מיין פלאן איז געווען צו גיין שטאפלווייז מן הקל אל הכבד, איך וויל לאזן די שווערסטע חלקים צום סוף, אבער איך זעה אז דער פראיעקט נעמט מיר לענגער ווי געפלאנט. אלזא וויל איך אין דעם פאלגענדן תגובה מאכן א קורצע איבערבליק אויף נאך עטליכע טערמינען, און אז עס וועט זיין שפעטער צייט (אדער אויב מען וועט אנפרעגן פאר פירושים) וועט מען מער מאריך זיין אי"ה כיד ה' הטובה עלינו, און דערנאך וועלן מיר גיין צום קומענדיגן שטאפל.
"ברעדקראמס" – ברעקלעך ברויט. דאס איז א טערמין וואס די פסיכאלאגן נוצן פאר איינע פון די אויבנדערמאנטע טאקטיקן, אז אינצווישן די אביוז ציקלען ווארפט מען אריין צומאל א גוט ווארט, א שיינע מעסעדזש, א סמיילי אין די טעקסט מעסעדזש, אדער מען קויפט א מתנה, א.א.וו. און דער קרבן פאלט דערויף, וויבאלד ער איז נעבעך אויסגעהונגערט פאר א קאמפלימענט, פאר וועלידעישאן, אביסל נארמאלקייט... ער שפירט אז דער אביוזער איז למעשה נישט אזוי שלעכט און עס איז נאך דא האפענונג.
פשט פון דעם טערמין איז א משל ווי א מענטש איז אויסגעהונגערט נאך עסנווארג, און איינער קומט און פיטערט אים ברעקלעך פון ברויט וועט ער יענעם זייער דאנקבאר זיין, ער קוקט יענעם אן ווי א גוטער מענטש וואס מיינט זיכער זיין טובה. אבער ליידער זענען די נארסיסיסטן געלערנט און אויסגעקאכט אין די מינימום וויפיל ברעקלעך צו פיטערן און וועלכע צייט, בלויז גענוג אז דער קרבן זאל נישט שטארבן פון הונגער און זאל בכליון עינים אויסקוקן אויף נאך און בלייבן הונגעריג דעם גאנצן לעבן. זיי וועלן קיינמאל נישט דערלאנגען דעם גאנצן 'סלייס ברויט'.
די ברעקלעך (breadcrumbs) זענען זייער "אינקאנסיסטענט", דהיינו עס קומט נישט אין צייטן ווען דו ערווארטסט עס, נאר דא און דארט, פלוצלינג באקומסטו א "קענדי", וואס מאכט דיר טראכטן אז אפשר איז דער אביוזער יא א גוטער מענטש, והא ראי' ער טוט מיר גוטע זאכן. אבער דאס איז אלעס טאקטיקן אריינצוכאפן דעם קרבן שטערקער אין נעץ, כדי דער אביוזער זאל ווייטער קענען באקומען זיין נארסיסיסטיק סופליי, און דער קרבן זאל זיך נישט פרובירן ארויסצוגליטשן. פונקט ווי איינער גייט "פישינג", ער לייגט א ברעקל ברויט ביים עק פונעם נעץ, נישט ווייל ער וויל פיטערן די פיש, נאר ווייל ער וויל אריינכאפן די פיש אין זיין נעץ.
זיי וועלן צב"ש אפט מבטיח זיין ארויסצוגיין אינאיינעם, אבער זיי וועלן נישט זאגן קיין צייט ווען, און ווען דו וועסט וועלן ארויסגיין וועלן זיי זיך ארויסדרייען מיט פארשידענע תירוצים. דו רעדסט זיך איין אז ענדליך האסטו געכאפט דעם שותף אויף דיין זייט, כ'זעה דאך קלאר אז יענער האט צוריקגעענטפערט א קיוט מעסעדזש... נאר זיך צו איבערצייגן שפעטער אז מפטירין כדאתמול.
דאס איז אויך א דוגמא פון "עמאשענעל מאניפולעישאן", וואס לאזט איבער דעם קרבן צומישט און דיסעפוינטעד, מיט פאלשע האפענונגען וואס ווערן קיינמאל נישט מקויים. ווען דער קרבן וואלט ווען באקומען נאר די שלעכטע חלקים וואלטן זיי געהאט אסאך א גרינגערע צייט איבערצולאזן די אביוזערס, אבער די זיסע שטיקלעך ברעדקראמס האלט זיי צוריק דערפון.
"דזשאדזשמענטל" – דן זיין א צווייטן. אין די לעצטערע צייטן זענען מיר אלע עדות אויף דעם אויפוואכונג פון דעם פענאמען, אז מען זאל נישט דזשאדזשן קיין צווייטן. יעדער האט זיך זיינע שוואכקייטן, און פונקט ווי דו ווילסט נישט אז איינער זאל דיר דזשאדזשן אויף דיינע שוואכקייטן, טעותים אדער אפילו עבירות וואס דו ביסט אדורכגעפאלן, אזוי זאלסטו נישט דזשאדזשן יענעם. "דזשאדזש מי ווען יו אר פערפעקט", ליינט זיך א קוואוט. זיך אליינס וועט א מענטש אייביג בארעכטיגן, און אויב מען האלט אים פאר אויף עפעס וועט ער זיך פארטיידיגן. טו דאס זעלבע פאר א צווייטן! ווי געזונטער א מענטש איז, איז ער ווייניגער פארנומען מיט "יענעם". אויב איז ער יא פארנומען, איז עס לטובתו, אים העלפן אויב ער דארף הילף, געבן א גוט ווארט, א שמייכל.
מיר דארפן נישט צוקומען צו די הסברים פון די פסיכאלאגן דערויף און וויפיל חורבנות דאס איז גורם, מיר האבן די חז"ל וואס האבן אונז דאס שוין געלערנט טויזענטער יארן צוריק, אל תדין את חברך, הוי דן את כל האדם לכף זכות, וכדו'.
געזונטע און נארמאלע מענטשן, בפרט נאנטע שותפים ווי מאן און ווייב אדער אייגענע קינדער וכדו' וועלן אייביג פרובירן צו זעהן דאס גוטס אינעם נאנטן, אפילו אויב יענער באגייט אמאל א פעלער וועט מען אדער פרובירן צו פארקוקן, הה"ד על כל פשעים תכסה אהבה, מען האט "יענעמ'ס בעק" ווי מ'זאגט אין ענגליש, עס איז דא טראסט אז ביידע צדדים ווילן זיין גוט, און א מענטש איז נאר א מענטש וכו'. און אויב קען מען עס נישט פארקוקן וועט מען עכ"פ פרובירן יענעם צו פארענטפערן (ווי צב"ש עלטערן ווען זיי רעדן צום קינד'ס מלמד אויף א טראבל וואס ער האט געטון אין חדר), דאס מלמד זכות זיין אויף יענעם איז א צייכן פון טיפע אהבה. מען פארשטייט אז די שוועריגקייטן איז א "פארט אף די פעקעדזש דיעל" – אין אנדערע ווערטער, יעדער האט שווארץ און ווייס, וואס אינאיינעם פארעמט זיך אויס א גרויע קאליר.
נארסיסיסטן (און בפ"ד) זענען אויסטערליש דזשאדזשמענטל כלפי זייערע קרבנות, ווייל עס ברענגט ארויס זייער אייגענע חשיבות, און אז דו ביסט 'גארנישט' מיינט דאך דאס אז זיי זענען בעסער פון דיר, מכלל לאו אתה שומע הן, און דאס גיבט זיי א געוואלדיגע סאטיספאקציע.
זיי וועלן דעריבער אייביג אויסטייטשן דעם קרבנ'ס מעשים לרעה, און דן זיין לכף חובה, אפילו עס לייגט זיך נישט אויפ'ן שכל און זייער גאנצע טעאריע איז נאר א בחי' פון יש ליישב בדוחק גדול. דער קרבן קען טון נארמאלע זאכן און ווערן שאקירט צו הערן ווי אפאר וואכן שפעטער וועט דער אביוזער דאס איבערפארציילן און אויסטייטשן צום שלעכטן, אויף א אופן וואס ער האט קיינמאל נישט גע'חלומ'ט צו טון. מען קען כמעט נישט לעבן דערמיט, ווייל וואס אימער דו טוסט איז קיינמאל נישט גוט. דאס צוקלאפט שרעקליך דעם קרבן.
פארשטייט זיך אז כלפי זיך זעלבסט איז דער נארסיסיסט פארקערט. מיר ווייסן שוין היינט אז קריטיק פאר א נארסיסיסט איז ערגער ווי א ביס פון א שלאנג, און זיי שפירן זיך זייער געדזשאדזשט טאמער זאגט מען זיי א שמץ קריטיק. איר וועט הערן פיל מאל דעם נארסיסיסט זיך באקלאגן אז "מען דזשאדזשד מיך". וואס ברענגט אונז צו די קומענדיגע פאר שטיקלעך.
"בלעק ענד ווייט טינקינג" – שווארץ-און-ווייסע בליק. (נאך א טערמין דערויף איז "ספליטינג" Splitting). נארסיסיסטן האבן זייער א באגרעניצטע פערספעקטיוו אויף דער וועלט. הלנו אתה או לצרינו. אויב ביסטו פון מיינע מענטשן ביסטו גענצליך ווייס, אז נישט ביסטו שווארץ! נישטא קיין גרוי אינצווישן. איי וועסטו פרעגן, 99.9% מענטשן זענען ערגעץ אין די גרעי עריע? תיקו. זיי זענען "קאליר בליינד" אויף גרעי. ווי מיר פארשטייען אליינס, זענען זיי אייביג אין די ווייסע קאטעגאריע, און דער שותף/קרבן אין שווארצע.
יעדער נארמאלער פארשטענדליכער מענטש ווייסט און פארשטייט אז עס עקזיסטירט נישט קיין שלימות ביי קיין מענטשן, כי אדם אין צדיק בארץ אשר יעשה טוב ולא יחטא, און דער אלגעמיינער מענטש גייט אריין ערגעץ צווישן די פארשידענע שאטנ'ס פון גרעי, און ווי די ספה"ק טייטשן "אל תהי בז לכל אדם" זאלסט נישט אוועקמאכן דעם גאנצן מענטש (ד.ה. אז ער איז אינגאנצן שווארץ), שאין לך אדם שאין לו שעה, יעדער האט זיין צייט און זיין תפקיד וואו דארט איז ער יא גוט, ממילא איז ער נישט גענצליך שווארץ... נארסיסיסטן אבער זעען דאס נישט. זיי זעען אדער ווייס אדער שווארץ אדער גארנישט! נישטא עפעס אנדערש.
עס קען זיך אויך מאכן אויב איז מען מעורר דעם נארסיסיסט אויף א אישו וואס ער האט, כאטש דו וועסט אים זאגן אז אין אלגעמיין איז ער אויסגעצייכנט, וועט ער עס אננעמען כאילו דו האסט אים אינגאנצן אוועקגעמאכט, ער איז מער גארנישט ווערד! זיי פארשטייען נישט דיין הסבר אז באמת ביסטו צופרידן נאר די איינע זאך שטערט דיר. אויב שטערט דיר עפעס מיינט אז דו האסט אים שוין בכלל נישט ליב און דו אקצעפטירסט אים נישט! "אדער אלעס אדער גארנישט" איז דער שלאג ווארט.
דאס קלאפט אויס זייער שווער ווייל מען קען זיי נישט מסביר זיין קיין לאגישע פארשטענדליכע סברות, און דעריבער קענען זיי כמעט נישט לעבן מיט קיין מענטשן. נאך מער, דער מענטש (אדער טעראפיסט) וואס איז נעכטן געווען אויף זייער ווייסע ליסטע, קען אויף מארגן ווערן א שווארצער, ווייל ער האט געזאגט עפעס א קרום ווארט וואס דוכט זיך זיי איז שלא כרצונם. ווי אזוי גייט דער וועלטס ווערטל? אויב דו ווילסט רעדן אויף א צדיק, קודם מאך אים אויס צדיק, און דאן מעגסטו שוין רעדן. אזוי טוען די חברה אויך, קודם לייגט מען יענעם אריין אין די שווארצע ליסטע, און נאכדעם דארף מען שוין יענעם רודפ'ן און באשמוצן. (דאס איז גורם נאך א שטארקן פראבלעם וואס שותפים פון נארסיסיסטן מוטשען זיך דערמיט, אז ווען דער נארסיסיסט איז שוין מ'כלומר'שט "מסכים" צו גיין פאר הילף איז עס נאר צו אזעלכע מענטשן וועמען זיי "אפראוון" ווייל יענער זאגט וואס זיי ווילן הערן. די מאמענט וואס דער טעראפיסט זאגט עפעס שלא כרצונו איז ער תיכף ומיד אויף די שווארצע ליסטע וואס "פארשטייט נישט דערצו" און זיי פארלאנגען צו גיין צו א נייעם פערזאן וואס וועט האפענטליך יא "פארשטיין"
אז זיי זענען גערעכט...)
נאך א אופן ווי אזוי שווארץ-און-ווייס ארבעט ביי נארסיסיסטן איז די וועג ווי אזוי זיי טריעטן זייערע קרבנות. זונטאג קען זיין אלעס פיין, זיי זענען פונקט אין א גוטע מוד, זיי וועלן דיר באגיסן מיט קאמפלימענטן און דיר מאכן שפירן ווי דער מלך מהולל בתשבחות, מען שמועסט אזוי געשמאק, און דו רעדסט זיך ווידער איין אז די גוטע צייטן זענען היער טו סטעי, אבער ויהי ממחרת, עס קומט מאנטאג און דו ווערסט באוואשן ווי א סוטה פון קאפ ביז פוס, קיינמאל טוסטו גארנישט גוט, ביסט גארנישט ווערד, ביסט א לא יוצלח און א שלימזל... פלוצלינג קענסטו נישט קאמיוניקיעטן מיט אים, קענסט אים נישט מסביר זיין, דו ביסט סטאק! דו ביסט צומישט און פרוסטרירט און דו קענסט נישט מאכן סענס וואס דא האט פאסירט, ווייל דו האסט באמת גארנישט געטון. עפעס האט אים פשוט געטריגערט און אויפגערעגט און אויפאיינמאל האסטו געטראסקעט מאיגרא רמא פון זיין דער בעסטער מענטש לבירא עמיקתא צו גארנישט מיט נישט. די שעדליכע התנהגות און דאס נישט וויסן וואו דו שטייסט איז ממש מעביר את האדם מדעת קונו רח"ל, אין געוויסע גאר שווערע פעלער בלייבן די קרבנות טראומאטיזירט פאר לאנגע יארן דערפון.
"סטרינגס עטטעטשד". יעדע גוטע זאך וואס זיי טוען איז פאראן א כוונה הונטערן באוואוסטזיין. צי איז דאס כבוד און רוהם, אדער צוריקצובאקומען עפעס, אלעס האט חשבונות. יעדע זאך וואס מען טוט גייט אדורך א בליץ-שנעלע ערנסטע פראצעדור פון מחשבות ווי אזוי די זאך גייט ווערן אויפגענומען ביי ראובן און ביי שמעון ביז יוסף ובנימין. נישטא אזא מציאות ווי סתם טון גוטע זאכן. אויב האבן זיי געטון עפעס א גוטע זאך פאר איימיצן, איז שוין יענער שולדיג די וועלט פאר אים. ס'טייטש, הכרת הטוב! נישט אזוי?
נארסיסיסטן זענען נעמער'ס, קיינמאל נישט קיין געבער'ס. אויב געבן זיי עפעס איז עס נאר א מתנה על מנת להחזיר בכפלי כפליים. זיי וועלן דיר קיינמאל נישט געבן א מתנה ווייל זיי האלטן אז דו ביסט עס ווערד. אונטערן באוואוסטזיין האבן זיי חשבונות וואס זיי גייען פארדינען דערפון אין דער צוקונפט.
דאס איז גורם אז זיי גלייבן נישט אז אנדערע מענטשן טוען יא חסד בלויז לשם חסד, שלא על מנת לקבל פרס. ממילא נעמען זיי אן אנדערע מענטשנ'ס חסדים מיט פארדאכט.
"דאבל סטענדערדס". אדער א ענליכע אויסדרוק: "צוויי סעטס פון רולס". זיי מעגן אלעס טון, אבער דו נישט. ווען דו האלטסט זיי פאר היתכן, וואס איז פשט? וועסטו אויסגעפונען אז ענק געפינען זיך אין צוויי באזונדערע פלאנעטן. דער נארסיסיסט געפינט זיך אין א פלאנעט וואו מען מעג אלעס, און טאמער האט מען יא אמאל געטון עפעס וואס איז נישט ערלויבט קען מען זיך גרינגערהייט ארויסדרייען מיט א תירוץ וואס פארענטפערט אלע עוולות און אין אחר התירוץ כלום, און אלעס איז גוט און פיין. משא"כ דו לעבסט אין א פלאנעט ווי גארנישט איז נישט אקצעפטירט. דו טארסט נישט און פארטיג. די ווארט 'תירוץ' עקזיסטירט נישט אין יענעם פלאנעט, עס העלפט אפילו נישט קיין תשובה...
דו קענסט טענה'ן די מערסט לאגישע סברות, זיי אויפווייזן אז זיי טוען די זעלבע זאכן (אדער נאך ערגער) און דו ביסט נישט אנדערש ווי זיי, אבער דו וועסט אין ערגעץ נישט אנקומען. די אביוזערס גיבן זיך אליינס רשות צו טון וואס זיי ווילן. פארפאלן, זיי זענען אין די ווייסע וועלט און וועלן בלייבן אייביג ווייס, נישט קיין חילוק וואס זיי טוען; דו ביסט אין א שווארצע פינצטערע וועלט און דו בלייבסט שווארץ, אפגעזען וואס דו פרובירסט צו טון ארויסצוקומען פון דארט! פרוביר אפילו נישט צו טענה'ן...
עס איז איבריג צו זאגן וואספארא פסיכאלאגישע ווייטאג דאס ברענגט פאר'ן קרבן. היפאקריטיזם בתפארתה! אויב יושר איז געשטארבן אין די גאנצע וועלט, איז עס ביים נארסיסיסט געשטארבן מיט א מיתה משונה. נישטא קיין יושר, קיין לאגיק, קיין הסברים. נאר פאקטן וואס די אביוזערס האבן אפגעמאכט אין זייער קראנקן קאפ. דו זעהסט מיט דיינע פליישיגע אויגן קליפ און קלאר וואספארא עוולות עס ווערן געטון, יעדער נארמאלער מענטש זעהט דאס, אבער נישט די נארסיסיסטן. זייער פארדרייטע וועג פון טראכטן מאכט זיי אנקוקן די וועלט אנדערש, און זיי זעען נישט וואס דו זעהסט.
צווישן נארמאלע געזונטע מענטשן ארבעט עס נישט אזוי, ווי דער באקאנטער
שפריכווארט גייט: "What's good for the goose is good for the gander", וואס איז גוט פאר מיר איז אויך גוט פאר דיר. עס איז דא "איקוואליטי" (equality), אבער די נארסיסיסטן האבן דאך אזא פארדרייטע סעלף-סענטערד בליק אויף די וועלט, ווי זיי קוקן פון אויבן אראפ אויף יעדן איינעם, ממילא כאפן זיי נישט ווי היפאקריטיש זיי פירן זיך אויף. צב"ש זיי פארלאנגען אפן זייער אטענשאן און עדמיירעישאן, אבער זיי וועלן דאס קיינמאל נישט געבן פאר יענעם.
"קריעטינג סטאריס אין דהער העד" – אויפמאכן פאלשע מעשיות אין זייער קאפ. דאס פאדערט נישט קיין לאנגע הסברים. די חברה האבן א טיפע אימעדזשינעישאן, און זיי זעען זאכן ווי אזוי זיי ווילן עס זעהן, כאטש וואס האט קיינמאל נישט פאסירט, (הגם געווענליך האט עס עפעס אן אחיזה אינעם אמת, ווי שוין ערווענט אין א פריערדיגע קאפיטל). דאס דערמאנט די חז"ל אז יעדע שקר וואס האט נישט עפעס אמת אין זיך האט נישט קיין קיום, דעריבער וועלן די נארסיסיסטן לכתחילה זוכן עפעס וואס האט עפעס אן אחיזה אינעם אמת, למשל אויב האסטו איבערגעלאזט א ברעקל זאלץ אויפ'ן טיש נאכ'ן אויפרוימען וועלן זיי באשולדיגן אז דו האסט אויסגעגאסן א האלבע באטל זאלץ און דו ביסט קיינמאל נישט קעהרפול און מען קען נישט וואוינען מיט דיר...
המשך יבא אי"ה