וואלט/האט איר געשיקט אייער בחור העכער אכצן קיין ארץ ישראל לערנען?

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

וואלט/האט איר געשיקט אייער בחור העכער אכצן קיין ארץ ישראל לערנען?

איך האב געלערנט און א''י און איך וואלט/האב געשיקט דארט מיין בחור
83
27%
איך האב געלערנט און א''י און איך וואלט/האב נישט געשיקט מיין בחור דארט
54
18%
איך האב 'נישט' געלערנט דארט און איך וועל נישט שקן דארט מיין בחור
130
43%
איך האב 'נישט געלערנט דארט און איך וואלטהאב יא געשיקט מיין בחור
36
12%
 
סך הכל שטימען: 303

אוועטאר
שקר גמור
שר האלף
תגובות: 1009
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 24, 2022 10:20 pm

וואלט/האט איר געשיקט אייער בחור העכער אכצן קיין ארץ ישראל לערנען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שקר גמור »

און שאטן פון די לעצטע שטורעם אנעהויבן און ארצינו הקדושה און איבערגעפרישט און די מאמענט קומט אריין קלאר מיט אייער פאזיציע די וואלן קענען זיין זייער אינטרעסאנט און געבן א שטיקל פראספעקטייו ווער ס'שפירט וואס,
קומט אריין און די מאסן!
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6413
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: וואלט/האט איר געשיקט אייער בחור העכער אכצן קיין ארץ ישראל לערנען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

עס איז נישט קיין וואן-סייז-פיטס-אלל.
עס ווענדט זיך לפי המצב פון דעם בחור, זיין אידישקייט לעוועל, זיין עלטער (סתם שרייבן "העכער אכצן" איז נישט גענוג), וכו'.
אוועטאר
שקר גמור
שר האלף
תגובות: 1009
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 24, 2022 10:20 pm

Re: וואלט/האט איר געשיקט אייער בחור העכער אכצן קיין ארץ ישראל לערנען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שקר גמור »

דניאל אויערבאך האט געשריבן:
עס איז נישט קיין וואן-סייז-פיטס-אלל.
עס ווענדט זיך לפי המצב פון דעם בחור, זיין אידישקייט לעוועל, זיין עלטער (סתם שרייבן "העכער אכצן" איז נישט גענוג), וכו'.
נו דאס איז די פוינט יעדער זאל אפשפיגלען זיין אייגענע עקספיריענס
אוועטאר
Rak Tov
שר שבעת אלפים
תגובות: 7892
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:35 pm
לאקאציע: דא
פארבינד זיך:

Re: וואלט/האט איר געשיקט אייער בחור העכער אכצן קיין ארץ ישראל לערנען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Rak Tov »

ווארפט אריין לכה"פ $360
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt
אוועטאר
פרומע לבוש
שר האלפיים
תגובות: 2916
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2022 12:55 pm
לאקאציע: אין מיין רעזשוואלקע

Re: וואלט/האט איר געשיקט אייער בחור העכער אכצן קיין ארץ ישראל לערנען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרומע לבוש »

איך האלט אז רוב וואס שיקן "ווילן" בכלל נישט שיקן נאר זיי זענן געצווינגן דאס צו טועהן צילוב די ווייניג אויסוואלן ישיבות,
רוב פריוואטע ישיבות פארמאכט זיך נאך די צווייטע עידזש ישיבה גדולה, און אפילו עס בלייבט אפן איז עס אויסגעשפילט, ממילא איז די אנקעטע נישט גילטיג,
אוועטאר
אחשוורוש דער דריטער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3999
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 3:05 pm
לאקאציע: שבע ועשרים ומאה מדינה...

Re: וואלט/האט איר געשיקט אייער בחור העכער אכצן קיין ארץ ישראל לערנען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחשוורוש דער דריטער »

אין א ישיבה וואס געהערט צו א ספעציפישע חסידות - זיכער יא
Without a name
שר חמש מאות
תגובות: 660
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 26, 2023 2:30 pm

Re: וואלט/האט איר געשיקט אייער בחור העכער אכצן קיין ארץ ישראל לערנען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Without a name »

אזויווי @דניאל האט געשריבן א טאטע דארף גוט ארויסהאבן די זון צו מאכן דעי דיסיזשען
בערגשטיין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 333
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2022 3:16 pm

Re: וואלט/האט איר געשיקט אייער בחור העכער אכצן קיין ארץ ישראל לערנען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערגשטיין »

דניאל אויערבאך האט געשריבן:
עס איז נישט קיין וואן-סייז-פיטס-אלל.
עס ווענדט זיך לפי המצב פון דעם בחור, זיין אידישקייט לעוועל, זיין עלטער (סתם שרייבן "העכער אכצן" איז נישט גענוג), וכו'.
מרעד בכלליות צו סאיז א גוטע/נארמאלע זאך צו שיקן א בחור דארט לערנען.
איינער וואס האט נישט קיין ברירה(עלטערע בחור) אדער יעדע אנדערע סיבה איז נישט אין דעים כלל.

די שאלה איז פשוט:
א ניינצן יעריגער בחור וואס לערנט אין א ישיבה אין חו״ל, ער האט חברים מיט וועים צו זיין דארט. נאר פשוט ער ״וויל״ פארן אהין לערנען ווייל…..פארוואס נישט. וואלסטו געשיקט?
אנטלויף נישט פונעם מציאות, קוק עס אין פנים און פארמעסט זיך דערמיט
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרת אלפים
תגובות: 17517
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: וואלט/האט איר געשיקט אייער בחור העכער אכצן קיין ארץ ישראל לערנען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

איך האב געלערנט און א''י און איך וואלט געשיקט דארט מיין בחור
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

אויב מעקט מען דיינע תגובות, איז א סימן אז די שרייבסט.
אויב מעקט מען דיר אסאך, איז א סימן אז דו ביסט א גרויסע שרייבער.
דוק ותשכח
abeg
שר שבעת אלפים
תגובות: 7674
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

Re: וואלט/האט איר געשיקט אייער בחור העכער אכצן קיין ארץ ישראל לערנען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abeg »

מ׳דארף מאכן די זעלבע שאלה אין אױסװאל אױך אױף פארקערט פאר די א״י אײנואױנער
וואלט/האט איר געשיקט אייער בחור העכער אכצן קיין אמעריקא לערנען?
א פייער ברענט אין הארץ פון א יוד

שריי אויס בקול רם
בחר בנו מכל עם
א זכיה צו זיין א יוד
ישי כץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 326
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 28, 2022 12:45 am

Re: וואלט/האט איר געשיקט אייער בחור העכער אכצן קיין ארץ ישראל לערנען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישי כץ »

את פתח לו האט געשריבן:
איך האב געלערנט און א''י און איך וואלט געשיקט דארט מיין בחור
איז עס נישט קיין סתירה מיט דיין אונטערשריפט?
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4136
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: וואלט/האט איר געשיקט אייער בחור העכער אכצן קיין ארץ ישראל לערנען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

ישי כץ האט געשריבן:
את פתח לו האט געשריבן:
איך האב געלערנט און א''י און איך וואלט געשיקט דארט מיין בחור
איז עס נישט קיין סתירה מיט דיין אונטערשריפט?
פארקערט. זעט אויס אז אין א"י האט ער זיך געשטעלט אויף די פיס...
אוועטאר
לפי עניות דעתי
שר האלף
תגובות: 1080
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 30, 2021 1:39 pm
לאקאציע: במקום שאין איש

Re: וואלט/האט איר געשיקט אייער בחור העכער אכצן קיין ארץ ישראל לערנען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לפי עניות דעתי »

געלערנט אין מיר, און שטארק געשטיגן.

מיינע קינדער וועט זיך לכאורה ווענדן, און זייער לעוועל ביראת שמים, און וואו געבויט מען איז, ווער דו חברים זענען, און אין עלטער, והעיקר וועט מען דארפן הערן דו מצב אויפען פלאץ פון מענשן וואס זענען דארט, און פרעגן מיין מורה דרך וואס ער האלט לפי זה.

איך וואלט אבער מער הנאה געאט יא צו שיקן, וואו נישט.
כן נראה לפי עניות דעתי והשם הטוב יכפר אם שגיתי
והחולק יחלוק
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: וואלט/האט איר געשיקט אייער בחור העכער אכצן קיין ארץ ישראל לערנען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

איך קען אינגעלייט וואס זענען באמת אויסגעשטיגן אין א"י

פון די אנדערע זייט......

כ'וויל וויסן וועלכע טאטע וואלט געלאזט זיין זוהן פארן יעצט אויף אוקריינע

די שאנסן צו ווערן געשעדיגט דארט זענען פיל פיל קלענער ווי אז ער זאל ח"ו כאפן אן ערנסטע גליטש אין א"י
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
כאניש וואס צו טוּן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4246
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 05, 2020 12:17 pm

Re: וואלט/האט איר געשיקט אייער בחור העכער אכצן קיין ארץ ישראל לערנען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טוּן »

הענדימען האט געשריבן:
איך קען אינגעלייט וואס זענען באמת אויסגעשטיגן אין א"י

פון די אנדערע זייט......

כ'וויל וויסן וועלכע טאטע וואלט געלאזט זיין זוהן פארן יעצט אויף אוקריינע

די שאנסן צו ווערן געשעדיגט דארט זענען פיל פיל קלענער ווי אז ער זאל ח"ו כאפן אן ערנסטע גליטש אין א"י
;l;p-
הנם ימים המבורכים!
די געבענטשטע טעג זענען שוין אט דא!

אחכה ל"ו בכל יום שיבא!
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרת אלפים
תגובות: 17517
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: וואלט/האט איר געשיקט אייער בחור העכער אכצן קיין ארץ ישראל לערנען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

ישי כץ האט געשריבן:
את פתח לו האט געשריבן:
איך האב געלערנט און א''י און איך וואלט געשיקט דארט מיין בחור
איז עס נישט קיין סתירה מיט דיין אונטערשריפט?
פארוואס מיינסטו אזוי?
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

אויב מעקט מען דיינע תגובות, איז א סימן אז די שרייבסט.
אויב מעקט מען דיר אסאך, איז א סימן אז דו ביסט א גרויסע שרייבער.
דוק ותשכח
אוועטאר
בעסטע חבר
שר מאה
תגובות: 177
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 14, 2023 9:06 pm

Re: וואלט/האט איר געשיקט אייער בחור העכער אכצן קיין ארץ ישראל לערנען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעסטע חבר »

לדעתי איז א גרויסע תועלת צי לערנען אין א"י סיי ברוחניות און סיי בגשמיות. עס בויעט א מענטש פארן לעבען, צי נעמען אחריות אויף זיך, אויפשטיין גיין שלאפען ריינקייט צו זיין צייטליך וכו.

(און אפשר אויך אמאל דורכפאלן און זיך צירוק אויפהייבן, וואס כידיעה אז אין חכם כבעל הנסיון.)
משהלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3071
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

Re: וואלט/האט איר געשיקט אייער בחור העכער אכצן קיין ארץ ישראל לערנען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהלע »

את פתח לו האט געשריבן:
איך האב געלערנט און א''י און איך וואלט געשיקט דארט מיין בחור
די שאלה איז נאריש געפרעגט. יעדע בעלזער/ויזניצער/גערער/סלונימער אדג וועט שיקן און עס איז בכלל נישט קיין נושא אדער עקסטערע ריזיקע.

די שאלה איז פאר א פאפענער און לעלוב טשעסטער?
אוועטאר
חידוש נפלא
שר שבעת אלפים
תגובות: 7214
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 22, 2009 10:03 pm

Re: וואלט/האט איר געשיקט אייער בחור העכער אכצן קיין ארץ ישראל לערנען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חידוש נפלא »

בעסטע חבר האט געשריבן:
לדעתי איז א גרויסע תועלת צי לערנען אין א"י סיי ברוחניות און סיי בגשמיות. עס בויעט א מענטש פארן לעבען, צי נעמען אחריות אויף זיך, אויפשטיין גיין שלאפען ריינקייט צו זיין צייטליך וכו.
אי משום הא, פארוואס דוקא אין אר"י?
אין לאנדאן צו אין קאנאדא קען מען זיך נישט אויסלערנען צו זיין א בעל אחריות? דארט בויעט עס נישט דעם בחור פארן לעבן?
אוועטאר
בעסטע חבר
שר מאה
תגובות: 177
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 14, 2023 9:06 pm

Re: וואלט/האט איר געשיקט אייער בחור העכער אכצן קיין ארץ ישראל לערנען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעסטע חבר »

חידוש נפלא האט געשריבן:

אה"נ אבער אז עס איז שוין אוועקגעשטעלט אין א"י פארוואס פעלט עס אויס צי ריקען ערגעץ אנדערש?
מען וועט נאכאמאל דארפען אנפאנגען בויען פון פריש, און די פראבלעמען וועלען מיט קומען נישט געזארגט.
אוועטאר
sheetrock
שר עשרת אלפים
תגובות: 14217
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:42 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

Re: וואלט/האט איר געשיקט אייער בחור העכער אכצן קיין ארץ ישראל לערנען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך sheetrock »

שקר גמור האט געשריבן:
און שאטן פון די לעצטע שטורעם אנעהויבן און ארצינו הקדושה און איבערגעפרישט און די מאמענט קומט אריין קלאר מיט אייער פאזיציע די וואלן קענען זיין זייער אינטרעסאנט און געבן א שטיקל פראספעקטייו ווער ס'שפירט וואס,
קומט אריין און די מאסן!
וועליכע שטורעם? לינק ביטע
איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.
Joel
שר האלף
תגובות: 1015
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 28, 2015 11:20 pm

Re: וואלט/האט איר געשיקט אייער בחור העכער אכצן קיין ארץ ישראל לערנען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Joel »

חידוש נפלא האט געשריבן:
בעסטע חבר האט געשריבן:
לדעתי איז א גרויסע תועלת צי לערנען אין א"י סיי ברוחניות און סיי בגשמיות. עס בויעט א מענטש פארן לעבען, צי נעמען אחריות אויף זיך, אויפשטיין גיין שלאפען ריינקייט צו זיין צייטליך וכו.
אי משום הא, פארוואס דוקא אין אר"י?
אין לאנדאן צו אין קאנאדא קען מען זיך נישט אויסלערנען צו זיין א בעל אחריות? דארט בויעט עס נישט דעם בחור פארן לעבן?
פרעגט ווערט סאיז געווען און ארץ ישראל די הפקרת וואס דארט גייט פאר איז נישט דא און די גאנצע וועלט
אוועטאר
בעסטע חבר
שר מאה
תגובות: 177
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 14, 2023 9:06 pm

Re: וואלט/האט איר געשיקט אייער בחור העכער אכצן קיין ארץ ישראל לערנען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעסטע חבר »

Joel האט געשריבן:
חידוש נפלא האט געשריבן:
בעסטע חבר האט געשריבן:
לדעתי איז א גרויסע תועלת צי לערנען אין א"י סיי ברוחניות און סיי בגשמיות. עס בויעט א מענטש פארן לעבען, צי נעמען אחריות אויף זיך, אויפשטיין גיין שלאפען ריינקייט צו זיין צייטליך וכו.
אי משום הא, פארוואס דוקא אין אר"י?
אין לאנדאן צו אין קאנאדא קען מען זיך נישט אויסלערנען צו זיין א בעל אחריות? דארט בויעט עס נישט דעם בחור פארן לעבן?
פרעגט ווערט סאיז געווען און ארץ ישראל די הפקרת וואס דארט גייט פאר איז נישט דא און די גאנצע וועלט
קען מען איבער זאגען אז סיי ווי אימער וועלען די פראבלעמען מיט קומען. שיקען לערנען קיין לאנדאן אנשטאט א"י, איז נישט קער גענומען פון די פראבלעם, נאר פארדעקט.
בערגשטיין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 333
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2022 3:16 pm

Re: וואלט/האט איר געשיקט אייער בחור העכער אכצן קיין ארץ ישראל לערנען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערגשטיין »

בעסטע חבר האט געשריבן:
לדעתי איז א גרויסע תועלת צי לערנען אין א"י סיי ברוחניות און סיי בגשמיות. עס בויעט א מענטש פארן לעבען, צי נעמען אחריות אויף זיך, אויפשטיין גיין שלאפען ריינקייט צו זיין צייטליך וכו.

(און אפשר אויך אמאל דורכפאלן און זיך צירוק אויפהייבן, וואס כידיעה אז אין חכם כבעל הנסיון.)
זאג נאר, וויפל פראצענט דירות האבן אינטערנעט?
ווען גייט מען שלאפן אין א עוורעדש דירה?
ווען שטייט מען אויף?
אנטלויף נישט פונעם מציאות, קוק עס אין פנים און פארמעסט זיך דערמיט
אוועטאר
פארדרייט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 399
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 06, 2023 2:18 am
לאקאציע: El Paso Taxes

Re: וואלט/האט איר געשיקט אייער בחור העכער אכצן קיין ארץ ישראל לערנען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארדרייט »

טוט זיך אויף בענק און אויף טישן...
איך גיי נישט אריין גיין אין די נושא פינקטלעך וואס אין וויפיל ס'קומט יא אדער נישט פאר, און וויפיל פערצענט בחורים ס'איז,
אבער איין זאך יא ס'האט גארנישט מיט ארץ ישראל צו טין ס'האט מיט די עידזש בחורים! אלעס איז עקזעקט די זעלבע ביי די בחורים די עידזש, וואס זענען יא געבליבן און אמעריקע סך הכל א ריזיגע פערצענט פון די עידזש בחורים לערנען אין ארץ ישראל לייגט מען עס ארויף אויף ארץ ישראל.
בידעה ובמכירא קאמינא סיי אין ארץ ישראל און סיי דא.
מען קען זיך ווייטער טענה'ן ווי די בחורים פון בערך 18 19 אין ארויף, האלטן און אידישקייט, און וויפיל פערצענט ס'איז, אבער לאזט ארויס די ווארט ארץ ישראל, ס'קומט בכלל נישט אריין אין די פיקטשער.

די איינציגסטע חילוק וואס ארץ ישראל איז ערגער, איז אז אזא איינער וואס האט געמיינט אז ציונות מיינט, אפגעפארענע פאלציי וואס שלאגן ביי מחאות, און בכלל נישט געוויסט אז ציונות איז א שיטה, וואס ביי אינז האט מען טאקע נישט געהאלטן פון דעים, אבער ס'איז דא עהרליכע אפגעהיטענע אידן, וואס היטן 613 מצוות חוץ די שלש שבועות... (לשיטתינו), און געמיינט אז צום כותל גייען נאר אפאר אויסווארפן, און נישט געוויסט אז די אנדערע האלב כלל ישראל חוץ סאטמאר גייט... אזא איינער טוישט דארט זיין בליק, איז פאר די וואס ביי זיי איז דאס א פראבלעם זאלן דעפעניטלי נישט שיקן קיין ארץ ישראל
מִזֶּה אֵלֶּה וּמִזֶּה אֵלֶּה בְּנֵי אֵיתָנַי וְרַבָּנַי. כֻּלָּם צָעֲקוּ וַתַּעַל שַׁוְעָתָם אֶל ה'. יָ-הּ לְקוֹל רִנּוּן כְּבוֹא שָׁאַל לִפְנָי. וּמֶה קוֹל הַצֹּאן הַזֶּה בְּאָזְנָי
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”