש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרנן ורבנן »

דורכגעמאכט האט געשריבן:
איך וועל פרובירן זיך צו האלטן די מערסטע קורץ און מסודר אבער לויט די שטורעם ווינט וואס איך הייב אן פילן ווי נאר איך טראכט פון שרייבן דערוועגן גלייב איך עס וועט נישט געלונגען, זייטס מיר מוחל!
היסטערי-געבוירן צו א טאטע וואס ליידט אויף ענקזייעטי x טויזענט און קען נישט עקספרעסן קיין שום פילינגס, אבער פארשטייט זיך אז עס האט געהייסן א "שיינע שטוב" תורה וגדולה במקום "אחר".
ארויסצוברענגען אין איין סטעיטמענט וואס איך האב מיך מיטגעמאכט די אלע יארן וואלט געווען גענוג די פאלגענדע: אסאך מאל ווען איך האב געהערט איינעם ביי די טיר און עס האט געקענט אפשר זיין מיין טאטע און עס איז געווען דעמאלטס א עידן ריתחתא בין איך שנעל אראפגעלאפן זיך באהאלטן פאר שרעק פון די קומענדיגע, אקעי אז איך עפן שוין די שווערע פילינגס לאמיך שוין גיין ווייטער (כליפ כליפ): "שוטה" "חמור" "פערד" איז געווען די רעגולער לענגוויטש, "דו גייסט נישט קענען א שידוך טון" איז געווען די פזמון, יוש... די אויגן.... די אויגן.. מיט די צוברייטערטע נאז... יו טשילס.. אקעי 1 מורא'דיגע מעלה, ער זיצט אויבן אן און פירט די שענסטע ארגעניזעישאן'ס און טוט שיינע שידוכים (האהא פארוואס לאך איך?! נאט נייס), יעצט ווילסטו וויסן וועגן שלום בית?! וואס טראכסטו? עס איז געווען אהבה אחוה שלום וריעות???? הא? יוש... די קולות פון זייער שטוב יוש יוש איך קען נישט... אקעי איך וויין שוין עס איז טא מאטש, לעטס גא.. פאר מאר אינפאמעשיען קאל די שכנים.

עלטערע קינד-איך בין אייביג געווען א וואוילע נשמה און געטרייט צו זיין די בעסטע וואס שייך, אבער אן ערפאלג. די קולות און בושות האט מיך אייביג געמאכט פילן הינטעשטעליג. אפילו מען האט זיך געריסן צו זיין מיין חברותא, און איך בין געווען פון די באליבסטע קינדער אין קלאס, דאך האב איך קיינמאל נישט געפילט גוט מיט מיך, צוליב די כסדר'דיגע קריטיק און קולות פונדערהיים.
.....און דא האט איך אנגעהויבן ווייזן סמנים פון ocd.
אינטערסאנט אז איך געדענק די ערשטע מאל איבערזאגן ווערטער ביי קריאת איין שבת ביינאכט אויף די רעכטע זייט פון די קאוטש (אנטשולדיגט פאר די אריכות, אבער איך גיי עס יעצט דורך נאכאמאל) און מיין טאטע וואקט דורך און נעמט זיך מאכן קולות "נאך איין ווארט איך הער דיר איבערזאגן וועל איך..... (איך געדענק שוין נישט)" יוש נעבעך פאר מיר.... אויך געדענק איך איין נאכט ווען איך האב געהאלטן אין איין ארויסקומען פון בעט זיך אפצוגיסן צום 15טע מאל (דו לאך, איך וויין :-( ) און מיין טאטע לויפט ארויס פון זיין רום און נעמט זיך שרייען: "דו משו.. וויפיל מאל דארפסטו זיך אפגיסן? דו מיט דיינע משו....." און מיט אזא גוטע באהאנדלונג פון די נאנסטע מענטש אין דער וועלט איז די ענקזייעטי געוואקסן ווי א וויזעל טיר, און ביי כתה ט' האב איך שוין נישט געהעריג געקענט מיטהאלטן די לימודים. איין נאכט ווען איך וואק דורך מיין טאטע, געט ער מיר אזא מורמעל אריין "נעקסטע וואך גייסטו צו איינעם ...........". גוטע סאשעל סקילס! ניין?

מסכת יסורים-דער ערשטער האט מיר געשיקט צום צווייטן און דער צווייטער צו א דאקטער וואס האט מיך געגעבן מעדיקעישן פאר ענקזייעטי (אנשטאטס עס געבן פאר מיין טאטן...) די קולות פון מיין טאטע אויף מיין מאמע אויפן וועג אריין און ארויס פון דאקטאר אז זי זאל זיכער מאכן אז קיינער זאל אונז נישט באמערקן האט נאר צוגעלייגט צו דעם פחד און איינזאמקייט. איך געדענק נאך ווי אויף די וועג ארויס האט זיך מיין מאמע געפרייט אז די דאקטער האט געזאגט אז ביז א חודש וועל איך שוין זיין מסודר... יא יא... נישט מעגליך געווען צו זיין מסודר אין אזא נישט מסודר'דיגע הויז. ווען איך בין צוריקגעקומען צום דאקטער האט ער מיר געפרעגט צו איך פיל בעסער? וויסנדיג ביי מיר אז איך בין א גרויסע גראבע גארנישט, און איך וועל סייווי אייביג בלייבן א פעליוער, האב איך מיך נישט געוואגט צו זאגן די אמת אז נישט, און אזוי איז עס געבליבן פאר די קומענדיגע ""5 יאר"".

טעראפי-קודם בין איך געגאנגען צו א טעראפיסט נישט אין מיין שטאט וואס האט קוים גערעדט מיין שפראך און איך געדענק נישט צו עס האט געהאלפן, מסתמא יא. אין אזא מצב כאפט מען זיך אן א אינעם לעצטן שטרוי (לייען:טעראפיסט) און נאך א תקופה האב איך געסטאפט צו גיין, פרעג מיר נישט פארוואס. אין ישיבה קטנה האב איך אנגעהויבן גיין צו א היימישע טעראפיסט וואס האט אסאך מער געהאלפן אבער איך האב זיך קיינמאל נישט ארויסגעדרייט אינגאנצן פון מיין מצב. ווייל ווילאנג מען איז אין די קוגל, בלייבט מען פאטעיטא...

דא קומט אסאך מער א ווייטאגליכע פוינט.

באהאלטן שפיל-מען האט מיך מחנך געווען אז "קיינער אין דער וועלט טאר נישט וויסן אז אבג.." "דיך פעלט גארנישט", וכדומה וכדומה, און איך ווי א וואוילע שעפעלע האב אריינגענומען אין קאפ אז איך בין די ארגסטע אויפן וועלט און איך טאר אפילו נישט טראכטן פון מיינע פראבלעמען נאר ווייזן די שענסטע פנים פאר די גאס. איינער ווייסט פארוואס איך וויין?

שידוכים-אזויווי איך בין דער ערגסטער מענטש אויף די וועלט אבער קיינער טאר נישט וויסן דערפון, און איך בין א זיסע געשמאקער, 'טאפ' בחור, איז מיין טאטע געווען איבערגליקלעך אז מען האט געטראפן א גוטע שידוך ב"ה ב"ה.. איי געוויסע זאכן שטימען בכלל נישט, און מיין מאמע האט פרובירט צו זאגן א האלבע ווארט? אבער חוץ א טוץ קולות איז נישט ארויסגעקומען קיין שום זאכליכע אנטווארט, "מען וועט עס שוין מסדר זיין נאך די חתונה!!!!!! (אזויווי ער האט זיך אליין מסדר געווען... שוין איינמאל) די גאנצע שידוך האט מיך אריינגעברענגט אין א שטארקע שרעק און איך בין צוגעגאנגען צו מיין חתונה מיט א שרעקליכע פחד.

ערשטע פאר יאר פון חתונה-צודרייט.
אקעי אקעי כעל עקספלעינען. א 2 וואכן פאר די חתונה האב איך אליין באשלאסן (מיט רשות פון דאקטאר) אז איך מוז אראפגיין פון די מעדיקעישן ווייל אז נישט גייט זי אויסגעפינען, און מיך גט'ן. אזוי האב איך טאקע געטוען (דו כאפסט?! אין 2 וואכן. שומו שמים!!) ווי פאני עס הערט זיך געדענק איך נאך די אבסעשן בשעת די חתונה. די ערשטע שטיק צייט נאך די חתונה האב איך זיך געהאלטן רואיג אבער צוביסלעך האבן מיין ווייב'ס שוואכקייטן - וואס איז נארמאל פאר יעדע פרוי נאך די חתונה (קומענדיג פון א פארמאכטע בעגראונד) - מיר אנגעהויבן טריגערן בשעת איך ווער נאר נערוועזער יעדן טאג, א תוצאה פון די פלוצלינג'דיגע אראפגיין פון מעדס. איך האב אנגעהויבן רייטן אויף אירע נערווען אומווילנדיג. איך בין נערוועז געווארן פון געוויסע זאכן, אבער אנשטאט עס צו הענדלען נארמאל - וואס איך האב קיינמאל פארדעם צוגעזען, בין איך געווארן נערוועז, דעפרעסט, און באבלאזן. אבער געדענק! איך לייד נישט פון גארנישט... גארנישט... נאר מיין ווייב האט שוואכקייטן, און איך האב איר געשיקט פאר העלפ!!!!!!! (פליז שריי נישט אפילו עס קומט זיך מיר) און אזוי איז זי געגאנגען פון רעכל צו מעכל, ווען דער פראבלעם איז נישט דווקא ביי איר, ווערט עס נישט געלייזט. ווען זי איז געווארן פארלוירן און מיר געפרעגט צו איך האב עני עקספיריענס צו וועם זי זאל גיין, בין איך געווען תמ'וואטע אז איך קען זיך נישט אויס אין די נושא געב דיר אליין א עצה... (איך טאר איר חלילה נישט זאגן אז איך האב, אדער האב אמאל געהאט עני פראבלעם...) ל"ע.

ענדגילטיגע ישועה-ביי איינע פון די סטאנציעס ווי איך בין שוין אנגעקומען לאחר יאוש האט מיר מיין ווייב'ס טעראפיסט מציע געווען איך זאל אויך אנהייבן טעראפי! (א חידוש! ניין?). "אבער איך בין דאך מסודר?!?!?" האב איך גע'טענה'עט ווי א וואנזיניגער. בחכמתא מתיבתא להון אז היות איך ווער זייער אנגעצויגן פון די גאנצע מצב זאל איך גיין צו איינעם זיך אויסרעדן...(קלוג). דאס האט שוין געמאכט סענס און איך בין געגאנגען. (אגב, האט זי דאס איין יאר געבעטן פאר אפיקומן...)

דער בחור וויינט ווי א בעבי-די ערשטע שטיק צייט האב איך נאר געקרעכצט ווי שווער עס איז מיר וועגן איר (און dont get me wrong, עס איז מיר טאקע שווער געווען) און איך האב נישט געוואלט רעדן גארנישט וועגן מיר... הלמאי?! איך בין דאך דער מערסטער מסודר'דיגע מענטש אין דער וועלט! גלייבסט מיר נישט? פרעג מיין טאטע! ער האט א בלוטעדיגע פאסיק... דאס אז פון די אנדערע זייט האט ער מיר גערופן מיט כל מיני נעמען, און מיך געמאכט פילן ווי א פעליור, איז בכלל נישט געווען א חלק פון מיין מוח, און איך קען עס אליין נישט באגרייפן. אבער צוביסלעך צוביסלעך האב איך אנגעהויבן פארציילן פון מיין שווערע יוגנט און וויאזוי איך בין נאך אלץ אין פלאנטער.
עס גייט מיר נישט ארויס פון קאפ די סעסיע ווען מיין כח המעצר האט געפלאצט און איך האב אויסגעשאסן אין א געוויין און אזוי געוויינט פאר א לאנגע צייט אויף מיין יוגנט, וויאזוי מען האט מיר צוקוועטשט, אויף מיין ענקזייעטי, אויף מיין שווערעקייטן זיך צו פארשטיין מיט מיין ווייב. ווען מיין געטרייער ערליכער געשמאקער טעראפיסט, וואס איך רוף אן "טאטי" (ער האט עס נישט ליב...) זיצט אין קוקט מיר אן מיט צער און ליבשאפט און צוביסלעך צוביסלעך האט ער מיר געוויזן אז איך בין א מענטש מיט מעלות און חסרונות, און מען ווערט נישט אפגעפרעגט אז מען איז נישט פערפעקט, און האט זיך ממש געריסן מיט מיר איך זאל רופן דעם קינד ביים נאמען און אידענטיפייען מיינע פילינגס און נישט אנטלויפן ווי ביז יעצט. אבער איך בין נאך אלץ געווען מלא ענקזייעטי ביז אויף די ראט פון א גרויסע מומחה בין איך ארויף אויף א געוויסע מעדיקעשן און ב"ה ב"ה ב"ה מיין לעבן האט זיך איבערגעקאצקעט צו גוטן ווען פון מיין גאנצע אבסעשן בארג איז געבליבן א קליינע טל של עצמות, כן יעזור השם להלאה!

הוה-זאכן זעצן זיך, איך האף אז מיין ווייב וועט מיר קענען אינגאנצן מוחל זיין אויף די שווערעקייטן וואס איך האב איר פארשאפט אזויווי איך האב מוחל געווען מיין טאטע. און דאנק דעם באשעפער וואס האט געשיקט זיינע געטרייע שלוחים אין פארעם פון מיין חשובע רב, טעראפיסט, און זיין סאפערווייזער וואס האבן מיך געהאלטן אין די שווערסטע צייט ווען זאכן זענען שוין געווען ביי מערבית דרומית!!
נאך א דיטעל: ווען דו זעסט מיר אויף די גאס אפאר יאר צוריק וואלסטו געזען א זיסע געשמאקע סוקסעספול יונגערמאן מיט אפאר דאלער... וויסן זאלן מיר אז אזוי דרייען זיך גאר אסאך סוקסעספול יונגעלייט מיט הויפענעס ווייטאג... פארוואס זאג איך עס אייך, איר זאלט עס וויסן!!
אה, נאך איין קליינע דיטעל: איך נעם נישט קיין צד צו טעראפי איז הצלת אדער חורבן הדור לגבי אנדערע, אבער אין מיין עקספיריענס האב איך ב"ה זייער מצליח געווען אין טעראפי!!!!!!!!

אלץ א לאנגיעריגע ליינער אבער ערשט מאליגע שרייבער: פאר יעדע ווארט חיזוק, וואלידעישאן, "גרינע" א גרויסן יישר כח איך קען ניצן יעדע פינטל חיזוק.
פאר קריטיק און טענהרייען כמנהג ה.... ביסט גערעכט אבער איך בין נישט די טייפ זיך צו טענה'ען.. סא א גוטע נאכט
האב איך מיט געוויינט מיט דיר.... אבער ב”ה אז די ביסט אנגעקומען צו גיין אים ריכטיגן וועג.... יישר כח פארן מיט טיילן איך בין זיכער אז דאס קען זיין חיזוק פאר הונדרעטער אידן.
אין דבר העומד בפני הרצון. אויב דו ווילסט באמת וועסטו אנקומען.
עלינו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3654
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 13, 2022 3:19 am

Re: טעראפי?! טעראפיסטן?! מיין מיטמאכעניש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עלינו »

זייער שיין און וויכטיג
אגב איז אינטערעסאנט אז ער האט דיר געלאזט אראפ גיין אינגאנצען פון מעדעצין אין בלויז צוויי וואכן
די ערשטע שאלה פון דער הייליגער רבי ר' אלימלך זצוק"ל, האסטו געהאלפן מיינע קינדער?

לאור די תשובה אין שו"ת באר משה קו"א סי' קג, וועל איך בעז"ה פרייטאג נאכמיטאג נישט שרייבן נייעס פון ארץ ישראל וואס קומט דורך חילול שבת קודש ר"ל.
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: טעראפי?! טעראפיסטן?! מיין מיטמאכעניש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

אגב, עגבערט מיר שוין לאנג דער אויסדרוקט "געלייגט אויף מעדיקעישאן", "ארויף אויף מעדיקעישאן", "אראפ פון מעדיקעישאן". ווען איינער פאַסט אין א תענית זאגט מען אויך אז "ער איז אראפ פון די עסן"? און ווען ער האט אויסגעפאסט "איז ער ארויף אויפן עסן"? היינט בין איך "ארויף" אויף אייער שפייז? "איך האב געלייגט מיין אינגל אויף סיריעל מיט מילך"..

אין די היינטיגע קארעקטע וועלט, וואו מענטשן וואס גייען צו טעראפי זענען "קליענטן", וואלט מען שוין געדארפט טוישן דער נוסח אויך...
אוועטאר
Rak Tov
שר שבעת אלפים
תגובות: 7892
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:35 pm
לאקאציע: דא
פארבינד זיך:

Re: טעראפי?! טעראפיסטן?! מיין מיטמאכעניש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Rak Tov »

ממש געוויינט ביים ליינען, זייער שיין אראפגעשריבן
ווארפט אריין לכה"פ $360
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt
לייקוס
שר מאה
תגובות: 172
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 22, 2020 10:45 pm
לאקאציע: לעיקוואד

Re: טעראפי?! טעראפיסטן?! מיין מיטמאכעניש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייקוס »

יישר כח פארען מיטטיילען.
די פעיר פרעשאור און די פיקטשער פערפעקט לעבנס שטייגער פון געוויסע אזוי גערופענע בעסערע משפחות איז א רעסאפי פאר או סו די.
אונזער קאמיונוטי בפרט און די ווייבער שול אזוי גערופענע סוקספעלע משפחות ליידען זיך אפ פון פערפעקשעניזעם.
איינער פון די געזונטסטע זאכען פאר א מענטש איז האבען די יכולת צו לעבען זיין אייגענארטיגע לעבענס שטייגער,האבען די יכולת צו זיין וואנלערעבעל און פובליק.
האבען די מעגליכקייט צוזיין באקוועם מיט זיין לאו דווקא די בעסטע און די שענסטע און די בעסערע,האבען די יכולת צו שפירען די שטארקייט און וועלידעשין פון אינעווייניג, קענען זיין אפען מיט חבירים איבער די אייגענע שוועריקייטען און קענען שמייכלען דערוועגען.
ווען צוויי פון אונזערע פרויען וועלען זיך קענען טרעפען אויף די גאס און קענען לאכען פון זייערע אייגענע משוגעת פון דארפען קויפען דיע קערידזש און דיע ברענד איך ווייס וואס,און דיע בלומען,וועט אגרויס חלק ענקזייעטי זיך אויפלאזען.
סוועט זיין מער פלאץ און מח און אין שטוב אריינצולייגען כוחות און די נפש ורוח פון אונזערע קינדער און אהבה און לעכטיגקייט צו אונזערע קינדער.
פיקטשער פערפעקט איז אזא ״גלות הדעת״ וואס פארשקלאפט אגרויס חלק פון אונז די ענקזייעטי און או סי די איז ליידער און א וועג אגוטע זאך,און ספארסירט בעיקר ביי דיע וואס האבען שוין נישט די כוחות הנפש נאכצויאגען די גרויסע פרעשאור פון כסדר פארפארמען א פיקשער.
ווען די קרענק קומט אהן און מאיז זוכה צוגיין צו א טעראפיסט וואס קען העלפען די מענשט זיך אליינס צו טרעפען און אויפגעבען די עבדות פון דארפען פערפארמען,קען מען בסייעתא דשמיא אנפאנגען צו לעבען און בוחר זיין און א לעכטיגע לעבן.
אוועטאר
יחיד מומחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 256
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 29, 2021 4:31 pm

Re: טעראפי?! טעראפיסטן?! מיין מיטמאכעניש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחיד מומחה »

ממוצע האט געשריבן:
אגב, עגבערט מיר שוין לאנג דער אויסדרוקט "געלייגט אויף מעדיקעישאן", "ארויף אויף מעדיקעישאן", "אראפ פון מעדיקעישאן". ווען איינער פאַסט אין א תענית זאגט מען אויך אז "ער איז אראפ פון די עסן"? און ווען ער האט אויסגעפאסט "איז ער ארויף אויפן עסן"? היינט בין איך "ארויף" אויף אייער שפייז? "איך האב געלייגט מיין אינגל אויף סיריעל מיט מילך"..

אין די היינטיגע קארעקטע וועלט, וואו מענטשן וואס גייען צו טעראפי זענען "קליענטן", וואלט מען שוין געדארפט טוישן דער נוסח אויך...
;l;p- ;l;p- ;l;p-
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”