100%טישטוך האט געשריבן:כ׳שרייב בכוונה אביסל פארהוילן, אז דעם וואס עס איז נוגע זאל ליינען, אינספירירט ווערן און אויב מעגליך, מגיב זיין:
היינטיגע צייטן ווען דער עולם איז אביסל מער וואכזאם צו מענטל העלט, זענען אפירגעקומען אינאיינעם מיט די הונדערטע טעראפיסטן אויך אזעלכע וואס זענען נישט ראוי לעלות על שולחן מלכים. אין די צייט וואס א געהעריגער טעראפיסט האט געלערנט און ער ווייסט וויאזוי צו באהאנדלען קליענטן, און אין דער צייט וואס א געהעריגע טעראפיסט האט אין זיין קעשענע א ווערדפולער קארטל וואס הייסט ׳לייסענס׳ וואס ער איז אומשטאנד צו פארלירן אויב זעצט ער אן א קעיס, און אין די צייט וואס א געהעריגע טעראפיסט ארבעט על פי רוב לויט די ביכער און פארגעשריבענע מהלכים פון טעראפי, זענען אונטערגעוואקסן אזעלכע פוילע רוחות וואס האבן באשלאסן צו כאפן א רייד אויף דעם אויפוואכונג, און אויך אנהייבן מאכן געלט אויפן גרינגן אופן פון זיצן אויפן שטול און הערן גאסיפ.
ימים פון טרערן און טינט האבן נאכנישט פארפלייצט זייערע אפיסעס, טיפע גריבער אנגעפילט מיט ווארעמע בלוט האט זיי נישט איבערגענומען. די רייץ צו קאנטראל און שליטה, און די תאווה פון מאכט און כבוד, און אזוי אויך דאס געלט וואס מען מאכט, האט זיי נאכנישט גענומען אין א זייט און געגעבן אביסל צייט פאר א חשבון הנפש.
מען דיעלט דא מיט אידישע נשמות, מיט איידעלע אידישע קינדער וואס ווענדן זיך מיט א פראבלעם און ווילן ווערן געהאלפן. זיי ווילן נישט אז זייערע פראבלעמען זאלן זיין א מקור הכנסה פאר די רשעים וואס זעטיגן זיך פון אידישע פלייש און בלוט. זיי ווילן דירעקט נישט ווערן אנגעהאנגען אין א דריטן וואס זאל זיי פארפירן די חתונה צוזאמענלעבן, זיי ווילן דירעקט נישט האבן עמיצן צווישן זיי און די עלטערן, און זיי ווילן אויך נישט זיין געצווינגען צו בלייבן באהאפטן אויפן לעבן.
די אלע אומפראפעסיאנאלן זענען גאר אויסגעצייכנט אין מהרס זיין שטיבער, און אין מחריב זיין אידישע נשמות און דורות אויף שטענדיג. זיי גלייכן צו אויסהערן די קעיס און עס נעמען צו א לעוול וואס עס זאל צעשמירט ווערן איבעראל, און אלע זאלן זיין פארנומען באנעבעכן זייערע קעיסעס און באלויבן זייער ארבעט. זיי באוואפענען זיך מיטן אויסגעדראשענעם טענה אז ״אויף יעדן עסקן איז דא טענות״ און זיי זענען עקספערטן צו דערשנאפן וואוילטעטיגע תמימים וואס זאלן זיי בּעקן, אמאל אונטערן טיטל ׳רב׳ און אמאל אונטערן טיטל ׳עסקן׳.
ריהעב צענטערן זענען פיל מיט דעפרעסטע אידישע טאטעס און מאמעס וואס זענען נעבעך באעוול׳ט געווארן דורך אזעלכע אנשי בליעל. אני הקטן ראה עני, איך זעלבסט האב אמאל וואלונטירט אריינצוגיין אין אזא צענטער צוליב א געוויסע סיבה, און איך האב דארט געזען א היימישע ווייבל וואס איז געזיצן אן קיין לעבנסלוסט, זי איז דארטן אריינגעפירט געווארן נאכן ווערן געצווינגענערהייט אפגעריסן פון איר באליבטן קינד, אין זכות פון אזא ׳טעראפיסט׳ וואס האט ׳פארשטאנען פאר ריכטיג׳ דאס צו טון. יא, זי האט נישט געוואלט זיין אין א וועלט וואס מען לאזט איר נישט זען איר קינד, זי איז נישט גע׳גט, עס איז נישטא קיין פאמיליע פאליטיק, נאר עס איז געווען א קליינע מיסטפארשטענדעניש צווישן זי און דעם קינד, זי האט געטראפן דעם ׳טעראפיסט׳ און געצאלט בלוטיגע געלטער פון איר קעשענע, און דער גרויליגער גונב נפשות האט גענומען דאס קינד און נישט אומגעקערט.
א ברודער דערציילט מיר: קענסט די גרויסע באקאנטע עסקנ׳טע מרת געדערים (פיקטיווער נאמען)? איז אזוי. זי האט גענומען מיין שוועסטער אלס א פראיעקט איר אויסצומענטשלען בעפארן חתונה, דאס קינד איז אצינד גע׳גט, און ער רעדט נישט מיט די פאמיליע, נאר מיט מרת געדערים, זי שלאפט דארטן און עסט דארט, זי וויל נישט הערן פון צוריקקומען אהיים צום נעסט פון אירע באליבטע עלטערן וואס האבן נאר געוואלט זיין גוטס.
א טאטע דערציילט מיר: מיין טאכטער האט נישט גערעדט מיט מיר פאר פיר גאנצע יאר! אן אזויגערופענער ׳פארשטייער׳ האט גוזר געווען אויף מיין טאכטער אז זי טאר נישט מיט מיר רעדן ווייל איך פאראורזאך איר טראומע, און דערפאר איז אויף מיר געפאלן די לאסט פון בענקעניש צו מיין אייגן בלוט און פלייש וואס פאשעט אין פרעמדע פעלדער ביי היימישע.
א מאמע בוכה׳ט צו מיר: מיינע דריי זין ווילן נישט מיט מיר פארטוישן א ווארט! זיי אלע האבן שיינע ערליכע אידישע שטיבער, און איך באבע טאר נישט שעפן דעם נחת פון מיינע אייניקלעך. אן אומגעלייסענסטער טעראפיסט וואס איך האב זיי צוגעשטעלט און געצאלט געלט, האט משדל געווען אחד מגדולי דורינו זצ״ל וואס האט זיי מסביר געווען נאכן ווערן געשטאפט פון דעם רשע - אז מיט מיר טארן זיי נישט האבן קיין שייכות.
א זיידע פארציילט מיר: אויב וואלט דאס פארגעקומען ביי יענעם אין שטוב וואלט איך לכאורה נישט געהאלטן אז דער ׳עסקן׳ איז אומגערעכט, אבער היות איך ווייס אז מיין טאכטער איז אומשולדיג, וויאזוי קען איך שלאפן ביינאכט ווען איך זעה ווי מען פארגיסט איר בלוט? ווען איך זעה ווי מען רייסט פון איר אוועק איר בר מצוה בחור׳ל און זי קען זיך נישט אנרופן א ווארט?
א גרוש דערציילט מיר: איך האב זיך בכלל נישט געוואלט גט׳ן. אלס האט זיך אנגעהויבן ווען איך האב געוואלט ׳אימפראוון׳ מיין שלום ביח, און די פרוי וואס האט אונז אנגעהויבן ׳העלפן׳ האט מיר ליידער געפירט ביז א פולקאמער גט. מיין ווייב איז אנטלאפן פון מיר און געוואוינט ביי איר אין בעיסמענט ביז איך האב זיך געבראכן און געגעבן א גט, און אויב איז דאס נישט גענוג האט זי נאך מסביר געווען פאר מיין אינגעלע אז ער דארף נישט מכבד זיין א טאטע ווייל ער האט נישט א נארמאלע טאטע.
א באם דערציילט מיר: איך בין ליידער פארשוועכט געווארן אלס קינד און געליטן אסאך טראומע, אבער די סיבה פארוואס איך בין ארויס לתרבות רעה איז וויבאלד מען האט מיר איבערגערעדט אלס בחור צו גיין קעגן מיינע עלטערן. איך האב נישט געקענט פארנעמען די היץ, און איך בין אינגאנצן צודרייט געווארן דערפון. היינט האב איך זיך איבערגעבעטן מיט מיינע עלטערן, און ווען איך זעה דעם ׳עסקן׳ שפיר איך אז עס איז עק וועלט.
א גאר חשוב׳ער רב בישראל זאגט מיר בזה״ל: ״דאס איז א האלאקאוסט און א בכיה לדורות! ווען עס וועט קומען די צייט וועלן די אלע אפגעבן א דין וחשבון אויף יעדן איבריגן טרער וואס זיי האבן פאראורזאכט״. בלוט איז נישט קיין וואסער, און די וואס טרונקען עס וועלן ביטער און שלעכט אפשניידן. עס איז א ווייטאג און א פחד וואס דא טוט זיך היינט אפ - ואין פוצה פה ומצפצף.
טייערע אידן!
עס ברענט א פייער און מיר מוזן עס פארלעשן פאר יעדן פרייז. ליידער איז יעדע אויבנדערמאנטע געשיכטע אמת ויציב, און ווען איך קען וואלט איך עס ארויפגעלייגט מיט נעמען און טעלעפאן נומערן צו וועריפייען. אויב איז דער תירוץ אז ״אויף יעדן וואס טוט האט מען טענות״ בין איך מוסר ומודיע אז דער תירוץ איז מופרך פון אנהויב ביזן סוף. ווי האט יענער געזאגט? אויף איין קשיא איז דא איין תירוץ, אויף צוויי קשיות איז דא צוויי תירוצים, אבער אויף צען קשיות איז נאר דא איין תירוץ.
און די וויכטיגסטע זאך איז:
גייט נישט צו קיין טעראפיסט אנע לייסענס!
גייט נישט צו קיין טעראפיסט אנע לייסענס!
גייט נישט צו קיין טעראפיסט אנע לייסענס!
גייט נישט צו קיין טעראפיסט אנע לייסענס!
גייט נישט צו קיין טעראפיסט אנע לייסענס!
גייט נישט צו קיין טעראפיסט אנע לייסענס!
גייט נישט צו קיין טעראפיסט אנע לייסענס!
גייט נישט צו קיין טעראפיסט אנע לייסענס!
גייט נישט צו קיין טעראפיסט אנע לייסענס!
גייט נישט צו קיין טעראפיסט אנע לייסענס!
גייט נישט צו קיין טעראפיסט אנע לייסענס!
איך האב עס מיטגעהאלטן ביי אַ געשוויסטער מיינע. ממש ווארט ביי ווארט.