א רגע נאך יעצט פארגעס איך עס.

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: א רגע נאך יעצט פארגעס איך עס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ, ובזכות הצדיקים

טערעפיסט: א גוטן הרב 'קליענט'.

קליענט: א גוטן הרב טערעפיסט.

ט: וויאזוי איז געווען דיין באוואוסטזיניגקייט בעת דו האסט געפילט אז דער סענסעשאן שפילט אין דיר? וואס האסטו דאן געוואוסט, וואס איז דיין עכטע פראבלעם?

ק: האסט מיט מיר איינמאל געמאכט א סעשאן, און ס'איז ארויסגעקומען אז דאס קומט אלץ א געוויסע פחד אז איך גיי אריינפאלן אין טון זאכן וואס איך וויל מיך צוריקהאלטן דערפון. איך וואונדער מיך, לכאורה, איך ווייס דאך אז איך האב אנדערע וועגן וויאזוי צו זיין גוט, סאו, וואס איז די פארלוירנקייט? פארוואס דארף איך ווערן אזוי פארלוירן?

(די צעטיל איז: אוי, דו ביסט דא? געוואלד, דו ביסט דאך א אנדייטונג אז איך בין יא נאנט צו אזעלכע סכנה'דיגע טעריטאריע. אזוי פילט זיך עס ווען מ'איז צו נאנט אהין ח"ו, איך מוז מיך פון דיר רייניגן, כדי דו זאלסט נישט זיין א סימן אז ס'איז יא דא ממשות אין דעם מימרא פון יענעם. נאך דערצו ברבים. איך קען דיר נישט לאזן אין מיר.

זייער גוט, איך האב א עצה, דו גייסט מיר נוצן אלץ א סיגנאל, יעדעס מאל איך בין אין א מצב וואס ענדלט אפילו נאר מיט עפעס, צו יענע מציאות, קום און ווארן מיר מיט דיין גאנצע כוח, און אויב איך מאך נישט וואוסנדיג, פייף שטערקער, פייף ווילאנג איך אנטלויף נישט. נאר דו קענסט מיר ראטעווען פון אריינפאלן חלילה דארט אהין אין יענע שרעקליכע מציאות, אן דיר בין איך פארלוירן, אן דיר בין איך אנטבלויזט, דו ביסט די איינציגע אפהאלט.
פון איין זייט וואונדער איך מיך פארוואס איך דארף מיך פון דיר רייניגן, אבער פון די אנדערע זייט דו ביסט מיר די איינציגסטע לעבנס רעטער.)

ט: לאמיר זיך פארשטעלן ווי דו ביסט יעצט אין יענע מצב, און עס קומט ארויף אין דיר אזעלכע רמזים אז דו ביסט נאנט צו אזעלכע זאכן. און דאס מאל זאגסטו "פארוואס מאך איך אפילו פון דעם א עסק, איך האב מיין תורה וויאזוי זיך צו פירן, און דער באשעפער צו וועם מיינע אויגן זענען געווענדעט אז ער זאל מיך העלפן" און דו גייסטעך ווייטער, אן מאכן פון דעם א עסק. צי קומט ארויף עפעס א אומבאקוועמליכקייט?

ק: איך פיל עפעס אזא "איך פארפעל א געלעגנהייט"

ט: פרוביר נאכאמאל.

ק: יא, עס קומט ארויף "איך פארפעל א געלעגנהייט"

ט: אקעי, גוט, האב נישט קיין מורא וואס דו גייסט טרעפן אין דיר, ווייל ווען א מענטש טרעפט זיין נישט גוטע זאך, קען ער עס פאררעכטן. דו גייסט נישט ווערן אפגעפרעגט אין מיינע אויגן מיט קיין משהוא, אפילו אויב עס גייט ארויף קומען דאס ערגסטע. האב נישט מורא זיך צו באגעגענען מיט זאל עס זיין וואס עס זאל (נישט) זיין. זאג אזוי: איך פארפעל א געלעגנהייט פון...

ק: איך מיין אז עס קומט ארויף "פון עקספלארירן די מינע נושאים וויאזוי עס ארבעט אז א מענטש פאלט אריין אין נישט גוטע זאכן. וואס געשעט אין א מענטש פאר ער פאלט אריין, וכו'.

ט: זאג אזוי: אה, זייער גוט, איך האב יעצט א געלעגנהייט צו פארשטיין וואס עס געשעט אין א נפש, ביז א רגע פאר'ן אריינפאלן.

ק: (שמייכלט, לאכט...)

ט: זאג עס. זייער וויכטיג עס צו זאגן. זאג עס פאר די נפש וואס וויל זיך אנטוויקלן אין דיר. זאג: זייער גוט. יעצט גיי איך ענדליך פארשטיין וואס עס געשעט אין א נפש, וואס עס ברענגט אים צו אריינפאלן.

ק: (שעמט זיך)

ט: און אז איך גיי עס פארשטיין?

ק: גיי איך פארשטיין וויאזוי צו העלפן די וואס פאלן אריין.

ט: זאג: איך מוז עס אליין עקספיריענסן, איך מוז פילן וואס די וואס פאלן אריין גייען דורך, איך וויל טאקע נישט אריינפאלן, אבער כאטש עקספיריענסן א גוטן קלארן בליק די נענטסטע וואס איך קען קומען צום גרוב.

ק: (זאגט עס)

ט: זאג: און אויב איך גיי נישט עקספיריענסן אזעלכע זאכן, און טאקע באמת נישט וויסן.

ק: מענטשן ליידן ביטערע ביטערע יסורים, און קיינער קיינער קיינער קען זיי נישט העלפן. איך מוז לעזן דעם מיסטעריע!

ט: פרוביר נאכאמאל, און געדענק: זאג דעם אמת. מיט דרייען און נישט זאגן דעם אמת, וויאזוי קענסטו אנקומען צום שורש. משל דיר אויס אז יעצט איז יענע מצב און זאג: און אויב איך גיי נישט עקספיריענסן אזעלכע זאכן, די נענטסטע וואס מעגליך, דאן...

ק: עס קומט מיך ארויף א רחמנות געפיל. איך האב אזוי רחמנות.

ט: זאג אזוי. ס'גוט, קיינער דארף נישט אנקומען צו מיין רחמנות. מענטשן געבן זיך א עצה אן מיר. ס'דא גענוג און נאך הילף. און איך מיט מיינע עצות וועט זיכער נישט אויסמאכן

ק: אה, יעצט פיל איך אליין. עס קומט ארויף מיין גאנצע "קיינער דארף מיך נישט" אזא גארנישטקייט. יא.

ט: וואס פאר א שייכות, האט דאס האבן א כראנישע אומבאהנדלטע געפיל פון "איך בין ווייסע טינט אויף א ווייסע פאפיר", מיט דעם נישט קענען זאגן "איך ווייס דאך אז איך האב אנדערע וועגן וויאזוי צו זיין גוט, איך האב א תורה מיט'ן באשעפער צו וועם מיינע אויגן זענען געוואנדן"

ק:

צעטיל

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

אין די צייט וואס איך וויל יעצט זאגן "פארוואס מאך איך אפילו פון דעם א עסק, איך האב מיין תורה וויאזוי זיך צו פירן, און דער באשעפער צו וועם מיינע אויגן זענען געווענדעט אז ער זאל מיך העלפן, דאס איז א נארישע מחשבה, און איך גיי מיך ווייטער" ווער באוואוסטזיניג צי וויל איך טאקע נישט עקספיריענסן א נאנטן בליק אין דעם, ווייל פון איין זייט הייב איך פילן אז איך פארפעל א געלעגנהייט צו עקספיריענסן וויאזוי די נפש ארבעט דשאסט פאר'ן אריינפאלן אין גרוב, און איך פיל רחמנות צו העלפן די וואס פאלן אריין, צו ראטעווען מענטשן פון ביטערע יסורים.

ווען איך ערלויב מיך צו לעבן מיט די אמת וואס איך ווייס פאר א פאקט אז מענטשן האבן שוין ווער עס האט רחמנות אויף זיי, און ווער ס'העלפט זיי, קומט ארויף מיין כראנישע אומבאהאנדלטע "איך בין ווייסע טינט אויף א ווייסע פאפיר", סאו, צי בין איך טאקע גרייט צו גיין ווייטער אן די גאנצע אינערליכע געשעעניש. ווייל פון די צווייטע זייט, זייער שווער פאר מיר צו פילן די סארט 'גארנישט'קייט', זייער שווער.

והשם הטוב יעזור
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: א רגע נאך יעצט פארגעס איך עס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

טערעפיסט: א גוטן הרב 'קליענט', וויאזוי גייט עס?

קליענט: השי"ת העלפט.

ט: וויאזוי גייט עס מיט דעם סענסעשאן?

ק: צוויי זאכן, איינס ווען עס איז געלונגען, און איך פיל נישט דעם סענסעשאן, פיל איך אבער אזא טרוקנקייט, עס לעבט זיך נישט אויף ביים דאווענען. און באהאלטענערהייט וואונטש זיך מיר אז איך זאל יא האבן דעם אינערליכן קריג. און צווייטנס וואלט איך געוואלט אויסשמועסן דעם צעטיל, וואס ס'שטייט דארט: און סייווי איז א שאד אז איך נוץ עס נישט אויס, עס גייט מיר סייווי נישט. איך קען עס פילן אין מיר.

ט: דו געדענקסט יעצט א מצב נפשי ווען דו פילסט אט דעם גארנישט'קייט?

ק: יא, אינדערפרי, פאר איך שטיי אויף.

ט: און זאג: אויב איך ערלויב מיך צו פילן אין מיר די כוחות הנפש וואס השי"ת שענקט מיר יעצט?

ק: יא, ס'קומט ארויף "ס'איז א שאד עס צו פילן, איך נוץ עס סייווי נישט אויס"

ט: זאג: אויב איך גיי פילן מיינע כוחות, אפילו אויב איך נוץ עס נישט אויס ווי איך דארף

ק: גייט מען האבן טענות אויף מיר.

ט: און וואס איז אזוי שווער דערמיט?

ק: עס מאכט מיך פילן אז איך בין גארנישט. עס קלאפט מיך אוועק.

ט: פרוביר נאכאמאל. אויב איך גיי מיך לאזן אינגאנצן פילן מיינע כוחות וואס איך באקום יעצט פון באשעפער אלץ מתנה, אפילו אויב איך נוץ עס נישט אויס...

ק: גיי איך פילן אויסטערלישע צער, פארוואס איך נוץ עס נישט אויס.

ט: פרוביר נאך איינמאל: אויב איך גיי מיך ערלויבן אינגאנצן צו פילן די מערסטע שייך, מיינע כוחות וואס השי"ת שענקט מיך יעצט במתנה גמורה פון הימעל...

ק: גיי איך מוזן טון.

ט: נאך איינמאל. אויב איך גיי מיך יעצט ערלויבן אריינצולאזן אין מיר די גאנצע שטראם פון די כוחות הנפש וואס השי"ת שענקט מיך יעצט...

ק: פארוואס האב איך עס נישט אויסגענוצט ביז יעצט.

ט: נאך איינמאל

ק: גיי איך מוזן טון, און איך האב נישט קיין כוח.

ט: וואס הייסט 'איך האב נישט קיין כוח', באקומסט דאך כוחות?

ק: גיי איך מוזן טון זאכן וואס איך בין געצווינגען.

ט: לאמיר זיך פארשטעלן, אז דו ערלויבסט יא דיינע כוחות אריינצוקומען אין דיר מיט די גאנצע קראפט וואס עס האט אין זיך, און דו ביסט מצליח צו טון וואס אט די כוחות טרייבן דיך, און אלעס איז גוט...

ק: איך האב נישט קיין צייט צו כאפן א בליק אויף מיין 'איך'.

ט: זאג: אויב איך ערלויב מיך אריינצולאזן מיינע כוחות אין מיר, עס אינגאנצן צו פילן, האט עס אבער נישט אין זיך א 'איך'. ווייל.

ק: א 'איך' איז נאר ווייטאג.

ט: זאג: נאר א פארווייטאגטער 'איך', וואס שטעלט מיך אפ, און עס מאכט מיך טראכטן דערפון, נאר דאס פילט זיך אלץ א 'איך', אבער סתם אריינלאזן כוחות, דאס איז נישט דאס. עס האט נישט א 'איך'.

ק: ס'פילט זיך אמת.

ט: וואסערע שייכות האט דאס אז דו זוכסט א 'איך', אבער דו זוכסט עס ערגעץ אנדערש ווי ערלויבן צו פילן דיינע כוחות וואס קומען פון הימעל, מיט דעם אז עס קען דיר פעלן חיות ביים דאווענען?

ק: (פארשטייט די שייכות)

צעטיל: בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

פרוביר צו ווערן באוואוסטזיניג, ווען דו קומסט אן צו די ווערטער: און סייווי איז א שאד עס צו פילן, ווייל איך נוץ עס סיי ווי נישט אויס"

אז אויב איך גיי מיך יא ערלויבן אינגאנצן צו פילן מיינע כוחות, אפילו אויב איך ווייס אז איך נוץ עס נישט אויס, הייב איך אן פילן די טענות וואס מ'האט, אדער איך האב, אויף מיר, און איך גיי ווייטער פילן אז איך בין גארנישט, איך גיי ווייטער פילן צעקלאפט. וואס האב איך פון פילן מיינע כוחות?

און איך גיי פילן אויסטערלישע צער פארוואס איך נוץ עס נישט אויס.

און אויב איך שטעל מיך פאר אז איך נוץ עס יא אויס, קומט ארויף, "איך האב נישט קיין צייט צו כאפן א בליק אויף מיין 'איך'" ווייל א 'איך' איז נאר ווייטאג. נאר ווען ס'גייט נישט.

אפילו אויב ווען איך זוך א 'איך' פון ערגעץ אנדערש ווי אינגאנצן פילן די כוחות וואס השי"ת שענקט מיך יעדע רגע, שאפט עס מיך צער פון סענסעשאנס וואס איך האב נישט ליב. האט אבער די 'איך' וואס קומט פון פילן די כוחות וואס קומט מלמעלה צו מיר, נישט א עכטע עכטע איך.

און דער גוטער באשעפער זאל שוין העלפן.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: א רגע נאך יעצט פארגעס איך עס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

טערעפיסט: א גוטן הרב 'קליענט', וויאזוי גייט עס מיט דיר?

קליענט: אגוטן. ב"ה, השי"ת זאל העלפן אויף ווייטער, מ'זאל שוין ווערן נאנט צו אים.

ט: וויאזוי גייט עס מיט דעם סענסעשאן?

ק: איך קלער אז דער סענסעשאן איז נאר א תוצאה פון א אינערליכע אנדערע געשלעג, און דער סענסעשאן איז נישט די סימפטאם וואס מ'דארף אויסמעקן בשורשו. איך מיין אז ס'הייבט זיך אן מיט א געוויסע מצב הנפש אין וועלכע עס איז מיר אביסל אומבאקוועם צו זיין דערין. און איך קלער אז איך טו עפעס אינערליך ארויסצוגיין דערפון, און דער 'עפעס' וואס איך טו ארויסצוגיין דערפון איז קוים מערקבאר. דער מצב הנפש איז א געוויסע 'איך' אין וועלכע איך וויל זיך נישט געפינען. עס האט נאר דאס: א געוויסע 'איך' וואס איז קוים מערקבאר אומבאקוועם. כמעט אינגאנצן באקוועם.

ט: איז, בזכות הצדיקים, לאמיר פרובירן צו פארטיפן דיין באוואוסטזיין אין דעם אומבאקוועמליכקייט, און לאמיר עס משיג זיין ווי אנדערש ס'איז פון דיין געווענליכע מצב הנפש. שטעל דיך פאר דעם מצב הנפש, און זאג אזוי: דעם וועג איז די וועג וויאזוי איך גיי בלייבן, און אזוי וויל איך בלייבן. ס'איז גארנישט אז עס פילט זיך נאר קוים מערקבאר אומבאקוועם. אזוי גיי איך זיין ביי יעדע מענטש וואס איך באגעגן אין מיין לעבן. אזוי גייט מיך דער באשעפער זען. אזוי גייט מיך יעדער זען. אזוי גיי איך מיך אליין זען. דאס איז די וועג וויאזוי איך גיי זיין. אזוי וויל איך בלייבן, און איך גיי גארנישט טון עס צו טוישן.

ק: (פילט עפעס, אבער קען עס נישט ארויסברענגען אין ווערטער)

ט: זאג: אויב איך בלייב גענוי די וועג וויאזוי איך פיל מיך יעצט, איז די בעסטע ווארט פאר דעם...

ק: די אונטערשטע פון די שטייסל.

ט: שטעל דיך פאר א שטייסל, און זאג: דער בחינת 'איך' איז יעצט דא אונטן.

ק: פארבלייבט דא אונטן.

ט: טראכט עס א מינוט. עקספיריענס דאס. עקספיריענס די געפילן דערפון. פאר א גאנצע מינוט. און יעצט זאג: דאס ביסל אומבאקוועמליכקייט מיינע מיט דעם 'איך' איז ווייל...

ק: איך בין נישט דער גרעסטער, דער בעסטער, דער שענסטער.

ט: פרוביר אזוי. נעם די אומבאקוועמליכקייט וויאזוי דו פילסט דיין 'איך' אין יענע מינוטן, און געדענק, דאס פילט זיך ממש 'קוים' אומבאקוועם. און קום אריין - מיט דיין דמיון - אין ביהמ"ד, וואו דו קענסט, און זעה ווי יעדער פילט זיך דעם אומבאקוועם. וואס איז דאס?

ק: איך מיין אז עס קומט מיר ארויף א בילד פון א אראפגעפאלענעם בוים בלעטל אויף דער ערד.

ט: פרוביר נאך. פרוביר צו גיין פון מענטש צו מענטש, איינעם נאכן צווייטן.

ק: אזא inferiority. מינדערוויכטיגקייט.

ט: נעם דעם 'איך' גענוי וויאזוי עס פילט זיך דיר, לייג נישט צו, און נעם נישט אראפ, און שמיר עס אן אויף נאך מענטשן. גיי

ק: איך האב א פגם. איך בין נישט גאנץ.

ט: גיי נאך

ק: אזא אינערליכע קריטיק.

ט: האסט מיר געזאגט אז דער 'איך' האט גארנישט, עס איז דשאסט א 'איך' געפיל. עס האט נישט קריטיק.

ק: קוים מערקבאר.

ט: פרוביר נאך, און פארטיף דיך אין יענעמ'ס 'איך', וואס פילט יענער?

ק: איך מיין אז עס קומט ארויף "איך בלייב צעדרוקט". "איך בלייב פארשעמט". "איך בלייב אונטערדרוקט". "איך בלייב אוועקגעמאכט".

ט: יעצט, פרוביר צו זעהן אין דיין דמיון א מענטש וואס פילט נאנט צום אייבערשטן, און ער פילט גוט מיט זיך אליין, מה יפית ומה נעמת אהבה בתענוגים, און ער דאווענט שמו"ע, און יעצט האלט ער ביי שים שלום, און אפ, עס קומט אריין אין אים אט דער קוים מערקבארער 'איך'. וואס פילט יענער? און געדענק: דער 'איך' פילט זיך כמעט נישט אומבאקוועם. עס איז דשאסט עפעס עפעס אומבאקוועם. נישט די באקוועמסטע.

ק: איך ווייס נישט פארוואס, אבער דאס מאל קומט מיך ארויף "מ'טשעפעט מיך, און איך וויל מיך דערפון ארויסזעהן".

ט: אקעי. לאמיר זעהן אזוי. דו זעהסט איינעם ארויסקומען פון מקווה, אינזין געהאט כל כוונות האר"י הקדוש, און אזוי ארויסקומענדיג פילט ער אט דעם קוים קוים אומבאקוועמער 'איך' דיינעם. כמעט אלעס איז באקוועם, נאר עפעס אין דעם 'איך' איז אומבאקוועם. וואס איז דער 'עפעס'?

ק: איך בין נישט קיין שלימות.

ט: פרוביר נאכאמאל.

ק: יא, ער פילט "איך בין נישט קיין שלימות"

ט: האט עפעס: "איך בלייב צעדרוקט". "איך בלייב פארשעמט". "איך בלייב אונטערדרוקט". "איך בלייב אוועקגעמאכט". מיט דעם אז מ'פילט אז "איך בין נישט קיין שלימות"?

ק: איך ווייס נישט פארוואס, אבער עס קומט מיך ארויף 'צער'. צער פון די אלע זאכן.

ט: קען זיין אז דו ווייסט יא. סאו, טראכט, פארטיף דיך. וואס האט "איך בין נישט קיין שלימות" מיט די אלע צער?

ק: אפשר אנטלויף איך דערפון? איך קען פילן ווי עס קומט ארויף.

ט: זאג אזוי: אדער פיל איך אז איך בין שלימות, אויב נישט טרעף איך מיך אין אזא 'איך' וואס איז פארמישט אין די אלע צער.

ק: (זאגט עס)

ט: יעצט לאמיר זיך פארשטעלן א מאן וואס קומט אהיים סוף טאג, און ער זעהט זיינע בני בית, און ער פילט זיך גוט. עכט גוט. די וועג וויאזוי דו פילסט דיך גוט מיט דיך אליין

ק: קעי, און...

ט: און פלוצלינג קומט ארויף אט דער קוים קוים אומבאקוועמער 'איך' דיינעם, "ממש א האר נישט דיין סייז", וואס איז די אומבאקוועם?

ק: ער פאלט אריין אין א וואסער'ל מיט צער

ט: קודם זאג מיר, וואס איז די אומבאקוועם?

ק: ער פילט אז ער פארלירט אויף עפעס א מיסטעריעזע אופן אלע זיינע רעכטן. ער פילט זיך עפעס אומבארעכטיגט. עפעס זייער שוואך. אפילו ווען ער ווייסט קלאר אז מ'רעכנט זיך שטארק מיט וואס ער זאגט.

ט: אבער פארלירן אלע זיינע רעכטן, קען נישט זיין דער 'איך' פון וואס דו רעדסט. ווייל דו האסט מיר געזאגט אז ס'איז זייער א קוים מערבארער אומבאקוועמליכקייט.

ק: ס'זעהט עפעס אויס ווי דאס נישט פילן שלימות'דיג, שאפט א שפאלט און אלע צער רינט אריין. די שלימות איז אזא גדר וואס האלט אלעס צוריק פון אריינקומען. דער שלימות'דיגער 'איך', איז נישט דער מלא צער'דיגער 'איך'.

ט: יעצט, דו האסט מיר געפרעגט אנהייב סעשאן פארוואס דו פילסט אז דו מוזט אנטלויפן פון אט דעם 'איך', עס איז דאך נאר אזא קוים מערקבארער 'איך', אבער דו אנטלויפסט דען פון דעם 'איך'?

ק: ניין, איך אנטלויף פון די 'איך' וואס קומט אנשטאטס דעם.

ט: אבער וואס האט די אלע געפילן, די אלע צער, מיט פילן שלימות'דיג?

ק: איך ווייס נישט, אפשר אז אזוי וועט עס נישט געשען.

צעטיל:

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

ווען דו באמערקסט אז דו קענסט אריינגיין אין א מצב וואס פילט זיך נישט אזא שלימות'דיגער 'איך', "איך בין נישט דער גרעסטער, דער בעסטער, דער שענסטער" "איך בין נישט גאנץ", און דו ווילסט בלייבן דערין.

עס איז גאנץ שווער זיך צו האלטן אין דעם 'איך', ווייל דער 'איך' האט אין זיך אזא מינדערוויכטיגקייט, קוים מערקבאר, "איך בלייב צעדרוקט". "איך בלייב פארשעמט". "איך בלייב אונטערדרוקט". "איך בלייב אוועקגעמאכט". דער 'איך' איז אזא וואס איז געטשעפעט, דער 'איך' האט צער. דער 'איך' איז אומבארעכטיגט, און זייער שוואך.

כאטש איך וויל זיך האלטן אין דעם נישט שלימות'דיגן 'איך', כדי דער אינערליכער געשלעג זאל נאכלאזן, אבער מיט וועלכע 'איך' באגעגן איך מיך? דער שלימות'דיגער 'איך' האלט אלעס אוועק פון מיין באוואוסטזיין.

והשם הטוב יעזור בזכות הצדיקים
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: א רגע נאך יעצט פארגעס איך עס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

טערעפיסט: וויאזוי גייט עס?

קליענט: ב"ה, און דער אייבערשטער זאל העלפן ווייטער. אבער איך האב א חשש אז איך האב רעזיסטענס זיך עכט אריינצולאזן צו פילן די וואג פון די תוכן פון די לעצטע צעטיל. מיינע געדאנקען ווערן פארנומען מיט עפעס א אנדערע עצה וואס איינער האט מיר אמאל געגעבן, און איך וויל ענדערש טון דעם עצה פון די סארט מהלך וואס איך האב מיך געקליבן. און איך וואונדער מיך פארוואס איך קען נישט פאלגן מיך אליין צו ווערן באוואוסטזיניג אויף די עמאושענעל ווייטאג וואס ליגט אינעם צעטיל, וואס איז די שורש פון די אינערליכע שטופ ענדערש צו פאלגן וואס יענער האט מיר גע'עצה'ט. איך האב דאך א צעטיל וואס איך האב באקומען פון דיר.

ט: סאו, לאמיר זיך פארשטעלן ווי דו זעהסט פאר דיר די צוויי דרכים, איינס יענעמ'ס עצה, און די אנדערע איז זיך לאזן פילן די תוכן פון דעם לעצטן צעטיל. אדער אנדערע פרא-סימפטאם. און זאג: איך וויל מיך ענדערש באוואוסטזיניגן אויף די אמת וואס שטייט אינעם צעטיל, אבער ס'דא א חלק אין מיר וואס וויל לויפן אנדערש.

ק: איך וויל מיך ענדערש באוואוסטזיניגן אויף די אמת וואס שטייט אינעם צעטיל, אבער ס'דא א חלק אין מיר וואס וויל לויפן אנדערש. און שטופט מיר אהין.

ט: טראכט פון דעם אינערליכן טרייב-קראפט אין דיר, וואס וויל שטופן דיין נפש אויף אהין. און זאג: א חלק אין מיר וויל ענדערש פאלגן יענע עצה, ווייל...

ק: יענער ווייסט בעסער. אבער איך ווייס דאך אז יענער ווייסט נישט בעסער, איך ווייס בעסער. איז, פארוואס קען איך נישט אינגאנצן אריינלאזן וואס איך ווייס, פארוואס בין איך שוואך צו וואס יענער ווייסט?

ט: זאג: אויב איך גיי יעצט אינגאנצן אריינלאזן אז די אמת איז וואס איך ווייס, און אפלאזן וואס יענער האט מיר געזאגט, דאן...

ק: איך מיין אז ס'קומט מיר ארויף אזא געפיל פון בלייבן אליין, בלייבן מיט מיך אליין. בלייבן אן שטיצע, געפילישע שטיצע. איך האב זייער ליב געפילישע שטיצע וואס נעמט מיך ארום ווי א ווארעמע דאכענע אין א קאלטע נאכט, און איך ווער זייער "קאלט" ווען איך פיל עס נישט.

ט: פרוביר נאכאיינמאל, און פון יענע חלק וואס שטופט דיין נפש אהין, זאג: אויב איך גיי יעצט אינגאנצן אריינלאזן אז די אמת איז וואס איך ווייס, און אינגאנצן אפלאזן די מהלך וואס יענער האט מיר געזאגט, אז ס'האט גארנישט מיט מיר, דאן...

ק: יא, איך פיל אז איך בלייב אליין.

ט: פרוביר נאכאמאל

ק: איך בלייב אליין, מיט מיר אליין, אליין צו סטראגלן מיט מיין פראבלעם, אן שטיצע.

ט: זאג עס נאכאמאל

ק: ס'קומט מיך ארויף ווייטאג.

ט: ביסט געווארן אין טאטש מיט עפעס א ווייטאג וואס קומט ארויף אין דיר, אויב דו גייסט אליין, און לאזט אפ יענעמ'ס עצה. בלייבסטו אליין מיט אט די ווייטאג. אפשר פרובירסטו נאכאמאל צו פילן וואס עס קומט ארויף.

ק: איך בלייב אליין מיט מיין גאנצע אומדערליידנדע ווייטאג. און עס קומט ארויף די וואונדער "צי גיי איך טאקע קענען אליין דילן מיט די זאכן וואס דרוקן מיר"

ט: וואלסטו מיר געקענט זאגן וואס אט די 'אומדערליידנדער ווייטאג' איז?

ק: מיינע אומדערטרעגליכע ווייטאג ווילן מיך פארשוועמען, און צי קען איך מיך דערמיט אליין שלאגן, מיט מיין אייגענע וועג.

ט: פרוביר נאכאמאל

ק: יא. דאס קומט ארויף.

ט: גוט.

ק: איך פיל אז איך האב דיר נאך וואס צו זאגן, אז ווען איך האב געליינט דיין צעטיל האב איך געפילט ווי איך קען זיך נישט געהעריג אריינלאזן דערין. חוץ פון די רעזיסטענס וואס מיר האבן פריער גערעדט.

ט: איך מיין אז קודם זאלסטו זעהן אז די אויבנדערמאנטע רעזיסטענס זאל נאכלאזן, און נאכדעם וועלן מיר גיין אי"ה נאך טיפער

ק: גוט. און דער אייבערשטער זאל העלפן

ט: זאג אזוי, זאג: פון איין זייט וואונדער איך מיך פארוואס עס איז דא אין מיר א שטופ צו פאלגן די אנדערע עצה, ווען איך פארשטיי בעסער ווי יענעם. אבער פון די צווייטע זייט, אויב איך לאז עכט אריין אין מיר אז איך לאז אפ יענעמ'ס עצה, אז עס האט גארנישט מיט מיר, און איך גיי מיט מיין מהלך, דאן הייב איך אן פילן אז איך בלייב אליין מיט מיין גאנצע אומדערליידנדע, אומדערטרעגליכע, ווייטאג וואס ווילן מיך פארשוועמען, צו סטראגלן מיט מיינע פראבלעמען אליין, אן געפילישע שטיצע. און עס קומט ארויף די וואונדער "צי גיי איך טאקע קענען אליין דילן מיט די זאכן וואס דרוקן מיר מיט מיין אייגענעם וועג".

ק: (זאגט עס)

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

פון איין זייט וואונדער איך מיך פארוואס עס איז דא אין מיר א שטופ צו פאלגן די אנדערע עצה, ווען איך פארשטיי בעסער ווי יענעם. אבער פון די צווייטע זייט, אויב איך לאז עכט אריין אין מיר אז איך לאז אפ יענעמ'ס עצה, אז עס האט גארנישט מיט מיר, און איך גיי מיט מיין מהלך, דאן הייב איך אן פילן אז איך בלייב אליין מיט מיין גאנצע אומדערליידנדע, אומדערטרעגליכע, ווייטאג וואס ווילן מיך פארשוועמען, צו סטראגלן מיט מיינע פראבלעמען אליין, אן געפילישע שטיצע. און עס קומט ארויף די וואונדער "צי גיי איך טאקע קענען אליין דילן מיט די זאכן וואס דרוקן מיר מיט מיין אייגענעם וועג".

כאטש איך ווייס אז די מהלך איז זיך צו באוואוסטזיניגן אויף די פרא-סימפטאם פאזישן, אבער צי בין איך גרייט זיך צו פילן אליין מיט מיין סטראגל.

והשם הטוב יעזור
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: א רגע נאך יעצט פארגעס איך עס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

טערעפיסט: א גוטן הרב 'קליענט'

קליענט: א גוטן.

ט: וואס טוט זיך, וויאזוי גייט אלעס?

ק: איך האב דיר אזויפיל וואס צו פארציילן, איך בין אזויפיל דורך זייט נעכטן. איך האב באמערקט אז אין די זעלבע צייט וואס די סענסעשאן פלעגט געשען, און עס געשעט מער נישט, קומט אבער ארויף אזא סארט 'ענקזייעטי'. איך ווייס נישט צי עס האט א שייכות מיט דעם סענסעשאן, צי נישט.

ט: גוט. קענסט מיר מער שילדערן וויאזוי עס פילט זיך דיר דער סארט 'ענגזייעטי'?

ק: איך פיל ווי איך וויל ארויספליען פון מיין קערפער.

ט: גוט. און דער הייליגער באשעפער זאל העלפן. לאמיר זיך פארשטעלן דעם מצב, און זאג מיט א רואיגקייט: איך בלייב דא אינגאנצן פנים אל פנים מיט די ריאליטעט.

ק: איך בלייב דא אינגאנצן צו קוקן אין פנים פון ריאליטעט און נישט אוועקפליען, נאר דא זיין אינגאנצן.

ט: צי קומט עפעס ארויף?

ק: עס קומט ארויף "איך בין אזא גארנישט", "אזא לא יוצלח", בקיצור עס קומט ארויף ווייטאג.

ט: אפשר פרובירסטו נאכאמאל צו זאגן וואס איך האב דיר געזאגט אז דו זאלסט זאגן, און זאג מיר מער וועגן די ווייטאג, וואסערע ווייטאג איז עס?

ק: יא, עס קומט ארויף מיין לא יצלח'דיגקייט.

ט: זאג: אויב איך בלייב דא...

ק: אפשר קומט ארויף: דאס ביסטו, דו טוסט שלעכט.

ט: פרוביר נאכאמאל. זאג מיט א רואיגקייט: אויב איך בלייב יעצט דא רואיג און צופרידן, אינגאנצן דא...

ק: אפשר קומט ארויף: איך קען נישט דילן מיט די מצב.

ט: פרוביר נאכאמאל. שטעל דיך פאר אז דו בלייבסט רואיג, און בעיקר דו בלייבסט אין דיין קערפער אינגאנצן, און זאג: אויב איך בלייב יעצט דא...

ק: בין איך דא.

ט: יא, יא, דו ביסט דא. און אויב איך בין דא, פיל איך אז...

ק: איך פיל מיך עפעס זייער ווערדלאז. איך שטעל גארנישט צו.

ט: פרוביר נאכאמאל

ק: וויאזוי קען איך דא זיין צו מיטהאלטן וויאזוי ענק ליידן פון מיר

ט: פרוביר נאכאמאל. דו בלייבסט רואיג, הארץ איז רואיג, בלייבסט אינגאנצן אין דיין קערפער, דא! און זאג: אויב איך בלייב דא...

ק: איך בין אומבאדארפט.

ט: פרוביר נאכאמאל, און פאוקוס שטארק אויף די אומבאקוועמליכקייט וואס דו פילסט אינעווייניג, און פרוביר עס צו מאכן פאר ווערטער

ק: איך פיל אזוי ווי, אז די מצב איז די אנדערע זייט פון די מאגנעט, און עס שטופט מיך אוועק.

ט: קוק אויף די מאגנעט און זאג: דו שטופסט מיך אוועק.

ק: דו שטופסט מיך אוועק

ט: דו שטופסט מיך אוועק, ווייל...

ק: אזא מענטש איז נישט ווערד דא צו זיין.

ט: פרוביר נאכאמאל. בלייב רואיג, בלייב אין דיין קערפער אינגאנצן, און זעה די מאגנעט און זאג: דו שטופסט מיך אוועק ווייל..

ק: איך בין נישט ראוי צו זיין דא.

ט: פרוביר נאכאמאל.

ק: אפשר קומט ארויף: מ'האט מיך נישט ליב.

ט: פרוביר נאכאמאל.

ק: אה, איך מיין אז ס'קומט ארויף, דו האסט נישט קיין פלאץ אין דיין הארץ פאר מיר באמת.

ט: פרוביר נאכאמאל.

ק: יא, איך מיין אז דאס קומט ארויף, אזא געפיל פון "איך בין נישט באדארפט, עס איז נישטא קיין פלאץ פאר מיר"

ט: פארוואס איז נישטא קיין פלאץ פאר דיר?

ק: ווייל דו ביסט אזא לא יוצלח, דיין גאנצע וועזנהייט איז נאר בהכרח. עכט ביסטו א לאסט.

ט: פרוביר נאכאיינמאל

ק: יא, קיינער דארף דיך נישט דא. אבער איך פארשטיי נישט, איך ווייס דאך הונדערט פראצענט אז ס'איז נישט אמת, מ'דארף מיך יא. און מ'האט מיך יא ליב בכל לב ונפש. וויאזוי קען זיין?

ט: איז, פרוביר צו לעבן מיט די ידיעה אז מ'דארף דיך יא, און מ'האט דיך ליב, און דו האסט זייער א שטארקע פלאץ דא. צי קומט עפעס ארויף?

ק: יא.

ט: וואס?

ק: וויאזוי טו איך דאס צו ענק? פארוואס בין איך נישט מער געטריי. און עס קומט ארויף "איך קען ענק נישט העלפן ווען ענק גייען זיך געפינען אין א ענגע מצב" "איך האב ענק אזוי ליב, אבער מיינע כוחות זענען אזוי אזוי שוואך, איך גיי נישט קענען, איך גיי ענק נישט קענען העלפן אין א שווערע מצב. איך פיל מיין הילפסלאזיגקייט. אויף וועם פארלאזן ענק זיך? איך בין אזוי שוואך."

ט: וואס האט די געפיל פון פילן אז דו פליסט ארויס פון קערפער, מיט די אויבנדערמאנטע דרשה ווי הילפסלאז דו ביסט?

ק: איך קען נישט צוזען זייער צער. איך קען נישט צוזעהן זייער געברויך.

ט: פרוביר נאכאמאל צו פילן די "ארויספליען", און געב א קוק צי ווען דו טראכסט די אויבנדערמאנטע הארציגע דיבורים, צי עס ווערט רואיגער?

ק: איך פיל אז ס'האט שייכות.

ט: זאג: וויאזוי קען איך יעצט דא בלייבן, צי האב איך די כוחות אין מיר ענק צו קענען העלפן בעת צר? אויף וועמען פארלאזן זיך ענק? איך מיין אז איך פליה ארויס און שוין.

ק: (זאגט עס)

צעטיל:

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

וויאזוי קען איך יעצט דא בלייבן אינגאנצן, צי האב איך די כוחות אין מיר ענק צו קענען העלפן בעת צר? אויף וועמען פארלאזן זיך ענק? "איך קען ענק נישט העלפן ווען ענק גייען זיך געפינען אין א ענגע מצב" "איך האב ענק אזוי ליב, אבער מיינע כוחות זענען אזוי אזוי שוואך, איך גיי נישט קענען, איך גיי ענק נישט קענען העלפן אין א שווערע מצב. איך פיל מיין הילפסלאזיגקייט. אויף וועם פארלאזן ענק זיך? איך בין אזוי שוואך." איך מיין אז איך פליה ארויס און שוין.

כאטש די געפיל פון ארויספליען איז אומבאקוועם, אבער צו זיין דא, און מיטהאלטן ענקער צער איז שווערער.

והשם הטוב יעזור וישמור און השי"ת זאל העלפן איך זאל זוכה זיין צו זיין ערליך און אפגעהיטן.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: א רגע נאך יעצט פארגעס איך עס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

ב"ה

(ס'קען אפשר אויסקוקן אז איך האב שוין געמאכט אזא סארט סעשאן בנוגע דעם ענין, אבער איך קלער אז נישט אויף דער בחינה)

טערעפיסט: א גוטן.

קליענט: א בעסערן.

ט: וויאזוי איז געווען דיין באוואוסטזיין בעת די סארט סענסעשאנס קומען אריין צו דיר?

ק: איך פיל נאך אלץ ווי איך ווער גאר דערשראקן פון עס, און איך קען עס נישט אינגאנצן לאזן גיין.

ט: לאמיר זיך פארשטעלן ווי עס וויל אריינקומען אין דיר, דו ווילסט נישט פטור ווערן דערפון, אבער דו קוקסט עס אן אלץ סתם ווייטאג וואס קומט פון דמיון, עס האט גארנישט מיט דיר, עס איז נישט עכט.

ק: איך וויל עס געבן א מיינונג.

ט: זאג: אויב איך פרוביר דיך אנצוקוקען פון א פלאץ אין מיר, אז דו ביסט געשאפן געווארן אין מיר, דשאסט פון דמיון, דאן...

ק: (קען עס נישט ארויסברענגען)

ט: קוק אן א צווייטן און משל דיר אויס אז דו ווייסט אז ער האט די זעלבע זאך, און זאג: ס'איז אים שווער צו לעבן אינגאנצן מיט דעם אז ס'האט זיך אים געשאפן פון דמיון, ווייל..

ק: ער גייט זיך פילן צעקלאפט אז די דמיון קען אים אזוי פארפירן.

ט: לאמיר דיר פרעגן, האסטו נישט קיין שום זאך אין דיין לעבן וואס דו האסט געמיינט אז ס'איז א פאקט, און ס'האט זיך ארויסגעשטעלט אלץ דמיון?

ק: איך האב יא.

ט: און וואס איז דאס אנדערש?

ק: איך ווייס טאקע נישט.

ט: זאג: א חלק אין מיר וויל אז דא זאל עס זיין אמת'דיג, ווייל...

ק: איך מוז מיך מיט עפעס דערנענטערן צום אייבערשטן.

ט: זאג עס נאכאמאל. א חלק אין מיר וויל אז דאס זאל יא זיין אמת'דיג און נישט דמיון, ווייל...

ק: איך האב נישט מיט וואס צו ווערן 'עפעס'.

ט: וואס מיינסטו צו זאגן? נאכאמאל. אויב דו קוקסט עס אן פון א בליק אז ס'איז אזא דמיון ווי אלע דיינע דמיונות, דאן...

ק: איך פיל אזא סארט "איך בין אלעמאל גארנישט, און דא בין איך מיט עפעס פארנומען"

ט: פרוביר נאכאמאל. זאג: איך קען דיך נישט אנקוקן אז דו ביסט א דמיון ווי אלע אנדערע דמיונות, ווייל...

ק: אלעמאל בין איך דער קרבן פון דמיון.

ט: פרוביר נאכאמאל

ק: איך בין אזוי אנדערש ווי יעדעם.

ט: וואס מיינסטו צו זאגן?

ק: איך בין אלעמאל געווען דער פאר'חלומ'טער

ט: און?

ק: וואס מאכט טעותים.

ט: און?

ק: רעדט זיך איין זאכן.

ט: און?

ק: ענדליך האב איך שוין דא עפעס א גאנצע מערכה

ט: און?

ק: אן דעם בלייב איך גארנישט.

ט: זאג נאכאמאל: איך ווייס אז ס'דא זאכן וואס איך האב געמיינט אז ס'איז אמת, און ס'האט זיך ארויסגעשטעלט אלץ דמיון, אבער דא, איז דא א חלק אין מיר, וואס וויל נישט אז ס'זאל זיין בלויז דמיון, ווייל...

ק: איך בלייב גארנישט.

צעטיל

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

איך ווייס אז ס'דא זאכן וואס איך האב קלאר געמיינט אז ס'איז אמת, און ס'האט זיך ארויסגעשטעלט אלץ דמיון, דא אבער, איז דא א חלק אין מיר, וואס וויל נישט אז ס'זאל זיין בלויז דמיון, ווייל די רגע איך לאז אריין אין מיר אז ס'איז בלויז דמיון, בלייב איך גארנישט. איך קען מיך נישט ערלויבן צו אלעמאל זיין דער קרבן פון דמיון, אזוי אנדערש ווי יעדעם, דער פאר'חלומ'טער, וואס מאכט טעותים, רעדט זיך איין זאכן. איך מוז זיין עפעס.

כאטש ס'ברענגט מיר אזויפיל שוועריגקייטן, אבער מודה זיין אז ס'איז דמיון מיינט אז איך בלייב גארנישט, און בלייבן גארנישט איז ערגער ווי די שוועריגקייטן.

והשם הטוב יעזור
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: א רגע נאך יעצט פארגעס איך עס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

טערעפיסט: א גוטן הרב 'קליענט' וואס וויל זיין גוט

קליענט: א גוטן

טערעפיסט: וויאזוי גייט עס מיט דעם סענסעשאן?

קליענט: השי"ת זאל שוין העלפן

ט: וויאזוי איז דיין באוואוסטזיניגקייט בעת דעם סענסעשאן?

ק: ס'ווערט בעסער ב"ה, זאכן האבן זיך ב"ה געטוישט, און השי"ת זאל אוודאי העלפן אויף ווייטער ברוב רחמיו וחסדיו. אבער איך קלער אז ס'האט צו טון מיט די ענין פון ווערן נשפע, און אוועקגיין פון השפעה. עפעס אין מיר וויל זיך האלטן מיט א דרויסנדיגע השפעה וואס איך באקום, איך נעם עס אן אלץ מיין 'איך'. און עפעס אין מיר לאזט זיך נישט עס אפלאזן.

ט: לאמיר גיין אזוי און השי"ת זאל העלפן. לאמיר זאגן אזוי, לאמיר זאגן אז דו באגעגנסט א מענטש וואס רעדט צו דיר זיין וועלט, דו האסט נישט ליב די נפש פון די מענטש וואס רעדט צו דיר. יעצט, וואס אין דיר מאכט אז דיין נפש זאל זיך אויסמישן מיט די השפעה וואס דו האסט באקומען פון יענעם. און ווי ווייט קענסטו זיך האלטן אפגעזונדערט. זאג אזוי: איך האב מיך מיין נפש, און איך וויל דערמיט בלייבן אינגאנצן.

ק: "איך האב מיך מיין נפש, און איך וויל דערמיט בלייבן אינגאנצן." עפעס לאזט זיך עס נישט זאגן, און עס טוט מיר וויי פארוואס.

ט: פרוביר נאכאמאל: איך האב מיך מיין נפש, און מיט דעם נפש וויל איך בלייבן אינגאנצן!

ק: איך טראכט אז אפשר קומט ארויף "ווער ביסטו?"

ט: פרוביר נאכאמאל. זאג: איך האב מיך מיין נפש, און מיט דעם נפש וויל איך בלייבן אינגאנצן!

ק: איך שעם מיך צו זאגן, אבער עפעס אין מיר זוכט נפש, און וויל עס נעמען פון יעדעם ווער עס טיילט עס.

ט: סאו, פרוביר נאכאמאל. זאג: איך האב מיך מיין נפש, און מיט דעם נפש וויל איך בלייבן אינגאנצן!

ק: איך פיל מיך צו שוואך דאס צו קענען זאגן.

ט: פרוביר נאכאמאל. זאג: אפילו אויב מיין נפש וועט פאר א רגע ווערן נשפע פון עפעס אנדערש, קום איך צוריק צו מיר אליין. איך לאז דיר אפ אינגאנצן. ביי.

ק: יא, איך פיל עפעס אזוי שוואך זיך צו קענען צאמהאלטן. איך פיל מיך אזוי שוואך. איך פיל אז אויב איך קום צוריק, קום איך צוריק צו זייער א שוואכע 'איך'. וואס איז דאס דען?

ט: פרוביר נאכאמאל.

ק: איך האב נישט אין מיר קיין שום כוח זיך צו האלטן קעגן דיר.

ט: נאכאמאל.

ק: יא, איך פיל שוואך. עס קומט מיר ארויף די געפיל פון אלץ קינד ווען איך ווער געטשעפעט און איך ווער אינגאנצן בטל. איך קען נישט צו מיך קומען.

ט: וואס ווילסטו זאגן פאר די וואס ווילן זיך אריינכאפן אין דיין נפש, וואס ווילסטו זיי זאגן וועגן דעם.

ק: איך מוז ווערן בטל פאר ענק.

ט: וואס נאך ווילסטו זאגן? זאג

ק: איך בין פארלוירן פאר ענק, ענק האבן די מאכט אויף מיר, און איך האב דאס פיינט, איך קען מיך נישט צוריק טרעפן. איך ווער בטל.

ט: לאמיר זיך פארשטעלן ווען דיין נפש ווערט בטל פאר טשעפערייען, און פרוביר זיך צו האלטן שטארק דערקעגן אז דו ווערסט נישט באנומען. צי קומט עפעס ארויף?

ק: יא, עס קומט ארויף: מיינע געפילן ערלויבן מיר נישט זיך צאמצוהאלטן.

ט: פרוביר נאכאמאל.

ק: יא, איך פיל מיך 'וואסעריג', צו געפיליש דאס צו זאגן.

ט: וואס האט דאס אז דו ביסט אזוי געפיליש, מיט דעם אז דו קומסט נישט צוריק צו דיר אליין?

ק: איך ווייס נישט פונקטליך וואס, איך ווייס אז איך קען נישט טרעפן אין מיר א 'אינזל' וואו צוריקצוקומען, עס איז אלעס וואסער, וואסער.

ט: זאג אזוי: פון איין זייט וויל איך נישט באקומען אין מיין נפש א פרעמדע השפעה, איך וויל בלייבן מיט מיין נפש וויאזוי עס איז יעצט, אבער פון איין זייט וויל איך פאר א רגע זעהן צי דו האסט אין דיר עפעס נפש צו פארקויפן, און אויף צוריקצוקומען קען איך נישט טרעפן אין מיר א 'אינזל', ס'איז אלעס וואסער. איך פיל שוואך, זייער שוואך, איך מוז ווערן אינגאנצן בטל פאר דיר. צו וועם קום איך צוריק? א שוואכע 'איך', וואס איז דאס דען?

ק: (זאגט עס)

ט: פרוביר אזוי. פאר א רגע, אבער דשאסט פאר א רגע, שטעל דיך פאר אז דיין נפש בלייבט געפיליש, זייער געפיליש, אבער פון דעם "חברותא" ווערט עס נישט בארירט, פשוט עס ווערט נישט בארירט.

ק: איך פיל ווי איך בין העכער, און דו ביסט ווייניגער. איך בין סך מער ווי דו.

ט: און וואס איז די פראבלעם? זאג: אויב איך פיל העכער ווי דו?

ק: (ווייסט נישט וואס צו ענטפערן)

צעטיל

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

פון איין זייט וויל איך נישט באקומען אין מיין נפש קיין שום פרעמדע השפעה וואס איך דארף נישט, איך וויל בלייבן מיט מיין נפש וויאזוי עס איז יעצט, איך וויל צוריקקומען צו מיר אליין. אבער פון איין זייט וויל איך פאר א רגע זעהן צי דו האסט אין דיר עפעס נפש צו פארקויפן, און אויף צוריקצוקומען קען איך נישט טרעפן אין מיר א 'אינזל', ס'איז אלעס וואסעריג. "צו וועם קום איך צוריק? א שוואכע 'איך', וואס איז דאס דען?" "איך פיל שוואך, זייער שוואך," "צו שטארק געפיליש, איך מוז ווערן אינגאנצן בטל פאר דיר." עס קומט ארויף "ווער בין איך?", און אויב איך וועל פון דיר נישט ווערן בארירט, פיל איך מיך העכער ווי דו. און וואס איז די אומבאקוועמליכקייט אויב איך פיל מיך העכער?

כאטש ווערן בטל שאפט אז מיין נפש זאל לויפן אנדערש ווי איך וויל, איז מיר עפעס אומבאקוועם זיך צו פילן העכער ווי דו. וואס איז מיין אומבאקוועמליכקייט מיך צו פילן העכער ווי דו?

והשם הטוב יעזור אז איך זאל גיין בדרך טובים, אך אלקים יפדה נפשי מיד שאול כי יקחינו סלה.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: א רגע נאך יעצט פארגעס איך עס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

טערעפיסט: א גוטן הרב 'קליענט' נירו יאיר ויזרח. וואס הערט זיך עפעס

קליענט: ב"ה, השי"ת זאל העלפן אויף ווייטער.

ט: וויאזוי איז געווען דיין באוואוסטזיניגקייט בעת דעם סענסעשאן?

ק: אפילו אויב די געשלעג גייט אוועק, איז נאך אלץ דא מאדנע מחשבות וואס קומען אריין אין מיר.

ט: קענסט דיך פארשטעלן די סצענע ווען ס'געשעט, אז ס'געשעט יעצט?

ק: איך קען מיך יעצט פארשטעלן ווי איך לערן, אבער איך קען מיך נישט געהעריג אריינברענגען אין די לערנען. מיינע מחשבות זענען פארנומען צו פראצעסירן עפעס אנדערש ווי די לערנען, איך קען מיך נישט אינגאנצן אריינבארואיגן אין די לערנען.

ט: לאמיר זיך פארשטעלן ווי דו זעסט פאר דיר א מענטש וואס איז אין די זעלב מצב ווי דו, און ער לערנט רואיג, מחשבות שטערן אים נישט, און זאג: איך קען נישט טון יעצט וואס דו טוסט.

ק: איך פיל אז איך קען נישט יעצט זיין ווי דו ביסט יעצט.

ט: און טראכט עס פאר א מינוט.

ק: גוט.

ט: איך פיל אז איך קען יעצט נישט זיין און טון וואס דו טוסט, ווייל...

ק: ווייל ס'לאזט זיך מיר נישט.

ט: פרוביר נאכאמאל עס צו זאגן.

ק: ווייל איך גיי פארלירן קאנטראל אויף מיר.

ט: פרוביר נאכאמאל.

ק: יא, ווייל איך גיי פארלירן קאנטראל אויף מיר.

ט: די ענין אז דו פילסט אז דו דארפסט - באוואוסטזיניג - האלטן קאנטראל, דאס איז אלעמאל אין דיר?

ק: ניין. נאר דאס מאל קען איך פשוט נישט לאזן גיין.

ט: לאמיר זיך פארשטעלן אז אין דיר איז דא אזא סיסטעם וואס האלט קאנטראל אויף דיר, צו קאנטראלירן דיין נפש לויט דיינע וועליוס, און עס גייט נאר גיין לויט וויאזוי דו האסט בוחר געווען, עס גייט זיך נישט ארויסרירן. אזוי ווי ווען דו ביסט ברבים, וועסטו נישט טון זאכן וואס קומט נישט צו טון ברבים, און דו דארפסט נישט אגאנצן צייט - באוואוסטזיניג - טראכטן אז אזוי וויל איך נישט טון, אזוי אויך האלט עס קאנטראל אויף אלעם כיד ה' הטובה. יעצט, שטעל דיך פאר אז דו געסט אים צוריק די קאנטראל. קומט ארויף עפעס א אומבאקוועמליכקייט?

ק: יא.

ט: וואס איז עס?

ק: דו טוסט וואס דו ווילסט, יעצט גיי איך דיר פייניגן.

ט: פרוביר נאכאמאל.

ק: איך פיל אז דא טראסט איך אים נישט.

ט: פארוואס?

ק: ווייל איך פיל נישט די זעלבע רואיגקייט ווי אייביג, איך בין נערוועז.

ט: וואס האלט דיך נערוועז?

ק: מיין נפש איז געווארן אויפגעשטורעמט.

ט: דאס פרעג איך. שטעל דיך פאר אז דיין נפש ווערט אויפגעשטורעמט, און דאך, געסטו צוריק קאנטראל פאר די אוטאמאטישע סיסטעם.

ק: אפשר קומט ארויף: עס גייט נישט טון וואס איך וויל.

ט: פארוואס פאלט דיך ביי אזא חשש? האט עס אמאל פארלוירן טראסט?

ק: נישט אויף צו פארלירן טראסט.

ט: זאג, אויב איך גיי אריינלאזן אין מיר די פאקט וואס איך ווייס אז השי"ת האט אזוי באשאפן אז ס'לויפט אזוי ווי מ'וויל עכט, און מ'דארף נישט באוואוסטזיניג טראכטן און קאנטראלירן, דאן...

ק: בין איך גארנישט ווערד.

ט: וואס איז געשען?

ק: איך וויל מיט עפעס זיין ווערד.

ט: זאג נאכאמאל. אויב איך גיי אריינלאזן אין מיר די פאקט וואס איך ווייס אז השי"ת האט אזוי באשאפן אז ס'לויפט אזוי ווי מ'וויל עכט, און מ'דארף נישט באוואוסטזיניג טראכטן און קאנטראלירן, דאן...

ק: איך בלייב מיט מיין 'איך' וואס איז נישט ווערד. זעט אויס אז אלעס דרייט זיך ארום די 'ווערדלאזיגקייט', אדער 'גארנישטקייט' וואס איך פיל אין מיר, מיט וואס איך וויל נישט בלייבן.

ט: איז, לאמיר זיך פארשטעלן אז דו פילסט דיך ווערד, און נישט 'א גארנישט'. נאר דו פילסט אזוי ווי דו ווייסט אז א יוד דארף זיך פילן. קענסטו יא צוריקגעבן קאנטראל, און לערנען מיט א טיפקייט?

ק: יא, און ניין.

ט: וואס איז די 'ניין'?

ק: איך פיל וויאזוי איך וויל עפעס צוריקמאכן.

ט: וואס?

ק: איך וויל אזוי ווי אויסוואשן מיין נשמה, און פילן ריין. פילן גוט.

ט: (טערעפיסט שמייכלט, און שוינט) איך בין נייגעריג, וואס האט 'נישט וועלן צוריקגעבן קאנטראל', מיט 'פרובירן אז ס'זאל ווערן אויסגעוואשן'? זאג: אזוי נישט אויסגעוואשן ווי עס איז, קען איך דיר נישט צוריקגעבן קאנטראל, ווייל...

ק: איך בין אומבאקוועם מיט די וועג וויאזוי איך בין.

ט: ווייל איך בין אומבאקוועם מיט די וועג וויאזוי איך בין, קען איך דיר נישט צוריקגעבן קאנטראל, ווייל...

ק: ווייל איך מוז אנהאלטן די אומבאקוועמליכקייט. און צוריקגעבן קאנטראל, וועט דאס אוועקנעמען.

ט: איך מוז אנהאלטן די אומבאקוועמליכקייט, ווייל...

ק: איך וויל מיך פאררעכטן.

ט: וואס האט 'איך וויל מיך פאררעכטן' מיט'ן 'אנהאלטן די אומבאקוועמליכקייט?

ק: איך שעם מיך צו זאגן, אבער אויב איך געב צוריק קאנטראל, וועל איך קיינמאל נישט תשובה טון.

ט: פארוואס? וואס האט 'תשובה' מיט 'אנהאלטן קאנטראל'? לאמיר זאגן א געוויסע שטוב וואס די 'ארבייטערס' פלעגן גוט רייניגן, און די באלבאס האט נישט צוגעלייגט קיין קאפ צו די שטוב, ער האט געלאזט די ארבעטערס קער נעמען דערפון. איין טאג האט דער באלבאס באשלאסן אז ס'איז נישט גוט מיט די שטוב, מ'דארף עס אויפפרישן און בעסער מאכן. קומט ער, און ער וויל עס קאנטראלירן. אזוי אז ס'זאל בעסער ווערן. אבער מיט דעם אליין אז ער רוקט זיך אריין און נעמט קער, ווערט עס ערגער, און נאך ערגער.

וואס איז נישט געווען גוט מיט דיר, אז דו האסט באשלאסן אז מ'דארף קאנטראלירן?

ק: די באלבאס וויל עכט איבערבויען דעם גאנצן שטוב, און נישט נאר אביסל בעסער מאכן, און אויפרישן, און ער ווייסט אז ווען ער מישט זיך אריין וועט עס ווערן אזוי ארג, און טאקע דורכדעם וואס ער מישט זיך אריין - חלילה - ביז מ'וועט זיין געצווינגען איבערצובויען דעם גאנצן שטוב, און דאן וועט ער זיין צופרידן.

ט: זאג אזוי: איך קען דיר נישט צוריקגעבן קאנטראל, ווייל איך בין נאכנישט גענוג חרוב. אז איך זאל זיך אינגאנצן איבערבויען.

ק: יו, דו ווייסט נישט ווי אמת דאס איז. אבער איך ווייס אליין נישט וואס איך וויל באמת. דער באלבאס פונעם שטוב, ווייסט אליין נישט וואס ער וויל באמת. קודם מאכט ער עס ערגער.

ט: וואס איז די גוטע געפיל ווען ס'ווערט ערגער? לגבי די קוואליטעט פונעם שטוב?

ק: איך גיי ענדליך זיין אקצעפטירט. איך בין נישט גוט.

ט: סאו, די שטוב איז נישט גוט, קודם מאך איך ערגער. כאטש פיל איך אז עפעס עט שוין ווערן. איך ווייס נישט וואס פונקטליך ס'וועט ווערן, אבער קודם, מאך חרוב. וואסערע געפיל שטופט דעם 'חרוב מאכן' כדי ס'זאל עפעס גוט ווערן?

ק: די געפיל פון ווערן אנגענומען ביים באשעפער אין די אויגן.

ט: זאג: און ווען איך גיי ווערן אנגענומען ביים באשעפער, דאן...

ק: איך מיין אז ס'קומט ארויף: וועט ער מיך שוין צוהערן מיינע תפילות.

ט: לאמיר פרובירן אזוי. לאמיר זיך פארשטעלן אז דו ביסט אקצעפטירט אין די אויגן פון באשעפער, און ער הערט צו דיינע תפילות, קענסטו צוריקגעבן קאנטראל, און לערנען?

ק: יא.

ט: זאג אזוי: איך ווייס נישט צי איך טרעף עכט חן אין די אויגן פון הייליגן באשעפער, און איך וויל ער זאל הערן מיינע תפילות, דערפאר קודם ווער איך חרוב, און עפעס תשובה וועט שוין ווערן דערפון. עפעס נענטער צו ווערן אקצעפטירט, און ווערן גוט.

ק: (זאגט עס)

ט: לאמיר דיך פרעגן נאך עפעס. דו פילסט א ענגזייטי ווען דו האסט נישט געקענט לערנען?

ק: קען זיין

ט: וואס איז עס?

ק: אפשר איז עס, איך בין נישט אקצעפטירט, און מ'האט מיך נישט ליב. אבער איך ווייס דאך אז ס'איז נישט אמת.

ט: שטעל דיך פאר אז מ'האט דיך יא ליב, און דו ביסט יא אקצעפטירט.

ק: דאן, וועל איך מיך נישט פאררעכטן

ט: זאג אזוי: איך בין אנגעצויגן אז מ'האט מיך נישט ליב, און אז איך בין נישט אקצעפטירט, אבער ווען איך לאז אריין אין מיר די פאקט אז איך בין יא באליבט, און אקצעפטירט, דאן קומט ארויף, אז איך וועל נישט תשובה טון, און זיך פאררעכטן, ענדערש בין איך אנגעצויגן, און דאס מאכט מיר נישט צוריקגעבן קאנטראל, און אזוי ארום וועל איך תשובה טון.

ק: (זאגט עס)

צעטיל:

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

אויב איך גיי אריינלאזן אין מיר די פאקט וואס איך ווייס אז השי"ת האט אזוי באשאפן אז ס'לויפט אזוי ווי מ'וויל עכט, און מ'דארף נישט באוואוסטזיניג טראכטן און קאנטראלירן, און איך געב צוריק קאנטראל, קודם קומט ארויף "בין איך גארנישט ווערד, איך וויל מיט עפעס זיין ווערד" אבער נאכדעם קומט ארויף "איך מוז ווערן חרוב, כדי אינגאנצן זיך פאררעכטן, כדי יא צו טרעפן חן אין די אויגן פון הייליגן באשעפער"

כאטש נישט צוריקגעבן קאנטראל, מאכט נאך ווייניגער חן, אבער נישט צוריקגעבן קאנטראל וועט צום סוף ברענגען סך בעסערע רווחים.

והשם הטוב יעזור אז איך זאל וויסן וויאזוי מ'ווערט וואויל, און וויאזוי מ'ווערט נישט.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: א רגע נאך יעצט פארגעס איך עס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

טערעפיסט: א גוטן הרב 'קליענט' יברכך ה' וישמריך

קליענט: א בעסערן הרב 'טערעפיסט', אמן. השי"ת זאל שוין העלפן בזכות די הייליגע צדיקים ז"ל

ט: וויאזוי איז געווען דיין באוואוסטזיניגקייט בעת די סענסעשאנס ווילן קומען וכו'

ק: איך האב געקענט באמערקן אז איך נוץ א כח מיך צו פארבעסערן, אבער מיט צוואנג, און מיך חרוב מאכן אבי איך זאל תשובה טון. די ענערגיע פון די צוואנג איז אזוי שטארק, און איך ווייס ביי מיר אז דאס איז נישט די וועג וויאזוי א יוד דארף זיך פארבעסערן. און ס'העלפט אפילו נישט, עס מאכט גאר גאר ארג. אבער די כוח מיט וואס איך צווינג מיך זיך צו פארבעסערן איז שטארק. איך וואונדער מיך פארוואס איך קען נישט אננעמען אז די וועג זיך צו פארבעסערן איז פשוט קיווי און תפילה. עפעס אנדערש מאכט גאר גאר ערגער. אבער עס לאזט זיך קוים.

ט: לאמיר פרובירן אזוי. לאמיר זיך פארשטעלן אז דו ערלויבסט דעם אמת אז 'פארבעסערן זיך' ארבעט נישט מיט צוואנג דורך חורבן, און עס איז נישט די דרך התורה, און עס איז דוקא פארקערט ווי ס'שטייט אין חסידישע ספרים, און פארקערט ווי אלעם. זאג אזוי בעת די געפיל פון 'איך וויל תשובה טון' קומט אריין אין דיר. צוואנג דורך חורבן איז נישט די וועג. קומט עפעס ארויף א אומבאקוועמליכקייט?

ק: עס קומט ארויף די ביטערע ביטערע 'איך גיי אייביג בלייבן אין שאול תחתית, און איך גיי מיך פון דארט נישט קענען ארויסזען חלילה'

ט: זאג: איך ערלויב אז מיט דעם אלעם איז אבער דאס נישט די וועג. מיר האבן א תורה הקדושה אפילו אין שאול תחתית אויך, און מיר קענען זיך נישט אוועקרירן דערפון.

ק: איך פיל ווי איך געב אויף קאנטראל. עס פילט זיך שרעקעדיג. עס איז מער נישט אין מיין קאנטראל.

ט: פרוביר נאכאמאל. זאג: איך ערלויב אז מיט דעם אלעם וואס עס איז דא א שטארקע חשש אז איך גיי חלילה חלילה פארבלייבן פארווארפן אין שאול תחתית, מיט דעם אלעם האב איך א תורה הקדושה, און דאס איז נישט די וועג, און עס מאכט נאר ערגער. זאג הויעך און קלאר און שטארק: איך ערלויב, איך ערלויב אז דאס איז נישט די וועג.

ק: איך פיל אז אלעס גייט חרוב ווערן.

ט: פרוביר נאכאמאל און זאג: איך ערלויב אז מיט דעם אלעס וואס איך האב א שטארקע חשש אז איך גיי חלילה פארבלייבן פארווארפן אין שאול תחתית, מיט דעם אלעם האב איך א תורה הק', און דאס איז נישט די וועג, עס פירט נישט אין ערגעץ, און עס מאכט נאר ערגער. אפילו אויב אלעס גייט חרוב ווערן, מיט דעם אלעם, ערלויב איך עס.

ק: עס קומט ארויף די געווענליכע 'דו גייסט ווערן אראפגעקוקט'.

ט: זאג עס נאכאמאל, און לייג צו די ווערטער: אפילו אויב איך גיי ווערן אראפגעקוקט. ווייל דאס איז נישט די וועג קיינמאל.

ק: איך פיל ווי איך קען מער נישט פארמיידן די אלע טשעפערייען וואס מ'האט מיר געטשעפעט אין ישיבה וכו'. איך האב נישט מיט וואס דאס צו קענען פייטן. איך פיל שרעקליך.

ט: זאג עס נאכאמאל: איך ערלויב אז מיט דעם אלעם וואס איך האב א שטארקע חשש אז איך גיי חלילה פארבלייבן פארווארפן אין שאול תחתית, מיט דעם אלעם האב איך א תורה הק', און דאס איז נישט די וועג, עס פירט מיר נישט אין ערגעץ, און עס מאכט נאר ערגער. און אפילו אויב איך פיל אז אלעס גייט חרוב ווערן, מיט דעם אלעם ערלויב איך אז דאס איז דער אמת, און אפילו אויב איך פיל אז איך גיי ווערן אראפגעקוקט, מיט דעם אלעם איז דאס נישט די וועג קיינמאל. און איך געב צוריק קאנטראל, און איך גיי מיך נישט לאזן חרוב ווערן, איך גיי מיך נישט לאזן צווינגען, כדי צו ווערן בעסער. צי קומט עפעס ארויף?

ק: איך פיל ווי עס באפאלט מיר - חלילה - זאכן, און איך האב נישט קיין שום וועג וויאזוי דאס צו קאנטראלירן.

ט: לאמיר דיר פרעגן: וואס איז די עיקר זאך וואס דו פילסט אז דאס קענסטו שוין נישט קאנטראלירן מער?

ק: איך מיין אז ס'קומט ארויף 'מיין גוטע נאמען'.

ט: זאג עס נאכאמאל, און געב נאכאמאל א גוטע קוק, וועלכע זאך - בעיקר - לאזטו אפ קאנטראל ווען דו זאגסט עס?

ק: יא. די קאנטראל צו האבן א גוטע נאמען. איך פיל ווי מיט דעם קאנטראליר איך - מיין איך - מיין גוטע נאמען אין מענטשנס אויגן. אדער אין די אויגן פון בני ביתי.

ט: זאג אזוי און דער אייבערשטער זאל העלפן. זאג: אויב איך ערלויב אז די וועג צו ווערן בעסער איז נישט חורבן, און צוואנג, סאו, איך צווינג מיך נישט דורכן חרוב מאכן, און איך געב צוריק קאנטראל, דאן הייבט אן ארויפצוקומען מיין נעגעטיווע 'איך' וואס איך פיל אז איך האב אין מענטש'נס אויגן. און איך וואונדער מיך מיט וואס גיי איך עס קאנטראלירן?

ק: (זאגט עס) יא, ס'פילט זיך אמת'דיג.

ט: ס'איז מיר זייער אינטערעסאנט צו הערן מער. דו האסט אין דיר אזא זאך צו פילן אז מענטשן קוקן דיר אראפ, און דו ווילסט עס קאנטראלירן, דו האסט מורא דערפון?

ק: יא. איך פיל מיך צומאל אראפגעקוקט אין מענטשנ'ס אויגן. און עס שטערט מיר. און איך וויל עס 'כאילו' קאנטראלירן. ס'פילט זיך עקלדיג. איך האב עס - מיין איך - אלץ געהאט.

ט: גוט, עס איז שוין ארויסגעקומען אין פאריגעס סעשאנס, אבער יעצט נאך מער.

ק: ווי אויך קען ארויפקומען אז איך וויל נישט אז מענטשן זאלן זיך טועה זיין אין מיר, איך וויל נישט אז איך זאל אויסנארן מענטשן, אז זיי זאלן האלטן אויף מיר אז איך בין ערליכער ווי וואס איך בין באמת. און דאס איז נאך א שטערקערע זאך ביי מיר ווי ווערן אראפגעקוקט. איך האב פיינט צו קומען צווישן מענטשן, און פילן אז איך באהאלט מיין עכטע 'איך' פון זיי. דאס איז זייער פיינפול. ענדערש ווייס וואס איך בין, אפילו אויב דו קוקסט מיך אראפ.

ט: ווען דו עסט א קענדי, אדער אייזקרים, אינדערהיים, ווילסטו אז יעדער זאל דאס וויסן?

ק: ניין, און יא.

ט: און פארוואס ביי געוויסע זאכן ווילסטו מער אז מ'זאל זיך נישט טועה זיין אין דיר?

ק: (איך ווייס נישט)

ט: פרוביר זאגן אזוי. דאס וואס איך טו מוז מען קענען אנזעהן אויף מיין שטערן.

ק: (זאגט עס)

ט: ווייל אויב איך גיי טון עפעס, און מ'גייט עס נישט אנזען אויף מיין שטערן, דאן...

ק: דאן פאפ איך מענטשן. און ס'טוט מיר זייער זייער וויי. איך וויל נישט זיין קיין פאפער.

ט: זאג אזוי. אויב איך טו עפעס און מ'זעט עס נישט אן אויף מיין שטערן, בין איך א פאפער, איך נאר אויס מענטשן.

ק: (זאגט עס) ס'פילט זיך זייער אמת'דיג.

ט: האט עפעס א שייכות די 'אויב איך ערלויב די אמת וואס איך ווייס, אז זיך צווינגען דורכ'ן זיך חרוב מאכן, איז נישט די וועג. סאו, איך געב צוריק קאנטראל פאר די אטאמאטישע סיסטעם.' מיט דאס אז דו פילסט דיך ווי א פאפער וואס נארט אויס די מענטשהייט, ווייל מ'גייט עס נישט זען אויף דיין שטערן?

ק: יא. פארוואס?

ט: טראכט

ק: איך הייב אן פילן אז איך בין נעגעטיוו, איך בין א פאפער. און דאס מאכט מיך פילן שרעקליך. עס מאכט מיך פילן אז מענטשן קוקן מיך זייער זייער אראפ. איך עקל מיך זיך צו דרייען צווישן מענטשן אזוי. איך זוך א וועג וויאזוי ארויסצוקריכן פון דעם עקלדיגן 'איך'.

ט: סאו, זאג נאכאמאל: אויב מענטשן גייען נישט זען - וואס איך טו יעצט - אויף מיין שטערן, דאן בין איך א פאפער. איך נאר אויס מענטשן.

ק: (זאגט עס)

ט: און פארוואס ווען דו ערלויבסט אז דער אמת איז אז זיך אליין ברענגען ביז חורבן חלילה, און זיך צווינגען דורכדעם צו תשובה טון, פארוואס מאכט עס ערגער די געפיל אז דו ביסט א פאפער?

ק: עס איז מיר שווער צו לעבן מיט אזא 'איך', עס שאפט מיר זייער אסאך ווייטאג. וויל איך מיך גאר שטארק פארבעסערן. און אויב איך געב דאס אויף פיל איך אז איך פארליר מיין קאנטראל פון זיך קענען אוועקדרייען פון לעבן מיט אזא 'איך'.

ט: סאו, זאג נאכאמאל: אויב איך ערלויב אז דער אמת איז אז זיך חרוב מאכן כדי זיך צו צווינגען, איז נישט די וועג, סאו, איך געב צוריק קאנטראל, דאן...

ק: בלייב איך מיט דעם פאפערישן 'איך'. און דאס איז זייער שווער.

ט: נאכאיינמאל.

ק: דאן גיי איך פארבלייבן אין שאול תחתית

ט: יא. און אויב איך ערלויב אז מיט דעם אלעם איז דאס נישט די וועג, דאן...

ק: זאלן כאטש מענטשן וויסן דעם אמת איבער מיר, און זיך נישט טועה זיין.

ט: און וויבאלד מענטשן זעען נישט וואס איך טו יעצט אויף מיין שטערן, דערפאר פיל איך מיך ווי א פאפער.

ק: יא.

צעטיל:

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ בזכות הצדיקים

אויב איך ערלויב אין מיך דעם אמת וואס איך ווייס אז די וועג איז נישט זיך חרוב צו מאכן און אזוי ארום זיך צווינגען, און אפילו אויב איך ערווארט צו חלילה פארבלייבן אין שאול תחתית איז דאס נישט די וועג, איז איך געב צוריק קאנטראל צו מיין אטאמאטישע סיסטעם, דאן קומט קודם ארויף א געפיל אז איך פארליר קאנטראל אויף מיין גוטע נאמען אין מענטשס אויגן. איז איך בלייב מיט מיין נעגעטיווע נישט גוטע איך וואס איך האב אלץ געפילט ביחס צו מענטשן.

אבער נאכדעם קומט ארויף אז וויבאלד מענטשן גייען נישט זען וואס איך טו יעצט אויף מיין שטערן, בין איך א פאפער, איך נאר זיי אויס. און איך מוז פון דעם ארויסקריכן.

כאטש צוואנג דורך חורבן איז נישט די דרך, אבער פילן אלץ א פאפער, איז פיל ערגער.

והשם הטוב יעזור אז איך זאל זוכה זיין ארויסצוגיין פון יעדע מין נישט גוטע זאך דורך די אמת'ע וועג, און נישט דורך דרך היצר.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: א רגע נאך יעצט פארגעס איך עס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

טערעפיסט: א גוטן הרב 'קליענט' נירו יאיר ויזרח.

קליענט: א גוטן הרב 'טערעפיסט' וואס קען נאר וואס השי"ת שיקט אריין.

ט: וויאזוי גייט עס מיט דעם סענסעשאן?

ק: איך קען באמערקן אז ווען איך טראכט פון די תוכן פון די פריערדיגע צעטליך, לאזט נאך די אינערליכע געשלעג, אבער ס'דא ביי געוויסע זאכן, וואס איך קלער אז מיין כח המדמה מאכט עס מער ווי ס'איז

ט: פרוביר צו זאגן אזוי: אויב איך ערלויב אז דער אמת איז אז ביי דעם זאך דארף איך נישט נוצן מיין דמיון אויף דעם אופן. נאר איך קען עס נוצן אויף די וועג וויאזוי איך נוץ עס איבעראל, דאן...

ק: עס קומט ארויף: איך מוז געדענקען אז דא איז דאך נישט ווי איבעראל.

ט: טראכט עס פאר א מינוט.

ק: גוט.

ט: זאג: איך מוז געדענקען אז ס'איז דאך נישט ווי איבעראל, ווייל...

ק: ווייל איך וויל מיך האלטן אפגעטיילט. איך וויל נישט האבן א שייכות בשום פנים ואופן.

ט: טראכט דאס פאר א גאנצע מינוט "איך וויל מיך האלטן אפגעטיילט"

ק: (טראכט עס)

ט: זאג: איך וויל מיך האלטן אפגעטיילט, ווייל...

ק: איך בין נישט יענץ. איך האב גארנישט מיט דיר. איך גיי קיינמאל נישט האבן מיט דיר.

ט: זאג: איך וויל מיך האלטן פון דיר אפגעטיילט, דערפאר קען איך נישט נוצן מיין דמיון די וועג ווי איבעראל.

ק: (זאגט עס)

ט: איך מוז דיר אנקוקן די וועג וויאזוי איך קוק דיר אן, ווייל...

ק: ווייל אויב איך קוק אן דיר אן אלץ נארמאל דאן, בין איך נישט אפגעטיילט.

ט: לאמיר זיך פארשטעלן אז דו זאגסט: איך בין אפגעטיילט, איך האב נישט קיין שום חיבור צו דיר, קומט ארויף א אומבאקוועמליכקייט?

ק: זעט אויס אז איך זוך חיבור, און איך האב א שטארקע טרייב-קראפט צו ווערן מחובר. און עס איז מיר שווער זיך צו האלטן אפגעטיילט.

ט: פיין, גוט. אבער פרוביר צו זאגן אזוי. פרוביר צו זאגן: איך האב מיט וועם צו זיין מחובר, דא בין איך פאר מיר אליין

ק: ס'געשעט גראד, אן אפילו קענען צוריקהאלטן

ט: זאג אזוי: מיין הרגש פון חיבור קומט ארויף. און איך וויל דאס נישט. ווייל פון דיר וויל איך בלייבן אויף אייביג אפגעטיילט.

ק: (זאגט עס)

ט: פרוביר צו געבן א מיינונג אז ס'איז דא א שטארקע היכר אין דיין געפיל צו וויסן ווער ס'איז ווער, און דו גייסט נישט ווערן מחובר. ווייל ס'איז דא א שטארקע היכר.

ק: אפשר קומט ארויף: פארוואס ביסטו ווייניגער פון מיר.

ט: פרוביר צו זאגן אזוי: איך בין מער ווי דו

ק: איך קען מיך עס נישט לאזן פילן

ט: איז דיך אמאל בייגעפאלן אז דו ביסט נישט מער, אדער גאר דו ביסט ווייניגער

ק: קען זיין.

ט: געדענק יענע תקופה און זאג: דו ביסט טאקע מער, ביסט גערעכט, איך בין ווייניגער.

ק: (זאגט עס)

ט: יעצט, פרוביר זיך פארשטעלן אז דו געסט די מיינונג אז דו ביסט יא מער

ק: איך ווייס נישט פארוואס, אבער עס קומט מיך ארויף אזא רחמנות געפיל.

ט: פרוביר נאכאמאל. זאג: אויב איך ערלויב אז דער אמת איז אז איך בין מער ווי דו, דאן...

ק: יא, איך מיין אז ס'קומט ארויף אזא רחמנות געפיל.

ט: זאג אזוי: איך מוז מיך פילן קלענער ווי דו, ווייל אויב איך פיל אז איך בין גרעסער און חשוב'ער ווי דו, דאן קומט מיר ארויף א רחמנות. איך שוין דיך אז דו ביסט אזוי גארנישטח

ק: (זאגט עס)

ט: פרוביר נאכאמאל.

ק: אפשר קומט ארויף, וועל איך שוין נישט נתפעל ווערן פון דיר.

ט: וואסערע שייכות האט דאס אז דיין כח המדמה מאכט עס מער ווי ס'איז, מיט חיבור, און מיט דעם אז דו פילסטעך נישט חשוב'ער.

ק: ווייל אז איך פיל מיך נישט חשוב'ער, ווער איך בטל, ווערט חיבור.

צעטיל

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

וויאזוי קען איך פילן 'איך בין איך' און 'דו ביסט דו', און מיר זענען אפגעטיילט. איך ווער בטל, ווייל איך מוז פילן קלענער ווי דו, ווייל אויב איך פיל אז איך בין גרעסער און חשוב'ער ווי דו, דאן קומט ארויף א רחמנות, אדער קומט ארויף אז איך גיי שוין נישט נתפעל ווערן פון דיר. כאטש דאס אז איך פיל מיך נישט גרעסער און חשוב'ער ווי דו שאפט אינערליכע געשלעג, אבער איך האב דאך רחמנות, אדער איך וויל דאך כאפן התפעלות.

זאל שוין השי"ת העלפן און מיך ווייזן דעם ריכטיגן וועג וויאזוי צו גיין, און פאלגן וואס ערליכע גוטע יודן הייסן אונז טון.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: א רגע נאך יעצט פארגעס איך עס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

טערעפיסט: א גוטן הרב 'קליענט' נירו יאיר ויזרח בזכות הצדיקים

קליענט: א בעסערן

ט: זאג מיר דעם אמת, וויאזוי גייט עס דיר מיט דעם סענסעשאן, אדער סענסעשאנס?

ק: ווען איך ליין שטאטעלעך די צעטל פון: אויב איך גיי אריינלאזן אין מיר די פאקט וואס איך ווייס וכו', און פון אויב איך ערלויב אין מיך דעם אמת וואס איך ווייס וכו', קען איך בארואיגן דעם אינערליכן געשלעג, איך קען צו מיר קומען ב"ה, ווי אויך איז עס שוין נישט אזויפיל נפשיות'דיגע יסורים ווי עס פלעגט זיין. איך פלעג ממש שפרינגען פון יסורים ביז באנאכט ווען איך בין איינגעשלאפן מתוך פחד גדול ונורא. אבער נאך אלץ כאפט מיר אן אזא נידערגעשלאגנקייט, און אזא עצבות, אז איך פיל מיך ממש איינס מיט דער ערד, איך קען נישט כאפן מיין חשיבות אלץ יוד, איך קען נישט כאפן קיין איין נקודה טובה אין מיר, ס'פילט זיך מיר ווי איך בין אויף אייביג פארלוירן. איך קען נישט זען קיין שום לעכטיגקייט אין גארנישט.

חוץ אויב עס קומט אריין אין מיר א שטאלץ אז איך בין יא עפעס, און די שטאלץ איז א נארישע שטאלץ, א גאווה'לע פון עפעס, דאן קען איך מיך עפעס צוריקכאפן. איך וואונדער מיך פארוואס איך קען נישט, אדער איך וויל נישט, פילן מיין חשיבות אלץ יוד, אלץ חלק פון כנסת ישראל, איך פיל ווי השי"ת פארווארפט מיך פון חלק פון כלל ישראל. איך קען מיך נישט צוריקכאפן מיט גארנישט. ס'איז מיר זיכער אז דאס איז פארקערט ווי ס'שטייט אין אלע הייליגע ספרים, אז א יוד פארלירט נישט זיין חשיבות, זיין דאווענען, און זיין קריאת שמע, און זיין ציצית, איז אלץ חשוב. איך קען עס אבער נישט פילן. נישט קיין חילוק וויפיל איך וועל לערנען, אדער שרייען צום אייבערשטן, ווער איך נישט פטור פון דעם געפיל אז איך בין ממש גארנישט מיט נישט. איך קען זיך נישט הייבן מיט גארנישט, גארנישט הייבט מיר נישט.

איך פיל אז איך בין אידענטיפיצירט מיט עפעס אנדערש ווי מיין ריינעם הייליגן נאנט צום הייליגן באשעפער'דיגן 'איך', און נישט קיין חילוק וואס איך טו, ווער איך נישט צוריק מיין 'ריינעם איך'. נישט קיין חילוק וויפיל טבילות, און וויפיל כוונות, און וויפיל משניות. גארנישט. איך קען זיך נישט צוריק קלויבן צום מיין ריינעם איך. איך קען נישט צוריק קומען. ס'איז ממש טעם גיהנם. טעם מיתה. טעם עפר. איך קען זיך נישט אויס אינדענטיפיצירן. און איך ווייס קלאר אז דאס איז אלעס נאר א איינרעדעניש.

ט: לאמיר פרובירן און השי"ת זאל זיך שוין מרחם זיין אויף דיר. זעה דיך אין דעם מצב ווען דו פרובירסט צו פילן דיין געווענליכן אידיאליסטישן 'איך', אבער ס'גייט נישט, און שטעל דיר פאר אז דו גייסט אריין אין אזא שטיבל, און דארט איז דא אזא סוויטש, וואס ווען מ'דרוקט עס, ווערט בטל יענע אלטע 'איך', און דו פילסט צוריק דיין חשיבות אלץ יוד, וכו'. צי קומט ארויף עפעס אומבאקוועם צו געבן אזא דרוק יענע סוויטש?

ק: יא. עס קומט ארויף.

ט: וואס איז עס?

ק: עס קומט ארויף: דרוק עס נישט, ווייל איך וויל נישט אז דו זאלסט נאכאמאל טון וואס דו האסט געטון פריער.

ט: טראכט עס פאר א גאנצע מינוט, און פארטיף דיך דערין. דו האלטסט אזוי די פינגער פאר'ן דרוקן, און דו פילסט "טו עס נישט, ווייל איך וויל נישט אז דו זאלסט פארגעסן וואס דו האסט געטון פריער" "און אויב איך גיי עס דרוקן"?

ק: גיי איך מיך נישט פארבעסערן.

ט: פרוביר זיך פארצושטעלן די מצב ווען דו ווילסט פילן דיין געווענליכן 'איך', און זאג: יא פארבעסערן, נישט פארבעסערן, איך פיל גוט אלץ חלק פון כלל ישראל. דאס איז מיין 'איך'. איך האב א חיוב אזוי צו פילן. איך ערלויב אז אפילו אויף אזא פאל דארף מען אויך פילן א חשוב'ע 'איך'. און מ'דארף זיך פילן גוט. וואס קומט ארויף?

ק: עס קומט ארויף "אבער דאס איז נישט מיין 'איך'"

ט: פרוביר נאכאיינמאל, און טראכט עס פאר א גאנצע מינוט, און פארטיף דיך דערין.

ק: ווי מער איך טראכט עס, אלץ מער קומט ארויף ווי גארנישט איך בין.

ט: פרוביר נאכאיינמאל, און זאג "עס איז מיר ענדערש נישט צו פילן דעם 'איך', ווייל...

ק: ס'קומט ארויף "ווייל ס'איז פאלש", אבער איך ווייס דאך אז ס'איז אמת אז א יוד פארלירט נישט זיין חשיבות.

ט: סאו, זאג: אויב איך ערלויב מיך צו לעבן מיט'ן אמת אז א יוד דארף אלעמאל פילן זיין חשיבות אלץ חלק פון כנסת ישראל, אלץ חלק אלוק ממעל זיכער. דאן...

ק: וועל איך מיך נישט האבן וויאזוי זיך צו פאררעכטן.

ט: ליין יעצט די צעטיל פון "אויב איך ערלויב אין מיך דעם אמת וואס איך ווייס אז די וועג איז נישט זיך חרוב צו מאכן, און אזוי ארום זיך צווינגען, איז איך געב צוריק קאנטראל וכו'

ק: קוק, איך פיל נאך אלץ זייער נידעריג, און זייער גארנישט, ממש עפר.

ט: לייג צו צו דעם צעטיל אזוי: אויב איך ערלויב אין מיך דעם אמת וואס איך ווייס אז די וועג איז נישט זיך חרוב צו מאכן און אזוי ארום זיך צווינגען, און אפילו אויב איך ערווארט צו חלילה פארבלייבן אין שאול תחתית איז דאס נישט די וועג, איז איך געב צוריק קאנטראל צו מיין אטאמאטישע סיסטעם, און איך ערלויב מיך צו לעבן מיט די אמת אז א יוד דארף אלעמאל פילן זיין חשיבות, זיין 'איך', אלץ חלק פון כנסת ישראל, דאן...

ק: איך מיין אז ס'קומט ארויף "דאן, פילט זיך עס פאלש", אבער איך ווייס דאך אז דער אמת איז אז א יוד פארלירט נישט זיין חשיבות.

ט: ליין, און טראכט, נאכאמאל, דעם אויבנדערמאנטן שטיקל צעטיל, און אין די רגע עס קומט ארויף אז עס פילט זיך פאלש, לייג צו "און אויב איך ערלויב אז דער אמת איז אז א יוד פארלירט נישט זיין חשיבות"

ק: עס קומט ארויף "און איך גיי מיך נישט האבן מיט וואס צו קאנטראלירן"

ט: לאמיר דיר פרעגן עפעס. ווי עס זעט אויס ווילסטו דיר קאנטראלירן, און ווערן בעסער. ווי ס'קוקט אויס האט דיר איינמאל אנגעכאפט צו ווערן בעסער, און דו ווילסט עס קאנטראלירן מיט כוח.

ק: קען זיין.

ט: סאו, טראכט ווי פאלגנד: אויב איך ערלויב אין מיך דעם אמת וואס איך ווייס אז די וועג איז נישט זיך חרוב צו מאכן און אזוי ארום זיך צווינגען, און די וועג איז נישט אוועקצואווארפן די געפיל פון חשיבות אלץ חלק פון כנסת ישראל, און אפילו אויב איך ערווארט צו חלילה פארבלייבן אין שאול תחתית איז דאס נישט די וועג, איז איך געב צוריק קאנטראל צו מיין אטאמאטישע סיסטעם, און איך ערלויב מיך צו לעבן מיט די אמת אז א יוד דארף אלעמאל פילן זיין חשיבות, זיין 'איך', אלץ חלק פון כנסת ישראל. צי קומט עפעס ארויף?

ק: איך פיל אז איך פארליר קאנטראל.

ט: פרוביר אזוי. זאג: אויב מיין 'איך' איז שמוציג געווארן, דאן מוז עס בלייבן שמוציג. ווייל אויב איך גיי ערלויבן אז מיין נפש זאל ווייטער לויפן אין די געלויף פון חשיבות אלץ חלק פון כנסת ישראל, דאן...

ק: יא, איך פיל ווי איך האב מיך נישט מיט וואס צו קאנטראלירן.

ט: פארצייל מיר מער וועגן דיין אפמאך צו ווערן בעסער.

ק: אז איך האב זייער שטארק געוואלט ווערן בעסער און נאנטער צו השי"ת, און איך וויל מיך פילן גוט.

ט: ווען דו האסט געוואלט ווערן בעסער און נאנטער צו השי"ת, קען זיין אז ס'האט געהאט אין זיך די רצון דיך צו פילן אלץ א אידיאליסטישער 'איך'?

ק: קען זיין.

ט: וויאזוי האסטו געפלאנט גייסטו ווערן בעסער?

ק: איך מיין אז ס'קומט ארויף "דורך איבערטראכטן און דורך צוואנג" און אפשר קומט אויך ארויף "דורכ'ן זיך אראפקלאפן"

ט: פארוואס האסטו נישט ליב געהאט די וועג וויאזוי דו ביסט געווען?

ק: מיין 'איך' האט זיך נישט געפילט גוט, און ווערד, אין מענטשנס אויגן. איך האב מיך געפילט אראפגעקלאפט, און אראפגעקוקט.

ט: וואס פילסטו ביסטו אין מענטשנס אויגן, ווען די גאנצע 'אראפ ביז עפר' געשעט?

ק: יא, איך פיל אז איך האב נישט קיין שום חשיבות אין זייערע אויגן. אנגעטרעטן.

ט: זעה די אלע מענטשן, און זאג זיי: ענק אלע האלטן אויף מיר אז איך בין נישט חשוב, און ווערד. ענק קוקן מיך זייער זייער אראפ

ק: איך פיל אז איך בין נישט חשוב און ווערד, ענק אלע קוקן מיך זייער זייער זייער זייער זייער זייער זייער אראפ.

ט: זאג זיי: ענק ווייסן נישט פון אזא זאך אז א יוד איז אלץ חשוב אלץ חלק מכנסת ישראל, און ער דארף זיך פילן פרייליך און חשוב.

ק: מאכט נישט קיין סענס

ט: זאג אזוי. אויב איך ערלויב אז ס'מאכט נישט קיין סענס, אז ענק ווייסן נישט פון אזא זאך אז איך דארף יעצט פילן זייער זייער חשוב און פרייליך אלץ חלק מכנסת ישראל, דאן

ק: איך מיין ס'קומט ארויף: איך גיי קענען טון חלילה וואס איך וויל, און וואס זאל מיך צוריקהאלטן?

ט: טראכט עס פאר א גאנצע מינוט און פארטיף דיך דערין.

ק: (טראכט עס)

ט: זאג אזוי: איך ווייס אז איך דארף האבן עפעס זאל מיך קאנטראלירן און האלטן ערליך, און איך מיין אז פילן ווערדלאז, און אז מענטשן קוקן מיך אראפ, איז זייער א גוטע עצה פאר דעם.

ק: (שעמט זיך זייער) איך ווייס אז איך דארף האבן עפעס זאל מיך האלטן אין קאנטראל, און האלטן ערליך, און איך מיין אז פילן ווערדלאז ביי מיך אליין, און ביי ארומיגע, איז זייער א גוטע עצה פאר דעם.

ט: וואלסט מיר פארציילט מער וועגן דעם אז דו פילסט אז דו דארפסט האבן עפעס וואס זאל דיך האלטן אין קאנטראל?

ק: איך האב אין מיר אזא לויזקייט, און אזא לעבעדיגקייט, און אזא קערלעס. איך דארף האבן מיט וואס איינצוהאלטן מיין יצר. איך מוז האבן מיט וואס אים צו צוימען.

ט: לאמיר זיך נאכאמאל פארשטעלן ווען דו פילסט אז דו קענסט דיך נישט באפרייען פון אידענטיפיצירן מיט דיין נישט אזוי ריינע איך, אדער וואס, און זאג: אויב איך גיי יעצט ערלויבן אז מיין נפש זאל לויפן מיט פילן מיין חשיבות אלץ חלק פון כנסת ישראל און ערלויבן אז אזוי קוקט מען מיך אן.

ק: (לאכט)

ט: זאג עס, זאג עס,

ק: האב איך מורא אז איך גיי ווערן לויז, און טון וואס איך וויל ממש, און וואס עס שמעקט מיר. אוי געוואלד, חלילה וחלילה. ס'דא א באשעפער אויף די וועלט.

ט: צעטיל

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

אויב איך ערלויב מיך צו לעבן מיט די אמת אז א יוד דארף אלעמאל פילן זיין חשיבות אלץ חלק מכנסת ישראל, און אז אזוי קוקט מען מיך אן, קודם קומט ארויף "עס פילט זיך פאלש" און נאכדעם קומט ארויף "וועל איך מיך נישט האבן וויאזוי זיך צו פאררעכטן, און קאנטראלירן", "איך גיי טון חלילה וואס איך וויל, און וואס זאל מיך צוריקהאלטן"

אפילו אויב ווען איך וויל מיך קאנטראלירן און פאררעכטן מיט'ן נישט ערלויבן זיך צוריק פילן חשוב אלץ חלק מכנסת ישראל, און זיך אפלאזן גענצליך פון אידענטיפיצירן מיט א עקלדיגע 'איך', מאכט דאס אז מ'זאל מער דערווייטערט ווערן. איז אבער די געפיל אז איך גיי נישט האבן מיט וואס זיך צו פאררעכטן און קאנטראלירן אז איך זאל נישט טון וואס איך וויל, איז ערגער. דערפאר פיל איך "טו עס נישט, ווייל איך וויל נישט אז דו זאלסט פארגעסן וואס דו האסט געטון פריער"

והשם הטוב יעזור
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: א רגע נאך יעצט פארגעס איך עס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

טערעפיסט: א גוטן הרב 'קליענט' נירו יאיר ויזרח

קליענט: א בעסערן,

ט: וויאזוי איז געווען מיט דעם סענסעשאן?

ק: נאך אלץ האב איך געדארפט אגאנצן צייט טראכטן פון די זאך וואס איז געשטאנען אויפן צעטל, און איך נאך אלץ האב איך געפילט זייער זייער 'דאון'. איך קען מיך נישט הייבן מיט עפעס. איך קען מיך נישט צוריק אויפהייבן. איך ווער חלילה בעצבות. איך פיל ווי מיין גאנצע 'איך' שלאגט זיך פאר עקזיסטענץ.

ט: לאמיר פרובירן, און השי"ת זאל זיך מרחם זיין אויף דיר, און ער זאל דיר אויפווייזן וואו דו ביסט דיך טועה. וילמד לתועים בינה ודעת. ויפשט עקשות לבך. פרוביר דיך פארצושטעלן ווי דו ביסט יעצט דארט, און פרוביר דשאסט צו פילן אז דו ביסט פרייליך מיט דיין פיאות, מיט דיין ציצית, און מיט די מצוות וואס דו קענסט טון פאר השי"ת. צי קענסטו טרעפן אין דיר א 'געפיל' וואס וויל דאס אפווארפן, און זאגט עפעס דערקעגן?

ק: דו טוסט וואס דו ווילסט, און דו ווילסט נאך זיין גאר פרייליך דערמיט?

ט: פרוביר נאכאמאל.

ק: עפעס קומט ארויף: איך קען נישט זיין פריילך.

ט: ענדיג עס. איך קען נישט זיין פרייליך, ווייל...

ק: "איך האב געלאזט מיין בני בית אויף הפקר", "איך גיי נאכדעם טון וואס איך וויל", "איך פיר מיך אויף אנדערש ווי מ'האט מיך געלערנט", ווי אויך קומט ארויף "איך גיי דיך נישט לאזן זיך א עצה געבן מיט דעם, דו גייסט פרובירן און פרובירן, אבער איך גיי דיך נישט לאזן אז ס'זאל גיין", "ווען איינער טוט וואס דו האסט געטון, קומט נישט צו זיין פרייליך", "איך טו אזאך וואס איז פארקערט ווי מיינע וועליוס", "איך האב נישט מיט וואס צו זיין פרייליך". "ווייל אזא זאך וואס דו טוסט קען דיר חלילה שאדן מאכן", "ביסט א פורק עול (חלילה)"

ט: וואס מיינט: איך האב נישט מיט וואס צו זיין פרייליך?

ק: עפעס דערמאן איך אז די סארט עצבות אין מיר, איז שוין גאר א אלטע. איך פלעג יארן צוריק פילן דער "איך האב נישט מיט וואס צו זיין פרייליך". איך פאל אריין אין אזא סארט נעגעטיוו 'איך', און די נפש לויפט אזוי: איך האב נישט מיט וואס צו זיין פרייליך. ס'קומט אלץ תוצאה פון זיך פילן אז איך בין 'גארנישט'. ס'קומט פון אזא נעגעטיוויטעט.

ט: זאג אזוי: איך האב נישט יעצט מיט וואס צו זיין פרייליך. ווייל איך קען נאר זיין פרייליך אויב...

ק: אפשר קומט ארויף: אויב מ'האלט פון מיר. אבער ס'איז מיר זייער אינטערעסאנט, פארוואס קען איך מיך נישט פרייען דשאסט מיט דעם אז איך בין א חלק פון כנסת ישראל. א יודישע קינד.

ט: פרוביר צו זאגן: איך פריי מיך אז איך בין א חלק פון כנסת ישראל.

ק: דאס גייט נישט מאכן אז דו זאלסט דיך פארבעסערן. "איך האלט נישט פון דיר, ווייל דו טוסט נישט גוט, דו טוסט נישט וואס דו דארפסט, דערפאר האלט איך נישט פון דיר."

ט: זאג: איך מעג נישט זיין פרייליך, נאר אויב איך פארבעסער מיך.

ק: מאכט סענס.

ט: ווייל אויב איך וועל זיין פרייליך אפילו אזוי אויך...

ק: ביסטו נאך אלץ נישט צופרידן מיט מיר.

ט: זאג: אויב ביסטו נישט צופרידן, מעג איך נישט זיין פרייליך מיט מיין חלק אין כנסת ישראל.

ק: (זאגט עס)

ט: ווייל אויב איך וועל פרייליך מיט מיין חלק אין כנסת ישראל, דאן...

ק: דו ביסט אבער נישט צופרידן מיט מיין התנהגות.

ט: זאג: ווייל דו ביסט נישט צופרידן מיט מיין התנהגות, דאן דארף איך זיין טרויעריג, ווייל...

ק: ווייל איך וויל אז דו זאלסט האלטן פון מיר. און דיין אומצופרידנקייט מיינט אז איך בין גארנישט.

ט: לאמיר ענדיגן דא, ווייל ס'ווערט שפעט.

ק: גוט

צעטיל:

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

באמערק ווען איך פרוביר צו ווערן פרייליך. "איך האב געלאזט מיין בני בית אויף הפקר", "איך גיי נאכדעם טון וואס איך וויל", "איך פיר מיך אויף אנדערש ווי מ'האט מיך געלערנט", ווי אויך קומט ארויף "איך גיי דיך נישט לאזן זיך א עצה געבן מיט דעם, דו גייסט פרובירן און פרובירן, אבער איך גיי דיך נישט לאזן אז ס'זאל גיין", "ווען איינער טוט וואס דו האסט געטון, קומט נישט צו זיין פרייליך", "איך טו אזאך וואס איז פארקערט ווי מיינע וועליוס", "איך האב נישט מיט וואס צו זיין פרייליך". "ווייל אזא זאך וואס דו טוסט קען דיר חלילה שאדן מאכן", "ביסט א פורק עול (חלילה)"

פרייליכקייט איז נאר ווען מ'האלט פון מיין התנהגות. אז מ'איז אומצופרידן מיט מיין התנהגות, מעג איך נישט זיין פרייליך מיט מיין חלק אין כנסת ישראל. טרויעריגקייט גייט מאכן אז איך זאל מיך פארבעסערן. און פארבעסערן גייט מאכן אז דו זאלסט, אדער ענק אלע זאלן, האלטן פון מיר. האלטן פון מיר מאכט אז זאל האבן א גוטע 'איך'. סתם אזוי האב איך נישט מיט וואס צו זיין פרייליך.

כאטש נישט זיין פרייליך איז פארקערט ווי השי"ת רצון, אבער זיך פארבעסערן איז וויכטיגער.

והשם הטוב יעזור.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: א רגע נאך יעצט פארגעס איך עס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

טערעפיסט: א גוטן הרב 'קליענט' נירו יאיר ויזרח

קליענט: א בעסערן.

ט: וויאזוי גייט עס מיט דעם ענין?

ק: עס ווערט בעסער ב"ה, אבער איך קען נאך אלץ באמערקן אז איך האב אין מיר א סיבה פארוואס איך זוך מיך אראפצואווארפן אין א עצבות'דיגע סארט מוד, וואס דער מוד שאפט דעם אינערליכן געשלעג. און איך זוך מיט אלע כוחות זיך ארויסצוהייבן דערפון. איך קען נאך אלץ באמערקן ווי די 'אמת' וואס שטייט אינעם פריערדיגן צעטיל גייט אן. אין עס איז מיר א וואונדער, ווייל איך ווייס גאנץ גוט אז עס איז נישט טרויעריגקייט וואס העלפט אז איך זאל מיך פארבעסערן. עצבות איז קיינמאל נישט די וועג, און ס'איז דירעקט פארקערט ווי ס'שטייט איבעראל.

ט: גוט, לאמיר פרובירן און השי"ת זאל העלפן. פרוביר דיך צו זען ווי כאילו דו ביסט יעצט אין יענעם מצב, און פרוביר צו זאגן: אויב איך לאז יעצט אריין אין מיר דעם אמת אז א יוד דארף שטענדיג זיין פרייליך, און פארבעסערן זיך קומט נישט פון זיך האלטן אין א טרויעריגע מוד. צי קומט עפעס ארויף אין דיר? און אויב יא, וואס איז עס?

ק: ס'קומט גראד ארויף: דו גייסט נישט האבן א וועג וויאזוי ארויסצוקריכן פון 'רע'.

ט: יא, טאקע פון דעם רעדן מיר דא. אז דו ערלויבסט אז דאס איז נישט וועג קיינמאל.

ק: ס'קומט ארויף: מ'זעט מיך נישט.

ט: זאג מיר וואס דו ווייסט וועגן דער "מ'זעט מיך נישט"

ק: אז איך האב אין מיר א סיבה צו פילן אז "מ'זעט מיך נישט".

ט: איז פרוביר צו זאגן אזוי: איך וויל יעצט ווערן אין א גוטע מוד, סתם ווייל א יוד דארף זייין בשמחה, אבער קודם דארף איך קענען באשטיין צו ווערן ווייניגער פארנומען מיט דעם אז "מ'זעט מיך נישט". דו פארשטייסט די שייכות פון די צוויי?

ק: יא.

ט: ערקלער מיר די שייכות בטוב טעם ודעת. פארוואס ערלויבסטו דיך נישט צו זיין פרייליך, ווילאנג דו פילסט נאך אז מ'זעט דיך נישט?

ק: ווייל עס איז די 'מיך זען' וואס איך וויל עררייכן דא.

ט: און לאמיר זיך פארטיפן דערין. דו ביסט א יוד, און דו ביסט א חלק פון כנסת ישראל, א חלק פון יחוד קודשא בריך הוא ושכינתיה, און דאס ביסטו בעצם. יעצט, דו ווילסט דיך ערלויבן צו זיין פרייליך אין א גוטע מוד, און ערלויבן אז זיך פארבעסערן און ווערן נאנטער צו השי"ת העלפט נישט דיין זיין בעצבות. וואו קומט אריין דא די ענין פון 'מזעט מיך נישט'?

ק: ס'איז מיר אינטערעסאנט, אבער דאס אז איך בין פארנומען מיט דעם אז מ'זעט מיך נישט, לאזט מיר נישט פילן מיין אמת'ע מציאות. ווי כאילו מיין אמת'ע מציאות איז נאר אויב מ'זעט מיך. יא, דאס איז עס. נאר אויב מ'זעט מיך, פיל איך מיך.

ט: פארוואס זאל 'מזעט מיך נישט' זיין אמת אין דעם מצב? פרוביר זיך צו ערלויבן און פילן אז מ'זעט דיך יא. מ'זעט דיך אלץ דעם אויס.

ק: עפעס קומט ארויף: איך וויל נישט אז מ'זאל מיך זען.

ט: פרוביר נאכאמאל.

ק: יא. דאס איז וואס איך פיל.

ט: זאג: אויב יעדער גייט מיך זען, אויב איך גיי פילן אז מ'זעט מיך, אלץ א יוד, א חלק פון כנסת ישראל, דאן...

ק: דאן פארליר איך מיין עכטע 'איך'.

ט: איך בין סתם נייגעריג, פרוביר נאכאמאל, און זאג מיר, וואס איז דיין עכטע 'איך' וואס דו פארלירסט אויב מ'זעט דיך אלץ חלק פון כנסת ישראל

ק: איך בין ספעשל. דא בין איך סתם א חלק. (קען זיין עס איז דברי היצר)

ט: קענסט מיר מער ערקלערן די חילוק צווישן 'ספעשל', און נאר 'א חלק'?

ק: ביי 'ספעשל', פיל איך מער מציאות.

ט: און פארוואס 'א חלק' פארלירט די 'מער מציאות'?

ק: עס קומט ארויף "מ'זעט נישט מיר".

ט: וואס איז די 'מיר' מער פון 'חלק'?

ק:

ט: און לאמיר גיין נאך טיפער. לאמיר זאגן אז איינער באמערקט 'דיר', אויף אזא אופן אז דו פילסט אז דו ביסט צוריק געקומען אין עקזיסטענץ, פילט זיך עס גוט?

ק: נישט אינגאנצן. ווייל איך פיל "איך בין נישט נאר דעס"

ט: איז לאמיר זאגן אז איינער זעט דיך אויף אזא אופן אז אלע דיינע כוחות קומען מלמעלה צו דיר פון הימעל, וויאזוי פילט זיך עס דאן?

ק: עס פילט זיך כמעט אינגאנצן גוט.

ט: זאג אזוי: איך באקום כוחות פון השי"ת, השי"ת האט מיך ליב און ער וויל מיך, נאר ווילאנג מ'זעט דאס נישט, עקזיסטיר איך נישט. ווען ארומיגע וועלן דאס זען, דאן וועל איך עקזיסטירן.

ק: ס'איז אמת. אזוי לייד איך פון דעם אזוי אזוי לאנג.

ט: יעצט, לאמיר פרובירן נאכאמאל זיך פארצושטעלן אז דו ערלויבסט אז דער אמת איז אז עצבות מאכט גאר גאר ערגער, און זיכער אז ס'העלפט נישט, און נאר תפילה ותחנונים לפני מלך רחמן העלפט. וואס קומט ארויף?

ק: יא, עס איז די טיפע ווייטאג אין מיר. די ווייטאג פון דעמאלטס אלץ קליין בחור'ל ווען קיינער זעט מיך נישט. און איך בעט מיך ברחמים "קוק אויף מיר, זע מיך, איך עקזיסטיר, נישט מיין דרויסנדיגע 'איך', נאר מיין אינעווייניג, זע מיין אינעווייניג".

ט: און אז מ'זעט עס נישט, עקזיסטירט עס נישט. ווייל אויב יא...

ק: איך עקזיסטיר פאר די מענטשהייט, און נישט פאר מיר אליין.

צעטיל

בעזרת השם יתברך עושה שמים וארץ

אויב איך ערלויב מיך אז דער אמת איז אז אלץ א יוד דארף איך שטענדיג זיין פרייליך און אין א גוטע מוד, און פארבעסערן קומט נישט פון זיך האלטן אין א נישט גוטע מוד. קומט ארויף די געפיל פון "מזעט מיך נישט", נאר כוחות וואס איך פיל אז מ'זעט עס עקזיסטירן אין מיר, אויב איך פיל אז מ'זעט עס נישט, עקזיסטירן זיי נישט אין מיר" ווייל ווען איך ערלויבן אז זיי עקזיסטירן יא, קומט ארויף: איך בין דאך נאר דא פאר די מענטשהייט, און נישט פאר מיר אליין.

כאטש ווען איך פיל אז 'מזעט מיך נישט', קען איך נישט זיין פרייליך, און טרויעריגקייט ברענגט א אינערליכע געשלעג, אבער 'איך וויל עקזיסטירן מיט עפעס'. די צער פון נישט עקזיסטירן איז ערגער ווי די צער פון זיין נישט אין א גוטע מוד וואס ברענגט א אינערליכער געשלעג.

והשם הטוב יעזור ויושיע אז איך זאל גיין בדרך טובים, און זיך רייניגן דאס הארץ פאר השי"ת באמת ובשמחה.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: א רגע נאך יעצט פארגעס איך עס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

טערעפיסט: א גוטן הרב 'קליענט' נירו יאיר ויזרח

קליענט: א בעסערן.

ט: וויאזוי גייט אלעס?

ק: איך האב דיר שוין פארציילט, אז אפילו ווען די סענסעשאן איז נישט דא, קען אריינקומען אין מיר אזעלכע ווילדע געדאנקען וואס דערשרעקן מיר, און איך קען דערפון נישט פטור ווערן. און די געדאנקען רוען נישט איין, עס קומט נאכאמאל און נאכאמאל ביז זיי זענען גורם דער אינערליכער געשלעג. ס'האט גענומען גאנץ לאנג ווילאנג ס'איז געלונגען פאר די ווילדע מחשבות מיך צו שאפן דעם אינערליכן געשלעג, אבער צום סוף איז עס אים געלונגען. און ווען ס'געלונגט איז שוין סך שווערער דאס צו איינשטילן. די אינטרוסיוו מחשבות איז געקומען באגלייט מיט אזא חוזק פון מיר. אזא 'ונראה מה יהיו חלומותיו', "הייסט עס אז מיט סעשאנס אויף אייוועלט ווילסטו ארויסקריכן פון דיין פראבלעם, הא הא", קומט אויס אז עפעס אין מיר מאכט אז ס'זאל מיר זיין וויכטיג, אז די סעשאנס דא ארבעטן נישט.

'אינטרוסיוו טאטס' איז נישט קיין נייעס פאר מיר, איך האב דאס שוין עקספיריענסד פון אלץ בחור'ל. איך בין דשאסט נייגעריג, וואס אין מיין נפש מאכט אזוי וויכטיג, אז איך זאל מיך דאס מאכן עקספיריענסן. איך וויל וויסן וואס דרוקט מיר אז איך זאל בוחר זיין צו טראכטן אזעלכע מחשבות. איך בין נישט נייגעריג וואס עס שאפט אזעלכע מחשבות, ווייל איך בין נישט נייגעריג צו פטור ווערן פון אזעלכע מחשבות, דאס זענען נארישע מחשבות וואס האבן נישט קיין שום מיינונג, נאר איך בין נייגעריג וואס עס שאפט די דרוקעניש וואס שאפט אזעלכע מחשבות. ווייל פון די זאך וואס דרוקט מיר וויל איך פטור ווערן. אבער איך וויל נישט פטור ווערן פון די מחשבות.

ט: איך בין נישט קיין עכטע טערעפיסט, איך קען נאר פרובירן דאס ביסל וואס איך שטעל מיך פאר, וויפיל השי"ת וועט מיך העלפן. לאמיר פרובירן ווי פאלגנד. לאמיר פרובירן זיך פארצושטעלן די מצב ווען עס איז געשען אין דיר א געוויסע זאך וואס האט דיך געדרוקט און געשטערט, וואס דאס האט געבוירן אזעלכע מחשבות. און וויאזוי ווילסטו עס זאגן: עס דרוקט מיר, אדער עס שטערט מיר, אדער עס באדערט מיר,

ק: איך בין דערשראקן.

ט: פיין. טראכט עס פאר א גאנצע מינוט, און פארטיף דיך דערין. זאג: איך בין דערשראקן אז...

ק: עפעס האט געוואלט ארויפקומען, אבער איך האב עס נישט געקענט כאפן

ט: פרוביר נאכאמאל

ק: אפשר "אז איך טו נישט גוט"

ט: פיין, דו ביסט דערשראקן אז אפשר מיט די גאנצע סעשאנס דא אויף אייוועלט, און דיין גאנצע צוגאנג דערצו, טוסטו נישט גוט. פרוביר נאכאמאל: איך בין דערשראקן אז...

ק: ס'קומט ארויף אין מיר עפעס אנדערש ווי "איך בין דערשראקן". דהיינו: שוין גארנישט דערשראקן. די מערסטע וויאזוי איך קען עס ארויסברענגען איז אז איך קלער אז אפשר דערשטיק איך אין מיר געוויסע רצונות.

ט: ס'דא אסאך מאל ווען א מענטש וויל נישט טראכטן פון עפעס, און ער טראכט נישט דערפון און שוין. נאכדעם איז דא ווען א מענטש איז פארנומען צו האלטן קאפ אז יענע רצונות זאלן ווערן צוריקגעהאלטן. צום ביישפיהל: א מענטש אין יו"ט פסח גייט נעבן א גוי'אישע געשעפט וואס פארקויפט חמץ, און ער האלט קאפ אז "נישט חמץ". איז ווייל די "נישט חמץ" פילט זיך דערשטיקט, קומט עס ארויף. עכט פעלט נישט אויס פאר דעם מענטש צו 'דערשטיקן חמץ'. ווי מער ער איז פארנומען צו דערשטיקן, אלץ מער לעבט עס. והא ראי' ווען ער גייט אוועק פון דארט, זעט ער אין זיין דמיון א ברויט. וויאזוי קען זיין? אין פסח? א ברויט?

איז לאמיר דיר פרעגן, צי האסטו אין דיר אזא געוואוינהייט צו האלטן קאפ אויף 'יענץ נישט'?

ק: יא.

ט: יעצט, פאר די מחשבות זענען אריינגעקומען, ביסטו געווען אין א מצב ווי דו האסט געהאלטן קאפ אז "נישט חמץ"?

ק: יא, אוודאי, מיט דעם אלעם וואס דער סענסעשאן געשעט נישט, איז עס אבער נישט קיין לייכטע איבערלעבעניש פאר מיר.

ט: ס'איז מיר אויך אינטערעסאנט צו וויסן, ווען איך זאל דיר פארציילן אלץ דרייצן יעריגער בחור'ל: דו ווייסט, דו גייסט אמאל האבן א פראבלעם מיט מחשבות, וואס וואלסטו מיר געענטפערט?

ק: ס'קומט, ווייל מ'פילט זיך נישט זיכער מיט זיך אליין.

ט: סאו, לאמיר זיך פארשטעלן ווי כאילו יעצט איז פאר דו עקספיריענסד די סארט מחשבות, און זאג: איך פיל יעצט נישט זיכער מיט מיך אליין.

ק: ס'מאכט סענס.

ט: סאו, זאג: איך פיל מיך נישט זיכער מיט מיך אליין, ווייל...

ק: מיין זיכערקייט קומט ווען איך פיל מיך נאנט צום הייליגן באשעפער. ווי א סקרו וואס איז אריינגעדרייט.

ט: זאג, יעצט בין איך ווי א סקרו וואס איז נישט אריינגעדרייט,

ק: (זאגט עס)

ט: יעצט בין איך ווי א סקרו וואס איז נישט אריינגעדרייט, ווייל...

ק: איך פיל מיך דערווייטערט.

ט: ווען איך זאל דיר פרעגן אלץ דרייצן יעריגער בחור'ל, וואס מאכט דיך דערווייטערט פון השי"ת, און וואס מאכט דיך נאנט צו אים, וואס וואלסטו מיר געענטפערט?

ק: די געפילן. ווען איך פיל אז איך בין נאנט, בין איך נאנט, ווען איך פיל אז איך בין ווייט, בין איך ווייט.

ט: אלץ בחור'ל וואלסטו אויך געענטפערט: ווען איך בין דערווייטערט, בין איך אומזיכער?

ק: איך מיין אזוי.

ט: און אלץ בחור'ל וואלסטו געזאגט: ווען איך בין דערווייטערט, און איך בין אומזיכער, האב איך מחשבות.

ק: ניין. וואס האב איך מיט מיינע מחשבות.

ט: און צי געדענקסטו ווען דו האסט אנגעהויבן צו האבן מיט דיינע מחשבות?

ק: איך האב עס אנגעהויבן אנצונעמען אלץ א סימן אויף מיר אליין.

ט: זאג אזוי: ווען איך פיל מיך שלעכט, אדער דערווייטערט פון השי"ת, און אומזיכער, האב איך מיט די מחשבות.

ק: (זאגט עס)

ט: ווייל אויב איך נעם נישט אן אז איך האב מיט די מחשבות, דאן...

ק: דאן פילט זיך די ווייטאג פון זיין שלעכט, און פון זיין דערווייטערט, און פון זיין אומזיכער מיט מיר אליין, סך מער.

ט: האט עפעס האלטן קאפ אויף "נישט חמץ" מיט זיך נישט ערלויבן צו פילן די ווייטאג פון זיין שלעכט, פון זיין דערווייטערט, און פון זיין אומזיכער מיט זיך אליין?

ק: אוי ווי עס האט. איך וויל נישט פילן די ווייטאג פון זיין שלעכט, זיין דערווייטערט, און פון מיין אומזיכערקייט מיט מיר אליין.

ט: נאך איין פראגע פאר היינט. וואס מיינט "אומזיכערקייט מיט זיך אליין"?

ק: נישט צופרידן אין די אייגענע הויט.

ט: וואלסט געקענט באשטיין מיר צו זאגן מער?

ק: זיכער מיינט פשוט: איך בין צופרידן אז איך בין איך. איך האב נישט קיין ספיקות אז איך בין נישט גוט.

ט: וואס נאך?

ק: זיין אומזיכער מיינט: פילן אגאנצן צייט ווי כאילו איך דארף נישט עקזיסטירן אויף די וועג וויאזוי איך עקזיסטיר יעצט. זיכער מיינט: איך בין פרייליך און זיכער מיט מיר. אזוי ווי א קוואל וואסער וואס איז אומזיכער מיט זיך אליין. דהיינו: אז ס'דארף נישט קוועלן מיט א קראפט.

ט: קען א מענטש זיין אין א מצב פון 'דארפן תשובה טון', און דאך זיין 'זיכער'?

ק: ניין.

ט: דו האסט אלץ בחור'ל קיינמאל נישט געדארפט תשובה טון?

ק: אבער תשובה מיינט נישט אויף די גאנצע מענטש. אז אלעס אלעס אלעס דארף תשובה טון. אויב יא, איז מען טאקע אומזיכער.

ט: אקעי, לאמיר מאכן דא אזא צעטיל ווי פאלגנד, און דו גייסט עס ליינען הויעך.

בעזרת השם יתברך עושה שמים וארץ

ווען עס קומען אין מיר אריין אינטרוסיוו טאטס, ווערן באוואוסטזיניג צי איך האלט קאפ אויף "נישט חמץ".

אבער איך מוז האלטן קאפ אויף "נישט חמץ" כדי נישט צו פילן די ווייטאג פון זיין שלעכט, זיין דערווייטערט, און בעיקר פון מיין אומזיכערקייט מיט מיך אליין.

און אומזיכער מיינט: פילן אגאנצן צייט ווי כאילו איך דארף יעצט נישט עקזיסטירן די וועג וויאזוי איך עקזיסטיר, אז איך דארף נישט קוועלן מיט אזא נאטורליכע קראפט. און זיכער מיינט: איך בין צופרידן אין די אייגענע הויט, אז איך בין איך, איך האב נישט קיין ספיקות אז איך בין נישט גוט.

מיינט תשובה אויף די גאנצע מענטש, אדער נאר געוויסע זאכן? וואס איז דער אמת?

והשם הטוב יעזור
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: א רגע נאך יעצט פארגעס איך עס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ. השי"ת זאל מיך פירן אויף די ריכטיגע וועג.

טערעפיסט: א גוטן הרב 'קליענט' נירו יאיר

קליענט: א גוטן הרב 'טערעפיסט' וואס קען נאר וואס השי"ת שיקט אים צו

ט: וויאזוי גייט עס מיט דעם סימפטאם?

ק: איך קען באמערקן מיין אומזיכערקייט מיט מיר אליין, אז איך בין אין א פראגע צייכן. און ווען די 'פראגע צייכן', די 'אומצופרידנקייט' מיט מיר אליין, ווערט מער, ווערט דער סענסעשאן אויך מער.

ט: לאמיר זיך פארשטעלן די מצב ווען דער 'פראגע צייכן' געשעט, און פרוביר מיר צו זאגן וואס דו פילסט.

ק: איך פיל אז איך בין אומצופרידן און אזוי ווי גערעגט מיט מיר אליין. און איך ווער נערוועז. איך פיל ווי איך האב אזא קוועטשער וואס דרוקט מיר אראפ. אז איך בין נישט גוט. און איך ווער פארנומען מיט 'ס'געשעט יא, ס'געשעט נישט'.

ט: לאמיר זיך פארשטעלן ווען עס געשעט אין דיר דיין 'ווערן אומצופרידן און גערעגט מיט דיר אליין'. די זאך אז דו האסט אין דיר אזא קוועטשער וואס דרוקט דיר אראפ. און זאג: עס פעלט מיר יעצט אויס דייקא מיט אראפצודרוקן, און פילן אז מיין גאנצע עקזיסטענץ איז אין א פראגע צייכן, ווייל...

ק: איך האב נישט גוט געטון.

ט: דאס פרעג איך, פארוואס ווען דו ווייסט, אדער האסט א ספק, אדער א ספק ספיקא, אז דו האסט נישט גוט געטון, פארוואס פעלט אויס זיך צאמקוועטשן, און אראפדרוקן. זאג: עס פעלט מיר יעצט אויס דייקא מיך אראפצודרוקן, ווייל...

ק: אפשר "ווייל איך בין זייער נישט גוט"

ט: דאס פרעג איך, פארוואס ווען דו ווייסט, אדער דו האסט א ספק, אז דו האסט נישט גוט געטון, און דו פילסט "איך בין זייער נישט גוט", פעלט אויס זיך אראפצדרוקן.

ק: ווייל איך וויל נישט זיין אזוי.

ט: דאס פרעג איך, פארוואס ווען דו ווילסט נישט זיין א געוויסע וועג, פארוואס פעלט אויס דיך אראפצודרוקן?

ק: די 'דרוק' איז די "איך וויל נישט זיין אזוי"

ט: זאג: די איינציגע וועג וואס איך קען טון ווען איך וויל נישט זיין א געוויסע וועג, איז זיך צאמצודרייען, און אראפקוועטשן מיט כוח.

ק: די איינציגע וועג וואס איך האב פאר מיר צו טון ווען איך וויל נישט זיין א געוויסע וועג, איז זיך צאמצודרייען, און אראפקוועטשן, מיט כוח, און עס האלטן אראפגעדרוקט, אזוי ווען ווען מ'האט נישט ליב אזאך וואס מ'האט געשריבן, און מ'נעמט די פאפיר, און מ'צוקנייטשט עס די מערסטע וואס מ'קען, און מ'צודרוקט עס מיט כוח. און מ'ווארפט עס אוועק די ווייטסטע וואס מ'קען.

ט: זאג: אויב איך האב געמאכט א טעות, איז גארנישט אין מיר גוט, איך דארף מיך אינגאנצן צעקנייטשן און צערייסן און אוועקווארפן מיט כעס. גארנישט ווערד. מ'דארף מיך איבערמאכן. גארנישט איז נישט גוט מער.

ק: (זאגט עס) ס'שטומט. איך האב מיך נישט ליב מער.

ט: וואס האט צעברעכן דאס גאנצע, מיט דעם אינערליכן געשלעג?

ק: ס'קען זיין אז פארטראגט נישט

ט: צי קענסטו באמערקן אז דאס איז וואס געשעט אין דיר פאר דער אינערליכער געשלעג געשעט?

ק: יא.

צעטיל.

בעזרת השם יתברך עושה שמים וארץ

פרובירן צו ווערן באוואוסטזיניג ווען איך באמערק מיין אומזיכערקייט מיט מיר אליין, אז איך בין אין א שטארקע פראגע צייכן.

איך פיל אז איך בין אומצופרידן און אזוי ווי גערעגט מיט מיר אליין. און איך ווער נערוועז. איך פיל ווי איך האב אזא קוועטשער וואס דרוקט מיר אראפ. אז איך בין נישט גוט. און איך ווער פארנומען מיט 'ס'געשעט יא, ס'געשעט נישט'.

די 'דרוק' איז די "איך וויל נישט זיין אזוי"

די איינציגע וועג וואס איך האב צו טון ווען איך וויל נישט זיין א געוויסע וועג, איז זיך צאמצודרייען, און אראפקוועטשן, מיט כוח, און עס האלטן אראפגעדרוקט, אזוי ווען ווען מ'האט נישט ליב אזאך וואס מ'האט געשריבן, און מ'נעמט די פאפיר, און מ'צעקנייטשט עס די מערסטע וואס מ'קען, און מ'צודרוקט עס מיט כוח. און מ'ווארפט עס אוועק די ווייטסטע וואס מ'קען

אויב איך האב געמאכט א טעות, איז גארנישט אין מיר גוט, איך דארף מיך אינגאנצן צעקנייטשן און צערייסן און אוועקווארפן מיט כעס. גארנישט ווערד. מ'דארף מיך איבערמאכן. גארנישט איז נישט גוט מער.

כאטש ווען איך נוץ דעם וועג געשעט אזעלכע אינערליכע סענסעשאנס, אבער וויאזוי ווער איך בעסער אויב נישט דורך דעם וועג?

אוי הייליגער זיסער לעכטיגע באשעפער, העלף מיך, העלף מיך, איך וויל דאך זוכה זיין צו זיין אמת'דיג ערליך און נאנט צו דיר.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: א רגע נאך יעצט פארגעס איך עס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

טערעפיסט: א גוטן הרב 'קליענט' נירו יאיר

קליענט: א גוטן

ט: זאג מיר דעם אמת. וויאזוי גייט עס דיר מיט דעם סענסעשאן, אדער סענסעשאנס.

ק: איך עקספיריענס נאך אלץ אזא אינערליכע געשלעג, טאקע נישט אזוי שטארק, און די צעטליך בארואיגן עס, אבער דאך גייט עס נאך אלץ אן דא און דארט, קען זיין ווייל דו ביסט נישט קיין עכטע טערעפיסט, און קען זיין אז ווייל מ'האט נאכנישט געטראפן די שורש וואס עס דרוקט מיר עכט. אדער מ'האט נאכנישט געטראפן די אמת'ע מציאות פון די זאך וואס עס קומט פאר מיט מיר. השי"ת זאל מיר שוין העלפן.

ט: לאמיר פרובירן צו נעמען די צעטיל פון: אויב איך טראכט, איך מאך אפ, און איך פיהל אז איך טו גוט, ערווארט איך צו פיהלן אויף מיין אייגענעם אקסל, און איך פיהל ווי איך פארליר שטיצע, איך בלייב אליין. איך קען דאס נישט ערלויבן. וואס איז די געפיל פון 'איך בלייב אליין'?

ק: איך וויל פיהלן מחובר. און ווען איך מאך מיר אליין אפ עפעס, פיל איך אויף מיין אייגענעם אקסל. און ס'פיהלט זיך נישט אזוי גוט. און דאס איז ביי מערערע זאכן.

ט: צוויי זאכן וואס איך וויל פארשטיין. וואס איז אזוי אומבאקוועם מיט'ן פיהלן אליין, און ווי ווייט דו פילסט מחובר צו אנדערע מענטשן. קודם: וואס איז אזוי אומבאקוועם פאר דיר צו פיהלן אליין?

ק: די ערשטע רגע ווען איך האב אנגעהויבן קלערן דערויף איז ארויפגעקומען אזא אינטערעסאנטע "וואו איז טאטי, וואו איז מאמי, וואו איז יעדער". איך פיל מיך אליין.

ט: וואס מיינט דאס אז דו פילסט דיך אליין?

ק: אז איך פארליר שטיצע.

ט: שטיצע פאר וועלכע זאך?

ק: אפשר קומט ארויף "איך קען נישט אליין סורווייווען"

ט: סורווייווען מיט וואס?

ק: איך מיין אז ס'קומט ארויף "איך קען מיך מער נישט טרעפן, איך האב נישט מער א מציאות"

ט: וואס האסטו מער מציאות ווען דו ביסט נישט אליין, דו האסט שטיצע?

ק: די ווארעמע ליבליכע שטראלן וואס איך באקום, מאכט מיך פילן אז איך עקזיסטיר. אז איך פיל נישט אז איך באקום, עקזיסטיר איך נישט. איך דארף ליבשאפט און שמייכלעך פון ארומיגע.

ט: זאג אזוי: אויב איך טראכט, איך מאך אפ, און איך פיהל אז איך טו גוט, ערווארט איך צו פיהלן אויף מיין אייגענעם אקסל, און איך פיהל ווי איך פארליר שטיצע. איך בלייב אליין. יענע חלק 'איך' וואס האט אפגעמאכט, גייט מער נישט באקומען קיין ליבשאפט. אויב איך פיהל אליין, בין איך באמת אליין. און מ'זעהט מיך מער נישט.

ק: איך ווייס נישט פארוואס, אבער עס מאכט סענס.

ט: יעצט פרוביר צו זאגן אזוי: וואס פאלט מיר ביי אז איך בין אליין, איך פיהל זייער שטארק מחובר צו ארומיגע. פיהלט זיך עס אינגאנצן באקוועם צו זאגן?

ק: ניין, ס'פיהלט זיך נישט באקוועם.

ט: זאג עס נאכאמאל, און זאג מיר וואס עס איז אזוי אומבאקוועם דערמיט?

ק: איך וויל נישט, איך וויל זיין פאר מיך אליין.

ט: זאג: איך וויל זייער שטארק זיין מחובר מיט ארומיגע. וואס קומט ארויף?

ק: איך וויל מיך טרעפן. איך וויל זיין אליין.

ט: זאג: איך וויל נישט פיהלן מחובר צו קיינעם, איך וויל פיהלן פאר מיר אליין.

ק: עס פיהלט זיך אויך אומבאקוועם.

ט: זאג עס נאכאמאל, און זאג מיר וואס איז אזוי אומבאקוועם מיט דעם?

ק: איך וויל פיהלן אז איך האב ליבשאפט אין די הערצער פון ארומיגע.

ט: האסט געזאגט 'ליבשאפט', זאג מיר מער וואס די ווארט מיינט?

ק: אז מ'האט מיך ליב פאר מיין ספעציעלע יוניק 'איך'.

ט: וואס האט דאס אז ס'איז דיר אומבאקוועם צו זאגן "איך וויל נישט פיהלן מחובר צו קיינעם, איך וויל פיהלן פאר מיר אליין" מיט "מ'האט מיך ליב פאר מיין יוניקייט"?

ק: די איינציגע חיבור איז נאר די חיבור אין די הערצער אלץ מיין 'איך'.

ט: זאג: איך בין מחובר מער ווי אזא חיבור. וויאזוי פיהלט זיך עס צו זאגן? וואס געשעט אין דיר?

ק: איך פרוביר מיך אפצוטיילן.

ט: זאג: אויב איך מאך אפ אז איך טו גוט, ערווארט איך ווייטער צו באקומען אזא סארט חיבור?

ק: איך ווייס נישט פארוואס, אבער איך קען עס נישט זאגן.

ט: פארוואס? לאמיר זיך פארשטעלן אז ס'דא פון אלע הערצער ארום צו דיר אזא סארט חיבור שטראל. וואס געשעט מיט דעם שטראל ווען דו מאכסט אפ אז דו טוסט יא גוט?

ק: איך פיהל אז ס'ווערט חרוב.

ט: זאג אזוי: אויב איך האב אפגעמאכט אז איך טו יא גוט, האבן די ארומיגע אויך אפגעמאכט אז איך טו גוט. וואס פילט זיך ווען דו זאגסט עס?

ק: ניין, מאכטס נישט אפ אז איך טו יא גוט.

ט: פארוואס? זאג: אויב ענק וועלן אויך אפמאכן אז איך טו יא גוט?

ק: איך בין נישט זיכער אז איך טו גוט.

ט: פארוואס? מ'רעדט דא אז דו טראכסט גוט אריין, און דו מאכסט אפ אז דו טוסט יא גוט. פארוואס מעגן זיי נישט אפמאכן אז דו טוסט גוט?

ק: ווייל איך וויל נאך לאזן א אפציע אפן אז איך טו נישט גוט.

ט: זאג: אויב איך מאך אפ אז איך טו גוט, און ענק מאכן אויך אפ אז איך טו גוט, האב איך מער נישט די אפציע צו טוישן.

ק: (מאכט סענס)

ט: מיר וואונדערט: פארוואס דארפסטו האבן א אפציע אז דו טוסט נישט גוט? וואס איז די תאווה דערפון? זאג: אויב איך פארמאך מיין אפציע, דאן...

ק: איך האב זייער ליב תשובה צו טון. און אפשר טו איך נישט גוט.

ט: פרוביר נאכאמאל: אויב איך פארמאך מיין אפציע, דאן...

ק: איך וויל ווערן בעסער, איך וויל מיך טוישן, איך וויל מיך איבערמאכן, איך וויל מיך רייניגן,

ט: וואס האט דיין "איך וויל ווערן בעסער, איך וויל מיך טוישן, איך וויל מיך איבערמאכן, איך וויל מיך רייניגן" מיט דעם אז דו האסט אזא אינערליכע געשלעג?

ק: ווייל איך בלייב אלעמאל מיט א ספק, ווייל איך וויל נישט ערלויבן אז זיי האבן אויך באשלאסן אז איך טו גוט, ווייל איך וויל ווערן בעסער, וכו'.

ט: זאג: די איינציגע פלאץ ווי איך דארף עכט ווערן בעסער איז ביי דעם ענין דוקא.

ק: יא.

ט: לאמיר זיך פארשטעלן ווען עס איז דיר בייגעפאלן אז ביי דעם ענין דארפסטו ווערן בעסער. און זאג: ביי דעם ענין קען איך מיך אביסל פארבעסערן, איך גיי בעטן השי"ת, אבער שוין. איך גיי צו אנדערע ענינים. וויאזוי פיהלט זיך עס?

ק: איך פיל א פאני געפיל אין מיר.

ט: וואלסט מיר געקענט זאגן מער וועגן דעם געפיל?

ק: (ענטפערט נישט)

ט: זאג אזוי: אויב איך מאך אפ אז אין דעם ענין האב איך שוין גענוג פארבעסערט און איך גיי ווייטער, דאן...

ק: קלאפט מיין הארץ

ט: מיין הארץ קלאפט, ווייל...

ק: איך וויל פיהלן זיכער.

ט: (שמייכלט לייכט) איך וויל פיהלן זיכער, ווייל...

ק: איך וויל זיין זיכער אז איך טו גוט. זיכער!

ט: זאג אזוי. אה, פיהלן זיכער אז איך טו גוט? איך פיהל זיכער אז איך טו גוט. וואס קומט ארויף?

ק: ס'איז ארויפגעקומען עפעס א ווייטאג.

ט: פרוביר עס צו זאגן נאכאמאל

ק: קען זיין עס קומט ארויף: פארוואס פארשעמט מען מיך.

ט: וואס פאר א שייכות האט "פארוואס פארשעמט מען מיך" מיט "איך וויל פיהלן זיכער". זאג אזוי: איך מוז מיך יעצט דערמאנען אז מ'האט מיך פארשעמט, ווייל אויב איך גיי עס יעצט נישט טראכטן, דאן...

ק: אפשר "קען מען מיך פארשעמען נאכאמאל"

ט: פרוביר נאכאמאל.

ק: איך פיל אז די פארשעמונג האט מיך שוואך געמאכט

ט: פרוביר דיך פארצושטעלן דיינע געפילן פון פארשעמונג און טראכט: דאס מיינט אז איך קען נישט זיין זיכער מיט גארנישט.

ק: מאכט סענס

ט: זאג: אויב איך פיל פארשעמט, איז א סימן אז איך קען נישט זיכער, ווייל אויב איך בין ווייטער זיכער, דאן...

ק: פארוואס פארשעמט מען מיך.

ט: זאג: א געפיל פון פארשעמונג מיינט אז איך קען נישט מער זיין זיכער. אויב איך פיל פארשעמט, זאגט דאס אויף די רעכט צו זיין זיכער. ווייל אויב עס זאגט נישט אויף די רעכט צו זיין זיכער, דאן...

ק: פארוואס פילט זיך אומזיכער ווען מ'ווערט פארשעמט.

ט: זאג: ווייל איך פיל אז איך ווער אומזיכער, מיינט דאס אז איך בין טאקע אומזיכער.

ק: זאגט עס

ט: אקעי, עס ווערט שפעט, און לאמיר מאכן אזא צעטיל, און השי"ת וואס איז זיך מרחם על כל בריותיו זאל דיר שוין לערנען דעת, נישט נאר בינה, נאר אויך דעת.

ק: גוט

בעזרת השם יתברך עושה שמים וארץ

עס ליינען נאך די צעטיל פון: אויב איך טראכט, און איך מאך אפ

איך קען נישט ערלויבן צו פיהלן אז אויך זיי האבן אפגעמאכט אז איך טו גוט, און אזוי ארום וועל איך נישט פיהלן אליין, ווייל איך מוז מיך פאררעכטן ביזן סוף, ווייל איך וויל פיהלן זיכער. און אויב זיי מאכן אפ, האב איך פארלוירן די אפציע זיך צו פאררעכטן.

און וויאזוי קען איך פיהלן זיכער ווען מיינע געפילן בשעת מ'האט מיך פארשעמט, האבן מיך אויסגעלערנט אז איך קען נישט זיין זיכער מיט גארנישט. ווייל פארוואס פילט זיך אומזיכער ווען מ'ווערט פארשעמט. קען דען זיין אז א געפיל פון אומזיכערקייט זאל מיינען עפעס אנדערש ווי די אמת?

כאטש דאס אז איך וויל נישט לעבן אז איך טו גוט, שאפט אזא אינערליכע געשלעג, אבער וויאזוי קען איך אפמאכן. אויב איך פיל אומזיכער, זאגט דאס אויפן אמת.

און דער הייליגער באשעפער זאל שוין העלפן
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: א רגע נאך יעצט פארגעס איך עס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

טערעפיסט: א גוטן הרב 'קליענט' נירו יאיר ויזרח

קליענט: א גוטן אייך

ט: וויאזוי גייט עס מיט דעם סימפטאם?

ק: איך האב דיר וואס צו פארציילן דערוועגן. אבער קודם וואלט מיר געווען אינטערעסאנט צו וויסן, און איך האב שוין גערעדט מיט דיר דערוועגן איינמאל, פארוואס ווען איך האב נישט דעם סענסעשאן קומט צומאל אריין א געוויסע ענגזייעטי, איך וואונדער מיך צי עס האט שייכות. איינמאל האמיר געמאכט דעם סעשאן ווען איך בין געווען מיט מיינע בני בית, אבער יעצט איז עס געשען ווען איך בין געווען אליין.

ט: וואלסטו מיר געקענט מער שילדערן דעם געפיל.

ק: אזא געפיל ווי איך בין נישט אנגעבינדן אין די מציאות.

ט: איז, לאמיר זיך פארשטעלן אז אין דעם מצב בלייבסטו אין דיין קערפער, דא. צום וועלט. צי קומט עפעס ארויף, און אויב יא, וואס איז עס?

ק: עס קומט גראד ארויף די "איך קען מיך נישט א עצה געבן אין מיין לעבן".

ט: פרוביר נאכאיינמאל.

ק: אפשר קומט ארויף: וואס האסטו ליב דא, די טיש, די בענקל?

ט: פרוביר צו זאגן: ניין, נישט די טיש, און נישט די בענקל, איך וויל דא זיין מיט די זאכן וואס איך דארף דא טון. צי קומט עפעס ארויף?

ק: ס'קומט עפעס ארויף.

ט: וואס איז עס?

ק: "דו נעמסט נישט קיין אקטיווע חלק דא", אבער צומאל ווען איך קום אין ביהמ"ד, פיהל איך אויך אזא עגזייעטי.

ט: קודם זאג: איך בין נישט היימיש מיט ענק, ווייל אויב איך וועל מיך דא פילן היימיש, דאן...

ק: וויאזוי קען איך מיך פילן היימיש, ווען איך נעם נישט געהעריג קיין אקטיווע חלק.

ט: זאג אזוי: איך פיל יעצט ווי איך בין נישט מקושר דא. אבער וויאזוי קען איך זיין מקושר דא, ווען איך נעם נישט קיין אקטיווער חלק.

ט: יעצט, לאמיר זיך פארשטעלן ווען דו קומסט אין ביהמ"ד, וואס פילסטו?

ק: ווי איך וויל אוועקפליען פון דארט.

ט: לאמיר זיך פארשטעלן ווי דו קומסט יעצט אן, און פרוביר זיך פארצושטעלן ווי דו בלייבסט אין דיין קערפער, דא, צום ארום, צו די מענטשהייט.

ק: ענק זעען אלע מיינע חסרונות. אינטערעסאנט, איבעראל האב איך אנדערע סיבות פארוואס אוועקצופליען פון מיין קערפער. און איך האב א קלער אז די סענסעשאן געשעט וועגן דעם. ס'וויל מיך מיט עפעס אראפהאלטן.

ט: זאג אזוי: איך קום אן צו ענק מיט אלע מיינע חסרונות, און איך זאל נאך דא זיין?

ק: (זאגט עס). די זעלבע זאך קען געשען ווען איך הייב אן אנצוטון תפילין.

ט: פרוביר זיך פארצושטעלן ווי ס'איז יעצט, און דו בלייבסט דא.

ק: אזא 'גארנישט' זאל לייגן תפילין. ס'פילט זיך ווייטאגליך.

ט: זאג: אויב איך בלייב יעצט דא, דאן...

ק: גיי איך מער פילן מיין ווייטאג פון מיין שפלות.

ט: זאג אזוי: איך פיל יעצט ענגזייעטי, קומט דאס ווייל איך וויל אוועקפליען פון מיין קערפער. און איך וויל אוועקפליען כדי נישט צו שפירן די ווייטאג פון מיין שפלות. מיט וועלכע פנים לייג איך די הייליגע תפילין.

ק: (זאגט עס)

ט: אקעי גוט. יעצט לאמיר זיך פארשטעלן ווי דו טוסט יענע זאך, און דו האסט מיר געזאגט אז דו ווייסט אז ס'איז אויסגעהאלטן על פי הלכה

ק: איך האב געפרעגט א זייער אנגענומענעם באקאנטן דומ"ץ.

ט: יא, אבער דאך קען געשען אזא אינערליכער געשלעג ביי די זאך וואס דו האסט געפרעגט, און ביי אנדערע זאכן וואס דו ווילסט פארשטיין אז ס'איז זייער דומה. איז שטעל דיך פאר ווי כאילו ס'איז יעצט, פילסטו עפעס ווי דו ווילסט ענדערש ארויספליען פון דיין קערפער, אדער מער זיין ערגעץ אנדערש?

ק: קען זיין.

ט: פרוביר צו זאגן "איך בלייב אינגאנצן דא אין מיין קערפער"

ק: ניין. איך וויל נישט.

ט: פרוביר נאכאמאל, און זאג מיר וואס עס קומט ארויף, פארוואס ווילסטו נישט.

ק: איך האב מורא אז איך גיי פילן זאכן וואס איך וויל נישט פילן. אדער שפירן זאכן וואס איך וויל נישט שפירן.

ט: פרוביר צו זאגן פאר דיין קערפער: איך האב מורא צו זיין אין דיר, דו קענסט מיר ארויפברענגען זאכן וואס איך וויל נישט פילן.

ק: (מאכט סענס)

ט: לאמיר דיר פרעגן: ווען איז דיך בייגעפאלן אז ס'איז דא געוויסע קערפערליכע שפירונגען וואס זענען 'אסור' צו שפירן? אין שולחן ערוך אבן העזר? חסיד'ישע ספרים?

ק: מאכסט מיך טראכטן. איך וויל אזוי שטארק זיין אפגעהיטן.

ט: עס וואונדערט מיר, וויאזוי פרובירסטו צו זיין אפגעהיטן?

ק: אפשר דורך אוועקלויפן פון מיין קערפער. איך טראכט טאקע, אז נישט דאס איז די וועג, ווי ס'שטייט מכל משמור נצור לבך, אז דער עיקר איז די הארץ.

ט: לאמיר דיר פרעגן נאך עפעס. ווען דו פילסט אז דו ביסט געווארן נישט אזוי הייליג, וואס טוסטו אינערליך צו ווערן צוריק הייליג?

ק: איך שייד מיך אפ פון א חלק פון די שפירונגען פון מיין קערפער. איך לויף צו א הייליגע נקודה אין מיר.

ט: וואס מאכט דיך טראכטן אז יענע נקודה איז יא הייליג?

ק: אינטערעסאנט, מאכסט מיך טראכטן.

ט: און וואס מאכט דיך טראכטן אז יענע נקודות זענען נישט הייליג?

ק: איך ווייס נישט. באשלאסן.

ט: ווען האסטו אזוי באשלאסן?

ק: זייער לאנג צוריק

ט: גוט. לאמיר זיך פארשטעלן ווי כאילו דו ביסט יעצט דארט, און זאג: די סארט שפיר איז נישט הייליג, ווייל אויב איך גיי עס לאזן זיין אין די הייליג אפטיילונג, דאן...

ק: וויאזוי גיי איך מיך פילן הייליגער?

ט: פרוביר נאכאמאל

ק: איך וויל נישט זיין יענע שלעכטע.

ט: נאכאמאל.

ק: יא. איך וויל נישט זיין שלעכט.

ט: זאג: די איינציגע וועג וויאזוי איך קען זיין פון די ערליכע איז ווען איך אנטלויף פון געוויסע שפירונגען.

ק: זאגט עס.

ט: זאג אזוי: איך פיל מיך יעצט נישט אזוי הייליג, און איך וויל ווערן הייליג, די איינציגע וועג איז צו דעזיגנירן געוויסע שפירונגען אין מיין קערפער אלץ 'נישט הייליג' און לויפן צו 'יא הייליג' אין מיר. עפעס א אנדערע וועג וויאזוי צו ווערן נאנטער צום הייליגן באשעפער, האב איך נישט. איך מוז אוועקלויפן פון געוויסע שפירונגען.

ק: אינטערעסאנט.

בעזרת השם יתברך עושה שמים וארץ

באמערקן ווי איך וויל אנטלויפן פון שפירן אדער פילן געוויסע קערפערליכע שפירונגען, אדער געפילן, ווייל איך וויל ווערן הייליגער.

די איינציגע וועג וויאזוי איך קען ווערן פאררעכנט צווישן די ערליכע איז דורך דעזיגנירן געוויסע שפירונגע, אדער געפילן, אין מיין קערפער אלץ נישט הייליג, און אנטלויפן דערפון צו די יא הייליג.

כאטש אנטלויפן פון מיין קערפער שאפט אזא אינערליכע געשלעג מיך צו האלטן אראפ אז איך זאל נישט אוועקפליען, אבער איך וויל ווערן פאררעכנט צווישן די ערליכע אפגעהיטענע.

איך פיל יעצט ווי איך בין נישט מקושר דא. אבער וויאזוי קען איך זיין מקושר דא, ווען איך נעם נישט קיין אקטיווער חלק.

איך קום אן צו ענק מיט אלע מיינע חסרונות, און איך זאל נאך דא זיין?

איך פיל יעצט ענגזייעטי, קומט דאס ווייל איך וויל אוועקפליען פון מיין קערפער. און איך וויל אוועקפליען כדי נישט צו שפירן די ווייטאג פון מיין שפלות. מיט וועלכע פנים לייג איך די הייליגע תפילין

והשם הטוב יעזור וישמור ויושיע
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: א רגע נאך יעצט פארגעס איך עס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

טערעפיסט: א גוטן הרב 'קליענט' נירו יאיר ויזרח

קליענט: א בעסערן אייך.

ט: וויאזוי גייט עס מיט דעם סענסעשאן?

ק: איך האב עס נישט אזוי עקספיריענסד לעצטענס. אבער איך עקספיריענס יא אינטרוסיוו מחשבות, אדער געוויסע מודס, און איך עקספיריענס יא א געוויסע ענגזייעטי וואס פילט זיך ווי עס פעלט מיר 'עקזיסטענץ'. לויט ווי ס'קוקט מיר אויס, זוך איך גאר שטארק 'קאנעקשאן'. התקשרות. אויף גאר א טיפע אופן. אז יענער זאל זען מיין טיפע נפש, און עס אפראווען, און איך זאל פילן עפעס, איך ווייס אליין נישט פונקטליך וואס. איך בין צומאל צווישן מענטשן, און איך פיל אזוי פרעמד, אזוי אפגעהאקט. איך שעם מיך צוצוגיין צו א מענטש רעדן. איך זוך תירוצים פארוואס ס'פעלט נישט אויס. און עניוועי האב איך נישט וואס צו רעדן מיט קיינעם. איך ווייס אליין נישט פונקטליך וואס מיר דרוקט. איין זאך: עס פעלט מיר קאנעקשאן. און איך האב אזא חשש אז איך בין דער וואס האקט עס אפ, אדער וויל עס נישט פילן.

ט: לאמיר גיין צו די צעטיל פון: ווען עס קומען אין מיר אריין אינטרוסיוו טאטס. און לאמיר דיר פרעגן: צי קענסטו פילן ווי כאילו דו דארפסט נישט עקזיסטירן די וועג וויאזוי דו עקזיסטירסט?

ק: יא, איך קען עס פילן.

ט: צי קענסטו דיך יעצט דערמאנען א תקופה, געוויסע מצבים אין יענע תקופה, ווען דו האסט אנגעהויבן אזוי צו פילן?

ק: איך קען. ווען איינער האט געהאט און געזאגט טענות אויף מיר.

ט: זאג אזוי: ווייל דו האסט טענות אויף מיר אז איך טו נישט גוט, קומט ארויף א געפיל פון...

ק: אז דו האסט מיך נישט ליב.

ט: וואס האט "דו האסט מיך נישט ליב", מיט "איך דארף נישט עקזיסטירן יעצט די וועג וויאזוי איך עקזיסטיר"?

ק: א וועג זיך צו טוישן. אויב איך דארף נישט עקזיסטירן די וועג וויאזוי איך עקזיסטיר, קען איך מיך טוישן.

ט: פרוביר צו הערן די זעלבע טענות, אבער פיל ווייטער ווי דו דארפסט יא עקזיסטירן די וועג וויאזוי דו עקזיסטירסט, נאר דו הערסט וואס די טענה איז

ק: איך בין אזוי צעבראכן

ט: פרוביר

ק: איך פיל ווי איך גיי נישט קענען טון וואס ער פארלאנגט פון מיר

ט: וואס האט "איך גיי נישט קענען טון וואס ער פארלאנגט פון מיר" מיט "איך דארף נישט עקזיסטירן די וועג וויאזוי איך עקזיסטיר"? פרוביר צו זאגן: אויב איך דארף יא עקזיסטירן די וועג וויאזוי איך עקזיסטיר, נאר איך דארף פשוט טון וואס ער פארלאנגט פון מיר, דאן...

ק: ווערט מיך עס זייער זייער שווער, ממש אוממעגליך. אדער וויל איך פשוט נישט.

ט: קוק אויף די 'פארלאנג' און זאג: די רגע איך פיל אז איך דארף נישט עקזיסטירן די וועג וויאזוי איך עקזיסטיר, דאן...

ק: ווערט מיר עס גרינגער.

ט: זאג: עס ווערט מיר גרינגער, ווייל...

ק: אזוי ווער איך פטור.

ט: וויאזוי פטר'ט עס?

ק: איך קען נישט כאפן פונקטליך. אבער ס'איז אזא וועג ארויס.

ט: לאמיר זאגן: אז דו זאגסט פאר א מאשין, טו אזוי און אזוי, און די מאשין ווייסט ביי זיך אז אדער ס'וויל נישט, אדער ס'קען נישט, וואס מאכט סענס אז די מאשין זאגט: איך דארף נישט עקזיסטירן אזוי.

ק: אפשר, אז איך עקזיסטיר נישט, קענסטו נישט פון מיר בעטן.

ט: זאג אזוי: איך האב נישט ליב מיינע פליכטן וואס מ'פארלאנגט פון מיר, ווייל...

ק: איך גיי עס נישט קענען טון.

ט: זאג אזוי: אויב איך וואלט געפילט אז איך דארף יא עקזיסטירן די וועג וויאזוי איך עקזיסטיר, אויב איך וואלט יא געפילט צופרידן אז איך בין איך, אז איך האב נישט קיין ספיקות אז איך בין נישט גוט, דאן קומט ארויף די געפילן פון דארפן טון מיינע פליכטן, און איך ווייס פאר א פאקט אז ס'איז אוממעגליך צו טון, אדער איך וויל עס נישט טון. ענדערש פיל איך אז איך דארף נישט עקזיסטירן די וועג וויאזוי איך עקזיסטיר, ווי איידער צו פילן די וואג פון דארפן טון זאכן וואס איז אוממעגליך, אדער איך וויל נישט. אפילו אויב ס'מאכט מיר אינטרוסיוו מחשבות.

ט: יעצט לאמיר זיך פארשטעלן אז דו גייסט צו צו איינע פון די מענטשן, און דו מאכסט אזא שטיקל קשר, און דו פילסט גוט מיט די קשר, און דו גייסט ווייטער.

ק: איך זוך מיך אגאנצן צייט.

ט: זאג אזוי: וויאזוי קען איך פילן מקושר צו דיר, ווען ס'פארדעקט מיין איך.

ק: (זאגט עס)

צעטיל

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

אויב איך וואלט געפילט אז איך דארף יא עקזיסטירן די וועג וויאזוי איך עקזיסטיר, אויב איך וואלט יא געפילט צופרידן אז איך בין איך, אז איך האב נישט קיין ספיקות אז איך בין נישט גוט, דאן קומט ארויף די געפילן פון דארפן טון מיינע פליכטן, און איך ווייס פאר א פאקט אז ס'איז אוממעגליך צו טון, אדער איך וויל עס נישט טון. ענדערש פיל איך אז איך דארף נישט עקזיסטירן די וועג וויאזוי איך עקזיסטיר, אזוי אז דו קענסט מער נישט פארלאנגען, ווי איידער צו פילן די וואג פון דארפן טון זאכן וואס איז אוממעגליך, אדער איך וויל נישט. אפילו אויב ס'מאכט מיר אינטרוסיוו מחשבות.

וויאזוי קען איך פילן מקושר צו דיר, ווען ס'פארדעקט מיין איך? די איינציגע וועג פון קשר איז נאר וואס עס פארדעקט מיין איך. די איינציגע וועג פון טרעפן מיין איך, איז נאר ווען ס'איז נישט מחובר.

והשם הטוב יעזור
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: א רגע נאך יעצט פארגעס איך עס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

טערעפיסט: א גוטן הרב 'קליענט' נירו יאיר ויזרח

קליענט: א בעסערן.

ט: וויאזוי גייט עס?

ק: ברוך השם, השי"ת זאל העלפן אויף ווייטער.

ט: עפעס שטערט דיך?

ק: איך קלער אז יא.

ט: וואס איז עס?

ק: איך וואונדער מיך צי איך קען ארויפברענגען וועלכע זאך עס איז דער עיקר וואס שטערט מיך. אבער לאמיר נעמען דאס אז ווען איך בין צווישן מענטשן, קען איך מיך טרעפן אויף א געוויסע אופן וואס שטערט מיך.

ט: וויאזוי פילט זיך עס?

ק: איך פיל ווי איך גיי פון מענטש צו מענטש, זוכן עפעס וואס איך ווייס אליין נישט וואס. לאמיר זאגן א געוויסע 'אטענשאן' וואס איך פיל אז איך באקום נישט. איך בין סתם נייגעריג וואס עס איז?

ט: לאמיר זיך פארשטעלן אז פון די טיפע געפיל אין דיר פארמירסטו א געגנשטאנד, אדער שטיקלעך. און זאג מיר די מיינונג, וואס מיינען זיי?

ק: זיי דערמאנען מיר ווי איך בין א קליין קינד וואס באקומט אטענשאן.

ט: וואס שטערט עס דיך ?

ק: אז איך קען מיך נישט האלטן אין מיר.

ט: זאג: איך קען מיך נישט האלטן אין מיר, ווייל...

ק: מיינע דורכפעלער.

ט: פרוביר נאכאמאל

ק: איך קען מיך נישט האלטן אין מיר, ווייל, יא: דורכפעלער

ט: וואס האט 'דורכפאל' מיט 'זיך נישט קענען האלטן אין דיך'

ק: אפשר ווייל איך בין צעבראכן דערפון.

ט: וואס האט א שייכות "איך בין צעבראכן דערפון" מיט "איך קען מיך נישט האלטן אין מיר"?

ק: (טראכט)

ט: זאג: איך ווייס אז אויב איך פיל צעבראכן אין מיר, דאן איז מיין עצה צו...

ק: לויפן צו ארומיגע.

ט: פרוביר נאכאמאל.

ק: לויפן צו ארומיגע זיי זאלן מיר מחזק זיין. די זאך איז אז איך ווער נישט מחוזק. גארנישט פילט עס נישט אן. ולא נודע כי בא אל קרבנה.

ט: וואס וואלטן ארומיגע געדארפט טון אז דו זאלסט פילן גוט.

ק: מיך אנקוקן מיט אזא דורכדרינגליכן בליק, וואס זאל מיך מאכן פילן מיין נפש. מיין נפש פליהט אוועק, איך דארף עס צוריקבאקומען פון זיי.

ט: וואס האט "איך דארף פון דיר אזא דורכדרינגליכן בליק וואס זאל וואטעווער" מיט "איך בין צעבראכן"

ק: ווייל מיין נפש לויפט אוועק פון מיר ווען איך ווער צעבראכן, איך קען עס נישט צוריקכאפן. איך קען מיך נישט צוריקטרעפן. איך פיל מיך אויסגעליידיגט.

ט: צוויי שאלות. איינס: פארוואס פעלט דיר אויס צו ווערן אזוי צעבראכן ביז דיין נפש פליהט אוועק פון דיר, און צוויי איז: וואס דארפסטו דאס בעטן פון מענטשן. קודם לאמיר זיך פארשטעלן אז דו זעהסטעך האבן א דורכפאל, האסט נישט גוט געטון, האסט געטון א נארישקייט, נאכגעגאנגען א דמיון, און יעצט כאפסטו אז "אוי, עס איז געווען נישט אזוי אידיאל צו טון", אבער דו בלייבסט מיט דיין נפש, ווערסט נישט 'אויס מענטש'. צי קומט עפעס ארויף? און אויב יא, וואס איז עס?

ק: אה, אונז האב מיר שוין געמאכט א סעשאן, אדער מערערע סעשאנס אויף דעם.

ט: וועלכע צעטיל שטומט די בעסטע?

ק: דער צעטיל

ט: לאמיר זיך פארשטעלן אז דו זאגסט אזוי: איך האב געמאכט א טעות, אבער איך דארף מיך נישט אינגאנצן אוועקווארפן, אינגאנצן אוועקמאכן, לאמיר אנהייבן פון יעצט און ווייטער. צי קומט עפעס ארויף?

ק: ס'פילט זיך אומבאקוועם צו וואוינען מיט א חלק אין זיך וואס האט געטון א נארישקייט.

ט: זאג אזוי: אויב איך האב געהאט א דורכפאל, מוז איך ווערן אינגאנצן צעבראכן, ווייל איך קען מיך נישט ערלויבן צו וואוינען מיט איינעם וואס האט געטון א נארישקייט.

ק: (זאגט עס)

ט: וואס גייט געשען אויב דו וואוינסט יא מיט איינעם וואס האט געטון א נארישקייט

ק: איך גיי מוזן מודה זיין אז איך בין נישט קיין שלימות. דער צעטיל.

ט: יא, וואס גייט געשען אויב דו לעבסט אזוי?

ק: איך וויל מיך נישט קענען.

ט: איך וויל מיך נישט קענען, ווייל אויב איך גיי מיך יא קענען דעם וועג...

ק: בין איך פלעין א דורכשניטליכער מענטש.

ט: פרוביר נאכאמאל: איך וויל מיך נישט קענען, ווייל אויב איך גיי מיך יא קענען דעם וועג.

ק: בין איך גארנישט.

ט: אמת'דיג, וואס מיינט אז דו ביסט גארנישט?

ק: ס'פילט זיך נישט. אבער איך ווייס אז ס'איז נישט אזוי. א מענטש האט חסרונות, און אויך מעלות.

ט: זאג: אויב איך גיי אריינלאזן אין מיר אז איך בין נישט ממש גארנישט, איך האב א חשיבות אלץ חלק מכנסת ישראל.

ק: קומט ארויף דעם צעטיל. אז איך פיל אז מ'גייט מיך נישט אנזעהן.

ט: לאמיר קודם ווערן באוואוסטזיניג ביז אהער. און לאמיר פארשטיין נאך עפעס, לאמיר זאגן אז דו זאגסט צו דיר אליין, אמת טאקע אז איך האב געטון א נארישע זאך, אבער איך גיי ווארטן ווילאנג השי"ת וועט שיקן אז איך זאל מיך גוט פילן מיט מיך אליין. וואס קומט ארויף?

ק: איך קען נישט לעבן א קיין נפש.

ט: זאג: איך מוז לויפן צו ארומיגע נעמען עפעס, ווייל איך קען נישט ווארטן ביז השי"ת וועט מיך געבן פרישע כוחות, איך קען נישט לעבן אן א נפש.

ק: (זאגט עס)

צעטיל

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

די סיבה פארוואס איך לויף ארום פון מענטש צו מענטש איז, ווייל איך פיל צעבראכן פון א דורכפאל, און ווען איך טו א נארישקייט מוז איך מיך אינגאנצן אוועקווארפן, איך קען נישט וואוינען מיט אזא חלק אין מיר. ווייל אויב איך בלייב וואוינען, בין איך פלעין א דורכשניטליכער מענטש, וואס קיינער גייט נישט זעהן.

כאטש מיך אינגאנצן אוועקווארפן מאכט מיך ארומלויפן, איז אבער פילן אז מ'גייט מיך נישט זען, ערגער.

והשם הטוב יעזור וישמור
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: א רגע נאך יעצט פארגעס איך עס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

טערעפיסט: א גוטן הרב 'קליענט' נירו יאיר, א גוטן דיר מיין טיפע געפילישע נפש, א גוטן דיר

קליענט: א גוטן דיר.

ט: מיין טייערע נפש, וואלסטו מיר פארציילט וואס עס דרוקט דיר.

ק: איך האב דיר שוין פארציילט, אז אפילו ווען דער סימפטאם געשעט נישט, אבער אפשר ווייל איך האב מורא אז עס קען געשען, לויפט שוין נישט מיין נפש די זעלבע ווי פארדעם. אפשר רופט מען דאס אז איך פאל אריין אין א 'מוחין דקטנות'. איך האב אלץ מורא אז וואס עס גייט פאר מיט מיר איז א געוויסע כוח הטומאה, אדער כוח הקליפה, אדער כוח החיצונים, אדער רוח שאינו טהור, וואס פארטינקלט מיין נפש. איך ווייס אויך אז ס'איז לכאורה נאר א איינרעדעניש, ווייל ס'מאכט נישט קיין סענס. ס'איז צו א שטארקע כוח, וואס שטומט מער מיט 'איינרעדעניש' ווי מיט 'טומאה'. אפשר קומט עס פון צופיל טראכטן.

מיין פראבלעם איז אז איך וויל זיין נאנט צו קודשא בריך הוא, איך וויל אז מיין דאווענען זאל געלונגען, עס זאל ארויפגיין. עס טוט מיר זייער וויי ווען איך פיל אז מיין מוח איז מיר געווארן מטומטם און גארנישט ארבעט נישט מער. ממש איך פיל אז קצתי בחיי אויב ס'גייט נישט. אזוי ווי א מענטש וואס פילט נישט קיין טעם אין עסן, און א שמעק אין ריח. ס'איז יסורים. קיין כוונת דאס צו פארטרייבן האב איך נישט. איך וואלט זיי גע'הרג'ט מיט אזא נעימות ווען איך קען ווען. למען תמחץ רגליך בדם. דאס איז אזא 'אשר לא ישמע לקול מלחשים, חובר חברים מחוכם'.

ט: האט דיר איינער אמאל געזאגט וועגן 'כוח הטומאה' וכו'?

ק: יא.

ט: לאמיר זיך פארשטעלן ווי דו הערסט וואס יענער זאגט דיר, און דו טראכסט ביי דיר, "איך ווייס וויאזוי עס דארף זיך ווען אויסשפילן אין מיין נפש, וויאזוי עס דארף זיך פילן אין מיין נפש, דער כוח הטומאה פון וואס ער רעדט"

ק: (זאגט עס)

ט: זאג: דאס וואס דו זאגסט מיר יעצט, בערך אזוי און אזוי דארף זיך עס עקספיריענסן אין מיר.

ק: (זאגט עס)

ט: זאג: איך גיי קוקן צי יעצט גייט זיך מיר אפשר אויסשפילן דעם כוח וואס ער האט מיר געזאגט.

ק: (זאגט עס)

ט: זאג: איך מיין אז אזוי און אזוי לויפט עס, איך מיין אז דאס און דאס געשעט.

ק: (זאגט עס)

ט: יעצט, לאמיר פרובירן אזוי און השי"ת וואס האט רחמנות אויף יעדעם, כי לא ידח ממנו נדח, זאל אויף דיר אויך רחמנות האבן בזכות דיינע זיידעס און באבעס. לאמיר פרובירן אז דו זאגסט: איך ערלויב אז איך ווייס נישט וויאזוי עס שפילט זיך אויס אינעם נפש. ווען דו זאגסט עס, קומט ארויף עפעס אומבאקוועם? און אויב יא, וואס זענען די ווערטער?

ק: קודם פילט זיך עס ווי ליגנט. "איך האב יא א אהנונג וויאזוי עס שפילט זיך אויס אינעם נפש"

ט: יא, טאקע דאס לאמיר פרובירן. לאמיר פרובירן צו געבן א מיינונג אז דו האסט נישט משיג געווען - אין דיין נפש - וואס יענער האט געמיינט צו זאגן. אז דו פארשטייסט נישט - אין דיין נפש - וואס יענער האט געמיינט צו זאגן. אמת טאקע אז יענער האט גערעדט אמת'ע דיבורים, אבער דו האסט עס נאכנישט געפילט. דו האסט נאכנישט עקספיריענסד דאס וואס יענער האט געמיינט צו זאגן. דאס וואס דו עקספיריענסד איז נישט וואס יענער האט געמיינט צו זאגן. סאו, זאג: איך ערלויב אז איך האב נאכנישט קיין אהנונג וויאזוי עס פילט זיך אינעם נפש.

ק: ס'פילט זיך עפעס זייער זייער אומבאקוועם צו זאגן. אבער איך קען עס נישט אנכאפן. עס לויפט אוועק.

ט: אוי הייליגער גרויסער באשעפער העלף. זאג אזוי: נישט אלעס וואס מ'האט מיר געזאגט, קען איך פילן אין מיין נפש פון וואס מ'רעדט. וואס פילט זיך דיר ווען דו זאגסט עס?

ק: עס פילט זיך מיר ווי איך וויל עס יא פילן.

ט: פיין. אבער יעצט ערלויב איך אז איך ווייס נישט וויאזוי עס דארף זיך פילן. וואס קומט ארויף?

ק: איך פיל מיך ווי גארנישט. איך וויל יא וויסן אז איך קען פילן.

ט: זאג מיר מער וועגן דעם "איך וויל יא וויסן אז איך קען פילן"

ק: אייביג וועל איך פרובירן צו מרגיש זיין.

ט: און וואס טוסטו אויב דו ביסט דיך טועה?

ק: מיין חלום איז צו קענען מרגיש זיין.

ט: און וואס טוסטו אויב דו ביסט דיך טועה?

ק: איז דאך דאס נישט קיין הרגש של אמת. לויט דעם שטעל איך אויס מיין גאנצע לעבן. לויט הרגשה.

ט: זאג: אויב איך ערלויב אז נישט קיין חילוק וויאזוי מיין נפש וועט לויפן, איז עס נישט קיין שום קלארע באווייז אז איך בין מרגיש וואס מ'האט מיר געזאגט, נאר ס'קען זיין אז איך דמיון, דאן...

ק: וויאזוי קען איך פילן וואס דו זאגסט.

ט: זאג מיר מער וועגן דעם: וויאזוי קען איך פילן וואס דו זאגסט

ק: איך וויל מרגיש זיין. איך האב דיר שוין געזאגט.

ט: זאג: אויב איך האב נישט קיין וועג וויאזוי דאס מרגיש צו זיין, ווייל איך קען דמיונ'ען אויך, און דמיון מיינט אז איך בין נישט מרגיש דעם אמת, דאן...

ק: אפשר קומט ארויף: וואס בין איך ווערד. איך האב אלעמאל גע'חלומ'ט פון קענען מרגיש זיין.

ט: זאג אזוי: מ'האט מיר געזאגט עפעס, און אויב איך דמיון, גיי איך נישט פילן וואס מ'האט מיר געזאגט. און אויב אזוי וואס בין איך ווערד.

ק: (זאגט עס)

ט: זאג: פון ווען איך בין נאך געווען א בחור'ל האב איך אלעמאל געשטרעבט צו פילן אין מיין נפש וואס מ'האט מיר געזאגט, און אויב איך ערלויב מיך צו מודה זיין אז איך קען נישט פילן וואס מ'האט מיר געזאגט, ווייל איך קען דמיונ'ען אויך, און אויב ס'איז דמיון, איז נישט וואס מ'האט מיר געזאגט, דאן קומט ארויף: וואס בין איך ווערד? ענדערש נישט מודה זיין אז ס'קען זיין אז איך ווייס נישט וויאזוי ס'פילט זיך, ווי איידער פילן "וואס בין איך ווערד"? כאטש אזא שטרעבונג קען ברענגען צו אומזיסטע "מוחין דקטנות" און נאך השם ישמור

צעטיל.

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

פון ווען איך בין נאך געווען א בחור'ל האב איך אלעמאל געשטרעבט צו פילן אין מיין נפש וואס מ'האט מיר געזאגט, און אויב איך ערלויב מיך צו מודה זיין אז איך קען נישט פילן וואס מ'האט מיר געזאגט, ווייל איך קען דמיונ'ען אויך, און אויב ס'איז דמיון, איז נישט וואס מ'האט מיר געזאגט, דאן קומט ארויף: וואס בין איך ווערד? ענדערש נישט מודה זיין אז ס'קען זיין אז איך ווייס נישט וויאזוי ס'פילט זיך, ווי איידער פילן "וואס בין איך ווערד"? כאטש אזא שטרעבונג קען ברענגען צו אומזיסטע "מוחין דקטנות" און נאך השם ישמור

והשם הטוב יעזור און ער זאל מיר אויפהייבן.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: א רגע נאך יעצט פארגעס איך עס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

טערעפיסט: א גוטן הרב 'קליענט' נירו יאיר ויזרח

קליענט: א גוטן אייך

ט: וויאזוי גייט עס?

ק: איך קלער צי עס קומט ארויף אין מיר עפעס א התפעלות בנפש און דאס איז וואס עס שטערט שפעטער. עס איז נישט די עצם זאך וואס איך טו, ווייל די עצם זאך מעג מען, נאר עס איז די התפעלות בנפש וואס שטערט מיר. צי קען מען עס מאכן אז ס'זאל נישט כאפן קיין שום התפעלות אין מיין נפש?

ט: פרוביר צי עס גייט

ק: עס גייט נישט לייכט.

ט: זאג: איך ווייס פארוואס איך מוז כאפן התפעלות בנפש פון דיר, ווייל...

ק: דו האסט אין דיר תירוצים צו א סך שוועריגקייטן.

ט: פרוביר נאכאמאל

ק: ווייל דו קענסט ארויסהעלפן.

ט: פרוביר נאכאמאל.

ק: ווייל ס'עפנט זיך מיר א נייע וועלט.

ט: פרוביר נאכאמאל

ק: יא, דו האסט א מאפע פון די וועלט.

ט: וואס איז פשט וואס דו האסט מיר געזאגט: דו האסט אין דיר תירוצים צו א סך שוועריגקייטן. פרוביר נישט צו כאפן התפעלות אפילו אויב עס האט תירוצים צו אסאך שוועריגקייטן. צי קומט עפעס ארויף?

ק: ס'מאכט מיך פילן ווי א בעל גאווה.

ט: פרוביר נאכאמאל

ק: איך פיל ווי איך האב נישט הכרת טובה

ט: וואס מיינטסטו צו זאגן: ווייל דו קענסט ארויסהעלפן. פרוביר נישט צו כאפן התפעלות בנפש, אפילו אויב ס'קען ארויסהעלפן. צי קומט עפעס ארויף?

ק: אויך: ווייניג הכרת טובה.

ט: און דאס וואס דו האסט מיר געזאגט: ווייל ס'עפנט זיך פאר מיר א נייע וועלט. פרוביר נישט צו כאפן התפעלות אין דיין נפש. צי קומט עפעס ארויף?

ק: ס'קומט ארויף "ס'גייט דיך נישט אן?"

ט: זאג: ניין, ס'באנעמט מיך נישט. דאס איז נישט מיין מקור החיות. צי קומט עפעס ארויף?

ק: עס טוט מיר אביסל וויי, אבער איך קען מיך נישט פארשטעלן אז דו געסט מיר נישט חיות. עפעס ווער איך זייער צעמישט ווען ס'קומט צו די ווארט "חיות".

ט: השי"ת זאל דיך שוין ווייזן דעם אמת. פרוביר צו זאגן: אויב איך נעם נישט פון דיר קיין חיות, דאן....

ק: עס קומט מיר ארויף ווען איך בין געווען איינגעזינקן אין מיינע פראבלעמען, און די איינציגע טרייסט איז געווען דאס. מ'האט זיך מחזק געווען.

ט: זאג: א חלק אין מיר מיינט אז דו ביסט מיין חיות, ווייל אן דיר...

ק: פיל איך נישט קיין אור.

ט: זאג מיר מער וועגן "פיל איך נישט קיין אור"

ק: סוף סוף געט עס לעבן.

ט: פיין. סאו, מיט דעם אלעם וואס עס געט לעבן, מוז עס נאכנישט געבן 'חיות' פאר די נפש.

ק: גערעכט.

ט: אבער קודם לאמיר לעבן מיט דעם צעטיל

צעטיל

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

א חלק אין מיר וויל כאפן התפעלות בנפש, ווייל דו האסט אין דיר תירוצים צו אסאך שוועריגקייטן. און ווייל דו קענסט ארויסהעלפן, און ווייל ס'עפנט זיך פאר מיר א נייע וועלט. און אויב איך כאפ נישט התפעלות בנפש פיל איך ווי א בעל גאווה. אדער עס קומט ארויף: וואו איז מיין הכרת טובה, און עס קומט ארויף: דו ביסט מיין חיות, אן דיר האב איך נישט קיין אור.

כאטש ס'קען אפשר זיין אז דאס אז איך כאפ התפעלות בנפש זאל ברענגען שוועריגקייטן, אבער זיך פילן ווי א בעל גאווה, אדער פילן אז איך האב נישט הכרת טובה, אדער, נישט האבן אור, איז ערגער.

והשם הטוב יעזור וישמור
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: א רגע נאך יעצט פארגעס איך עס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

טערעפיסט: א גוטן הרב 'קליענט' נירו יאיר.

קליענט: א גוטן

ט: וויאזוי גייט עס מיט דעם סענסעשאן?

ק: איך קלער אז ס'קומט פון נישט זיין פרייליך און אויפגעלעבט.

ט: זאג: א טיפערע נפש אין מיר ווייסט אז אויב איך בין יעצט פרייליך און אויפגעלעבט, דאן...

ק: דער צעטיל

ט: סאו, לאמיר זיך פארשטעלן אז דו ביסט פרייליך. נישט אז דו דארפסטעך מאכן פרייליך, נאר די נאטורליכע שמחה איז דשאסט דא אין דיר, אן דארפן טראכטן אז "מ'דארף זיין פרייליך". דשאסט פון זיך אליין. ס'איז. צי קומט ארויף עפעס אומבאקוועם?

ק: ס'קומט ארויף: איך גיי נישט קענען קער נעמען פון מיינע שוועריקייטן אזוי.

ט: פרוביר נאכאמאל.

ק: ס'קומט ארויף: ס'שטומט נישט מיט די מציאות.

ט: וואס שטומט נישט 'נאטורליכע שמחה' מיט עפעס אין דיר?

ק: זאכן זענען נישט גוט.

ט: וואס שטומט נישט דיין זיין נאטורליך בשמחה מיט אט די זאכן?

ק: א מענטש וואס האט געטון אזויפיל נישט גוטע זאכן, קען זיין בשמחה?

ט: וואס האט שייכות 'שמחה' מיט 'אזויפיל נישט גוטע זאכן'?

ק: איך דארף פאררעכטן. אבער איך ווייס אז נישט דאס איז וואס ס'העלפט.

ט: זאג: אויב איך ערלויב אז פאררעכטן קומט נישט דורך נישט האבן נאטורליכע שמחה?

ק: איך פיל אז איך האק מיך אפ פון זאכן וואס עס דרוקט מיר.

ט: וואס האט שמחה מיט 'זיך אפהאקן פון זאכן וואס דרוקן מיר'?

ק: ווייל איך בין מסיח דעת דערפון.

ט: זאג: שמחה מיינט מסיח דעת זיין, און מסיח דעת זיין מיינט אז איך האק מיך אפ פון זאכן וואס דרוקן מיר.

ק: (זאגט עס) אבער איך ווייס אז ס'איז נאר צייטווייליג.

ט: זאג: אויב איך ערלויב אז די היסח הדעת איז נאר צייטווייליג, דאן...

ק: אפשר קומט ארויף: איך וויל זיך אינגאנצן אפהאקן פון די זאכן וואס דרוקן מיר.

ט: זאג: אין מיר איז דא א חלק וואס וויל זיך אינגאנצן אפהאקן פון די זאכן וואס דרוקן מיר, און איך האב מורא אז יענע חלק וועט אויספירן, דערפאר וועל איך אפילו אביסל נישט מסיח דעת זיין.

ק: (זאגט עס). אבער איך ווייס אז איך קען מאכן א פשרה.

ט: זאג: אויב איך ערלויב אז אביסל בין איך פרייליך, און לזמנים קבועים טראכט איך פון וואס עס דרוקט מיך, דאן...

ק: ניין, איך וויל קיינמאל נישט טראכטן פון וואס עס דרוקט מיר.

ט: זאג: ווייל סוף כל סוף איז דא א חלק אין מיר וואס וויל קיינמאל נישט טראכטן פון וואס עס דרוקט מיר, דערפאר וועל איך מיך נישט ערלויבן צו מסיח דעת זיין דערפון אפילו אביסל.

ק: (זאגט עס)

ט: דו ביסט אסאך אדורך, ריכטיג?

ק: יא. דו האסט מיך ליב?

ט: ווען דו טוסט די רצון השם האב איך דיר ליב. ס'האט דיך וויי געטון אז איך ענטפער דיר אזוי?

ק: איך ווייס אז דו ביסט גערעכט.

ט: דו גייסט לעצטענס אסאך אדורך?

ק: עס טוט מיר זייער וויי זאכן.

ט: וואס טוט דיך די טיפסטע און שטערקסטע וויי?

ק: דו ווילסט מיך נישט אויסהערן.

ט: צדיק'ל, איך וויל. זאג מיר

ק: (איינגעזינקן און שטיל)

ט: ביסט מיר זייער אינטערעסאנט, האסט מיר נישט צו זאגן עפעס?

ק: דו ווילסט מיר נישט אויסהערן.

ט: וואס זאל איך דיר זאגן: אז איך האב דיר ליב אפילו ווען דו טוסט נישט גוט?

ק: איך גיי דיר עס נישט הייסן זאגן. אבער דאך

ט: אפילו ווען דו טוסט זייער נישט גוט חלילה, האב איך דיר נאך אלץ ליב, ווייל דו קענסט תשובה טון.

ק: איך בין אזוי צעבראכן ביי מיר.

ט: איך הער, און איך פיל מיט. וואס נאך פילסטו?

ק: דו האסט מיר ליב?

ט: יא, איך האב דיר ליב וויאזוי דו ביסט, ווייל איך ווייס אז דו קענסט תשובה טון.

ק: איך בין זייער צעבראכן ביי מיר. איך וויל אפילו נישט שרייבן דא אויף אייוועלט, ווייל איך שעם מיך.

ט: השי"ת זאל שוין העלפן.

צעטיל

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

צי בין איך פרייליך? אבער צי וויל איך זיין פרייליך? ווייל סוף כל סוף איז דא א חלק אין מיר וואס וויל קיינמאל נישט טראכטן פון וואס עס דרוקט מיר, דערפאר וועל איך מיך נישט ערלויבן צו מסיח דעת זיין דערפון אפילו אביסל. ווייל איך האב מורא אז יענע חלק וועט אויספירן. כאטש ווען איך בין נישט פרייליך, קען געשען זאכן, אבער וויאזוי קען איך ערלויבן אז איך זאל מיך אויף אלעמאל אפהאקן פון זאכן וואס דרוקן מיר.

והשם הטוב יעזור וישמור
לעצט פארראכטן דורך נשמה אום זונטאג יאנואר 01, 2023 9:36 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
סערווייווער
שר מאה
תגובות: 170
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 6:30 pm

Re: א רגע נאך יעצט פארגעס איך עס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סערווייווער »

וואס זענען דעי ארטיקלען?
בשם אומרו
שר העשר
תגובות: 21
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 08, 2022 11:43 pm
לאקאציע: חשבתי דרכי

Re: א רגע נאך יעצט פארגעס איך עס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשם אומרו »

סערווייווער האט געשריבן:
וואס זענען דעי ארטיקלען?
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: א רגע נאך יעצט פארגעס איך עס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

סערווייווער האט געשריבן:
וואס זענען דעי ארטיקלען?
ב"ה

קאוהירענס טערעפי האלט אז אונטער יעדע סימפטאם וואס א מענטש ליידט איז דא א לאגישע סיבה פארוואס דער מענטש טוט וואס ער טוט. די סעשאנס מאך איך מיט מיך אליין, איך ווייס נישט וויפיל ס'איז מעגליך צו מאכן מיט זיך אליין, אבער איך פרוביר דאס מערסטע וואס איך קען בעזר השי"ת. די סיבה פארוואס איך מאך עס ברבים איז סיי ווייל ס'געט מיך מאטיוועשאן דאס צו מאכן, און סיי ווייל אפשר קען מען זיך פון דעם לערנען וויאזוי קאוהירענס טערעפי ארבעט.
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”