א רגע נאך יעצט פארגעס איך עס.

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

סערווייווער
שר מאה
תגובות: 170
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 6:30 pm

Re: א רגע נאך יעצט פארגעס איך עס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סערווייווער »

איז פארוואס איז עס נישט אין די קאהירענס טערעפי אשכול?
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: א רגע נאך יעצט פארגעס איך עס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

סערווייווער האט געשריבן:
איז פארוואס איז עס נישט אין די קאהירענס טערעפי אשכול?
ב"ה

דעם אשכול האב איך געעפנט כדי צו פארציילן מיינע דורכגענג וואס איך בין דורך אין נפש וואס איך קלער קען זיין א נוצן.

איך בין דורך אסאך אין עניני נפש, און איך האב עס געוואלט מיטטיילן. עס קען נישט ווערן אריינגעלייגט אין 'קאוהירנס טערעפי' אשכול.

און יעצט לאמיר גיין ווייטער מיט מיינע סעשאנס מיט מיך אליין. איך האף אז מ'פארשטייט וויאזוי איך קריך טיפער און טיפער. און וויאזוי איך טראג אריין מיין אונטערנבאוואוסטזיין טיפער און טיפער. פאר אזעלכע וואס זענען אינטערעסירט אין 'קאוהירנס טערעפי' קען דאס זיין זייער אינטערעסאנט. אזוי ווי יעדע אשכול וואס איז נאר אינטערעסאנט פאר אינטערעסירטע. טאקע געציילטע זענען די טולס וואס איך נוץ צו פארטיפן מיין אטענשאן אריין אין וואס עס גייט פאר מיט מיר. די טולס זענען אמנם ממש אייניגע, אבער וואס עס קומט ארויס איז אלץ מער און מער חידוש.

איך צעטייל מיך אויף צוויי. איין חלק שפילט 'טערעפיסט', דער 'טערעפיסט' פרובירט צו נוצן די געצייג פון 'קאוהירנס טערעפי', און איך דעזיגניר מיין טיפע געפילישע נפש אלץ דער 'קליענט' וואס פארציילט מיר זיינע שוועריגקייטן וואס ער גייט דורך, און עס פרובירט צו ענטפערן מיינע פראגעס וואס איך שטעל אים.

טערעפיסט: א גוטן מיין טיפע געפילישע נפש, וויאזוי גייט עס מיט דעם סימפטאם וואס דו האסט מיר פארציילט.

קליענט: איך האב דיר שוין פאריגע מאל געזאגט אז איך קלער אז דאס קומט פון א טיפע 'עצבות' און 'כעס' אויפן מצב. און דו האסט מיר געמאכט א צעטיל וואס איך האב געליינט, אבער איך מיין אז איך פיל נאך אלץ ווי עפעס אין מיר מאנט מיך אז מיין נפש זאל דוקא נישט לויפן נאטורליכע שמחה, נאר עס פאדערט "קום צו מיר, טראכט פון מיר, זאלן דיינע מחשבות לויפן מיינע שוועריגקייטן וואס עס דרוקט מיר". און דאן פילט זיך עס באקוועם. איך האב מורא אז אין מיר איז דא א טיפע עצבות וואס ווען עס וועקט זיך אויף, שלעפט עס מיר אריין טיפער און טיפער, מער און מער, און וואס זאל עס ארויסשלעפן.

דער עצבות איז מיר נישט קיין נייער, איך קען דאס שוין פון אלץ בחור'ל. יעצט ווען איך רעד צו דיר דערוועגן, פיל איך א אינערליכע צופרידנהייט: אה, ענדליך מאכסטו דיך וואוסנדיג פון מיר, ענדליך גייט מען שוין רעדן פון מיר. ווי עס זאל זיין אין מיר עפעס א טרויעריגע זאך וואס איך זאל דערפון וועלן טראכטן.

טערעפיסט: לאמיר צוריקגיין 'דיך' אלץ בחור'ל. און צי קענסטו ארויפברענגען אין דיין דמיון א מצב אין וועלכע דו ביסט היפש דער מין עצבות?

קליענט: איך קלער אז איך קען. מ'לערנט פאר די גמ' און איך האלט נישט מיט. אדער סתם אזוי בין איך אין אזא מוד.

ט: פיין. צי וואלסטו געקענט ארויסזאגן אין ווערטער פארוואס דו ביסט אין אזא מוד? זאג: איך בין אזוי, ווייל... און ענדיג עס אן טראכטן פון פארדעם וויאזוי דו גייסט עס ענדיגן. לאז דיין טיפע נפש עס ענדיגן.

ק: קיינער האט מיך נישט ליב. איך פיל מיך נישט באליבט.

ט: פרוביר נאכאמאל דאס צו זאגן: איך בין אזוי, ווייל...

ק: איך בין שלעכט, איך בין נישט גוט.

ט: פרוביר נאכאמאל. זאג: איך בין אזוי, ווייל...

ק: דו האסט מיך נישט ליב.

ט: זעה דיך אין אנדערע מצב ווי דו ביסט אויך שטארק געווען אין דעם מוד. און זאג: איך בין אזוי, ווייל...

ק: איך פיל אז איך בין שלעכט. מ'איז נישט צופרידן מיט מיך.

ט: גוט.

ט: יעצט פרוביר נאכאיינמאל פון א אנדערע אבער מער ווייניגער די זעלבע מצב און מוד.

ק: איך בין אזוי ווייל איך קום נישט אן, איך דערגרייך נישט.

ט: וואס האט 'איך דערגרייך נישט, איך קום נישט אן מיט די לימודים' מיט 'אזא מוד'?

ק: איך פיל ווי איך בין גארנישט.

ט: יעצט, לאמיר זיך פארשטעלן לעצטענס ווען דו ביסט מער און מער אריינגעצויגן געווארן אין אזא מוד, און נישט געהאט וויאזוי זיך ארויסצוזעהן דערפון. האט עס עפעס ענליכקייט צו יענע מצבים אלץ בחור'ל?

ק: ביי ביידע בין איך א לוזער. איך קום נישט אן.

ט: יעצט לאמיר גיין צו די לעצטע צעטיל. צי בין איך פרייליך? אבער צי וויל איך זיין פרייליך? ווייל סוף כל סוף איז דא א חלק אין מיר וואס וויל קיינמאל נישט טראכטן פון וואס עס דרוקט מיר, דערפאר וועל איך מיך נישט ערלויבן צו מסיח דעת זיין דערפון אפילו אביסל. ווייל איך האב מורא אז יענע חלק וועט אויספירן. כאטש ווען איך בין נישט פרייליך, קען געשען זאכן, אבער וויאזוי קען איך ערלויבן אז איך זאל מיך אויף אלעמאל אפהאקן פון זאכן וואס דרוקן מיר. קען דער צעטיל אפעלירן צו דיר אלץ בחור'ל?

ק: עס קען.

ט: זעה דיך אלץ בחור'ל און זאג: איך דארף יעצט נישטערן אין מיינע קוועטשענישן, ווייל אויב איך בין יעצט פרייליך, דאן... וואסערע טיפע געפיל אין דיר וויל עס ענדיגן?

ק: קיינער מאכט זיך נישט וואוסנדיג פון מיר, סאו איך דארף מיך וואוסנדיג מאכן.

ט: לאמיר זיך פארשטעלן אזוי. לאמיר צוריקגיין אלץ בחור'ל און לאמיר דמיונ'ען די רגע דו הייבסט אן פילן דעם עצבות. און פרוביר צו זאגן: איך וויל דאס נישט פילן. צי קומט עפעס ארויף?

ק: פאני, אבער א חלק פון מיר וויל דאס זייער שטארק פילן.

ט: סאו, זאג אזוי: די פאזיטיוו פון פילן אזוי, איז... וואס וויל עס ענדיגן?

ק: פאני, אבער עס קומט ארויף "אה, יעצט גייען ענק זען אז איך בין אזוי, און ענק גייען זיך וואוסנדיג מאכן פון מיר"

ט: פרוביר נאכאמאל אין אנדערע אבער בערך די זעלבע מצב. און זאג: די פאזיטיוו פון פילן אזוי איז, און איך רעד פון פילן

ק: ס'קומט ארויף די זעלבע.

ט: זאג מיר מער וועגן דעם "אה, יעצט גייען ענק זען אז איך בין אזוי, און ענק גייען זיך וואוסנדיג מאכן פון מיר"

ק: מיין דמיון האט זיך עפעס פלוצלינג אויסגעלאשן.

ט: קוק אן יענע בחור'ל און פארצייל מיר פארוואס יענע בחור'ל פריידט זיך אז מ'גייט עם שוין יא זען.

ק: ער מאכט זיך סתם נאריש

ט: קוק עס אן מיט א בליק אז ער מאכט זיך נישט נאריש, נאר עפעס דרוקט אים יא.

ק: ער פילט זיך אליין, עס דרוקט אים זאכן. ער פילט אז ער איז נישט מצליח. ער וויל און וויל און וויל און וויל און וויל און וויל, און עס גייט אים נעבעך נישט. ער פילט ווי ער פאלט מער און מער ארויס פון די סיסטעם. ער פילט ווי ער שטעלט נישט צו נחת צו זיינע געטרייע טייערע עלטערן. ער איז זייער צעבראכן ביי זיך. ער וויל אזוי שטארק אבער ס'גייט אים נישט. יעדער גייט און איז מצליח און ער בלייבט אונטן. ער נעמט דאס זייער שווער. דאס איז פארקערט ווי ער האט זיך געקענט אלץ יונגל. אלץ יונגל איז ער געווען די שפיץ, די יודיש נחת, די גוטס. און קיינמאל, קיינמאל, איז ער נישט צוריקגעקומען צו יענע מצב פון אלץ יונגל. נאר געזינקן מער און מער אין שפלות, און אי הצלחה. נישט געטראפן אין זיך די לייטער, די זעלבע לייטער וואס אנדערע האבן יא געטראפן אין זיך. און דאס האט נישט נאר ער אליין געליטן, דאס האבן אלע זיינע ארומיגע.

ט: און וואס האט דאס מיט "אה, יעצט גייען ענק זיך וואוסנדיג מאכן פון מיר?"

ק: אפשר ווייל ער פילט אז ער פארציילט נישט פאר קיינעם וואס ער גייט דורך. און ער פילט אז קיינער זעט נישט ווי עס טוט אים וויי. אדער איז דאס די איינציגע זאך וואס ער קען אויסדרוקן אויף וואס עס טוט אים אזוי וויי.

ט: פרוביר צו זאגן: יעצט אז איך האב דעם געפיל, דער געפיל איז א וועג צו...

ק: איז א געפיל צו באוויינען דעם מצב. צו אויסדרוקן מיין טיפע טיפע טיפע ווייטאג.

ט: האט "באוויינען דעם מצב" עפעס מיט "אה, יעצט גייען ענק זיך וואוסנדיג מאכן פון מיר"?

ק: יא, קומט און העלפט מיר.

ט: זאג מיר קליענט. דאס "באוויינען דעם מצב" און "יעצט גייען ענק זיך וואוסנדיג מאכן פון מיר" האט עפעס מיט נישט קענען היינטיגן טאג זיין אין א פרייליכע מוד?

ק: קען זיין, איך האב נישט געטראכט דערפון. אבער קען זיין.

ט: וואס זענען די ווערטער?

ק: איך בין מער נישט מצליח ווי אלץ יונגל.

ט: וואס מיינט דאס 'מצליח' ווי אלץ יונגל?

ק: די 'איך'. די חשיבות און די יודיש נחת וואס איך האב געהאט ביי מיינע עלטערן. די הצלחה. די שטייגונג. די חשיבות. די "איך זעה אין דיר אז עס האט זיך מיר געלוינט דיך צו האבן, דו ביסט מיין טרייסט, פאר דיר האט זיך מיר געלוינט צו פלאגן" דאס האב איך שטארק פארלוירן.

ט: אקעי, ענדיג מיר וואס די ווערטער זענען.

ק: איך בין מער נישט מצליח מיט די חשיבות, די 'געלוינט', ווי אלץ יונגל, און וויאזוי קען איך יעצט זיין פרייליך. מיט וואס?

ט: וואס האט זיין 'פרייליך' מיט 'איך בין מער נישט די 'געלוינט' פון אלץ יונגל'?

ק: די מצב פון יעצט האט עס נישט אין זיך.

ט: פיין. זאג אזוי: די מצב וויאזוי איך בין יעצט האט נישט אין זיך דעם 'געלוינט' פון אלץ יונגל, און נאר דעמאלטס האב איך געהאט מיט וואס צו זיין פרייליך. יעצט? וואס בין איך?

ק: (זאגט עס)

ט: עצבות מאכט אז דו זאלסט עס צוריקבאקומען?

ק: אין א באהאלטענעם וועג האב איך נאך שייכות צו יענע 'איך'.

ט: פיין. לאמיר זיך פארשטעלן אז ס'קומט אין דיר אריין א קליין ביסל פיזישע עצבות, האט דאס עפעס מיט א שייכות מיט 'געלוינט' פון אלץ יונגל?

ק: ס'האט.

ט: מיין פראגע איז, וויאזוי מאכט די געפיל פון עצבות, וויאזוי געט דאס כאטש עפעס א ריפלעסמענט פאר יענע חשיבות?

ק: ס'געט, ס'האט שייכות אויף א געוויסע וועג.

ט: זאג אזוי: צי בין איך פרייליך? אבער וויאזוי קען איך זיין פרייליך ווען איך האב נישט יענע חשיבות, יענע 'געלוינט', פון אלץ יונגל. יענע איז געווען באליבט, יענע איז געווען גוט, יענע האט געשאפן יודיש נחת. יענע האט דערגרייכט. יענע איז געווען עפעס. איך מוז האבן שייכות צו יענע חשיבות דורכ'ן אויסדרוקן מיין טיפע טיפע ווייטאג, און באוויינען דעם היינטיגן מצב. מיט וואס זאל איך זיין פרייליך.

כאטש ווען איך בין נישט פרייליך שאפט דאס עצבות סענסעשאן וואס איך האב נישט ליב, אבער וויאזוי קען איך מיך אפהאקן פון יענע פון אלץ יונגל. "קיינער מאכט זיך נישט וואוסנדיג פון מיר, סאו איך דארף מיך וואוסנדיג מאכן", דערפאר פיל איך "קום צו מיר, טראכט פון מיר, זאלן דיינע מחשבות לויפן מיינע שוועריגקייטן וואס עס דרוקט מיר". און דאן פילט זיך עס באקוועם.

ק: (זאגט עס)

צעטיל

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

צי בין איך פרייליך? אבער וויאזוי קען איך זיין פרייליך ווען איך האב נישט יענע חשיבות, יענע 'געלוינט', פון אלץ יונגל. יענע איז געווען באליבט, יענע איז געווען גוט, יענע האט געשאפן יודיש נחת. יענע האט דערגרייכט. יענע איז געווען עפעס. איך מוז האבן שייכות צו יענע חשיבות דורכ'ן אויסדרוקן מיין טיפע טיפע ווייטאג, און באוויינען דעם היינטיגן מצב. מיט וואס זאל איך זיין פרייליך.

כאטש ווען איך בין נישט פרייליך שאפט דאס עצבות סענסעשאן וואס איך האב נישט ליב, אבער וויאזוי קען איך מיך אפהאקן פון יענע פון אלץ יונגל. "קיינער מאכט זיך נישט וואוסנדיג פון מיר, סאו איך דארף מיך וואוסנדיג מאכן", דערפאר פיל איך "קום צו מיר, טראכט פון מיר, זאלן דיינע מחשבות לויפן מיינע שוועריגקייטן וואס עס דרוקט מיר". און דאן פילט זיך עס באקוועם.

והשם הטוב יעזור וישמור
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: א רגע נאך יעצט פארגעס איך עס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

טערעפיסט: א גוטן מיין טיפע עמאושענעל נפש, וויאזוי גייט עס מיט שמחה?

קליענט: א גוטן. ס'דא צומאל ווען עס ווערט מיר פארביטערט אויפן מצב ביז עס קומט אריין אינטרוסיוו טאטס. איך בין חלילה נישט מסכים דערצו. אפשר פרובירט מען ב"ה וואס מ'קען טון דערצו. איך האלט אז דאס האט שייכות מיט א משיכה אין מיר נישט צו זיין פרייליך. איך קלער אז איך האב דאס שוין פון אלץ קליין קינד, דאס ענין צו זען די נעגעטיוו ענדערש ווי די פאזיטיוו.

ט: ברענג ארויף די לעצטע מאל ווען דו ווייסט אז דו האסט געזען דיין מצב נעגעטיוו.

ק: גוט.

ט: און זאג אזוי: פאר א געוויסע טיפערע חלק אין מיין נפש לוינט זיך מיר יעצט צו זיין נעגעטיוו.

ק: (זאגט עס)

ט: ווייל אויב איך בין יעצט פאזיטיוו, וועט יענע חלק נפש...

ק: זיי נישט פאזיטיוו, חכם, קיינער גייט נישט קער נעמען פון דיין פראבלעם.

ט: זעט אויס אז ס'ערווארט אז זאכן גייען נישט ווערן קער גענומען, אויב מ'איז פאזיטיוו. לאמיר דיר פרעגן: וואס האט שייכות 'זיין פאזיטיוו' מיט 'נישט קער נעמען פונעם פראבלעם'?

ק: ווייל אז ס'דרוקט נישט, נעמט מען נישט קער.

ט: זאג: אה, יעצט ווען איך פיל אזוי, פילט זיך עס אז...

ק: ס'פילט זיך נישט גארנישט.

ט: זאג: איך דארף זיך האלטן צום נעגעטיוו, ווייל נאר אזוי...

ק: וועל איך זיך האלטן צום נעגעטיוו

ט: זאג: א טיפערע חלק אין מיר ווייסט אז עס איז מיר וויכטיג זיך צו האלטן צום נעגעטיוו, ווייל נאר דאן...

ק: עפעס לאזט מיר נישט

ט: זאג: א טיפערע חלק אין אים ווייסט אז עס איז אים וויכטיג זיך צו האלטן צום נעגעטיוו, ווייל נאר דאן...

ק: פילט ער אז מ'פארשטייט אים.

ט: זאג: א טיפערע חלק אין מיר ווייסט אז עס איז מיר וויכטיג זיך צו האלטן צום נעגעטיוו, ווייל.

ק: איך בין מער קאנעקטעד צו מיר אליין.

ט: זאג: איך בין מער קאנעקטעד צו די חלק אין מיר פון... און לאז עס די טיפע חלק אין דיר ענדיגן.

ק: אז איך פארשטיי מיך.

ט: פרוביר נאכאמאל

ק: אז עס דרוקט מיך זאכן.

ט: נאכאמאל

ק: אז קיינער הערט מיך נישט אויס, סאו איך הער מיך אויס.

ט: נאכאמאל

ק: צו פארשטיין וואס עס טוט מיר וויי

ט: זאג: באמת בין איך מער קאנעקטעד צו די חלק אין מיר וואס...

ק: מיין שטאלץ

ט: נאכאמאל. א טיפערע חלק אין מיר ווייסט אז ווען איך האלט מיך צום נעגעטיוו, דאן...

ק: איך מאך א פייפ וואו מיין ווייטאג קען ארויסרינען

ט: זאג: מיין ווייטאג פון...

ק: פון מיין לעבן

ט: זאג: באמת בין איך קאנעקטעד צו...

ק: מיין שטאלץ

ט: וואסערע שייכות האט 'מיין שטאלץ' מיט 'קאנעקטעד צו פארשטיין וואס עס טוט מיך וויי'?

ק: מיין שטאלץ ווערט אונטערדרוקט.

ט: וואס האט "מיין שטאלץ ווערט אונטערדרוקט" מיט "קיינער הערט מיך נישט אויס, איז, איך הער מיך אויס"?

ק: אפשר קומט ארויף: ס'גייט קיינעם נישט אן.

ט: זעה דיך נאכאמאל אין די מצב ווי דו ביסט איינגעטינקען אין די נעגעטיוו, און זאג: א טיפערע חלק אין מיר ווייסט אז עס לוינט זיך מיר ענדערש זיך צו האלטן צום נעגעטיוו, ווייל אויב איך וועל אריבער גיין צום פאזיטיוו, דאן...

ק: וועט קיינער נישט קער נעמען פון מיינע פראבלעמען

ט: פראבלעמען פון...

ק: אפשר אז "מיין שטאלץ ווערט אונטערדרוקט".

ט: זאג מיר מער וועגן די 'שטאלץ וואס ווערט אונטערדוקט'

ק: אז איך בין נישט מצליח. און עס טוט מיר וויי.

ט: וואס מיר וואונדערט איז, פארוואס קוקסטו אויף די נקודות וואס איז נישט מצליח? זאג: אויב איך קוק אויף די נקודות וואס איז יא מצליח. און ערלויב א טיפערע חלק אין דיר ענדיגן פאר דיר

ק: וועט קיינער נישט קוקן אויף מיין זייט.

ט: פרוביר נאכאמאל.

ק: יא, וועט קיינער נישט קוקן אויף מיין זייט

ט: וואס האט 'פאזיטיוו' מיט 'קיינער קוקט נישט'

ק: ווען איך בין פאזיטיוו, פיל איך ווי קיינער זעט מיך נישט.

ט: לאמיר פרובירן אזוי. לאמיר פרובירן זיך פארצושטעלן אז דו ביסט פאזיטיוו, און דו פילסט אז מ'זעט דיך יא. פילט זיך אינגאנצן באקוועם?

ק: ניין. ניין. איך וויל נישט אז מ'זאל מיך זען.

ט: האט עפעס "איך וויל נישט אז מ'זאל מיך זען" מיט "איך דארף בלייבן נעגעטיוו"

ק: ס'האט. ווייל אויב וואלט איך ערלויבט אז מ'זאל מיך זען, וואלט איך געפילט אז מ'פארשטייט מיך. וואלט איך אפשר נישט געדארפט זיין אזוי נעגעטיוו.

ט: און פארוואס האסטו מורא אז מ'זעט דיך.

ק: איך שעם מיך צו זאגן: אבער איך פיל אז מענטשן מאכן חרוב.

ט: מענטשן מאכן חרוב? זאג: זעה מיך נישט, זעה מיך נישט, ווייל אויב דו גייסט מיך זען, דאן...

ק: ס'פילט זיך אומבאקוועם

ט: יא. וואס איז די אומבאקוועמליכקייט? זאג: זעה מיך נישט, ווייל אויב דו גייסט מיך זען...

ק: (קען עס נישט ארויסברענגען)

ט: זאג: איך דארף זיין באהאלטן, ווייל אויב מ'גייט מיך זען...

ק: איך פיל שרעקליך. איך פיל ווי מיין בויך ציט זיך צאם. איך מיין אז איך האב מורא

ט: זאג: ער וויל נישט אז מ'זאל אים זען, ווייל טיף אינעווייניג ווייסט ער אז אויב מ'זעט אים...

ק: איך מיין אז ס'איז א געוואלדיגע שרעק פון די מענטשהייט. און אומצוטרוי. אפשר אפילו א עקל פון די מענטשהייט.

ט: זאג: איך גיי מיך באהאלטן דא אין דעם באקס, א קנאק אראפ די דעקל, יעצט איז גוט, ווייל...

ק: אפשר יעצט קען איך זיין וויאזוי איך וויל.

ט: פרוביר נאכאמאל. זאג: יעצט איז אזוי גוט, הא הא, עטץ קענטץ אלע בלייבן אינדרויסן, איך בין מיך דא, און יעצט איז...

ק: איך קען זיין ווי א פיש אין וואסער, פריי, וויאזוי איך וויל.

ט: וואס איז די מענטשהייט אנדערש ווי "וויאזוי איך וויל"

ק: זיי לייגן א געוויסע פרעשור אויף מיר, איך האב עס נישט ליב.

ט: טראכט עס פאר א מינוט.

ק: ניין, ניין, איך וויל נישט, איך וויל נישט.

ט: ווייל...

ק: אפשר זיי גייען מיר אוועקכאפן.

ט: וואס פאר א פרעשור לייגט די מענטשהייט אויף דיר, ווען זיי זעען דיך?

ק: אפשר ווייל איך וויל בלייבן אונטער מיין מאמעס פארטוך. זיי ווילן מיך אוועקכאפן.

ט: פרוביר נאכאמאל. דו קומסט אן צו א חתונה מיט גאנץ אסאך מענטשן. יעצט, דו ווייסט קלאר אז מ'באמערקט דיך נישט. און זאג מיר וואס איז אזוי גוט? און וואס געשעט אנדערש ווען מ'באמערקט דיך יא.

ק: איך ווייס דיר נישט צופיל וואס צו זאגן. איך קען דיר זאגן אזויפיל, אז עס ברענגט מיר ארויף א בילד ווי א קליין קינד וואס וויל נישט האבן מיט פרעמדע.

ט: איך וויל נישט האבן מיט פרעמדע, ווייל...

ק: דו ווייסט נישט וואסערע טיפע נקודה דו טאטשט אין מיר, דו.

ט: זאג: איך וויל נישט האבן מיט פרעמדע, ווייל אויב איך גיי יא האבן מיט זיי, דאן ערווארט איך אז...

ק: אפשר זיי גייען מיך אוועקנעמען פון די היימישקייט פון מיין היים. זיי גייען מיך ארויסכאפן פון מיין הויז.

ט: זאג: אויב איך פיל אז דו זעהסט מיך, דאן...

ק: בין איך שוין נישט אין מיין היים.

ט: וואס ערווארטסטו גייט געשען אנדערש ווען מ'גייט דיך זען, ווי ווען דו ביסט אין "היים"?

ק: די מערסטע וואס איך קען עס ארויסברעגען איז: ווען דו זעסט מיך, בין איך שוין נישט אינדערהיים.

ט: זאג: אינדערהיים בין איך מער...

ק: איך קען זיין וויאזוי איך וויל.

ט: און ווען דו זעהסט מיך...

ק: קען איך שוין נישט זיין וויאזוי איך וויל.

ט: וואס מיינט "איך קען זיין וויאזוי איך וויל"

ק: פריי אין מיין וועלט.

ט: זאג: ווען דו קוקסט מיך אן איז עס אנדערש ווי "פריי אין מיין וועלט" ווייל...

ק: דו מאכסט מיך זיין א געוויסע וועג וואס איך האב נישט ליב. דיין בליק מאכט עס.

ט: דו מאכסט מיך זיין...

ק: דו פארמירסט מיך מיט דיין בליק.

ט: זאג אזוי: איך וויל זיין פריי אין מיין וועלט, דערפאר וויל איך נישט פילן אז מ'זאל מיך זען. ווייל ווען דו זעסט מיך פארמירסטו מיך ארויס פון מיין פריייהייט דורך עפעס א וועג. אפילו אויב ווען איך פיל אז מ'זעט מיך נישט, פיל איך אז מ'פארשטייט מיך נישט, איך פיל אליין, איך פיל אז איך אליין דארף פראצעסירן מיין ווייטאג, און וועגן דעם מוז איך ענדערש זיין נעגעטיוו, און האבן אינטרוסיוו טאטס, אבער איך וויל זיין פריי אין מיין וועלט.

ק: איך וויל טאקע. (זאגט עס)

ט: נו, דאס זאג מיר אונז. לאמיר קודם זען דעם צעטיל.

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

איך וויל זיין פריי אין מיין וועלט, דערפאר וויל איך נישט פילן אז מ'זאל מיך זען. ווייל ווען דו זעסט מיך פארמירסטו מיך ארויס פון מיין פריייהייט דורך עפעס א וועג. אפילו אויב ווען איך פיל אז מ'זעט מיך נישט, פיל איך אז מ'פארשטייט מיך נישט, איך פיל אליין, איך פיל אז איך אליין דארף פראצעסירן מיין ווייטאג, און וועגן דעם מוז איך ענדערש זיין נעגעטיוו, און האבן אינטרוסיוו טאטס, אבער איך וויל זיין פריי אין מיין וועלט. און דערפאר: ווען איך בין פאזיטיוו, פיל איך ווי קיינער זעט מיך נישט.

הייליגער גוטער גרויסער באשעפער העלף אלע יודן און אויך מיר
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: א רגע נאך יעצט פארגעס איך עס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

טערעפיסט: א גוטן הרב קליענט נירו יאיר וויאזוי גייט עס?

קליענט: א גוטן אייך, איך האב דיר שוין געזאגט אז ס'דא ווען איך פיל אין מיר א כעס אויף א מצב, צום ביישפיהל ווען איך בין נישט געשלאפן גענוג, און איך קלער אז דאס איז א חלק פון מיין נישט זיין בשמחה

ט: לאמיר זיך פארשטעלן ווי כאילו דו ביסט יעצט אין יענעם מצב, און וואסערע ווערטער וואלסטו געזאגט כדי עס די מערסטע און גוט ארויסברענגען?

ק: ס'פילט זיך ווי 'דו רעגסט מיר אויף'. די סימפטאם איז דאס נישט מסכים זיין מיט די מצב.

ט: איז לאמיר זיך פארשטעלן כאילו דו ביסט יא מסכים מיט די מצב, צי קומט עפעס ארויף?

ק: די ערשטע רגע קומט ארויף: מ'קען טון מיט דיר וואס מ'וויל.

ט: פרוביר נאכאמאל

ק: ס'קומט ארויף אזא "איך בין גארנישט" געפיל.

ט: פרוביר נאכאמאל

ק: ס'קומט ארויף: מ'קען טון מיט דיר וואס מ'וויל און דו קענסטעך נישט א עצה געבן.

ט: זאג: אויב איך גיי מסכים זיין צו די מצב, און איך גיי זיין פרייליך און אויפגעלייגט, נישט פרובירן צו זיין פרייליך און אויפגעלייגט, נאר דשאסט זיין פרייליך און אויפגעלייגט, דו ביסט אזוי. דאן...

ק: אפשר קומט ארויף: קען עס געשען נאכאמאל

ט: פרוביר נאכאמאל

ק: יא, עס קומט ארויף: מ'קען טון מיט דיר וואס מ'וויל.

ט: גוט. און וואס שטערט דיך דער פאקט אז מ'קען טון מיט דיר וואס מ'וויל. זאג: א טיפערע חלק נפש אין מיר ערווארט אז אויב מ'קען טון וואס מיט מיר וואס מ'וויל, דאן...

ק: דאן קען מען טון מיט מיר וואס מ'וויל.

ט: זאג אזוי: אויב איך בין מסכים צו די פאקט אז מ'קען טון מיט מיר וואס מ'וויל, (איך לערן אפ אז די ווארט 'מקען' גייט ארויף אויף 'השי"ת וואס ער איז אין קאנטראל') דאן...

ק: איך פיל עפעס ווי אלעס ווערט צעווארפן. ווי איינער געט א שלעפ ארויס א באקס פון אונטן פון אסאך מסודר'דיגע באקסעס, און אלעס ווערט צעווארפן.

ט: זאג אזוי: אויב איך גיי מסכים זיין צו די פאקט אז מ'קען טון מיט מיר וואס מ'וויל, דאן פיל איך אז אלעס ווערט צעווארפן.

ק: (זאגט עס)

ט: פרוביר נאכאמאל צו זאגן: אויב איך בין מסכים אז מ'קען טון מיט מיר וואס מ'וויל, דאן...

ק: בין איך מסכים

ט: זאג: אויב איך גיי מיך יעצט לאזן אז ס'איז געשען וואס ס'איז געשען און זיין מרוצה צום מצב, זיין פרייליך און אויפגעלייגט, דאן...

ק: קען עס געשען נאכאמאל

ט: פרוביר נאכאמאל

ק: בין איך א נאר וואס קען זיך נישט א עצה געבן אין זיין לעבן

ט: זאג מיר מער וועגן דעם.

ק: ס'מאכט מיך פילן ווי א בטלן. דערנידערט אין מענטשנ'ס אויגן.

ט: פרוביר נאכאמאל צו זאגן: אויב איך גיי יעצט זיין אינגאנצן מרוצה צום מצב, און זיין פרייליך און אויפגעלייגט, דאן... און לאז א טיפערע געפיל אין דיר עס ענדיגן.

ק: איך מיין אז ס'קומט ארויף "בין איך א נאר"

ט: פרוביר נאכאמאל

ק: יא, בין איך א נאר וואס קען זיך נישט א עצה געבן מיט זיין לעבן

ט: האט עפעס א שייכות "מ'קען טון מיט מיר וואס מ'וויל" מיט "איך בין א נאר וואס קען זיך נישט א עצה געבן אין זיין לעבן"?

ק: איך האב עפעס אזא זאך צו אויפווייזן אז איך בין נישט קיין נאר, קענסט מיך נישט אראפקוקן.

ט: זאג אזוי: איך האב מורא פון די געפיל אז איך בין יא א נאר, וואס קען זיך נישט א עצה געבן אין זיין לעבן, איך האב מורא דערפון ווייל דאס דערנידערט מיר אין מענטשנס אויגן, איך גיי פילן דערנידערט.

ק: (זאגט עס)

ט: זאג נאכאמאל: אויב איך גיי יעצט זיין מרוצה מיט א שמחה צום מצב, דאן...

ק: יא, עס קומט ארויף די עקלדיגע "איך בין יא א נאר, וואס קען זיך נישט א עצה געבן אין זיין לעבן", און איך פיל דערנידערט

ט: האט שייכות "איך בין יא א נאר, וואס קען זיך נישט א עצה געבן אין זיין לעבן, און איך פיל דערנידערט" מיט "מ'קען טון מיט מיר וואס מ'וויל"?

ק: ווען איך פיל אז מ'קען טון מיט מיר וואס מ'וויל, געשעט דער "איך בין יא א נאר וכו'"

ט: האט דאס עפעס מיט "ס'קען געשען נאכאמאל"

ק: די "ס'קען געשען נאכאמאל" מיינט אז "איך גיי אריין אין אזא סארט 'איך'". "דערנידערט".

ט: און וואסערע שייכות האט דאס מיט "דו רעגסט מיר אויף און איך דארף זיך שלאגן מיט דיר"

ק: אה. יא. איך ווייס. איך וויל נישט זיין דער נאר. יו האב איך מורא פון דעם געפיל. איך מאך עס מער ווי ס'איז. ס'קען זיין אז קיינער ווייסט אפילו נישט, אבער איך פיל דערנידערט.

ט: איך בין סתם נייגעריג, צי דו האסט דיך דאס אויסגעלערנט. זאג: מיין נפש איז דאס געוואויר געווארן... און לאז ארויפקומען די מצב וואס האט דיך דאס אויסגעלערנט

ק: אפשר ווען איך האב געזען מענטשן וואס זענען בטלנים.

ט: פרוביר נאכאמאל

ק: איך דערמאן מיך פון מיר אין חדר, א בטלן, איך פלעג מצליח זיין צו פארשפעטיגן.

ט: וואס האט שייכות די געפילן אין חדר מיט "איך וויל נישט זיין דערנידערט"

ק: איך וויל נישט זיין יענע יונגל וואס קען זיך נישט א עצה געבן.

ט: יענע יונגל האט געהאט מצבים וואס ער איז צום ביישפיהל נישט געהעריג געשלאפן?

ק: ניין.

ט: איז וואסערע שייכות אויב עפעס האבן די צוויי צוזאמען?

ק: ביידע מאכן מיך פילן ווי א בטלן. אבער איך ווייס אז ס'האט נישט שייכות

ט: זאג: אויב איך ערלויב אז די בטלן אין חדר, האט נישט שייכות מיט די בטלן ווען זאכן געשעען

ק: וויאזוי וועל איך קענען פארגיטיגן יענע געפיל?

ט: וויאזוי האסטו דיך געפילט אין חדר? א נאר, א בטלן, וואס?

ק: דערנידערט, ווי איינער וואס 'לעבן' איז שטערקער ווי אים. ער קען זיך נישט א עצה געבן. ער איז א קרבן צו זיין פאר'חלומ'טקייט און ער שפעטיגט.

ט: און וואס האט דיך דאס געמאכט פילן? צי קענסטו געדענקען?

ק: ב"ה. עס האט מיר געמאכט פילן גארנישט. אבער אפשר האט דער 'גארנישט' אויך געהאט א פרא-סיפטאם פארוואס איך האב אזוי געמוזט פילן?

ט: זעה דעם געפיל, און פרוביר צו בוחן זיין, וואס מאכט סענס, ווען איז דער געפיל אריינגעקומען אין דיר?

ק: דאס קומט ארויף. יענע געפילן פון אלץ יונגל.

ט: גוט. זאג אזוי: מיין איך איז יעצט דערנידערט אין מענטשנס אויגן, ווייל...

ק: איך האב נישט מיט וואס צו זיין א עפעס.

ט: פרוביר נאכאמאל

ק: מיט וואס קען איך זיין א עפעס. (אויף דעם פחד פון נישט האבן מיט וואס צו זיין 'א עפעס', האב איך שוין צעטליך, איך דארף נאר קוקן צי דא אפעלירט עס אויך)

ט: האסט געזאגט: מ'קען טון מיט מיר וואס מ'וויל. זאג: א טיפערע חלק אין מיר ווייסט אז מ'קען טון מיט מיר וואס מ'וויל. וואס קומט ארויף ווען דו זאגסט די ווארט 'ווייסט'?

ק: (לאזט ארויס א טיפע אטעם) איך פיל אייביג אזוי. איך האב נישט אזא שטארקע 'ניין און יא'.

ט: האסט געזאגט: ס'מאכט מיר פילן אז איך קען מיך נישט א עצה געבן. פיל נאכאמאל דעם געפיל, און פארטיף דיך דערין. און זאג מיר מער דערוועגן

ק: ס'ברענגט ארויף מיין גאנצע לא יוצלח'דיגקייט.

ט: האסט געזאגט: איך פיל ווי אלעס ווערט צעווארפן. זאג מיר דערוועגן?

ק: ס'פילט זיך ווי די געבוי פון איך בין 'עפעס' ווערט צעווארפן.

צעטיל

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

וויאזוי קען איך מיך ערלויבן צו זיין מרוצה און בשמחה צום מצב, ווען דאס מאכט מיך פילן ווי איך בין יא א נאר און בטלן וואס קען זיך נישט א עצה געבן אין זיין לעבן, עס דערנידערט מיין 'איך' אין מענטשנס אויגן, אזוי ווי איך האב געפילט אין חדר ווען די מצב האט געטון מיט מיר וואס עס האט געוואלט. און די גאנצע געבוי פון זיין א 'עפעס' ווערט צעווארפן. און יעצט האב איך טאקע נישט מיט וואס צו זיין א 'עפעס'. און איך בלייב א 'גארנישט'. פון אזא געפיל וויל איך אנטלויפן, איך וויל נישט זיין אין יענע מצב פון אלץ יונגל

יעצט קומט ארויף אין מיר די געפיל פון "מ'קען טון מיט מיר וואס מ'וויל, און איך קען מיך נישט א עצה געבן אין מיין לעבן". ווי אויך קומט ארויף מיין גאנצע לא יוצלח'דיגקייט. און אפילו אויב איך ווייס אז ס'איז אמת, וויל איך עס נישט פילן. און דאס מאכט מיך עס פילן.

כאטש אזא סארט כעס איז נישט גוט פאר מיר און פאר ארומיגע, אבער צי קען איך פילן איך יא א נאר און א בטלן וואס קען זיך נישט א עצה געבן אין זיין לעבן? צי קען איך פילן דערנידערט אין מענטשנס אויגן.

והשם הטוב יעזור וישמור וירפא בגוף ובנפש.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: א רגע נאך יעצט פארגעס איך עס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

טערעפיסט: א גוטן הרב 'קליענט' נירו יאיר ויזרח,

קליענט: א גוטן

ט: וויאזוי גייט עס מיט שמחה?

ק: ס'דא צומאל ווען עס קומט אין מיין באוואוסטזיין אז מיינע אויגן האבן געזען נישט די בעסטע ראי', אפילו אויב ס'איז נישט עפעס ווייסעך וואס, הייבט זיך אן א גאנצע מלחמה אין מיר, און דער מלחמה שלעפט מיך אריין. וואלט איך גראד געגאנגען ווייטער, וואלט דאך ממש גארנישט געווען, די ערשטע בליץ איז דאך ממש גארנישט, נאר נאכדעם הייבט זיך אן א גאנצע אינערליכע עפעס, און ס'שלעפט מיך אריין. איך קלער אז דאס האט גאר א שטארקע שייכות צו די סענסעשאן וואס מיר האבן גערעדט.

ט: געלויבט השי"ת און השי"ת זאל דיר העלפן. לאמיר זיך פארשטעלן ווי עס געשעט יעצט, מיר גייען נישט פאוקוסירן אויף די עצם ראי' ח"ו, נאר אויף דיין אינערליכע געפילישער נפש וואס ערוועקט זיך. און זאג: אויב עס גייט זיך מיר דשאסט ווייטער, איך נעם אן וואס עס איז געווען אלץ א שטארקע מעסעדש פון הימעל זיך מער צו היטן און תשובה צו טון, אבער עס גייט זיך מיר ווייטער ווי כאילו לא הי', צי קומט עפעס ארויף?

ק: איך גיי נישט זאגן אז ס'קומט ארויף א אומבאקוועם געפיל, אבער עס פילט זיך ווי 'אויסגעליידיגט'. עפעס אזוי 'פלעין'. אן א העווינעס. עס פעלט גראוויטעט.

ט: פיל דעם 'אויסגעליידיגט' און זאג: פאר אלע חלקי הנפש אין מיר איז זייער זייער באקוועם אזוי צו זיין יעצט.

ק: ניין, ס'איז נישט.

ט: פרוביר נאכאמאל, און פרוביר צו כאפן וואס אין דיר זאגט: ניין ס'איז נישט.

ק: ס'איז אינטערעסאנט. אבער ס'קומט ארויף "איך האב ליב צו פילן העווי"

ט: פרוביר נאכאמאל

ק: יא, ס'פילט זיך ווי איך קען מיך עפעס נישט טרעפן. ס'פילט זיך נישט.

ט: די זאך אז ס'פילט זיך נישט, צי קענסטו מיר זאגן ווען עס האט זיך אנגעהויבן אין דיר? זע דיך די יונגסטע וואס דו געדענקסט. וואלסטו אויך געזאגט: ס'איז צו לייכט, ס'פילט זיך נישט.

ק: מעגליך אז יא.

ט: וואס וואלטן געווען די ווערטער דאס ארויסצוברענגען מן ההעלם אל הדיבור

ק: איך פיל מיך צו לייכט, איך זוך עפעס וואס זאל מיך געבן א גראוויטעט וואג

ט: זאג: די איינציגע וועג וויאזוי איך קען יעצט אריילייגן גענוג וואג אין מיין זיין, איז נאר דורך אזא געשלעג. ס'קומט עפעס ארויף?

ק: (קען נישט ענטפערן)

ט: זאג: אלעמאל אין מיין לעבן איז נאר דאס געווען די איינציגע וועג וויאזוי אריינצולייגן וואג אין מיין זיין. קומט עפעס ארויף?

ק: עס קומט ארויף: אז חשיבות געט מיר וואג. ס'איז עפעס, א תוכן. ווען איך לערן און איך פיל חשוב, פארשטייט זיך די ריכטיגע תורה'דיגע חשיבות. און אזוי ווייטער

ט: שטעל דיך נאכאמאל פאר יענע מצב כאילו ס'איז יעצט. און זאג: יעצט האב איך נישט די וואג פון חשיבות.

ק: (זאגט עס) איך האב טאקע נישט.

ט: זאג אזוי: יעצט האב איך נישט חשיבות ווייל...

ק: אפשר קומט ארויף: איך וואלט געדארפט מער אכטונג געבן

ט: וואס נאך קומט ארויף.

ק: מיט וואס בין איך חשוב. איבערהויפט נישט חשוב.

ט: אונז האב מיר שוין געמאכט א צעטיל דערויף. אבער פרוביר אויב אין דעם מצב קומט אויך ארויף דעם זעלבן פרא-סימפטאם פאזישאן. און זאג: אויב איך ערלויב מיך אין דעם מצב צו לעבן מיט חשיבות אלץ חלק מכנסת ישראל, דאן...

ק: יא, ס'קומט ארויף די זעלבע פרא-סימפטאם: וועל איך מיך נישט האבן וויאזוי זיך צו פאררעכטן און קאנטראלירן, וכו'

ט: ס'ווערט שפעט, איז, לאמיר מאכן א צעטיל ביז אהער און ליין אויך די פריערדיגע צעטליך כידוע לך

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

איך זוך וויאזוי אריינצולייגן גענוג וואג אין מיין זיין, און איך קען עס נישט נעמען פון חשיבות אלץ חלק מכנסת ישראל וכו', ביז וועלכע צעטיל גייט די אמת?

אפילו אויב עס מאכט מיר אזעלכע אינערליכע געשלעגן, אבער איך מוז האבן גענוג וואג אין מיין זיין

והשם הטוב יעזור וישמור וירפא
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: א רגע נאך יעצט פארגעס איך עס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

טערעפיסט: א גוטן הרב 'קליענט' נירו יאיר ויזרח

קליענט: א בעסערן אייך. השי"ת זאל דיר העלפן און דיר אנווייזן די ריכטיגע געדאנקען צו ארויסהעלפן

ט: אמן. וויאזוי גייט עס?

ק: איך עקספיריענס דרוק ערגעץ וואו אין מיין קערפער, און מיט דעם אלעם וואס עס קען זייער מעגליך זיין א פיזישע ענין וואס דארף ווערן אויסגעהיילט, וואלט איך געווען נייגעריג אויב עס איז אויך א נפשיות'דיגער ענין.

ט: דער הייליגער גרויסער גוטער באשעפער זאל העלפן אז דו זאלסט ווערן אויסגעהיילט, איך קען פרובירן בעזרת השי"ת, און השי"ת זאל מיך העלפן. איך וואלט געוואלט אז דו זאלסט אריינגיין אין די נפשיות'דיגע געפיל פון דעם דרוק, און פרובירן מיר ארויסזאגן מיט ווערטער וויאזוי דו עקספיריענסד עס

ק: איך קען פרובירן בעזרת השי"ת. די מערסטע וואס איך קען עס יעצט פארשטיין איז ווי פעקלעך וואס דרוקט אויף מיר און איך לאז עס נישט גיין. אז עפעס אינערליך פעלט מיר אויס עס נישט צו לאזן גיין. אז איך מוז עס אנהאלטן.

ט: פרוביר צי דו קענסט עס נאך טיפער פארשטיין

ק: איך מיין אז דאס איז עס

ט: אקעי, לאמיר פרובירן און השי"ת וואס איז א רופא נאמן ורחמן זאל רחמנות אויף דיר און ער זאל דיר אויסהיילן. פרוביר צו זאגן אזוי: א טיפערע חלק אין מיין נפש ווייסט און פארשטייט זייער גוט און קלאר וואס עס דרוקט מיר. זאג: איך האלט אן די דרוק פון... און לאז דיין טיפע נפש ענדיגן דעם זאץ

ק: אפשר קומט ארויף: מיין גוטן נאמען.

ט: זאג מיר מער וואס די "מיין גוטן נאמען" קען מיינען

ק: אז ווייל איך האב געשריבן סעשאנס דא אויף אייוועלט, פיל איך ווי סוף סוף האב איך מיטגעטיילט מיינע פריוואטע אינפארמאציע. און איך שעם מיך זייער.

ט: זאג: פאר א טיפערע נפש אין מיר פעלט אויס צו פילן דעם דרוק, ווייל אויב איך לאז עס גיין...

ק: אפשר קומט ארויף "בין איך דערשראקן וואס איך האב דא מיטגעטיילט"

ט: פרוביר נאכאמאל. זאג: פאר א טיפערע נפש אין מיר פעלט אויס צו אנהאלטן דעם דרוק, ווייל אויב עס וואלט זיך געלאזט גיין...

ק: וויאזוי זאל איך קער נעמען פון מיין גוטע נאמען.

ט: וואס פארשטייסטו, וואס האט שייכות "וויאזוי זאל איך קער נעמען פון מיין גוטער נאמען" מיט "איך דארף אנהאלטן דעם דרוק"?

ק: איך פיל אויב נישט דעם דרוק, בין איך ממש הפקר. וואס גייט זיין?

ט: זאג אזוי: אן דעם דרוק קומט ארויף אין מיר די געפיל פון זיך לאזן זיין הפקר

ק: (זאגט עס) יא.

ט: ווען דו זאגסט "אן דעם דרוק פיל איך הפקר". צי קומט ארויף נאך עפעס א נפשיות'דיגע אומבאקוועמליכקייט?

ק: קען זיין אז ס'קומט ארויף: יא, ביסט א נאר פאר'ן דאס טון, כ'האב אלעמאל געוואוסט אז דו גייסט טון נארישקייטן.

ט: זאג אזוי: אויב איך פיל נישט דעם דרוק, הייבט אן ארויפקומען די געפיל אז איך בין הפקר, אבער וואס עס קומט ארויף אונטער די הפקר, איז די געפיל פון זיין א נאר און טון א נארישקייט. און געב א קוק צי עס קומט ארויף נאך טיפערס

ק: אפשר קומט ארויף: אז מיינע עלטערן האבן נישט קיין נחת פון מיר.

ט: לאמיר פארשטיין. ווען דו פילסט דעם דרוק, וויאזוי נעמט עס אוועק פון די געפיל פון הפקר, אדער נאך טיפער, די געפיל פון זיין א נאר, טון א נארישקייט, נישט שאפן נחת? וויאזוי נעמט עס אוועק?

ק: אפשר אז ס'געט מיר א סענס פון "איך האלט קאפ וועגן דעם, איך טו דערוועגן"

ט: זאג אזוי: די איינציגע וועג וויאזוי עס זאל נישט ארויפקומען אין מיר די געפיל אז איך בין הפקר, און נאך טיפער, וויאזוי אוועקצוהאלטן די געפיל אז איך בין א נאר, און איך טו נארישקייט, און אז איך שאף (חלילה) נישט קיין נחת, איז דורך דעם דרוק, ווייל דאס איז א פיזישע דערמאנונג אז איך האלט קאפ דערוועגן, איך נעם קער.

ק: (זאגט עס)

ט: לאמיר פרובירן זיך פארצושטעלן אז דו שלינגסט אראפ א געוויסע ווייטעמין, און אויף די רגע, איז די דרוק מער נישטא. איז אינגאנצן באקוועם זיך צו פילן אזוי?

ק: איך פיל אז איך קען מער נישט אנהאלטן, עפעס וואס איך וויל זייער אנהאלטן.

ט: טראכט עס פאר א גאנצע מינוט

ק: גוט.

ט: וואלסטו מיר געקענט זאגן: וואס איז דאס וואס דו ווילסט אזוי אנהאלטן?

ק: אפשר מיין בעלות. איך פיל אז איך בין נישט אין קאנטראל.

ט: ווען דו זאגסט די ווערטער "איך פיל אז איך בין נאמאר אין קאנטראל" איז דא עפעס טיפערס?

ק: זאכן קענען גיין אן מיין שליטה

ט: און וואס איז די פראבלעם. איך זאג נישט אז ס'איז נישט קיין פראבלעם. איך פרעג 'וואס' איז פראבלעם?

ק: זאכן גייען נישט גיין לויט מיין פלאן. יא.

ט: און 'וואס' איז די פראבלעם?

ק: זאכן קענען געשען אנדערש ווי איך וויל.

ט: און 'וואס' איז די פראבלעם?

ק: אפשר קומט ארויף: איך בין אחריות אז זאכן זאלן גיין אזוי ווי איך וויל.

ט: וויאזוי ווערט ערפילט "איך בין אחריות אז זאכן זאלן גיין אזוי ווי איך וויל" דורך דעם דרוק?

ק: ס'איז כאילו איך דרייוו עס פון דארט.

ט: דו וואלסט מיר אפשר געקענט מסביר זיין וויאזוי דו דרייווסט עס?

ק: אפשר ווייל אזוי פיל איך א געוויסע power אין מיר וואס איך האלט אן. ווי עס שטייט: חגור חרבך על ירך גיבור. חגרה בעוז מתניה.

ט: זאג אזוי: די איינציגע סענס וויאזוי איך קען דרייווען די מצב, אויסצופירן מיין אחריות אז זאכן זאלן נישט אוועקלויפן פון מיינע גבולים, איז דורך עקספיריענסן דעם דרוק. אויב האב איך נישט דעם דרוק וועלן זאכן זיכער ארויס פון קאנטראל.

ק: (זאגט עס)

ט: לאמיר זיך פארשטעלן אז דו האסט דעם דרוק, נאר דו ביסט גרייט צו געבן אזא מסיח דעת דערפון, און עס נישט פילן. צי זענען אלע דיינע חלקי הנפש מסכים אז דו זאלסט אזוי טון?

ק: נישט עכט.

ט: פרוביר צו פילן וויאזוי עס פילט זיך דיין נפש אין די היסח הדעת מצב, און פרוביר צו כאפן פארוואס א טיפערע חלק אין דיר איז נישט מסכים?

ק: איך מיין אז ס'קומט ארויף: איך וועל נישט קענען קער נעמען פון מיין פראבלעם.

ט: פרוביר נאכאמאל

ק: יא, דאס קומט ארויף

ט: צי קומט ארויף נאך עפעס, צוזאמען מיט די ווערטער "איך וועל נישט קענען קער נעמען פון מיין פראבלעם"?

ק: אפשר "און קיינער וועט נישט"

ט: נאך עפעס?

ק: און זאכן גייען חלילה ווערן ערגער.

ט: פרוביר דיך פארצושטעלן ווען דו האסט דעם דרוק, און פרוביר דיך פארצושטעלן אז דו ביסט נישט פארנומען דערמיט, דו פילסט עס נישט, אין דעם מצב. צי פילסטו דיר אינגאנצן באקוועם?

ק: ניין.

ט: ווען דו פילסט די 'ניין' פון א טיפערע חלק אין דיר, וואס איז די אומבאקוועמליכקייט?

ק: בערך אזוי ווי דער צעטיל וואס ליינט זיך ווי פאלגנד: ב"ה. באמערקן ווי מיין איך איז זייער פארוואונדעט און פארווייטאגט, איך בין אין א שטענדיגע מצב צו זעהן ווי מיין איך האלט, אפצושאצן און אוועקשטעלן מיין 'איך', וואס בין 'איך', ווער בין 'איך'? איך בין גארנישט. פייטן דערפאר. כאטש כאטש כאטש עס מאכט אז איך זאל האבן א סענסעשאן וואס איך האב נישט ליב, אבער דאך דאך דאך, לוינט זיך מיר צו שטענדיג אוועקשטעלן מיין 'איך'. צו וויסן וואס בין איך, און ווער בין איך? נאך דערצו בנוגע אנדערע מענטשן. און אויב עס קומט מיר אויס אז איך בין נישט גוט, מוז איך האבן דעם סענסעשאן אלץ א צוריקהאלט אז איך לאז מיך נישט.

ביז דער צעטיל איך וויל זיין פריי אין מיין וועלט, דערפאר וויל איך נישט פילן אז מ'זאל מיך זען. ווייל ווען דו זעסט מיך פארמירסטו מיך ארויס פון מיין פריייהייט דורך עפעס א וועג. אפילו אויב ווען איך פיל אז מ'זעט מיך נישט, פיל איך אז מ'פארשטייט מיך נישט, איך פיל אליין, איך פיל אז איך אליין דארף פראצעסירן מיין ווייטאג, און וועגן דעם מוז איך ענדערש זיין נעגעטיוו, און האבן אינטרוסיוו טאטס, אבער איך וויל זיין פריי אין מיין וועלט. און דערפאר: ווען איך בין פאזיטיוו, פיל איך ווי קיינער זעט מיך נישט.

און עס וואלט מיר געווען אינטערעסאנט צו וויסן ווי איך האלט דערמיט.

ט: האט עפעס שייכות דער "איך וויל נישט פילן אז מ'זאל מיך זען" מיט דעם דרוק?

ק: קען זיין אז איך פיל אז איך האב צופיל מיטגעטיילט, האמיר שוין געשמועסט דערוועגן.

ט: זאג אזוי: איך האב נישט קיין שום וועג וויאזוי צו פילן אז מ'זעט מיך יא, און עס זאל נישט פארמירן ארויס פון פרייהייט. צי קומט עפעס ארויף?

ק: (קען נישט געהעריג ענטפערן)

ט: לאמיר מער פארשטיין וואס עס מיינט די עקספיריענס פון 'פרייהייט', 'פריי אין מיין וועלט'.

ק: איך מיין "איך וויל קענען זיין וויאזוי איך וויל"

ט: זאג: אויב איך ערלויב מיך צו פילן אז מ'זעט מיך, אויף א אופן וואס ס'ווערט נישט צופיל שטערן מיין "איך וויל זיין וויאזוי איך וויל" דאן...

ק: אפשר קומט ארויף "וועל איך מער נישט קענען האבן די תענוג פון זיין וויאזוי איך וויל"

ט: זאג: ס'קען נישט זיין אז איך גיי קענען האבן די תענוג פון זיין ווי א פיש אין וואסער, אויב איך גיי פילן אז מ'זעט מיך. אויב איך פיל אז מ'זעט מיך, זעט מען מיך.

ק: (זאגט עס)

ט: האט עפעס שייכות "אויב איך פיל אז מ'זעט מיך, זעט מען מיך" מיט דעם דרוק?

ק: קען זיין. אפשר ווייל איך פיל מער נישט פריוואט.

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

אן דעם דרוק קומט ארויף די געפיל פון זיך לאזן הפקר, ווייל אויב איך פיל אז מ'זעהט מיך, זעט מען מיך טאקע. און עס קומט ארויף "ביסט א נאר פאר'ן דאס טון" און "דאס מיינט שאפן נחת?"

איז די איינציגע וועג וויאזוי עס זאל נישט ארויפקומען אין מיר די געפיל אז איך בין הפקר, און נאך טיפער, וויאזוי אוועקצוהאלטן די געפיל אז איך בין א נאר, און איך טו נארישקייט, און אז איך שאף (חלילה) נישט קיין נחת, איז דורך דעם דרוק, ווייל דאס איז א פיזישע דערמאנונג אז איך האלט קאפ דערוועגן, איך נעם קער.

און די איינציגע סענס וויאזוי איך קען דרייווען די מצב, אויסצופירן מיין אחריות אז זאכן זאלן נישט אוועקלויפן פון מיינע גבולים, איז דורך עקספיריענסן דעם דרוק. אויב האב איך נישט דעם דרוק וועלן זאכן זיכער ארויס פון קאנטראל.

כאטש איך וויל פון דעם אויסגעהיילט ווערן ב"ה, אבער צי קען איך מיך ערלויבן צו פילן הפקר, ווי א נאר, וכו', צי קען איך ערלויבן אז זאכן זאלן ארויס פון קאנטראל. איך מוז שפירן אז איך בין אין קאנטראל. און דאס איז די איינציגע וועג.

והשם הטוב יעזור וירפא
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: א רגע נאך יעצט פארגעס איך עס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

טערעפיסט: א גוטן דיר, 'קליענט', מיין נפש

קליענט: א בעסערן

ט: וויאזוי גייט עס מיט שמחה? ברענג ארויף אין דיין דמיון א מצב פון סתם. דשאסט דו ביסט. און שטעל דיך פאר כאילו ס'איז יעצט. און זאג מיר: איך בין יעצט בשמחה. שטומט עס מיט אלע דיינע חלקי הנפש?

ק: נישט עכט.

ט: ווען דו האסט מיר געענטפערט "נישט עכט", האסטו דאס געהערט פון עפעס אינערליך. וואס שטערט דיך צו זיין בשמחה? פרוביר נאכאמאל. זאג: איך בין יעצט בשמחה.

ק: ס'גייט מיר נישט וויאזוי איך וויל.

ט: איך וואונדער מיך צו דו ביסט מערערע מאל פארנומען מיט דעם "ס'גייט מיר נישט וויאזוי איך וויל"

ק: יא, זייער מעגליך.

ט: און וואסערע שייכות האט "ס'גייט מיר נישט וויאזוי איך וויל, מיט "איך בין יעצט נישט בשמחה"?

ק: וויאזוי קען איך זיין בשמחה?

ט: זאג: וויאזוי קען איך זיין בשמחה ווען ס'גייט מיר נישט וויאזוי איך וויל.

ק: (זאגט עס)

ט: אבער איך פארשטיי נאך אלץ נישט: ווייל "ס'גייט מיר נישט וויאזוי איך וויל" קענסטו נישט זיין בשמחה? זאג: אויב איך בין בשמחה, אפילו ווען עס גייט מיר נישט וויאזוי איך וויל, דאן...

ק: עפעס אין מיר לאזט מיר נישט זיך אפהאקן דערפון.

ט: זאג: איך קען מיך יעצט נישט אפהאקן דערפון, ווייל אויב איך האק מיך אפ דערפון?

ק: בין איך א נאר וואס נעמט נישט קער פון זיינע פראבלעמען.

ט: פרוביר נאכאמאל

ק: בין איך א נאר וואס האט נישט קיין שכל. וואס לאזט זיך נישט פירן פון זיין שכל.

ט: זאג: אויב איך בין דשאסט בשמחה, בין איך א נאר וואס לאזט זיך נישט פירן פון זיין שכל.

ק: (זאגט עס)

ט: ס'קומט אויס אז דו האלטסט אז טאמער עס גייט דיר נישט וויאזוי דו ווילסט, איז שכל'דיג נישט צו זיין בשמחה. אז דו גייסט אוועק פון שכל

ק: עס פילט זיך אזוי.

ט: האסט אלץ אזוי געהאלטן?

ק: קען זיין אז ס'האט זיך אלץ אזוי געפילט.

ט: לאמיר פרובירן עס אנצוקוקן אז ס'איז יא שכל'דיג צו זיין בשמחה, ווייל מ'דארף זיין בשמחה על פי תורה וכו'.

ק: ס'קומט ארויף "עפעס דרוקט מיר, און איך זאל זיין בשמחה?"

ט: וואס האט "עפעס דרוקט מיר" מיט "איך בין נישט בשמחה"? זאג: אויב עפעס דרוקט מיר, און איך בין נאך אלץ בשמחה, דאן...

ק: ווייזט דאס אז די לעבן [השי"ת] קען טון מיט מיר וואס ס'וויל.

ט: און וואס איז די פראבלעם?

ק: ווי כאילו ס'גייט מיך נישט אן אז ס'גייט מיר נישט וויאזוי איך וויל.

ט: זאג אזוי: אויב איך בין בשמחה, דאן מיינט עס אז ס'גייט מיך נישט אן אז ס'גייט מיר נישט וויאזוי איך וויל.

ק: (זאגט עס)

ט: פרוביר נאכאמאל צו זאגן: איך בין יעצט בשמחה. און פרוביר צו כאפן וואס אין דיר איז מנגד דערצו

ק: איך טראכט פון מיינע דורכפעלער אין מיין לעבן.

ט: דאס אז דו טראכסט דיינע דורכפעלער אין דיין לעבן, דאס איז א זאך וואס דו טוסט מערערע מאל?

ק: יא.

ט: פרוביר נאכאמאל צו זאגן: איך בין יעצט בשמחה

ק: אפשר האט געגעבן א קום אריין "איך האב נישט געשאפן א נחת רוח פאר מיינע עלטערן"

ט: און דאס איז אויך אזאך וואס עס טראכט זיך דיר מערערע מאל?

ק: אויף מער א קוים מערקבארן אופן.

ט: לאמיר זיך פארשטעלן נאכאמאל דעם מצב סתמי, און זאג: אפילו איך קען ארויפברענגען צו פילן אז ס'גייט מיר נישט, און איך קען ארויפברענגען אין מיר צו פילן די דורכפעלער אין מיין לעבן, וועל איך עס אבער נישט ארויפברענגען, און וועל דאך זיין בשמחה. און פיל אז דו ביסט דשאסט בשמחה. אן זיך דארפן אנשטרענגען דערצו. דשאסט עס איז. קומט עפעס ארויף?

ק: אפשר קומט ארויף "קיינער וועט נישט קער נעמען דערפון". קיינער גייט נישט קער נעמען פון מיינע שוועריגקייטן.

ט: זאג מיר מער וועגן "קער נעמען פון מיינע שוועריקייטן" וואס האט שייכות "איך בין נישט בשמחה" מיט "קיינער נעמט נישט קער"

ק: איך פיל ווי איינער דארף קער נעמען דערפון.

ט: און וואס האט שייכות "איך קען נישט יעצט זיין בשמחה" מיט "איינער דארף קער נעמען"

ק: אויב איך בין בשמחה, פילט זיך עס ווי מיינע פראבלעמען ווערן נישט קער גענומען.

ט: פרוביר נאכאמאל

ק: איך פיל אז איך פארליר מיין מציאות.

ט: יא, פארלירסט דיין געווענליכן מציאות, ווייל דו ביסט בשמחה. איז עפעס אומבאקוועם פאר א געוויסע חלק אין דיר מיט אט די שמחה? פרוביר נאכאמאל צו זאגן די אויבנדערמאנטע

ק: ס'געט א קום ארויף "קיינער קוקט מיר נישט אן"

ט: אפשר ווייל קיינער האט דיך נאכנישט געזען אין אזא מצב. איז: פרוביר צו זיין בשמחה, און ערלויבן צו פילן אז מ'קוקט דיך יא אן. איז זאג נאכאמאל די אויבנדערמאנטע

ק: איך פיל ווי איך קען נישט ווייטער אנגיין, איך קען נישט טרעפן א 'איך' מיט וואס אנצוגיין.

ט: וואס האט 'נישט זיין בשמחה', מיט דעם אז דו קענסט נישט ערלויבן אז ס'זאל אוועקגיין די "קיינער קוקט מיך נישט אן"?

ק: מ'האט שוין אמאל געמאכט א צעטיל דערויף: וויאזוי קען איך פילן מקושר צו דיר, ווען ס'פארדעקט מיין איך? די איינציגע וועג פון קשר איז נאר וואס עס פארדעקט מיין איך, די איינציגע וועג פון טרעפן מיין איך, איז נאר ווען ס'איז נישט מחובר.

ט: זאג: אויב איך ערלויב צו פילן מיין 'איך', און דאך פילן מקושר, דאן...

ק: עס פילט זיך ווי ביידע זענען נישט שלימות'דיג. אבער אפשר איז דאס די שלימות?

ט: זאג: אויב איך ערלויב אז דאס איז די שלימות פון א חיבור?

ק: עס פילט זיך נישט גוט

ט: פארוואס?

ק: קען זיין ווייל איך פיל אז איך דארף עס אגאנצן צייט האלטן. איך קען נישט נאכגעבן אינגאנצן צו זיין 'איך', און איך קען מיך אויך נישט פארגרינגען מיט זיך איגאנצן פארלירן. דאס איז א מלחמת היצר.

ט: פרוביר זיך נאכאמאל פארצושטעלן דעם פשוט'ן מצב, און דו ביסט דשאסט בשמחה, אן דארף עפעס טון אינערליך צו זיין בשמחה, דשאסט דו ביסט.

ק: עס פילט זיך אומבאקוועם.

ט: וואס איז די אומבאקוועמליכקייט?

ק: ס'שטומט נישט מיט עפעס אינעווייניג.

ט: וואס איז דער אינעווייניג מיט וואס ס'שטומט נישט?

ק: אזא מענטש ווי מיר דארף נישט זיין בשמחה.

ט: פארוואס נישט? זאג: אזא מענטש ווי מיר דארף נישט זיין בשמחה, ווייל...

ק: אזא מענטש ווי מיר דארף יא זיין בשמחה.

ט: סאו, שטעל דיך פאר אז דו ביסט יא בשמחה. צי קומט עפעס ארויף?

ק: אפשר קומט ארויף "ס'איז נישט אינטערעסאנט צו זיין בשמחה, איך פארליר מיין גאנצע 'איך'"

ט: פרוביר נאכאמאל. דו ביסט דשאסט פרייליך. נאטורליך פרייליך.

ק: יו, ס'איז דא אין מיר א משיכה וואס שלעפט מיך צו זיין אזוי בעצבות'דיג, עפעס אזא סארט

ט: פרוביר נאכמאל, און ווען דו פילסט דער משיכה, זאג: א טיפערע חלק אין מיר שלעפט מיך אהין, ווייל...

ק: עפעס וויל ארויפקומען, אבער ס'קומט נישט ארויף.

ט: זאג: א טיפערע חלק אין אים שלעפט אים אהין, ווייל...

ק: איך מיין אז ס'קומט ארויף "ער וויל עפעס באקומען"

ט: פרוביר נאכאמאל און זאג: ער וויל באקומען... און לאז א טיפערע חלק אין דיר ענדיגן וואס ער וויל באקומען

ק: אז מ'זאל אים פארשטיין.

ט: פרוביר נאכאמאל.

ק: עפעס פיל איך וויל איך באקומען דורכדעם

ט: זאג: אויב איך גיי יעצט זיין אזוי, נישט בשמחה, דאן, ערווארט איך...

ק: עפעס א האפענונג וועט ווערן ערפילט.

ט: פרוביר נאכאמאל

ק: עפעס אז די סארט מוד, לאמיר עס רופן 'עצבות' אדער 'נישט שמחה', איז אזוי ווי א מאגנעט וואס האט א כוח צו סוף סוף ציען צו זיך עפעס

ט: זאג: דער "מאגנעט" וועט ציען...

ק: די מערסטע וואס איך קען זאגן איז "אז מ'וועט מיך פארשטיין"

ט: נאר פארשטיין? איז דא נאך עפעס חוץ פון 'פארשטיין'?

ק: מיך זאגן: יו, שעפעלע, עס האט דיך וויי געטון, ביסט בצער, נעבעך.

ט: נאר דאס? אדער נאך עפעס?

ק: מער ווייניגער ביז דערווייל.

ט: דאס ענין צו זיין 'נישט בשמחה', כדי צו מאכן אז מ'זאל ווערן אריינגעשלעפט דיך צו פארשטיין, און אז מ'זאל דיך זאגן "יו, שעפעלע, עס האט דיך וויי געטון, ביסט בצער נעבעך, דאס האסטו פון ווען דו געדענקסט דיך?

ק: קען זיין.

ט: שטעל דיך נאכאמאל פאר דעם מצב סתמי, און פרוביר צו פילן אז מ'פארשטייט דיך יא. קומט עפעס ארויף?

ק: ס'קומט ארויף "ניין, ביטע פארשטיי מיך נישט"

ט: ווייל אויב איך גיי פילן אז מ'פארשטייט מיך יא, דאן...

ק: עפעס זייער שארף אומבאקוועם קומט ארויף. ס'געט אזא שמייס.

ט: פרוביר נאכאמאל

ק: עפעס קומט ארויף "האב איך פארלוירן די גאנצע זאך"

ט: וועלכע זאך, צי קענסטו עס פארשטיין?

ק: איך האב שוין נישט מיט וואס צו זיין א 'איך'

ט: איך בין סתם נייגעריג, וואס געשעט ווען דו הייבסט אן פילן די סארט "איך האב שוין נישט מיט וואס צו זיין א איך"

ק: וואס געשעט ווען ס'גייט ארויס די לופט פון א באלאן רייד? ס'איז אויס מציאות. ריכטיג?

ט: אבער, לאמיר דיך פרעגן, דו קענסט מער נישט טון מצוות ומעשים טובים? דאווענען, לערנען, חיות אין יודישקייט, התקרבות לה'? עס וויל זיך דיר שוין מער גארנישט?

ק: די גאנצע קאפ דארף זיין דארט, ביי מצוות ומעשים טובים, וכו', כדי צו קענען אנגיין.

ט: האט עפעס א שייכות דאס "ס'איז מיר שווער צו האלטן קשר ווי ביידע בלייבן אין מציאות" מיט "ביטע פארשטיי מיך נישט"?

ק: קען זיין אז ווען איך פיל אז מ'פארשטייט מיך, ווער איך ממש בטל.

ט: זאג: אויב דו פארשטייסט מיך עכט, דארף איך פילן בטל.

ק: מאכט סענס.

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

צי ערלויב איך יעצט צו זיין נאטורליך בשמחה, אן זיך דארפן אנשטרענגען. דשאסט זיין בשמחה. ווייל אויב איך בין בשמחה, דאן מיינט עס אז ס'גייט מיך נישט אן אז ס'גייט מיר נישט וויאזוי איך וויל. אז איך האב געהאט דורכפעלער. און עס פילט זיך ווי מיינע פראבלעמען ווערן נישט קער גענומען.

אבער אויב עס וועט מיר געלונגען עס יא צו לייגן אין א זייט און זיין בשמחה, קומט ארויף: מ'קוקט מיך נישט אן. און ווען איך פרוביר צו פילן אז מ'קוקט מיך יא אן, קומט ארויף אז איך פארליר מיין 'איך'.

ווייל עס איז מיר שווער צו האלטן אזא קשר ווי ביידע זענען אין מציאות, ווייל ס'איז א מלחמת היצר אז איינס זאל איבערנעמען. אדער מער 'איך', אדער אינגאנצן זיך אויפגעבן.

אדער ווייל זיין אין אזא סארט 'נישט בשמחה' מצב וועט שאפן אז מ'זאל מיך פארשטיין און זאגן "יו, שעפעלע, עס האט דיך וויי געטון, ביסט בצער נעבעך"

אבער ווען איך לאז אריין אין מיר אז מ'פארשטייט מיך יא, צי קומט ארויף: ניין ביטע פארשטיי מיך נישט, ווייל אויב איך וועל פילן אז דו פארשטייסט מיך עכט, דארף איך פילן בטל.

כאטש ווען איך בין נישט בשמחה קען עס שאפן אינערליכע געשלעגן וואס איך האב נישט ליב, אבער איך מוז האבן א איך.

והשם הטוב יעזור
לעצט פארראכטן דורך נשמה אום מאנטאג יאנואר 09, 2023 7:41 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
נקודה למחשבה
שר חמש מאות
תגובות: 651
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 15, 2022 10:38 am
לאקאציע: מיטן מחשבה גייט דער מענטש

Re: א רגע נאך יעצט פארגעס איך עס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקודה למחשבה »

יישר כח!
שוועריקייטן שטייען נישט אין דיין וועג, זיי זענען דיין וועג!
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: א רגע נאך יעצט פארגעס איך עס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

טערעפיסט: א גוטן הרב 'קליענט' נירו יאיר ויזרח

קליענט: א בעסערן אייך.

ט: וויאזוי גייט עס?

ק: איך וועל דיר זאגן. צוויי זאכן, איינס מיין בויך איז מיר אומבאקוועם לעצטענס, און צוויי אז איך האב געפילט אז איך קען נישט געהעריג זיין בשמחה

ט: לאמיר קודם גיין צו די ענין פון שמחה. שטעל דיך פאר ווי כאילו ס'איז יעצט, און זאג: איך וויל יעצט זיין בשמחה, דשאסט זיין בשמחה.

ק: ס'קומט ארויף אזא וואס ציט צוריק צו 'אי שמחה' "ניין, ניין, ניין"

ט: זאג: יעצט ווען איך בלייב אין דעם 'אי שמחה'דיגן מצב' איז פאר א געוויסע חלק אין מיר, בעסער.

ק: יעצט ווען איך בלייב ענדערש אזוי, איז באקוועמער

ט: פיין. זאג: יעצט איז מיר באקוועמער, ווייל... און לאז א טיפערע חלק אין דיר ענדיגן דעם זאץ. פרוביר, נישט צו קאנטראלירן וואס עס זאל ענטפערן. לאז דיין טיפע נפש האבן קאנטראל אויף די ענדע פונעם זאץ.

ק: אזוי גיי איך קענען איינשלאפן. (ס'איז געווען אינמיטן נאכט)

ט: פרוביר נאכאמאל

ק: איך מיין ס'קומט ארויף "עס איז מיר זייער באקוועם צו אויסהערן מיינע נפשיות'דיגע דערציילונגען פון ווייטאג" "איך פיל מיך מיט מיר, איך פיל א ווארעמקייט"

ט: פרוביר נאכאמאל.

ק: אזוי איז מיר באקוועמער, ווייל איך בין מיט מיר, איך לויף נישט אוועק פון מיר

ט: פרוביר נאכאמאל

ק: אזוי צו בלייבן איז מיר ענדערש יעצט ווייל איך הער מיר אויס, איך פיל מיט מיר

ט: זאג: דו מיין גאנצע נפש, דו לויפסט ארום דיינע מיטמאכענישן, און ווען איך וויל פילן אז איך בין מיט מיר אליין, איז דאס 'מיך'.

ק: די איינציגע אופן וויאזוי צו זיין מיט מיר אליין, איז צו פילן מיינע מיטמאכענישן.

ט: עס קוקט אויס אז ווען דו ביסט בשמחה, טרעפסטו דיך מיט א אנדערן, נישט מיט דיר. זאג: ווען איך בין בשמחה... און ענדיג עס

ק: ווען איך בין בשמחה, הער איך מיך נישט אויס.

ט: לאמיר פרובירן אזוי. זאג: איך וויל מיך אליין אויסהערן, אבער איך וויל הערן די פרייד פון מיין נפש וואס פריידט זיך אין לעבן. צי קומט ארויף עפעס אומבאקוועם?

ק: גראד ווען איך הייב עס אן צו זאגן קומט ארויף: ניין, ניין, ניין.

ט: פרוביר נאכאמאל

ק: עס קומט ארויף "ניין, ניין, ניין, איך האב ווייטאג" אבער איך בין אזוי צעבראכן דערוועגן, ווייל איך ווייס אז ווען א מענטש הערט זיך אויס זיינע ווייטאג, מאכט עס נאר נאך ווייטאג. מ'קען נישט לעבן אן שמחה

ט: פרוביר צו זאגן אזוי. אויב איך גיי מיך נישט צוהערן יעצט צו מיין ווייטאג, אבער נאר צו מיין שמחה, און באלד וועל איך הערן מיין ווייטאג... וואס קומט ארויף?

ק: ס'קומט ארויף אין מיין האלז אזא סארט דרוקעניש פון געוויין

ט: זאג: אויב איך גיי ענדערש נישט פילן דעם סארט שפיר, נאר איך גיי שפירן א שפיר פון שמחה דאמאלט..

ק: איך ווייס נישט זיכער, אבער אפשר קומט ארויף "אויב איך גיי זיין פרייליך, באלד וועט קומען א זאך וואס גייט מיך מאכן טרויעריג, און איך גיי נאכאמאל דארפן דילן מיט טרויער". איך בין אבער נישט זיכער צי דאס איז וואס עס קומט ארויף.

ט: סאו, פרוביר: זאג: אויב איך גיי יעצט אויסהערן און זיך משעשע זיין מיט מיינע פרייליכע געשעענישן,

ק: עפעס קוקן מיינע 'עיני השכל' צו דארט, צו די פלאץ וואו עס קען קומען אזא 'טרויער ווינט'.

ט: זאג: די איינציגע וועג וויאזוי איך קען מיך פילן באקוועם מיט די 'טרויער ווינט' וואס קומט אומגעראכטן אויף מיר אן א פון פריער ווארענונג, איז צו שוין יעצט זיין טרויעריג. אזוי גייסטו מיר נישט כאפן אין שאק

ק: אינטערעסאנט. ווייל אייביג געשעט עס. איך בין פרייליך, און נאכדעם פלוצלינג, בום, א טרויעריגע זאך געשעט. אלעס אזוי פלוצלינג. עס איז מיר אזוי שווער צו דילן מיט טרויער ווען ס'קומט אומגעראכטן. אזוי ווער איך נישט געשאקט.

ט: סאו, לאמיר זען צי דאס איז עס טאקע. פרוביר דיך פארצושטעלן אזא היכי תמצא אז דו גייסט מער קיינמאל נישט פילן די לופט פון טרויער בלאזן אויף דיר. און זאג: איך וויל יעצט זיין פרייליך.

ק: אבער ס'דא אנדערע וואס ליידן.

ט: סאו לייג צו אז קיינער גייט מער נישט זיין טרויעריג.

ק: איך שעם מיך דיר צו זאגן אז איך האב ליב טרויער, ווייל די נפש פילט זיך מער. אך.

ט: וואס מיינט די נפש פילט זיך מער?

ק: אז פאר א גוט יאר וויל איך ענדערש טראכטן פון די אלע טרויעריגע זאכן וואס איך דורך אויף מיר

ט: פארוואס? זאג: הייליגער באשעפער איך וויל טראכטן פון טרויער, אפילו אויב עס גייט מער קיינמאל נישט זיין קיין טרויער, ווייל...

ק: ווייל הייליגער גרויסער באשעפער, ווייל איך וויל זאלסט מיר זאגן פארוואס, פארוואס געשעט אזוי, פארוואס געשעט טרויער.

ט: זאג אזוי: איך וויל יעצט אויסהערן דוקא מיינע טרויעריגע געשיכטעס, ווייל איך וויל א תשובה פארוואס עס געשעט.

ק: (זאגט עס) איך בין אבער נישט זיכער צי וועגן דעם טראכט איך פון טרויער.

ט: סאו, לאמיר מאכן אזא היכי תמצא, לאמיר זיך פארשטעלן אז ס'איז קיינמאל קיין טרויער נישט געווען, נישט ביי דיר און אויך נישט ביי קיינעם, קומט עפעס ארויף?

ק: עס ווערט מיר סך לייכטער. און איך ווער פרייליכער. אבער איך קען נישט פילן פרייד, נאר אויף די שטיגן פון טרויער. אזוי ווי אין די בעקראונד איז דא אזא טרויער און איך האב עס נישט, נאר איך האב פרייד.

ט: אבער דו קענסט זיין פרייליך?

ק: דאס זאג איך דיר, אז איך זוך אדערן פון טרויער צו קענען שפירן די שמחה.

ט: איך פארשטיי נישט פונקטליך וואס דו זאגסט מיר, אבער פרוביר צו זיין פרייליך, דשאסט פרייליך, אן קודם דערטאפן מציאות פון טרויער

ק: אך, עס פילט זיך נישט די פרייד.

ט: איך האב דיך ליב אפילו דו ביסט אזוי קאמפליצירט. איך האב דיר ליב. איך בין נישט ברוגז אויף דיר. פרוביר נאכאמאל צו זיין פרייליך, סתם שמחה, די תורה האט נישט געזאגט אז מ'דארף פילן עצבות כדי צו זיין בשמחה. די 'חושך' פון 'יתרון האור' איז נישט אונזער דאגה. דו זיי דשאסט פרייליך

ק: איך פיל נעגלעקטעד.

ט: זיי מיר מער מסביר וואס דו פילסט.

ק: איך פיל אזוי ווי "עס האט נישט מיט מיך". אבער איך קען נישט געהעריג כאפן 'וואס' עס פעלט.

ט: פרוביר צו עקספיריענסן ביידע, איינס נאכן צווייטן, נאכאמאל און נאכאמאל, סיי די ריינע שמחה, אן חשבונות פון 'חושך', און עקספיריענסן די געפיל פון 'אי שמחה'. וואס געט דיך צו די 'אי שמחה'?

ק: די 'אי שמחה' געט מיך אזא "דו ווייסט אז איך עקזיסטיר, ווייל עס טוט מיר וויי"

ט: פרוביר נאכאמאל צו ציקלן אהער און אהין.

ק: די מערסטע וואס איך קען דיר זאגן איז אז טרויער געט מער א גריפ אינעם 'איך'. ס'איז אזא בחינה ווי ממשיך זיין אינעם חשכות שמחה.

ט: אבער דו קענסטעך זען זיין בשמחה? לאמיר זיך פארשטעלן א אנדערע מקום ווען דו פילסט אזא 'אי שמחה' און דו קענסטעך נישט ברענגען צו עקספיריענסן שמחה. און עקספיריענס די וויסן אז ס'איז קיינמאל קיין טרויער נישט געווען ביי קיינעם, און עס גייט קיינמאל נישט זיין. און פרוביר צו דשאסט פילן די תורה'דיגע 'שמחה', וואס פילסטו?

ק: עפעס ציט מיר צו זיין בעצבות.

ט: זאג: ענדערש וויל איך יעצט דאס (עצבות) ווי דאס (שמחה) ווייל...

ק: איך ווייס נישט צי איך האב עס ריכטיג, אבער עס איז "איך דארף אפעלירן פאר מיינע געברויכן".

ט: פרוביר נאכאמאל

ק: יא, איך מיין אז דאס קומט ארויף

ט: וואס זענען די ווערטער

ק: איך קען יעצט זיין בשמחה, נאר ווען איך בין בשמחה הייבט אן אין מיר ארויפקומען די געפיל אז איך פארפעל צו פארציילן אז איך האב געברויכן. עס קומט ווייל איך בין דאך א מענטש, און עס פעלט מיר די מידת הבטחון, ס'פעלט מיר די געפיל אז השי"ת זעט מיר, און ער ווייסט פון מיר, מיט א אמת.

ט: וויאזוי ווערט פארציילט אז איך האב געברויכן דורך די 'אי שמחה'?

ק: ס'איז אזא "איך עקזיסטיר און איך האב געברויכן".

ט: זאג: די איינציגע וועג וויאזוי איך קען פילן אז איך עקזיסטיר און איך האב געברויכן פון וואס מ'דארף קער נעמען, איז דורך זיין 'אי בשמחה'.

ט: פרוביר דיך פארצושטעלן אז ער ווייסט אלעס, און דו באקומסט אלעס, וויאזוי פילט זיך צו זיין בשמחה?

ק: איך זאג דיר, ס'פעלט מיר די מידת הבטחון. איך וויל אליינס מאכן זיכער אז דו וועסט טאקע קער נעמען.

ט: זאג: ווייל אויב איך לאז עס אזוי, אז דו נעמסט קער,

ק: ווייל איך בין דערווייטערט פון דיר, וויל איך אליין פילן.

ט: סאו צום שלוס, וואס זענען די ווערטער?

ק: אויב איך בין יעצט בשמחה, הייבט אן ארויפקומען אין מיר די געפיל אז איך לאז אויף דיר מיינע געברויכן, און איך וויל אליין פילן אז איך נעם קער פון מיר.

ט: און דאס איז אלעס לו יצוייר אז ס'איז קיינמאל נישט געווען און ס'וועט קיינמאל נישט זיין קיין טרויער ביי קיינעם.

ט: יעצט לאמיר גיין צו די בויך ווייטאג. וואלסטו מיר געקענט זאגן די אויסדרוק פונעם נפש אין דעם?

ק: אפשר איך פיל אז דו האסט מיך געשעדיגט.

ט: ווער?

ק: די מענטשהייט?

ט: מענטשן האבן דיך וויי געטון?

ק: אפשר.

ט: זאג: איך פיל אז מענטשן האבן מיך חלילה געשעדיגט, און איך מוז עס אנהאלטן.

ק: (זאגט עס)

ט: ווייל אויב איך לאז עס גיין...

ק: (ענטפערט נישט)

ט: זאג: א טיפע חלק אין מיר ווייסט אז איך קען עס נישט לאזן גיין, עס ווייסט אז אויב איך לאז עס גיין

ק: (ענטפערט נישט)

ט: זאג: א טיפערע חלק אין מיר דארף עס אנהאלטן, ווייל נאר אזוי

ק: וועל איך געדענקען וויאזוי זיך אויפצופירן צווישן מענטשן. און אז מ'טוט עס נישט.

ט: זאג, די איינציגע וועג וויאזוי איך וועל געדענקען מהיום והלאה וויאזוי זיך אויפצופירן איז דורך די פאנטש וואס איך האב געכאפט פון מענטשן. אויב עס וועט אוועקגיין, וועל איך פארגעסן וויאזוי זיך אויפצופירן. אפילו אויב עס פילט זיך אומבאקוועם, איז סך אומבאקוועמער צו פארגעסן וויאזוי איך דארף מיך אויפפירן נישט צו כאפן פון מענטשן נאך.

ק: (זאגט עס)

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

קודם קומט ארויף: די איינציגע וועג וויאזוי איך קען מיך פילן באקוועם מיט די 'טרויער ווינט' וואס קומט אומגעראכטן אויף מיר אן א פון פריער ווארענונג, איז צו שוין יעצט זיין טרויעריג. אזוי גייסטו מיר נישט כאפן אין שאק.

אבער נאך טיפער קומט ארויף: איך וויל פילן אז דו ווייסט אז איך עקזיסטיר, און ווען איך בין אין אזא גיסטע זעסטו מיך און מיינע געברויכן. ווען איך בין בשמחה גייט אוועק די געפיל אז דו זעסט מיך גענוג שטארק, אז דו ווייסט וואס עס פעלט מיר,
און ווען איך שטעל מיך פאר אז דו ווייסט אלעס, און איך באקום אלעס, וויל איך אויך פילן אז איך אליין מאך זיכער אז דו וועסט טאקע קער נעמען. איך וויל אליין פילן אז איך נעם קער פון מיר.

די איינציגע וועג וויאזוי צו פילן אז איך נעם קער פון מיר, איז דורך די יעצטיגע גיסטע.

די איינציגע וועג וויאזוי איך וועל געדענקען מהיום והלאה וויאזוי זיך אויפצופירן איז דורך די פאנטש וואס איך האב געכאפט פון מענטשן. אויב עס וועט אוועקגיין, וועל איך פארגעסן וויאזוי זיך אויפצופירן. אפילו אויב עס פילט זיך אומבאקוועם, איז סך אומבאקוועמער צו פארגעסן וויאזוי איך דארף מיך אויפפירן נישט צו כאפן פון מענטשן נאך

והשם הטוב יעזור וישמור אותנו מכל מין פגע רע.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: א רגע נאך יעצט פארגעס איך עס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

טערעפיסט: א גוטן הרב 'קליענט' נ"י

קליענט: א בעסערן

ט: וויאזוי גייט עס?

ק: עס קומט מיר צומאל ארויף אזא דורכטראכט וועגן מיין שרייבן דא. איך פיל אזא סארט חרטה.

ט: לאמיר זיך פארשטעלן כאילו ס'איז יעצט, און זאג מיר אזוי: א טיפערע חלק אין מיין נפש ווייסט אז אז איך זאל יעצט דורכקייען מיינע מעשים דא, ווייל אויב איך לאז עס גיין...

ק: ס'קומט ארויף א אומבאקוועמליכקייט

ט: פרוביר נאכאמאל צו זאגן די זאץ, און ווען ס'קומט ארויף די אומבאקוועמליכקייט, זאג: די אומבאקוועמליכקייט איז...

ק: עפעס "איך וויל נישט זיין אזוי"

ט: פרוביר נאכאמאל

ק: אפשר קומט ארויף "האב איך נישט קיין אחריות"

ט: זאג: די איינציגע וועג וויאזוי צו טון מיין אחריות איז צו טראכטן יעצט דערפון

ק: די איינציגע וועג וויאזוי איך זאל יעצט פועל זיין מיין אחריות איז צו טראכטן דערפון.

ט: ווייל אויב איך לאז עס גיין...

ק: פיל איך מיך ווי עפעס נישט בא'טעמ'ט

ט: לאז דיין טיפע נפש ענדיגן די זאץ "די אומבא'טעמ'טע געפיל איז..."

ק: אפשר "דו נעמסט נישט קער, וועל איך אויך נישט קער נעמען"

ט: פרוביר נאכאמאל

ק: יא, אזא שפיר ווי זאכן גייען צעפאלן.

ט: זאג: אויב איך טראכט נישט יעצט דערפון, הייבט איך אן פילן אז זאכן פארלירן זייער צאמהאלטונגס קראפט

ק: אויב איך בין נישט יעצט פועל מיין אחריות, הייב איך אן פילן אז זאכן צעפאלן פון זייער צאמהאלטונג

ט: ווייל...

ק: דו נעמסט נישט קער, נעם איך אויך נישט קער.

ט: זאג מיר מער. וואסערע שייכות האט 'איך האב חרטה' מיט 'זאכן זאלן זיך האלטן אין פלאץ'?

ק: איך פיל וויאזוי קען איך דאס טון, סתם מיטטיילן מיינע אינפארמאציע?

ט: זאג: א טיפערע חלק אין מיר ווייסט פארוואס איך דארף מיך יעצט וואונדערן "סתם מיטטיילן מיין אינפארמאציע"

ק: (זאגט עס)

ט: ווייל אויב איך וועל יעצט נישט האבן דעם וואונדער...

ק: דו טוסט זאכן אן אחריות

ט: וואס האט 'טון זאכן אן אחריות' מיט 'איך דארף מיך יעצט וואונדערן דערויף'? זאג: אויב איך וועל מיך יעצט נישט וואונדערן דערויף?

ק: ווייזט עס אז איך בין נישט אחריות'דיג

ט: זאג: די איינציגע וועג וויאזוי אוועקצוהאלטן פון מיר די געפיל אז איך בין נישט אחריות'דיג, און וויאזוי טו איך אזאנס, איז דורך זיך וואונדערן דערויף.

ק: (זאגט עס)

ט: ווייל אויב איך גיי מיך נישט וואונדערן דערויף...

ק: פיל איך מיך אומ'אחריות'דיג

ט: זאג: א טיפערע חלק אין מיר ווייסט פארוואס עס איז מיר וויכטיג זיך צו פילן יעצט אומ'אחריות'דיג.

ק: (זאגט עס)

ט: ווייל אויב איך פיל עס נישט, דאן...

ק: עפעס קומט ארויף אומבאקוועם, אבער ס'לויפט אוועק

ט: פרוביר נאכאמאל

ק: איך קען נישט זאגן אז איך פיל עפעס אומבאקוועם, איך פיל מיך אין א אנדערע סארט מציאות

ט: זאג: אלע מיינע חלקי הנפש האבן ליב ווען איך בין אזוי. צי קומט ארויף עפעס אומבאקוועם?

ק: ס'קומט ארויף "ניין, איך פיל נישט גוט אזוי"

ט: פרוביר נאכאמאל פון אנהייב, "און ווען ס'קומט ארויף "ניין, איך פיל נישט גוט אזוי" ענדיג עס מיט, ווייל...

ק: איך מיין ס'קומט ארויף "ס'פעלט מיר עפעס"

ט: פרוביר נאכאמאל.

ק: אפשר קומט ארויף "איך זוך מער תוכן"

ט: פרוביר נאכאמאל

ק: "האב איך נישט מיט וואס צו זיין א עפעס"

ט: וואס פאר א שייכות האט "איך האב נישט מיט וואס צו זיין א עפעס" מיט "איך דארף מיך יעצט וואונדערן צי איך האב גוט געטון"?

ק: איך אנטלויף דערפון

ט: פרוביר מיר צו זאגן מער וועגן דעם געפיל "איך האב נישט יעצט מיט וואס צו זיין א עפעס"

ק: ס'פילט זיך ווי עפעס פעלט. אז איך דארף אנדרייען ערגעץ. עפעס פילן.

ט: וואס איז דיין עצה ווען דו פילסט אזוי?

ק: איך פרוביר אריינצוגיין אין מיר און אנצינדן עפעס.

ט: אנצינדן וואס?

ק: וואס זאל מיר געבן א געפיל אז איך בין יא עפעס.

ט: דער מין זאך פון פילן אזוי אז ס'פעלט עפעס, האסטו פון אייביג אן געהאט אין דיר? פרוביר דיך צו דערמאנען די יונגסטע וואס דו קענסט, און פרוביר צו פילן צו דו האסט אין דיר דעם "איך האב נישט מיט וואס צו זיין א עפעס"

ק: מוז נישט זיין אז איך בין נייגעריג צו פילן צי איך האב יא, אדער נישט, מיט וואס צו זיין א עפעס.

ט: פארוואס נישט?

ק: ווייל איך פיל קאנעקטעד. איך פיל נישט קיין דיסקאנעקד.

ט: איז, עס קומט א געוויסע עידש וואס דו הייבסט אן פילן דיסקאנעקטעד. וואס מאכט די דיסקאנעקשאן?

ק: אפשר די געפיל און מחשבה אז איך בין שלעכט, נישט וואויל. נישט באליבט.

ט: וויאזוי מאכט דאס דיסקאנעקשאן?

ק: מ'דארף מיך מער נישט.

ט: זאג: איך בין ווייטער קאנעקטעד... וואס קומט ארויף אומבאקוועם?

ק: עפעס די וועג וויאזוי איך פיל מיין 'איך', די נעגעטיוויטעט אין מיין 'איך', שאפט א דיסקאנעקשאן

ט: וואס פאר א שייכות האט 'נעגעטיוויטעט', נישט וואויל, וכו', מיט 'דיסקאנעקשאן'?

ק: וויפיל איך קען פארשטיין מיט מיין ארימע דעת איז עס, אז נעגעטיוו וועגן זיך שאפט א דיסקאנעקשאן. צי ווייל מ'פילט נישט באליבט, צי ווייל מ'טראכט מער פון זיך, במילא איז מען נישט מקושר.

ט: שטעל דיך פאר יענע מצב, און זאג: אויב איך גיי יעצט נישט טראכטן פון מיין נעגעטיוו, דאן...

ק: אפשר קומט ארויף "זאכן קענען געשען צו מיר, און איך טראכט נישט דערפון".

ט: זאג: יא, איך טראכט נישט דערפון

ק: איך פארליר וואס איך דארף מיך נאך פאררעכטן. וויאזוי בעסער צו ווערן.

ט: שטעל דיך פאר אין א אנדערע מצב ווען דו ביסט נאך גאר יונג, און פרוביר מיר צו זאגן צו די פילסט א דיסקאנעקט

ק: יא, איך פיל.

ט: זאג: אויב איך גיי יעצט פילן קאנעקטעד

ק: מ'האט מיך נישט ליב, וויאזוי קען איך פילן קאנעקטעד.

ט: וויאזוי ווייסטו אז מ'האט דיך נישט ליב? זאג: אויב איך גיי פילן אז מ'האט מיך יא ליב, דאן...

ק: איך שעם מיך דיר צו זאגן אז ס'איז מער איך וואס זוכט א דיסקאנעקשאן

ט: זאג: אזוי איז מיר באקוועמער, ווייל...

ק: אזוי קען איך מיך מער טרעפן.

ט: זאג: עס איז מיר וויכטיג מיך צו טרעפן ווייל...

ק: אפשר "צו פארשטיין וואס עס קומט פאר מיט מיר"

ט: פרוביר נאכאמאל

ק: "צו טרעפן מיין וועג אין מיין לעבן"

ט: נאכאמאל

ק: צו זיין מער קריעטיוו

ט: נאכאמאל

ק: צו דילן מיט נעגעטיוו אין מיין לעבן

ט: נאכאמאל

ק: איך מיין אז דאס איז עס

ט: און וואס איז מיט די 'יא עפעס, נישט עפעס'?

ק: קען זיין אז ס'איז אויך דא

ט: זאג: די איינציגע וועג וויאזוי איך קען מיר מער טרעפן, כדי צו פארשטיין וואס עס קומט פאר מיט מיר. צו טרעפן מיין וועג אין לעבן. צו מער טאפן אין מיין קריעטיוויטעט. צו דילן מיט נעגעטיוו אין מיין לעבן. איז נאר דורך פילן אז מ'האט מיך נישט ליב און זיין דיסקאנעקטעד.

ק: (זאגט עס)

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

איך דארף מיך יעצט וואונדערן צי איך האב גוט געטון מיט'ן שרייבן סעשאנס. ווייל די איינציגע וועג וויאזוי איך זאל יעצט פועל זיין מיין אחריות איז צו טראכטן דערפון, ווייל אויב איך לאז עס גיין קומט ארויף: זאכן צעפאלן, דו נעמסט נישט קער, איך נעם אויך נישט.

און די איינציגע וועג וויאזוי אוועקצוהאלטן פון מיר די געפיל אז איך בין נישט אחריות'דיג, און וויאזוי טו איך אזאנס, איז דורך זיך וואונדערן דערויף.

אבער ווען איך האב נישט יעצט די וואונדער הייבט אן ארויפקומען "האב איך נישט מיט וואס צו זיין א עפעס"
איז די סיבה ווייל איך פיל נישט קאנעקטעד, און איז די סיבה פארוואס איך פיל נישט קאנעקטעד ווייל איך בין פארנומען אז איך בין שלעכט און נישט וואויל, נישט באליבט, מ'דארף מיך מער נישט, וואס דאס מאכט מיך מער טראכטן פון מיר אליין

און אויב איך בין נישט נעגעטיוו, קומט ארויף: "איך פארליר וואס איך דארף מיך נאך פאררעכטן, וויאזוי בעסער צו ווערן"

אדער פיל איך דיסקאנעקטעד ווייל דאס איז איינציגע וועג וויאזוי איך קען מיר מער טרעפן, כדי צו פארשטיין וואס עס קומט פאר מיט מיר. צו טרעפן מיין וועג אין לעבן. צו מער טאפן אין מיין קריעטיוויטעט. צו דילן מיט נעגעטיוו אין מיין לעבן. איך קען נישט אנקומען צו די אלע זאכן דורכ'ן פילן מקושר.

כאטש די "אחריות" מאכט מיר נערוועז, אבער "עס איז מיר ענדערש צו פילן דיסקאנעקטעד"

והשם הטוב יעזור וישמור וירחם עלי מאוד כי אב רחמן אתה
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: א רגע נאך יעצט פארגעס איך עס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

טערעפיסט: א גוטן הרב 'קליענט' נירו יאיר

קליענט: א בעסערן אייך.

ט: וויאזוי גייט עס מיט שמחה? שטעל דיך פאר א מצב סתמי. און דמיון דיר אויס אז דו ביסט בשמחה. צי קומט עפעס ארויף אומבאקוועם?

ק: אפשר קומט ארויף "איך וויל אז ס'זאל מיר גוט גיין"

ט: פרוביר נאכאמאל

ק: אפשר קומט ארויף "ווען וועל איך קער נעמען פון מיינע פראבלעמען"

ט: פרוביר נאכאמאל

ק: אפשר קומט ארויף "וויאזוי קען איך זיין בשמחה, ווען זאכן זענען נישט מסודר?"

ט: נאכאמאל

ק: "עס איז קיין אחריות צו זיין בשמחה, ווען ס'דא זאכן וואס מ'דארף קער נעמען"

ט: נאכאמאל

ק: איך מיין אז דאס איז עס

ט: זאג: די איינציגע וועג וויאזוי מיינע פראבלעמען ווערן קער גענומען, איז אז איך טראכט דערפון.

ק: (זאגט עס) אבער איך ווייס דאך גאנץ גוט אז פראבלעמען ווערן נישט קער גענומען ווען מ'טראכט דערפון

ט: סאו, זאג: אויב איך ערלויב אז פראבלעמען ווערן נישט קער גענומען ווען מ'טראכט דערפון, נאר מ'דארף טון וואס מ'קען, און שוין, סאו איך בין פרייליך, דאן...

ק: אפשר קומט ארויף אזא אומווערד געפיל

ט: וואס האט שייכות 'אומווערד' מיט 'איך נעם יעצט קער'?

ק: אפשר ווייל איך פיל נישט אז איך טו

ט: זאג: די איינציגע וועג פון פילן ווערד איז ווען איך טראכט פון זאכן וואס דארף ווערן קער גענומען. סתם אזוי האב איך נישט קיין ווערד.

ק: (זאגט עס)

צעטיל

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

צי בין איך יעצט בשמחה? אבער וויאזוי קען איך זיין בשמחה, איך האב זאכן וואס מ'דארף קער נעמען, און די איינציגע וועג וויאזוי מיינע זאכן ווערן קער גענומען איז דורך טראכטן דערפון, איך קען עס נישט לאזן יעצט גייין. און אפילו אויב איך ערלויב מיך צו לאזן זיין אמת אז יעצט דארף איך נישט קער נעמען דערפון, סאו, איך קען זיין פרייליך, מוז איך אבער טראכטן דערפון ווייל ס'געט מיך א געפיל אז איך בין ווערד. איך טו עפעס. כאטש איך וויל זיין פרייליך, אבער איך דארף טראכטן פון זאכן וואס מ'דארף קער נעמען, ווייל איך דארף א ווערד.

והשם הטוב יעזור
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: א רגע נאך יעצט פארגעס איך עס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

טערעפיסט: א גוטן הרב 'קליענט' נירו יאיר ויזרח

קליענט: א גוטן אייך.

ט: וויאזוי גייט עס?

ק: א סך מצבי הנפש בין איך דורך לעצטענס, איינע פון די זאכן איז אז ס'שטערט מיר אז איך פיל מיך אזוי ווי עס פעלט מיר ענערגיע.

ט: צי קענסטו מיר שילדערן וויאזוי עס עקספיריענסד זיך דיר?

ק: איך וויל פילן אזא שטארקייט, ווי מיין גאנצע כוח פילט אן אלע מיינע אברים.

ט: צי וואלסטו מיר מיט ווערטער געקענט ארויסברענגען די נפש אונטער דעם?

ק: אפשר אז איך פיל אזוי ווי פארשעמט.

ט: וואס פילסטו אומבאקוועם ווען דו פרובירסט כאילו דיין כח פילט אן אלע דיינע אברים מיט א שטארקייט?

ק: איך קען נישט זאגן וואס פונקטליך איך פיל אומבאקוועם דערמיט, איך קען מיך עס אויך נישט געהעריג פארשטעלן. איך קען פילן ווי עפעס לאזט מיך נישט. עפעס לאזט מיך נישט. עפעס שלאגט מיך צוריק. ווען איך פרוביר זיך עס פארצושטעלן, קומט ארויף אזא סארט געפיל פון א 'געוויין'.

ט: פרוביר צו זאגן אזוי און לאמיר זען. זאג: איך פיל א שטארקייט צו טון. צי קומט עפעס ארויף?

ק: ווען איך זאג עס, פיל איך ווי עס לויפט אין מיר אדורך אזא שאק. איך וויל אויסברעכן אין א געוויין, איך ווייס אליין נישט. אפשר קומט ארויף די שוועריגקייטן וואס עס איז דא אין די וועלט, און די שוועריגקייטן וואס איך אליין בין דורך.

ט: איך וויל דיר איבערבעטן מיט מיין גאנצע הארץ, אפשר ביסטו צעבראכן ווייל איך האב דיר געזאגט אז דו ביסט קאמפליצירט, זיי מיר מוחל. זיי מיר אמת'דיג מוחל. איך ווייס אז ס'האט דיך וויי געטון. פרוביר צו פילן אין דיין גאנצע קערפער גאר א שטארקייט. קומט עפעס ארויף? און אויב יא, וואס איז עס?

ק: ס'קומט עפעס ארויף אזא "איך וויל ענדערש וויינען אויף אלע שוועריקייטן פון די וועלט".

ט: וואס איז די סתירה צווישן פילן דיין שטארקייט, און צווישן די סארט געפילן. זאג: אויב איך גיי פילן מיין שטארקייט, דאן... און ערלויב אז דיין טיפע נפש זאל עס ענדיגן.

ק: דאן וויל איך ענדערש פילן מיינע געפילן

ט: ווייסטו וואס. פרוביר זאגן: אויב איך גיי פילן מיינע געפילן, און איך גיי מיט דעם אלעם אויך פילן מיין שטארקייט, דאן...

ק: דאן ערווארט איך אז ס'גייט ארויסקומען. און עס וויל זיך מיר ענדערש עס איינהאלטן אין מיר.

ט: זאג אזוי: עס וויל זיך מיר ענדערש איינהאלטן מיינע געפילן, ווייל אויב איך לאז עס ארויסקומען, דאן...

ק:

ט: זאג: אויב איך גיי לאזן מיינע געפילן, און מיין שטארקייט, ארויסקומען, דאן...

ק: עפעס קומט ארויף אזא "גיי איך מער פילן קאנפליקט צווישן מיר און ארומיגע"

ט: וואס איז די אומבאקוועמליכקייט מיט דעם וואס דו פילסט די קאנפליקט?

ק: אפשר: איך ווער אין כעס פארוואס מ'פאלגט מיך נישט.

ט: וואסערע שייכות האט 'נישט פילן דיינע געפילן' ווען דו ווילסט פילן דיין שטארקייט, מיט נישט ליידן פון כעס פון פילן די קאנפליקטן.

ק: אה. יא. טאקע זייער שווער.

ט: זאג: איך וואלט געקענט ב"ה פילן מיין שטארקייט אין אלע מיינע אברים, אבער דאס מיינט אז איך דארף צוריקהאלטן מיינע געפילן וואס איך פיל לגבי א מצב. ווייל אויב איך האלט נישט צוריק מיינע געפילן, דאן פיל איך וויאזוי איך פיל לגבי א מצב, און אויך וויאזוי ארומיגע פילן לגבי א מצב, און דאס מאכט מיך פילן א קאנפליקט. און דער קאנפליקט מאכט מיך פילן כעס פארוואס מ'פאלגט מיך נישט. ענדערש האלט איך אלעס צוריק, אזוי פיל איך נישט די צער פון כעס. כאטש איך וויל מיך טאקע פילן שטארק, אבער כעס פארוואס מ'פאלגט מיך נישט איז סך ערגער.

ק: (זאגט עס)

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

איך וואלט געקענט ב"ה פילן מיין שטארקייט אין אלע מיינע אברים, אבער דאס מיינט אז איך דארף צוריקהאלטן מיינע געפילן וואס איך פיל לגבי א מצב. ווייל אויב איך האלט נישט צוריק מיינע געפילן, דאן פיל איך וויאזוי איך פיל לגבי א מצב, און אויך וויאזוי ארומיגע פילן לגבי א מצב, און דאס מאכט מיך פילן א קאנפליקט. און דער קאנפליקט מאכט מיך פילן כעס פארוואס מ'פאלגט מיך נישט. ענדערש האלט איך אלעס צוריק, אזוי פיל איך נישט די צער פון כעס. כאטש איך וויל מיך טאקע פילן שטארק, אבער כעס פארוואס מ'פאלגט מיך נישט איז סך ערגער.

והשם הטוב יעזור, הנותן ליעף כוח, יתן בי כוח, וקוי ה' יחליפו כח. יעלו אבר כנשרים.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: א רגע נאך יעצט פארגעס איך עס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

טערעפיסט: א גוטן הרב 'קליענט' נירך תאיר ותזרח

קליענט: א גוטן אייך

ט: וויאזוי גייט עס?

ק: לעצטענס פיל איך ווי מיינע פינגערס ציטערן צומאל, און איך וואונדער מיך צי עס איז אויך א נפשיות'דיגע ענין.

ט: שטעל דיך פאר די מצב ווען עס געשעט שטארק, און פרוביר אריינצוקריכן אין דיין נפש, און פרוביר מיר צו זאגן די נפש דערפון.

ק: אפשר א בחינה פון "איך פיל נישט א זיכערקייט אנצוכאפן די מצב"

ט: לאז דיין נפש ענדיגן די זאץ פון: איך כאפ עס אן שוואך, ווייל...

ק: איך פיל מיך נישט באליבט.

ט: וואס זאגסטו, וואס מיינט די ווערטער אין דעם מצב "איך פיל מיך נישט באליבט"?

ק: די געפיל אז איך בין באליבט, געט מיר זיכערקייט, און רואיגקייט. איך פיל מיך וועלקאם.

ט: זאג מיר נאך

ק: איך פיל מיך אינעווייניג וואקלדיג.

ט: צעברייטער מיר די ווארט 'וואקלדיג'

ק: אז איך בין גוט, אז איך טו גוט.

ט: צעברייטער מיר די ווארט 'אז איך בין גוט'

ק: אז מ'האט נישט קיין קריטיק אויף מיר.

ט: צעברייטער מיר די ווארט 'אז מ'האט נישט קיין קריטיק'

ק: אפשר אז איך פיל אינערליכע קריטיק אויף מיר אליין

ט: זאג מיר מער וועגן דער 'אינערליכער קריטיק' אויף דיר אליין

ק: אז איך פראגע מיך.

ט: זאג מיר מער וועגן דעם 'איך פראגע מיך'

ק: אז אגאנצן צייט לויפן מחשבות וואס שטעלן מיך אריין אין א ספק

ט: זאג מיר מער וועגן דעם אז אגאנצן לויפן מחשבות וואס שטעלן דיך אריין אין א ספק

ק: און דאס מאכט מיר וואונדערן צי איך זאל יא, אדער נישט, אנהאלטן די מצב

ט: און דאס האסטו געזען קומט פאר מיט דיר אין דעם מצב?

ק: עס פעלט מיר די געפיל

ט: די געפיל פון?

ק: די זיכערקייט אינעם מצב.

ט: ענדיג מיר: איך פיל נישט זיכער, ווייל...

ק: איך ווייס נישט

ט: פרוביר נאכאמאל

ק: איך באקום נישט קיין סימן אז מ'האט מיך יא ליב. איך באקום נישט קיין סימן. איך פיל עס נישט.

ט: פרוביר צי דו האסט מיר צוזאגן מער וועגן דעם 'איך באקום נישט קיין סימן אז מ'האט מיך ליב'

ק: איך ספק'ע שטארק צי איך טו גוט.

ט: פרוביר נאכאמאל

ק: איך פיל ביי מיר אז איך טו נישט גוט.

ט: ענדיג מיר: איך טו נישט גוט מיט...

ק: אפשר מיט דעם אז איך שרייב דא סעשאנס.

ט: האט שייכות, דיינע געפילן וועגן שרייבן סעשאנס, מיט 'ציטערן די פינגערס'

ק: אפשר איז עס א וועג וויאזוי די פינגערס דרוקן אויס ספק וועגן שרייבן סעשאנס

ט: זאג: די ספק צי איך טו גוט מיט'ן שרייבן סעשאנס, דרוקט זיך אויס פיזיש אין מיינע פינגערס

ק: (זאגט עס)

ט: האט עפעס שייכות, נישט זיכער אין מיין אנכאפן די מצב, מיט דיין שרייבן דא סעשאנס?

ק: ס'קען זיין אז דאס שרייבן דא סעשאנס, געט מיר אזא אומזיכערקייט.

ט: פרוביר צו זאג: עס כאפט זיך מיר אן די מצב מיט א פעסטקייט. צי קומט עפעס ארויף אומבאקוועם?

ק: יא

ט: וואס זענען די ווערטער

ק: איך בין נישט זיכער

ט: איך בין נישט זיכער, ווייל...

ק: איך ווייס נישט צי מ'האט מיך ליב

ט: זאג: וועלט, איך ווייס נישט צי מ'האט מיך ליב, און דערפאר ציטער איך

ק: (זאגט עס)

ט: וואס האט שייכות "איך פיל נישט א זיכערקייט מיט'ן אנכאפן די מצב" מיט "איך ווייס נישט צי מ'האט מיך ליב"?

ק: אפשר דארף איך מיך טוישן

ט: זאג אזוי: מיינע פינגערס וואקלן זיך, ווייל אפשר דארף איך מיך טוישן.

ק: (זאגט עס)

ט: אבער וואס האט שייכות "איך דארף מיך אפשר טוישן" מיט "איך פיל נישט זיכערקייט אנצוכאפן די מצב"

ק: נאר אויב עס איז זיכער, איך פיל אז איך טו גוט, איך פיל באליבט, נאר דאן כאפ איך עס אן פעסט. אויב איך דארף מיך טוישן, וואקל איך מיך.

ט: זאג אזוי: עס איז מיר וויכטיג צו פיזיש פילן מיין אומזיכערקייט, ווייל

ק: נאר אזוי מאך איך מיך וואוסנדיג אז איך האב ספיקות, אז ס'איז אפשר א סכנה וואס איך טו

ט: האסט מיר פריער געזאגט "איך באקום נישט קיין סימן אז מ'האט מיך ליב" זאג מיר מער וועגן דעם

ק: אזוי איז עס אלעמאל, אויב איך באקום נישט קיין סימן אז מ'האט מיך ליב, און אז איך בין גוט, האב איך ספיקות אויף מיר

ט: דאס מין זאך אז דו זוכסט אלעמאל זיכער צו מאכן אז דו ביסט באליבט, און אז דאס איז א שטארקע עיקר ביי דיר, איז ביי דיר אלעמאל געווען?

ק: איך מיין אז יא.

ט: זאג אזוי: אויב איך טרעף נישט די סיגנאל אז איך בין יא באליבט, דאן...

ק: ווער איך טרויעריג.

ט: זאג: אויב איך בין נישט באליבט ביי יעדעם, דאן...

ק: ווער איך זייער טרויעריג.

ט: איך ווער טרויעריג, ווייל...

ק: ווייל איך פארליר מיין מציאות.

ט: גוט. איך וועל דיר ב"ה שרייבן א צעטיל און דו וועסט עס ליינען קלאר און הויעך

צעטיל

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

מיינע פינגערס ציטערן אביסל ווייל איך בין אינעווייניג נישט זיכער צי איך טו גוט, צי איך בין גוט, צי איך בין באליבט, צי איך דארף מיך אפשר טוישן, און דאס מאכט מיר אז מיין אנכאפ אינעם מצב פילט זיך נישט זיכער, ווייל איך דארף מיך אפשר טוישן יא צו פילן באליבט ביי יעדעם. און אז איך באקום נישט קיין סימן אז איך בין באליבט, דארף איך מיך זיכער טוישן. צי קען איך דען האבן א מציאות אן דעם זיין זיכער אז איך בין באליבט ביי יעדעם? איך ווער טרויעריג אויב איך בין נישט באליבט ביי יעדעם, אויב נישט יעדער איז מסכים.

כאטש איך וויל זייער אז מיינע הענט זאל זיך נישט וואקלן, אבער וויאזוי קען איך אנכאפן די מצב מיט א פעסטקייט ווען איך דארף מיך אפשר טוישן.

ק: עס פילט זיך אמת'דיג.

ט: פיין, זיי געזונט א גוטן טאג

והשם הטוב יעזור אז איך זאל זוכה זיין צו אויסלערנען פאר אנדערע וואס נישט צו טון אין לעבן, וויאזוי נישט צו מאכן די זעלבע טעותים וואס איך האב געמאכט. וויאזוי זיך נישט צו לאזן פארפירן פון יצר.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: א רגע נאך יעצט פארגעס איך עס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

טערעפיסט: א גוטן הרב 'קליענט' נירו יאיר ויזרח

קליענט: א בעסערן אייך

ט: וויאזוי גייט אלעס?

ק: איך וואונדער מיך פארוואס ווען עס קומט אינדערפרי, שפרינג איך נישט ארויס פון בעט, און איך בלייב אזוי חלומ'ן

ט: שטעל דיך פאר ווי דו געסט א עפן אויף די אויגן און דו געסט אזא שפרינג ארויס מיט א חיות. פילט זיך עס עפעס אומבאקוועם?

ק: ס'קומט באלד ארויף זאכן צו טראכטן וואס עס איז אויף מיר דורך נעגעטיוו.

ט: פרוביר דיך פארשטעלן אז דו זעהסט די פאזיטיוו אספעקטן פונעם יעצט, פארשטייט זיך אז ס'איז אויך דא נעגעטיוו אספעקטן, אבער, דו זעהסט מער די פאזיטיוו אספעקטן, און דו שטייסט אויף מיט חיות, מיט א פרישקייט

ק: עפעס האט זיך עס געגעבן א פיל נישט בא'טעמ'ט, אבער איך האב עס נישט געקענט אויפכאפן

ט: זאג: אויב איך שטיי יעצט אויף אויף דעם דרך, (און אין דיין קאפ געדענק וואס איך האב דיר פריער געזאגט אז דו זאלסט דיך פארשטעלן) דאן... און לאז דיין נפש ענדיגן

ק: דאן, איז זייער גוט

ט: נאכאמאל

ק: אפשר געט אזא קום ארויף "איך בין נישט אנערקענט" אונז האב מיר שוין געמאכט א סעשאן דערויף, און די ווערטער זענען "די איינציגע וועג וויאזוי צו פילן אז איך נעם קער פון מיר, אז דו (השי"ת) גייסט קער נעמען פון מיר, איז דורך טראכטן נעגעטיוו, און איך וויל פילן אז איך נעם קער פון מיר" אזוי ווי א מענטש וואס פאוקוסירט אויף וואס עס גייט אים נישט גוט, כדי מ'זאל אים זעהן און העלפן.

ט: ווען האט זיך געשאפן אין דיר אז דו דארפסט פאוקוסירן אויף דיין נעגעטיוו, כדי מ'זאל עס זען, און דיך העלפן

ק: ס'מאכט מיר סענס אז ווען איך האב געזען אז ס'גייט מיר נישט וויאזוי איך וויל, האב איך אנגענומען אזא צוגאנג

ט: זאג: די איינציגע וועג וויאזוי איך קען מאכן אז ס'זאל מיר מער נישט געשען קיין זאכן וואס איך האב זייער נישט ליב, איז ווען איך טראכט דערפון, סאו, דו גייסט זעהן אז ס'פעלט מיר. עפעס א אנדערע וועג וויאזוי דו זאלסט זען וואס עס פעלט מיר, און מיר העלפן, האב איך נישט.

ק: (זאגט עס, און לייגט צו) יא, ווייל דאס צווינגט מער, ווייל מ'וויל מיך זען צופרידן.

ט: זאג אזוי: אויב איך ערלויב צו לעבן מיט די וויסן, דשאסט איך ווייס, אז דו זעהסט מיך גענוג, און דו געסט מיך מיינע געברויכן, סאו איך קען זיין פרייליך. סאו איך שטיי אויף מיט אזא אופן (כנ"ל) דאן...

ק: אפשר קומט ארויף "איך ווייס נישט צי איך געפעל דיר (השי"ת)"

ט: לייג צו, דו האסט מיך ליב און דו וועסט מיר געבן וואס עס פעלט מיר

ק: אפשר קומט ארויף "יא, יא, דו גיי אן לעבעדיג, באלד קען קומען א דורכפאל."

ט: זאג: אויב איך ערלויב אז אפילו אויב עס קען קומען א דורכפאל, גיי איך אן אזוי (כנ"ל), דאן...

ק: איך פיל אז עס קומט ארויף אין מיין האלז א קלאקעניש אויף מיינע דורכפעלער.

ט: זאג: אויב איך גיי יעצט נישט האבן דעם קלאגעניש, דאן...

ק: איך קען דיר זאגן וויאזוי ס'פילט זיך אנדערש. עס פעלט די עכטע רצון מיינע

ט: לייג צו דערצו רצון. וואס קומט ארויף?

ק: אפשר קומט ארויף "איך קען נישט טון וואס איך וויל, איך מוז טון וואס לעבן (השי"ת) וויל פון מיר"

ט: זאג: אויב איך ערלויב אז איך קען נישט טון וואס איך וויל, איך מוז טון וואס לעבן (השי"ת) וויל פון מיר" דאן...

ק: פיל איך ווי איך האב נישט קיין מציאות.

ט: זאג: אויב איך ערלויב מיך אז דאס איז מיין מציאות, דאן...

ק: מיין חלום פון האבן פרייהייט ווערט בטל.

ט: זאג מיר מער וועגן דעם 'פרייהייט'?

ק: אין מיר איז דא אזא חלום צו ענדליך קענען אויספירן וואס איך וויל באמת, אז ס'זאל מיר גיין וויאזוי איך וויל.

ט: זאג: אויב איך גיי אויפגעבן אויף דעם חלום, דאן...

ק: בין איך א בטלן, און א נאר. וואס קען נישט.

ט: נאכאמאל

ק: האב איך נישט קיין מציאות

ט: זאג אויב איך גיי אויפגעבן אויף דעם חלום, און איך ערלויב מיך אז דאס איז מיין מציאות, דאן...

ק: עפעס קומט ארויף "דאן וועל איך נישט זיין דער מענטש וואס מיינע עלטערן האבן געוואלט פון מיר"

ט: נאכאמאל

ק: עס קומט ארויף "דאן בין איך א נאר. אז יעדער וואס פאלגט, און מוז טון וואס מ'הייסט אים, איז א נאר, ווייל ער קען זיך ארויסדרייען"

ט: זאג: אויב איך ערלויב אז אזא איינער איז נישט קיין נאר, דאן...

ק: עס קומט ארויף "וויאזוי קען זיך 'עול' פילן גוט? ס'מוז זיין אז ס'פילט זיך עקלדיג"

ט: וואס פאר א שייכות האט 'נישט אויפשטיין מיט חיות, און רצון, און קוקן אויף די פאזיטיוו אספעקטן', מיט "וויאזוי קען זיך 'עול' פילן גוט?"

ק: ווייל כדי אויפצושטיין אויף דעם וועג, מוז איך מסכים זיין צום לעבן אויף אזא אופן וואס פילט זיך אז לעבן (השי"ת) קען טון מיט מיר וואס ס'וויל, און איך מוז מיך צושטעלן. ס'מאכט מיך פילן ווי איך גיי אריין אין אזא 'עול', און עס קומט מיך ארויף אז ס'פילט זיך נישט בא'טעמ'ט

ט: זאג אזוי: איך קען ווען יעצט קוקן מער אויף די פאזיטיוו אקספעקטן פון מיין יעצט, און אויפשטיין מיט חיות, און מיט רצון, נאר דאס מיינט אז איך בין מסכים אז לעבן (השי"ת) קען טון מיט מיר וואס ס'וויל, און אז איך בין נישט א פרייע פויגל אז ס'זאל גיין וויאזוי איך וויל, און דאס מיינט אז מיין מציאות איז אין א 'עול', און קען דען אזא לעבן מיט א 'עול' זיך פילן גוט? ענדערש וועל איך זוכן מיין פרייהייט וועג, און לייגן מיין נקודה אז ס'זאל מיר יא זיין פריי. כאטש איך וויל אויפשטיין מיט חיות, און מיט רצון, אבער אויפגעבן אויף מיין חלום צו זיין אמאל פריי?

ק: (זאגט עס)

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

די איינציגע וועג וויאזוי איך קען מאכן אז ס'זאל מיר מער נישט געשען קיין נעגעטיוו זאכן וואס איך האב נישט ליב, איז ווען איך טראכט דערפון, סאו, דו גייסט זעהן אז ס'פעלט מיר. עפעס א אנדערע וועג וויאזוי דו זאלסט זען וואס עס פעלט מיר, און מיר העלפן, האב איך נישט, ווייל נאר דאס צווינגט, ווייל דו ווילסט מיך זען צופרידן.

איך קען ווען יעצט קוקן מער אויף די פאזיטיוו אקספעקטן פון מיין יעצט, און אויפשטיין מיט חיות, און מיט רצון. נאר דאס מיינט אז איך בין מסכים אז לעבן (השי"ת) קען טון מיט מיר וואס ס'וויל, און אז איך בין נישט א פרייע פויגל אז ס'זאל גיין וויאזוי איך וויל, און דאס מיינט אז מיין מציאות איז אין א 'עול', און קען דען אזא לעבן מיט א 'עול' זיך פילן גוט? ענדערש וועל איך זוכן מיין פרייהייט וועג, און לייגן מיין נקודה אז ס'זאל מיר יא גיין וויאזוי איך וויל. כאטש איך וויל אויפשטיין מיט חיות, און מיט רצון, אבער אויפגעבן אויף מיין חלום צו זיין אמאל פריי?

והשם הטוב יעזור וישמור
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: א רגע נאך יעצט פארגעס איך עס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

טערעפיסט: א גוטן

קליענט: הרב טערעפיסט נ"י, מיין רוקן טוט מיך אביסל וויי, וואלט איך דיך געוואלט פרעגן צי דו קענסט מיר העלפן בעזר השי"ת, צו וויסן וואס דאס קען זיין גייסטיש.

ט: דערמאן דיך א מצב ווי עס געשעט שטארק, און פרוביר מיר צו זאגן וואס דו קלערסט דרוקט זיך אויס דיין נפש דערמיט.

ק: איך פארשטיי אז איך האלט עפעס אן, די שאלה איז נאר וואס

ט: זאג: ווייל איך האלט אן... און לאז דיין טיפע נפש ענדיגן, וואס דו האלטסט אן.

ק: אפשר 'צופרידן צו שטעלן'

ט: פרוביר נאכאמאל

ק: די אומבאקוועמליכקייט פון עפעס.

ט: זאג: איך האלט אן די אומבאקוועמליכקייט פון...

ק: אפשר קומט ארויף: צו זיין נארמאל צווישן מענטשן. אפשר

ט: פרוביר נאכאמאל

ק: עפעס "צו זיין וואס איך בין נישט"

ט: פרוביר נאכאמאל

ק: זיך צו פארמירן, און האלטן, אין א פרעם, אנדערש ווי איך בין עכט

ט: זאג אזוי: עכט בין איך...

ק: צעלאזט

ט: נאכאמאל

ק: אפשר: געפיליש

ט: נאכאמאל

ק: נעבעכדיג און געפיליש

ט: נאכאמאל

ק: נישט מצליח

ט: נאכאמאל

ק: נישט א מענטש וואס זוכט דוקא אויסצונעמען ביי ארומיגע מיט מיין אויפפירונג

ט: נאכאמאל

ק: קוק מיך אן וויאזוי דו ווילסט און עס גייט מיך נישט אן

ט: נאכאמאל

ק: איך פיר מיך אויף וויאזוי איך וויל, און טראכט אויף מיר וואס דו ווילסט, און שוין.

ט: נאכאיינמאל

ק: איך לעב מיך אין מיין וועלטל, און איך טראכט נישט וואס דו טראכסט אויף מיר, טראכט אויף מיר וואס דו ווילסט, נישט דאס דאגה'ט מיך. (לאזט ארויס א לאנגע אטעם)

ט: עפעס האט זיך געטוישט לעצטענס?

ק: קען זיין.

ט: זאג: איך מוז מיך האלטן אין א פרעם, ווייל אויב איך לאז גיין, דאן...

ק: איך וויל נישט זיין אראפגעקוקט.

ט: נאכאמאל

ק: איך וויל קאנטראלירן מיין עתיד

ט: נאכאמאל

ק: יא, דאס קומט ארויף "איך וויל קאנטראלירן מיין עתיד"

ט: אקעי. זאג אזוי: עס איז מיר אלעמאל געווען זייער באקוועם צו לעבן אין א וועלט אן זיך דארפן פארמירן אויף עפעס א וועג צו אויסנעמען אדער געפעלן, מיין צוגאנג איז געווען: טראכט אויף מיר וואס דו ווילסט, איך לעב מיך מיין לעבן אן חשבונות וואס דו וועסט זאגן אויף מיר. איך לעב בכלל נישט אין דעם סארט ריאליטעט. און יעצט האב איך אנגעהויבן האלטן קאפ דערויף, דאס איז נישט מיין טבע זיך צו האלטן אין א פרעם

כאטש זיך האלטן אין א פרעם שאפט ווייטאג, אבער "איך וויל נישט זיין אראפגעקוקט" און "איך וויל קאנטראלירן מיין עתיד".

צעטיל

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

עס איז מיר אלעמאל געווען זייער באקוועם צו לעבן אין א וועלט אן זיך דארפן פארמירן אויף עפעס א וועג צו אויסנעמען אדער געפעלן, מיין צוגאנג איז געווען: טראכט אויף מיר וואס דו ווילסט, איך לעב מיך מיין לעבן אן חשבונות וואס דו וועסט זאגן אויף מיר. איך לעב בכלל נישט אין דעם סארט ריאליטעט. און יעצט האב איך אנגעהויבן האלטן קאפ דערויף, דאס איז נישט מיין טבע זיך צו האלטן אין א פרעם

כאטש זיך האלטן אין א פרעם שאפט ווייטאג, אבער "איך וויל נישט זיין אראפגעקוקט" און "איך וויל קאנטראלירן מיין עתיד". זאל איך עס אויפגעבן?

והשם הטוב יעזור ועוזר ישמור ושומר
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: א רגע נאך יעצט פארגעס איך עס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

טערעפיסט: א גוטן הרב 'קליענט' נירו יאיר ויזרח

קליענט: א גוטן דיר און השי"ת זאל דיר געבן חכמה בינה דעת צו פארשטיין וויאזוי צו פרעגן

ט: דיר אויך. זאג מיר, וויאזוי גייט עס מיט די אויפשטיין ענין?

ק: ס'האט נישט געטוישט.

ט: שטעל דיך פאר כאילו ס'איז יעצט און ענטפער מיר: וואס דרוקט דיך דא עכט?

ק: דאס וואס עס שטייט אויפן צעטיל. ס'פילט זיך ווי איך דארף מיך צווינגען דערצו. ס'איז מיר נישט גרינג אנצונעמען די מצב.

ט: ענדיג מיר דעם זאץ: אויב איך גיי אננעמען מיין מצב אזוי ווי ס'איז, דאן...

ק: גיי איך עס אננעמען אזוי ווי ס'איז.

ט: יא. דו גייסט עס אננעמען אזוי ווי ס'איז. פרוביר נאכאמאל

ק: איז מיר עס שווער

ט: עס איז מיר שווער, ווייל...

ק: אפשר געט אזא קום ארויף "איך האב רחמנות אויף מיינע ארומיגע וואס ליידן פון מיר"

ט: וואס האט דאס מיט 'מסכים זיין צום מצב'?

ק: אז אויב איך בין מסכים צום מצב, דארף איך אויך מסכים זיין צו פילן די רחמנות אז איך בין שולדיג, און דאס איז שווער צו פארטראגן

ט: פרוביר נאכאמאל. זאג: ס'איז מיר שווער, ווייל...

ק: יא. איך מיין אז דאס קומט ארויף.

ט: פארצייל מיר מער וועגן נעמען אויף זיך די לאסט פון רחמנות.

ק: פון שולד געפילן. אז איך בין דער וואס מאכט שווער. די רגע איך בין מסכים דערצו, בין איך אויך מסכים אז איך בין א מענטש וואס צוליב א סיבה גייט עס אים זייער נישט נעבעך. אבער, איין מינוט, אפשר אויב איך בין מסכים צו נעמען, און ליידן, די שולד געפילן אויף מיר, וועל איך מער דערגרייכן, ווייל איך וועל נישט זיין אזוי סטאק. ווייל איך וועל כאטש אויפשטיין אביסל פריער.

ט: זאג אזוי: אויב איך ערלויב מיך צו נעמען אויף מיר די שולד געפילן, און עס ליידן, און איך בין מסכים צום מצב, דאן...

ק: עפעס האט געגעבן אזא שנעלע קום ארויף, אבער ווען איך האב עס פרובירט צו אויפכאפן, האט עס שוין געהאט אוועקגעפלויגן

ט: פרוביר נאכאמאל. אויב ער ערלויבט צו נעמען די שולד געפילן, און עס ליידן, און ער איז מסכים צום מצב, דאן...

ק: אפשר קומט ארויף "דאן איז עס זייער שווער צו דערליידן, זייער שווער צו פילן אז איך בין גורם אזויפיל ווייטאג"

ט: פרוביר נאכאמאל

ק: די זעלבע זאך

ט: מיין טיפע נפש, מיינע טיפע געפילן, פארצייל מיר מער וועגן דעם געפיל?

ק: ווען איך וועל מיך אויסוויינען פאר'ן באשעפער, וועל איך דיר עס פארציילן. די ליידעניש איז גרויס.

ט: זאג אזוי: איך קען ווען מסכים זיין צום מצב, אבער דאס מיינט אז איך דארף אויך מסכים זיין אז מיינע ארומיגע ליידן דערפון. און דאס איז מיר צו שווער אויסצוהאלטן. דערפאר וועל איך ענדערש זיך שלאגן מיט'ן מצב, און פאדערן אז ס'זאל מיר יא גיין וויאזוי איך וויל, און בלייבן טראכטן דערפון אז ס'זאל זיך אויף עפעס א וועג פיקסן, אן א דורכפעלער, כאטש עס מאכט אז איך זאל נישט אויפשטיין מיט חיות, וואס מאכט נאך מער ליידעניש. אבער צו באוואוסטזיניג פילן די שולד, און עס דערליידן, איז זייער שווער.

צעטיל

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

איך קען ווען מסכים זיין צום מצב, אבער דאס מיינט אז איך דארף אויך מסכים זיין אז מיינע ארומיגע ליידן פון מיר. און דאס איז מיר צו שווער אויסצוהאלטן. דערפאר וועל איך ענדערש זיך שלאגן מיט'ן מצב, און פאדערן אז ס'זאל מיר יא גיין וויאזוי איך וויל, און בלייבן טראכטן דערפון אז ס'זאל זיך אויף עפעס א וועג פיקסן, אן א דורכפעלער, כאטש עס מאכט אז איך זאל נישט אויפשטיין מיט חיות, וואס מאכט נאך מער ליידעניש. אבער צו באוואוסטזיניג פילן די שולד, און עס דערליידן, איז זייער שווער.

והשם הטוב יעזור אותי וישמור אותי מאוד וירחם עלי בכלל כל ישראל הקדושים ברחמים גמורים ובחסדים גלויים
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: א רגע נאך יעצט פארגעס איך עס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

טערעפיסט: א גוטן הרב 'קליענט' נירו יאיר ויזרח, קום צו מיר.

קליענט: פרעג מיך. און השי"ת זאל העלפן איך זאל דיר ענטפערן דעם אמת

ט: וויאזוי גייט עס מיט'ן אויפשטיין?

ק: נאך אלץ נישט מיט א חיות און א פרישקייט.

ט: שטעל דיך פאר כאילו ס'איז יעצט, און פרוביר מיך צו ענטפערן: וואס זעסטו פאר דיר?

ק: איך וויל טראכטן פון נעגעטיוו וועגן מיר

ט: זאג: א טיפערע חלק אין מיר ווייסט פארוואס איך דארף יעצט טראכטן נעגעטיוו, ווייל אויב איך טראכט פאזיטיוו, דאן...

ק: דו האסט מיר שוין געמאכט א צעטיל דערוועגן, און ליינט זיך ווי פאלגנד: צי בין איך יעצט בשמחה? אבער וויאזוי קען איך זיין בשמחה, איך האב זאכן וואס מ'דארף קער נעמען, און די איינציגע וועג וויאזוי מיינע זאכן ווערן קער גענומען איז דורך טראכטן דערפון, איך קען עס נישט לאזן גיין." ע"כ.

אבער אפשר דארף איך מיך פשוט מתגבר זיין כארי?

ט: נו, לאמיר זיך טאקע פארשטעלן אז דו געסטעך א שטארק ווי א לייב און דו שטייסט אויף מיט א זריזות מיט א חיות מיט א שמחה

ק: עס קומט ארויף "מאכסטעך נישט וואוסנדיג פון וואס עס דרוקט מיר". און אויף דעם האסטו מיר שוין אויך געמאכט א צעטיל: צי ערלויב איך יעצט צו זיין נאטורליך בשמחה, אן זיך דארפן אנשטרענגען. ווייל אויב איך בין בשמחה, דאן מיינט עס אז ס'גייט מיך נישט אן אז ס'גייט מיר נישט וויאזוי איך וויל. אז איך האב געהאט מיינע דורכפעלער. און עס פילט זיך ווי מיינע פראבלעמען ווערן נישט קער גענומען.

ט: דאס אז דיינע פראבלעמען ווערן נישט קער גענומען, דאס האט אין זיך צוויי חלקים. איין חלק איז אז דו ווייסט אז דו האסט א זאך וואס דרוקט דיך. און די צווייטע איז...

ק: אפשר אז איך פיל אליין דערמיט.

ט: פרוביר נאכאמאל: און די צווייטע איז...

ק: איך פיל ווי עס סך שטערקער פון מיר.

ט: נאכאיינמאל.

ק: (קליענט פאלט אריין אין א נעפל, זאכן דרייען זיך)

ט: זאג: און די צווייטע זאך וואס ער האט איז אז...

ק: די מערסטע וואס איך קען מאכן פאר ווערטער איז "זאג נישט, זאג נישט פאר קיינעם, האלט עס ביי דיר"

ט: פרוביר נאכאיינמאל: און די צווייטע זאך וואס ער האט איז אז...

ק: ער האלט זיינע פראבלעמען פאר א סוד. א שטארקע סוד. פלאגט זיך אליין, אליין דערמיט. זאגט נישט קיינעם, קיינעם.

ט: קוק אויף דיין כח הדיבור, צו פארציילן פאר אנדערע א זאך וואס דרוקט דיר, און זאג פאר די כוח הדיבור דיינע וואס האט די כוח - ב"ה - צו פארציילן פאר אנדערע, ווען איך האב אזאך וואס דרוקט מיר, דאן...

ק: ווער איך אזוי ווי אריינגעצויגן אין א וועקיום

ט: זאג מיר מער וועגן דער "אריינגעצויגן אין א וועקיום"

ק: אז מיין איינציגע וועג איז אז איך גיי מער אריין אין מיר. אז עס שאפט זיך אזא נישט ליכטיגע פלאץ אין מיר וואו איך ציה מיך אריין און שוין. איך זאג עס נישט פאר קיינעם.

ט: דער מין זאך 'נישט צו פארציילן' נאר ענדערש ווערן אריינגעצויגן אין א אומבאלעבטע ספעיס, דאס איז אייביג אזוי געווען ביי דיר?

ק: יא.

ט: זאג פאר די כוח הדיבור, ווייל אויב איך פארצייל יא, דאן...

ק: עס כאפט מיך אן א פחד ווען איך האב דיר געדארפט ענטפערן דערויף

ט: זאג: ווייל אויב ער גייט יא נוצן זיין כוח הדיבור צו פארציילן, דאן...

ק: וואס עס קומט ארויף איז די ווארט 'שרעק'.

ט: פרוביר נאכאיינמאל

ק: יא, עס קומט ארויף זייער א שטארקע שרעק וואס פילט זיך גרעסער ווי מיין עקזיסטענץ.

ט: וואס האט שייכות, אויב עפעס שייכות, די 'שרעק' אין וועלכע דו פילסט דיין עקזיסטענץ ווערט אריינגעשלינגען ווען דו ווילסט נוצן דיין כוח הדיבור צו קאמיוניקירן וואס עס דרוקט דיך, מיט ענדערש וועלן דילן מיט דיינע פראבלעמען וואס דארפן קער גענומען ווערן?

ק: איך בלייב סטאק דערמיט, נישט קעננדיג עס מיטטיילן.

ט: זאג אזוי: איך דיל יעצט מיט נעגעטיוו וואס דרוקט מיר, ווייל איך בין סטאק דערמיט, ווייל ווען איך וויל נוצן מיין כוח הדיבור דאס מיטצוטיילן, ווער איך איינגעשלינגען אין שרעק

ק: איך האב אזוי מורא פון אזא סטעטמענט. איך האב מורא. איך האב מורא.

ט: פרוביר צו לעבן דערמיט. דו גייסט סייווי נישט טון אקעגן דיין שרעק. פרוביר צו זעהן ווי אמת דאס איז.

ק: גוט

ט: און וואס האט דאס שייכות מיט'ן נישט אויפשטיין מיט חשק?

ק: אפשר ווייל איך בין אנגעלאדנט דערמיט

צעטיל.

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

די צעטיל וואס איך גיי יעצט ליינען גייט מיך בשום פנים ואופן נישט טוישן ווילאנג איך בין נאכנישט אינגאנצן מסכים דערצו בלב טוב גמור. אויב איך גיי נישט וועלן, וועל איך בלייבן וויאזוי איך וויל בלייבן אי"ה.

איך דיל יעצט מיט נעגעטיוו וואס דרוקט מיר, ווייל איך בין סטאק דערמיט, ווייל ווען איך וויל נוצן מיין כוח הדיבור דאס מיטצוטיילן, ווער איך איינגעשלינגען אין שרעק. און עס שלעפט מיר אהין. כאטש איך וויל אויפשטיין מיט חיות, אבער יענץ

והשם הטוב יעזור וישמור אז מ'זאל געדענקען אז אלעס קומט פון אים, החונן לאדם דעת.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: א רגע נאך יעצט פארגעס איך עס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

טערעפיסט: א גוטן הרב 'קליענט' נירו יאיר ויזרח, ביסטו גרייט צו קומען צו מיר, און מיר ענטפערן וואס איך פרעג דיר?

קליענט: איך האב דען א ברירה? אבער לטובתי בעזר השי"ת וועל איך פרובירן דיך צו ענטפערן

ט: וויאזוי גייט עס מיט אויפשטיין?

ק: איך האב געקענט זען ווי אמת ס'איז וואס ס'שטייט אויפן צעטיל, אבער ס'האט זיך נישט עכט געטוישט.

ט: פרוביר דיך פארצושטעלן ווי כאילו ס'איז יעצט, און פרוביר מיר צו ענדיגן דעם זאץ: וואס עס געשעט יעצט מיט מיר איז...

ק: אז איך דיל מיט מיין נעגעטיוו

ט: איך דיל מיט מיין נעגעטיוו, ווייל

ק: דאס איז מיר באקוועמער

ט: ווייל אויב איך גיי פאוקוסירן אויף פאזיטיוו, און אויפשטיין מיט חיות, דאן...

ק: וואס וועט זיין מיט די זאכן וואס דרוקן מיר?

ט: איך וואונדער מיך צי דו האסט אין דיר אזא מידה צו בלייבן סטאק מיט נעגעטיוו געשעענישן, אן א וועג וויאזוי צו עס זאל אביסל אפטרעטן כדי צו קענען ווייטער אנגיין. מאכט סענס?

ק: יא. אבער דו געסט מיר זייער אסאך אטענשאן, אפשר מאך איך מיך סתם נאריש, און איך דארף עס אפלאזן, און אויפשטיין, און שוין.

ט: זייער פיין. סאו, שטעל דיך פאר אז דו געסט א שטיי אויף מיט חיות, מיט זריזות, אה! א נייע טאג, טון וואס השי"ת פארלאנגט פון דיר, צי פילט זיך עס באקוועם?

ק: ניין. איך האב זאכן וואס דרוקן מיר, און מאך דיר וואוסנדיג, מאך דיר וואוסנדיג, מאך דיר וואוסנדיג.

ט: ס'קוקט מיר אויס ווי דו האסט אין דיר אזא מידה זיך נישט וואוסנדיג צו מאכן בכלל פון דיין נעגעטיוו ווען עס קומט צו טון. קען זיין?

ק: קען זיין.

ט: סאו, פרוביר צו זאגן: אויב איך שטיי יעצט אויף מיט חיות, זריזות, התגברות כארי, מיינט עס אויך אז איך מאך מיך נישט וואוסנדיג, ווייל אויב איך מאך מיך יא וואוסנדיג, דאן...

ק: ס'טוט זיך נישט געהעריג. ס'פעלט די זריזות. אדער, אדער. איך קען נישט ביידע. אדער מאך איך מיך וואוסנדיג פון מיין נעגעטיוו, אדער גארנישט.

ט: זאג: ווייל אויב איך גייט מיך יא וואוסנדיג מאכן, און אויך אנגיין מיט זריזות, דאן...

ק: דאן, דרוקט עס מער און מער

ט: זאג: עס דארף דרוקן מער און מער, ווייל אויב עס וועט נאר דרוקן אביסל און שוין, דאן...

ק: וועל איך גארנישט טון דערצו

ט: ווי סקוקט מיר אויס, און זאג מיר צי איך בין גערעכט, האסטו אין דיר אזא מידה, צו גארנישט טון וועגן זאכן וואס דרוקן דיר. מאכט סענס?

ק: יא.

ט: זאג אזוי: ווייל איך ווייס אז איך גיי גארנישט טון וועגן זאכן וואס שטערן מיר, איך גיי דערפון נישט רעדן צו קיינעם, דערפאר, מוז איך עס זייער שטארק פילן. אז איך זאל מיך וואוסנדיג מאכן דערפון

ק: (זאגט עס)

צעטיל

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

איך ווער אראפגעשלעפט פון מיינע נעגעטיוו זאכן, ווייל אויב נישט, טו איך גארנישט דערצו, איך לאז עס זיין. כאטש דאס מאכט אז איך זאל נישט קענען אויפשטיין מיט חיות, התגברות, זריזות, אבער עס איז מיר באקוועמער צו לאזן פראבלעמען לויפן, און גארנישט טון דערצו.

והשם הטוב יעזור אז ס'זאל נישט ארויסקומען קיין שום חילול השם חלילה, און קיין שום מכשול, מתחת ידי
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: א רגע נאך יעצט פארגעס איך עס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

טערעפיסט: א גוטן הרב 'קליענט' נירו יאיר ויזרח

קליענט: א גוטן דיר אויך.

ט: וויאזוי גייט עס מיט'ן אויפשטיין בשמחה ובזריזות?

ק: די אויפשטיין איז נאך ווי ס'שטייט 'וינהגהו בכבדות', ווילאנג איך קום אריין אינעם שוואונג

ט: וואס ווייסטו, וואס איז די עכטע סיבה פארוואס עס שטייט זיך דיר נישט אויף 'בהתגברות כארי' בשמחה ובזריזות? סאו, שטעל דיך פאר ווי כאילו ס'איז יעצט און זאג "די עכטע סיבה וואס איך ווייס פארוואס עס איז בכבידות איז, ווייל..." און לאז דיין טיפע נפש עס ענדיגן.

ק: ווייל איך בין נישט פרייליך

ט: פרוביר נאכאמאל

ק: אריינגיין מיט ביידע פיס און א טאג אנגעפולט מיט דורכפעלער.

ט: פרוביר נאכאמאל

ק: וואסערע וועליו האט שוין מיין טאג?

ט: נאכאיינמאל

ק: יא. כנ"ל. איך טראכט פון די נעגעטיוו.

ט: פרוביר נאכאיינמאל

ק: ווייל מיין קאפ איז אלעמאל פארנומען צו טרעפן די שוואכע נקודה אין א מצב און זיך אויפדעם קאנצענטרירן. און דאס שלעפט מיך אראפ.

ט: נאכאיינמאל

ק: יא, כנ"ל

ט: שטעל דיך פאר אז דו קאנצענטרירסט דיך אויף די פאזיטיוו, און אויך אביסל אויף נעגעטיוו, וואס מ'דארף טון דערוועגן, אבער בעיקר אויף די פאזיטיוו. גענוג אויפצושטיין מיט התגברות, שמחה, זריזות, חיות, און זאג: אויב איך טו אזוי, דאן...

ק: אפשר קומט ארויף די "עס גייט מיר שווער, הערסט"

ט: פרוביר נאכאיינמאל

ק: איך מיין אז עס קומט ארויף "זאכן זענען מיר געגאנגען שווער, און איך דארף סתם גיין ווייטער, און שוין?"

ט: נאכאיינמאל

ק: כנ"ל, און עס קומט אויך ארויף: און די גאנצע לעבן פילט זיך ווי א 'מוז'.

ט: זעה די זאכן וואס עס איז דיר געגאנגען שווער, און זאג: א חלק אין מיר איז נישט צופרידן צו גיין סתם ווייטער, ווייל אויב איך בייג מיין קאפ, און איך גיי דשאסט ווייטער...

ק: ס'איז נישט אינטערעסאנט צו לעבן אזוי.

ט: פרוביר נאכאמאל, און (קוקנדיג אויף די זאכן וואס גייט דיך שווער) זאג אזוי: א חלק אין מיר איז נישט צופרידן צו גיין סתם ווייטער, ווייל אויב איך בייג מיין קאפ, און איך גיי דשאסט ווייטער מיט א בליק בעיקר אויף פאזיטיוו, און נאר אביסל אויף נעגעטיוו וויפיל עס פעלט אויס צו טון דערוועגן... (דארפסט נישט זאגן די לאנגע זאץ, זאג נאר "אויב איך גיי ווייטער")

ק: פיל איך מיך ווי א לוזער, א לא לנו.

ט: נאכאיינמאל

ק: פילט זיך עס נישט אינטערעסאנט

ט: זאג מיר וועגן דעם 'אינטערעסאנט' וואס עס פילט זיך מער נישט

ק: איך פיל מיך מוכרח צום לעבן

ט: זאג מיר מער וועגן דעם 'מוכרח'

ק: יעצט, ווען איך וויל דיר ענטפערן דערויף, קומט מיך ארויף אזעלכע ווילדע מינע מחשבות. איך האב דאס אזוי פיינט אז נאר

ט: עס קוקט מיר אויס ווי דאס איז א זאך וואס דו ווילסט זייער שטארק נישט.

ק: קען זיין. איך פיל ווי איך האב א גאנצע שטראם וואס וויל, און סוף טאג ווערט עס צעהאקט

ט: קודם לאמיר פארשטיין: וואס מיינט ביי דיר אז ס'ווערט 'צעהאקט'?

ק: ווען עס גייט מיר נישט וויאזוי איך האב געוואלט

ט: וואס שטערט 'זאכן זענען געגאנגען אנדערש ווי דו האסט געוואלט' מיט 'דיין ווילן אנצוגיין אין לעבן מיט חיות'?

ק: אז איך האב גארנישט פון וועלן. איך קען וועלן, ווען צום סוף לאזט זיך אויס אנדערש ווי איך וויל, וואס האב איך פון וועלן?

ט: זאג: די איינציגע ווילן אנצוגיין מיט חיות אין לעבן איז נאר ווען עס גייט זיך מיר אויסלאזן וויאזוי איך האב געוואלט. עס איז נישטא פאר מיר א אנדערע סארט ווילן.

ק: (זאגט עס) דו מיינסט צו זאגן אז איך זאל נעמען די לעבן כמו שהוא, און ערשט נאכדעם עס וועלן? פארוואס זאל איך עס וועלן? אפשר זאל איך עס וועלן ווייל ס'האט עפעס הצלחה אויך אין זיך?

ט: אפשר?

ק: אך. איך וויל אזוי שטארק אז ס'זאל מיר גיין פונקטליך וויאזוי איך וויל דוקא. מ'קען עס נישט מאכן?

ט: מ'קען?

ק: נישט עכט. אבער אנדערש פילט זיך אזוי נישט גוט.

ט: פארוואס איז עס אזוי נישט גוט? זאג: אויב איך ערלויב מיך צו וועלן די לעבן אפילו אויב ס'האט דורכפעלער, ווייל ס'האט אויך הצלחות, דאן...

ק: אפשר קומט ארויף: דאן, פארוואס האב איך נישט אייביג אזוי געלעבט

ט: נאכאמאל

ק: דאן, פארוואס בין איך אייביג געווען אזוי בעצבות וועגן מיינע דורכפעלער

ט: נאכאמאל

ק: איך וועל דיר זאגן, עס קומט מיך ארויף אזא סארט כעס אויף אזא סארט צוגאנג צום לעבן.

ט: זאג: עס קומט מיך ארויף כעס, ווייל...

ק: אונז האב מיר שוין געמאכט א סעשאן דערויף וואס ליינט זיך ווי פאלגנד: בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

וויאזוי קען איך מיך ערלויבן צו זיין מרוצה און בשמחה צום מצב, ווען דאס מאכט מיך פילן ווי איך בין יא א נאר און בטלן וואס קען זיך נישט א עצה געבן אין זיין לעבן, עס דערנידערט מיין 'איך' אין מענטשנס אויגן, אזוי ווי איך האב געפילט אין חדר ווען די מצב האט געטון מיט מיר וואס עס האט געוואלט. און די גאנצע געבוי פון זיין א 'עפעס' ווערט צעווארפן. און יעצט האב איך טאקע נישט מיט וואס צו זיין א 'עפעס'. און איך בלייב א 'גארנישט'. פון אזא געפיל וויל איך אנטלויפן, איך וויל נישט זיין אין יענע מצב פון אלץ יונגל

יעצט קומט ארויף אין מיר די געפיל פון "מ'קען טון מיט מיר וואס מ'וויל, און איך קען מיך נישט א עצה געבן אין מיין לעבן". ווי אויך קומט ארויף מיין גאנצע לא יוצלח'דיגקייט. און אפילו אויב איך ווייס אז ס'איז אמת, וויל איך עס נישט פילן. און דאס מאכט מיך עס פילן.

כאטש אזא סארט כעס איז נישט גוט פאר מיר און פאר ארומיגע, אבער צי קען איך פילן איך יא א נאר און א בטלן וואס קען זיך נישט א עצה געבן אין זיין לעבן? צי קען איך פילן דערנידערט אין מענטשנס אויגן.

עד כאן

ט: זאג אזוי: די איינציגע וועג וויאזוי צו זיין א עפעס, איז נאר ווען עס גייט מיר וויאזוי איך וויל.

ק: (זאגט עס)

ט: זאג: אויב איך ערלויב מיך אז נישט ווען עס גייט מיר וויאזוי איך וויל בין איך א עפעס, דאן...

ק: דאן, האב איך מיך נישט מיט וואס צו פראווען

ט: זאג: אויב איך ערלויב אז נישט דאס איז די וועג וויאזוי זיך צו פראווען, דאן...

ק: דאן בין איך אנדערש ווי די געזעלשאפט.

ט: זאג מיר מער וועגן דעם 'אנדערש ווי די געזעלשאפט'

ק: אז איך פיל מיך אפגעהאקט פון יעדעם. יעדער האלט ביי זיך אז די וועג זיך צו פראווען איז ווען עס גייט וויאזוי מ'וויל. אבער עכט ווייס איך אז מענטשן ווייסן ביי זיך אז מ'דארף אננעמען די לעבן וויאזוי עס איז.

ט: סאו, זאג: אויב איך ערלויב אז נישט דאס איז די וועג זיך צו פראווען, און איך ערלויב אז איך ווער מיט דעם נישט אפגעהאקט פון די ארום, ווייל ס'איז נארמאל צו וויסן אזוי, דאן...

ק: איך אליין וויל אז ס'זאל מיר גיין וויאזוי איך וויל.

ט: זאג: אויב איך ערלויב אז לעבן גייט נישט אזוי, דאן...

ק: אפשר קומט ארויף: דאן, טייל איך אלעמאל מיט מיין רצון מיט איינעם וואס איז העכער ווי מיר. אז ווען איך וויל, דארף איך וועלן צוזאמען מיט אים.

ט: זע דיינע שוועריגקייטן, דורכפעלער, זאכן וואס זענען געגאנגען אנדערש ווי דו האסט געוואלט, און זאג: איך האב געוואלט אנדערש, אבער ס'דא איינער וואס האט געוואלט אזוי. וואס קומט ארויף?

ק: כעס מיט ווילדע מחשבות (מצד היצר הרע, ואין אני מסכים ח"ו)

ט: זאג אזוי: ווען איך האב געוואלט אנדערש, האב איך שוין געדארפט וויסן אז ס'איז דא איינער וואס וויל אויך, און פירט אויס. וואס קומט ארויף?

ק: איך שעם מיך. אבער ס'קומט ארויף: אויב אזוי, טו עס דו.

ט: זאג אזוי: אויב איך גיי וועלן צוזאמען מיט דיר, דאן...

ק: פיל איך נכנע

ט: נאכאמאל

ק: כנ"ל

ט: זאג: איך וויל צוזאמען מיט דיר, און איך פיל נכנע. קומט עפעס ארויף?

ק: הכנעה.

ט: ווען דו זאגסט די ווערטער 'איך וויל', פון די זאץ "איך וויל צוזאמען מיט דיר", דער 'איך וויל', איז א גאנצע ווילן פול מיט חיות, זריזות, שמחה, וכו'?

ק: ס'האט אין זיך ספיקות, און וואקלענישן.

ט: זאג: וויאזוי קען איך אינגאנצן וועלן מיט א חיות, אויב דו קענסט אפשר וועלן אנדערש.

ק: (זאגט עס)

ט: די פריערדיגע זאץ איז נאך אלץ אמת, נישט אזוי? "די איינציגע ווילן אנצוגיין מיט חיות אין לעבן איז נאר ווען עס גייט זיך מיר אויסלאזן וויאזוי איך האב געוואלט. עס איז נישטא פאר מיר א אנדערע סארט ווילן."

ק: איך קען פרוביר צו זוכן וואס דער אמת איז

ט: וואס האט שייכות די שוואכערע ווילן ווען דו ווייסט אז ס'איז נאר אים ירצה השי"ת, מיט נישט אויפשטיין מיט חיות וכו'?

ק: קען זיין אז ערליכע יודן האבן געלעבט מיט וועלן, און צוזאמען מיט דעם אויך וועלן וואס השי"ת וועט אויספירן. אויף עפעס א וועג דארף דאס לויפן צוזאמען. עמער זען וואס עס גייט זיך טוישן אין מיר אי"ה

צעטיל

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

איז די סיבה פארוואס איך שטיי נישט אויף מיט התגברות, שמחה, זריזות, וחיות, ווייל מיין ווילן אנצוגיין מיט חיות ווערט שוואכער ווען איך שטויס מיך אגאנצן צייט אן אז דער באשעפער כביכול קען צומאל וועלן אנדערש. און איך ווייס נישט וויאזוי מ'קען וועלן ביידע צוזאמען אויף איינמאל. "וויאזוי קען איך אינגאנצן וועלן מיט א חיות, אויב דו קענסט אפשר וועלן אנדערש"

כאטש ווען איך וויל מיין וועג, מאכט עס נאר מער דורכפעלער, אבער וויאזוי וויל מען ביידע צוזאמען?

והשם הטוב יעזור ויתן בלבי לחזור בתשובה שלימה לפניו
לעצט פארראכטן דורך נשמה אום מאנטאג יאנואר 30, 2023 4:59 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: א רגע נאך יעצט פארגעס איך עס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

טערעפיסט: הרב 'קליענט' נירו יאיר ויזרח, קום דא צו מיר און איך וויל דיר פרעגן שאלות

קליענט: איך וועל פרובירן דיך צו ענטפערן

ט: וויאזוי גייט עס מיט אויפשטיין, און מיט די צעטיל?

ק: איך האב נישט געקענט טרעפן וויאזוי צו וועלן מיט'ן גאנצן ווילן, ווען אין די זעלבע צייט ווייס איך אז ס'קען זיך אויסשטעלן אנדערש.

ט: השי"ת זאל מיר העלפן. פרוביר דיך פארצושטעלן ווי כאילו דו ביסט יעצט דארט, ס'איז יעצט. און שטעל דיך פאר אז ס'איז דא אזא סארט רצון אין די בריאה וואס וויל מיט'ן גאנצן חיות דוקא, מיט דעם אלעם וואס דו ווייסט זייער קלאר אז ס'קען זיך אויסלאזן אנדערש ווי דו ווילסט. און זאג "אויב איך ערלויב מיך צו וועלן אזא סארט רצון, דאן..." וואס קומט ארויף?

ק: עס קומט ארויף א צוויי צעטליך וואס דו האסט מיר שוין געמאכט. און די ווערטער זענען: דאן, ווערט נאך שוואכער מיין טשענס, אז דו זאלסט זען און ערפילן וואס איך וויל. ווי איינער וואס דארף אגאנצן צייט טראכטן, "איך וויל דאס, איך וויל דאס" כדי מ'זאל זען אז ער וויל עס. און נישט פארגעסן פון אים.

ט: פרוביר נאכאמאל

ק: עס קומט ארויף "נישט איך וויל עס"

ט: יא. מיר רעדן פון דעם אז נישט דו ווילסט עס, נאר דו ווילסט וואס השי"ת וויל פון דיר. אבער מיט דעם אלעם איז עס נישט א שוואכע רצון. סאו, פרוביר נאכאמאל

ק: אפשר געט אזא קום ארויף "וועל איך ווערן זייער קאנעקטעד"

ט: און וואס איז אומבאקוועם דערמיט?

ק: אפשר קומט ארויף אז דאס מיינט אז איך דארף אינגאנצן אויפגעבן אויף מיינע פלענער.

ט: ווען דו זאגסט די ווערטער 'צו וועלן' פון די זאץ "אויב איך ערלויב מיך צו וועלן אזא סארט רצון" די ווערטער 'צו וועלן' איז א אמת'דיגע גאנצע רצון, מיט חיות, מיט זריזות?

ק: איך וועל דיר זאגן. איך ווייס אז א אנדערע ברירה האב איך נישט.

ט: אקעי גוט. פרוביר נאכאמאל צו עס פילט זיך אינגאנצן באקוועם אזוי צו וועלן?

ק: עס קומט ארויף אז איך דארף אפלאזן די האפענונג אז ס'גייט זיך אויסלאזן וויאזוי איך וויל.

ט: און צי וואלסטו מיר געקענט מיט ווערטער אראפשטעלן וואס עס איז וואס שטערט דיך?

ק: אפשר געט אזא קום ארויף אז איך פארליר מיין מאפע וואו צו גיין. ווייל אויב איך קען נישט אינגאנצן וועלן אז ס'מוז זיך אויסלאזן וויאזוי איך וויל, און איך מוז עס לאזן זיין אפהענגיג, דאן נוץ איך נישט אלע מיינע כוחות זיך צו פירן צום ענדע.

ט: שטעל דיך פאר אז ס'איז דא אזא ווילן אין די בריאה אז ס'מוז זיך אויסלאזן וויאזוי דו ווילסט, און יא נוצן אלע דיינע כוחות עס זאל פירן צום ענדע, אבער דאך סוף סוף זאל עס זיין אפהענגיג. און זאג: אויב איך ערלויב אזא ווילן, דאן...

ק: פיל איך ווי איך ארבעט פאר איינעם

ט: פארוואס פילט זיך עס ווי דו ארבעסט פאר א צווייטן?

ק: ווייל וויבאלד אלעס פירט זיך לויט זיין רצון, מיינט עס אז איך בין נאר א ארבעטער פאר אים.

ט: וואלסטו מיר געקענט זאגן וואס עס איז נישט אינגאנצן באקוועם מיט דעם 'איך ארבעט פאר איינעם'?

ק: (קליענט שעמט זיך)

ט: זאג עס כאילו אויף א צווייטער, נישט דו. זאג: ער פילט זיך נישט אינגאנצן באקוועם צו ארבעטן פאר איינעם, ווייל...

ק: ער איז נישט דא פאר זיך.

ט: פרוביר נאכאמאל צו זאגן 'אויב איך ערלויב אזא ווילן, דאן...

ק: איך שעם מיך פון דיר. יעצט פיל איך וואס ס'מיינט 'עבודת השי"ת'. יעצט כאפ איך אז איך בין דא אויף די וועלט פאר איינעם. כאטש עס איז טאקע פאר מיין גוטס, אבער עס איז דאך לויט איינעמ'ס רצון. און נישט די אייגענע רצון אלץ א נפרד.

ט: איך בין דאך נייגעריג צו הערן פון דיר די ווערטער וואס דרוקט אויס די אומבאקוועמליכקייט מיט אזא רצון

ק: איך בין באמת משועבד

ט: און וואס איז אומבאקוועם דערמיט? זאג: אויב איך בין באמת משועבד, דאן...

ק: דאן, גארנישט. בין איך באמת משועבד

ט: נאכאמאל

ק: איך מיין אז די ווערטער זענען "דאן, מוז איך מיך לייגן אין א זייט"

ט: זאג: אויב איך מוז מיך לייגן אין א זייט, דאן...

ק: מיינט עס אז אויף אייביג אייביגקייט בין איך אייביג משועבד.

ט: זאג: אויב איך בין אויף אייביג משועבד, דאן...

ק: דאן, דארף איך אינגאנצן אויפגעבן מיין האפענונג אויף מיר. אינגאנצן אויף אייביג אייביגקייטן.

ט: זאג אזוי: אויב איך ערלויב מיך צו וועלן מיט'ן גאנצן חיות אזא רצון אז ס'מוז זיך אויסלאזן וויאזוי איך וויל, און יא נוצן אלע כוחות אז ס'זאל זיך אזוי אויסלאזן, אבער דאך וויסן אז ס'איז אפהענגיג, דאן פיל איך ווי איך ארבעט כביכול פאר א צווייטן, איך בין באמת משועבד, איך בין נישט דא פאר מיך, און איך מוז אויף אייביג אייביגקייטן אויפגעבן האפענונג אויף מיר, און אויף אייביג אייביגקייטן מיך לייגן אין א זייט.

ק: (זאגט עס)

ט: וואס פאר א שייכות, אויב עפעס, האט דאס געפיל פון 'אויף אייביג ארבעטן כביכול פאר א צווייטן', מיט 'נישט אויפשטיין מיט התגברות, חיות, זריזות, שמחה'?

ק: אז ווילאנג איך בין נישט מסכים צו ריכטיגן רצונ'ען, פיל איך אז עס מוז גיין מיין וועג, און אויב נישט, בין איך סטאק.

צעטיל

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

אויב איך ערלויב מיך צו וועלן מיט'ן גאנצן חיות אזא רצון אז ס'מוז זיך אויסלאזן וויאזוי איך וויל, און יא נוצן אלע כוחות אז ס'זאל זיך אזוי אויסלאזן, אבער דאך וויסן אז ס'איז אפהענגיג, דאן פיל איך ווי איך ארבעט כביכול פאר א צווייטן, איך בין באמת משועבד, איך בין נישט דא פאר מיך, און איך מוז אויף אייביג אייביגקייטן אויפגעבן האפענונג אויף מיר אז ס'מוז גיין מיין וועג, און אויף אייביג אייביגקייטן מיך לייגן אין א זייט.

כאטש ווען איך וואלט ווען געהאט די ריכטיגע רצון, וואלט איך נישט געבליבן אזוי סטאק ווען ס'האט זיך נישט אויסגעלאזט פונקט וויאזוי איך האב געוואלט, אבער זאל איך אויפגעבן אויף מיין אייגענע רצון?

והשם הטוב יעזור
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: א רגע נאך יעצט פארגעס איך עס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

טערעפיסט: הרב 'קליענט' קום, קום דא צו מיר, און ענטפער מיך וואס איך פרעג דיך. דו ביסט מיר דער עיקר

קליענט: איך וועל פרובירן אי"ה

ט: וויאזוי איז עס געווען מיט'ן אויפשטיין?

ק: די חשק צו פאלגן דעם שולחן ערוך 'להתגבר כארי' איז עפעס ממני ולהלאה

ט: פרוביר דיך פארצושטעלן כאילו ס'איז יעצט, און פרוביר מיר צו זאגן וואס איז די נפש אונטער דעם אויסדרוק?

ק: אפשר: ס'איז מיר באקוועמער דא.

ט: נאר 'באקעוועמער'? פרוביר אז ס'זאל זיך פון דיין טיפענישן ענדיגן די פאלגנדע זאץ: די נפש אונטער דעם אויסדרוק איז...

ק: אפשר "איך בין געווארן צעקלאפט"

ט: נאכאמאל

ק: אפשר "געב מיר א רגע, איך וויל טראכטן"

ט: ענדיג מיר: טראכטן פון...

ק: אלעס וואס גייט דורך אויף מיר.

ט: פרוביר מיר צו זאגן נאך אביסל מער דערוועגן

ק: די אלע מיטמאכנישן, את כל התלאות, די אלע זאכן וואס גייען מיר נישט, צו מאכן סענס דערפון.

ט: פרוביר אריינצוגריבלן אין די מצב הנפש. וואס איז עס?

ק: אזוי ווי א מענטש וואס טראגט שווערע באקסעס דריי שטאק ארויף. און ער געט זיך אזא שטעל אפ און ער איז זיך מיישב "נו, לאמיר אנהייבן מיט'ן קומענדיגן באקס?" ער זוכט צו טרעפן אין זיך כוחות מיט וואס צו אנהייבן.

ט: וואס זענען די ווערטער וואס דער נפש זאל זיך אויסדרוקן?

ק: אפשר "נו, לאמיר אנהייבן?" ס'קען זיין אז ס'קומט פון שטענדיג זאמלן נעגעטיוו דאטא.

ט: צי וואלסטו מיר געקענט זאגן א ווארט וואס דאס טרייבט דיין נפש צו טראכטן דערפון. איז די ווארט די 'נעגעטיוו' זאכן? אדער וואס?

ק: (קען נישט געהעריג זאגן)

ט: פרוביר עס זאגן אויף א צווייטן. זאג: זיין נפש איז יעצט בעיקר פארנומען מיט...

ק: אפשר "ווען גייט זיך דאס אלעס ענדיגן?"

ט: פרוביר נאכאמאל

ק: צי איז דא א וועג וויאזוי דאס בייצוקומען?

ט: פרוביר נאכאמאל

ק: יא. וויאזוי קום איך דאס איבער.

ט: וויאזוי קום איבער וואס? וויאזוי קום איך איבער...

ק: אפשר אז איך זאל מצליח זיין.

ט: נאכאמאל

ק: אז זאכן זאלן מיר נישט שטיין אין וועג.

ט: נאכאמאל

ק: אז איך זאל שוין האבן א בעסערע טאג

ט: נאכאמאל

ק: זיך בעסער א עצה געבן.

ט: לויט וויאזוי עס קוקט מיר אויס, און באשטעטיג מיר אויב עס איז טאקע אזוי, האסטו אזא מידה צו ענדערש טראכטן פון די אלע שוועריגקייטן, און וויאזוי דו קענסט עס בייקומען. משל דיר אויס אז ס'איז פארהאן א מהלך החיים צו טון וואס מ'קען כדי צו ארויסצוגיין פון?

ק: פון זאכן וואס שטערן מיין הצלחה

ט: יא. פון זאכן וואס שטערן דיין הצלחה. צו טון. אבער נישט בלויז טראכטן דערפון. און זאג: אויב איך גיי אננעמען דעם מהלך. דאן...

ק: ס'האט מיר אנגעכאפט אזא שטיקל צוריקהאלט

ט: פרוביר נאכאמאל

ק: איך ווייס נישט פארוואס. אבער איך פיל אז דשאסט איך וויל נישט. איך וויל נישט אננעמען די מהלך פון טון. ס'איז אפשר צו אגרעסיוו.

ט: אטעם אריין טיף. און פרוביר נאכאמאל און זאג: אויב איך גיי אננעמען די מהלך פון טון.

ק: איך מיין אז ס'קומט ארויף "איז עס שוין נישט אינטערעסאנט"

ט: פרוביר נאכאמאל

ק: איז עס נישט אינטערעסאנט. עס פילט זיך באררינג. פלעין. טון און שוין.

ט: פרוביר נאכאיינמאל: אויב איך גיי אננעמען אז ווען איך גיי פארשטיין אז איך האב זאכן וואס שטערן מיין הצלחה, וועל איך טון פעולות דערוועגן, אבער נישט טראכטן, דאן...

ק: צוויי זאכן וואס קומט ארויף: אדער "עס איז צו אגרעסיוו", און אויך "ס'איז באררינג"

ט: זאג מיר מער וועגן דעם צו אגרעסיוו?

ק: איך ווייס נישט פארוואס, אבער איך האב אזא מורא פון טון. איך פיל ווי ס'איז צו שארף. ס'דערשרעקט מיר

ט: שטעל דיך פאר אז דו טוסט יא. וואס קומט ארויף?

ק: איך פיל "ניין! סטאפ! הער אויף!" און יעצט ווען איך הער אויף איז רואיגער. (קליענט אטעמט אפ)

ט: פרוביר נאכאיינמאל, און מיט דיין גאנצע כוח דשאסט טו!

ק: "יו, ניין, סטאפ!"

ט: זאג: יו, ניין, סטאפ, ווייל אויב איך גיי יא טון, דאן...

ק: עס פילט זיך צו אגרעסיוו.

ט: וואס פאר א שייכות, אויב עפעס שייכות, האט די נפש וואס ליגט אונטערן אויסדרוק פון 'זאלן מיר אנהייבן', מיט 'מורא פון פילן צו אגרעסיוו'?

ק: אז אנשטאט טון, טראכט איך דערפון.

ט: דאס אז 'טון' פילט זיך דיר צו שארף און אגרעסיוו, דאס האסטו אייביג געהאט? זע דיך פון ווען דו געדענקסט דיך, און זאג: אויב איך גיי דשאסט טון, דאן...

ק: פיל איך נישט אין מיר כוחות דאס אנצוהאלטן.

ט: וואסערע שייכות האט 'איך פיל נישט די כוחות צו טון' מיט 'איך גיי נישט נעמען שריט צו טון אויף למעשה'?

ק: ווייל אויב איך פיל נישט, וויל איך נישט.

ט: זאג: אויב אפילו איך פיל נישט אין מיר די כוח צו טון, וועל איך דאך טון, דאן...

ק: פילט זיך עס שוואך.

ט: און אויב איך טו, אפילו אויב עס פילט זיך שוואך, דאן...

ק: פילט זיך עס אומזיכער

ט: און אויב איך טו, אפילו עס פילט זיך שוואך און אומזיכער, דאן...

ק: מענטשן זעען, און קוקן מיך אן ווי א שוואכע מענטש.

ט: זאג אזוי: אויב איך פיל נישט אין מיר די כוח צו טון פעולות וואס פעלט זיך אויס כדי יא צו מצליח זיין, וועל איך נישט טון, ווייל עס פילט זיך שוואך און אומזיכער, און מענטשן גייען זען און מיך אנקוקן ווי א שוואכער מענטש, דערפאר אויב איך פיל נישט, וועל איך נישט טון.

ק: (זאגט עס)

צעטיל

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

איז די סיבה פארוואס איך וואנדער ענדערש ארום זאכן וואס האבן געשטערט מיין הצלחה, און איך טראכט דערפון וויאזוי דאס בייצוקומען, קומט דאס ווייל טראכטן איז גרינגער ווי טון פעולות. ווייל אויב איך פיל נישט אין מיר די כוח צו טון פעולות וואס פעלט אויס כדי יא צו מצליח זיין, וועל איך נישט טון. ווייל עס פילט זיך שוואך און אומזיכער, און מענטשן גייען זען, און מיך אנקוקן ווי א שוואכער מענטש. דערפאר אויב איך פיל נישט, וועל איך נישט טון.

כאטש אויב איך וואלט געווען צוגעוואוינט צו טון, וואלט עס אפשר נישט געווען אזוי שווער ב"ה, אבער וויבאלד איך פיל נישט, וויל איך נישט טון, צי וועגן דעם וועל איך טראכטן "נו, לאמיר אנהייבן?"

והשם הטוב יעזור וירחם
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: א רגע נאך יעצט פארגעס איך עס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

טערעפיסט: א גוטן הרב 'קליענט' נירו יאיר ויזרח, איך וויל דיך פילן, און שטארק

קליענט: איך בין גרייט ב"ה

ט: וויאזוי איז געווען מיט'ן אויפשטיין?

ק: נאך אלץ בכבידות, איך האב טאקע געקענט פילן ווי דער וואס דארף ארויפברענגען דריי שטאק נאך א באקס

ט: זע דיך כאילו ס'איז יעצט, און זאג מיר די ווערטער פון דיין נפש?

ק: אפשר: אוי, כ'האב נישט קיין כוח.

ט: פרוביר נאכאמאל

ק: יא. זאל מען אנהייבן? יעצט, שוין?

ט: פרוביר דיך פארצושטעלן ווי די רגע דו מאכסט אויף די אויגן, און דו ווייסט אז ס'איז שוין צייט אויפצושטיין, קומט אריין אין דיר די רצון פון התגברות, אה, הנני! נעמסט אויף דעם פרישן טאג מיט ביידע הענט. וואס קומט ארויף?

ק: סטאפ, ווארט א רגע.

ט: פרוביר נאכאמאל

ק: יא, סטאפ, ווארט א רגע, טראכט!

ט: פרוביר עס צו ענדיגן: ווייל אויב איך גיי דשאסט אויפשטיין מיט א צוגאנג פון התגברות, מיט חיות, וכו', דאן...

ק: עפעס איז ארויפגעקומען, אבער נאך פאר איך האב עס געקענט פארשטיין צו זאגן וואס דאס איז, איז עס אוועקגעפלויגן

ט: זאג: ווייל אויב ער גייט דשאסט אויפשטיין מיט א צוגאנג פון דירעקטע התגברות, וכו'

ק: ווייטער קומט ארויף: ס'מיינט אז ס'גייט אים נישט אן אז ס'גייט אים שווער. אונז האב מיר שוין געמאכט אויף דעם סעשאנס.

ט: ווי ס'קוקט מיר אויס דרוקט אויף דיין געפיל, דיין עקספיריענס פון שוועריקייטן, אדער דורכפאל, אדער אי הצלחות. ענדיג מיר: עס דרוקט מיר?

ק: אז ס'גייט מיר נישט.

ט: נאכאמאל

ק: אז איך בין א לא יוצלח, אז ס'גייט מיר נישט.

ט: נאכאמאל

ק: די אזוי ווי א וואנט וואס שטערט מיין הצלחה. אבער די זאך איז אז איך ווייס אז איך האב אזא מידה צו ענדערש זיין פאוקוסירט אויף מיינע אי הצלחות, ווי איידער צו מכיר טובה זיין די זאכן וואס איך האב יא מצליח געווען. ס'איז אזא שאד.

ט: פרוביר אזוי. פרוביר דיך פארצושטעלן אז ס'דא צוויי געגנשטאנדן. איינס וואס דרייט דיך אוועק פון הצלחה, און איינס וואס פירט דיך צו הצלחה. און שטעל דיך פאר אז אין די רגע דו ביסט גענוג אויף צו וויסן אז מ'קען שוין אויפשטיין, שטעל דיך פאר ווי דו שטייסט אויף מיט התגברות, חיות, זריזות, שמחה, און ווען עס קומט ארויף די מחשבה "זאכן גייען מיר נישט", געב עס א שטופ אוועק מיט'ן גאנצן כוח וואס דו האסט אין דיר, און דריי דיך אינגאנצן אויס צו קוקן אויף די זאכן וואס גייען דיר יא. און זאג: וועגן דעם שטיי איך אויף מיט התגברות. צי קומט עפעס ארויף?

ק: עס דאכט זיך מיר אז עפעס פילט זיך, אבער איך האב עס נישט געקענט פארשטיין, עס איז אוועקגעפלויגן.

ט: זאג: וועגן דעם שטייט ער אויף.

ק: עפעס פילט זיך עס פאני. איך קען עס אבער נישט אנכאפן.

ט: זאג: אויב איך שטיי אויף מיט התגברות נאר וועגן דעס ביסל הצלחה...

ק: עפעס קומט ארויף א געפיל בשייכות צו מיין וועליו, איך קען עס אבער נישט כאפן.

ט: זאג: אויב איך גיי כאפן וואס ער פילט אויב ער שטייט אויף 'בהתגברות' נאר וועגן דעם, דאן...

ק: דאן, גיי איך עס כאפן

ט: נאכאמאל

ק: ס'ווערט מיר אזוי ווי בלענק

ט: שטעל דיך פאר ווי דו זעסט דיך ווי לעבעדיגע בילדער פון יארן צוריק, ווי דו שטייסט אויף מיט התגברות, נאר וועגן דעס ביסל הצלחה. און זאג: איך פיל אינגאנצן באקוועם דערמיט. דאס האב איך געוואלט.

ק: עס קומט ארויף "ניין, איך פיל נישט באקוועם"

ט: זאג: איך פיל נישט באקוועם, ווייל...

ק: אפשר קומט ארויף "ווייל נישט דאס איז וואס איך דארף טון"

ט: געב א קוק צו די פאלגנדע זאץ פילט זיך אינגאנצן אמת'דיג פאר דיר. און די זאץ איז: איך שטיי נישט אויף מיט התגברות, שמחה, זריזות, חיות, ווייל איך טו נישט וואס איך דארף טון

ק: יא, איך ווייס אז איך טו נישט וואס איך דארף טון, אבער פארוואס טוט זיך מיר נישט וואס איך דארף טון?

ט: פרוביר צו די פאלגנדע מאכט מער סענס: איך שטיי נישט אויף מיט התגברות, וכו', ווייל איך וואונדער מיך פארוואס עס טוט זיך נישט וואס איך דארף טון.

ק: ניין. עס מאכט נישט קיין סענס

ט: סאו, פרוביר נאכאמאל זיך פארצושטעלן אז ס'איז דא פאר דיר צוויי געגנשטאנדן. איינס וואס דרייט דיך אוועק פון הצלחה, און איינס וואס פירט דיך צו הצלחה אין געוויסע זאכן. און שטעל דיך פאר אז דו שטייסט אויף מיט התגברות. און ווען עס קומט ארויף אין דיר די מחשבה "די אי הצלחות" געב עס א שטופ אוועק און זאג "וועגן דאס ביסל הצלחה"

ק: איך פיל מיך ווי געצווינגען צו דאס ביסל הצלחות. איך וויל עס נישט עכט.

ט: געב א קוק צו עס פילט זיך דיר אינגאנצן אמת'דיג צו זאגן די פאלגנדע זאץ: די סיבה פארוואס איך שטיי נישט אויף מיט התגברות, וכו', איז וועגן איך פיל מיך ווי געצווינגען צו דאס ביסל הצלחה

ק: ס'איז אמת אז איך פיל מיך ווי געצווינגען, אבער עס פילט זיך נישט אמת'דיג צו זאגן אז וועגן דעם שטיי איך נישט אויף בהתגברות.

ט: וואס פילט זיך יא אמת'דיג צו זאגן?

ק: די סיבה פארוואס איך שטיי נישט אויף איז ווייל וואס וועט זיין מיט מיין טאג, ווען וועט דאס ווערן מסודר.

ט: לאמיר זיך פארשטעלן אז די רגע דו מאכסט אויף די אויגן, און דו ווייסט אז מ'קען שוין אויפשטיין, שטייסטו אויף מיט התגברות, און דו זאגסט "אה, א מחי', נעכטן איז געווען א מסודר'דיגע טאג פונקט אזוי ווי איך דארף, און היינט גייט אויך זיין מסודר. סאו, דאס איז נישט קיין זאך אויף צו טראכטן דערוועגן. נו, לאמיר אויפשטיין. קומט עפעס ארויף אומבאקוועם?

ק: אפשר קומט ארויף "איך פיל נישט אנערקענט"? מיין אטענשאן געט אזא פליה צו מיר אליין און איך טרעף מיך מיט אזא געפיל פון "קיינער קוקט נישט אויף מיר". אינטערעסאנט.

ט: קענסט מיר זאגן מער וועגן דעם געפיל פון "קיינער קוקט נישט"

ק: אפשר "איך בין אומאינטערעסאנט"

ט: זאג מיר מער וועגן דעם "אומאינטערעסאנט"

ק: א געפיל וואס קומט אריין אין מיר וואס פילט זיך ווי איך ווער איינגעשלינגען אלץ א זאך וואס מ'באמערקט נישט.

ט: וואסערע שייכות האט דאס 'נישט אויפשטיין מיט באלדיגע התגברות, שמחה, זריזות, וחיות', מיט מורא פון 'א געפיל פון זיך פילן אזוי איינגעשלינגען און נישט באמערקט'.

ק: איך האב מורא פון סדר. ס'איז אזוי ווי אלעס איז שא שטיל, מ'הערט מיך נישט.

ט: זאג עס הויעך און קלאר: די איינציגע וועג וואס איך ווייס וויאזוי איך קען ווערן באמערקט, איז נאר דורך אומ'סדר. סדר מיינט בלייבן אומבאמערקט, אן א וועג וויאזוי צו ווערן באמערקט.

ק: (זאגט עס) ווי אויך פילט זיך עס באררינג

ט: זאג מיר מער וועגן דעם באררינג

ק: נאכאמאל, נאכאמאל, נאכאמאל, נאכאמאל, נאכאמאל, ס'פעלט חיות. אומ'סדר מאכט חיות.

ט: וואס פאר א שייכות האט דאס אז דו שטייסט נישט אויף בהתגברות, שמחה, זריזות, מיט מורא פון פילן די באררינג?

ק: איך האב מורא פון סדר.

ט: זאג די איינציגע וועג וויאזוי מיין לעבן קען האבן חיות איז נאר דורך אומ'סדר. סדר מיינט באררינג, אן א וועג וויאזוי צו האבן חיות אין אינטערעסאנטקייט

ק: (זאגט עס) האסט געהאט מיט מיר געמאכט א סעשאן וועגן האבן די ריכטיגע רצון. איך פיל נאך אלץ נישט אז עס האלט זיך אין מיר.

ט: שטעל דיך פאר אז אין יעדע זאך וואס דו טוסט אפילו וואס גייט זיך אויסלאזן לויט די רצון השי"ת און נישט לויט דיין רצון, איז דא א רצון השי"ת אז דו זאלסט האבן א שטארקע אינטערעסע דערין אז דו זאלסט עס טון אז ס'זאל געשען. און זאג: אויב איך ערלויב מיך דעם פאקט, דאן...

ק: פיל איך ווי ח"ו השי"ת שפילט אונז אויס. (אוודאי הכל מצד היצר ואין אני מסכים ח"ו)

ט: נאכאמאל

ק: וועל איך זיין צופרידן

ט: און איז אינגאנצן באקוועם צו זיין צופרידן דערמיט? זאג: אויב איך בין אינגאנצן צופרידן מיט דעם פאקט, דאן... און לאז א טיפערע חלק אין דיר דאס ענדיגן

ק: אפשר 'עס קומט ארויף א קשיא, פארוואס זאל השי"ת וועלן אז מ'זאל וועלן זאכן וואס גייען צום סוף נישט ווערן. און איך האב די פראגע אלעמאל זייט איך געדענק מיך.

ט: זאג אזוי: אויב איך ערלויב מיך דעם פאקט, הייבט מיר אן עגבערן "פארוואס זאל השי"ת וועלן אז מ'זאל וועלן אזאך וואס גייט נישט צום סוף ווערן אזוי, קען דען זיין אז ער וויל עס"

ק: (זאגט עס)

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

איז די סיבה פארוואס איך שטיי נישט אויף בהתגברות, שמחה, זריזות, חיות, ווייל עס איז מיר ענדערש צו פאוקוסירן אויף ווי אומ'מסודר די טאג איז, ווייל דאס האלט אוועק פון מיר די געפיל פון זיך פילן אזא "קיינער קוקט נישט, איך בין אומאינטערעסאנט, אומבאמערקט" און די איינציגע וועג וואס איך ווייס וויאזוי איך קען ווערן באמערקט, דאס ביסל וואס איך וויל יא ווערן באמערקט, איז נאר דורך אומ'סדר. סדר מיינט בלייבן אינגאנצן אומבאמערקט, אן א וועג וויאזוי צו ווערן עפעס באמערקט. ווי אויך איז די איינציגע וועג וויאזוי מיין לעבן קען האבן חיות איז נאר דורך אומ'סדר. סדר מיינט באררינג, אן א וועג וויאזוי צו האבן חיות און אינטערעסאנטקייט.

כאטש עס שטערט מיך אומ'סדר, און פאוקוסירן אויף אומ'סדר, ווייל ס'מאכט מיך נישט אויפשטיין בהתגברות וכו', אבער איך מוז מיט עפעס אוועקהאלטן דעם געפיל פון זיך פילן "קיינער קוקט נישט". ס'זייער אומבאקוועם

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

אויב איך ערלויב מיך דעם פאקט, אז יעדע זאך וואס איך טו איז דא א רצון השי"ת אז איך זאל עס וועלן אינגאנצן, אפילו אויב איך ווייס אז ס'קען זייער מעגליך זיין אז ס'גייט זיך נישט אויסלאזן וויאזוי איך וויל, נאר אזוי ווי ער וויל, דאן הייבט מיך אן עגבערן די זאך וואס עגבערט מיר פון אייביג אן "פארוואס זאל השי"ת וועלן אז מ'זאל וועלן אזאך וואס גייט נישט צום סוף ווערן אזוי, קען דען זיין אז ער וויל עס?"

כאטש ווען איך האב אזא קשיא, שטערט עס מיך פון אנגיין מיט רצון וחיות, אבער ס'מוז מיר ווערן פארענטפערט פאר מ'גייט ווייטער

והשם הטוב יעזור
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: א רגע נאך יעצט פארגעס איך עס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

טערעפיסט: א גוטן הרב קליענט נירו יאיר

קליענט: ס'איז דא צומאל ווען איך פיל נאך אלץ אזא פחד פון א סענסעשאן, אדער מוד, אדער וואטעווער ס'איז

ט: גוט. פרוביר דיך פארצושטעלן כאילו דו ביסט יעצט דארט, און שטעל דיך פאר ווי דיין נפש נעמט זיך לויפן א אינערליכע כוח וואס מאכט דיין מחשבה אין דיין קאפ שטארק קאנצענטרירט און פאוקוסירט, עס נעמט דיך ארויס פון דיין מוד, און עס שטארקט דיך אויף אזא אופן אז דו פילסט ווי דער סענסעשאן ווערט אזא קליינליכע גארנישט. נישט ווערד אפילו צו געבן א קוק דערויף. און בשעת דיין נפש געשעט אין דיר דער כוח, ענדיג מיר דעם זאץ: מיין נפש לויפט נישט דעם כוח סתם אזוי, ווייל...

ק: (קליענט אטעמט אפ)

ט: מיין נפש לויפט נישט סתם אזוי דעם כוח, ווייל...

ק: אפשר "איך בין אנידער געשלאגן"

ט: זאג אזוי: די חלק פון מיין נפש וואס וויל נישט לויפן דעם כוח איז...

ק: די חלק הגעפיל

ט: פיין, זייער גוט. פרוביר נאכאיינמאל

ק: די חלק הגעפיל מיינע וואס ליגט אינעם עבר

ט: פיין. זייער גוט. אויסגעצייכנט. נאכאיינמאל און זאג מיר מער דערוועגן

ק: א חלק פון טרויער אין מיר וואס האט ליב צו אזוי קלאגן. אזוי ווי א מענטש וואס איז זיך מתבונן אין זיין טרויער וואס איז געשען

ט: אקעי גוט. זייער גוט. איך האב זייער הנאה פון דיינע ענטפערס. דו דערפרייטסט מיר מיט דיינע ענטפערס. יעצט, זאג מיר מער וועגן די 'ליגן אין טרויער'

ק: אזא געפילישע התבוננות

ט: יא איך הער, זאג ווייטער שעם דיך נישט. אזא געפילישע התבוננות, נו...

ק: צו ארויפברענגען צער

ט: אקעי, נו... זייער גוט. צו ארויפברענגען צער...

ק: און זיך אריינקוועטשן

ט: יא, און זיך אריינקוועטשן...

ק: (איז שטיל)

ט: איך בין זייער אינטערעסירט. און זיך אריינקוועטשן...

ק: און ווערן אריינגעקוועטשט אינעם צער, און ווערן אונטערדרוקט דערפון

ט: אקעי. סאו, זאג: די חלק נפש מיינע וואס וויל נישט לויפן די וועג הנ"ל איז די חלק הגעפיל מיינע וואס ליגט אינעם עבר, וואס האט ליב צו טרויערן, און קלאגן, זיך מתבונן זיין געפיליש אין זיין טרויער וואס איז געשען. צו ארויפברענגען צער און זיך אריינקוועטשן דערין, און ווערן אונטערדרוקט דערפון.

ק: (זאגט עס)

ט: וואס האט שייכות 'איך וויל נישט לויפן די געוויסע שטארקייט' מיט 'איך וויל יעצט ליגן אריינגעקוועטשט און אונטערדרוקט אינעם טרויעריגן עבר'?

ק: ווייל דער געוויסע שטארקייט, נעמט ארויס פון די סארט ליגן אינעם עבר

ט: זאג אזוי: איך וואלט ווען ב"ה געקענט טון אז איך זאל האבן אין מיך א פאוקוסירנדע שטארקייט וואס וואלט מיך געהויבן פון דעם גאנצן פחד, אזוי אז עס וואלט געווארן א קלייניגקייט, נאר איך וויל מיך ענדערש אריינקוועטשן אין די מוד פון קלאג און טרויער פונעם עבר, און דאס וואלט מיך אוועקגעשלעפט דערפון. איך קען דאס נישט ערלויבן. איך האב ענדערש ליב די טרויעריגע מוד, ווי זיך ארויסהייבן און זיין העכער פון די אלע זאכן.

ק: (זאגט עס)

ט: זאג אזוי: עס איז מיר וויכטיגער צו זיין אריינגעקוועטשט, ווי פאקוסירט און שטארק, ווייל אויב איך גיי זיין פאוקוסירט און שטארק, דאן...

ק: וועל איך נישט זיין קאנעקטעד צו מיין געפיל

ט: זייער גוט. מורא'דיג. איך האב אמת'דיג הנאה פון דיר, און דו ווייסט עס. נאכאמאל

ק: איך בין א מענטש וואס האט ליב צו זיין אריינגעקוועטשט

ט: יא. זייער גוט. איך בין א מענטש וואס האט ליב צו זיין אריינגעקוועטשט. ווייל אויב איך בין נישט אריינגעקוועטשט, דאן...

ק: פיל איך ווי איך האק מיך אפ פון א חלק נפש אין מיר.

ט: יא. דו פילסט ווי דו ווערסט אפגעהאקט פון א חלק נפש פון דיר אליין. ווער וויל דען זיין אפגעהאקט פון זיך אליין? זייער גוט. ס'איז מיר זייער אינטערעסאנט און גאר גאר וויכטיג זאלסט מיר פארציילן וואס דו פילסט. און ענדיג מיר: יענץ איז א חלק נפש אין מיר, ווייל...

ק: אפשר קומט ארויף "ווייל מ'האט מיך געטשעפעט"

ט: מ'האט מיך געטשעפעט. סאו, דו פילסט צער און ווייטאג, פארשעמט דערפון. דאס אליין מאכט דיך זיין צוגעבינדן צו דעם חלק נפש. זייער פארשטענדליך. איך פארשטיי דיך זייער גוט. יעצט זאג מיר נאכאמאל: יענץ איז א חלק נפש אין מיר, ווייל...

ק: אפשר: ווייל איך ווער אין יענע חלק נפש הגעפיל ווייגעטון אסאך, און עס טוט מיך וויי, און איך דארף דילן דערמיט.

ט: איך פארשטיי דיך זייער און עס מאכט לאגישע סענס. ווייל דו פילסט געפילן, און דו פילסט אז דו ווערסט ווייגעטון, דערפאר פילסטו אז דו מוזט דערפון קער נעמען.

זאג אזוי: איך קען ווען טון ב"ה אז ס'זאל זיך אין מיר אויפהייבן די כוח פון שטארקן מיין פאוקעס וואס זאל מיך שטארקן גענוג הויעך אזוי אז די פחדים זאלן ווערן א קליינליכקייט, נישט ווערד צו געבן א בליק דערויף. נאר איך קען מיך דאס נישט ערלויבן, ווייל איך וויל יא זיין אריינגעקוועטשט אז די טרויער פון מיין עבר זאל זיין שטערקער ווי מיר, ווייל דאס איז א חלק פון מיין נפש, איך וויל דערפון נישט ווערן אפגעהאקט, און איך דארף אויסהיילן מיין ווייטאג וואס מ'האט מיך געטשעפעט דעם חלק נפש.

ק: (זאגט עס)

ט: וואס האט שייכות 'יענץ איז מיין חלק נפש' ביזן מאכן אז יענע חלק נפש זאל זיין גרעסער ווי דו, און דו זאלסט זיין אונטערדרוקט אונטער דעם? זאג: אויב איך גיי זיין העכער ווי דו, דאן...

ק: באנעמסטו מיך שוין נישט.

ט: אה. און אויב דו באנעמסט מיך שוין נישט, דאן...

ק: וועל איך נישט קוקן אויף דיין זייט

ט: און אויב איך קוק נישט אויף דיין זייט, דאן...

ק: וועט פלוצלינג קומען נאך א אומגערישטע טשעפע. איך וויל זיין גערישט דערויף.

ט: מאכט סענס. אז דו האסט מורא אז עס גייט פלוצלינג קומען א אומגערישטע טשעפע, סאו, מיט דעם וואס דו פילסט עס, פראטעקטסטו עס אויף עפעס א וועג. זאג עס נאכאמאל: און אויב איך קוק נישט אויף דיין זייט, דאן...

ק: כנ"ל

ט: זאג אזוי: איך וואלט געקענט לויפן אז מיין פאוקוס זאל ווערן גענוג שטארק זיך צו הייבן גענוג הויעך אז די פחדים זאלן ווערן גאר קליינליך, ביז נישט כדאי צו קוקן דערויף בכלל. נאר איך מוז מיך אריינקוועטשן, און אונטערדרוקן אונטער די געפילישע טרויער און קלאג אויפן עבר, און עס מאכן שטערקער און גרעסער ווי מיר, ווייל נאר אזוי וועל איך נישט כאפן נאך א טשעפע אומגערישט. מיט דעם פראטעקט איך עס, עס זאל נישט ווערן געטשעפעט. און די אינערליכע פאוקוס שטארקייט נעמט מיך ארויס פון זיין קאנעקטעד צו דעם חלק נפש, און עס פראטעקטן פון א טשעפע.

כאטש דאס מאכט אז איך זאל נישט וועלן לויפן די אינערליכע שטארקייט, אבער איך וויל נישט כאפן א טשעפע אומגערישט.

ק: (זאגט עס)

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

איך וואלט געקענט לויפן אז מיין פאוקוס זאל ווערן גענוג שטארק זיך צו הייבן גענוג הויעך אז די פחדים זאלן ווערן גאר קליינליך, ביז נישט כדאי צו קוקן דערויף בכלל. נאר איך מוז מיך אריינקוועטשן, און אונטערדרוקן אונטער די געפילישע טרויער און קלאג אויפן עבר, און עס מאכן שטערקער און גרעסער ווי מיר, ווייל נאר אזוי וועל איך נישט כאפן נאך א טשעפע אומגערישט. מיט דעם פראטעקט איך עס, עס זאל נישט ווערן געטשעפעט. און די אינערליכע פאוקוס שטארקייט נעמט מיך ארויס פון זיין קאנעקטעד צו דעם חלק נפש, און עס פראטעקטן פון א טשעפע.

כאטש דאס מאכט אז איך זאל נישט וועלן לויפן די אינערליכע שטארקייט, אבער איך וויל נישט כאפן א טשעפע אומגערישט.

והשם הטוב יעזור אז מ'זאל געדענקען אז אלעס קומט פון אים.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: א רגע נאך יעצט פארגעס איך עס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ. אל יתן למוט רגליך ואל ינום שומריך

טערעפיסט: א גוטן הרב קליענט נירו יאיר ויזרח. קום צו מיר און זאג מיר וואס דו ווייסט מיום הוייתך בעולם

קליענט: איך וועל פרובירן כיד ה' הטובה עלי

ט: פארצייל מיר וויאזוי עס איז געווען מיט די פחד פון דעם סענסעשאן א.ד.ג.

ק: איך וואלט געוואלט אז מיין פאוקעס זאל ווערן נאך מער שטערקער, און נישט זיין אונטערדרוקט אונטער די געפיל.

ט: שטעל דיך פאר ווי דיין נפש לויפט אויף אזא אופן אז עס שאפט אין דיר א כוח וואס שטעלט דיך אוועק צו קענען גיין ווייטער. ס'רעכנט זיך נישט מיט קיין שום חשבון, דשאסט עס טראגט דיך ווייטער אל הדרך העולה בית ק-ל. און ענדיג דעם זאץ: מיין נפש וואס האט דעם כוח איז...

ק: צו דורכשניידן מיין אייגענע וועג.

ט: דו מיינסט מיר צו זאגן אז דו פילסט אז ס'האט עפעס שייכות מיט "איך שנייד דורך מיין וועג"

ק: יא.

ט: וואס האט שייכות "איך שנייד דורך מיין וועג" מיט "דעם כוח"? ענדיג מיר דעם זאץ: די שייכות איז ווייל...

ק: איך קען אויספירן וואס איך וויל.

ט: דו מיינסט צו זאגן אז דער כוח האט א שייכות מיט'ן קענען אויספירן וואס דו ווילסט

ק: יא.

ט: ענדיג: קענען אויספירן וואס איך וויל, האט א שייכות מיט דעם כוח, ווייל...

ק: אפשר "איך קוק נישט אויף ארומיגע חשבונות"

ט: דו מיינסט צו זאגן אז דער כוח האט א שייכות מיט 'נישט קוקן אויף ארומיגע חשבונות'. ענדיג מיר: די שייכות פון די ביידע איז...

ק: ווייל איך פיר אויס מיין כוח וואס איך וויל אויספירן.

ט: ענדיג מיר: איך פיר אויס מיין כוח וואס איך וויל אויספירן האט שייכות מיט דעם כוח, ווייל...

ק: ווייל דער כוח טראגט מיך צו וואו איך וויל גיין. וואס איך וויל באמת.

ט: געב א גיי דורך פון ווען דו געדענקסט דיך, און ענדיג מיר: אזא נפש וואס שאפט אזא כוח אין מיר האב איך געהאט ווען...

ק:

ט: האב נישט מורא. אל תירא תולעת יעקב. שטארק דיך מיט אלע כוחות און ענטפער מיר מיט'ן גאנצן כוח וואס דו פארמאגסט אין דיר.

ק: אפשר ווען איך האב געדארפט עפעס ענדיגן עמערדשענסי.

ט: זייער גוט. און פארצייל מיר אביסל מער וואס דו האסט געטון אינערליך וואס האט געשאפן אין דיר אזא כוח

ק: איך האב אוועקגעשטופט יעדעם אין א זייט. נישט געקוקט אויף קיינעם. איך בין דא אויסצופירן וואס איך וויל. צו דורכשניידן מיין וועג.

ט: אויב דו האסט מיר שוין פארציילט איין פלאץ וואו דו האסט עקספיריענסד אזא אינערליכע כוח, זאג מיר נאך א פלאץ

ק: אפשר ווען איך האב געוואלט פארשטיין עפעס אין לערנען. עס פילט זיך ווי פון מיין ווילן איז דא איין אנהאלטנדע כוח וואס לאזט נישט אריין עפעס אנדערש

ט: אלץ יונגעל?

ק: איך בין ענדערש געווען אזוי שוואכיטש. כמעט נישט אזוי מיט דעם כוח.

ט: פרוביר נאכאמאל זיך פארצושטעלן ווי דו האסט אין דיר א סארט נפש וואס ווען עס איז פועל שאפט עס אין דיר א אינערליכע כוח וואס טראגט דיך ווייטער און נישט קיין חילוק וועלכע חשבונות, עס טראגט דיך אל על. און ענדיג: די סארט נפש אין מיר איז...

ק: ווען איך

ט: יא, יא. ווען איך... דער סארט נפש אין מיר איז...

ק: ווען איך וויל באמת

ט: וואס מיינסטו צו זאגן "ווען איך וויל באמת"? סתם אזוי ווילסטו נישט באמת? ענדיג מיר: ווען איך וויל באמת מיינט...

ק: ווען גארנישט שטייט מיר נישט אין וועג

ט: לאמיר פרובירן און השי"ת החומל על דל זאל דיר העלפן בזכות הצדיקים. פרוביר דיך פארצושטעלן ווי ארום דיר איז דא פארשידענע כוחות וואס ווילן דיר איבערנעמען, און דו שאפסטעך אלץ א שפיציגע שנייד, און דו שניידסט דיין וועג. צי קומט ארויף עפעס אומבאקוועם?

ק: עס קומט ארויף "יו, איך קען נישט טרעפן אין מיר דעם כוח"

ט: זייער גוט. זייער גוט. איך בין דיר זייער דאנקבאר פאר'ן מיטטיילן מיט מיר וואס דו פילסט. לאמיר זיך פארשטעלן נאכאמאל די אויבנדערמאנטע, און לאז ארויפקומען וואס ס'וויל ארויפקומען פון דיינע טיפענישן, אבער אויב ס'קומט ארויף א געפיל אדער א ענליכע געפיל צו "יו, איך קען נישט טרעפן אין מיר דעם כוח" זאג "און דעמאלטס ווען איך האב געדארפט עפעס ענדיגן עמערדשענסי? אדער איך האב געוואלט פארשטיין די און די זאך אין לערנען? פרוביר

ק: אפשר קומט ארויף "קיינער גייט מיך נישט ליב האבן דעם וועג"

ט: זייער גוט. זייער גוט. איך האב זייער זייער ליב ווען דו ענטפערסט מיך. wow. דו מיינסט צו זאגן אז אויב דו גייסט נוצן דעם סארט נפש, הייבט אן אין דיר ארויפצוקומען א געפיל פון "אוי, איך פארליר מיין ליבשאפט" ס'קוקט מיר אויך אויס אז אויף עפעס א אופן האלטסטו קאפ אויף זיין אויף א אופן צו בלייבן באליבט.

ק: יא.

ט: פרוביר נאכאיינמאל, און זאג מיר וואס ס'קומט ארויף?

ק: כנ"ל

ט: ענדיג מיר דעם זאץ: די שייכות פון פארלירן ליבשאפט ווען מ'נוצט דעם כוח איז...

ק: קערסט נישט אויף ארומיגע.

ט: אה, יא. דו מיינסט מיר צו זאגן אז א מענטש וואס קערט נישט אויף ארומיגע, גייט זיך זיין וועג, פארלירט ליבשאפט. ריכטיג? ריכטיג?

ק: שמייכלט. עפעס אזוי.

ט: זאג אזוי: בעזרת השי"ת קען איך ווען נוצן מיין סארט נפש וואס וואלט געשאפן אין מיר א כוח וואס וואלט מיך אויפגעהויבן און געטראגן ווייטער אל מקום קדשו, נישט קיין שום חילוק וועלכע חשבונות, צו דורכשניידן מיין אייגענע וועג, צו אויספירן וואס איך וויל באמת, צו נישט קוקן אויף ארומיגע חשבונות, נאר אויב איך הייב עס נוצן קומט ארויף אין מיר א געפיל אז איך פארליר ליבשאפט. ווייל דאס פילט זיך אז איך קער נישט אויף ארומיגע, אז איך שטופ באמת אוועק יעדעם אין א זייט, אז איך קוק באמת נישט אויף קיינעם. איך קען מיך נישט ערלויבן צו פארלירן ליבשאפט. דערפאר וועל איך ענדערש נישט נוצן דעם כוח, כאטשיג בלייב איך באליבט. אפילו אויב נישט נוצן דעם כוח ערלויבט פחד. דערפאר פיל איך "יו, איך קען נישט טרעפן אין מיר דעם כוח"

ק: (זאגט עס, און שמייכלט)

ט: האט עפעס שייכות "איך מוז מיך אריינקוועטשן, און אונטערדרוקן אונטער די געפילישע טרויער און קלאג אויפן עבר, ווייל נאר אזוי וועל איך נישט כאפן קיין טשעפע אומגערישט" מיט "אזוי פארליר איך נישט ליבשאפט"? פרוביר צו זאגן די פאלגנדע זאץ, און געב א קוק צו עס פילט זיך אינגאנצן אמת. ווען איך קוועטש מיך אריין, און איך אונטערדרוק מיך, אונטער די געפילישע טרויער און קלאג אויפן עבר, כדי מיך צו פראקטעקטן פון א טשעפע, איז עס וועגן אויסהיילן מיין געפיל יא צו זיין באליבט. וויאזוי פילט זיך עס?

ק: ס'מאכט סענס

ט: איך וואונדער מיך. וויאזוי האפסטו אז דורך די געפילישע טרויער און קלאג אויפן עבר, וועסטו אויסהיילן דאס אומבאליבט?

ק: איך באהאנדל עס.

ט: זאג: דורכדעם וואס איך בלייב טרויעריג, און קלאגעדיג, טו עס כאטש עפעס וועגן מיין פילן אומבאליבט.

ק: (זאגט עס)

ט: ענדיגן מיר: ווייל אויב איך בין נישט אריינגעקוועטשט און אונטערדרוקט אונטער די געפילישע טרויער און קלאג אויפן עבר, דאן...

ק: אפשר: פיל איך אליין, און נישט קאנעקטעד.

ט: נאכאמאל

ק: אפשר: פיל איך נישט וואס איך האב צו טון.

ט: אזוי פיל איך נישט וואס איך האב צו טון, ווייל...

ק: מיין גאנצע נפש ליגט דארט.

ט: ענדיג מיר: אויב איך ערלויב מיך אז מיין גאנצע נפש ליגט נישט דארט, און איך ווייס וואס איך האב צו טון, דאן...

ק: פארליר איך ליבשאפט.

ט: איך פארליר ליבשאפט, ווייל...

ק: דארט פיל איך קאנעקטעד.

ט: וואסערע שייכות האט 'איך מוז מיך אריינקוועטשן, און אונטערדרוקן, אונטער די געפילישע טרויער און קלאג אויפן עבר', מיט 'ליבשאפט און קאנעקשאן'?

ק: ווייל אזוי פיל איך אז איך טו עפעס דערצו. כאטש טרויער איך דערויף.

ט: זאג: אויב איך ערלויב מיך אז נישט אזוי וועל איך אויסהיילן מיין אומבאליבט און קאנעקשאן.

ק: ווייס איך נישט וויאזוי צו שאפן ליבשאפט און קאנעקשאן. אונז האב מיר שוין געמאכט א צעטיל אויף דעם, אז איך האב אזא געברויך נישט צו זיין קאנעקטעד אויך. עמער זען.

צעטיל

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

קען איך ווען נוצן מיין סארט נפש וואס וואלט געשאפן אין מיר א כוח וואס וואלט מיך אויפגעהויבן און געטראגן ווייטער אל מקום קדשו, נישט קיין שום חילוק וועלכע חשבונות, צו דורכשניידן מיין אייגענע וועג, צו אויספירן וואס איך וויל באמת, צו נישט קוקן אויף ארומיגע חשבונות, נאר אויב איך הייב עס נוצן קומט ארויף אין מיר א געפיל אז איך פארליר ליבשאפט. ווייל דאס פילט זיך אז איך קער נישט אויף ארומיגע, אז איך שטופ באמת אוועק יעדעם אין א זייט, אז איך קוק באמת נישט אויף קיינעם. איך קען מיך נישט ערלויבן צו פארלירן ליבשאפט. דערפאר וועל איך ענדערש נישט נוצן דעם כוח, כאטשיג בלייב איך באליבט. אפילו אויב נישט נוצן דעם כוח ערלויבט פחד. דערפאר פיל איך "יו, איך קען נישט טרעפן אין מיר דעם כוח"

וויאזוי קען איך נוצן מיין נפש אז ס'זאל אין מיר שאפן דעם כוח, איך וויל דאך בלייבן אריינגעקוועטשט און אונטערדרוקט אונטער די געפילישע טרויער און קלאג אויפן עבר, ווייל דאס געט מיך א געפיל אז איך טו כאטש עפעס וועגן מיין פילן אומבאליבט וואס האט זיך געשאפן פון כאפן א טשעפע. כאטש בין איך מיט עפעס קאנעקטעד און באליבט. איך קען נישט פילן אינגאנצן אפגעהאקט. די איינציגע וועג וויאזוי צו פילן באליבט און קאנעקטעד איז דורך טרויער און קלאג.

והשם הטוב יעזור
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: א רגע נאך יעצט פארגעס איך עס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

טערעפיסט: א גוטן הרב 'קליענט' נירו יאיר ויזרח

קליענט: איך בין נאך אלץ נישט געהעריג פטור געווארן פון דעם סענסעשאן. און די לעצטע צעטיל וועגן אויפשטיין בהתגברות, בשמחה, בזריזות, ובחיות, איז נאך אלץ אמת. איך האב אין מיר געפילן ארום אז איך בין אוממערקבאר און נישט באדארפט, אומבאליבט, נישט אינטערעסאנט אים צו נעמען אלץ א טייל פון די זאך. איך קען פילן אז איך בין פארנומען מיט מיין נעגעטיוו. עס פעלט מיר קאנעקשאן. איך בין אנגעווייטאגט. איך קלער אז די שפיץ פון אלעם איז די געפיל פון זיין אפגעהאקט און פאר מיר אליין, די געפיל פון זיין פארנומען מיט מיין נעגעטיוו.

טערעפיסט: לאמיר פרובירן צו נעמען ווייטער דאס אז דו ביסט פארנומען מיט דיין נעגעטיוו, און דאס אז דו פילסט אפגעהאקט און אליין. שטעל דיך פאר ווי פאלגנד. שטעל דיך פאר א מצב וואו דו האסט א חשש אז דו ביסט פארנומען מיט דיין נעגעטיוו, און שטעל דיך פאר א נפש וואס פאוקוסירט אויף 1) זיין חשיבות אלץ חלק אלוק ממעל, אלץ חלק פון כנסת ישראל, און 2) ער פילט זיך קאנעקטעד. און זאג "אויב איך גיי יעצט פילן אזוי, דאן..."

ק: איך מיין אז עס קומט ארויף "עס פילט זיך נישט אינטערעסאנט"

ט: ענדיג: עס פילט זיך נישט אינטערעסאנט, ווייל...

ק: ס'איז נישט וואס איך וויל עכט

ט: ענדיג: דאס וואס איך פיל אזוי, מיינט אז איך וויל...

ק: אפשר: יא געפעלן, יא אויסנעמען.

ט: נאכאמאל

ק: ס'זאל יא גיין וויאזוי איך וויל.

ט: וואס פאר א שייכות האט "איך בין יעצט פארנומען מיט מיין נעגעטיוו" מיט "איך וויל ס'זאל יא גיין וויאזוי איך וויל,

ק: אפשר אז איך האב אין מיר א שטארקע רצון אז ס'זאל מיר גיין וויאזוי איך וויל, און ווען ס'גייט נישט, ווער איך נעגעטיוו. (לאכט אינערליך)

ט: ענדיג מיר: אויב איך ערלויב אז איך ווייס יא א וועג וויאזוי צו פילן קאנעקטעד צו מענטשן, איך ווייס יא א וועג וויאזוי צו בעיקר פאוקוסירן אויף מיין חשיבות אלץ חלק מכנסת ישראל, דאן...

ק: דאן, פיל איך מיך ווי געטראגן פון א צווייטן. איך וויל ס'זאל גיין וויאזוי איך וויל. איך זאל וועלן, און עס זאל גיין. וועלן, און עס זאל גיין. (קליענט פילט זיך שלעכט פאר'ן בכלל זאגן וואס ער וויל) (?)

ט: פרוביר נאכאמאל

ק: דאן פיל איך מיך באזיגט.

ט: זאג מיר מער וועגן דעם 'באזיגט'

ק: איך פיל מיך אזוי ווי א קינד וואס בעט א געוויסע זאך, יעצט, מ'מאכט אים גוט פילן, אבער יענע זאך געט מען איך נישט נאך.

ט: שטעל דיך פאר אז מ'געט דיך יא נאך וואס דו ווילסט. פילט זיך עס אינגאנצן גוט?

ק: נישט עכט. ווייל איך וויל נישט בעיקר די זאך וואס איך בעט, איך וויל אז מ'זאל מיך זאגן פארוואס מ'געט מיר עס נישט. איך וויל אז מיין רצון זאל טרעפן חן.

ט: וואס וואלטסטו געוואלט אז השי"ת זאל דיר זאגן?

ק: וויאזוי ווילסטו? אזוי? און מיר עס געבן מיט ליבשאפט. איך בין נישט אינטערעסירט צו באקומען פון אים געצווינגענערהייט. איך וויל אז ער זאל אמת'דיג וועלן אויספירן עפעס פון מיינע רצונות. אויב עס איז נישט זיין רצון, בין איך נישט נייגעריג אז ער זאל מיר עס אויספירן. איך וויל צוציען צו מיר זיין אמת'ע רצון. אז זיין אמת'ע רצון זאל זיין מיר צו העלפן. קען דען זיין אז זיין אמת'ע רצון זאל אויסשליסן סיי וועלכע אויספירן וואס איך וויל?

ט: איך קען נישט געהעריג כאפן וואס דו ווילסט צדיק'ל. איך פרוביר צו פארשטיין וואס דו זאגסט מיר, און איך זע אז עפעס זאגסטו, אבער איך כאפ נישט פונקטליך וואס. בעט איך דיר ממש בתחנונים, זאג מיר מער דערוועגן. איך האב זייער ליב די וועג וויאזוי דו זאגסט עס

ק: (קליענט לאזט אראפ א טרער)

ט: זאג מיר נאכאמאל. איך וועל דיר זאגן וויפיל איך פארשטיי פון דיר. דו זאגסט מיר אז דו פילסט אז דו וואלטסט געוואלט טרעפן די אמת'ע רצון פון השי"ת וואס העלפט זיינע באשעפענישן אויספירן וואס זיי ווילן?

ק: פארוואס קענען זאכן נישט גיין וויאזוי איך וויל?

ט: ענדיג מיר: אויב זאכן גייען נישט וויאזוי איך וויל, מיינט עס אז...

ק: אז ס'גייט נישט וויאזוי איך וויל.

ט: נאכאמאל

ק: אפשר "אז השי"ת האט מיך נישט ליב" אבער איך ווייס אז השי"ת האט מיך יא ליב. איך וויל נאר פארשטיין פארוואס אנדערע מענטשן האבן יא געטראפן חן אין די אויגן פון השי"ת אויף אזא אופן אז השי"ת וויל זיי העלפן אויספירן וואס זיי ווילן. הערסט מיך?

ט: יא, יא. איך בין דא מיט דיר. און איך בין זייער נייגעריג וואס דו זאגסט. דו פרעגסט מיר פארוואס השי"ת וויל אמת'דיג העלפן אנדערע מענטשן אויספירן זייערע רצונות. און...

ק: און מיינע רצונות ווערן נישט אויסגעפירט

ט: סאו, וואס דרוקט דיך? ענדיג: עס דרוקט מיך אז...

ק: אז ס'גייט מיר נישט וויאזוי איך וויל. אבער נישט דאס דרוקט מיר עכט.

ט: זאג: ס'קוקט מיר אויס אז ס'דרוקט מיר אז ס'גייט מיר נישט וויאזוי איך וויל, אבער עכט דרוקט מיר אז...

ק: פארוואס איך האב נישט געטראפן חן אין די אויגן פון השי"ת.

ט: געב א קוק צי ס'פילט זיך דיר אמת'דיג. "עס דרוקט מיר פארוואס איך האב נישט געטראפן חן אין די אויגן פון השי"ת"

ק: ניין, ס'פילט זיך נישט אמת'דיג.

ט: סאו, זאג: עס קוקט מיר אויס אז עס דרוקט מיר דעס, אבער עכט דרוקט מיר אז...

ק: עס גייט מיר נישט וויאזוי איך וויל.

ט: זאג: איך וויל טרעפן חן אין די אויגן פון השי"ת אויף אזא אופן אז ער זאל וועלן אז ס'זאל מיר גיין וויאזוי איך וויל. פילט זיך אמת'דיג?

ק: נישט עכט.

ט: זאג: הייליגער באשעפער איך וויל נישט אז ס'זאל גיין וויאזוי איך וויל, איך וויל ס'זאל גיין וויאזוי דו ווילסט. וויאזוי פילט זיך אזוי צו זאגן?

ק: ניין. איך וויל ס'זאל יא גיין וויאזוי איך וויל.

ט: זאג: הייליגער באשעפער הלוואי וואלטן מיינע רצונות געקומען פון דיר אויף אזא אופן אז דו ווילסט מיך העלפן עס אויסצופירן פאר דיין ווילן.

ק: יא. עפעס אזוי. און נישט אז איך זאל אגאנצן צייט פילן אז וואס איך וויל, גייט נישט.

ט: סאו, זאג מיר נאכאמאל: אויב איך ערלויב אז איך האב א וועג צו פילן קאנעקטעד, און פילן חשיבות אלץ יוד וכו', דאן...

ק: דאן קומט ארויף מיין פראבלעם מיט מיינע רצונות. וואס איך וויל, גייט נישט. איך האב זייער ליב דעם אייבערשטן, איך ווייס אז וואס ער וויל איז אינגאנצן פאר מיין טובה, ער וויל נאר מיין גוטס. אבער דאך, איך וויל פילן דעם גוטן טעם פון רצונות וואס ער וויל אז ס'זאל ווערן אויסגעפירט. און איך וויל אים נישט בעטן אזאך וואס ער וויל נישט עכט.

ט: דיין עכטע פראבלעם קוקט מיר אויס צו זיין, און זאג מיר צי איך בין גערעכט, אז דו קלערסט אז השי"ת וויל אז דו זאלסט וועלן געוויסע רצונות וואס דארט גייט ער דיך יא העלפן ביז למעשה. אזוי מוז זיין. ווייל וואס האסטו פון צווינגען השי"ת אויב ער וויל עס נישט.

ק: ס'מאכט סענס.

ט: לאמיר פארשטיין עפעס. שטעל דיך פאר אז השי"ת געט דיך א רצון צו וועלן געוויסע זאכן וואס ער וויל אז דו זאלסט עס טון, און דו באקומסט די רצון, און עס גייט דיך. און זאג: עס פילט זיך זייער באקוועם

ק: עס פילט זיך נישט אזוי באקוועם. איך וועל דיר מודה זיין אז דא איז דא א קריג צווישן "עס זאל גיין וויאזוי איך וויל" און "עס זאל גיין וויאזוי השי"ת וויל" איך וועל דיר מודה זיין. ווייל עס פילט זיך נישט אזוי באקוועם.

ט: דאן, שטעל דיך פאר אז השי"ת מאכט כאילו דו ביסט דער וואס וויל עס

ק: איך וועל דיר מודה זיין כנ"ל. איך טו תשובה פאר'ן הייליגן באשעפער.

ט: סאו, זאג אזוי: איך וואלט געקענט טרעפן א וועג וויאזוי צו פילן קאנעקטעד, און חשיבות אלץ חלק מכנסת ישראל, נאר אויב איך שטעל מיך פאר אז איך פיל עס, דאן הייבט אן ארויפקומען אין מיר די מלחמת היצר אז ס'זאל גיין וויאזוי איך וויל. ווייל פילן קאנעקטעד, און חשיבות, געט מיר די געפיל אז איך האב אלעס, אבער נישט וויאזוי איך וויל, און דאס איז זייער א שווערע מלחמה.

ק: (זאגט עס) האסט מיר אמאל געמאכט א צעטיל וואס ס'שטייט דארט אז ווען איך טו א זאך מיט'ן גאנצן חשק אז ס'גייט זיך אזוי אויסלאזן, און מיט דעם האלט איך קאפ אז עכט ווענד זיך עס אין השי"ת, קומט מיר ארויף "פארוואס זאל השי"ת וועלן אז מ'זאל וועלן א זאך וואס גייט נישט צום סוף ווערן אזוי, קען דען זיין אז ער וויל עס?" עס קומט נאך אלץ ארויף די קשיא, און עס מאכט מיך שוואך מיין רצון

ט: זאג: אויב איך ערלויב מיך אריינצולאזן אין מיר די ידיעה אז פאר די טובה פון תשובה און פון בחירה, און פון די וועלט זאל אנגיין, וכו', וויל דער אייבערשטער אז מ'זאל וועלן. און פרובירן מיט'ן גאנצן חשק.

ק: ס'קומט מיך ארויף א אינטרוסיוו מחשבה מצד היצר

ט: פרוביר נאכאמאל

ק: מאכט עס מיר זייער אפהענגיג אין אים

ט: זאג מיר מער דערוועגן

ק: אז ס'ווענד זיך אין אים

ט: זאג: ס'איז מיר זייער באקוועם צו פילן אז ס'ווענד זיך אין אים

ק: ס'קומט נאכאמאל ארויף די ווילדע עקלדיגע מחשבה

ט: פרוביר נאכאמאל

ק: ס'קומט ארויף די זעלבע אינערליכע מלחמת היצר צווישן "איך וויל אז ס'זאל גיין וויאזוי איך וויל" אדער "זיך איבערגעבן צו השי"ת" אדער אפשר קומט ארויף די מחשבה "פארוואס האט השי"ת באשאפן די בריאה אז א מענטש זאל אזוי שטארק מוזן פילן די אומזיכערקייט פון "עס ווענד זיך אין אים"

ט: זאג אזוי: איך פיל יעצט אומבאליבט, אומאינטערעסאנט, נישט קאנעקטעד, איך בין פאוקוסירט אויף מיין נעגעטיוו, קיינער קוקט מיך נישט אן. אבער אויב איך ערלויב מיך אז איך האב א וועג וויאזוי אריינצולאזן אין מיר קאנעקשאן, און חשיבות אלץ יוד, חלק אלוק ממעל, דאן הייב איך אן פילן אז איך האב טאקע אלעס, אבער איך האב פארלוירן אין מיין מלחמה אז ס'זאל יא גיין וויאזוי איך וויל. און אויב איך וויל אויף א אופן פון אי"ה, קומט מיך ארויף די קשיא פארוואס האט השי"ת באשאפן אז מ'זאל זיין אזוי תלוי אין דעם אם ירצה השי"ת.

ק: (זאגט עס)

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

איך פיל יעצט אומבאליבט, אומאינטערעסאנט, נישט קאנעקטעד, איך בין פאוקוסירט אויף מיין נעגעטיוו, קיינער קוקט מיך נישט אן. אבער אויב איך ערלויב מיך אז איך האב א וועג וויאזוי אריינצולאזן אין מיר קאנעקשאן, און חשיבות אלץ יוד, חלק אלוק ממעל, דאן הייב איך פילן אז איך האב טאקע אלעס, אבער איך האב פארלוירן אין מיין מלחמה אז ס'זאל יא גיין וויאזוי איך וויל. און אויב איך וויל זאכן אויף א אופן פון אי"ה, קומט מיך ארויף די קשיא פארוואס האט השי"ת באשאפן אז מ'זאל זיין אזוי תלוי אין דעם אם ירצה השי"ת?

כאטש אויב איך בלייב ביים פילן אומבאליבט, און נישט קאנעקטעד, און פאוקוסירט אויף מיין נעגעטיוו, אז קיינער קוקט מיך נישט אן, קומט ארויף זאכן וואס איך האב נישט ליב, אבער זאל איך פילן אז איך האב פארלוירן די מלחמה אז זאכן מוזן גיין וויאזוי איך וויל?

והשם הטוב יעזור
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”