וואנט פון שאנדע - רשעות׳דיגע טעראפיסטן

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

וואנט פון שאנדע - רשעות׳דיגע טעראפיסטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

כ׳שרייב בכוונה אביסל פארהוילן, אז דעם וואס עס איז נוגע זאל ליינען, אינספירירט ווערן און אויב מעגליך, מגיב זיין:

היינטיגע צייטן ווען דער עולם איז אביסל מער וואכזאם צו מענטל העלט, זענען אפירגעקומען אינאיינעם מיט די הונדערטע טעראפיסטן אויך אזעלכע וואס זענען נישט ראוי לעלות על שולחן מלכים. אין די צייט וואס א געהעריגער טעראפיסט האט געלערנט און ער ווייסט וויאזוי צו באהאנדלען קליענטן, און אין דער צייט וואס א געהעריגע טעראפיסט האט אין זיין קעשענע א ווערדפולער קארטל וואס הייסט ׳לייסענס׳ וואס ער איז אומשטאנד צו פארלירן אויב זעצט ער אן א קעיס, און אין די צייט וואס א געהעריגע טעראפיסט ארבעט על פי רוב לויט די ביכער און פארגעשריבענע מהלכים פון טעראפי, זענען אונטערגעוואקסן אזעלכע פוילע רוחות וואס האבן באשלאסן צו כאפן א רייד אויף דעם אויפוואכונג, און אויך אנהייבן מאכן געלט אויפן גרינגן אופן פון זיצן אויפן שטול און הערן גאסיפ.

ימים פון טרערן און טינט האבן נאכנישט פארפלייצט זייערע אפיסעס, טיפע גריבער אנגעפילט מיט ווארעמע בלוט האט זיי נישט איבערגענומען. די רייץ צו קאנטראל און שליטה, און די תאווה פון מאכט און כבוד, און אזוי אויך דאס געלט וואס מען מאכט, האט זיי נאכנישט גענומען אין א זייט און געגעבן אביסל צייט פאר א חשבון הנפש.

מען דיעלט דא מיט אידישע נשמות, מיט איידעלע אידישע קינדער וואס ווענדן זיך מיט א פראבלעם און ווילן ווערן געהאלפן. זיי ווילן נישט אז זייערע פראבלעמען זאלן זיין א מקור הכנסה פאר די רשעים וואס זעטיגן זיך פון אידישע פלייש און בלוט. זיי ווילן דירעקט נישט ווערן אנגעהאנגען אין א דריטן וואס זאל זיי פארפירן די חתונה צוזאמענלעבן, זיי ווילן דירעקט נישט האבן עמיצן צווישן זיי און די עלטערן, און זיי ווילן אויך נישט זיין געצווינגען צו בלייבן באהאפטן אויפן לעבן.

די אלע אומפראפעסיאנאלן זענען גאר אויסגעצייכנט אין מהרס זיין שטיבער, און אין מחריב זיין אידישע נשמות און דורות אויף שטענדיג. זיי גלייכן צו אויסהערן די קעיס און עס נעמען צו א לעוול וואס עס זאל צעשמירט ווערן איבעראל, און אלע זאלן זיין פארנומען באנעבעכן זייערע קעיסעס און באלויבן זייער ארבעט. זיי באוואפענען זיך מיטן אויסגעדראשענעם טענה אז ״אויף יעדן עסקן איז דא טענות״ און זיי זענען עקספערטן צו דערשנאפן וואוילטעטיגע תמימים וואס זאלן זיי בּעקן, אמאל אונטערן טיטל ׳רב׳ און אמאל אונטערן טיטל ׳עסקן׳.

ריהעב צענטערן זענען פיל מיט דעפרעסטע אידישע טאטעס און מאמעס וואס זענען נעבעך באעוול׳ט געווארן דורך אזעלכע אנשי בליעל. אני הקטן ראה עני, איך זעלבסט האב אמאל וואלונטירט אריינצוגיין אין אזא צענטער צוליב א געוויסע סיבה, און איך האב דארט געזען א היימישע ווייבל וואס איז געזיצן אן קיין לעבנסלוסט, זי איז דארטן אריינגעפירט געווארן נאכן ווערן געצווינגענערהייט אפגעריסן פון איר באליבטן קינד, אין זכות פון אזא ׳טעראפיסט׳ וואס האט ׳פארשטאנען פאר ריכטיג׳ דאס צו טון. יא, זי האט נישט געוואלט זיין אין א וועלט וואס מען לאזט איר נישט זען איר קינד, זי איז נישט גע׳גט, עס איז נישטא קיין פאמיליע פאליטיק, נאר עס איז געווען א קליינע מיסטפארשטענדעניש צווישן זי און דעם קינד, זי האט געטראפן דעם ׳טעראפיסט׳ און געצאלט בלוטיגע געלטער פון איר קעשענע, און דער גרויליגער גונב נפשות האט גענומען דאס קינד און נישט אומגעקערט.

א ברודער דערציילט מיר: קענסט די גרויסע באקאנטע עסקנ׳טע מרת געדערים (פיקטיווער נאמען)? איז אזוי. זי האט גענומען מיין שוועסטער אלס א פראיעקט איר אויסצומענטשלען בעפארן חתונה, דאס קינד איז אצינד גע׳גט, און ער רעדט נישט מיט די פאמיליע, נאר מיט מרת געדערים, זי שלאפט דארטן און עסט דארט, זי וויל נישט הערן פון צוריקקומען אהיים צום נעסט פון אירע באליבטע עלטערן וואס האבן נאר געוואלט זיין גוטס.

א טאטע דערציילט מיר: מיין טאכטער האט נישט גערעדט מיט מיר פאר פיר גאנצע יאר! אן אזויגערופענער ׳פארשטייער׳ האט גוזר געווען אויף מיין טאכטער אז זי טאר נישט מיט מיר רעדן ווייל איך פאראורזאך איר טראומע, און דערפאר איז אויף מיר געפאלן די לאסט פון בענקעניש צו מיין אייגן בלוט און פלייש וואס פאשעט אין פרעמדע פעלדער ביי היימישע.

א מאמע בוכה׳ט צו מיר: מיינע דריי זין ווילן נישט מיט מיר פארטוישן א ווארט! זיי אלע האבן שיינע ערליכע אידישע שטיבער, און איך באבע טאר נישט שעפן דעם נחת פון מיינע אייניקלעך. אן אומגעלייסענסטער טעראפיסט וואס איך האב זיי צוגעשטעלט און געצאלט געלט, האט משדל געווען אחד מגדולי דורינו זצ״ל וואס האט זיי מסביר געווען נאכן ווערן געשטאפט פון דעם רשע - אז מיט מיר טארן זיי נישט האבן קיין שייכות.

א זיידע פארציילט מיר: אויב וואלט דאס פארגעקומען ביי יענעם אין שטוב וואלט איך לכאורה נישט געהאלטן אז דער ׳עסקן׳ איז אומגערעכט, אבער היות איך ווייס אז מיין טאכטער איז אומשולדיג, וויאזוי קען איך שלאפן ביינאכט ווען איך זעה ווי מען פארגיסט איר בלוט? ווען איך זעה ווי מען רייסט פון איר אוועק איר בר מצוה בחור׳ל און זי קען זיך נישט אנרופן א ווארט?

א גרוש דערציילט מיר: איך האב זיך בכלל נישט געוואלט גט׳ן. אלס האט זיך אנגעהויבן ווען איך האב געוואלט ׳אימפראוון׳ מיין שלום ביח, און די פרוי וואס האט אונז אנגעהויבן ׳העלפן׳ האט מיר ליידער געפירט ביז א פולקאמער גט. מיין ווייב איז אנטלאפן פון מיר און געוואוינט ביי איר אין בעיסמענט ביז איך האב זיך געבראכן און געגעבן א גט, און אויב איז דאס נישט גענוג האט זי נאך מסביר געווען פאר מיין אינגעלע אז ער דארף נישט מכבד זיין א טאטע ווייל ער האט נישט א נארמאלע טאטע.

א באם דערציילט מיר: איך בין ליידער פארשוועכט געווארן אלס קינד און געליטן אסאך טראומע, אבער די סיבה פארוואס איך בין ארויס לתרבות רעה איז וויבאלד מען האט מיר איבערגערעדט אלס בחור צו גיין קעגן מיינע עלטערן. איך האב נישט געקענט פארנעמען די היץ, און איך בין אינגאנצן צודרייט געווארן דערפון. היינט האב איך זיך איבערגעבעטן מיט מיינע עלטערן, און ווען איך זעה דעם ׳עסקן׳ שפיר איך אז עס איז עק וועלט.

א גאר חשוב׳ער רב בישראל זאגט מיר בזה״ל: ״דאס איז א האלאקאוסט און א בכיה לדורות! ווען עס וועט קומען די צייט וועלן די אלע אפגעבן א דין וחשבון אויף יעדן איבריגן טרער וואס זיי האבן פאראורזאכט״. בלוט איז נישט קיין וואסער, און די וואס טרונקען עס וועלן ביטער און שלעכט אפשניידן. עס איז א ווייטאג און א פחד וואס דא טוט זיך היינט אפ - ואין פוצה פה ומצפצף.

טייערע אידן!

עס ברענט א פייער און מיר מוזן עס פארלעשן פאר יעדן פרייז. ליידער איז יעדע אויבנדערמאנטע געשיכטע אמת ויציב, און ווען איך קען וואלט איך עס ארויפגעלייגט מיט נעמען און טעלעפאן נומערן צו וועריפייען. אויב איז דער תירוץ אז ״אויף יעדן וואס טוט האט מען טענות״ בין איך מוסר ומודיע אז דער תירוץ איז מופרך פון אנהויב ביזן סוף. ווי האט יענער געזאגט? אויף איין קשיא איז דא איין תירוץ, אויף צוויי קשיות איז דא צוויי תירוצים, אבער אויף צען קשיות איז נאר דא איין תירוץ.

און די וויכטיגסטע זאך איז:
גייט נישט צו קיין טעראפיסט אנע לייסענס!
גייט נישט צו קיין טעראפיסט אנע לייסענס!
גייט נישט צו קיין טעראפיסט אנע לייסענס!
גייט נישט צו קיין טעראפיסט אנע לייסענס!
גייט נישט צו קיין טעראפיסט אנע לייסענס!
גייט נישט צו קיין טעראפיסט אנע לייסענס!
גייט נישט צו קיין טעראפיסט אנע לייסענס!
גייט נישט צו קיין טעראפיסט אנע לייסענס!
גייט נישט צו קיין טעראפיסט אנע לייסענס!
גייט נישט צו קיין טעראפיסט אנע לייסענס!
גייט נישט צו קיין טעראפיסט אנע לייסענס!
אוועטאר
פרומע לבוש
שר האלפיים
תגובות: 2792
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2022 12:55 pm
לאקאציע: אין מיין רעזשוואלקע

Re: וואנט פון שאנדע - רשעות׳דיגע טעראפיסטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרומע לבוש »

איך ווייס נישט ווי אנצופאנגען שפתים ישק!!!!!!! צוזאמצוקישען א יעדע ווארט!!!
רשפי אש!! שטיקער פייער זוילן!!!
שוין אליין בייגעוואוינט א קרוב משפחה וואס האט דאס עקספיריענסד,
קיפ איט אפ
אוועטאר
Amazing
שר שלשת אלפים
תגובות: 3106
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

Re: וואנט פון שאנדע - רשעות׳דיגע טעראפיסטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Amazing »

זייער שרעקעדיג דאס צו הערן אפשר נעמט מען יונתן שוורץ אויך אויף דעם

איז די נקודה טאקע יא לייסענס צו נישט? ביי די וואס האבן לייסענס מאכט זיך נישט אזעליכע מעשיות? איך פרעג ווייל איך ווייס נישט
א'מונה ב'טחון ג'עלט
אוועטאר
פרומע לבוש
שר האלפיים
תגובות: 2792
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2022 12:55 pm
לאקאציע: אין מיין רעזשוואלקע

Re: וואנט פון שאנדע - רשעות׳דיגע טעראפיסטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרומע לבוש »

יא שטארק אמת. מען דארף זיכער מאכן בלויז צו גיין צו עמיצען מיט א גוטע רעפאטאציע, זיך נישט שפארן געלט מען רעדט דא פין אמת'ע דיני נפשות!
אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

Re: וואנט פון שאנדע - רשעות׳דיגע טעראפיסטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

Amazing האט געשריבן:
זייער שרעקעדיג דאס צו הערן אפשר נעמט מען יונתן שוורץ אויך אויף דעם

איז די נקודה טאקע יא לייסענס צו נישט? ביי די וואס האבן לייסענס מאכט זיך נישט אזעליכע מעשיות? איך פרעג ווייל איך ווייס נישט
אזוי ווי איך האב שוין געשריבן אין אישי צו מאנכע, דארף מען שטעלן א גרעניץ. דער כלל איז נישט אז דער מיט לייסענס איז נישט געפארפול, און מען דארף זיכער מאכן ערנסטע ריסיורטש בעפאר מען קליקט מיט א טעראפיסט, אבער ווען מען האנדלט מיט עמיצן וואס פארמאגט א לייסענס איז יענער שוין אויטאמאטיש עטוואס געבינדן און ער האט רויטע ליניעס. משא״כ די שלעכטע רשעים אנע לייסענס האבן נישט קיין שום גרעניצן אדער ערפארונג, און זיי שפילן זיך מיט אידיש בלוט און נשמות אן קיין אחריות.
Joel
שר האלף
תגובות: 1015
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 28, 2015 11:20 pm

Re: וואנט פון שאנדע - רשעות׳דיגע טעראפיסטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Joel »

עס כאפט אן א פחד צו הערן וואס עס גייט פאר
וואס קעמען טהון אויב איינער דארף יא טערעפי ?
אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

Re: וואנט פון שאנדע - רשעות׳דיגע טעראפיסטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

די אלע מעשיות וואס איך האב דא אויבנדערמאנט זענען באזונדערע קעיסעס וואס זענען אנגעקומען צו מיר, און איך בין נישט קיין עסקן אדער כלל טוער. און אלע פון די מעשיות זענען געשען דורך עסקנים און טעראפיסטן אנע לייסענס. אלזא, זייט געווארנט פון די סארט חברה.
אוועטאר
Amazing
שר שלשת אלפים
תגובות: 3106
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

Re: וואנט פון שאנדע - רשעות׳דיגע טעראפיסטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Amazing »

טישטוך האט געשריבן:
Amazing האט געשריבן:
זייער שרעקעדיג דאס צו הערן אפשר נעמט מען יונתן שוורץ אויך אויף דעם

איז די נקודה טאקע יא לייסענס צו נישט? ביי די וואס האבן לייסענס מאכט זיך נישט אזעליכע מעשיות? איך פרעג ווייל איך ווייס נישט
אזוי ווי איך האב שוין געשריבן אין אישי צו מאנכע, דארף מען שטעלן א גרעניץ. דער כלל איז נישט אז דער מיט לייסענס איז נישט געפארפול, און מען דארף זיכער מאכן ערנסטע ריסיורטש בעפאר מען קליקט מיט א טעראפיסט, אבער ווען מען האנדלט מיט עמיצן וואס פארמאגט א לייסענס איז יענער שוין אויטאמאטיש עטוואס געבינדן און ער האט רויטע ליניעס. משא״כ די שלעכטע רשעים אנע לייסענס האבן נישט קיין שום גרעניצן אדער ערפארונג, און זיי שפילן זיך מיט אידיש בלוט און נשמות אן קיין אחריות.
זייער ריכטיג! וואלסט עס ווען געדארף קלאר ארויסשרייבן ווייל פון דיין תגובה איז יא משמע אז די לייסענסט האבן א גרינע ליכט, יישר כח פארן אויסקלארן
א'מונה ב'טחון ג'עלט
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7783
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

Re: וואנט פון שאנדע - רשעות׳דיגע טעראפיסטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

לייסענס קומט בכלל נישט אריין דא
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

Re: וואנט פון שאנדע - רשעות׳דיגע טעראפיסטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

מיין אישי קעסטל וויאברירט!

איך באקום ערשטהאנטיגע געשיכטעס פון תושבי אייוועלט וואס האבן דאס מיטגעמאכט, און אויך פון די וואס האבן זיך געראטעוועט באצייטנס. די חברה זוכן צו פארלייגן זייערע לאפעס און פארכאפן קאנטראל אויף אידישע נשמות, אויב לאזט מען זיך נישט פון זייער קראנקע קאנטראל קענען זיי אריינגיין אין די רציחה און שווערן נקמה. מען רעדט פון פשוט׳ע רשעים מיט א תאוות השליטה וואס נעמען אדווענטעדזש פון מענטשן וואס ווילן זיך העלפן.

שטארק זיך האט געשריבן:
לייסענס קומט בכלל נישט אריין דא
לייסענס קומט שטארק אריין דא, עס איז טאקע נישט קיין געשניטענער כלל, אבער עמיצן אן לייסענס זאל מען נישט אנרירן אפילו מיט א שטעקן.

ניינציג פראצענט פון די פעלער זענען פון מענטשן אנע לייסענס, עמיצער וואס האט לייסענס איז שוין אויטאמאטיש האלבוועגס אפגעשטעלט פון אנזייען שאדן. קען זיין זיי טויגן נישט אין אנדערע פעלדער, אבער לערנען און קענען און פארמאגן ערפארונג און האלטן א לייסענס איז מחייב דעם מענטש צו איינרוען.

די אלע אויבנדערמאנטע מעשיות זענען מיט עסקנים און טעראפיסטן אנע לייסענס, און ווי אויבן געשריבן האט צען קשיות נאר איין תירוץ.
הערטס צו
שר מאה
תגובות: 178
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 04, 2023 12:32 am

Re: וואנט פון שאנדע - רשעות׳דיגע טעראפיסטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערטס צו »

ליידער אסאך האט מיט אפילו באקאנטע עסקנים ,אדער אפילו ארגענעזאציעס, שוין געהערט פון דעם אויך ליידער , ארגענעזאציעס זענען בדרך כלל שוין היינט בעסער און מער אחריות'דיג ,אבער עסקנים שפראצן יעדן טאג ארויס פרישע ליידער וואס זייען אן חורבנות
Chiem Rosenberg 2435
שר מאה
תגובות: 200
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 27, 2022 10:27 am

Re: וואנט פון שאנדע - רשעות׳דיגע טעראפיסטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Chiem Rosenberg 2435 »

שוין דא צענדליגע אשכולות פינעם זעלבן נושא.
וויא ווייט איך ווייס אויב גייט מען דורך דעם ריכטיגען מורא דרך וואס באראט זיך מיט רעליף פאלט מען נישט אזוי שנעל אריין

.
אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

Re: וואנט פון שאנדע - רשעות׳דיגע טעראפיסטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

Chiem Rosenberg 2435 האט געשריבן:
שוין דא צענדליגע אשכולות פינעם זעלבן נושא.
וויא ווייט איך ווייס אויב גייט מען דורך דעם ריכטיגען מורא דרך וואס באראט זיך מיט רעליף פאלט מען נישט אזוי שנעל אריין

.
איר הערט זיך זייער איגנארענט,

דער אויבערשטער זאל העלפן אזאיר זאלט קיינמאל נישט וויסן פון אזעלכע זאכן.
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5498
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

Re: וואנט פון שאנדע - רשעות׳דיגע טעראפיסטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

א טערעפיסט אנע לייסענס איז נישט ממש אנע לייסענס געווענליך האבן זיי זיך געלערנט די מאדעלעטיס פון טערעפי ווי cbt EMDR און ifs וכו' סא איך זעה נישט די גרויסע גליק פון לייסענסד אדער נישט!
אפענע וועלט
שר חמש מאות
תגובות: 938
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 17, 2015 3:26 pm

Re: וואנט פון שאנדע - רשעות׳דיגע טעראפיסטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפענע וועלט »

רב טישטוך. אמת ויציב.
פרינט ארויס און שיק אריין צו רבנים און מוצי"ם. די אנלייסענס ברעינוואשן זיי טאג און נאכט זיי זאלן זיי שיקן פאציענטן. אין די רבנים און מוצי"ם פאלן אריין אין זייערע הענד בלא יודעים.
ביודעי ובמכירי קאמינא.
שוין אויפקלערט אפאר און האבן זיך באדאנקט און קלאר געזאגט זיי האבן נישט געוויסט.
די וועלט ענדיגט זיך נישט ביי אייוועלט, וואטסעפ און בחצרות. זעצט אייך לערנען וועט איר טרעפן א נייע וועלט.
א גאנץ יאר פרייליך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 477
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 4:56 pm

Re: וואנט פון שאנדע - רשעות׳דיגע טעראפיסטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גאנץ יאר פרייליך »

פאר גענוי דער צוועק איז דא א הייליגע ארגאניזאציע RELEIF געשטיצט דורך אלע גרויסע רבנים און אדמורים פון אלע שיכטן און קרייזן

https://www.reliefhelp.org/

Brooklyn Office
5904 13th Avenue
Brooklyn, NY 11219
718-431-9501
718-431-9504
[email protected]

Monroe, Office
845-783-4508
[email protected]
לעצט פארראכטן דורך א גאנץ יאר פרייליך אום דאנערשטאג יאנואר 26, 2023 7:59 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
#איך פארנעם די מינימום פלאץ ווען איך פארק!

ווייל איך בין נישט קיין וואטסעפפ איד
אוועטאר
פנימחדשות
שר האלפיים
תגובות: 2337
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2020 4:33 pm

Re: וואנט פון שאנדע - רשעות׳דיגע טעראפיסטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנימחדשות »

אפענע וועלט האט געשריבן:
רב טישטוך. אמת ויציב.
פרינט ארויס און שיק אריין צו רבנים און מוצי"ם. די אנלייסענס ברעינוואשן זיי טאג און נאכט זיי זאלן זיי שיקן פאציענטן. אין די רבנים און מוצי"ם פאלן אריין אין זייערע הענד בלא יודעים.
ביודעי ובמכירי קאמינא.
שוין אויפקלערט אפאר און האבן זיך באדאנקט און קלאר געזאגט זיי האבן נישט געוויסט.
;l;p- ;l;p- ;l;p-
אוועטאר
Amazing
שר שלשת אלפים
תגובות: 3106
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

Re: וואנט פון שאנדע - רשעות׳דיגע טעראפיסטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Amazing »

fiena nieas האט געשריבן:
א טערעפיסט אנע לייסענס איז נישט ממש אנע לייסענס געווענליך האבן זיי זיך געלערנט די מאדעלעטיס פון טערעפי ווי cbt EMDR און ifs וכו' סא איך זעה נישט די גרויסע גליק פון לייסענסד אדער נישט!
שטארק זיך האט געשריבן:
לייסענס קומט בכלל נישט אריין דא
מען דארף וויסען די מציאות אויב ביי אן לייסענסט טרעפט זיך עס מער

מסתבר איז אז א לייסענסט וועט מורא האבן פון פארלירן זיין לייסענס ועוד אז א מענטש נעמט די מי פון דורכגיין א פראגראם און דערנאך נעמען א טעסט ווייזט עס אויף א ערנסטקייט אין די נושא משא''כ אן לייסענס
א'מונה ב'טחון ג'עלט
loyodea
שר האלפיים
תגובות: 2010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 20, 2020 8:00 pm

Re: וואנט פון שאנדע - רשעות׳דיגע טעראפיסטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך loyodea »

טישטוך האט געשריבן:
שטארק זיך האט געשריבן:
לייסענס קומט בכלל נישט אריין דא
לייסענס קומט שטארק אריין דא, עס איז טאקע נישט קיין געשניטענער כלל, אבער עמיצן אן לייסענס זאל מען נישט אנרירן אפילו מיט א שטעקן.

ניינציג פראצענט פון די פעלער זענען פון מענטשן אנע לייסענס, עמיצער וואס האט לייסענס איז שוין אויטאמאטיש האלבוועגס אפגעשטעלט פון אנזייען שאדן. קען זיין זיי טויגן נישט אין אנדערע פעלדער, אבער לערנען און קענען און פארמאגן ערפארונג און האלטן א לייסענס איז מחייב דעם מענטש צו איינרוען.

די אלע אויבנדערמאנטע מעשיות זענען מיט עסקנים און טעראפיסטן אנע לייסענס, און ווי אויבן געשריבן האט צען קשיות נאר איין תירוץ.
רשעות מיט לייסענס איז סאך באקוועמער גראדע..
בקיצור אמאל אן די אלע מעשיות איז מען בעסער אפגעקומען, נעמנדיג אין אכט ביידע סארט ליידן, דעמאלטדיגע און היינטיגע.
Belz123
שר חמש מאות
תגובות: 825
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 05, 2017 1:52 pm

Re: וואנט פון שאנדע - רשעות׳דיגע טעראפיסטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Belz123 »

פנימחדשות האט געשריבן:
אפענע וועלט האט געשריבן:
רב טישטוך. אמת ויציב.
פרינט ארויס און שיק אריין צו רבנים און מוצי"ם. די אנלייסענס ברעינוואשן זיי טאג און נאכט זיי זאלן זיי שיקן פאציענטן. אין די רבנים און מוצי"ם פאלן אריין אין זייערע הענד בלא יודעים.
ביודעי ובמכירי קאמינא.
שוין אויפקלערט אפאר און האבן זיך באדאנקט און קלאר געזאגט זיי האבן נישט געוויסט.
;l;p- ;l;p- ;l;p-
Just for the record

I am involved now in a nice amount of cases and sometimes the license therapist is much worse

We need to make sure to go to someone that has good reference
אוועטאר
ווישוואש
שר ששת אלפים
תגובות: 6974
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

Re: וואנט פון שאנדע - רשעות׳דיגע טעראפיסטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווישוואש »

אפענע וועלט האט געשריבן:
רב טישטוך. אמת ויציב.
פרינט ארויס און שיק אריין צו רבנים און מוצי"ם. די אנלייסענס ברעינוואשן זיי טאג און נאכט זיי זאלן זיי שיקן פאציענטן. אין די רבנים און מוצי"ם פאלן אריין אין זייערע הענד בלא יודעים.
ביודעי ובמכירי קאמינא.
שוין אויפקלערט אפאר און האבן זיך באדאנקט און קלאר געזאגט זיי האבן נישט געוויסט.
יאפ, גרויסע דיינים שיקן צו 'עסקנים' וכדו', און ווען דער אינגערמאן באקלאגט זיך איז נישטא צו וועם צו רעדן, דער רב/דיין גייט דאך אודאי נישט אננעמען זיין ווארט קעגן דעם עסקן'ס.

און זאל דער דיין נאר איבערזאגן א ווארט פאר יענעם, האט ער שוין א פערזענליכע אגענדע אים צו באגראבן.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
הערטס צו
שר מאה
תגובות: 178
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 04, 2023 12:32 am

Re: וואנט פון שאנדע - רשעות׳דיגע טעראפיסטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערטס צו »

fiena nieas האט געשריבן:
א טערעפיסט אנע לייסענס איז נישט ממש אנע לייסענס געווענליך האבן זיי זיך געלערנט די מאדעלעטיס פון טערעפי ווי cbt EMDR און ifs וכו' סא איך זעה נישט די גרויסע גליק פון לייסענסד אדער נישט!
דא א געוואלד וואס האבן זיך גארנישט געלערנט, גאר גאר אסאך, וואס רוב דערפון זענען בוטשערס, עס זענען דא גאר גוטע אויך
לעצט פארראכטן דורך הערטס צו אום דאנערשטאג יאנואר 26, 2023 8:04 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
ווישוואש
שר ששת אלפים
תגובות: 6974
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

Re: וואנט פון שאנדע - רשעות׳דיגע טעראפיסטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווישוואש »

א גאנץ יאר פרייליך האט געשריבן:
פאר גענוי דער צוועק איז דא א הייליגע ארגאניזאציע RELEIF געשטיצט דורך אלע גרויסע רבנים און אדמורים פון אלע שיכטן און קרייזן

די רבנים וואס שטיצן עס שיקן דאך זייערע אינגעלייט צו עסקנים אן זיך דורכרעדן מיט זיי..
לעצט פארראכטן דורך ווישוואש אום דאנערשטאג יאנואר 26, 2023 8:03 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
Belz123
שר חמש מאות
תגובות: 825
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 05, 2017 1:52 pm

Re: וואנט פון שאנדע - רשעות׳דיגע טעראפיסטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Belz123 »

א גאנץ יאר פרייליך האט געשריבן:
פאר גענוי דער צוועק איז דא א הייליגע ארגאניזאציע RELEIF געשטיצט דורך אלע גרויסע רבנים און אדמורים פון אלע שיכטן און קרייזן

https://www.reliefhelp.org/

Brooklyn Office
5904 13th Avenue
Brooklyn, NY 11219
718-431-9501
718-431-9504
[email protected]

Monroe, Office
845-783-4508
[email protected]
For us it’s important to use the Monroe office

They understand better to our standards
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”