וואנט פון שאנדע - רשעות׳דיגע טעראפיסטן

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

intellectual
שר חמש מאות
תגובות: 778
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 1:56 pm

Re: וואנט פון שאנדע - רשעות׳דיגע טעראפיסטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך intellectual »

namlich האט געשריבן:
, זינט א נארסיסיסט וועט קיינמאל נישט גיין זיך לערנען.
.
מהיכי תיתי?
קענען פונקט אזוי זיין קאנסיסטענט.
עלינו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3654
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 13, 2022 3:19 am

Re: וואנט פון שאנדע - רשעות׳דיגע טעראפיסטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עלינו »

יידישע קהילות האט געשריבן:
איך מיין אז דער אשכול דארף פארשלאסן ווערן. זאפארט!!
דא איז מען דן דיני נפשות, לכאן או לכאן.
עס איז כאילו מ'זאל דן זיין דא אויף אייוועלט וואס פאר א מעדיצין צו געבן פאר א קראנקן, נעם יא אנטי-ביאטיק נעם נישט. נעם יא וואקסין, נעם נישט.
רבותי, עס איז פאראן שארלאטן אין יעדע געביט, און עס איז פאראן גנבים און רוצחים וואס זענען פארשטעלט פאר רבנים פאר גוטע פריינט פאר עקספערטן וכו' כו'.
לעומת זה נישט צו גיין צו א טעראפיסט ווען מ'דארף, איז א חטא בל יכופר ורבים חללים הפילה!!
מ'דארף זיך מתייעץ זיין מיט קלוגע און ערליכע יידן. מיט RELIEF מיט דיינים און ראשי ישיבה וואס האבן עקספיריענס.
דאס איז נישט קיין נושא וואס איטליכע אייוועלט שרייבערלעך זאלן דא אזוי מחליט זיין און חס ושלום גורם זיין אז איינער וואס דארף און מוז גיין וועט נישט גיין. רח"ל רח"ל.
;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
די ערשטע שאלה פון דער הייליגער רבי ר' אלימלך זצוק"ל, האסטו געהאלפן מיינע קינדער?

לאור די תשובה אין שו"ת באר משה קו"א סי' קג, וועל איך בעז"ה פרייטאג נאכמיטאג נישט שרייבן נייעס פון ארץ ישראל וואס קומט דורך חילול שבת קודש ר"ל.
intellectual
שר חמש מאות
תגובות: 778
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 1:56 pm

Re: וואנט פון שאנדע - רשעות׳דיגע טעראפיסטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך intellectual »

מח בקדקדו האט געשריבן:
:

איינס, שכל און אפענע אויגן צו פארשטיין וואס איז גוט און וואס נישט, ווער עס איז גוט און ווער נישט, און וואס עס איז געזונט און וואס קראנק. נישט זיין תמימות'דיג, נישט זיין פארלוירן, נאר האבן דעם קאפ אויף דער פלייצע, נישט בלויז ווען מען דארף שוין וויכטיג האבן הילף נאר א מענטש מעג אייביג טון אין און וועלן פארשטיין וויאזוי די אינערליכע טיילן פון זיין און זיינע נאנטע ארבעטן.

צוויי, זיי זיך שואל עצה מיט אנדערע, פרעג זיך נאך וואס איז יא גוט און וואס נישט, און פרוביר צו פארשטיין וואס דו הערסט.

דריי, בעט דעם אויבערשטן אויף סייעתא דשמיא. א מענטש איז נישט אין קאנטראל פון אלעם, מען דארף זיך ארויפווארפן אויפ'ן אויבערשטן און אים זאגאר בעטן אויפ'ן בעסטן. און דער אויבערשטער זאל העלפן אז די אלע אידן וועלכע מיטשען זיך, יעדער מיט זיינע נסיונות, שוועריגקייטן און צעמישענישן, אז זיי זאלן געפירט ווערן אויפ'ן ריכטיגן און ליכטיגן וועג דורכאויס זייער גאנצן לעבן.
3. בלייבט איבער אלץ די מערסטע פרעקטיקאל.

2.ביזדערווייל האט נאך קיינער נישט מיטגעטיילט זיין טערעפי דזשורני ביי די לאקאלע מקווה שמועס, מענטשן רעדן כמעט נישט איבער די נושא, ספעציעל איבער זייער אייגענע עקספעריענס, די ארגיניזעישאנס זענען די איינציגסטע סאורס אף אינפארמעישאן דערווייל.

1. רוב מענטשן קומען אן צום טערעפיסט ווען סאיז שוין כלו כל הקיצין, ממש נישט מעגליך צו נוצן אלע 10 חושים צו סקרינען דעם טערעפיסט ווען מען איז אין אזא מצב,
זאגסט "נישט זיין פארלוירן", נישטא ווער סזאל לאכן, מענטשן מיט די אלע אייגנשאפטן און קלארקייטן, וואס האבן די עביליטי צו מאכן א טשעק ליסטס און זעהן צו די טערעפיסט פילט אריין אלע טשעקס, וועלן געווענליך נישט אנקומען צום טערעפיסט.

לעצם הענין. זיכער אייביג בעסער מיט לייסענסד אבער נישט קיין כלל,

סזיכער דא צדיקים וואוילע מענטשן וואס פארשטייען צום נפש בעסער ווי די לייסענסד, אבער שווער צו מבחין זיין פון צווישן די אלע אומאחריותדיגע נישט לייסענסד.

כדערמאן מיר פון יענע נישט לייסענסד טערעפיסט וואס האט מייעץ געווען זיין קליענט צו ארויפגיין אויף מעדיקעישאן פאר א שטיק צייט, און אפילו געזאגט וועלעכע צו נעמען, פונעם טערעפיסט מויל צום קליענטס אויער, נישט קיין דאקטארס דייאגנאסיס, גארנישט חוץ זיין אייגענע.
געוואלטיג
שר האלפיים
תגובות: 2726
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2011 5:12 pm

Re: וואנט פון שאנדע - רשעות׳דיגע טעראפיסטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געוואלטיג »

יידישע קהילות האט געשריבן:
איך מיין אז דער אשכול דארף פארשלאסן ווערן. זאפארט!!
דא איז מען דן דיני נפשות, לכאן או לכאן.
עס איז כאילו מ'זאל דן זיין דא אויף אייוועלט וואס פאר א מעדיצין צו געבן פאר א קראנקן, נעם יא אנטי-ביאטיק נעם נישט. נעם יא וואקסין, נעם נישט.
רבותי, עס איז פאראן שארלאטן אין יעדע געביט, און עס איז פאראן גנבים און רוצחים וואס זענען פארשטעלט פאר רבנים פאר גוטע פריינט פאר עקספערטן וכו' כו'.
לעומת זה נישט צו גיין צו א טעראפיסט ווען מ'דארף, איז א חטא בל יכופר ורבים חללים הפילה!!
מ'דארף זיך מתייעץ זיין מיט קלוגע און ערליכע יידן. מיט RELIEF מיט דיינים און ראשי ישיבה וואס האבן עקספיריענס.
דאס איז נישט קיין נושא וואס איטליכע אייוועלט שרייבערלעך זאלן דא אזוי מחליט זיין און חס ושלום גורם זיין אז איינער וואס דארף און מוז גיין וועט נישט גיין. רח"ל רח"ל.
די צווייטע חלק איז זיכער אמת די שאלה איז פארוואס פעהלט אויס פארשפארן דעם אשכול מדארף סך הכל שרייבן די וויכטיגקייט פון ביידע סיי פון זיך היטן פון שלעכטע חברה און סיי די וויכטיגקייט צי גיין פאר הילף
ביידע זענען לכאורה וויכטיג

און נאך וויכטיגער איז א תפילה צום באשעפער אז די ריכטיגע שלוחים זאלן טרעפן די ריכטיגע מיטלען
פוטין איז דער פתויי הייצר זיך צי איינרעדן אז מקען זיין שלעכט און פירן יעדן ביים קארג.. אבער חז"ל זאגן אונז קלאר:
סוף גנב לתלי'! פון דעם האט זיך קיינער נישט ארויסגעדרייט!
ווי לאנג עס וועט נעמען?
דאס ווענד זיך שוין אין אונזערע תפילות!
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

Re: וואנט פון שאנדע - רשעות׳דיגע טעראפיסטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

namlich האט געשריבן:
מיט די אויפשטייג פון נארסיסיסטען, איז יעדער פארשוין וועלכע שטופט זיך צו זיין א עסקן, שלום בית מאכער, דעות זאגער, נחשד אלס א קראנקן. איינער וואס לערנט זיך עטליכע יאר, איז נישט אונטער די חשש, זינט א נארסיסיסט וועט קיינמאל נישט גיין זיך לערנען.
@מי אדיר העלף ארויס.
א נארסיסיסט וועט זיך קיינמאל נישט לערנען.. נו נו...

כ׳ווייס נישט צי ס׳איז דא אפילו איין בארוף וואס האט אזא פראצענט נארסיססטן ווי לייסענסד טעראפיסטן.
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

Re: וואנט פון שאנדע - רשעות׳דיגע טעראפיסטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

יידישע קהילות האט געשריבן:
איך מיין אז דער אשכול דארף פארשלאסן ווערן. זאפארט!!
דא איז מען דן דיני נפשות, לכאן או לכאן.
עס איז כאילו מ'זאל דן זיין דא אויף אייוועלט וואס פאר א מעדיצין צו געבן פאר א קראנקן, נעם יא אנטי-ביאטיק נעם נישט. נעם יא וואקסין, נעם נישט.
רבותי, עס איז פאראן שארלאטן אין יעדע געביט, און עס איז פאראן גנבים און רוצחים וואס זענען פארשטעלט פאר רבנים פאר גוטע פריינט פאר עקספערטן וכו' כו'.
לעומת זה נישט צו גיין צו א טעראפיסט ווען מ'דארף, איז א חטא בל יכופר ורבים חללים הפילה!!
מ'דארף זיך מתייעץ זיין מיט קלוגע און ערליכע יידן. מיט RELIEF מיט דיינים און ראשי ישיבה וואס האבן עקספיריענס.
דאס איז נישט קיין נושא וואס איטליכע אייוועלט שרייבערלעך זאלן דא אזוי מחליט זיין און חס ושלום גורם זיין אז איינער וואס דארף און מוז גיין וועט נישט גיין. רח"ל רח"ל.
דו האסט געשריבן גענצליך שלא מן הענין.

טאקע צוליב די דיני נפשות וואס מען איז דא דן, האב איך געעפנט דעם אשכול מיטן ציל צו שענקען וואכזאמקייט צו דעם פראבלעם פון טעראפיסטן וואס ווייסן נישט בחייכון וואס דאס איז א מענטש, און זיי שעצן נישט זייערע קליענטן און זוכן נאר שליטה און קאנטראל.

ווילסט זען מיין אישי קעסטל? מענטשן מיינען אז זיי זענען די איינציגסטע און ציטערן צו רעדן א ווארט.

קען איך ווען שרייב איך דיר דא אפ א ליסטע פון רבנים און עסקנים מיט הערליכע נעמען וואס איך ווייס ערשטהאנטיג וואס פארא נידריגע שארלאטאנען זיי זענען, און אזוי אויך קען איך דיר שרייבן א ליסטע פון רבנים וואס ווערן גענוצט אלס א שטעקן דורך אזעלכע גרוילן.

פארמאכן דעם אשכול?! עפענען נאך פופציג. באקלעבן די גאסן און באשפרענקלען די שולן דארף מען דערמיט.

עס איז משמע אז דו האסט דאס נאך קיינמאל נישט מיטגעמאכט, איך וואונטש דיר זאלסט קיינמאל נישט. אבער אויב די נושא איז דיר נישט נאנט צום הארצן ביטע האלט דיינע דעות ביי דיר.
אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

Re: וואנט פון שאנדע - רשעות׳דיגע טעראפיסטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

שטארק זיך האט געשריבן:
namlich האט געשריבן:
מיט די אויפשטייג פון נארסיסיסטען, איז יעדער פארשוין וועלכע שטופט זיך צו זיין א עסקן, שלום בית מאכער, דעות זאגער, נחשד אלס א קראנקן. איינער וואס לערנט זיך עטליכע יאר, איז נישט אונטער די חשש, זינט א נארסיסיסט וועט קיינמאל נישט גיין זיך לערנען.
@מי אדיר העלף ארויס.
כ׳ווייס נישט צי ס׳איז דא אפילו איין בארוף וואס האט אזא פראצענט נארסיססטן ווי לייסענסד טעראפיסטן.
וואס איז דיין עצה? אויפהערן מאכן לייסענס?

די חורבנות וואס קומען צו מיינע אויערן זענען דורך די וואס האבן נישט קיין לייסענס. איך האב געראטן אז דער גדר זאל זיין אז מען זאל זיך ווענדן נאר אזעלכע מיט לייסענס, אבער דאס מיינט נישט אז יעדער מיט לייסענס איז גוט, אזוי ווי עמיצער האט ערווענט לגבי דרייווערס לייסענס.

וואלסט געפארן מיט א גוטן דרייווער אן לייסענס אויף א שיפן שטראז מיט א קליף אויף דער זייט? איך נישט. קען יעדער מיט לייסענס דרייוון דארטן? אויך נישט. אבער דער מיט לייסענס האט כאטשיג עפעס געלערנט.

און דער חילוק איז אז ביי דרייוון וועט דער אנע לייסענס גיין אין טורמע, און ביי טעראפי וועט דער אן לייסענס גארנישט פארלירן, אפילו ער צושטיקלט די נשמה און טרונקט דאס בלוט מיט א שטרוי אויפן ברעג ים.
אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

Re: וואנט פון שאנדע - רשעות׳דיגע טעראפיסטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

מי חכם האט געשריבן:
זייער א שווערע סוגיא.

עס איז מסתמא טאקע דא שארלאטאנען אין דעם פעלד וואס זוכן צו מאכן א גרינגן דאלער אויף יענעם 'ס צרות, אריינשטעקנדיג טיף די נאז ביי יענעם אין טעפל.

עס איז אבער נישט אזוי פשוט סתם צו הערן פון א מאמע/ באבע / שכן / קוזין וואס לייגט אראפ זייער זייט פון די מעשה, ווי שטארק זיי זענען אפעקטירט געווארן פון א טעראפיסט'ס האנדלונג. מען גייט דאך צום טעראפיסט פאר א סיבה, אז זאכן זענען געווען מעסד אפ און מען פרובירט דאס צו פארעכטן. טייל מאל - איך וואלט געזאגט אפילו רוב מאל - זענען די 'שולדיגע' אזוי צו זאגן באמת געטרייע עלטערן, מען קען מסתמא ציילן אויף איין האנט וויפיל מענטשן עס זענען אויסן צו רואינירן זייערע קינדער, און זיי זענען מיט רעכט ביטער פארווייטאגט איבערן מצב,

דאס מאכט זיי אבער נישט גערעכט. צומאל איז יא די איינציגסטע עצה דער 'עת לרחוק מחבק', מיטן גאנצן צער און ווייטאג, די אפגעפאטשטע פילונג און די בזיונות פאר די גאס, איז דאס די ריכטיגע מהלך, נישט אויף צו 'באשטראפן' דעם פראבלעם נאר צו ראטעווען דעם פאציענט. פארשטייט זיך אז אין יעדע אזא פאסירונג וואס עס זענען אינוואלווד דערין מיטגלידער פונעם מין האנושי, קומט אזא שריט באגלייט מיט אקעאנען פון פיין און ווייטאג, און אוודאי וועלן זיי זיך אויסרעדן צו די ארומיגע. דאס איז זייער פעקל און זיי זענען בארעכטיגט צו פילן דעם וועג, אבער עס איז אוממעגליך צו נעמען א שטעלונג אין א פרשה אן קענען דעם גאנצן תוך תוכיות.

איך וואלט ענדערש געטוישט אביסל די מעסעזש פונעם אשכול, כדלהלן: "אכטונג, טעראפי איז א געפארפולער וועג, דער טעראפיסט קען דאס נעמען צו ריכטונגען וואס דו וואלסט קיינמאל נישט גע'חלום'ט, סאו גיי נאר צו איינעם וואס דו ביסט איבערצייגט אין זיין קאמפאטענץ און דו פארלאזט זיך אויף זיין שכל הישר, אזוי ווייט אז אפילו ער וועט דיר צוריק קומען זאגן אז לפי הבנתו ביסטו דער פראבלעם און דאס קינד דארף אפהאקן מיט דיר (ח"ו), וועסטו עס אננעמען מיט פארשטענדעניש, הגם פארשטייט זיך דו וועסט זיין זייער פארווייטאגט".
@מי חכם.

די אלע מעשיות וואס איך האב אויבן געשריבן קען איך ביידע צדדים, און אויך די עסקנים און רבנים מיט די טעראפיסטן. זאלסט וויסן אז א ריזיגע טייל פון זיי זענען חולי נפש! אויב ווילסטו נעמען קום אין אישי.

דיין אויספיר איז ווייט פון גערעכט, מען רעדט נישט פון אביוזיוו עלטערן, איך ווייס אז עס זענען פארהאן צייטן וואס מען דארף אפהאקן. אבער איך דערצייל דיר דא מעשיות פון מענטשן וואס סיי זיי, און סיי די עלטערן, ווילן זיך צוריק באהעפטן, אבער אינמיטן שטייט דער שלעכטער עסקן אדער עסקנ׳טע און מיט א שילד פון ׳דעת תורה׳ האקן זיי אפ קאלטבלוטיגערהייט ווארעמע באציאונגען.

אין רוב פעלער ווערן זיי געדינגען דורך די עלטערן זעלבסט.
אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

Re: וואנט פון שאנדע - רשעות׳דיגע טעראפיסטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

דורכגעמאכט האט געשריבן:
מיין עקספעריעס:
איך האב פראבירט ביידע, א טעראפיסט מיט לייסענס, און אן.
מיין מרת געדערים, אן לייסענס, איך האב איר געצאלט טאפ דאללער. ב"ה איך בין געווען גענוג שטארק צו נעמען א טריט אויף צוריק און כאפן וואו איך שטיי. אסאך קענען דאס נישט, און פאלן ליידער אריין.
מיין לייסענסד טעראפיסט, קאסט מיר נישט קיין דאללער - געדעקט דורך אינשורענס, אין א היימישע קליניק. ב"ה איך האב גרויס הצלחה, און דאנק דעם באשעפער יעדן טאג.

איך פיל אז 'אמאל' איז א טערעפיסט אין א קליניק מער ווערד ווי א פריוואטע 'טאפ' טעראפיסט. אויסער וואס עס קאסט נישט קיין געלט, איז א קליניק טעראפיסט אינטער סופערווישן. די מעלה דערפון איז, אז דער סופערווייזער האט נישט קיין נגיעות, און מען קען אלעמאל צוקומען צו אים און דורכגיין ווי מען האלט, אויב מען זאל אנהאלטן א.א.וו.
א קליינע דוגמא. און ווי @דורכגעמאכט זענען דא נאך טויזענטער!
אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

Re: וואנט פון שאנדע - רשעות׳דיגע טעראפיסטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

Belz123 האט געשריבן:
פנימחדשות האט געשריבן:
אפענע וועלט האט געשריבן:
רב טישטוך. אמת ויציב.
פרינט ארויס און שיק אריין צו רבנים און מוצי"ם. די אנלייסענס ברעינוואשן זיי טאג און נאכט זיי זאלן זיי שיקן פאציענטן. אין די רבנים און מוצי"ם פאלן אריין אין זייערע הענד בלא יודעים.
ביודעי ובמכירי קאמינא.
שוין אויפקלערט אפאר און האבן זיך באדאנקט און קלאר געזאגט זיי האבן נישט געוויסט.
;l;p- ;l;p- ;l;p-
Just for the record

I am involved now in a nice amount of cases and sometimes the license therapist is much worse

We need to make sure to go to someone that has good reference
ביסט גערעכט, איך האב שוין געשריבן אין אן אנדערן אשכול אז א טעראפיסט איז ווי א שידוך.

אבער וואלסטו זיך פארלאזט אויף עמיצן אן לייסענס צו מאכן אן אפעראציע אויף דיין הארץ? חס וחלילה.
אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

Re: וואנט פון שאנדע - רשעות׳דיגע טעראפיסטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

מי יודע האט געשריבן:
הערטס צו האט געשריבן:
כה לחי
;l;p-
ליידער איז דא היינט גענוג לייסענסד וואס זענען שיסטערס און האבן שליטה ענינים אדער מנוולישע ענינים אדער בלויז צו מאכן ווי מער געלט, מען דארף דאס אויך אין אכט נעמען
100 פראצענט! ביודעי ובמכירי
לייסענס איז בכלל נישט קיין הכשר אז דו פאלסט נישט אריין ערגעץ, דא גענוג נישט לייסענס וואס ארבעטן מיט מער געפיל און פארשטענדעניש

די עצה איז:
1) רעפרענס
2) נישט זיצן צו לאנג ביי איינעם, דו זעסט נישט קיין פראגרעס, קוש די מזוזה די אנדערע זייט אן זיך ווידערזען
זייער קלאר און גוט געזאגט!
אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

Re: וואנט פון שאנדע - רשעות׳דיגע טעראפיסטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

איבערלעבער האט געשריבן:
טישטוך האט געשריבן:
כ׳שרייב בכוונה אביסל פארהוילן, אז דעם וואס עס איז נוגע זאל ליינען, אינספירירט ווערן און אויב מעגליך, מגיב זיין:

היינטיגע צייטן ווען דער עולם איז אביסל מער וואכזאם צו מענטל העלט, זענען אפירגעקומען אינאיינעם מיט די הונדערטע טעראפיסטן אויך אזעלכע וואס זענען נישט ראוי לעלות על שולחן מלכים. אין די צייט וואס א געהעריגער טעראפיסט האט געלערנט און ער ווייסט וויאזוי צו באהאנדלען קליענטן, און אין דער צייט וואס א געהעריגע טעראפיסט האט אין זיין קעשענע א ווערדפולער קארטל וואס הייסט ׳לייסענס׳ וואס ער איז אומשטאנד צו פארלירן אויב זעצט ער אן א קעיס, און אין די צייט וואס א געהעריגע טעראפיסט ארבעט על פי רוב לויט די ביכער און פארגעשריבענע מהלכים פון טעראפי, זענען אונטערגעוואקסן אזעלכע פוילע רוחות וואס האבן באשלאסן צו כאפן א רייד אויף דעם אויפוואכונג, און אויך אנהייבן מאכן געלט אויפן גרינגן אופן פון זיצן אויפן שטול און הערן גאסיפ.

ימים פון טרערן און טינט האבן נאכנישט פארפלייצט זייערע אפיסעס, טיפע גריבער אנגעפילט מיט ווארעמע בלוט האט זיי נישט איבערגענומען. די רייץ צו קאנטראל און שליטה, און די תאווה פון מאכט און כבוד, און אזוי אויך דאס געלט וואס מען מאכט, האט זיי נאכנישט גענומען אין א זייט און געגעבן אביסל צייט פאר א חשבון הנפש.

מען דיעלט דא מיט אידישע נשמות, מיט איידעלע אידישע קינדער וואס ווענדן זיך מיט א פראבלעם און ווילן ווערן געהאלפן. זיי ווילן נישט אז זייערע פראבלעמען זאלן זיין א מקור הכנסה פאר די רשעים וואס זעטיגן זיך פון אידישע פלייש און בלוט. זיי ווילן דירעקט נישט ווערן אנגעהאנגען אין א דריטן וואס זאל זיי פארפירן די חתונה צוזאמענלעבן, זיי ווילן דירעקט נישט האבן עמיצן צווישן זיי און די עלטערן, און זיי ווילן אויך נישט זיין געצווינגען צו בלייבן באהאפטן אויפן לעבן.

די אלע אומפראפעסיאנאלן זענען גאר אויסגעצייכנט אין מהרס זיין שטיבער, און אין מחריב זיין אידישע נשמות און דורות אויף שטענדיג. זיי גלייכן צו אויסהערן די קעיס און עס נעמען צו א לעוול וואס עס זאל צעשמירט ווערן איבעראל, און אלע זאלן זיין פארנומען באנעבעכן זייערע קעיסעס און באלויבן זייער ארבעט. זיי באוואפענען זיך מיטן אויסגעדראשענעם טענה אז ״אויף יעדן עסקן איז דא טענות״ און זיי זענען עקספערטן צו דערשנאפן וואוילטעטיגע תמימים וואס זאלן זיי בּעקן, אמאל אונטערן טיטל ׳רב׳ און אמאל אונטערן טיטל ׳עסקן׳.

ריהעב צענטערן זענען פיל מיט דעפרעסטע אידישע טאטעס און מאמעס וואס זענען נעבעך באעוול׳ט געווארן דורך אזעלכע אנשי בליעל. אני הקטן ראה עני, איך זעלבסט האב אמאל וואלונטירט אריינצוגיין אין אזא צענטער צוליב א געוויסע סיבה, און איך האב דארט געזען א היימישע ווייבל וואס איז געזיצן אן קיין לעבנסלוסט, זי איז דארטן אריינגעפירט געווארן נאכן ווערן געצווינגענערהייט אפגעריסן פון איר באליבטן קינד, אין זכות פון אזא ׳טעראפיסט׳ וואס האט ׳פארשטאנען פאר ריכטיג׳ דאס צו טון. יא, זי האט נישט געוואלט זיין אין א וועלט וואס מען לאזט איר נישט זען איר קינד, זי איז נישט גע׳גט, עס איז נישטא קיין פאמיליע פאליטיק, נאר עס איז געווען א קליינע מיסטפארשטענדעניש צווישן זי און דעם קינד, זי האט געטראפן דעם ׳טעראפיסט׳ און געצאלט בלוטיגע געלטער פון איר קעשענע, און דער גרויליגער גונב נפשות האט גענומען דאס קינד און נישט אומגעקערט.

א ברודער דערציילט מיר: קענסט די גרויסע באקאנטע עסקנ׳טע מרת געדערים (פיקטיווער נאמען)? איז אזוי. זי האט גענומען מיין שוועסטער אלס א פראיעקט איר אויסצומענטשלען בעפארן חתונה, דאס קינד איז אצינד גע׳גט, און ער רעדט נישט מיט די פאמיליע, נאר מיט מרת געדערים, זי שלאפט דארטן און עסט דארט, זי וויל נישט הערן פון צוריקקומען אהיים צום נעסט פון אירע באליבטע עלטערן וואס האבן נאר געוואלט זיין גוטס.

א טאטע דערציילט מיר: מיין טאכטער האט נישט גערעדט מיט מיר פאר פיר גאנצע יאר! אן אזויגערופענער ׳פארשטייער׳ האט גוזר געווען אויף מיין טאכטער אז זי טאר נישט מיט מיר רעדן ווייל איך פאראורזאך איר טראומע, און דערפאר איז אויף מיר געפאלן די לאסט פון בענקעניש צו מיין אייגן בלוט און פלייש וואס פאשעט אין פרעמדע פעלדער ביי היימישע.

א מאמע בוכה׳ט צו מיר: מיינע דריי זין ווילן נישט מיט מיר פארטוישן א ווארט! זיי אלע האבן שיינע ערליכע אידישע שטיבער, און איך באבע טאר נישט שעפן דעם נחת פון מיינע אייניקלעך. אן אומגעלייסענסטער טעראפיסט וואס איך האב זיי צוגעשטעלט און געצאלט געלט, האט משדל געווען אחד מגדולי דורינו זצ״ל וואס האט זיי מסביר געווען נאכן ווערן געשטאפט פון דעם רשע - אז מיט מיר טארן זיי נישט האבן קיין שייכות.

א זיידע פארציילט מיר: אויב וואלט דאס פארגעקומען ביי יענעם אין שטוב וואלט איך לכאורה נישט געהאלטן אז דער ׳עסקן׳ איז אומגערעכט, אבער היות איך ווייס אז מיין טאכטער איז אומשולדיג, וויאזוי קען איך שלאפן ביינאכט ווען איך זעה ווי מען פארגיסט איר בלוט? ווען איך זעה ווי מען רייסט פון איר אוועק איר בר מצוה בחור׳ל און זי קען זיך נישט אנרופן א ווארט?

א גרוש דערציילט מיר: איך האב זיך בכלל נישט געוואלט גט׳ן. אלס האט זיך אנגעהויבן ווען איך האב געוואלט ׳אימפראוון׳ מיין שלום ביח, און די פרוי וואס האט אונז אנגעהויבן ׳העלפן׳ האט מיר ליידער געפירט ביז א פולקאמער גט. מיין ווייב איז אנטלאפן פון מיר און געוואוינט ביי איר אין בעיסמענט ביז איך האב זיך געבראכן און געגעבן א גט, און אויב איז דאס נישט גענוג האט זי נאך מסביר געווען פאר מיין אינגעלע אז ער דארף נישט מכבד זיין א טאטע ווייל ער האט נישט א נארמאלע טאטע.

א באם דערציילט מיר: איך בין ליידער פארשוועכט געווארן אלס קינד און געליטן אסאך טראומע, אבער די סיבה פארוואס איך בין ארויס לתרבות רעה איז וויבאלד מען האט מיר איבערגערעדט אלס בחור צו גיין קעגן מיינע עלטערן. איך האב נישט געקענט פארנעמען די היץ, און איך בין אינגאנצן צודרייט געווארן דערפון. היינט האב איך זיך איבערגעבעטן מיט מיינע עלטערן, און ווען איך זעה דעם ׳עסקן׳ שפיר איך אז עס איז עק וועלט.

א גאר חשוב׳ער רב בישראל זאגט מיר בזה״ל: ״דאס איז א האלאקאוסט און א בכיה לדורות! ווען עס וועט קומען די צייט וועלן די אלע אפגעבן א דין וחשבון אויף יעדן איבריגן טרער וואס זיי האבן פאראורזאכט״. בלוט איז נישט קיין וואסער, און די וואס טרונקען עס וועלן ביטער און שלעכט אפשניידן. עס איז א ווייטאג און א פחד וואס דא טוט זיך היינט אפ - ואין פוצה פה ומצפצף.

טייערע אידן!

עס ברענט א פייער און מיר מוזן עס פארלעשן פאר יעדן פרייז. ליידער איז יעדע אויבנדערמאנטע געשיכטע אמת ויציב, און ווען איך קען וואלט איך עס ארויפגעלייגט מיט נעמען און טעלעפאן נומערן צו וועריפייען. אויב איז דער תירוץ אז ״אויף יעדן וואס טוט האט מען טענות״ בין איך מוסר ומודיע אז דער תירוץ איז מופרך פון אנהויב ביזן סוף. ווי האט יענער געזאגט? אויף איין קשיא איז דא איין תירוץ, אויף צוויי קשיות איז דא צוויי תירוצים, אבער אויף צען קשיות איז נאר דא איין תירוץ.

און די וויכטיגסטע זאך איז:
גייט נישט צו קיין טעראפיסט אנע לייסענס!
גייט נישט צו קיין טעראפיסט אנע לייסענס!
גייט נישט צו קיין טעראפיסט אנע לייסענס!
גייט נישט צו קיין טעראפיסט אנע לייסענס!
גייט נישט צו קיין טעראפיסט אנע לייסענס!
גייט נישט צו קיין טעראפיסט אנע לייסענס!
גייט נישט צו קיין טעראפיסט אנע לייסענס!
גייט נישט צו קיין טעראפיסט אנע לייסענס!
גייט נישט צו קיין טעראפיסט אנע לייסענס!
גייט נישט צו קיין טעראפיסט אנע לייסענס!
גייט נישט צו קיין טעראפיסט אנע לייסענס!
א גרויסן דאנק פאר די פלאמעדיגע ווערטער.
עס קומט אויס פון כל הנ"ל אז לייסענס טעאפיסט איז די ישועה. ליידער ליידער ליידער איז מיין פערזענליכע ערפארונג נישט אזוי. במחילת כבוד כל הקהל הקודש ברענג איך אפאר ווערטער פון טעראפי: הצלת הדור אדער חורבן עולם?
איך בין געזיצן אויסדריקליך נאר מיט לייסענסט טערעפיסטן! קלוגע געלערענטע! (רייכע! וואס דען? הונדערטע דאלארן פאר א פאר מינוט, און זיי זענען ביזי ביז איבערן קאפ) באקומענדיג זייערע נעמען פון א רב א ראש ישיבה א דיין אדער פון אלער דריי.
1. זיי האבן מייעץ געווען שמוציג צו מאכן דאס הייליגע וואוינונג וד"ל.
2. זיי האבן מייעץ געווען סעפערעשין גלייך.
3. זיי האבן מייעץ געווען אדער געסטראשעט ארעסט.
קיין שום געפיהל קיין שום ווארעמקייט קיין שום רחמנות.
4. איינער (פון א גרויסע איסטוטוציע, פ.ת.) איז געזיצן און געגענעצט די גאנצע סעשן. די לעצטע פאר מינוט איז ער פשוט איינגעשלאפן. איך האב זיך ארויסגעשלייכט שטילערהייט. אפשר שלאפט ער נאך אלץ?
5. הער איך וועל דיר זאגן וואס מיין זוהנס ראש ישיבה, (פון די אנגעזענסטע תלמידי חכמים מפורסמים וחכם גדול אין לאנד, אינוואלווד אין ראטעווען שלום בית קעיסעס יאהרן בהתנדבות אהן לייסענס [רח"ל]) האט מיר געזאגט לגבי מיין זוהן וואס גייט אריבער א נפשיותדיגער משבר. (א חלק דערפון אז ער בעט יעדן מיטוואך און פרייטאג.. געלט צו קויפן נאך א מוסר או השקפה ספר. ער לערנט דורך און לויפט צו נאך איינס). גיב איהם עס קומט איהם. האלט נישט צוריק. און לגבי א טערעפיסט וואס ער פארלאנגט זאגט ער איך בעהט דיר בתחנונים! למען השם שיק איהם נאר נישט צו טעראפי! די פראבלעמען וועלן זיך אנהייבן דארט. נאר נישט צו טעראפי. ער איז אלרייט. די ספרים וועלן מאכן די דשאב און איהם ארויפהייבן, זיי וועלן איהם נאר אוועקלייגן.
6. ווילסט עפעס הערן? איך האב איהם געשיקט א יאהר צוריק! מיט מסירת נפש של ממש. $$$ פאר א שעה. א גוטער א פראפעשענעל. רעדט ביי דרשות איבעראל האט א האט ליין גיבט סעמינארן וכדומה. איך צאהל נאך די חובות דערפון! (כליפ כליפ) ער איז געווען אפשר 6 צו 8 מאהל. ער פלעגט אהיים קומען שטיל פארמאכט פארקלאפט ווי א שטיין. ער איז געווען צושוידערט. ער פלעגט נישט רעדן צו קיינעם פאר טעג. נאך חדשים זיך אפשאקעלען פון איהם, זאגט ער מיר טאטי דער איז טויט משוגע, ער דארף א טערעפיסט, והוסיף אזוי משוגע קען מען נאר ווערן פון א טעראפיסט. ער האט מיר צוגערעדט צו נעמען פילן (און מיר נישט געלאזט דיר פארציילן) ווייל איך זאל מיר נישט נעמען דאס לעבן חס ושלום. איך האב קיינמאל נישט געטראכט פון אזא אפשען. ער האט מיר געוואלט קראנק מאכן. ער האט נאר געוואלט הערן לשון הרע און שמוץ. ער האט מיר מרמז געווען גיב מיר שמוץ. מאך מיין לעבן עקסייטונג. ער האט נישט געקענט משלים זיין מיט די מצב אז איך בין סתם אביסעל נערוועז און נישט רואיג. איי פרעג איך איהם וואס פארלאנגסטו טערעפי נאכאמאהל. זאגט ער עה, נא, נישט אזא, נאר א גוטע...
דאס הארץ בלוטיגט צו הערן דיין פיינפולע געשיכטע. ביסט גערעכט דערמיט אז געוויסע טעראפיסטן מיט לייסענס קענען זיין אזוי פארגוי׳שט און נישט רעספעקטירן די ווערד פון א אידישע שטוב ה״י, און ווילן נישט יורד זיין לסופו של דבר נאר זוכן גלייך דאס געלט און לשון הרע.

אבער…

דער פראבלעם מאכט זיך פי כמה מער מאל ביי טעראפיסטן אן לייסענס! וויפיל אידן בלוטיגן און וויינען פונקט ווי דיר, אבער זיי קענען נישט זאגן ״כ׳האב זיך געלערנט״ ווייל די מעשה ענדיגט זיך נישט. מ׳קען נישט אנטלויפן פון א חולה שליטה. זיי לייגן די לאפעס אויף די גאנצע שטוב און ווילן עס צערייסן.

א שאד איך קען נישט דא לייגן קיין נעמען.
מחנך
שר חמש מאות
תגובות: 579
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 03, 2016 10:49 am

Re: וואנט פון שאנדע - רשעות׳דיגע טעראפיסטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחנך »

טישטוך האט געשריבן:
כ׳שרייב בכוונה אביסל פארהוילן, אז דעם וואס עס איז נוגע זאל ליינען, אינספירירט ווערן און אויב מעגליך, מגיב זיין:

היינטיגע צייטן ווען דער עולם איז אביסל מער וואכזאם צו מענטל העלט, זענען אפירגעקומען אינאיינעם מיט די הונדערטע טעראפיסטן אויך אזעלכע וואס זענען נישט ראוי לעלות על שולחן מלכים. אין די צייט וואס א געהעריגער טעראפיסט האט געלערנט און ער ווייסט וויאזוי צו באהאנדלען קליענטן, און אין דער צייט וואס א געהעריגע טעראפיסט האט אין זיין קעשענע א ווערדפולער קארטל וואס הייסט ׳לייסענס׳ וואס ער איז אומשטאנד צו פארלירן אויב זעצט ער אן א קעיס, און אין די צייט וואס א געהעריגע טעראפיסט ארבעט על פי רוב לויט די ביכער און פארגעשריבענע מהלכים פון טעראפי, זענען אונטערגעוואקסן אזעלכע פוילע רוחות וואס האבן באשלאסן צו כאפן א רייד אויף דעם אויפוואכונג, און אויך אנהייבן מאכן געלט אויפן גרינגן אופן פון זיצן אויפן שטול און הערן גאסיפ.

גייט נישט צו קיין טעראפיסט אנע לייסענס!
גייט נישט צו קיין טעראפיסט אנע לייסענס!
גייט נישט צו קיין טעראפיסט אנע לייסענס!
גייט נישט צו קיין טעראפיסט אנע לייסענס!
געוואלטיגע וויכטיגע ארטיקעל! שוין פונלאנג געדארפט ארויסקומען, מ'דארף מרעיש זיין וועלטען אויף דעי שפיכות דמים - תרתי משמע, איך האב שוין געהאט מער פון איינס אזא קרבן וואס זענען געקומען האלב געשאכטען פון אזעלעכע רשעים, איך בין אינוואלווד מיט א קינד וואס אזא שוחט - טערעפיסט "מיט לייסענס" האט צעטיילט די עלטערען, און חרוב געמאכט א שטוב וואס איז געפארען גוט פאר כמעט צוואנציג יאהר נאך די חתונה! יעדע קינד דארטען דארף יעצט העלפ! פאר קיין שום סיבה

איין וויכטיגע קאמענט:

ס'האט נישט קיין שייכות מיט יא לייסענס אדער נישט לייסענס קיין כי הוא זה!!

נאך איינמאהל:

Belz123
שר חמש מאות
תגובות: 825
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 05, 2017 1:52 pm

Re: וואנט פון שאנדע - רשעות׳דיגע טעראפיסטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Belz123 »

מחנך האט געשריבן:

Agree

Reference is the most important

And make sure to call relief for Montral

NOT from BP

Relief from BP doesn’t understand fully our needs
מיט מזל
שר חמש מאות
תגובות: 769
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 17, 2022 10:03 pm

Re: וואנט פון שאנדע - רשעות׳דיגע טעראפיסטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיט מזל »

אזוי צו אזוי,
איז נישט דא קיין שום פאל וואס מענער זאלן גיין צו פרויען טעראפיסטן - אדער פארקערט
שרעקליכע חרבנות!!!!!!!!!!
איך ווייס קראנט, השם ירחם!
אוועטאר
לעמאן סאדע
שר האלף
תגובות: 1641
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 13, 2018 5:39 pm
לאקאציע: חק"ס שטיבל

Re: וואנט פון שאנדע - רשעות׳דיגע טעראפיסטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעמאן סאדע »

סתם אינטרעסאנט !!

3 בלעטער פון אנע לייסענס אידין זענען דן תורת הנפש :-?
loyodea
שר האלפיים
תגובות: 2010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 20, 2020 8:00 pm

Re: וואנט פון שאנדע - רשעות׳דיגע טעראפיסטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך loyodea »

לעמאן סאדע האט געשריבן:
סתם אינטרעסאנט !!

3 בלעטער פון אנע לייסענס אידין זענען דן תורת הנפש :-?
ליין איבער, זיי זענען דן וויאזוי מ'האט זיי דן געווען, לב יודע מרת נפשו.
אוועטאר
יעך'בין שוין גרויס
שר האלפיים
תגובות: 2169
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 04, 2011 10:01 pm

Re: וואנט פון שאנדע - רשעות׳דיגע טעראפיסטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעך'בין שוין גרויס »

יידישע קהילות האט געשריבן:
איך מיין אז דער אשכול דארף פארשלאסן ווערן. זאפארט!!
דא איז מען דן דיני נפשות, לכאן או לכאן.
עס איז כאילו מ'זאל דן זיין דא אויף אייוועלט וואס פאר א מעדיצין צו געבן פאר א קראנקן, נעם יא אנטי-ביאטיק נעם נישט. נעם יא וואקסין, נעם נישט.
רבותי, עס איז פאראן שארלאטן אין יעדע געביט, און עס איז פאראן גנבים און רוצחים וואס זענען פארשטעלט פאר רבנים פאר גוטע פריינט פאר עקספערטן וכו' כו'.
לעומת זה נישט צו גיין צו א טעראפיסט ווען מ'דארף, איז א חטא בל יכופר ורבים חללים הפילה!!
מ'דארף זיך מתייעץ זיין מיט קלוגע און ערליכע יידן. מיט RELIEF מיט דיינים און ראשי ישיבה וואס האבן עקספיריענס.
דאס איז נישט קיין נושא וואס איטליכע אייוועלט שרייבערלעך זאלן דא אזוי מחליט זיין און חס ושלום גורם זיין אז איינער וואס דארף און מוז גיין וועט נישט גיין. רח"ל רח"ל.
מ'דארף נישט פארמאכן די אשכול נאר טאקע דאס זאל זיין די "מעסעדש" פון די אשכול: מ'דארף זיך מתייעץ זיין מיט קלוגע און ערליכע יידן. מיט RELIEF מיט דיינים און ראשי ישיבה וואס האבן עקספיריענס.

מען דארף צוגיין צו דעם אזוי ווי מ'וואלט געטון א heart surgery

ס'דא אסאך טערעפיסטן וואס זייער גאנצע השקפות החיים איז מלא אפיקורסות (שטייצעך זיי באהאלטען דאס גוט אדער זיי אליינס זענען באוואוסטזיין - איך וואלט גע'עצט די ערשטע זאך פרעגן די טערעפיסט: די גלייבסט א מענטש האט א נשמה? וואס מיינט א נשמה?)

ס'דא טערעפיסטן וואס דארפן טערעפיסטן אדער נוצן זייער פאך אלץ א טערעפי
אם אין אני לי מי לי, וכשאני לעצמי מה אני, ואם לא עכשיו אימתי
בערגשטיין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 333
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2022 3:16 pm

Re: וואנט פון שאנדע - רשעות׳דיגע טעראפיסטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערגשטיין »

יעך'בין שוין גרויס האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:
איך מיין אז דער אשכול דארף פארשלאסן ווערן. זאפארט!!
דא איז מען דן דיני נפשות, לכאן או לכאן.
עס איז כאילו מ'זאל דן זיין דא אויף אייוועלט וואס פאר א מעדיצין צו געבן פאר א קראנקן, נעם יא אנטי-ביאטיק נעם נישט. נעם יא וואקסין, נעם נישט.
רבותי, עס איז פאראן שארלאטן אין יעדע געביט, און עס איז פאראן גנבים און רוצחים וואס זענען פארשטעלט פאר רבנים פאר גוטע פריינט פאר עקספערטן וכו' כו'.
לעומת זה נישט צו גיין צו א טעראפיסט ווען מ'דארף, איז א חטא בל יכופר ורבים חללים הפילה!!
מ'דארף זיך מתייעץ זיין מיט קלוגע און ערליכע יידן. מיט RELIEF מיט דיינים און ראשי ישיבה וואס האבן עקספיריענס.
דאס איז נישט קיין נושא וואס איטליכע אייוועלט שרייבערלעך זאלן דא אזוי מחליט זיין און חס ושלום גורם זיין אז איינער וואס דארף און מוז גיין וועט נישט גיין. רח"ל רח"ל.
מ'דארף נישט פארמאכן די אשכול נאר טאקע דאס זאל זיין די "מעסעדש" פון די אשכול: מ'דארף זיך מתייעץ זיין מיט קלוגע און ערליכע יידן. מיט RELIEF מיט דיינים און ראשי ישיבה וואס האבן עקספיריענס.

מען דארף צוגיין צו דעם אזוי ווי מ'וואלט געטון א heart surgery

ס'דא אסאך טערעפיסטן וואס זייער גאנצע השקפות החיים איז מלא אפיקורסות (שטייצעך זיי באהאלטען דאס גוט אדער זיי אליינס זענען באוואוסטזיין - איך וואלט גע'עצט די ערשטע זאך פרעגן די טערעפיסט: די גלייבסט א מענטש האט א נשמה? וואס מיינט א נשמה?)

ס'דא טערעפיסטן וואס דארפן טערעפיסטן אדער נוצן זייער פאך אלץ א טערעפי
גאמ

די אשקול איז פאר awareness purposes, מענטשן ווייסן נישט אין וואס זיי גייען אריין ווען זיי גייען פאר טערעפי. נאך דריי בלעטער איז פאר יעדעם קלאר. מאך זיכער פאר די גייסט צו וועים די גייסט, פרעג רעליעף אדער אנדערע וואס זענען שוין געווען ביי יענעם אזוי האב איך געטאן
אנטלויף נישט פונעם מציאות, קוק עס אין פנים און פארמעסט זיך דערמיט
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5493
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

Re: וואנט פון שאנדע - רשעות׳דיגע טעראפיסטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

שטארק זיך האט געשריבן:
namlich האט געשריבן:
מיט די אויפשטייג פון נארסיסיסטען, איז יעדער פארשוין וועלכע שטופט זיך צו זיין א עסקן, שלום בית מאכער, דעות זאגער, נחשד אלס א קראנקן. איינער וואס לערנט זיך עטליכע יאר, איז נישט אונטער די חשש, זינט א נארסיסיסט וועט קיינמאל נישט גיין זיך לערנען.
@מי אדיר העלף ארויס.
א נארסיסיסט וועט זיך קיינמאל נישט לערנען.. נו נו...

כ׳ווייס נישט צי ס׳איז דא אפילו איין בארוף וואס האט אזא פראצענט נארסיססטן ווי לייסענסד טעראפיסטן.
וואס מיינט בארוף?
אפענע געפילן
שר העשר
תגובות: 30
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 22, 2022 11:00 am

Re: וואנט פון שאנדע - רשעות׳דיגע טעראפיסטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפענע געפילן »

ס'וויל זיך מיר אסאך שרייבן אבער ס'פליסט איבער וועל איך זיך לע"ע באגענוגן מיט דעם

פון מיין עקספיריענס איז איינע פון די עיקר סיבות פארוואס די אלע זאכן פאסירן איז די מכת חושך וואס נעמט ארום תורת הנפש, מ'טאפט אין די פינסטער ביז מקומט אן צום ריכטיגן מענטש וכולי האי ואולי

ביי פיזישע געזונט זענען דא בארימטע און פעסט געבויטע ריפערל ארגאניזאציעס וואס האבן א פונקטליכן חשבון וועלכער דאקטער איז יא/נישט גוט פאר וועלכע זאך, ס'דא רופא חולים, חיים מעדיקל, רפואה העלפליין וכדו', זיי גייען נאך קעיס ביי קעיס און ס'דא א וועלט פון גוטע און קלארע אינפארמאציע ווען א מענטש זוכט א דאקטער פאר א פיזישע פראבלעם

דאס בילד איז אבער היבש אנדערש ביי תורת הנפש, ס'איז טאקע דא רעליף אדער ביקור חולים, אבער ס'האלט ווייט ווייט פון די לעוול ווי פיזישע געזונט, אויטאמאטיש קומט אויס אז יעדער דארף אליינס מאכן זיין ריסערטש, די אינפארמאציע איבער ווער עס איז גוט און פארקערט ווערט נישט גענוג גוט געפילטערט און געמאניטערט, אויטאמאטיש איז דא א פלאץ פאר אומטויגליכע צו מער פון דעם, וואס ביי פיזישע געזונט וואלט מען שוין לאנג געוואוסט סיי פון וועמען אוועקצושטיין און סיי צו וועמען יא צו גיין און ווער סאיז פאסיג פאר וועלכע זאך אויף א קעיס ביי קעיס לעוול, להווי ידוע אז ס'זענען דא הונדערטע פיזישע דאקטוירים וואס מ'גייט נישט צו זיי פשוט ווייל סאיז דא די ריכטיגע אינפארמאציע, און די זעלבע בקום ועשה מ'ווייסט צו וועמען זיך יא צו ווענדן,

ס'קוקט אויס ווי אסאך פון די מעשיות אין די אשכול וואלטן געקענט פארמיטן ווערן - אדער בעסער, וועט להבא נישט געשען - אויב וועט זיין א פעסטע ריפוירל דאטאבעיס וואס ווערט גוט געמאניטערט

כ'ווייס נישט אויב דאס איז א גזירה מן השמים אדער ס'איז עפעס וואס מ'דארף פשוט אויפבויען אז ריפוירל אינפארמאציע זאל זיין אויף די לעוול ווי ביי פיזישע געזונט, ס'א בחינה פון לאו עכברא גנב אלא חורא,

אזוי זעט מיר אויס פון מיין עקספיריענס
געפילן קען מען נישט דערשטיקן אדער פארטרייבן, ענדערש נעם זיי אויף מיט אפענע ארעמעס און האב מנוחת הנפש
אינטערנאל פעמילי סיסטעם IFS
אוועטאר
חידוש נפלא
שר שבעת אלפים
תגובות: 7185
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 22, 2009 10:03 pm

Re: וואנט פון שאנדע - רשעות׳דיגע טעראפיסטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חידוש נפלא »

אפשר וואלט געווען כדאי מפרסם צו זיין די נעמען פון די אלע וואס מ'ווייסט זיכער אז זיי מאכן קאליע
צו ווארענען דעם ציבור שלא תמות כדרך שמת פלוני
שלמה ברוך
שר חמישים
תגובות: 58
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 03, 2021 10:49 pm

Re: וואנט פון שאנדע - רשעות׳דיגע טעראפיסטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה ברוך »

טישטוך האט געשריבן:
כ׳שרייב בכוונה אביסל פארהוילן, אז דעם וואס עס איז נוגע זאל ליינען, אינספירירט ווערן און אויב מעגליך, מגיב זיין:

היינטיגע צייטן ווען דער עולם איז אביסל מער וואכזאם צו מענטל העלט, זענען אפירגעקומען אינאיינעם מיט די הונדערטע טעראפיסטן אויך אזעלכע וואס זענען נישט ראוי לעלות על שולחן מלכים. אין די צייט וואס א געהעריגער טעראפיסט האט געלערנט און ער ווייסט וויאזוי צו באהאנדלען קליענטן, און אין דער צייט וואס א געהעריגע טעראפיסט האט אין זיין קעשענע א ווערדפולער קארטל וואס הייסט ׳לייסענס׳ וואס ער איז אומשטאנד צו פארלירן אויב זעצט ער אן א קעיס, און אין די צייט וואס א געהעריגע טעראפיסט ארבעט על פי רוב לויט די ביכער און פארגעשריבענע מהלכים פון טעראפי, זענען אונטערגעוואקסן אזעלכע פוילע רוחות וואס האבן באשלאסן צו כאפן א רייד אויף דעם אויפוואכונג, און אויך אנהייבן מאכן געלט אויפן גרינגן אופן פון זיצן אויפן שטול און הערן גאסיפ.

ימים פון טרערן און טינט האבן נאכנישט פארפלייצט זייערע אפיסעס, טיפע גריבער אנגעפילט מיט ווארעמע בלוט האט זיי נישט איבערגענומען. די רייץ צו קאנטראל און שליטה, און די תאווה פון מאכט און כבוד, און אזוי אויך דאס געלט וואס מען מאכט, האט זיי נאכנישט גענומען אין א זייט און געגעבן אביסל צייט פאר א חשבון הנפש.

מען דיעלט דא מיט אידישע נשמות, מיט איידעלע אידישע קינדער וואס ווענדן זיך מיט א פראבלעם און ווילן ווערן געהאלפן. זיי ווילן נישט אז זייערע פראבלעמען זאלן זיין א מקור הכנסה פאר די רשעים וואס זעטיגן זיך פון אידישע פלייש און בלוט. זיי ווילן דירעקט נישט ווערן אנגעהאנגען אין א דריטן וואס זאל זיי פארפירן די חתונה צוזאמענלעבן, זיי ווילן דירעקט נישט האבן עמיצן צווישן זיי און די עלטערן, און זיי ווילן אויך נישט זיין געצווינגען צו בלייבן באהאפטן אויפן לעבן.

די אלע אומפראפעסיאנאלן זענען גאר אויסגעצייכנט אין מהרס זיין שטיבער, און אין מחריב זיין אידישע נשמות און דורות אויף שטענדיג. זיי גלייכן צו אויסהערן די קעיס און עס נעמען צו א לעוול וואס עס זאל צעשמירט ווערן איבעראל, און אלע זאלן זיין פארנומען באנעבעכן זייערע קעיסעס און באלויבן זייער ארבעט. זיי באוואפענען זיך מיטן אויסגעדראשענעם טענה אז ״אויף יעדן עסקן איז דא טענות״ און זיי זענען עקספערטן צו דערשנאפן וואוילטעטיגע תמימים וואס זאלן זיי בּעקן, אמאל אונטערן טיטל ׳רב׳ און אמאל אונטערן טיטל ׳עסקן׳.

ריהעב צענטערן זענען פיל מיט דעפרעסטע אידישע טאטעס און מאמעס וואס זענען נעבעך באעוול׳ט געווארן דורך אזעלכע אנשי בליעל. אני הקטן ראה עני, איך זעלבסט האב אמאל וואלונטירט אריינצוגיין אין אזא צענטער צוליב א געוויסע סיבה, און איך האב דארט געזען א היימישע ווייבל וואס איז געזיצן אן קיין לעבנסלוסט, זי איז דארטן אריינגעפירט געווארן נאכן ווערן געצווינגענערהייט אפגעריסן פון איר באליבטן קינד, אין זכות פון אזא ׳טעראפיסט׳ וואס האט ׳פארשטאנען פאר ריכטיג׳ דאס צו טון. יא, זי האט נישט געוואלט זיין אין א וועלט וואס מען לאזט איר נישט זען איר קינד, זי איז נישט גע׳גט, עס איז נישטא קיין פאמיליע פאליטיק, נאר עס איז געווען א קליינע מיסטפארשטענדעניש צווישן זי און דעם קינד, זי האט געטראפן דעם ׳טעראפיסט׳ און געצאלט בלוטיגע געלטער פון איר קעשענע, און דער גרויליגער גונב נפשות האט גענומען דאס קינד און נישט אומגעקערט.

א ברודער דערציילט מיר: קענסט די גרויסע באקאנטע עסקנ׳טע מרת געדערים (פיקטיווער נאמען)? איז אזוי. זי האט גענומען מיין שוועסטער אלס א פראיעקט איר אויסצומענטשלען בעפארן חתונה, דאס קינד איז אצינד גע׳גט, און ער רעדט נישט מיט די פאמיליע, נאר מיט מרת געדערים, זי שלאפט דארטן און עסט דארט, זי וויל נישט הערן פון צוריקקומען אהיים צום נעסט פון אירע באליבטע עלטערן וואס האבן נאר געוואלט זיין גוטס.

א טאטע דערציילט מיר: מיין טאכטער האט נישט גערעדט מיט מיר פאר פיר גאנצע יאר! אן אזויגערופענער ׳פארשטייער׳ האט גוזר געווען אויף מיין טאכטער אז זי טאר נישט מיט מיר רעדן ווייל איך פאראורזאך איר טראומע, און דערפאר איז אויף מיר געפאלן די לאסט פון בענקעניש צו מיין אייגן בלוט און פלייש וואס פאשעט אין פרעמדע פעלדער ביי היימישע.

א מאמע בוכה׳ט צו מיר: מיינע דריי זין ווילן נישט מיט מיר פארטוישן א ווארט! זיי אלע האבן שיינע ערליכע אידישע שטיבער, און איך באבע טאר נישט שעפן דעם נחת פון מיינע אייניקלעך. אן אומגעלייסענסטער טעראפיסט וואס איך האב זיי צוגעשטעלט און געצאלט געלט, האט משדל געווען אחד מגדולי דורינו זצ״ל וואס האט זיי מסביר געווען נאכן ווערן געשטאפט פון דעם רשע - אז מיט מיר טארן זיי נישט האבן קיין שייכות.

א זיידע פארציילט מיר: אויב וואלט דאס פארגעקומען ביי יענעם אין שטוב וואלט איך לכאורה נישט געהאלטן אז דער ׳עסקן׳ איז אומגערעכט, אבער היות איך ווייס אז מיין טאכטער איז אומשולדיג, וויאזוי קען איך שלאפן ביינאכט ווען איך זעה ווי מען פארגיסט איר בלוט? ווען איך זעה ווי מען רייסט פון איר אוועק איר בר מצוה בחור׳ל און זי קען זיך נישט אנרופן א ווארט?

א גרוש דערציילט מיר: איך האב זיך בכלל נישט געוואלט גט׳ן. אלס האט זיך אנגעהויבן ווען איך האב געוואלט ׳אימפראוון׳ מיין שלום ביח, און די פרוי וואס האט אונז אנגעהויבן ׳העלפן׳ האט מיר ליידער געפירט ביז א פולקאמער גט. מיין ווייב איז אנטלאפן פון מיר און געוואוינט ביי איר אין בעיסמענט ביז איך האב זיך געבראכן און געגעבן א גט, און אויב איז דאס נישט גענוג האט זי נאך מסביר געווען פאר מיין אינגעלע אז ער דארף נישט מכבד זיין א טאטע ווייל ער האט נישט א נארמאלע טאטע.

א באם דערציילט מיר: איך בין ליידער פארשוועכט געווארן אלס קינד און געליטן אסאך טראומע, אבער די סיבה פארוואס איך בין ארויס לתרבות רעה איז וויבאלד מען האט מיר איבערגערעדט אלס בחור צו גיין קעגן מיינע עלטערן. איך האב נישט געקענט פארנעמען די היץ, און איך בין אינגאנצן צודרייט געווארן דערפון. היינט האב איך זיך איבערגעבעטן מיט מיינע עלטערן, און ווען איך זעה דעם ׳עסקן׳ שפיר איך אז עס איז עק וועלט.

א גאר חשוב׳ער רב בישראל זאגט מיר בזה״ל: ״דאס איז א האלאקאוסט און א בכיה לדורות! ווען עס וועט קומען די צייט וועלן די אלע אפגעבן א דין וחשבון אויף יעדן איבריגן טרער וואס זיי האבן פאראורזאכט״. בלוט איז נישט קיין וואסער, און די וואס טרונקען עס וועלן ביטער און שלעכט אפשניידן. עס איז א ווייטאג און א פחד וואס דא טוט זיך היינט אפ - ואין פוצה פה ומצפצף.

טייערע אידן!

עס ברענט א פייער און מיר מוזן עס פארלעשן פאר יעדן פרייז. ליידער איז יעדע אויבנדערמאנטע געשיכטע אמת ויציב, און ווען איך קען וואלט איך עס ארויפגעלייגט מיט נעמען און טעלעפאן נומערן צו וועריפייען. אויב איז דער תירוץ אז ״אויף יעדן וואס טוט האט מען טענות״ בין איך מוסר ומודיע אז דער תירוץ איז מופרך פון אנהויב ביזן סוף. ווי האט יענער געזאגט? אויף איין קשיא איז דא איין תירוץ, אויף צוויי קשיות איז דא צוויי תירוצים, אבער אויף צען קשיות איז נאר דא איין תירוץ.

און די וויכטיגסטע זאך איז:
גייט נישט צו קיין טעראפיסט אנע לייסענס!
גייט נישט צו קיין טעראפיסט אנע לייסענס!
גייט נישט צו קיין טעראפיסט אנע לייסענס!
גייט נישט צו קיין טעראפיסט אנע לייסענס!
גייט נישט צו קיין טעראפיסט אנע לייסענס!
גייט נישט צו קיין טעראפיסט אנע לייסענס!
גייט נישט צו קיין טעראפיסט אנע לייסענס!
גייט נישט צו קיין טעראפיסט אנע לייסענס!
גייט נישט צו קיין טעראפיסט אנע לייסענס!
גייט נישט צו קיין טעראפיסט אנע לייסענס!
גייט נישט צו קיין טעראפיסט אנע לייסענס!
האלא בארוהאיג דיך עס זעט אויס ווי א פארווייטאגטע מענטש רעדט דא
עס איז מענטשען וואס האבן נישט קיין לייסענס אבער פארשטייען נאך פיל בעסער צו די נושא ווי מענטשען מיט לייסענס
די בעסטע איז יעדער האט גוטע עהרליכע אידן מיט וועם זיך צו דורכרעדן
די רבנים, דיינים, מנהיגים, זיי האבן פיל פיל עקספיריענס אין די עניינים זיי האבן גאר אסאך פידבעק
די פראבלעמען הייבן זיך אן ווען מען טוט זאכן אויף די אייגענע האנט און מען פרעגט נישט די ריכטיגע מענטשען און מען מאכט נישט די ריכטיגע ריסוירטש
און אפי' מיט די אלע זאכן קען א מענטש נאך אלס האבן א דורך פאל א טעראפידט אפי' א גאר מוצלוח'דיגע איז אויך נאר א מענטש און נישט קיין מלאך
מען דארף שארק מתפלל זיין אויף סייעתא דשמיא אז מען זאל אנקומען צו די ריכטיגע שליחים
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6376
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: וואנט פון שאנדע - רשעות׳דיגע טעראפיסטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

טישטוך האט געשריבן:
וואלסט געפארן מיט א גוטן דרייווער אן לייסענס אויף א שיפן שטראז מיט א קליף אויף דער זייט? איך נישט. קען יעדער מיט לייסענס דרייוון דארטן? אויך נישט. אבער דער מיט לייסענס האט כאטשיג עפעס געלערנט.
דרייוון ווערט קיינער נישט געבוירן קענענדיג, מען מוז זיך דאס לערנען,
משא"כ חכמה בכלליות און חכמת הנפש בפרטיות קען מען ווערן געבוירן דערמיט, עס זענען דא מענטשן וואס פארשטייען זייער גוט יענעם און האבן א געפיל צו העלפן, בפרט היימישע אידן, וואס מיר שטודירן נישט און נעמען א לייסענס וועט געדויערן 4 יאר פלאס, ממילא איז נישט שייך דאס צו אימפלעמענטן.

איך טראכט נאר הויך.
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

Re: וואנט פון שאנדע - רשעות׳דיגע טעראפיסטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

פון ווערן געבוירן מיט פארשטאנד און געפיל ווייסט מען נאכנישט וואס מען האט צו טון. עס איז אבער זייער בייהילפיג
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”