די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בס"ד

איך האב נאכנישט געענדיגט ליינען, אבער די ערשטע פאר ביסן דערציילט מיר אז מ'רעדט דא פון א גוט געקעכץ. עניוועי, ש'כח פאר'ן שרייבן פון דעם נושא. איך וועל דיר זאגן וואס, ווען איך ליין עס, פרוביר איך צו זען אז איך זאל נישט טון אזוי מיט ארומיגע מיינע. חזק ואמץ בעזרת השי"ת

נ.ב. איך קלער אפשר אז דער וועם דו רופסט 'נארסיסיסט', ער טראכט נישט אגאנצן צייט, יעץ גיי איך אזוי טון, און יעץ אזוי, נאר ער האט א ציהל אין קאפ, און זיין קאפ קאלקיולעט אים וויאזוי צו דרייען אז זיינע ריזאלטאטן זאלן ארויסקומען לאור. לויט דעם קומט אויס אז די פראבלעם פון א 'נארסיסיסט' איז אז ער נעמט נישט אריין אנדערע אין זיינע קאלקיולעשאנס. ער נעמט נישט אריין יענעמ'ס מיינונגען, ער וויל צו שטארק אז וואס ער וויל, זאל ווערן. דאס מיינט אז מ'קען זאגן אז ער אליין ווערט געפירט פון זיינע אייגענע קאלקיולעשאנס. אפילו אויב ער וויל נישט. ווייל עס נעמט זיך נישט אריין אין אים, יענעם. אפילו אויב ער פרובירט צו רעדן גראד, רעדט ער לויט וויאזוי ער וויל אז יענער זאל האלטן.
אוועטאר
מי אדיר
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 15, 2021 4:31 pm

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי אדיר »

איך האב פונקט געהאט א אינטרעסאנטן שמועס מיט א קרוב מיינעם דעם שבת, וואו מען איז אדורכגעגאנגען די פרשה פון די וואך, ווי מיר אלע ווייסן איז "ליכא מידי דלא רמיזא באורייתא", און עס שטעלט זיך קלאר ארויס אז דער לבן הארמי איז געווען א ביטערער נארסיסיסט און יעקב אבינו האט נעבעך שווער געליטן פון אים אזויפיל יאר...

יעקב, כידוע, איז געווען א גראדער מענטש. א איש תם יושב אוהלים, האט נישט געוואלט גארנישט נאר זיצן און לערנען און דינען דעם באשעפער. זיין מוטער רבקה האט אים ממש געמוזט צווינגען צו טון א זאך שלא כרצונו וטבעו און גיין ארויסנארן די ברכות פונעם טאטן. נאך א תקופה פון שוועריגקייטן און מוטשענישן, קומט ער ענדליך אן צום פעטער לבן, און טרעפט זיין באשערטע שידוך, רחל אמנו. יעקב אבינו גייט אריין צום צוקונפטיגן מחותן, און שמועסט אויס דעם שידוך. אנשטאט צו געבן נדן פאר אזא חשוב'ן איידעם, האט לבן נאר פרובירט צו דערשנאפן צי יעקב האט עפעס געלט אדער מתנות, אזוי ווי אליעזר האט געברענגט פאר רבקה. אבער יעקב איז געווען נקי מכל, נאכדעם וואס אליפז האט אים אלעס אוועקגענומען. לבן נעמט זיך אויס א שווערע תנאי - דו מוזט ארבעטן שווער פאר דעם שידוך... עס וועט דיר קאסטן זיבן יאר פון שווערע ארבעט צו קענען זוכה זיין צו דעם שידוך.

יעקב איז עס מקבל באהבה, אויב דאס איז דער פרייז, דארף מען זיך לאזן קאסטן. ער ארבעט אריין מיט א געטריישאפט, זיבן יאר. זיבן יאר!!! עס זאגט זיך גרינג, אבער דאס איז א לאנגע לאנגע תקופה! נאך די לאנגע הכנה, און יעקב קען שוין קוים ווארטן צו באקומען זיין באליבטע באשערטע, האט אים לבן אויסגענארט מיט לאה... קען זיך איימיצער מצייר זיין די הרגשים פון יעקב אבינו די ערשטע צופרי, זעענדיג דעם שווינדל?? איך האב נישט קיין ווערטער... א מין רשעות שאין כמוהו! יעקב גייט צום פרישן שווער, און פרעגט אים מיט א תמימות, וואס איז פשט? לבן אנטשולדיגט זיך ניטאמאל... ער ענטפערט מיט א "פשטות", דארפסט פארשטיין אז ביי אונז סקיפט מען נישט קיין קינדער, לאה איז עלטער און זי האט די רייט-אף-וועי...

איך דארף נישט קיינעם מסביר זיין יעקב'ס מצב. ער איז אויסגעשפילט אויפן ערגסטן פארנעם. לבן האט אים דאך דאס געקענט זאגן בעפאר דעם און אויסשמועסן ווי צוויי נארמאלע מענטשן? פארוואס רעדסטו 7 יאר פון רחל און אויף איינמאל רוקסטו אריין אונטערן טיש איר שוועסטער לאה? און האט נאך די חוצפה "מסביר צו זיין" פאר יעקב אז ער האט געטון די ריכטיגע זאך. אבער יעקב איז ווייטער מקבל די יסורים באהבה, און איז גרייט צו ארבעטן נאך 7 יאר צו קענען באקומען רחל!

יעקב ארבעט פאר לבן ביטער שווער ווי א חמור. טאג און נאכט, אין קעלט און היץ. ער איז א געטרייער ערליכער ארבעטער. אבער לבן מאכט ווידער דאס גענאר פון אים. ער פאפט אים ארום מיט די שעפעלעך און ציגעלעך אויף א אופן וואס איז נישט משיג צו זיין. נישט איינמאל, נישט צוויי מאל - גאנצע הונדערט מאל, עשרת מונים!! יעקב שפירט ווי ער גייט פון זינען אראפ... וואס ער טוט צו מאכן דעם שווער צופרידן, איז קיינמאל נישט גוט, כסדר קומט דער שווער מיט א כיטרע פנים, מיט פרישע הסברים און פאפערייען אז ער זאל בענעפיטירן דערפון, און מאכט דעם יעקב אבינו צו שאנד און צו שפאט. וויפיל קען א מענטש פארנעמען?

ענדליך נאך 20 יאר רדיפות און עינויים, האט דער רבש"ע שוין רחמנות געהאט אויף יעקב און זאגט אים, ויאמר ה' אל יעקב, שוב אל ארץ אבותיך ולמולדתך ואהיה עמך. גענוג איז גענוג. יעקב כאפט זיך צו דערצו, מען גייט קענען אפאטעמען! יעקב זוכט א רואיגע שלומ'דיגע וועג ארויס, אנשטאט זיך צואמפערן מיט שווער. ער רופט צוזאם זיינע ווייבער, וואס זענען שוין דאן AWARE אויף זייער טאטנ'ס געמיינע אופנים צו דיעלן מיט מענטשן, און ער זאגט זיי, מיר גייען פון דאנעט, מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף, אבער עס איז א שטילע אנטלויף אקציע, ענקער טאטע טאר גארנישט וויסן! זיי זענען מסכים, ווי געטרייע ווייבער צום מאן. און א קורצע צייט דערויף, איז יעקב אויפ'ן וועג צו גלעד.

און דאן האט עס פאסירט... ויוגד ללבן ביום השלישי כי ברח יעקב, וירדוף אחריו דרך שבעת ימים... ער האט געכאפט דעם שפיצל און הייבט אן נאכיאגן דעם איידעם יעקב... אבער אנשטאט לבן זאל א טראפעלע אריינטראכטן פארוואס יעקב איז פון אים אנטלאפן אין די פינצטערניש פון די נאכט, אפשר האט ער עפעס געטון אומריכטיג, אפשר זאל ער זיך א טראפ אנטשולדיגן פאר יעקב פאר 20 יאר פון אומגלויבליכע שווינדלעריי, הייבט ער אן מיט זיין חנופה'דיגע hoovering שפראך, העי, למה נחבאת לברוח ולא הגדת לי, ואשלחך בשמחה ובשירים בתוף ובכנור, ולא נטשתני לנשק לבני ולבנותי... "איך האב דיר ליב, איך האב נישט קיין פראבלעם אז דו גייסט, אבער פירסט זיך אויף ווי א חי' רעה" טאדלט ער דעם יעקב "איך האב בלויז געוואלט צושטעלן א שיינע סעודת פרידה מיט אביסל מוזיק און קושן מיינע קינדער"... כא כא כא האבן די רויבער זיך צולאכט... יעקב דער צדיק האט נאך אלץ נישט די דרייסטקייט צו זאגן דעם מחוצף לבן אין פנים אריין וואס ער האט אין הארצן, ער האט נאך א שטיקל פחד. ער ענטפערט מיט דרך ארץ, "כי יראתי כי אמרתי פן תגזול את בנותיך מעמי"...

לבן ווייזט נישט ארויס קיין שום עמאציעס. ער הערט אז יעקב האט מורא פון אים, דאס אלעס וואס ער דארף... דאס איז וואס ער האט ליב... ער פארענטפערט זיך בכלל נישט פאר יעקב. ער האט יעצט איין דאגה, ער וויל זוכן זיינע געטשקעלעך, וואס לויט יעקב'ס ידיעות איז עס בכלל נישט מיטגעקומען. ווען לבן הייבט אן דערקוטשען זיינע טעכטער (וואס האבן אויך מורא געהאט פונעם טאטן), דאס האט שוין דעם יעקב'ן ארויסגענומען פון די כלים. ער נעמט די שטארקקייט און שרייעט ארויס פון טיפן הארצן "מה פשעי מה חטאתי כי דלקת אחרי?" פארוואס רודפ'סטו מיר? און ער הייבט אן אויסרעכענען ווי ער האט זיך מוסר נפש געווען פאר אים, בייטאג אין די היץ און ביינאכט אין די קעלט, זיך אויפגעפירט מיט די גרעסטע מאס יושר, און גארנישט! אלעס וואס ער האט באקומען דערפאר איז רדיפות און שווינדלערייען!

לבן וועט נישט נעמען קיין בלעים אויף זיך. ער וועט פארדרייען די נושא און שפילן ווי וואוילער שווער. אוט-אף-נאוWהער הייבט ער אן צו רעדן צו יעקב אז מען זאל מאכן א בונד. האלא, וואס בונדלסטו מיר דא? וואו קומט עס אריין? אבער יעקב רעדט נישט קיין ווארט. דאס וועט דיר מאכן פרייליך? זאל זיין. מען שניידט א בונד. אבער אנשטאט מען זאל רעדן פריינדליך, הייבט לבן אן צו ווארענען יעקב "אם תענה את בנותי ואם תקח נשים על בנותי", כאילו יעקב איז עפעס א ווילדער מענטש וועמען מען דארף ווארענען, אזוי האט לבן אראפגענומען יעדע שולד פון זיך און אויסגעדרייט דעם דאשיק אקעגן יעקב, אז ער זאל בלייבן מיט'ן זויערן טעם אין מויל פון דעם שווער'ס אזהרות...

איר זעהט אביסל וואס דער חברה'מאן האט געטון?
Haklal
שר שלשת אלפים
תגובות: 3978
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

ר' שמעון שפיצער שליט"א רעדט פין דעם און די היינטיגע שיעור
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5498
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

Wow אויך זאגט די כלי יקר אויף די פסוק אך עצמי ובשרי אתה זאגט ער שספר לו איך שרימה את עשיו בלקיחת הבכורה אמר אך עצמי ובשרי אתה רמאי כמוני על כן ראוי לקרבך אלי כי כמוני כמוך

ממש א נארסעסיסט. א נארסעסיסט ווערט עטרעקטעד צו איינער זיינס גלייכן א "פעסטע" מענטש
אוועטאר
מי אדיר
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 15, 2021 4:31 pm

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי אדיר »

Haklal האט געשריבן:
ר' שמעון שפיצער שליט"א רעדט פין דעם און די היינטיגע שיעור
ייש"כ.
האסט א לינק וואו מען קען אים הערן?
שׁעמעדיגער
שר האלפיים
תגובות: 2685
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 16, 2017 2:38 pm

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שׁעמעדיגער »

מי אדיר האט געשריבן:
Haklal האט געשריבן:
ר' שמעון שפיצער שליט"א רעדט פין דעם און די היינטיגע שיעור
ייש"כ.
האסט א לינק וואו מען קען אים הערן?
https://www.torahanytime.com/#/lectures?v=215187

הער די שיעור ביז צום סוף איך גלייב די גייסט זייער הנאה האבן, (ביטע לאז מיך וויסן ווי אזוי סאיז געווען....)

דאס איז א געוואלדיגע שיעור און קען זיין א געוואלדיגע חיזוק פאר מענטשן וואס ליידן זיך צאם פון די ארימיגע
דאס איז חיזוק מיט הדרכה והשקפה וואס מלערענט ארויס פון די וואכעדיגע סדרה ווי אזוי א איד פירט זיך אין אזעלכע פעלער, חוץ פון די הערליכע הערליכע ביאורים אין די יעצטיגע פרשה’ס

-------

אגב כהאב מורעדיג הנאה פון אייערע ארטיקלען אין דעם אשכול איר האט א געוואלדיגן פעדער און כח הסברה
א גרויסן דאנק
אוועטאר
מי אדיר
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 15, 2021 4:31 pm

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי אדיר »

שׁעמעדיגער האט געשריבן:
דאס איז א געוואלדיגע שיעור און קען זיין א געוואלדיגע חיזוק פאר מענטשן וואס ליידן זיך צאם פון די ארימיגע
דאס איז חיזוק מיט הדרכה והשקפה וואס מלערענט ארויס פון די וואכעדיגע סדרה ווי אזוי א איד פירט זיך אין אזעלכע פעלער, חוץ פון די הערליכע הערליכע ביאורים אין די יעצטיגע פרשה’ס
יעצט געענדיגט הערן. ווערטערלאז!
איך קען דיר נישט גענוג באדאנקען פאר'ן מיר אנ'שדכנ'ען דעם שיעור, עס גיסט זיך פערל ווערטער פון אים!

קודם זעהט מען אז ער פארשטייט דעם עסק, ער איז מתייחס צו די מחלה מיט הבנה און מיטגעפיל, ער לייגט אראפ די הרגשים פון יעקב אבינו און אזוי אויך אנדערע מענטשן וואס מאכן דאס מיט, און דער צווייטער האלב שיעור, וואס איז אנגעפילט מיט בטחון (כלשונו, "א חובת הלבבות יוד") איז אויכעט א מאסט-ליסען פאר ווער עס גייט אדורך די שוועריגקייטן צו הערן א תורה'דיגע פערספעקטיוו. ער אליין איז מודה אז עס איז נישט קיין סתירה מיט פאלגן עצות פון מומחים - הגם נאר אזעלכע וואס גיבן עצות ע"פ תורה (ווי איך האב שוין געשריבן אויפ'ן ערשטן בלאט פונעם אשכול).

למעשה זעהט מען אז יעקב איז טאקע אוועק פון לבן, זעהט אויס אז דאס איז א חלק פון די "מעשי אבות סימן לבנים", מקיים זיין דעם עת ללכת.

===

2 פרטים וואס איך האב אויפגעפאסט ער זאגט פון פרשת יעקב ולבן, וואס איך וויל מוסיף זיין דא.

איינס איז מער אנהייב, ווען יעקב האט זיך אוועקגעגעבן מיט אזא געטריישאפט צו לבן טראץ דעם וואס ער האט אים אויסגענארט אזויפיל מאל, זאגט דער פסוק "וישמע את דברי בני לבן לאמר, לקח יעקב את כל אשר לאבינו, ומאשר לאבינו עשה את כל הכבוד הזה"... יעקב האט זיך אונטערגעהערט און נישט געגלייבט זיינע אויערן... נאך אלע שווינדלערייען האט נאך לבן געהאט די חוצפה ארויסצולאזן א שם רע אויף יעקב אז ער האט אים פשוט בא'גנב'עט... און אלעס וואס ער האט באלאנגט גאר פאר לבן! און פארשטענדליך אז לבנ'ס קינדער האבן אים געגלייבט און דאס געטראגן ווייטער ביז עס איז צוריקגעקומען צו יעקב... (מיר וועלן נאך שפעטער מאריך זיין אין דעם ביטערן טאקטיק פון לשון הרע און מוציא שם רע וואס נארסיסיסטן דרייען אן.)

די צווייטע זאך, מער צום סוף מיין איך אז ער זאגט (אויב זאגט ער נישט פונקט דאס זאגט ער עפעס ענליך און מען קען עס אריינלערנען...) אז חז"ל זאגן דאך כל מה שאירע ליעקב אירע ליוסף, וואו איז געשען אזא זאך פאר יוסף הצדיק? נאר יוסף האט געהאט א שרעקליכע בלבול פון אשת פוטיפר, ער האט זיך געהיטן צו זיין הייליג און ערליך און זי איז געווען די שיקצע, און צום סוף האט מען יוסף אומשולדיג אריינגעשליידערט אין תפיסה על לא עוול בכפו, די תורה אליינס איז מעיד אז יוסף איז געווען ריין פון די בלבול, עס איז שווער זיך פארצושטעלן די הרגשים פון יוסף... נאר ביי יוסף האט דאס פאסירט פיזיש, און ביי יעקב אויף אן עמאציאנאלן לעוועל... אבער ביי ביידע זענען געקומען רשעים און אויסגעדרייט זייער שולד אויף די אומשולדיגע צדיקים.

זאלן מיר שוין אויך אלע אויפגעראכטן ווערן, פונקט ווי יעקב איז צום סוף אהיים פון לבן מיט א גרויסע פארמעגן, און יוסף איז געווארן א משנה למלך מיט אויסטערלישע כבוד, זאלן מיר אלע שוין אויך אויסגעלייזט ווערן פון די סארט צרות און שוין זעהן נאר גוטס, בעושר וכבוד, באהבה ואחוה ושלום ורעות אמן.
כמים שאין להם סוף
שר האלף
תגובות: 1310
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 18, 2019 4:30 pm

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כמים שאין להם סוף »

מי אדיר האט געשריבן:
איך האב פונקט געהאט א אינטרעסאנטן שמועס מיט א קרוב מיינעם דעם שבת, וואו מען איז אדורכגעגאנגען די פרשה פון די וואך,
Wow זייער שיין אפגעלערנט די פרשה. שטארק הנאה געהאט, לאזט הערן מער אפט אייערע געדאנקען.
שׁעמעדיגער
שר האלפיים
תגובות: 2685
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 16, 2017 2:38 pm

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שׁעמעדיגער »

מי אדיר האט געשריבן:
שׁעמעדיגער האט געשריבן:
דאס איז א געוואלדיגע שיעור און קען זיין א געוואלדיגע חיזוק פאר מענטשן וואס ליידן זיך צאם פון די ארימיגע
דאס איז חיזוק מיט הדרכה והשקפה וואס מלערענט ארויס פון די וואכעדיגע סדרה ווי אזוי א איד פירט זיך אין אזעלכע פעלער, חוץ פון די הערליכע הערליכע ביאורים אין די יעצטיגע פרשה’ס
יעצט געענדיגט הערן. ווערטערלאז!
איך קען דיר נישט גענוג באדאנקען פאר'ן מיר אנ'שדכנ'ען דעם שיעור, עס גיסט זיך פערל ווערטער פון אים!
גראדע האב איך דיך עס נישט אנגעשאדכענט עס איז געווען א צווייטע ניק כהאב דיר בלויז געשיקט די לינק נאכן בעטן, אבער יא דאס איז א געוואלדיגע געוואלדיגע שיעור כדרכו בקודש פון הרב שמעון שליט”א

נעכטן מאנטאג האט ער געהאט א שטיקל המשך צו די שיעור אויך פון די זעלבע סוגיא
https://www.torahanytime.com/#/lectures?v=215333
אוועטאר
מי אדיר
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 15, 2021 4:31 pm

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי אדיר »

מינימיזירן - Minimization
"ברצותו מאריך וברצותו מקצר"

איך האב אמאל געהערט א שיין ווארט פון א בעל דרשן. ווען די תורה פארציילט אונז די ביטערע מעשים פון דור המבול, איז דער לשון הפסוק "וכל יצר מחשבות לבו רק רע כל היום", לכאורה דער ווארט "רק" איז איבריג, עס וואלט געקענט שטיין סתם 'מחשבות לבו רע כל היום'? האט ער נאכגעזאגט פון איינע פון די פריערדיגע, אז אויב א מענטש פירט זיך אויף שלעכט, אפילו א גאנצן טאג, קען עס נאך דער רבש"ע פארשטיין, ער ווייסט דאך די נסיונות און דעם יצה"ר וואס מיר גייען אדורך. אבער לכה"פ אזויפיל פארלאנגט ער אז דער מענטש זאל חרטה האבן און פרובירן זיך צו פארבעסערן. די ערשטע תנאי פון תשובה איז חרטה על העבר און ווידוי, דו מוזט קענען מודה זיין אז דו האסט געזינדיגט. אבער די מענטשן ביים דור המבול האבן כסדר אוועקגעמאכט די אלע טענות און מוסר, יעדע עבירה האבן זיי געמאכט אויסקוקן כאילו עס איז א נארישע קלייניגקייט וואס מען דארף נישט מאכן קיין עסק דערפון, דאס הייסט "רק" רע, זיי האבן געזאגט "איך האב געטון נאר דאס און נאר דאס", און דאס האט שטארק פארדראסן דעם באשעפער! דאס מיינט אז דו האסט ניטאמאל חרטה אויף דיינע מעשים. ומודה ועוזב ירוחם, אבער אויב ביסטו נישט מודה דאן איז נישטא קיין ירוחם.

לענינינו, ווען עס קומט צו דעם ענין זענען די נארסיסיסטן אויסגעצייכענט, זיי קענען זייער טאלאנטפול אוועקמאכן און פארדרייען מעשים לויט זייער אגענדע. עס איז צומאל נישט צום גלייבן ווי אזוי זיי קענען נעמען ביטערע אביוז וואס זיי טוען און עס אועקמאכן במחי יד אז עס איז גארנישט, יענער איז סתם צו סענסיטיוו וכדו', משא"כ יענעמ'ס פעלערן, אפילו קלייניגקייטן, וועלן זיי אויפבלאזן ממש ארויס פון פראפארציע אויף א אופן אז עס וועט אויסקוקן כאילו יענער איז באגאנגען א שוידערליכע עוולה.
  • יוסל, א וויקטים (אדער סורווייווער) פון א נארסיסיסטישע ווייב, פארציילט: ווען איך האב אמאל פארגעהאלטן מיין ווייב אויף א שרעקליכע פארברעכן וואס זי האט געטון אקעגן מיר און מיר גורם געווען א שרעקליכע צער, האט זי מיר געענטפערט "דאס איז שוין געווען 3 טאג צוריק, פארוואס ביסטו נאך ביזי דערמיט? אלץ רעדסטו נאר פון מיינע זאכן, וואס איז מיט דיר? דו טוסט מיר קיינמאל נישט וויי"? איך בין געווען ערשטוינט... זי טשעפעט מיר כסדר מיט עוולות וואס איך האב געטון יארן צוריק, און זי האט די חוצפה מיר צו מוסר'ן היתכן איך רעד פון פון א עוולה בלויז 3 טאג אלט? ווען איך האב איר געוואלט עפעס צוריקענטפערן, האט זי מיר פארשלאסן דאס מויל און זיך אנגערופן: "איך וואלט אפרישיעטעד מען זאל מער נישט רעדן פון די עוולה"... ווען איך האב איר געזאגט אז איך האלט נישט אזוי, איך וויל עס דייקא יא אויסשמועסן און זיין קלאר דערין, איז צוריקגעקומען איר שאלה "הייסט דו רעספעקטירסט נישט מיינע פארלאנגען? איך האב געאגט איך וויל נישט, און פארטיג"!
דאס הייסט אז זיי מינימיזירן אלע זייערע עוולות אז ס'איז "רק" רע, עס איז בכלל נישט אזוי שרעקליך ווי דער שותף מאכט עס. דאס איז אויך א חלק פון "געזלייטינג" אז דער שותף הייבט אן צו טראכטן אז אפשר איז טאקע אמת אז ער איז צו סענסיטיוו און ער טרייבט איבער מער ווי נארמאל, א צווייטער אין זיינע שיך וואלט זיך נישט געמאכט קיין עסק דערפון. דער נארסיסיסט וועט נאך אויסנוצן די געלעגנהייט, ווי אייביג, און צוגיסן אויל צום פייער, אז אייביג טרייבט ער איבער (דער ריינער אמת איז אז א מענטש דארף זיך קענען טראסטן, און אויב עפעס טוט אים וויי איז ער 100% בארעכטיגט צו זיין בצער).

ווען עס קומט צו די גוטע מעשים, איז אלעס קאפויער. די גוטע מעשים פונעם קרבן ווערט כמעט נישט דערמאנט, און אויב קומט עס פונקט אריין אין א שמועס וועט מען עס דערמאנען ברמז ממש און נאר די מינימום וואס מעגליך, ווידעראום די אייגענע גוטע זאכן אדער עקאמפלישמענטס דערמאנט מען כסדר צו יעדן, אפילו חדשים און יארן שפעטער. די אייגנשאפט ווערט גערופן אין די בוכער "סעלעקטיוו מעמארי", ד.ה. ווען איימיצער געדענקט נאר געוויסע זאכן וואס ער וויל געדענקען, און "פארגעסט" וואס ער וויל נישט געדענקען.
  • לאמיר נעמען א משל, וואס איז בעיסד אן עי טרו סטארי: יאנקל האט געליטן פון זיין ווייב א נארסיסיסט. יאנקל איז געווען א געטרייער מאן, אן איידעלער מענטש וואס האט כמעט נישט געטשעפעט קיין פליג אויפ'ן וואנט. עטליכע יאר נאך די חתונה האט זיך געמאכט איין צופרי וואס ער איז געווען זייער מיד, און ער איז אויפגעשטאנען זייער שפעט - נאך 10 אזייגער. אפאר יאר שפעטער האט די ווייב געקאכט עפעס פאר נאכטמאל און יאנקל האט דאס נישט געגליכן, און האט איר פארציילט אז ער קען דאס נישט ליידן, זי זאל ביטע נישט מאכן דעם מאכל פאר אים. עטליכע יאר שפעטער, שוין האבנדיג קינדער, האט די טאטע איין וואך שבת נישט פארהערט די מיידעלע אירע שאלות וואס זי האט אהיימגעברענגט פון סקול. אביסל שפעטער האט זיך געמאכט אז די ווייב האט געבעטן יאנקלען צו העלפן עפעס אין שטוב, און יאנקל, צוליב געוויסע סיבות, איז פונקט נישט געווען אוועילעבל און האט איר שיינערהייט אפגעזאגט. אבער חוץ פון דעם איז ער געווען מורא'דיג געטריי און איבערגעגעבן, די ווייב אליין האט דאס עטליכע מאל פארציילט פאר אנדערע.

    ווען עס הייבט זיך אן די "די-וועליו" שלב (DeValue), ווען דער נארסיסיסט הייסט אן צו באשמוצן דעם קרבן, אז דו וועסט פרעגן די פרוי וואס זי האלט פון איר מאן? וועט איר אנטווארט זיין בערך אזוי: ער איז א ביטערער יונג! מלא חסרונות... ער שלאפט ביז שפעט, ער העלפט מיר נישט מיט די שטוב ארבעט כאטש ער זעהט ווי איך צופליק מיך, ער קריטיקירט מיין עסן אנשטאט מיר צו אפרישיעטן, ער לערנט נישט מיט די קינדער, ממש מען קען נישט לעבן מיט אים!
איר כאפט וואס די ווייב האט געטון? זי איגנארירט אלע זיינע אומצאליגע מעלות, זי נעמט איינצעלנע חסרונות אדער עוולות וואס יעדער מענטש טוט דאס, און איר מאן האט דאס געטון אויסגעשפרייט במשך לאנגע יארן זעיר פה וזעיר שם, און טוט אים אפפעינטן ווי א שלעכטער אומציוויליזירטער מענטש, כאילו ער האט די אלע זאכן געטון אויף איינמאל ממש נעכטן, און טוט דאס כסדר נאכאנאנד! זייערע ווערטער זענען אויסגערעכנט. די גוטע זאכן ווערן מינימיזירט אדער בכלל נישט דערמאנט, און די געציילטע עוולות טוט מען אויפבלאזן אויף א משונה'דיגן אופן, אזוי אז כל השומע, יעדער וואס הערט די פרוי זיך אפרעדן, הייבט אן רחמנות צו האבן וואס זי גייט אדורך מיט איר "כלומר'שטע איידעלע מאן"...

די קונץ פון זיי איז צו נעמען זאכן וואס האבן א טראפעלע אמת אין זיך און דער קרבן וועט עס נישט קענען לייקענען, און דאס טוען זיי ארויסנעמען פון קאנטעקסט און מאכן דעם קרבן אויסקוקן גאר נידריג.

עס איז ידוע די ווערטל וואס איינער האט אמאל געזאגט פאר זיין חבר אז עס שטייט קלאר אין די תורה אז מען זאל דינען ע"ז (ח"ו)! מיר זאגן עס יעדן טאג עטליכע מאל... וואס רעדסטו, האט דער חבר געשריגן, נישט מעגליך!! וואו שטייט אזא זאך? זאגט דער חבר: מען זאגט יעדן טאג אין קר"ש "ועבדתם אלהים אחרים", ניין? עס איז קאמיש ווי אזוי מען קען ארויסנעמען ווערטער פון קאנטעקסט, פארציילן נאר די חלקים וואס איך וויל יענער זאל הערן, און דאס גאר דערקלערן פאר'ן אמת! זיי "פיקן און טשוזן" נאר די חלקים וואס זיי ווילן אנדערע זאלן הערן.

נאך א אופן ווי זיי טוען מינימיזירן איז ווי פאלגענד: למשל ראובן, א קינד אין חדר, איז א שרעקליכער בולי, ער רודפ'ט אנדערע קינדער, בפרט שמעון וואס איז א שוואכער איידעלע נאטור, פיזיש און גייסטיש לאכט ער פון אים און רופט אים מיט שפעט-נעמען, ער שטויסט אים ווען קיינער זעהט נישט, ער האט אים אפילו אנגעשפיגן אפאר מאל! שמעון, דער שטילער אינגל, ליידט און שווייגט, שלינגט די חרפות און בושות. נאך עטליכע וואכן האט עס געפלאצט, און שמעון דערלאנגט דעם ראובן'ען א מנה אחת אפים ווי ער פארדינט ערליך... ראובן הייבט אויף א וויי-געשריי אז שמעון איז א רשע, ווייל עס שטייט "המרים יד על חבירו נקרא רשע"... ער שפילט וויקטים, און מיט קראקאדיל טרערן גייט ער ארום יעדן פארציילן אז שמעון איז א שלעגער, ער האט אים געגעבן א פאטש אין פנים... "קוק ווי רויט מיין געזיכט איז"! קלאגט ער...

עס דערמאנט דעם פיוט אין די קינות לת"ב: "מה שהקראם מודיעים, ואת אשר עשו לא מודיעים". מען פארציילט נאר יענעמ'ס עוולות, וואס יענער וועט ניטעמאל לייקענען, די אייגענע עוולות טוט מען גענצליך מעלים עין זיין און נישט פארציילן, און אזוי קוקט מען אויס ווי א אומשולדיגער שעפעלע וואס יענער האט פשוט גע'בולי'ט. הרצחת וגם ירשת!

גענוי דאס טוען די נארסיסיסטן מיט זייערע קרבנות. זיי נעמען יענעם ארויס פון די כלים, און ווען יענער שרייעט אדער רעגט זיך, ווער רעדט נאך אויב זיי טוען עפעס למעשה, ווערן זיי פלוצלינג אומשולדיגע וויקטימס און גייען ארום צו יעדן וויינען אז דער שותף האט זיי בא'עוולה'ט.

אז מען רעדט פון די וועג ווי אזוי די נארסיסיסטן טוען באשמוצן זייערע קרבנות מיט כלומר'שטע אמת'ע עוולות, איז אין פלאץ צוצוברענגען א פשט וואס איך האב אמאל געהערט אויף די גמרא אין מסכת מגילה (יג:) ליכא דידע לישנא בישא כהמן. קיינער האט נישט געקענט רעדן אזוי גוט לשון הרע ווי המן. די גמ' רעכנט אויס א גאנצע ליסטע פון לשון הרע'ס, און פירט אויס מיט די לעצטע: אפילו נופל זבוב בכוסו של אחד מהן זורקו ושותהו, ואם אדוני המלך נוגע בכוסו של אחד מהן חובטו בקרקע ואינו שותהו... אויב וועט א פליג אריינפאלן אין די גלאז וויין פון א איד וועט ער עס ארויסווארפן און אויסטרינקען די איבריגע, אבער אויב דער קעניג וועט עס אנרירן וועט ער אויסגיסן די גאנצע וויין. לכאורה, וואס איז זיין לשון הרע אזוי ספעציעל מער ווי אנדערע?

נאר די זאך איז אזוי. א פשוט'ער לשה"ר איז ווען ראובן זעהט למשל שמעון איז מחלל שבת און דרייווט א קאר אום שבת, און גייט דאס פארציילן פאר אנדערע (טאמער איז דאס נאר א בלבול, דהיינט ער פארציילט אז שמעון איז מחלל שבת אפילו ער האט אזוינס קיינמאל נישט געזען, איז ער דאך א פשוט'ער ליגנער און א געהעריגע מוציא שם רע). אבער נאכדעם איז דא א לשה"ר וואס איז "נעקסט לעוועל" ווי מ'רופט עס. למשל דער שמעון האט מחלל שבת געווען ווייל ער איז א הצלה מעמבער און איז געגאנגען ראטעווען א איד פון פיקוח נפש, האט דער ראובן געטון א רשעות שאין כמוהו, ער האט גענומען א אומשולדיגן איד, פארציילט א אמת'ע מעשה, אבער ארויסגענומען די מעשה פון קאנטעקסט און נישט פארציילט די סיבה דערפאר, העיקר חסר מן הספר! האסט יענעם געמאכט אויסקוקן ווי א שייגעץ בשעת יענער האט געטון וואס ער האט געמעגט, גאר א מצוה!

המן האט געטון די זעלבע זאך. ער האט נישט אויסגעטראכט פאלשע בלבולים פון בלוט אין די מצות וכדו' ווי אלע שפעטערע גלחים, נאר גענומען א זאך וואס אידן טוען טאקע, ווייל זיי זענען מצווה אויף יין נסך. עס האט גארנישט פערזענליך עפעס אקעגן דעם קעניג אחשורוש, אויב אחשורוש וואלט זיך מגייר געווען וואלטן זיי נישט אויסגעגאסן די וויין! אבער המן האט ארויסגענומען די זאך פון קאנטעקסט, אויסגעטייטשט דעם ענין אויף א אופן כאילו זיי עקלען זיך פונעם קעניג נאכמער ווי פון א פליג, כדי עס זאל אויפרעגן דעם אחשורוש. אט דאס איז די העכסטע מדריגה אין לשון הרע! (ווי אזוי זאגט נאר יארמער רב? אנדערע בדחנים טראכטן אויס פאלשע מעשיות, איך טראכט נאר אויס אמת'ע....)

אפשר יעצט וועט איר אביסל ארויסהאבן די וועג וואס די נארסיסיסטן באשמוצן זייערע שותפים, סיי בינם לבין עצמם, און בפרט פאר אנדערע, למשל עסקנים און טעראפיסטן ווען מען גייט זיך אויסשמועסן ווי אזוי זיך צו העלפן. נישט קיין וואונדער אז די שותפים זיצן ביי די טעראפיסטן ווי אפגעגאסן מיט א קאלטן טאפ וואסער, און זידן און קריצן מיט די ציין אויף די אלע אמת'ע/פאלשע מעשיות וואס האט כלומר'שט פאסירט.

נאך א אופן וואס זיי נוצן צו מינימיזירן דעם קרבן, איז צו צוקלאפן און אוועקמאכן יענעמ'ס אויפטוען בשעת מעשה. למשל, דער שותף האט איינעם שטארק ארויסגעהאלפן, און יעדער ארום איז זייער אויפגעלייגט און צופרידן פון די רעזולטאטן. דער שותף קומט אהיים אין שטוב און פארציילט פאר'ן נארסיסיסט מיט איין שמחה די אקאמפלישמענט, אבער דער נארסיסיסט ווייזט נישט ארויס קיין שום עקסייטמענט. זיי זיצן מיט א רואיגקייט כאילו עס האט גארנישט ספעציעל פאסירט, עס איז גארנישט מער ווי א טישו וואס פאלט אראפ פון טיש... און זיי געבן נישט די וועלידעישאן וואס דער שותף חלש'ט צו באקומען. זיי קענען בשום אופן נישט פועל'ן ביי זיך צו מאכן דעם שותף העכער ווי זיי ווילן יענעם האבן. דער שותף מוז בלייבן מושפל און אונטערדרוקט אונטער זיי, און טאמער דער שותף האט געהאט א הצלחה אין עפעס, מוז מען עס פאר יעדן פרייז אראפקלאפן כדי דער שותף זאל זיך נישט הייבן דעם קאפ. עס איז איבריג צו באטאנען די עגמת נפש וואס א מענטש באקומט פון אזא באהאנדלונג (כאטש דאס איז מער פאסיוו-אגרעסיוו און פאסירט מער ביי די קאווערטס, קען עס פאסירן ביי אלע סארטן).
אוועטאר
קלמן הלוי
שר מאה
תגובות: 132
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 21, 2014 9:59 pm

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלמן הלוי »

דער מי אדיר איז דאך אייזן!
איך פרעג נאר!
אוועטאר
נקודה למחשבה
שר חמש מאות
תגובות: 651
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 15, 2022 10:38 am
לאקאציע: מיטן מחשבה גייט דער מענטש

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקודה למחשבה »

יישר כח @מי אדיר!

דיינע לעצטע צוויי ארטיקלן ברענגן אויך זייער גוט ארויס וויאזוי דאס קען געשעהן (און געשעהט כסדר) אז דער נארסעסיסט טוט אן אויפן קרבן דעם נארסעסיסט היטל.

פון די פעינפולסטע זאכן צוצוקוקען!
שוועריקייטן שטייען נישט אין דיין וועג, זיי זענען דיין וועג!
שׁעמעדיגער
שר האלפיים
תגובות: 2685
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 16, 2017 2:38 pm

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שׁעמעדיגער »

שכח מי אדיר

ברענגסט זיך מורעדיג קלאר ארויס א מאסיווע פעדער און שפראך און תוכן
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

ישר כוחך. דו שרייבסט הערליך, השי"ת זאל דיר העלפן מיט אלעם גוטן. איך קלער אז שכרך הרבה מאוד וועגן דו שרייבסט דערוועגן. מ'קען זיך לערנען פון יעדעס איינציגע ווארט. עס איז ווערד דיין פלאג.
אוועטאר
מי אדיר
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 15, 2021 4:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי אדיר »

בלעים שיפטינג און פראדזשעקשן
Blame Shifting & Projection

באמת זענען די צוויי זאכן א בחינה פון אחת שהם שתים, דהיינו עס קען אויסקוקן אינדרויסן ענליך איינס צום צווייטן, אבער עס איז צוויי באזונדערע זאכן. פונדעסטוועגן האב איך עס צוזאמענגעשטעלט אינאיינעם עס זאל זיין בלשון קצרה און נישט צופיל מאריך זיין אין יעדע עקסטערע.

בלעים שיפטינג האבן מיר שוין עטליכע מאל דערמאנט אין די פריערדיגע קאפיטלען, וואס מיינט "ארויפווארפן דעם שולד אויף יענעם". נארסיסיסטן זענען קיינמאל נישט שולדיג אין גארנישט. זיי קענען בכלל נישט טון קיין פעלערן, און אויב ווייזט מען זיי באשיינפערליך אויף אז זיי זענען יא באגאנגען אן עוולה און זיי קענען עס נישט לייקענען, קומט א זאק מיט תירוצים צו באשולדיגן דעם שותף. "דו האסט גורם געווען איך זאל עס טון", איז איין גאר באקאנטע זאץ ביי די חברה.

דא קומט צו נאך א וויכטיגע קרישקעלע וואס מיר האבן שוין דערמאנט בקצרה פריער (און מיר וועלן אפשר שפעטער אויסשמועסן מער באריכות) און דאס איז דער גרויסער חסרון וואס נארסיסיסטן פארמאגן, אז זיי קענען זיך נישט אנטשולדיגן. מיר ווייסן אז "מודים דרבנן היינו שבחייהו", ווען א מענטש טוט א עוולה, ווייסט דאך דער צווייטער אז די עוולה איז באגאנגען געווארן. ווען מען וועט פארהאלטן דעם ערשטן דערוועגן, אויב וועט ער לייקענען זיין עוולה און זיך פרובירן פארענטפערן מיט כל מיני תירוצים, וועט מען ווערן פרוסטרירט און אים אפשר אויפהערן צו פארהאלטן, ער קען זיך אפשר איינרעדן אז מען אקצעפטירט זיינע נארישע תירוצים, אבער באמת רעדט זיך קיינער נישט איין אז יענער איז אומשולדיג, מען ווייסט פיין אז ער האט געטון א פארברעכן, נאר מען האלט עס אין זיך ווייל עס איז א שאד זיך טענה'ן, און אזוי ארום פארלירט ער זיינע פריינד. אבער טאמער דער ערשטער איז א געזונטער כאראקטער אנטשולדיגט ער זיך, ער נעמט "אקאונטעביליטי" און אחריות פאר זיינע מעשים, נישט נאר וועט מען אים מוחל זיין, נאר די רעספעקט און די פריינטשאפט שטייגט און ער איז זיך גאר קונה חברים! מען זעהט אז יענער איז נישט קיין בעל גאוה, נאר א נארמאלער מענטש (פארשטייט זיך אז דאס איז איש איש כפי תכונתו, איינער קען זיך שווערער אנטשולדיגן און איינער גרינגער, אבער דאס איז נישט די נקודה דא).

אבער נארסיסיסטן זענען נישט די סארט געזונטע מענטשן. זיי זיצן אין א שרעק און פחד אויב מען וועט זיי חלילה "כאפן" אין א עוולה אדער באשולדיגן אין עפעס, וואס דאס איז סם המוות פאר זיי... זייער עגא לאזט זיי בשום פנים ואופן נישט מודה זיין אויף א פעלער. און זיי וועלן אלעס אויף דער וועלט טון פון זיך ארויסדרייען פון יעדע טראפ אקאונטעביליטי, און די גרינגסטע וועג איז צו שפילן וויקטים און צוריקשליידערן דעם שולד אויפ'ן בעל הטענה וואס האלט זיי פאר אויף זייער עוולה אדער ליגנט, אז יענער זאל ווערן דער שעיר לעזאזל. ("טורנינג דע טעיבלס").

באמת, קיינער גלייכט נישט קיין קריטיק. און עס איז שוין דער סדר יענעם אפצוענטפערן "טול קורה מבין עיניך". בכלל טייטשן שוין די ספרי מוסר "כל הנגעים אדם רואה – חוץ מנגעי עצמו", א מענטש זעהט יעדעמ'ס פעלערן חוץ די אייגענע. אבער דאך פארשטייט יעדער אז א מענטש איז א מענטש, און די וועלט ענדיגט זיך נישט אויב דו האסט יא געטון א פעלער, און אויב איינער קומט דיר מעורר זיין דערוועגן, בפרט א חבר בדרכי נועם, ביסטו יענעם דאנקבאר, ווייל ער מאכט דיר פאר א בעסערע מענטש. ער זאגט דיר א זאך פון די פערספעקטיוו פון א דרויסענדיגער מענטש וואס דו אליינס קענסט נישט זעהן, און עס מאכט דיר טראכטן דערוועגן, און עס העלפט מתקן זיין די סאושעל לעבן צו קענען בעסער לעבן צווישן מענטשן.
  • צוויי וועלט פירער, וואס מען זאגט זיי זענען נארסיסיסטן - לכה"פ זיי האבן טייל סימפטאמען דערפון - זענען לעבעדיגע דוגמאות פאר דעם קאנצעפט (איך האב קיינעם פון זיי נישט דיאגניזירט, איך זאג נאר נאך בשם אומרו...). איינס איז אונזער אלטער באליבטער פרעזידענט טראמפ, וואס קען נישט מודה זיין אויף א פעלער אדער זיך אנטשולדיגן. ממש לעצטנס האט ער זיך געטראפן מיט 2 וויסטע אנטיסעמיטן, וואס איז אן עוולה לכל הדעות, און ער האט פארפאסט אלע געלעגנהייטן זיך צו אנטשולדיגן פאר די אידן. אנשטאט האט ער מקיים געווען דעם "בלעים שיפטינג" טאקטיק, און באשולדיגט די אידן אז זיי זענען אים נישט גענוג דאנקבאר פאר זיינע אלע טובות... דער צווייטער משל איז דער רוסישער דיקטאטור פוטין, וואס רצח'עט אויס צענדליגער טויזענטער אומשולדיגע נפשות אין אוקראינע, ניטאמאל זעהט ער עפעס ראנג דערמיט, וראה זה פלא – יעדע זאך וואס מען באשולדיגט אים אז ער טוט, אדער וויל טון, ווארפט ער אן אויף אוקראינע... זיי ווילן שאדן טון צום נוקלעארן רעאקטאר, זיי ווילן חרוב מאכן בריקן אדער דאמבעס, נאך א מזל די וועלט איז גענוג קלוג זיך נישט צו לאזן פארנארן פון זיין פראפעגאנדע. (איך האף אז דער אשכול וועט נישט פארוואנדלט ווערן יעצט אין א פאליטישע געפעכט, עס איז נאר פאר אילוסטרעישאן פורפאסעס אנלי...)

עכ"פ לענינינו, וויבאלד די סארט סעלפישע מענטשן קענען נישט פארנעמען קיין שולד איבער זיך, זייער צעבראכענע עגא קען דאס נישט דערהייבן בשום אופן שבעולם, דעריבער וועלן זיי אויטאמאטיש פרובירן לייקענען יעדע שולד, און בעיקר ארויפווארפן די שולד אויף דעם צווייטן, אומשולדיגן מענטש וואס ליידט פון זייערע עוולות, אז יענער זאל נאך האבן גילטי פילינגס אויכעט. בלעים-שיפטינג איז א צווייגל פון געזלייטינג. עס האט ענליכע אפעקטן אויפ'ן קרבן, עס מאכט אים צומישט, און ער הייבט זיך אן צו "פארענטפערן" פארוואס עס איז נישט זיין שולד, און אזוי טרעפט מען זיך ווי די דעבאטע איז אויף איינמאל אריבער צום קרבן, אנשטאט בלייבן אויסשמועסן די עוולה פונעם נארסיסיסט וואס פאלט יעצט אראפ פון טיש, און דאס איז גענוי וואו זיי ווילן דערגרייכן. עס פארשליסט די מעגליכקייטן פונעם שותף צו קאמיוניקירן אויף א געזונטן אופן.

זיי קענען צומאל האבן אזעלכע נארישע קאמישע תירוצים, אז עס ברענגט א ביטערע שמייכל (אדער איבל). לדוגמא, אויב זיי האבן דיר דערלאנגט א פראסק, ביסטו שולדיג אז דו האסט עס געכאפט! איך האב לעצטנס געטראפן דעם פאלגענדן "קוואוט" (צווישן פילע אנדערע, וועלכע איך וועל האפענטליך ברענגען מיט די צייט), עס האט מיר גענומען א מינוט צו כאפן...
back-knife.jpg
back-knife.jpg (18.93 KiB) געזען 4155 מאל
פירוש המלות: יענער האט גענומען א מעסער דיר אריינצושטעכן פון אונטן, און 'דו' אנטשולדיגסט זיך פאר יענעם אז דיין רוקן איז געשטאנען אין וועג און וויי געטון פאר יענעמ'ס מעסער... דאס איז א גענויע אפטייטש פון זייער קראנקע מהלך המחשבה. ארויסצוברענגען וועלכע סארט מאדנע תשובות זיי קענען געבן... אויב למשל א ווייב א נארסיסיסט האט געקאכט א געוויסע עסן פאר'ן מאן וואס ער גלייכט נישט, קענען זיי זאגן "אה, דו האסט מיר טאקע געבעטן עס נישט צו מאכן, אבער יענץ איז געווען פאר מיטאג, כ'האב נישט געכאפט אז פאר נאכטמאל ווילסטו עס אויך נישט...". דאס איז אפשר אביסל איבערגעטריבן, זיי מאכן עס אפשר נישט אזוי שטארק אבוויעס, אבער איר קענט באקומען אן איידיע פון זייערע אויסריידן, עס דארף ניטעמאל מאכן סענס.
  • יאנקל פארציילט: מיין ווייב האט מיר געמאכט א מאלצייט וואס איין חלק דערפון האט מיר ממש געאיבלט (טראץ וואס זי האט געוואוסט דערפון). איך האב איר גארנישט געוואלט זאגן אין פארנט פון די קינדער מפני כבודה, האב איך שטילערהייט גערוקט די חלק עסן אין דער זייט פון טעלער, און נאר געגעסן די אנדערע חלק וואס איך האב ליב. ווען איך האב איר שפעטער געפרעגט פארוואס זי האט מיר דאס געגעבן צו עסן, האט זי אנשטאט ענטפערן מיר פארגעהאלטן אז איך האב איר פארשעמט ברבים ווען איך האב גערוקט די עסן אין די זייט פון טעלער! ביז 3 מינוט האב איך מיר געטראפן זיך אנטשולדיגן פאר איר.

איינמאל עס ווערט "קלארגעשטעלט" אז איר זענט דער שולדיגער, נישט זיי, איז דאך אלעס גוט, והכל על מקומו יבא בשלום. איר זענט די כפרה הינדל וואס דארף ארבעטן אויף "אייערע" מדות און גורם זיין אז "זיי" זאלן נישט טון די עוולות, והם ילכו ויכנסו לחיים טובים ארוכים ולשלום...
** ** **
אבער עוד יש דברים בגו, לאמיר צוגיין צום קומענדיגן שטאפל: "פראדזשעקשאן".

עס ווייסט יעדער ווי אזוי עס ארבעט א פראדזשעקטאר. מען האט א קליינע דעווייס וואס שפילט אויף ווידיאו אדער בילדער, און מען דרייעט דאס צום וואנט און די בילדער שיינען ארויף אין גרויסן אויפ'ן וואנט.

דער נארסיסיסט איז דאך ליידער געשלאגן מיט שווערע מדות און פערסאנאליטיס. דער נארסיסיסט וועט נעמען אלע זיינע/אירע שוואכקייטן און דאס ארויפשיינען אויפ'ן שותף! דאס הייסט אזוי, נישט נאר ווערסטו באשולדיגט אין אלע סארטן לופטיגע טענות און בלעימינג אויף זייערע עוולות, נאר ער נעמט גאר 'זיינע אייגענע' חסרונות און ווארפט עס פשוט ארויף אויפ'ן שותף כאילו יענער ליידט גאר דערפון! ווען מען באקומט א דאזע קריטיק פונעם נארסיסיסט, און מען באטראכט די תוכן פון די טענות, וועט מען קלאר זעהן אז די טענה קלעבט אויפ'ן נארסיסיסט!

א קליינע דוגמא: דער נארסיסיסט בעהט אייך א טובה וואס איז אייך שווער צו ערפילן. אבער זיי נעמען נישט 'ניין' פאר קיין ענטפער כידוע, און בנוסף לזה גייען זיי איבער אייערע גרעניצן (באונדעריס). זיי מוטשען אייך בכל לשון של בקשה און וועלן אייך אפילו מאניפולירן בכל אופן שהוא אז איר זאלט ערפילן זייער בקשה. דער נארסיסיסט זעהט נאר זיך, אפס זולתו! אויב וועט איר צום סוף נישט ערפילן זייער בקשה, גייט איר באקומען א שארפע פארציע מוסר ווי "סעלפיש" איר זענט! הלמאי איר זעהט נאר 'זיך' און איר רעכנט זיך נישט מיט קיין צווייטן... בעת איר זענט אלץ אזא געטרייער מענטש, סיי פאר אייער שותף, סיי פאר אנדערע, אבער סוף-כל-סוף נאר א מענטשליכע באשעפעניש וואס קען נישט אלעס טון צו יעדער צייט און מוז אמאל אפזאגן א בקשה. דא גייען זיי נעמען זייער אייגענע פעלער פון סעלפישנעס – זיי זענען דאך שרעקליך סעלף-סענטערד – און זיי גייען עס פראזשעקטירן ארויף אויף אייך! און איר וועט נאך ארומגיין מיט גילטי פילינגס אז אפשר טאקע זענט איר סעלפיש און איר דארפט מתקן זיין די מדות... נאך אלעם דארף מען טאקע קענען טון א טובה פאר צווייטן, אפילו ווען עס קומט אן שווער, נישט אזוי?

אמאל קענען זיי סתם אזוי צוריקשיסן די געשאסענע קויל אפילו עס מאכט נישט קיין סענס. צב"ש דער שותף פרעגט פונעם נארסיסיסט: וואס ביסטו אזוי אויפגערעגט? דער תירוץ: "הא, איך בין אויפגערעגט? דו ביסט אויפגערעגט! דו כאפסט נישט וואס דו טוסט! דו רעגסט זיך אויף יעדן און דו שרייסט מיך אן אז איך בין אויפגערעגט..." גוד לאק צו גיין מסביר זיין פאר'ן נארסיסיסט אז איר זענט "נישט" בייז...

עס קען זיך למשל מאכן אז דער שותף, מחמת פחד פון דעם נארסיסיסט און זיינע אויסברוכן, וועט נישט אלעס פארציילן פאר'ן נארסיסיסט ווען ער פרעגט אים אויס. ווען דער נארסיסיסט וועט דאס מרגיש זיין, וועט קומען אן אטאקע: "וואס באהאלטסטו, דו ליגנער? דו האסט מורא צו פארציילן אלעס, הא?... אז מען טוט נישט קיין שלעכטע זאכן איז נישט דא וואס מורא צו האבן! שנעל פארצייל אלעס פונקטליך!" דו קענסט נישט מסביר זיין פאר'ן קראנקן מענטש אז ער איז מטיל אימה יתירה אויף אלע מענטשן אין זיינע ד' אמות, און אזוי ארום איז ער מצליח אראפצונעמען יעדעס שטיקל שולד פון זיך אז ער איז א שווערער בחור, און דו ווערסט דער שולדיגער ווייל דו ביסט א ליגנער און דו באהאלטסט סודות פונעם שותף. (און אלס זייטיגע בענעפיט שעפט דער נארסיסיסט סאדיסטישע נחת ווי איר וואקלט זיך פון פחד פון אים...)

עס איז אסאך מאל "מיינד-באגלינג" ווי פארדרייט די פערספעקטיוו פון די קראנקע מענטשן זענען, ווי ווייט זיי לעבן פונעם אמת'ן מציאות. עס ווילט זיך שרייען און זיי "מסביר זיין" די אבוויעס, אבער עס איז שאד יעדעס ביסל שפייעכץ. זיי ווילן נישט אויסהערן, זיי וועלן פארשטאפן די אויערן, אזנים להם ולא ישמעון. אפילו אויב איר וועט מצליח זיין און זיי עס אריינזאגן מיט דער געוואלד וועט עס נישט אריינגיין אין זייער קאפ, זיי פארשטייען דיינע הסברים גענוי ווי א צוויי-יעריג קינד א שטיקל תוספות.

ווי מיר האבן שוין פריער ארויסגעברענגט, זענען ע"פ רוב די קרבנות איידעלע מענטשן, וואס בטבע נעמען זיי גרינג שולד אויף זיך, און די נארסיסיסטן ווייסן די שוואכקייט און נוצן עס טאקע פולקאם אויס ("עקספלויטן" בלע"ז) פאר זייער אייגענע שמוציגע בענעפיט, ארויפצולייגן די שולד אויף זייערע אומשולדיגע פלייצעס.
אוועטאר
holy yid
שר מאה
תגובות: 237
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 12, 2021 5:17 pm

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך holy yid »

זייער שיין רייך אין קלאר ארויסגעברענכט.
יישר כחך גיי ווייטער אן!!
א איד איז הייליג, מען דארף היטן זיך נישט צי פארשמירן, און אפילו א פארשמיערטע איד, איז א הייליגע איד וואס דארף א וואש.

קרעדיט
@וועלטס מבין
SPXUP
שר חמש מאות
תגובות: 688
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 27, 2022 10:35 pm

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPXUP »

הערליך שיין געשריבן זייער אינטרעסאנט צי ליינען.
איך וויל נאר וויסן יעקב אבינו איז געגאנגען צי לבנ'ן זיך אויסציארבעטען זיינע מידות אויף א העכערע פארנעם. (איך נישט געהערט די שיעור פון ר' שמעון שפיטצער) רבקה האט אים בדווקא אהין געשיקט פאר די איין סיבה. מיינט דאס פאר וויקטעמס אז זיי דארפן דורך גיין דאס מיט זייער באשערטע אין מיטארבעטן מיטן מצב, זיך נישט לאזן אויפרעגן, זיך האלטן שטארק אפילו סמיינט ליידען.

וואס איך מיין צי זאגן א חבר זאגט מיר לעצטענס אז ער האט געזאגט פאר זיין שווער די וועסט פון גיהינום נישט ארויס גיין ווייל די האסט געשלינגען אין געשלינגען די אלע יארן אין יעצט דארף איך עסן דיינע שוואכקייטן. איך האב געשמועסט מיט אים אין סאיז געבליבן זוי לאנג ווי ער גטס זיך נישט איז נישט דא עפעס וואס ער קען טוען חוץ שלום מאכן מיטן מצב נאר דאס קען עטוואס העלפן רעליווען די פעין, אפשר איז דאס זיין תכלית אויף די וועלט. איי די קינדער נעבעך, פארפאלן די ביסט מחיוב מחנך די מערסטע וואס די קענסט, אין מתפלל זיין אסאך דאס איבריגע זאל נישט שאטן פאר זיי.

איז דא עפעס וואס מקען מחזק זיין אזא איינעם. חוץ זאגן נעבעך?
אוועטאר
מיטל מזרח ווינטל
שר חמש מאות
תגובות: 604
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 18, 2019 7:26 am

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיטל מזרח ווינטל »

@מי אדיר, עס איז נישטא די ווערטער ארויסצוברענגען וואס פאר א הערליכע ארבעט דו ליפערסט דא. די שריפט, די קלארקייט, און די גענויע געפילן וואס די שפילסט אראפ, איז צום באוואונדערן. א פערזענליכן דאנק פאר דיינע ווערק.

צום נקודה, מערערע מאל ערקלערסטו דעם פראבלעם אז צום נארסיסיסט איז נישט מעגליך צו רעדן בכלל, און סיי וואס מיר וועלן פראבירן אים צו זאגן וועט פאלן אויף טויבע אויערן.
אויב מעג איך אריינרעדן וועל איך זאגן וואס איך טראכט.
אלזא לדעתי וועט בלויז איין זאך מעגליך האבן א עפעקט אויף דעם פארדרייטן געדאנקענסגאנג פונעם נארסיסיסט, דאס איז: פעטש! יא, גוטע פראסקעס איינס נאכן צווייטן, וועט אפשר אויפשאקלען זיין קראנקע זעל.
איך מיין נישט מען זאל אים 'אונטערדריקן', נאר איך רעד פון א סיסטעמאטישע מהלך פון עמאציאנאלע ציפעדיגע פראסקעס, ביז ער וועט איינזען אז די וועלט איז נישט הפקר.

די הויפט פראבלעם פונעם נארסיסיט איז דאך אז ער שפירט זיך זעלבסט דערהויבן און רעספעקטירט [עכ"פ אין זיין דמיון], נאכפאלגנדיג זיינע אזוי גערופענע סוקסעס. דעריבער איז וויכטיג זיך צו באגיין מיט א אויסטערלישע תקיפות און אזוי אראפברענגען זיין מאראל ביז צו דער ערד.

וואס זאגסטו?
אמת'ע אמונה
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 22, 2021 11:13 pm

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמת'ע אמונה »

ישר כח!

ביטע גיי ווייטער אן, דא איז א PDF ביז אהער
די שרעקליכע דיסארדער פון _נארסיסיזם (1).pdf
(205.91 KiB) געווארן דאונלאודעד 125 מאל
אוועטאר
איל_משולש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4734
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 12, 2022 8:29 pm
לאקאציע: אמעריטשקע.
פארבינד זיך:

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איל_משולש »

מיטל מזרח ווינטל האט געשריבן:
@מי אדיר, עס איז נישטא די ווערטער ארויסצוברענגען וואס פאר א הערליכע ארבעט דו ליפערסט דא. די שריפט, די קלארקייט, און די גענויע געפילן וואס די שפילסט אראפ, איז צום באוואונדערן. א פערזענליכן דאנק פאר דיינע ווערק.

צום נקודה, מערערע מאל ערקלערסטו דעם פראבלעם אז צום נארסיסיסט איז נישט מעגליך צו רעדן בכלל, און סיי וואס מיר וועלן פראבירן אים צו זאגן וועט פאלן אויף טויבע אויערן.
אויב מעג איך אריינרעדן וועל איך זאגן וואס איך טראכט.
אלזא לדעתי וועט בלויז איין זאך מעגליך האבן א עפעקט אויף דעם פארדרייטן געדאנקענסגאנג פונעם נארסיסיסט, דאס איז: פעטש! יא, גוטע פראסקעס איינס נאכן צווייטן, וועט אפשר אויפשאקלען זיין קראנקע זעל.
איך מיין נישט מען זאל אים 'אונטערדריקן', נאר איך רעד פון א סיסטעמאטישע מהלך פון עמאציאנאלע ציפעדיגע פראסקעס, ביז ער וועט איינזען אז די וועלט איז נישט הפקר.

די הויפט פראבלעם פונעם נארסיסיט איז דאך אז ער שפירט זיך זעלבסט דערהויבן און רעספעקטירט [עכ"פ אין זיין דמיון], נאכפאלגנדיג זיינע אזוי גערופענע סוקסעס. דעריבער איז וויכטיג זיך צו באגיין מיט א אויסטערלישע תקיפות און אזוי אראפברענגען זיין מאראל ביז צו דער ערד.

וואס זאגסטו?
אמת פון איין זייט, אזא מהלך קען ארבעטן. אבער מצד השני, אדרעסירט איר נישט דעם יסוד פונעם פראבלעם.

זיין גרויסע גרויסקייט קומט דאך נאר ווייל ער האט גאר שטארק מורא צו טרעפן זיין שטארק אראפגעקלאפטע 'איך' וואס איז גארנישט ווערד. איז ווען דו גיבסט אים די דאזיגע פראסקעס, קענסטו אים צוריקפירן צו די אומאנגענעמע סיטואציע פון וואס ער אנטלויפט, וואס דאס קען פירן צו צוויי מהלכים וואס דער נארסיסיסט קען נעמען.

איינס, איז ווי איר האט געשריבן, אז ער וועט כאפן אז ער איז אזוי קליין וועט ער זיך אונטערגעבן.

צוויי, ער וועט זיך צוריק טרעפן אין א 'ספאט' וואס וועט אים מאכן גאר אגרעסיוו.

עס איז קלאר אז עס איז דא אזא מהלך, אבער עס דארף ווערן אפגעשאצט דורך א פראפעסיאנאלע טעראפיסט צו דאס איז די ריכטיגע זאך אין די ספעציפישע סיטואציע.

און פארשטייט זיך, אז מ'קלאפט אים אראפ זיין קראנקע סעלף, דארף מען נאכדעם א געלונגענעם טעראפיסט צוריק אויפצובויען אין אים א געזונטע סעלף.
- דיס ספעיס איז אוועילעבל פאר רענט, פאָר רעיטס קאנטעקט אין אישי.
אוועטאר
מיטל מזרח ווינטל
שר חמש מאות
תגובות: 604
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 18, 2019 7:26 am

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיטל מזרח ווינטל »

איל משולש האט געשריבן:

געוואלדיג!
צוויי, ער וועט זיך צוריק טרעפן אין א 'ספאט' וואס וועט אים מאכן גאר אגרעסיוו.
איז וואס? עק קען שוין נישט קראנק ווערן! די פראסקעס ברויכן צו שליכטן אויך דעם פראבלעם.

עס איז קלאר אז עס איז דא אזא מהלך, אבער עס דארף ווערן אפגעשאצט דורך א פראפעסיאנאלע טעראפיסט צו דאס איז די ריכטיגע זאך אין די ספעציפישע סיטואציע.
ריכטיג.
און פארשטייט זיך, אז מ'קלאפט אים אראפ זיין קראנקע סעלף, דארף מען נאכדעם א געלונגענעם טעראפיסט צוריק אויפצובויען אין אים א געזונטע סעלף.
אוועטאר
איל_משולש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4734
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 12, 2022 8:29 pm
לאקאציע: אמעריטשקע.
פארבינד זיך:

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איל_משולש »

מיטל מזרח ווינטל האט געשריבן:
איל משולש האט געשריבן:
צוויי, ער וועט זיך צוריק טרעפן אין א 'ספאט' וואס וועט אים מאכן גאר אגרעסיוו.
איז וואס? עק קען שוין נישט קראנק ווערן! די פראסקעס ברויכן צו שליכטן אויך דעם פראבלעם.
נישט אינגאנצן ריכטיג. לדוגמא, אויב איז ער א פאסיווער נארסיסיסט וועט ער אריינגיין אין א מער אגרעסיווער מוט וואס קען שווער אויסקלאפן אויפן קרבן.

דער נארסיסיסט טוט עפעס נישט ריכטיג, און דער קרבן גיבט אריין ווי איר זאגט, פראסקעס, און וואס געשעט איז, דער נארסיסיסט איז דאך א מושלם, ווארפט ער צוריק די באשולדיגונג. דער קרבן איז שוין טרענירט דורכן טעראפיסט זיך נישט צו דערשרעקן נאר בלייבן שטיל, און ווארט אויף א קומענדיגע געלעגנהייט. דער נעקסטע געלעגנהייט שפעטיגט נישט צו קומען. און עס שפילט זיך ווידעראמאל אפ דאס זעלביגע. נאך עטליכע אזוינע ראונדס גיבט זיך דער נארסיסיסט אן, זאג, רעדט צו מיר, איך זע עפעס באדערט דיר... לאמיר זיך אויסגלייכן וכד'. און תוך כדי דיבור וועט קומען א מבול פון ווערטער צו באצאלן אויף ביז יעצט און אויף להבא...

עס איז זייער שווער עס זאל ארבעטן.
חוץ ווי אויבן געשריבן א ערפארענער טעראפיסט וואס פארשטייט וויאזוי אים צוביסליך אראפברענגען. אבער דאס איז שווער זאל פאסירן זינט דער נארסיסיסט וויל זיך נישט לאזן העלפן.
- דיס ספעיס איז אוועילעבל פאר רענט, פאָר רעיטס קאנטעקט אין אישי.
אוועטאר
איל_משולש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4734
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 12, 2022 8:29 pm
לאקאציע: אמעריטשקע.
פארבינד זיך:

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איל_משולש »

והעיקר שכחתי. דער נארסיסיסט וועט זיכער מאכן אז דער קרבן וויל מער נישט געבן קיין פראסקעס ווייל עס גייט בעקפייערן פי כמה.
- דיס ספעיס איז אוועילעבל פאר רענט, פאָר רעיטס קאנטעקט אין אישי.
אוועטאר
מיטל מזרח ווינטל
שר חמש מאות
תגובות: 604
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 18, 2019 7:26 am

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיטל מזרח ווינטל »

@איל
פראסקעס מוז נישט קומען פונעם וויקטעם, עס קען קומען פון סיי ווער.
ווידער די פראבלעם פון אגרעסיע ברויך מען איינשטילן ביזן טויט. דאס הייסט, אויב ווערט ער אגרעסיוו, דארף מען הייבן די פראדוקציע פון פראסקעס.
איך שטים איין אז די מהלך ברויך א פראפעסיאנאל, אבער א גרויסע אויסוואל פון הייל מיטלען איז נישט פארהאנען.

אין א זייטיגע נאטיץ: פעטש, סיי פיזישע און סיי גייסטישע, איז פון די בעסטע הייל מיטלען וואס איז נאר דא. עס ארבעט אויף שיכורים און אויף מענטשן וואס פארשטייען נישט קיין שום שפראך.

ר' נחמן מברסלב - ליקוטי מוהר"ן תורה א'
וכמו שהמשוגעים צריכים להכותם ולששום עליהם שמות, כמו כן ממש התורה שעוסקין הוא בחינת מקלות ושמות, שבזה מכין ומכניעין את היצר הרע ומגרשין מן האדם את השגעון והרוח שטות שנכנס בו, בחינת 'ומחינן ליה באלותא, דחקיק עליה שמות' וכו', כנ"ל
שׁעמעדיגער
שר האלפיים
תגובות: 2685
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 16, 2017 2:38 pm

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שׁעמעדיגער »

SPXUP האט געשריבן:
הערליך שיין געשריבן זייער אינטרעסאנט צי ליינען.
איך וויל נאר וויסן יעקב אבינו איז געגאנגען צי לבנ'ן זיך אויסציארבעטען זיינע מידות אויף א העכערע פארנעם. (איך נישט געהערט די שיעור פון ר' שמעון שפיטצער) רבקה האט אים בדווקא אהין געשיקט פאר די איין סיבה. מיינט דאס פאר וויקטעמס אז זיי דארפן דורך גיין דאס מיט זייער באשערטע אין מיטארבעטן מיטן מצב, זיך נישט לאזן אויפרעגן, זיך האלטן שטארק אפילו סמיינט ליידען.

וואס איך מיין צי זאגן א חבר זאגט מיר לעצטענס אז ער האט געזאגט פאר זיין שווער די וועסט פון גיהינום נישט ארויס גיין ווייל די האסט געשלינגען אין געשלינגען די אלע יארן אין יעצט דארף איך עסן דיינע שוואכקייטן. איך האב געשמועסט מיט אים אין סאיז געבליבן זוי לאנג ווי ער גטס זיך נישט איז נישט דא עפעס וואס ער קען טוען חוץ שלום מאכן מיטן מצב נאר דאס קען עטוואס העלפן רעליווען די פעין, אפשר איז דאס זיין תכלית אויף די וועלט. איי די קינדער נעבעך, פארפאלן די ביסט מחיוב מחנך די מערסטע וואס די קענסט, אין מתפלל זיין אסאך דאס איבריגע זאל נישט שאטן פאר זיי.

איז דא עפעס וואס מקען מחזק זיין אזא איינעם. חוץ זאגן נעבעך?
זייער א ווייטאגליכע שווערע שאלה אבער צום ערשט וואלט איך מייעץ געווען דיין חבר צו הערן די אויבערדערמאנטע שיעור פון הרב שמעון שפיטצער שליט”א סקען זיין סוועט אים עפענען די אויגן, ער זאגט אויך אז מדארף גיין צו הילף און צו מומחים אויב מדארף אבער ער געבט דיר די בליק ווי אזוי עס צו אננעמען, סאיז א מורעדיגע חיזוק והדרכה

איך וואלט געזאגט צו הערן ביידע שיעורים ער האט עס געגעבן איין טאג נאכן אנדערן סאיז געווארן דא געברענגט פריער אין דעם אשכול
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”