די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

פסיכאלאגיע און מעדיצינען
אוועטאר
מעין המתגבר
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2022 4:21 pm

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מעין המתגבר »

איל משולש האט געשריבן:
מיטל מזרח ווינטל האט געשריבן:
צוויי, ער וועט זיך צוריק טרעפן אין א 'ספאט' וואס וועט אים מאכן גאר אגרעסיוו.
ולי נראה די צווייטע
די פעטש גייט קיינמאל העלפן,
זיי זענען נישט גרויס ביי זיך, זיי פילן זיך טייני...
לעצט פארראכטן דורך מעין המתגבר אום דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2022 3:21 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
מעין המתגבר
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2022 4:21 pm

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מעין המתגבר »

מיטל מזרח ווינטל האט געשריבן:
נישט אז איך האב רחמנות אויף דעם נארסעסיסט, אבער מענטשן כאפן נישט אז נארסיסיסטן לעבן ליטערלי אין פעין א גאנצן טאג
לעצט פארראכטן דורך מעין המתגבר אום דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2022 3:22 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
מיטל מזרח ווינטל
שר חמש מאות
תגובות: 604
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 18, 2019 7:26 am

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיטל מזרח ווינטל »

מעין המתגבר האט געשריבן:
מיטל מזרח ווינטל האט געשריבן:
@מי אדיר, עס איז נישטא די ווערטער ארויסצוברענגען וואס פאר א הערליכע ארבעט דו ליפערסט דא. די שריפט, די קלארקייט, און די גענויע געפילן וואס די שפילסט אראפ, איז צום באוואונדערן. א פערזענליכן דאנק פאר דיינע ווערק.

צום נקודה, מערערע מאל ערקלערסטו דעם פראבלעם אז צום נארסיסיסט איז נישט מעגליך צו רעדן בכלל, און סיי וואס מיר וועלן פראבירן אים צו זאגן וועט פאלן אויף טויבע אויערן.
אויב מעג איך אריינרעדן וועל איך זאגן וואס איך טראכט.
אלזא לדעתי וועט בלויז איין זאך מעגליך האבן א עפעקט אויף דעם פארדרייטן געדאנקענסגאנג פונעם נארסיסיסט, דאס איז: פעטש! יא, גוטע פראסקעס איינס נאכן צווייטן, וועט אפשר אויפשאקלען זיין קראנקע זעל.
איך מיין נישט מען זאל אים 'אונטערדריקן', נאר איך רעד פון א סיסטעמאטישע מהלך פון עמאציאנאלע ציפעדיגע פראסקעס, ביז ער וועט איינזען אז די וועלט איז נישט הפקר.

די הויפט פראבלעם פונעם נארסיסיט איז דאך אז ער שפירט זיך זעלבסט דערהויבן און רעספעקטירט [עכ"פ אין זיין דמיון], נאכפאלגנדיג זיינע אזוי גערופענע סוקסעס. דעריבער איז וויכטיג זיך צו באגיין מיט א אויסטערלישע תקיפות און אזוי אראפברענגען זיין מאראל ביז צו דער ערד.

וואס זאגסטו?
נישט אז איך האב רחמנות אויף דעם נארסעסיסט, אבער מענטשן כאפן נישט אז נארסיסיסטן לעבן ליטערלי אין פעין א גאנצן טאג
זיי מסביר דאס אז זיי לעבן אין פעין.
איך מיין אז ס'איז אזוי ווי איך האב געשריבן, אז זיי לעבן אין א שרעקליכע פאנטאזיע פון זיך זעלבסט דערהייבן איבער די ארומיגע. (קלאר אז דאס קומט פון שוואכקייט, אבער נאך אזוי פיל יארן פאנטאזירן, הייבן זיי באמת אן צו טראכטן אז זיי זענען גאר מכובד'יגע מענטשן...).
ווי געשריבן אין אישי פאר @איל, זעט זיך אן ביי געוויסע מענטשן א פחד פונעם נארסיסיסט - און דאס איז עפעס וואס טאר נישט געשען.
דעריבער איז וויכטיג א פראפעסיאנעלע מהלך פון מאראלישע פעטש וואס זאל זיי אראפברענגען.
פראסקעס, האט א כח אז עס וועקט אויף דעם מענטש צום מציאות.
ויש להאריך.
אוועטאר
מעין המתגבר
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2022 4:21 pm

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מעין המתגבר »

מיטל מזרח ווינטל האט געשריבן:
מעין המתגבר האט געשריבן:
מיטל מזרח ווינטל האט געשריבן:
זיי זענען נישט סתם סקיצאפרעיניע פאנטאזירער, די חברה זענען צובראכענע און צושאסענע מענטשן, וואס זוכן אביסל חיות, און זיי נעמען עס דורך זיין גרעסער, פון א צווייטן שטערקער פון א צווייטן, זיך איזדעקעווען אויף איינעם,
מען טאר נישט ווייזן פחד פאר א נארסעסיסט ווייל די פיטערסט אים, דאס איז דאך וואס ער וויל
צוקלאפן מער וועט סיי ביי א נארסעסיסט און סיי ביי א בארדער ליין מאכן ערגער

מיין מיינונג
לעצט פארראכטן דורך מעין המתגבר אום דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2022 3:23 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
מעין המתגבר
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2022 4:21 pm

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מעין המתגבר »

מעין המתגבר האט געשריבן:
מיטל מזרח ווינטל האט געשריבן:
מעין המתגבר האט געשריבן:
מיטל מזרח ווינטל האט געשריבן:
נישט אז איך האב רחמנות אויף דעם נארסעסיסט, אבער מענטשן כאפן נישט אז נארסיסיסטן לעבן ליטערלי אין פעין א גאנצן טאג
זיין פעין קומט קודם פון זיין צוקלאפטקייט און צובראכנקייט, און אויך פון א גאנצן טאג דארפן מאכן זיכער אז יענער איז נישט בעסער פון אים און אז יענער איז נאך אונטער זיין קאנטראל.

עס איז נישט אז זיין הנאה מאכט אים אז ער זאל יענעם צוקלאפן, נאר אז יענעם'ס צוקלאפקייט ברענגט אים אזא אזוי גערופענע הנאה לשעה.. ודו"ק
לעצט פארראכטן דורך מעין המתגבר אום דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2022 3:24 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
מעין המתגבר
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2022 4:21 pm

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מעין המתגבר »

שׁעמעדיגער האט געשריבן:
שכח מי אדיר

ברענגסט זיך מורעדיג קלאר ארויס א מאסיווע פעדער און שפראך און תוכן
אוועטאר
דיעגא
שר חמש מאות
תגובות: 843
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 21, 2022 11:22 am

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דיעגא »

@מי אדיר
טענקס א מיליאן!!
וויכטיג מאכער האט געשריבן:
וויזוי זאגט ער נאר? א מענטש טראכט און גאט לאכט... דאס אז גאט לאכט גלייבעך, אבער הערנדיג געוויסע מענטשן רעדן, גלייבעך נישט אז א מענטש טראכט...
אוועטאר
מיטל מזרח ווינטל
שר חמש מאות
תגובות: 604
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 18, 2019 7:26 am

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיטל מזרח ווינטל »

@ מעין, ליין איבער וואס איך האב געשריבן.
איך האב נישט גערעדט פון צוקלאפן אדער אונטערדריקן. איך האב גערעדט פון א מהלך פון אראפברענגען די מאראל מיט א סארט שפראך וואס ער וועט [האפנטליך] פארשטיין.
איינמאל די מאראל איז אונטן קענען זיי טאקע ווערן אגרעסיוו - און דאס ברויך אדרעסירט ווערן מיטן זעלבן מיטל.

והעיקר לא לפחד כלל.
אוועטאר
מעין המתגבר
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2022 4:21 pm

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מעין המתגבר »

מיטל מזרח ווינטל האט געשריבן:
@ מעין, ליין איבער וואס איך האב געשריבן.
איך האב נישט גערעדט פון צוקלאפן אדער אונטערדריקן. איך האב גערעדט פון א מהלך פון אראפברענגען די מאראל מיט א סארט שפראך וואס ער וועט [האפנטליך] פארשטיין.
איינמאל די מאראל איז אונטן קענען זיי טאקע ווערן אגרעסיוו - און דאס ברויך אדרעסירט ווערן מיטן זעלבן מיטל.
זייער מאראל איז עניוועי זייער נידריג, נידריגער ווי זייער קרבן.......
מיטל מזרח ווינטל האט געשריבן:
והעיקר לא לפחד כלל.
;l;p- ;l;p-
אוועטאר
מי אדיר
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 15, 2021 4:31 pm

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי אדיר »

איך שמייכל אביסל ווען איך לייען די עצה פון "פעטש", עפעס דערמאנט עס מיר פון מיינע מלמדים אין די יונגע יארן וואס אויף אלע פראבלעמען איז פעטש געווען דער ענטפער...

עס האט אין זיך א שטיקל אמת, פעטש קען אונטערדרוקן איינעם און יענעם צווינגען צו טאן וואס איך וויל, אבער דאס איז א חיצוניות'דיגע און צייטווייליגע עצה, נישט קיין לאנג-טערם סאלושען... דער קראנקער וועט ווייטער האלטן אז ער איז א צדיק הדור, און דער וואס גיט אים די פעטש איז א רשע מרושע און א משוגענער וואס זעהט נישט איין זיין חשיבות...

דאס איז זיכער אז מען קען נישט בלייבן לעבן אויף אזא אופן פון טיילן פעטש. דער לעבן וועט ווערן א שטיק כאאס. עס קען אפשר "אביסל" העלפן פאר א קורצע טערמין אויב דארף מען אמאל אראפברענגען דעם קראנקן מענטש "ראק-באטטאם" כדי צו קענען מסביר זיין עפעס, וואס כאטש ער וועט עס נאכאלץ נישט פארשטיין מיט'ן שכל, וועט ער כאטש זיך אונטערגעבן ווי א קינד אונטער דעם מלמד'ס שטעקן.

אויב וואלט דאס געווען א גוטע סאלושען וואלטן עס שוין טעראפיסטן רעקאמענדירט...
אוועטאר
איל_משולש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4832
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 12, 2022 8:29 pm
לאקאציע: אמעריטשקע.
פארבינד זיך:

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איל_משולש »

מי אדיר האט געשריבן:

עס ווערט גענוצט דורך טעראפיסן, אבער ווייניג. סיי צוליב די ריסק דערמיט, אבער בעיקר ווייל דער נארסיסיסט קומט נישט צום טעראפיסט...
איך קויף נישט ביי קיין רויבער-קאלער!
this massage is paid for by DontSupportRoboCallers super pac.
_______
- דיס ספעיס איז אוועילעבל פאר רענט, פאָר רעיטס קאנטעקט אין אישי.
אוועטאר
מי אדיר
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 15, 2021 4:31 pm

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי אדיר »

קריטיקירן – Criticize

איר וועט ווארשיינליך עפענען אפאר גרויסע אויגן און זיך וואונדערן: קריטיקירן? די אלע פריערדיגע קאפיטלען ענטהאלט שוין די חלק פון קריטיקירן, סיי געזלייטינג, מינימיזירן און בלעים שיפטינג! אבער יא, עס פאדערט א קאפיטל בפני עצמו צו מאריך זיין אין די פרטי פרטים, סיי כדי די דרויסענדיגע מענטשן זאלן עס בעסער פארשטיין, און בעיקר, אז די קרבנות זאלן באקומען זייער ערליך-פארדינטע וועלידעישאן און קלארקייט.

יעדער מענטש ווערט צומאל קריטיקירט. עס איז אן אומאפטיילבארע חלק פון לעבן. דער כלל איז, בפרט ביי חינוך, ווי די באקאנטע 80/20 רול, אז עס דארף זיין לכה"פ 80 פראצענט פאזעטיווע אינטערעקשאן מיט'ן קינד כדי ער זאל זיין גענוג געזונט און ראוי צו מקבל זיין 20 פראצענט מוסר. און דאס איז מרומז בדברי חז"ל שמאל דוחה וימין מקרבת, ווי די מפרשים טייטשן אז ימין איז דער עיקר, דאס דארף זיין דער רוב, שמאל איז דער יד כהה, וואס מען נוצט נאר ווען מען קען זיך נישט באגיין מיט'ן רעכטן אליינס און עס פאדערט מער הילף. אזוי דארף צו זיין די מוסר און קריטיק, נאר אמאל אמאל ווען עס פעלט זיך אויס. אויך דארף געזונטע קריטיק זיין אוועקגעשטעלט אויף זאכן וואס דער מענטש האט באמת די מעגליכקייט צו פאררעכטן.

איז אזוי ווי ביי די איבריגע קאפיטלען, איז וויכטיג צו פאנאנדערשיידן דעם דיפערענץ צווישן די קריטיק פון א געזונטן מענטש און די קריטיק פון א קראנקע פערסאנאליטי, ווי צב"ש א נארסיסיסט.

עס פארשטייט יעדער אז א מענטש וואס ווערט נאכאנאנד קריטיקירט און צוקלאפט, בפרט א קינד, לאזט דאס איבער א שרעקליכע רושם, דער נפש ווערט פארוואונדעט, און עס איז שווער צו לעבן א נארמאלע געזונטע לעבן. דער געליטענער האט זיך אליינס פיינט, וויבאלד נאכ'ן הערן אזויפיל קריטיק באקומט ער די הרגשה אז ער איז א דורכפאל וואס קען שוין סייווי נישט ווערן בעסער, ער פארלירט זיין זעלבסט-זיכערהייט, און גייט ארום דעפרעסד מיט נעגאטיווע מחשבות. און דאס איז וואס עס פאסירט מיט די קרבנות פונעם נארסיסיסט. ווי געשריבן, אויב איז עס פון עלטערן כלפי זייער קינד איז דער חורבן איום ונורא און לעבנסלענגליך, ווייל דער גאנצער יסוד פון לעבן איז צולעכערט און געדעמעדזשד. אבער אפילו צווישן שותפים אין ארבעט אדער אינעם חתונה געהאטע לעבן איז עס א ביטערער חורבן.

לאמיר פרובירן אריינצוקריכן אינעם נארסיסיסט'ס קאפ, און זעהן וואס טוט זיך דארט.

ווען א נארמאלער מענטש קריטיקירט עמיצן, איז עס מיט א כוונה אז יענער זאל זיך פארבעסערן און הכל על מקומו יבא בשלום. די מינוט יענער האט זיך פארבעסערט, איז אלעס א מחי'. די קריטיק איז נאר אן אמצעי צוצוקומען צום ציל, צו לעבן נארמאל. א פארפאלק וואס גייט צו הילף צוליב א מיספארשטענדעניש איז פשט אז באמת האבן זיי זיך ליב נאר עפעס שטערט זיי צוצוקומען צום שלימות, און זיי זוכן דאס צו מסדר זיין אויף א אופן אז ביידע זאלן זיין צופרידן וויפיל עס איז שייך, און ווען די אבסטעקל ווערט מסודר זענען זיי פרייליך און צופרידן אז מען האט אפגערוימט נאך א באמפ פונעם ראוד, און מהיום והלאה וועלן זאכן פארן על מי מנוחות. דאס איז ביי א נארמאלע, געזונטע פארפאלק.

אבער ווען מען רעדט פון די קראנקע נארסיסיסטן, איז די כוונה גאר עפעס אנדערש. זיי זענען בכלל נישט אינטערעסירט צו סעטלען דעם פראבלעם וואס זיי קריטיקירן. זיי זוכן נאר צו קריטיקירן. די קריטיק זעלבסט איז "דער ציל"! אפט מאל וועט דער קרבן מאכן דעם טעות און ארבעטן שווער, זיך פרובירן פאררעכטן און מתקן זיין אלע טענות אקעגן אים, טראכטנדיג אז אזוי וועט ער צופרידנשטעלן דעם קריטיקירער, אבער עס איז חבל על הזמן. ער וועט דארפן בעסער מתפלל זיין "למען לא ניגע לריק"... קודם כל דער נארסיסיסט וועט עס סייווי נישט אפרישיעטן, און בנוסף לזה, תוך כדי דיבור וועלן זיי טרעפן א פרישע טענה אויף וואס צו קריטיקירן, און הנח להם אז זיי וועלן שוין טרעפן. עס איז א "נעווער-ענדינג" געים. דער פסוק אין קהלת זאגט "כי אדם צדיק בארץ אשר יעשה טוב ולא יחטא", זיי זענען די דאזיגע וועלכע טרעפן אייביג די זינד. זיי זענען מדקדק נאך מער ווי כחוט השערה... מי יצדק לפניהם בדין!!!

זאת ועוד. שלמה המלך זאגט אין משלי "על כל פשעים תכסה אהבה". קיין איין מענטש פארמאגט נישט קיין שלימות, יעדער מענטש ווייסט אז זיין שותף, אדער קינד, פארמאגט חסרונות. אזוי ווערט א מענטש באשאפן. דער מענטש ווייסט אין לעבן אז נישט אייביג וועלן זאכן גיין 100% כשורה, און מען פראבירט לכתחילה נישט צו באמערקן און זיך וויסנדיג מאכן, בפרט ווען ס'איז מינדערוויכטיגע עוולות, און אפילו ווען יא וועט מען זיך העכסטנס אויס'טענה'ן, אפילו שרייען איינער אויפ'ן צווייטן, אבער אין אלגעמיין פאקוסירט מען אויף יענעמ'ס מעלות, און מען איגנארירט די חסרונות ווי ווייט מעגליך, צוליב די אהבה וואס איז דא, די אהבה איז מכסה די פשעים. 'מען פארגעבט און מען פארגעסט', ווי דאס ווערטל גייט. מען פרובירט עס צו מינימיזירן און מען הייבט ארויס די מעלות איינער פון צווייטן. פארגעסט אבער נישט אז ביים נארסיסיסט עקזיסטירט נישט קיין אהבה, ממילא קען דאס נישט מכסה זיין אויף גארנישט, און אלזא איז מען יא כסדר פארנומען מיט די "פשעים", און מען באטראכט יעדן מחשבה דיבור ומעשה פונעם שותף מער ווי דער גרויסער מדקדק באטראכט אן אתרוג ביים סוחר איידער'ן קויפן מיט א מעגניפייער גלאז. מען פארגעבט נישט און מען פארגעסט נישט.

און דא קומט אריין נאך א שטארקע יסוד וואס מען דארף געדענקען, אז נארסיסיסטן זענען עקסטרעם "דזשאדזשמענטל" פערזאנען. אין קעגנזאץ וואס חז"ל זאגן אונז "והוי דן את כל האדם לכף זכות", מען זאל פרובירן פארטיידיגן א צווייטן אפילו ווען יענער טוט באמת א אומגערעכטע זאך, זענען זיי פונקט קאפויער. זיי וועלן דן זיין אנדערע לכף חוב, זיי וועלן זוכן יעדע שמץ של מעגליכקייט צו באשולדיגן דעם שותף אז יענער מיינט זיכער נאר שלעכטס. עס קען נישט זיין אז יענער האט געמאכט א טעות אדער איז א אונס. יענער איז קלאר א מזיד. (דאס קומט טיילווייז אויך צוליב נאך א קרענק זייערע, וואס איך וויל שפעטער באשרייבן, זייער "שווארץ-און-ווייס" בליק אויף דער וועלט, קיין גרוי עקזיסטירט נישט, ואכמ"ל).

ווי דערמאנט פריער, איז זייער קריטיק אסאך מאל אויף זאכן וואס איז פשוט אוממעגליך צו פאררעכטן, צב"ש עס איז אקעגן דעם מהות פון דעם קרבן. יעדער מענטש ווערט געבוירן מיט זיינע/אירע נאטורן, וואס איז אוממעגליך צו טוישן, עס איז innate, אריינגעבויעט אין די די.ען.עי. פונעם מענטש. דאס האט ער ליב און דאס נישט. דאס קען ער טון און יענץ נישט. יעדער צייכענט זיך אויס מיט זיינע מעלות און פארמאגט שוואכקייטן וואס ער קען נישט טוישן. בעת דער געזונטער מענטש פארשטייט דאס און טוט אקצעפטירן דעם שותף פארוואס יענער איז, וועט דער נארסיסיסט מיט א רשעות אטאקירן חלקים פונעם שותף וואס ער איז באמת אומשולדיג דערויף.

נאך א פרט, זיי וועלן קריטיקירן אפילו אויף זאכן וואס האט נישט מיט זיי צו טאן און דארף זיי בכלל נישט צו שטערן. לדוגמא, דער שותף איז אמאל פארשלאפן און אויפגעשטאנען שפעט אבער האט בכלל נישט אפעקטירט זייער סדר היום, וואס ביי א געזונטן פאל וועט דער שותף זיך אינגאנצן נישט וויסנדיג מאכן דערפון, אדער גאר זאגן מיט ליבשאפט "נישט געפערליך, ב"ה דו האסט זיך אביסל אויסגעשלאפן, דו ארבעטסט דאך אזוי שווער, קענסט עס זיכער נוצן", וכדומה, וועלן אבער די נארסיסיסטן זיך דערויף ארויפכאפן ווי צו א געבראטנס און מאכן דערפון מטעמים צו קריטיקירן און אראפקלאפן דעם אומשולדיגן שותף.

נאך א שטארקע דיפערענץ איז דער אופן "ווי אזוי" די קריטיק ווערט געזאגט. ביי א געזונטן מענטש, וואס דער תועלת איז פשוט צו פארבעסערן דעם צווייטן, ווערט עס געזאגט מיט א שטיקל רעספעקט צו יענעם, מען זוכט נישט יענעם וויי צו טאן, מען פרובירט צו פארמיידן ווייטאגליכע ווערטער און מען וועט ארומשמירן די קריטיק מיט אביסל קאמפלימענטן בעפאר און דערנאך כדי עס זאל נישט אזוי וויי טון, מען וועט ארויסברענגען אז געווענליך ביסטו א קלוגער מענטש אבער דאס און דאס פאסט פשוט נישט (כידוע הפשט של האלשי"ך הק' עה"כ אל תוכח לץ פן ישנאך הוכח לחכם ויאהבך). אבער ביי די נארסיסיסטן וועט עס בכלל נישט זיין אויף דעם אופן. זיי וועלן עס דווקא זאגן אויף דעגראדירענדע טאן וואס זאל יענעם צוקלאפן און דערנידערן, כאילו דער נארסיסיסט איז "מחנך" דעם קרבן, און וועט נוצן שטעך ווערטער עס צו מאכן מער ווייטאגליך, אזוי ווי מאנכע טעראריסטן לייגן צו נעגל צו זייערע באמבעס אז עס זאל האבן דעם מאקסימום שאדן... עס איז הימל און ערד א נפק"מ אויב קריטיק ווערט געזאגט איידל און רעספעקטפול אדער עס ווערט געזאגט מיט א זלזול באגלייט מיט שטעך ווערטער, ווי צב"ש "אייביג טוסטו דאס, דו ביסט א גארנישט, ביסט א וויסטע דורכפאל", וכדומה.

א חלק פון די יסודות פון די אויבנדערמאנטע 'פראדזשעקשאן' קרענק איז אז א מענטש קוקט אן יענעם לויט די אייגענע פערספעקטיוו. אויף די חז"ל הנ"ל כל הנגעים וכו' איז דא נאך א באקאנטע טייטש, דוכט זיך פון הייליגן בעש"ט הק', כל הנגעים אדם רואה חוץ – אלע פעלערן וואס א מענטש זעהט אינדרויסן ביי א צווייטן, מנגעי עצמו – קומט פון די אייגענע חסרונות. ביים נארסיסיסט ווערט דאס אבער אלעס געטאפלט און געטריפלט אויף א אומדערטרעגליכן פארנעם. זיי זענען אליינס מלא חסרונות, זיי אליין זענען נישט גרייט צו טון א טובה פאר א צווייטן מיט אן אמת, זיי זענען געשלאגן מיט מדות רעות פון כעס, עקשנות, שקר, נקמה, גאוה, חוצפה, און נאך, און קוקן דעריבער אן דעם שותף מיט די זעלבע אויגן-גלעזער. זיי קענען נישט משיג זיין אז א צווייטער קען זיין בעסער פון זיי, און איז יא גרייט צו טון א טובה פאר א צווייטן אן קיין קאמפליצירטע חשבונות פון פארדינען עפעס לכבוד עצמו, ממילא וועלן זיי די אלע זאכן אנקוקן מיט א שלעכטן בליק און פאראורטיילן יענעם לחובה ווען אימער מעגליך. "כל הפוסל במומו פוסל".

אקעי, לאמיר נישט פארקריכן צו טיף אין דעם קאמפליצירטן נארסיסיסטישן קעפל, עס איז א לאנגע שווערע מהלך מיט שרעקעדיגע וועגן... לאמיר צוריקקומען צום ענין. דער נארסיסיסט איז דא צו קריטיקירן ווייל ער וויל קריטיקירן. דאס איז פאר אים נארסיסיסטיק סופליי, און דאס מאכט אים שפירן "סופיריער", העכער דעם קרבן, ער וויל אויסדרוקליך טרעפן עפעס שלעכטס אין יענעם, און וועט דעריבער כסדר זוכן נאך, און ביי יענעם בודק חמץ מער ווי עד שידו מגעת זיין און אויפבלאזן שטותים מיט זאכן וואס יעדער מענטש פאלט אמאל אדורך, און זיך פרייען כעל כל הון אז עס איז דא עפעס צו קריטיקירן און יענעם צוצוקלאפן.

זעלבסטפארשטענדליך אז זיי וועלן נישט ארויסווייזן די שמחה, זיי וועלן עס זאגן מיט ברוגז'דיגן פנים כאילו עס טוט זיי שרעקליך וויי וואס דו האסט אנגעווערטשאפט, און דו וועסט זיך פרובירן צו פארענטפערן האפנדיג אז דיין תירוץ וועט עושה רושם זיין וחמת המלך וועט זיין שככה, אבער לשוא תוחלתו.... א שאד צו פרובירן. זיי ווילן נישט די תירוצים. זיי ווילן זאלסט זיין שולדיג, זאלסט מקבל זיין דעם שולד, און זיי זאלן דערנאך קענען פארקויפן פאר אנדערע עסקנים וואספארא געפערליכער פארשוין דו ביסט.

עס איז פאראן א באקאנט ווארט פון סאטמאר רבי'ן זצ"ל אויפ'ן פסוק (משלי יז) "מצדיק רשע ומרשיע צדיק תועבת ה' גם שניהם", פרעגט ער וואס פעלט אויס די ווערטער "גם שניהם". נאר וואס'זשע דען, מאכט זיך אמאל א מענטש וואס איז בטבע א גוט קוקער, ער זעהט אין יעדן נאר די גוטס, אפילו אין רשעים. עס איז טאקע נישט קיין גוטע זאך צו זעהן גוטס אין רשעים, אבער פארפאלן, מ'קען אים נישט צופיל דן זיין, דאס איז זיין נאטור. אמאל איז פארקערט, א מענטש איז א שווארץ קוקער, ער זעהט נאר דאס שלעכטע פון יעדן, אפילו פון א ערליכן איד. ווייטער נישט קיין אויסגעהאלטענע זאך, אבער וואס קען מען טאן, ער האט בילט-אין טינטעד גלעזער, ער זעהט אלעס שווארץ! דאס קען מען נאך אויך פארשטיין. אבער טאמער א מענטש איז א הפכפך, ביים צדיק זעט ער שלעכטס, און ביים רשע גוט, דאן ביסטו בלויז א שטיקל נארישקייט! דאס זאגט דער פסוק, מצדיק רשע, דעם רשע ביסטו מצדיק, אבער מרשיע צדיק, דעם צדיק מאכסטו פאר א רשע, דאן תועבת ה' "גם שניהם", וויבאלד דו האסט אין דיר צוויי הפכיים, ביידע נוצטו נישט אויפ'ן ריכטיגן פלאץ, דאס מיינט אז דאס שטאמט נישט פון דיין נאטור, נאר פון דיינע שלעכטע מדות!

ווען מען קוקט אן די נארסיסיסטן און מען זעהט ווי ביי זיך אדער זייערס גלייכן וועט מען אייביג זעהן נאר דאס גוטס, אבער ביים שותף אדער קינד נאר דאס שלעכטע און קיין גוטס עקזיסטירט נישט ביי זיי. נאכמער, כדי דיך צו קריטיקירן וועלן זיי "קאמפערן", נעמען ביישפילן פון אנדערע מענטשן וואס קומען נישט צו צו דיין קנעכל מיט דיינע מעלות, און נישט אויפהערן ארויסצוברענגען ווי געוואלדיג יענער איז און ווי אומגעלונגען דו ביסט, אלעס וואס יענער טוט איז "ווייס" און אלעס וואס דו טוסט איז "שווארץ", קען מען אביסל פארשטיין די קראנקע עקלדיגע נאטור, ווי די עקספערטן רופן עס "דאבל סטענדערדס" – וואס מעגליך מען וועט נאך פון דעם אויך רעדן דערפון שפעטער בעז"ה.

דא דארף מען אבער אונטערשטרייכן א וויכטיגע פונקט, עפעס וואס צומישט אסאך קרבנות, ממילא איז נויטיג דאס אויסצושמועסן. כדי דער נארסיסיסט זאל נישט אויסקוקן ווי א כראנישער קאמפלעינער וואס זעהט אלעס שווארץ, וועלן זיי פון צייט צו צייט נעמען א ברעיק און יא געבן געוויסע גוטע ווערטער פאר'ן קרבן. דער טאקטיק איז באמת וואס חז"ל זאגן אונז אז "כל שקר שאין אומרים קצת אמת בתחילתו אין מתקיים בסופו". זיי וועלן מזמן לזמן חנפ'ענען דעם קרבן, כדי דער קרבן זאל טאקע אריינפאלן אין זייער נעץ און זיך נישט אפהיטן. דאס רופט זיך אין די בוכער "אינטערמיטטענט רי-אינפארסמענט" (Intermittent Reinforcement). דאס העלפט דעם קרבן בלייבן פאר'כישופ'ט אין דעם אביוזער (ענליך צו שטאקהאלם סינדראם) און זיך איינרעדן אז פה אשב כי אויתיה, איך קען רואיג בלייבן דאהי און נישט זוכן צו אנטלויפן, עס קען זיין גאנץ געשמאק דא אין דעם נעץ... עס איז קריטיש וויכטיג אז דער קרבן זאל דאס אינאכט נעמען און נישט אריינפאלן אין דעם נעץ וואס קוקט אויס זיס פון אינדרויסן אבער איז ביטער ווי דער גאל איינמאל די טשאקאלאד קאוטינג פאלט אראפ.

  • יאנקל פארציילט: מיין נארסיסיסטישע ווייב פלעגט פארדינען שיין געלט פון איר קאריערע אין א פרעסטיזשפולע קאמפאני, אבער זי האט מיר נישט געלאזט נהנה זיין קיין שווה פרוטה פון איר געלט (מיר וועלן האפענטליך באשרייבן דעם פענאמען שפעטער, "פינאנציעלע אביוז"). זי האט גענוצט איר געלט פאר אייגענע שוואוילטאג, געפארן וואקאציעס און זיך געלאזט וואוילגיין מיט חבר'טעס אין טייערע רעסטוראנטן וכו', אלעס בשעת איך האב זיך געמוטשעט צו דעקן די באנק, און געארבעט שווער 6 טאג א וואך. פארשטייט זיך אז היטב חרה לי הדבר, עס האט מיר געשטאכן צוצוקוקן די הפקירות. איין וואך האט מיין ווייב באקומען א באנוס פון איר בעה"ב, א עקסטערע הונדערטער. מיין ווייב האט מיר דאס פארציילט, און מיט א שמייכל איז זי צוגעקומען צו מיר און זאגט מיר, "איך האב באשלאסן אז איך גיי דיר געבן א מתנה, די גאנצע הונדערטער איז פאר דיר"! איך האב נישט געגלייבט מיינע אויערן. היהפך כושי עורו? האב איך מיר געוואונדערט... זי גיבט מיר איר געלט? איך האב נישט געהאט די ווערטער איר צו באדאנקען, איך בין געווען פול מיט הכרת הטוב פאר מיין צדיקת'ל אז זי גיבט מיר אזא מתנה... איך בין ממש געווארן אנגעפילט מיט רגשי אהבה! עס האט גענומען א שטיק צייט נאכ'ן פארציילן די מעשה פאר א נאנטן, אז איך זאל משיג זיין ווי נאריש איך בין געווען און ווי גוט זי האט מיר מסדר געווען, די יארן פון אנטריסונג פון פארלוירענע טויזענטערס האט זי "מסדר געווען" מיט א הונדערטער, זי האט מיר אונטערגעקויפט מיט א ביליגע שטיקל שוחד און איך בין כמעט געווארן א "נופל בעצת אשתו"...
לעשות ולקיים
אנשי שלומינו
תגובות: 4
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 04, 2022 4:27 pm

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעשות ולקיים »

געוואלדיג מי אדיר!
אוועטאר
דיעגא
שר חמש מאות
תגובות: 843
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 21, 2022 11:22 am

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דיעגא »

WOOOOW! MASSIVE!!!
וויכטיג מאכער האט געשריבן:
וויזוי זאגט ער נאר? א מענטש טראכט און גאט לאכט... דאס אז גאט לאכט גלייבעך, אבער הערנדיג געוויסע מענטשן רעדן, גלייבעך נישט אז א מענטש טראכט...
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

ש'כח פאר'ן שרייבן פון דעם נושא. זאל דיר השי"ת באצאלן אויף דער וועלט און אויף יענער וועלט.
אוועטאר
נייע שטאט
שר האלפיים
תגובות: 2318
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 5:44 pm

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נייע שטאט »

אנשולדיגט פארן אריין קומען ווי א גר אינמיטן מצות באקן, אדער להבדיל ווי א יון אין די סוכה, איך האב אביסל געליינט דא און היפש אין די בי פי די אשכולות, מיין קשיא איז, איך קען לכאורה גאר פון דערנאנט איינעם וואס האט גאר גרויסע סימפטאמען סיי פון נארסיסיזים און סיי בארדערליין איז שייך איין מענטש זאל זיין געשלאגן מיט ביידע?
ופרצת ימה וקדמה צפונה ונגבה
אוועטאר
בטח
שר מאה
תגובות: 168
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 02, 2021 10:24 pm
לאקאציע: ברוקלינע אײנױנער

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בטח »

זייער שטארק מי אדיר
אוועטאר
נייע שטאט
שר האלפיים
תגובות: 2318
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 5:44 pm

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נייע שטאט »

נייע שטאט האט געשריבן:
אנשולדיגט פארן אריין קומען ווי א גר אינמיטן מצות באקן, אדער להבדיל ווי א יון אין די סוכה, איך האב אביסל געליינט דא און היפש אין די בי פי די אשכולות, מיין קשיא איז, איך קען לכאורה גאר פון דערנאנט איינעם וואס האט גאר גרויסע סימפטאמען סיי פון נארסיסיזים און סיי בארדערליין איז שייך איין מענטש זאל זיין געשלאגן מיט ביידע?
איך וואלט זייער געוואלט בעטן די מומחים דא זאלן אריין קוקן אין מיין פראגע.
שכח
ופרצת ימה וקדמה צפונה ונגבה
אוועטאר
איל_משולש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4832
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 12, 2022 8:29 pm
לאקאציע: אמעריטשקע.
פארבינד זיך:

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איל_משולש »

נייע שטאט האט געשריבן:
נייע שטאט האט געשריבן:
אנשולדיגט פארן אריין קומען ווי א גר אינמיטן מצות באקן, אדער להבדיל ווי א יון אין די סוכה, איך האב אביסל געליינט דא און היפש אין די בי פי די אשכולות, מיין קשיא איז, איך קען לכאורה גאר פון דערנאנט איינעם וואס האט גאר גרויסע סימפטאמען סיי פון נארסיסיזים און סיי בארדערליין איז שייך איין מענטש זאל זיין געשלאגן מיט ביידע?
איך וואלט זייער געוואלט בעטן די מומחים דא זאלן אריין קוקן אין מיין פראגע.
שכח
פראקטיש במציאות איז לכאורה מעגליך. אבער עס איז זייער ווייט פון מציאות. איך וואלט נישט געזאגט אז עס איז ביידע, און מעגליך גאר קיין איינס. ODD קען האבן געוויסע ענליכקייטן צו ביידע פון די, און איז מער א אפטערע דיאגנאז.
איך קויף נישט ביי קיין רויבער-קאלער!
this massage is paid for by DontSupportRoboCallers super pac.
_______
- דיס ספעיס איז אוועילעבל פאר רענט, פאָר רעיטס קאנטעקט אין אישי.
איבערלעבער
שר חמש מאות
תגובות: 725
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 20, 2021 1:43 pm

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איבערלעבער »

נייע שטאט האט געשריבן:
נייע שטאט האט געשריבן:
אנשולדיגט פארן אריין קומען ווי א גר אינמיטן מצות באקן, אדער להבדיל ווי א יון אין די סוכה, איך האב אביסל געליינט דא און היפש אין די בי פי די אשכולות, מיין קשיא איז, איך קען לכאורה גאר פון דערנאנט איינעם וואס האט גאר גרויסע סימפטאמען סיי פון נארסיסיזים און סיי בארדערליין איז שייך איין מענטש זאל זיין געשלאגן מיט ביידע?
איך וואלט זייער געוואלט בעטן די מומחים דא זאלן אריין קוקן אין מיין פראגע.
שכח
אלטס איבערלעבער נישט אלטס מומחה. ביידע האבן א גרויסע טייל אייניגע סימפטאמען. באמת איז נישט קיין גרויסכ נפמ וויאזוי מען רופט עס. וואס מאכט אויס איז די וועג וויאזוי צו איבערלעבן.
אפיציעלע חסד פאנד
זייט א יששכר זבולן מיט לימוד התורה טעגליך 10-12 שעה מיט תלמידים
חובות-ת"ת-ישיבה-סקול-בין איש לאשתו
[email protected]Quickpay
ראש הקהל וויכי
המנהל לכאורה
ויושר יליצו בעדנו חיות אש
מער וועלן בעזר השם איבערלעבן קיץ תשפג
אוועטאר
מיטל מזרח ווינטל
שר חמש מאות
תגובות: 604
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 18, 2019 7:26 am

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיטל מזרח ווינטל »

מי אדיר האט געשריבן:
איך שמייכל אביסל ווען איך לייען די עצה פון "פעטש", עפעס דערמאנט עס מיר פון מיינע מלמדים אין די יונגע יארן וואס אויף אלע פראבלעמען איז פעטש געווען דער ענטפער...
א דאנק פארן אדרעסירן.
צו זיין מער דעטאלירט, פעטש איז נישט קיין רפואה, עס איז א אמצעי, א מיטל אנצוקומען צו א געוויסע רעזולטאַט.
די נקודה איז צו 'דעמאראליזירן' דעם נארסיסיסט, וואס דעמאלטס וועט אפשר זיין מעגליך צו רעדן צו אים.
אוועטאר
מי אדיר
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 15, 2021 4:31 pm

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי אדיר »

נייע שטאט האט געשריבן:
אנשולדיגט פארן אריין קומען ווי א גר אינמיטן מצות באקן, אדער להבדיל ווי א יון אין די סוכה, איך האב אביסל געליינט דא און היפש אין די בי פי די אשכולות, מיין קשיא איז, איך קען לכאורה גאר פון דערנאנט איינעם וואס האט גאר גרויסע סימפטאמען סיי פון נארסיסיזים און סיי בארדערליין איז שייך איין מענטש זאל זיין געשלאגן מיט ביידע?
איך בין נישט קיין עקספערט, אבער אויבן אויף איז שווער צו טראכטן אז דאס קען פאסירן, כאטש וואס זייער התנהגות האט אין זיך אסאך ענליכקייטן, האבן זיי אבער געוויסע חלקים וואס זענען א סתירה איינס צום צווייטן, ווי איך האב שוין בארירט אנהייב אשכול.

אבער טוענדיג אביסל ריסערטש אנליין, זעה איך אז עס איז יא פאראן א מעגליכקייט, גיב למשל א קוק דא, לויט איין שטודיע זענען בערך 39% פראצענט ב.פ.ד. געשלאגן אויך מיט נ.פ.ד (נארסיסיסזם פערסאנאליטי דיסארדער). איך פארשטיי נישט ווי אזוי, אבער העי, איך פארשטיי נישט אלעס...

איך פארלאז מיך נישט געווענליך אויף אנליין ארטיקלען אליינס, חוץ אויב עס איז אין צוגאב צו אנדערע ריסערטש וואס איך האב געמאכט, צי איז דאס הערנדיג פון א טעראפיסט, ליינען אנגענומענע בוכער, וכדו', פונקט ווי מען קען זיך נישט פארלאזן אויף אנליין עדווייס פאר פיזישע קרענק. אבער מען קען אלץ מאכן ריסערטש צו פארברייטערן די ידיעות אין א געוויסע פעלד, און עס דערנאך אדורכשמועסן מיט א פראפעסיאנאל.

איך בין נייגעריג וואס עס וועט דיר העלפן למעשה. וועסטו נעמען א אנדערע צוגאנג אויב עס איז ביידע? יענער דאף ערנסטע הילף באיזה אופן שהוא. דער נאמען איז נישט אייביג קובע, לעיבלען א מענטש איז בעיקר נאר צו קענען זאגן אין קורצן וועלכע סימפטאמען יענער האט.
אוועטאר
מי אדיר
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 15, 2021 4:31 pm

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי אדיר »

מיטל מזרח ווינטל האט געשריבן:
מי אדיר האט געשריבן:
איך שמייכל אביסל ווען איך לייען די עצה פון "פעטש", עפעס דערמאנט עס מיר פון מיינע מלמדים אין די יונגע יארן וואס אויף אלע פראבלעמען איז פעטש געווען דער ענטפער...
א דאנק פארן אדרעסירן.
צו זיין מער דעטאלירט, פעטש איז נישט קיין רפואה, עס איז א אמצעי, א מיטל אנצוקומען צו א געוויסע רעזולטאַט.
די נקודה איז צו 'דעמאראליזירן' דעם נארסיסיסט, וואס דעמאלטס וועט אפשר זיין מעגליך צו רעדן צו אים.
איך קען נישט מער ווי איבערשרייבן וואס איך האב אויבן געשריבן, אויב וואלט עס געווען א ווירקזאמע עצה וואלטן שוין עקספערטן גערעדט דערפון. איך האב נאך "קיינעם" נישט געהערט אפילו דערמאנען אזא איידיע.

לדעתי וועט עס געווענליך נישט העלפן, אויב וועסטו אים צוקלאפן וועט ממש נישט בלייבן מיט וועמען צו ארבעטן.

און נאכאמאל, איך האב שוין גראדע יא געהערט פון מבינים דעם קאנצעפט אז מען זאל פרובירן אראפצוברענגען דעם אביוזער פון בוים פאר א קורצע טערמין צו קענען רעדן צו יענעם, אבער איך ווארט נאך צו זעהן די רעזולטאטן פאר'ן לענגערן טערמין...
סערווייווער
שר מאה
תגובות: 170
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 6:30 pm

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סערווייווער »

מעין המתגבר האט געשריבן:
מיטל מזרח ווינטל האט געשריבן:
מעין המתגבר האט געשריבן:
מיטל מזרח ווינטל האט געשריבן:
זיי זענען נישט סתם סקיצאפרעיניע פאנטאזירער, די חברה זענען צובראכענע און צושאסענע מענטשן, וואס זוכן אביסל חיות, און זיי נעמען עס דורך זיין גרעסער, פון א צווייטן שטערקער פון א צווייטן, זיך איזדעקעווען אויף איינעם,
מען טאר נישט ווייזן פחד פאר א נארסעסיסט ווייל די פיטערסט אים, דאס איז דאך וואס ער וויל
צוקלאפן מער וועט סיי ביי א נארסעסיסט און סיי ביי א בארדער ליין מאכן ערגער

מיין מיינונג
מיין מיינונוג איז סנישט ממש א מיינונוג אבער עס העלפט .. צו מאכן boundaries און באמת נישט מורא האבן פון עים און עס עים וווייזן און אפילו ווען ס'פעלט אויס קען מען עס עים זאגן אין פנים אריין "איך האב נישט מורא פון דיר!!! דו ביסט סתם א שטיקל גארבידז א גארנישט אזא זאך קען גאר שטארק העלפן. און פארשטייט זיך צו ג'יין פאר טערעפי זיך צו בויען און באמת עמאשענעל נישט מורא האבן פון עים . דעמאלטס ווען די נארסעסיסט זעהט באמת איין אויף א טיפע לעוועל אז דו הייבסט נישט אן מורא צו האבן פון עים וואס געשעהט איז א אינטערסאנטע זאך דער נארסעסיסט פאנגט אן מורא צו האבן פון דיר
אוועטאר
נקודה למחשבה
שר חמש מאות
תגובות: 651
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 15, 2022 10:38 am
לאקאציע: מיטן מחשבה גייט דער מענטש

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקודה למחשבה »

מיטל מזרח ווינטל האט געשריבן:
מי אדיר האט געשריבן:
איך שמייכל אביסל ווען איך לייען די עצה פון "פעטש", עפעס דערמאנט עס מיר פון מיינע מלמדים אין די יונגע יארן וואס אויף אלע פראבלעמען איז פעטש געווען דער ענטפער...
א דאנק פארן אדרעסירן.
צו זיין מער דעטאלירט, פעטש איז נישט קיין רפואה, עס איז א אמצעי, א מיטל אנצוקומען צו א געוויסע רעזולטאַט.
די נקודה איז צו 'דעמאראליזירן' דעם נארסיסיסט, וואס דעמאלטס וועט אפשר זיין מעגליך צו רעדן צו אים.
די גייסט איהם נישט דעמאראליזירן מיט פעטש. די פאקט אז די טיילסט איהם פעטש, איז שוין א געווינס ווען איינער איז אומגעזינט.
שוועריקייטן שטייען נישט אין דיין וועג, זיי זענען דיין וועג!
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”