סטאוו יא פיטא האט געשריבן:טראץ עס איז דא וואס צו ענטפערן, - אדער ענדערש - ס'איז נישטא אויף וואס צו ענטפערן, איז דא די תורה'דיגע וועג פון הקהה את שיניו. ווען דער קומט אריין ווי דער שוואכסטער פון די ארבעה בנים איז דאס זיין אינגרידיענס. זיין טענה כשלעצמו ווען ס'וואלט געשריבן געווארן ווי דער תם אדער שאינו יודע לשאול פרעגט (חכם איז נישט שייך אין דעם פאל) וואלט מען אפשר געמעגט ענטפערן לענין, עכ"פ נישט ענפערן זיכער. אזוי איז ווען וועלט איז געווען וועלט און היינט אויכט צוליב די יפה נפש'ניקעס טויש איך נישט פון די וועג פון ענטפערן אויף דעם עקבתא דמשיחא סוף אלף הששי יצר הרע מיט זיינע קראנקע לבושים מיט וואס ער קומט אלץ אפיר.אנעים זמירות האט געשריבן:סטאוו יא פיטא האט געשריבן:ווען וועלט איז וועלט ציט נישט אזא אשכול מער ווי איין תגובה, וואלט געווען מן הראוי ווען אין צען יאר ארום איז דער אשכול נאך אין די אומגעענטפערטע אשכולות קאטעגאריע... ערנסט, אז מ'טראכט אריין טרעפט מען אז יעדע צודרייטע און אפגעפרעגטע זאך אן קיין אויסנאם האט אפאר קורצקעפיגע אויבער חכמים וואס האבן א פארקערטע מיינונג, ס'איז די מציאות און טבע הבריאה, כך גזר חכמתו יתברך אז ס'זאלן זיין איפכא מסתברא'דיגע קרום קעפ. דאס גייט זיך נישט טוישן מיט 150 תירוצים והסברים, נישט קיין טובה פאר קיינעם צו אריינגיין אין א דו"ד און טענה'ריי, מ'זעהט אזא אשכול, מ'שאקעלט מיטן קאפ מיט רחמנות, מ'קען א תפלה טאן צים אייבערשטן שילמדו טועים בינה והטיפשים ישכילו ויאירו כזוהר הרקיע און געגאנגען ווייטער. דאנקן דעם אייבערשטן אז מ'טראכט נאך גראד ב"ה און מ'האט א ערליכע שכל וחסל.
ווען וועלט איז וועלט און עס איז דא וואס צו ענטפערען דברים של טעם, ענטפערט מען. בפרט איינער וואס האלט זיך א מומחה אין נגינה, דארף ער לכאורה קענען ענטפערען געהעריג.
און טאמער וויל מען נישט אדער קען מען נישט, דרוקט מען דעם קנעפעל ארויסצוגיין פונ'ם אשכול. עס איז זייער א לעגיטימע אפציע. קיינער ווערט נישט אראפגעקוקט טאמער ענטפערט ער נישט.
וואס מען טוט אבער נישט, סיי ווייל עס איז נישט יודישלעך אום סיי ווייל עס איז אוממענטשליך, איז סתם חוזק מאכען. אמבעסטען איז מען א מתכבד בקלון חברו, ויש אומרים פארקערט פון א מתכבד.
קומט איינער פארשלייערטערהייט און מיטן פולסטן מאס חוצפה גייט ער מאכן פאר נורמאל די שיגיונות פונעם דור וואס דער ייצר פארארבעט מעשים צו אריינברענגען ביי אינז, אז מ'האט זיך נאך אמאל געשעמט צו מפרסם זיין ברבים אז מ'איז להוט נאך די משוגעת'ן און נארישקייטן וואס נעמען אוועק דעם צלם אלוקים והאנושי איז נאך געווען וואס צו רעדן, איז געווארן אז מ'שעמט זיך שוין נישט צו רעדן דערפון אבער די יצר טוב איז נאכנישט געווען דערשטיקט לחלוטין און די ערליכע געפילן האבן נאך גענאגעט דעם געוויסן, איז נאך געווען האפענונג און מיט וועם צו רעדן, אבער אז ס'ווערט שוין ליידער מקוים דער ירהבו הנער בזקן והנקלה בנכבד; די נערים גייען גאר נאכטאנצן די שגעונות און שרייען אז אזוי דארף זיין און ס'איז לכתחילה, און די דרך המסורה והישרה איז גאר נישט ריכטיג, זאל מען ענטפערן? הלואי ווען ס'פליט אראפ אין אפגרינד כהרף עין און קיינער מאכט זיך נישט ציטוהן פון דעם, אבער אז ס'זיצט און זיצט און זיי זענען יונק חיות פון די אלע ענטפערס איז דא איין פארבליבענע וועג, שטיי נישט אין ווארט מיט זיי ווייל וועסט נאר ערגער מאכן, הקהה את שיניו און דאס אלעס.
און צום פותח האשכול: א רחמנות אויף אייער בליק אין דעם נושא....