טעראפי?! טעראפיסטן?! מיין מיטמאכעניש

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
דעת גדול
שר חמישים ומאתים
תגובות: 372
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 22, 2021 9:38 pm
לאקאציע: טיעף און וואלד... אויף אן אקציע...

Re: טעראפי?! טעראפיסטן?! מיין מיטמאכעניש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעת גדול »

ציפידיג... מיט א גאר דערלייכטערטע ענדע..
זאלסט האבן הצלחה אויף ווייטער..
שכח פארן מיטיילן..
שמחה=שמייכל=רואיג=פאזעטיוו=צו גאט און צו לייט

איש תם. יושב אוהלים...
אוועטאר
טאטעטריא
שר האלף
תגובות: 1506
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 03, 2023 12:26 am
לאקאציע: נישט דא!

Re: טעראפי?! טעראפיסטן?! מיין מיטמאכעניש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאטעטריא »

הארץ רייסענד...

מ'זעט דיינע טרערן צווישן די שורות...

איך באווארף דיר מיט קרעדיט פארן האבן די שטארקייט ארויסציקומען ברבים
The quick brown fox jumps over the lazy dog
שייף עייל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 387
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 13, 2015 11:16 pm

Re: טעראפי?! טעראפיסטן?! מיין מיטמאכעניש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שייף עייל »

PDF
טעראפי טעראפיסטן מיין מיטמאכעניש.pdf
(63.2 KiB) געווארן דאונלאודעד 77 מאל
אוועטאר
רעים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7305
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 2:29 pm
לאקאציע: אישי
פארבינד זיך:

Re: טעראפי?! טעראפיסטן?! מיין מיטמאכעניש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעים »

ווען הארץ שרייבט קען א שטיין צוגיין.... זאל השי"ת דיך ווייטער העלפן....
לקוטי בתר לקוטי
צו טון א אידן א טובה... בפרט ברוחניות...
~איך זיך א דזשאב~
אוועטאר
האסטו וועסטו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4616
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm
לאקאציע: דא

Re: טעראפי?! טעראפיסטן?! מיין מיטמאכעניש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסטו וועסטו »

איינער ווייסט פארוואס איך וויין?
יוש האסטו א פעדער
סענס הייבן אן מאכן זאכן...
(קר' ל.וו.)

#גיי קראך גרינע פעפער

דער אייבערשטער פירט דער וועלט!!!

נא נא!!!
נא'קע מיך נישט, איך דארף עס נישט
אפענע געפילן
שר העשר
תגובות: 30
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 22, 2022 11:00 am

Re: טעראפי?! טעראפיסטן?! מיין מיטמאכעניש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפענע געפילן »

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-

אה אה!!! דו שרייבסט דאך אזוי מין שיין און אפנהארציג!!

איך האב זיך געטראפן צושאקלען מיטן קאפ צו יעדע איינציגסטע ווארט, צאמצוקושן! כ'האב געהאט א ענליכע מעשה מיט אנדערע פרטים, כ'ווייס די יסורים און די שווערע פראסעס פון זיך לאזן העלפן, אבער ס'קומט מיר אן שווער צו שרייבן, וויל איך זיך באדאנקען פאר דיר פארן נעמען די מיה דאס אלעס אפצושרייבן, ס'קומט דיר אסאך קרעדיט, גיב זיך עס! קלאפ זיך זעלבסט אין רוקן פאר דיין עבודה ס'איז זיכער גאר גאר חשוב אין הימל!

ביסט א גוטער מענטש מ'זעט און מ'פילט דיין וואוקס און ארבעט!
געפילן קען מען נישט דערשטיקן אדער פארטרייבן, ענדערש נעם זיי אויף מיט אפענע ארעמעס און האב מנוחת הנפש
אינטערנאל פעמילי סיסטעם IFS
אוועטאר
דרייטצעך
שר ששת אלפים
תגובות: 6153
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
לאקאציע: וואו דרייטצעך א איד?

Re: טעראפי?! טעראפיסטן?! מיין מיטמאכעניש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרייטצעך »

ווייטאגליך ביז גאר.

ב"ה מען האלט שוין נאכן בארג. זאל דער אייבערשטער דיר געבן כח און חיזוק אויף ווייטער.
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
בערגשטיין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 333
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2022 3:16 pm

Re: טעראפי?! טעראפיסטן?! מיין מיטמאכעניש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערגשטיין »

די האסט א שטארקע כאראקטער צו קוקן דעים פראבלעים און פנים אריין.
ווען איינער האלט שוין דארט האלט ער שוין זייער ווייט ארויס פונעם פלאנטער.
שטארקע חיזוק פאר אונז אלע
אנטלויף נישט פונעם מציאות, קוק עס אין פנים און פארמעסט זיך דערמיט
אוועטאר
מרנן ורבנן
שר חמש מאות
תגובות: 737
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2020 7:50 pm

Re: טעראפי?! טעראפיסטן?! מיין מיטמאכעניש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרנן ורבנן »

עס איז געווען אמאהל עפעס אן ארטיקל אינעם נפשי לגבי א ראש ישיבה וואס האט זיך געלאזט העלפן, איינער קען עס ברענגען?

דער ארטיקל האט מיר אויכט זייער בארירט און עס איז שייך פאר דער שמועס אין דעם אשכול.
אין דבר העומד בפני הרצון. אויב דו ווילסט באמת וועסטו אנקומען.
אוועטאר
אורח הכבוד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4426
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
לאקאציע: פרוזדור (עולם הזה)

Re: טעראפי?! טעראפיסטן?! מיין מיטמאכעניש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורח הכבוד »

@דורכגעמאכט איך קאן מיך נישט אריינלייגען און דיינע שיך וואס דו ביזסט אלץ אדורך ואל תדין את חבירך עד שתגיע למקומו (ולמקומו אל תגיע..) ב''ה די קענסט שוין פארציילן און פריידן, כן יעזור ה' להלאה,
א קליינע הערה נאר (לאו דוקה פאר דיר אבער איצט איז מיר עס נאכאמאל נולד געווארן) אויב איינער קען מסביר זיין פון ווי און די וועלט ס'נעמט זיך די לעצטערע היתר פון רעדן צו חוזק מאכען אראפרייסען אדער נאך ערגער עלטערן אויב ס'געווען פראבלעמען און שטוב? ווי שטייט אז ס'גייט נישט אן מער הלכות כיבוד אב ומורא אב? איך ווייס נישט פון ווי ס'נעמט זיך צו פון די 'נפשי' צו פון אנדערע פלעצער, האט איינער געלערענט די גמרא פון דער וואס איז געזיצען צווישען שרים פון רום און די מאמע האט אים געשפיגען און פנים?! געשלאגען?! געווארן די גאנצע געלט און ים?! צו ווען די מאמע האט אים געשלאגען מיט די פאנטאפעל און ס'איז אראפגעפאלן און ער האט עס איר שנעל אויפגעהויבן (צו קענען ממשיך זיין?!..) און די חכמים האבן געזאגט אז קיינער פון דעם האט נאכנישט יוצא געווען עכט די חיוב פון כיבוד אב ואם?!
אונז זעמיר נישט ביי די מדרגה ליידער פון ריכטיג כיבוד, אבער עטליעסט מורא?!
נניח און געוויסע פעלער ווען ס'פעלט זיך אויס לתועלת הענין פאר א מומחה צו הערן אלע פרטים מיט א קלארע היתר פון א דעת תורה איז איין זאך, אבער סתם ליפטערן דברי זילזול אויף עלטערן?! אויב קען מען ארויס ארויסברענגען די פוינט פון טערעפי מיטן אויסשניידען די ערשטע העלפט און עס ריפליעסן מיט בלויז געהאט א שווערע יוגענט און שטוב וכ''ו הרי טוב, אויב נישט איז נישט! כשם שמקבלין שכר על הדרישה כך מקבלין שכר על הפרישה, און דער אייבישטער וועט אוודאי נישט מאכען ס'זאל בלייבען שווערער אויפן הארצען ווייל מ'האלט זיך צוריק פון עובר זיין אויף איינע פון די גרעסטע מצות וואס השווה כבדו לכבודם.

נאכאמאל הרב @דורכגעמאכט איך מיין באמת נישט דיר פערזענליך איך האב ביזסט מיר מוחל בלב שלם אויב איך האב דיר ווייגעטוהן, איך מיין די ענין וואס איז געווארן א געפערליכע הפקירות אינטער די מאנטעל פון מענטל העלט הערט מען און ליינט מען געפערליכע זילזול אויף עלטערן און סתם עמך אינגעלייט ליינען דאס און דאס איז אסור און קען האבן א גאר שלעכטע השפעה אויפן דור בעת ווען אינזער זכות קיום איז נאר מיטן מכיר זיין און מחשיב זיין מקור מחצבתו כמבואר בכל ספרי קודש!

א גוט שבת
שטייט (זוה''ק שמות) אַּז די בריונים פון אידן וועלן גיין מיט גוג ומגוג'ן אינאיינעם, לוחם זיין מיט'ן מלך המשיח,
דאָס איז דעס מיליטער! די זענען אויסגעשולט געוואָרן, די וועלן גיין קעגן מלך המשיח לוחם זיין!

רביה''ק זי''ע נשא תשכ"ז
אוועטאר
בלייב געזונט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4255
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 10:16 am

Re: טעראפי?! טעראפיסטן?! מיין מיטמאכעניש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלייב געזונט »

טויזנט פראצענט גערעכט הרב @אורח, ח''ו איך האב גארנישט קעגן הרב @דורכגעמאכט, די תורה הקדושה איז קאי וקיימא מיט אלע אירע תרי''ג מצוות, און אין אלע אומשטענדן.

שוין געשריבן אין די אנדערע אשכול, דאס אז א אויסגאבע איז געווארן די פאנטרעגער אויף טעראפי, יעדע כזית קאפל און קאלעדזש גראדואירט ווערט אראפגעמאלן אלץ העלד, טיילמאל האלבע אידן און גאנצע, איז א חורבן עולם! נישט קיין חילוק וואס זענען די עצם פאקטן אויף טעראפי, צו איז דאס א חורבן אדער א הצלת הדור.
הַחֹדֶשׁ אֲשֶׁר נֶהְפַּךְ לָהֶם מִיָּגוֹן לְשִׂמְחָה

און צו הרב דורכגעמאכט, דיין פעדער איז מאסיוו, אראפצולייגן א מיטמאכעניש אז מען זאל פילן מען וואקט מיט דיר דורכאויס די גאנצע וועג, און אראפלאזן א טרערעלע..

ב''ה אז דו דערציילט דאס שוין אין פריידן!
הַחֹדֶשׁ אֲשֶׁר נֶהְפַּךְ לָהֶם מִיָּגוֹן לְשִׂמְחָה
אוועטאר
נקודה למחשבה
שר חמש מאות
תגובות: 651
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 15, 2022 10:38 am
לאקאציע: מיטן מחשבה גייט דער מענטש

Re: טעראפי?! טעראפיסטן?! מיין מיטמאכעניש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקודה למחשבה »

רעים האט געשריבן:
ווען הארץ שרייבט קען א שטיין צוגיין.... זאל השי"ת דיך ווייטער העלפן....
שוועריקייטן שטייען נישט אין דיין וועג, זיי זענען דיין וועג!
דורכגעמאכט
שר העשר
תגובות: 39
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 17, 2023 2:43 am

Re: טעראפי?! טעראפיסטן?! מיין מיטמאכעניש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דורכגעמאכט »

יישר כח טייערע אידן איר קענט אייך נישט פארשטעלן וואס ענקער חיזוק מיינט פאר מיר! עס פאסט נישט זיך צו פרייען אבער איך קען זיך נישט איינהאלטן... (אויב האסטו פארפעלט צו באקומען ליבשאפט פאר 18 יאר דאן קענסטו מיר האפענטליך פארשטיין. אקעי... איך האלט אין איין ווערן פארלוירן פון מיינע געפילן, אנטשולדיגט.)

@נשמה @ממוצא. די מעדיקעישן און טעראפי פאר די חתונה האט נישט עכט געהאלפן, שווער צו זאגן צו די סיבה איז געווען ווייל עס איז נישט געווען די ריכטיגע באהאנדלונג אדער די אומשטענדן אינדערהיים אדער ביידע צוזאמען, מיט דעם אלעם האט עס אבער געשאדט ווען איך בין אראפ פלוצלינג פון מעדס.
נאך די חתונה ווען איך האב אנגעהויבן טעראפי בין איך נישט געווען אויף מעדיקעישן און איך בין ברור כשמש אז דער טעראפיסט האט מיר פאר א יאר צייט געהאלפן זיך באקענען מיט מיר אליינס, מיר אויסגעלערנט עקספרעסן מיינע פילינגס און needs אין א וואלנערעבל וועג, מיר געהאלפן זיך ליב האבן אפילו איך בין מלא חסרונות כרימון, מיך געוויזן די וועג צו לעבן מיט מיין אבנארמאלע ענקזייעטי און אבסעשיען'ס, מיך אויפעבויעט פון 0 צו א סעלף וואס לויפט נישט אוועק פון זיינע פראבלעמען, וואס דאס אליין האט געטוישט מיין לעבן מקצה אל קצה און דאס האט גארנישט מיט מעדיקעישן!!
נאך א יאר צייט האב איך אבער געפילט ווי די ocd איז ממש ווי אריינגעבויט פיזיש אין מיר און איך קען נישט פטור ווערן לגמרי (ווי אויך איז איז מיין יעצטיגע טעראפיסט בכלל נישט ספעצילעזירט אין ocd) און אויף דעם האט מיך די מעדיקעישן (אן אנדערע) געראטעוועט די לעצטע האלבע יאר בעזה"ש.

****
@עלינו. די דאקטער האט נישט געהאט קיין ברירה קעגן מיין פעסטע החלטה אז איך גיי נישט חתונה האבן מיטברענגענדיג די אראנדשע באטל, ער האט מיר סך הכל געדארפט גיידען וויאזוי אראפצוגיין אין אזא קורצע צייט. א חלק פון די משוגעת וויאזוי איך האב דעמאלטס באהאנדלט סיטואציעס אין לייף!!

****
איך וואלט נישט אנגערופן מיין בני בית א וואוילע, איך וואלט איר אנגערופן א צדיקת פארן זיך לאזן טרעטן (איינער פארשטייט?!?!?!?), פארן מיך געבן די געלעגענהייט און חיזוק צו ארבעטן אויף מיך, פארן מיך צוביסלעך מוחל זיין אויף מיינע אומווילנדיגע מעשים.

****
@belz123. איך ווייס נישט אויב ער טוט act אבער גראדע האב איך אויף די ראט פון די סופערווייזער זיך געקויפט א book צו היילן ocd דורך act און עס האט שטארק עושה רושם געווען אבער יענע צייט האב איך אנגעהויבן נעמען מעדיקעישן און ווען עס האט פעסט אנגעהויבן ארבעטן האב איך עס געסטאפט צו ליינען נישט האבנדיג קיין סאך אבסעסיעס. איך ווייס נישט אויב עס איז אויסגעהאלטן לויט די תקנות צו לייגן א לינק.

איך האף ביז א קורצע צייט צו סטאפן די טעראפיסט (אפשר נעמען א ברעיק) און אנהייבן געצילטע עקספאזשער טעראפי און אפשר פרובירן אראפצוגיין פון מעדיקעישן. איך האב נישט קיין פראבלעם צו בלייבן אבער עס שאדט נישט צו פרובירן... איך דערמאן זיך אז ווען איך האב אנגעהויבן נעמען מעדעצין בין איך געווען מיט מיין ווייב ביי א נאטירליכע-כישוף-געלטזויגער -וואס מיין משפחה איז פארגלייבט אין איר- צוליב א פיזישע פראבלעם און איך האב גענומען די גאטס און איר געפרעגט צו די מעדס קען האבן א שווערע סייד עפעקט, הייבט זי אן מסביר זיין אז איך גיי זיך קיינמאל נישט אויסלערנען וויאזוי צו עס פייטן אליין און זי געט מיך אזא שטעך "דו גייסט בלייבן א גאנץ לעבן אויף מעדיקעישן??" פרעג איך איר: "וואס דען?, איך גיי א גאנץ לעבן ליידן פון ocd? זעהנדיג אז איך גיי איר נישט שטיצן דורך קויפן עפעס א פיש-זאפט דרינק בעל כרחה יענה...

****
@אורח הכבוד @בלייב געזונט. איר זאגט זייער א גערעכטע פוינט און יישר כח פארן אויפמערקן. קען זיין עס איז נאכאלץ נישט אויסגעהאלטן, אבער די סיבה פון באשרייבן מיין עלטערנס שטוב איז נישט ח"ו אלס טענה, נאר מען זאל ארויסהאבן די תמצית המעשה. איך האב אלעמאל זייער מכבד געווען מיינע עלטערן, און בין זיי היינט נאכמער מכבד. און איך בוי יעצט אויף א רילעשינשיפ מיט מיין טאטע וואס איך האב קיינמאל נישט געהאט. עס פלעגט קענען דורכגיין וואכן וואס מיר האבן נישט אויסגעטוישט קיין ווארט נאר ווען מיר האבן זיך געטראפן פערזענליך האבן מיר גערעדט אפאר ווערטער. היינט ווייס איך אז איך דארף נישט מורא האבן. ווי למשל איך קאל אים סתם צו שמועסן און איך פארברענג מיט אים פערזענליך. די ערשטע שטיק צייט האט ער מיך איגנארירט נישט וויסנדיג וואס איך וויל פון אים אבער נאכן זעהן אז איך דערשרעק מיך נישט ווען ער האקט אראפ די טעלעפאן נערוועזערהייט האט ער אנגעהויבן צוביסלעך צו שמועסן און פארברענגען און איך בין מיך מחי' יעדע מאל ער קאלט מיר איך זאל אים טון א טובה... א זאך וואס איז אמאל נאר געווען שייך ער זאל עס בעטן ברמיזה און מיט קאמפלעקס. ב"ה עס האלט דא! ועוד יותר, מיין טאטע פארשטייט נישט וואס עס גייט פלוצלינג פאר, אבער ער פילט אז עפעס האט זיך געטוישט אין מיך. די לעצטע שטיק צייט הער איך פון אים ווערטער פון ליבשאפט וואס איך האב קיינמאל נישט געהערט פון אים, און ער פריידט זיך אמת'דיג צו פארברענגען מיט מיר, א זאך וואס איך וואלט נישט גע'חלום'ט אפילו בשעת שיעור עיון אז עס קען געשען.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: טעראפי?! טעראפיסטן?! מיין מיטמאכעניש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

דורכגעמאכט האט געשריבן:
יישר כח טייערע אידן איר קענט אייך נישט פארשטעלן וואס ענקער חיזוק מיינט פאר מיר! עס פאסט נישט זיך צו פרייען אבער איך קען זיך נישט איינהאלטן... (אויב האסטו פארפעלט צו באקומען ליבשאפט פאר 18 יאר דאן קענסטו מיר האפענטליך פארשטיין. אקעי... איך האלט אין איין ווערן פארלוירן פון מיינע געפילן, אנטשולדיגט.)

@נשמה @ממוצא. די מעדיקעישן און טעראפי פאר די חתונה האט נישט עכט געהאלפן, שווער צו זאגן צו די סיבה איז געווען ווייל עס איז נישט געווען די ריכטיגע באהאנדלונג אדער די אומשטענדן אינדערהיים אדער ביידע צוזאמען, מיט דעם אלעם האט עס אבער געשאדט ווען איך בין אראפ פלוצלינג פון מעדס.
ב"ה

ס'איז כדאי צו וויסן אז אראפגיין פון איין חודש צום צווייטן פון מעדיקעשאן איז - לפי עניית דעתי - זייער נישט געוואונטשן. די נפש - לפי עניית דעתי - ווייסט נישט וואס איז פלוצלינג געשען. און עס קען זיך שווער צושטעלן צו די נייע וועלט. עס ווענד זיך ווילאנג מ'איז געווען דערויף. ס'איז נישט קיין שפיל.
נאך די חתונה ווען איך האב אנגעהויבן טעראפי בין איך נישט געווען אויף מעדיקעישן און איך בין ברור כשמש אז דער טעראפיסט האט מיר פאר א יאר צייט געהאלפן זיך באקענען מיט מיר אליינס, מיר אויסגעלערנט עקספרעסן מיינע פילינגס און needs אין א וואלנערעבל וועג, מיר געהאלפן זיך ליב האבן אפילו איך בין מלא חסרונות כרימון, מיך געוויזן די וועג צו לעבן מיט מיין אבנארמאלע ענקזייעטי און אבסעשיען'ס, מיך אויפעבויעט פון 0 צו א סעלף וואס לויפט נישט אוועק פון זיינע פראבלעמען, וואס דאס אליין האט געטוישט מיין לעבן מקצה אל קצה און דאס האט גארנישט מיט מעדיקעישן!!
נאך א יאר צייט האב איך אבער געפילט ווי די ocd איז ממש ווי אריינגעבויט פיזיש אין מיר און איך קען נישט פטור ווערן לגמרי (ווי אויך איז איז מיין יעצטיגע טעראפיסט בכלל נישט ספעצילעזירט אין ocd) און אויף דעם האט מיך די מעדיקעישן (אן אנדערע) געראטעוועט די לעצטע האלבע יאר בעזה"ש.

איך ווייס נישט אויב ער טוט act אבער גראדע האב איך אויף די ראט פון די סופערווייזער זיך געקויפט א book צו היילן ocd דורך act און עס האט שטארק עושה רושם געווען אבער יענע צייט האב איך אנגעהויבן נעמען מעדיקעישן און ווען עס האט פעסט אנגעהויבן ארבעטן האב איך עס געסטאפט צו ליינען נישט האבנדיג קיין סאך אבסעסיעס. איך ווייס נישט אויב עס איז אויסגעהאלטן לויט די תקנות צו לייגן א לינק.

איך האף ביז א קורצע צייט צו סטאפן די טעראפיסט (אפשר נעמען א ברעיק) און אנהייבן געצילטע עקספאזשער טעראפי און אפשר פרובירן אראפצוגיין פון מעדיקעישן. איך האב נישט קיין פראבלעם צו בלייבן אבער עס שאדט נישט צו פרובירן...
ב"ה

איך וואלט דיך געראטן אז דו זאלסט גוט שוקל זיין ווען עס קומט אראפצוגיין. און זיין גרייט צוריק ארויפצוגיין אויב דו זעסט אז דו קענסטעך נישט א עצה געבן. און באראט דיך אגאנצן צייט מיט א מומחה וואס איז נישט איינזייטיג. איך רעד בשום אופן נישט אריין אין די ענין פון נעמען מעדיקעשאן. אבער איין זאך וואס איך קען דיר יא זאגן איז אז זאלסט גוט שוקל זיין וואס עס לוינט זיך דיר. צי לוינט זיך דיר אראפצוגיין, אדער אפשר נישט. אדער אפשר א קלענערע דאזע, און במשך יארן, צוביסלעך אראפגיין.

זאל דיר השי"ת פירן אויפן ריכטיגן וועג, זאל השי"ת העלפן אז דו זאלסט אמת'דיג טרעפן די שורש פארוואס דו האסט אבסעשאנס, און וויאזוי צו קענען האבן א גליקליכע יודישקייט. דיינע שווערע ווייטאגן זאלן זיך אויסהיילן.

שוין והשם הטוב יעזור
ברכה והצלחה
שר מאה
תגובות: 186
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2016 8:03 pm

Re: טעראפי?! טעראפיסטן?! מיין מיטמאכעניש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברכה והצלחה »

אוטש.. נאסע אויגן.. וואס גייט דא פאר מיט מיר..

זייער רירנד!!

אזאליכע טיעפע און שטארקע כוחות ווערט מען געווענליך נישט געבוירן נאטירלעך, דאס קומט ארויס פון די מענטש, ווען מען האט נישט קיין ברירה, נאר מען מוז זיך שטארקן, איבערקומען, אין צום סוף בייקומען און געווינען.

הרב @דורכעמאכט, איך בין נישט מקנא דיין מיטמאכעניש'ן אלטס יונגעל בחור, און אלע תוצאות וואס זענען ארויסגעקומן פון עס, אבער איך האב יא קנאת סופרים אויף די חלק הטוב וואס קומט ארויס פון די גאנצע כאדאראם. אזאליכע דורכגונג מאכן דאך אזא שטארק די מענטש, אויף א דרגא וואס מען וואלט קיינמאל נישט גע'חלומ'ט אז מען האט אזאליכע שטארקע ביינער, ס'שלעפט ארויס טיעפע באהאלטע כוחות הנפש, וואס ליגט באגראבן טיעף טיעף, און איינמאל עס איז אינדרויסן לאויר העולם, קען מען עס אויסניצן לאורך ימים ושנים.

געוואלדיג! גיי ווייטער, ס'איז א ראולער קאוסטער, אבער סכ"ס דערזעהט מען זיך גאר גאר שטארק געוואקסן אין געשטיקן.

ברכה והצלחה
דורכגעמאכט
שר העשר
תגובות: 39
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 17, 2023 2:43 am

Re: טעראפי?! טעראפיסטן?! מיין מיטמאכעניש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דורכגעמאכט »

ברכה והצלחה האט געשריבן:
אוטש.. נאסע אויגן.. וואס גייט דא פאר מיט מיר..

זייער רירנד!!

אזאליכע טיעפע און שטארקע כוחות ווערט מען געווענליך נישט געבוירן נאטירלעך, דאס קומט ארויס פון די מענטש, ווען מען האט נישט קיין ברירה, נאר מען מוז זיך שטארקן, איבערקומען, אין צום סוף בייקומען און געווינען.

הרב @דורכעמאכט, איך בין נישט מקנא דיין מיטמאכעניש'ן אלטס יונגעל בחור, און אלע תוצאות וואס זענען ארויסגעקומן פון עס, אבער איך האב יא קנאת סופרים אויף די חלק הטוב וואס קומט ארויס פון די גאנצע כאדאראם. אזאליכע דורכגונג מאכן דאך אזא שטארק די מענטש, אויף א דרגא וואס מען וואלט קיינמאל נישט גע'חלומ'ט אז מען האט אזאליכע שטארקע ביינער, ס'שלעפט ארויס טיעפע באהאלטע כוחות הנפש, וואס ליגט באגראבן טיעף טיעף, און איינמאל עס איז אינדרויסן לאויר העולם, קען מען עס אויסניצן לאורך ימים ושנים.

געוואלדיג! גיי ווייטער, ס'איז א ראולער קאוסטער, אבער סכ"ס דערזעהט מען זיך גאר גאר שטארק געוואקסן אין געשטיקן.

ברכה והצלחה
יישר כח פאר די חיזוק!
בנוגע די כוחות הנפש וואס מ'באקומט, יא! עס איז נישט צום גלייבן אז ווען א מענטש איז עכט גרייט צו ארבעטן אויף זיך ווי א רשע און דער אייבערשטער באגליקט אים מיט טעראפיסט א צדיק ותלמיד חכם און מומחה בתורת הנפש וויאזוי עס קען ארויסוואקסן אבנארמאלע כוחות פון אונטער'ן טיש און מען קען בליען עד להפליא, ב"ה וכן יעזור.

איך געדענק וויאזוי מיין טעראפיסט האט מיך געהאלטן אין איין איבערזאגן זיין מיינונג אז איך דארף זיך עפענען און פארציילן פאר מיין ווייב מיינע שווערעקייטן און איך בין געווען פעסט (-פאריקט) אז עס קומט נישט אין באטראכט...
"וואס הייסט?" האב איך גע'טענה'עט מיט עקשנות "א מאן דארף זיין שטארק און טאר נישט האבן קיין פראבלעמען!!" (וואס לאכסטו מיך אויס?? איך בין געווען פאלי קאנווינסט...)
"פון וואו נעמסטו דאס?" פרעגט ער מיר
כ'האב אנגעהויבן שטאמלען "עההההמ.... מיין חתן רבי האט מיך אויסגעלערנט אז מען דארף אייביג זיין דער שטארקער :wink: " און דא האב איך מיך פאררעדט: "עהעה מיין טאטע איז אייביג געווען שטארק אינדערהיים, און קיינמאל נישט ארויסגעוויזן קיין שוואכקייט"....
דער בחור האט מיר געפאקט:.... "אויב דו ווילסט דיינע קינדער זאלן זיין אין טעראפי, זאלסטו זיך אויך האלטן זייער שטארק"....
העי יא! טשעפענען טשעפענען טאר מען נישט...

אה.. ווילסט וויסן צו כ'האב איר געזאגט?? יא! און עס איז געווען יסורים זיך צו עפענען, יסורים פון מיין ווייב'ס פנים, יסורים פון די נאכאלץ אומפארענטפערטע קשיא: "אמאי לא אתית עד הכא"?, יסורים פון זיין שוואך ווי א פליג אבער בלייבן שטארק ווי א ניסל, אבער יסורים של אהבה פון קענען קוקן דעם מציאות אין פנים און זאגן "איך האב געהאנדעלט אומריכטיג, און איך ארבעט זיך צו פארבעסערן"
יעעעע.. גוטע צייטן...
לייקוס
שר מאה
תגובות: 172
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 22, 2020 10:45 pm
לאקאציע: לעיקוואד

Re: טעראפי?! טעראפיסטן?! מיין מיטמאכעניש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייקוס »

בלייב געזונט האט געשריבן:
טויזנט פראצענט גערעכט הרב @אורח, ח''ו איך האב גארנישט קעגן הרב @דורכגעמאכט, די תורה הקדושה איז קאי וקיימא מיט אלע אירע תרי''ג מצוות, און אין אלע אומשטענדן.

שוין געשריבן אין די אנדערע אשכול, דאס אז א אויסגאבע איז געווארן די פאנטרעגער אויף טעראפי, יעדע כזית קאפל און קאלעדזש גראדואירט ווערט אראפגעמאלן אלץ העלד, טיילמאל האלבע אידן און גאנצע, איז א חורבן עולם! נישט קיין חילוק וואס זענען די עצם פאקטן אויף טעראפי, צו איז דאס א חורבן אדער א הצלת הדור.
סאיז לכאורה נישט דא די שמועס וועגען כיבוד אב נושא.
אבער לאמיר אנפאנגען מיט א שאלה צודיר

גייט אהן הבא להרגך השכם להרגו אויף א טאטע אדער מברויך זיך לאזען הרגענען?
אויב א טאטע וויל פיזיש מזיק זיין א זוהן מוז זיך די זוהן זיך לאזען?

יעצט לאמיר גיין א טריט ווייטער,

אויב איינער למשל זייט צוזיין טאטע און זיין טאטע דערנידערט איהם עד לעפר
און ער האט נישט די ריזיגע כוחות הנפש זיך צוהאלטען שטארק,
און יעדעס מאל ער גייט צוזיין טאטע קומט ער אהיים צופראסקעט און פאר צוויי וואכען קען ער נישט לערנען און דאווענען,ער קען נישט קעיר נעמען פון די קינדער וכ״ו
ברויך ער גיין צוזיין טאטע?
Slow
שר חמש מאות
תגובות: 586
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 09, 2022 12:53 pm

Re: טעראפי?! טעראפיסטן?! מיין מיטמאכעניש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Slow »

מוראדיג מוראדיג!!

א גרויסן שכח און בה סהאט זיך גוט גענדיגט האסט א געטרייע צדיקת'ל, סדא אסאך וואס ענדיגן גוט מיט'ן זיך העלפן, אבער און די מין טיים איז מען שוין אליין... דאנק דעם רבשע פאר דעם אויך,

קודם ביסט זיכער נישט דו איינציגסטער זויווי מהאט דיר שוין אסאך געזאגט...
ארויסגעגעבן דא האסטו זיכער אסאך אפילו דו האלסט שוין נאכן זיך אויסגיסן...
זאלן כאטש אנדערע יודען וואס זענען נאך דארט זען אז מאיז נישט אליין... ווער ווייסט וויפיל יודען עס וועט אויפלייכטן די ארטיקל...

שרייבסט אז דו ווילסט נישט סתם אויפהאלטן וועסטו נישט מאריך זיין, זארג דיך נישט פאר אונז דו שרייב נאר שרייב וויפיל סגייט, האסט זייער א גוטע פעדער!! און אנדערע זאלן דיר נאכמאכן, רבותי קומטס ארויס מיט אייערע איבערלעבענישן, (יא קענסט עפענען א נייע ניק פארדעם) חוץ מזה וואס סאיז זייער אינטערעסאנט, קען עס העלפן אסאך לבבות נשברות, (און א געוויסע זין מער ווי טערעפי, פון די וויכטיגסטע זאכן איז, מזאל שפירן אז מאיז נארמאל און געזונט אפילו מגייט דורך)
Slow
שר חמש מאות
תגובות: 586
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 09, 2022 12:53 pm

Re: טעראפי?! טעראפיסטן?! מיין מיטמאכעניש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Slow »

לגבי כיבוד אב קען זיין אז מיט אנאנימעס ניק מעג מען, (פארשטייט זיך אויף א איינגעהאלטענע פארנעם אז נישט ווערט מען זיכער קאלט אינעם ענין) ווי אויך קען עס אמאל העלפן אנדערע, סדא פעלער וואס מקוקט זיך אן ווי איין שטיק דורכפאל, אויב מקען פארשטיין אז סאיז א תוצאה פון א צווייטנס דורכפעלער, קען עס היפש פארלייכטערן!
Slow
שר חמש מאות
תגובות: 586
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 09, 2022 12:53 pm

Re: טעראפי?! טעראפיסטן?! מיין מיטמאכעניש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Slow »

דורכגעמאכט האט געשריבן:
" און דא האב איך מיך פאררעדט: "עהעה מיין טאטע איז אייביג געווען שטארק אינדערהיים, און קיינמאל נישט ארויסגעוויזן קיין שוואכקייט"....
דער בחור האט מיר געפאקט:.... "אויב דו ווילסט דיינע קינדער זאלן זיין אין טעראפי, זאלסטו זיך אויך האלטן זייער שטארק"....
העי יא! טשעפענען טשעפענען טאר מען נישט...
זייער הנאה געהאט פון דעם שטיקל, אויב קענסט מיטיילן נאך אזעלעכע ווי די טערעפיסט הייבט אן כאפן די בילד ארום און ארום וואלט געווען היבש אינטערעסאנט, אגב קענסט נאך איינטאג זיין א גרויסע טערעפיסט... #נעווער קנאוי
טרעף דיך
שר חמישים
תגובות: 96
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 14, 2022 12:49 pm

Re: טעראפי?! טעראפיסטן?! מיין מיטמאכעניש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טרעף דיך »

לייקוס האט געשריבן:
בלייב געזונט האט געשריבן:
טויזנט פראצענט גערעכט הרב @אורח, ח''ו איך האב גארנישט קעגן הרב @דורכגעמאכט, די תורה הקדושה איז קאי וקיימא מיט אלע אירע תרי''ג מצוות, און אין אלע אומשטענדן.

שוין געשריבן אין די אנדערע אשכול, דאס אז א אויסגאבע איז געווארן די פאנטרעגער אויף טעראפי, יעדע כזית קאפל און קאלעדזש גראדואירט ווערט אראפגעמאלן אלץ העלד, טיילמאל האלבע אידן און גאנצע, איז א חורבן עולם! נישט קיין חילוק וואס זענען די עצם פאקטן אויף טעראפי, צו איז דאס א חורבן אדער א הצלת הדור.
סאיז לכאורה נישט דא די שמועס וועגען כיבוד אב נושא.
אבער לאמיר אנפאנגען מיט א שאלה צודיר

גייט אהן הבא להרגך השכם להרגו אויף א טאטע אדער מברויך זיך לאזען הרגענען?
אויב א טאטע וויל פיזיש מזיק זיין א זוהן מוז זיך די זוהן זיך לאזען?

יעצט לאמיר גיין א טריט ווייטער,

אויב איינער למשל זייט צוזיין טאטע און זיין טאטע דערנידערט איהם עד לעפר
און ער האט נישט די ריזיגע כוחות הנפש זיך צוהאלטען שטארק,
און יעדעס מאל ער גייט צוזיין טאטע קומט ער אהיים צופראסקעט און פאר צוויי וואכען קען ער נישט לערנען און דאווענען,ער קען נישט קעיר נעמען פון די קינדער וכ״ו
ברויך ער גיין צוזיין טאטע?

ער האט גערעדט פון די וועג וויאזוי דעיס דארף דיסקוסירט ווערן אין פובליק, נישט צו ס׳איז בארעכטיגט צווישן זיי צוויי.
געדענק גוט
שר חמישים
תגובות: 55
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 24, 2020 12:52 am

Re: טעראפי?! טעראפיסטן?! מיין מיטמאכעניש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געדענק גוט »

הרב דורכגעמאכט,

אויסערגעווענלעך גוט געשריבן !

עס איז אזוי גוט אז איך האב א אינרליכע געפיל אז עס איז נישט מער ווי א געווינטשנע געשיכטע וואס א טערעפיסט האט געשריב (לאור די אלע ארטיקלן וואס שטארמעט יעצט אויפן וועלטל)

סאיז מיר א חידוש אז קיינער זעהט נישט און דעם ארטיקל וואס איך שפיר (עפשר האט מען זייער מורה צי זיך פארטשעפנען מיט אזא דורכגעמאכטער)

איך זאג עס נישט פאר 100% אבער 88% האלט איך עס איז להד''ם

אויב איז עס א ריכטגע געשיכטע און הרב דורכגעמאכט האט זיך ערלויבט עס צו אויסשמוסין דא ברבים האט ער פארשטאנען אז עס וועלן זיין די וואס וועלען עס עסן מיט זאלץ, איז ער זיכער מוחל למפרע
נימער ערגערס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 261
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 02, 2019 11:27 pm

Re: טעראפי?! טעראפיסטן?! מיין מיטמאכעניש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נימער ערגערס »

געדענק גוט האט געשריבן:
הרב דורכגעמאכט,

אויסערגעווענלעך גוט געשריבן !

עס איז אזוי גוט אז איך האב א אינרליכע געפיל אז עס איז נישט מער ווי א געווינטשנע געשיכטע וואס א טערעפיסט האט געשריב (לאור די אלע ארטיקלן וואס שטארמעט יעצט אויפן וועלטל)

סאיז מיר א חידוש אז קיינער זעהט נישט און דעם ארטיקל וואס איך שפיר (עפשר האט מען זייער מורה צי זיך פארטשעפנען מיט אזא דורכגעמאכטער)

איך זאג עס נישט פאר 100% אבער 88% האלט איך עס איז להד''ם

אויב איז עס א ריכטגע געשיכטע און הרב דורכגעמאכט האט זיך ערלויבט עס צו אויסשמוסין דא ברבים האט ער פארשטאנען אז עס וועלן זיין די וואס וועלען עס עסן מיט זאלץ, איז ער זיכער מוחל למפרע
דאנק דעם באשעפער אז דו קענסט זיך נישט פארשטעלן אז די זאכן פאסירן אין די ווירקליכקייט, איך וויס נישט אויב די ספעציפישע דיטעילס זענען 100% אבער איך וואלט ענדערש געזאגט 88% אמת.
יער
שר האלפיים
תגובות: 2241
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 07, 2022 5:43 pm

Re: טעראפי?! טעראפיסטן?! מיין מיטמאכעניש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יער »

געדענק גוט האט געשריבן:
ס'איז מיר א חידוש אז קיינער זעהט נישט און דעם ארטיקל וואס איך שפיר (עפשר האט מען זייער מורה צי זיך פארטשעפנען מיט אזא דורכגעמאכטער)

איך זאג עס נישט פאר 100% אבער 88% האלט איך עס איז להד''ם
ס'איז בכלל נישט קיין חידוש אז קיינער שפירט נישט וואס דו שפירסט. פארקערט, ס'איז א חידוש אז דו שפירסט וואס דו שפירסט.

ס'איז א חידוש אז ס'זענען דא מענטשן וואס קענען נישט נעמען אין קאפ אריין אז ס'זענען דא אומגעזונטע מענטשן אויף די וועלט.
If you care about others, you tell them the truth, If you care about yourself, you tell them what they
want to hear
(vivek Ramaswamy)
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”