משוגענע מוזיק ביי חתונה? זייער גוט!

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
פארדרייט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 399
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 06, 2023 2:18 am
לאקאציע: El Paso Taxes

Re: משוגענע מוזיק ביי חתונה? זייער גוט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארדרייט »

יצחק אייזיק האט געשריבן:
ווער איז שטערקער?! האט געשריבן:
יצחק אייזיק האט געשריבן:
ווער איז שטערקער?! האט געשריבן:
איין מינוט. זאל זיין די זיידע. ווער די ג..... האט עהים געפרעגט???
ער האט שוין אפגעטאנצן מיט א מליון פונט אטענטשן ”מודה אני.... הא הא הא.... על כל החסד אשר.... הוי... עד הנה....
אין יעצט זיץ אין א זייט....
און ער איז בכלל נישט פארטיג, באלד קומט א מאסיווע מצוה טאנץ....
דער זיידע דער..... כווייס נישט וואס..... שוין פארטאגס.... (פאר... וואס....?)
איך שעם זיך צו שרייבן אויף איין פלאטפארמע וואו אזא תגובה איז געשריבן געווארן.
מאכסט שוין חתונה אייניקלעך?
ניין, אבער איך האב דרך ארץ פאר מיינע זיידעס און פאר די זיידעס פון כלל ישראל. אזא תגובה אפילו אויב ס'וואלט נאר געווען געשריבן בדרך ווערטל פאסט נישט פאר איינער וואס באלאנגט צום פאלק וואו מען קוקט ארויף דעם עלטערן דור.
גא''מ ובזה יצאתי ידי מחאתי.
מִזֶּה אֵלֶּה וּמִזֶּה אֵלֶּה בְּנֵי אֵיתָנַי וְרַבָּנַי. כֻּלָּם צָעֲקוּ וַתַּעַל שַׁוְעָתָם אֶל ה'. יָ-הּ לְקוֹל רִנּוּן כְּבוֹא שָׁאַל לִפְנָי. וּמֶה קוֹל הַצֹּאן הַזֶּה בְּאָזְנָי
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

ווען וועלט איז וועלט ציט נישט אזא אשכול מער ווי איין תגובה, וואלט געווען מן הראוי ווען אין צען יאר ארום איז דער אשכול נאך אין די אומגעענטפערטע אשכולות קאטעגאריע... ערנסט, אז מ'טראכט אריין טרעפט מען אז יעדע צודרייטע און אפגעפרעגטע זאך אן קיין אויסנאם האט אפאר קורצקעפיגע אויבער חכמים וואס האבן א פארקערטע מיינונג, ס'איז די מציאות און טבע הבריאה, כך גזר חכמתו יתברך אז ס'זאלן זיין איפכא מסתברא'דיגע קרום קעפ. דאס גייט זיך נישט טוישן מיט 150 תירוצים והסברים, נישט קיין טובה פאר קיינעם צו אריינגיין אין א דו"ד און טענה'ריי, מ'זעהט אזא אשכול, מ'שאקעלט מיטן קאפ מיט רחמנות, מ'קען א תפלה טאן צים אייבערשטן שילמדו טועים בינה והטיפשים ישכילו ויאירו כזוהר הרקיע און געגאנגען ווייטער. דאנקן דעם אייבערשטן אז מ'טראכט נאך גראד ב"ה און מ'האט א ערליכע שכל וחסל.
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: משוגענע מוזיק ביי חתונה? זייער גוט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
ווען וועלט איז וועלט ציט נישט אזא אשכול מער ווי איין תגובה, וואלט געווען מן הראוי ווען אין צען יאר ארום איז דער אשכול נאך אין די אומגעענטפערטע אשכולות קאטעגאריע... ערנסט, אז מ'טראכט אריין טרעפט מען אז יעדע צודרייטע און אפגעפרעגטע זאך אן קיין אויסנאם האט אפאר קורצקעפיגע אויבער חכמים וואס האבן א פארקערטע מיינונג, ס'איז די מציאות און טבע הבריאה, כך גזר חכמתו יתברך אז ס'זאלן זיין איפכא מסתברא'דיגע קרום קעפ. דאס גייט זיך נישט טוישן מיט 150 תירוצים והסברים, נישט קיין טובה פאר קיינעם צו אריינגיין אין א דו"ד און טענה'ריי, מ'זעהט אזא אשכול, מ'שאקעלט מיטן קאפ מיט רחמנות, מ'קען א תפלה טאן צים אייבערשטן שילמדו טועים בינה והטיפשים ישכילו ויאירו כזוהר הרקיע און געגאנגען ווייטער. דאנקן דעם אייבערשטן אז מ'טראכט נאך גראד ב"ה און מ'האט א ערליכע שכל וחסל.
:lol: ;l;p-
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
Rak Tov
שר שבעת אלפים
תגובות: 7892
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:35 pm
לאקאציע: דא
פארבינד זיך:

Re: משוגענע מוזיק ביי חתונה? זייער גוט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Rak Tov »

ווער איז שטערקער?! האט געשריבן:
איין מינוט. זאל זיין די זיידע. ווער די ג..... האט עהים געפרעגט???
ער האט שוין אפגעטאנצן מיט א מליון פונט אטענטשן ”מודה אני.... הא הא הא.... על כל החסד אשר.... הוי... עד הנה....
אין יעצט זיץ אין א זייט....
און ער איז בכלל נישט פארטיג, באלד קומט א מאסיווע מצוה טאנץ....
דער זיידע דער ..... כווייס נישט וואס..... שוין פארטאגס.... (פאר... וואס....?)
:roll:
:oops: :oops: :oops:

נאכדעם פארשטייט ער ניטאמאל וואס איז ווראונג
ווארפט אריין לכה"פ $360
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt
אוועטאר
פארדרייט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 399
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 06, 2023 2:18 am
לאקאציע: El Paso Taxes

Re: משוגענע מוזיק ביי חתונה? זייער גוט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארדרייט »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
ווען וועלט איז וועלט ציט נישט אזא אשכול מער ווי איין תגובה, וואלט געווען מן הראוי ווען אין צען יאר ארום איז דער אשכול נאך אין די אומגעענטפערטע אשכולות קאטעגאריע... ערנסט, אז מ'טראכט אריין טרעפט מען אז יעדע צודרייטע און אפגעפרעגטע זאך אן קיין אויסנאם האט אפאר קורצקעפיגע אויבער חכמים וואס האבן א פארקערטע מיינונג, ס'איז די מציאות און טבע הבריאה, כך גזר חכמתו יתברך אז ס'זאלן זיין איפכא מסתברא'דיגע קרום קעפ. דאס גייט זיך נישט טוישן מיט 150 תירוצים והסברים, נישט קיין טובה פאר קיינעם צו אריינגיין אין א דו"ד און טענה'ריי, מ'זעהט אזא אשכול, מ'שאקעלט מיטן קאפ מיט רחמנות, מ'קען א תפלה טאן צים אייבערשטן שילמדו טועים בינה והטיפשים ישכילו ויאירו כזוהר הרקיע און געגאנגען ווייטער. דאנקן דעם אייבערשטן אז מ'טראכט נאך גראד ב"ה און מ'האט א ערליכע שכל וחסל.
אין צען יאר גייט איינער ארויף ברענגען די אשכול מיט א ריזיגע שמייכעלע אז 10 יאר צוריק האט מען זיך אויך גערעיגט אויף די מוזיק וואס איז היינט (10 יאר ארום) די וואולע מוזיק פונקט אזוי ווי מרעגט זיך יעצט אויף די היינטיגע מוזיק..
מִזֶּה אֵלֶּה וּמִזֶּה אֵלֶּה בְּנֵי אֵיתָנַי וְרַבָּנַי. כֻּלָּם צָעֲקוּ וַתַּעַל שַׁוְעָתָם אֶל ה'. יָ-הּ לְקוֹל רִנּוּן כְּבוֹא שָׁאַל לִפְנָי. וּמֶה קוֹל הַצֹּאן הַזֶּה בְּאָזְנָי
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: משוגענע מוזיק ביי חתונה? זייער גוט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

איך גלייב איר זענט א אומוויסענדער בחור'ל וואס ווייסט נישט קיין סאך און פארשטייט נאך ווייניגער, אלזא אויב זענט איר אינטערסירט צו עומד זיין על האמת (כ'גלייב אז נישט, דשאסט לסבר את האוזן) טוט אדורך די היסטאריע פון אידישע מוזיק און בפרט די היסטאריע פון מוזיק ביי אידישע שמחות און איבערצייגט אייך אין אייער עמאראצות אין דעם פעלד.

נישט געפלאנט אריינצוגיין אין קיין ויכוח אבער אז כ'האב שוין יא אנגעהויבן וועל איך בלויז א ווארט זאגן און מיט דעם מסיים זיין, איר זענט פארנימען מיט כל המשמח חתן וכלה, שמחה האט א גענויע טייטש און א באדייט, און ס'איז דירעקט נישט דאס וואס איר שרייבט אין אייער ערשטע תגובה, און אז א בחור איז נעבעך פארדראגט און פארדאופט אין די היינטיגע גויאישע מוזיק טינופת און ער מיינט נעבעך בקט שכלו אז דאס דערפרייט איהם איז עס נישט קיין סיבה איהם עס אהערצושטעלן, פארקערט, מיר ווייסן אז ס'ברענגט היפוך שמחה והתרוממות, ס'ברענגט די ערשטע שטאפלן פון דעפרעסיע און פארלוירנקייט. שמחה מיינט שמחה קיין נפק"מ וואס די שיבע בחורים מיינען ס'מיינט. ס'שטייט נישט כל המצחק אדער ענליכס, ס'שטייט שמחה און שמחה איז נאר בדרך ישראל סבא המסורה לנו מיט א ערליכקייט און איידלקייט.

און בע"ה ווען וועסט עלטער ווערן וועסטו פארשטיין. צוריק צים גמרא יעצט, הצלחה וכט"ס.
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
ווער איז שטערקער?!
שר האלפיים
תגובות: 2852
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 27, 2022 2:04 pm

Re: משוגענע מוזיק ביי חתונה? זייער גוט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווער איז שטערקער?! »

פארדרייט האט געשריבן:
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
ווען וועלט איז וועלט ציט נישט אזא אשכול מער ווי איין תגובה, וואלט געווען מן הראוי ווען אין צען יאר ארום איז דער אשכול נאך אין די אומגעענטפערטע אשכולות קאטעגאריע... ערנסט, אז מ'טראכט אריין טרעפט מען אז יעדע צודרייטע און אפגעפרעגטע זאך אן קיין אויסנאם האט אפאר קורצקעפיגע אויבער חכמים וואס האבן א פארקערטע מיינונג, ס'איז די מציאות און טבע הבריאה, כך גזר חכמתו יתברך אז ס'זאלן זיין איפכא מסתברא'דיגע קרום קעפ. דאס גייט זיך נישט טוישן מיט 150 תירוצים והסברים, נישט קיין טובה פאר קיינעם צו אריינגיין אין א דו"ד און טענה'ריי, מ'זעהט אזא אשכול, מ'שאקעלט מיטן קאפ מיט רחמנות, מ'קען א תפלה טאן צים אייבערשטן שילמדו טועים בינה והטיפשים ישכילו ויאירו כזוהר הרקיע און געגאנגען ווייטער. דאנקן דעם אייבערשטן אז מ'טראכט נאך גראד ב"ה און מ'האט א ערליכע שכל וחסל.
אין צען יאר גייט איינער ארויף ברענגען די אשכול מיט א ריזיגע שמייכעלע אז 10 יאר צוריק האט מען זיך אויך גערעיגט אויף די מוזיק וואס איז היינט (10 יאר ארום) די וואולע מוזיק פונקט אזוי ווי מרעגט זיך יעצט אויף די היינטיגע מוזיק..
;l;p-
טעמפל שירה
שר האלף
תגובות: 1817
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 03, 2022 6:44 pm

Re: משוגענע מוזיק ביי חתונה? זייער גוט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעמפל שירה »

פארדרייט האט געשריבן:
בענאק האט געשריבן:
איך האב נישט דורכגעקוקט אלעס ביז אהער פונקטליך, און איך ווייס נישט צו וועלעכע זייט דער 'דעת הקהל' ציעט מער ביז דא.

איך קען נאר מעיד זיין וואס איז זע ביי אונז אין די משפחה ב"ה, מען רעדט פון א שיינע מספר חתונות א יאר בלעיה"ר, און דאך געדענק איך נישט ווען איך האב די לעצטע מאל מיטגעהאלטן אזא סארט חתונה מיט די אלע היינטיגע סטיל ניגונים.
גיי אריין צו עני חתונה אין כינור דוד, ס'באכעט דארט יששכר גוטמאן וואס צייכנט זיך אויס אלס א יחיד במינו אין איבערדרייען א חתונה כפשוטו, און אלסדינג מיט הייליגע ערליכע ניגונים פון דורות צוריק. והוא הדין צו די חתונות אין פרדס פיגא וצבי וואס די טעגליכע זינגערס לייגן אראפ א שיינע ארבעט און מען טאנצט א מחי'.
צו זאגן אז מען דארף די אלע גראגערייען ווייל "מען דארף זיך אויסטאנצן" איז פוסטע דמיונות, ס'איז בלויז ווייל דער בחור וויל נעבעך זיך פילן COOL פאר די אנדערע חברים... :cry:
יששכר גוטמאן איז בכלל נישט קיין סתירה מיט היינטיגע עלעקטריק די דזשעי מוזיק.
איך האב אים שוין געהערט לייו זינגען צום טאקט פון די גערוישן!!
פארשטייט זיך אויסגעהאלטענע ניגונים.
ער זאגט נישט אז יששכר איז א סתירה צו דעם, ער זאגט נאר וואס ס'ארבעט אין כינור לדוד
נון בוי נון בוי נון בוי נון בוי דיין טעמפל שירה
🎙🎤🎼🎶 🎷🎸🎹🎻🎺
טעמפל שירה
שר האלף
תגובות: 1817
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 03, 2022 6:44 pm

Re: משוגענע מוזיק ביי חתונה? זייער גוט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעמפל שירה »

פארדרייט האט געשריבן:
יצחק אייזיק האט געשריבן:
ווער איז שטערקער?! האט געשריבן:
יצחק אייזיק האט געשריבן:
ווער איז שטערקער?! האט געשריבן:
איין מינוט. זאל זיין די זיידע. ווער די ג..... האט עהים געפרעגט???
ער האט שוין אפגעטאנצן מיט א מליון פונט אטענטשן ”מודה אני.... הא הא הא.... על כל החסד אשר.... הוי... עד הנה....
אין יעצט זיץ אין א זייט....
און ער איז בכלל נישט פארטיג, באלד קומט א מאסיווע מצוה טאנץ....
דער זיידע דער..... כווייס נישט וואס..... שוין פארטאגס.... (פאר... וואס....?)
איך שעם זיך צו שרייבן אויף איין פלאטפארמע וואו אזא תגובה איז געשריבן געווארן.
מאכסט שוין חתונה אייניקלעך?
ניין, אבער איך האב דרך ארץ פאר מיינע זיידעס און פאר די זיידעס פון כלל ישראל. אזא תגובה אפילו אויב ס'וואלט נאר געווען געשריבן בדרך ווערטל פאסט נישט פאר איינער וואס באלאנגט צום פאלק וואו מען קוקט ארויף דעם עלטערן דור.
גא''מ ובזה יצאתי ידי מחאתי.
גא"מ
נון בוי נון בוי נון בוי נון בוי דיין טעמפל שירה
🎙🎤🎼🎶 🎷🎸🎹🎻🎺
טעמפל שירה
שר האלף
תגובות: 1817
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 03, 2022 6:44 pm

Re: משוגענע מוזיק ביי חתונה? זייער גוט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעמפל שירה »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
ווען וועלט איז וועלט ציט נישט אזא אשכול מער ווי איין תגובה, וואלט געווען מן הראוי ווען אין צען יאר ארום איז דער אשכול נאך אין די אומגעענטפערטע אשכולות קאטעגאריע... ערנסט, אז מ'טראכט אריין טרעפט מען אז יעדע צודרייטע און אפגעפרעגטע זאך אן קיין אויסנאם האט אפאר קורצקעפיגע אויבער חכמים וואס האבן א פארקערטע מיינונג, ס'איז די מציאות און טבע הבריאה, כך גזר חכמתו יתברך אז ס'זאלן זיין איפכא מסתברא'דיגע קרום קעפ. דאס גייט זיך נישט טוישן מיט 150 תירוצים והסברים, נישט קיין טובה פאר קיינעם צו אריינגיין אין א דו"ד און טענה'ריי, מ'זעהט אזא אשכול, מ'שאקעלט מיטן קאפ מיט רחמנות, מ'קען א תפלה טאן צים אייבערשטן שילמדו טועים בינה והטיפשים ישכילו ויאירו כזוהר הרקיע און געגאנגען ווייטער. דאנקן דעם אייבערשטן אז מ'טראכט נאך גראד ב"ה און מ'האט א ערליכע שכל וחסל.
;l;p-
נון בוי נון בוי נון בוי נון בוי דיין טעמפל שירה
🎙🎤🎼🎶 🎷🎸🎹🎻🎺
אוועטאר
ווער איז שטערקער?!
שר האלפיים
תגובות: 2852
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 27, 2022 2:04 pm

Re: משוגענע מוזיק ביי חתונה? זייער גוט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווער איז שטערקער?! »

טעמפל שירה האט געשריבן:
פארדרייט האט געשריבן:
יצחק אייזיק האט געשריבן:
ווער איז שטערקער?! האט געשריבן:
יצחק אייזיק האט געשריבן:
איך שעם זיך צו שרייבן אויף איין פלאטפארמע וואו אזא תגובה איז געשריבן געווארן.
מאכסט שוין חתונה אייניקלעך?
ניין, אבער איך האב דרך ארץ פאר מיינע זיידעס און פאר די זיידעס פון כלל ישראל. אזא תגובה אפילו אויב ס'וואלט נאר געווען געשריבן בדרך ווערטל פאסט נישט פאר איינער וואס באלאנגט צום פאלק וואו מען קוקט ארויף דעם עלטערן דור.
גא''מ ובזה יצאתי ידי מחאתי.
גא"מ
גא”מ
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6378
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: משוגענע מוזיק ביי חתונה? זייער גוט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
בלויז א ווארט זאגן און מיט דעם מסיים זיין, איר זענט פארנימען מיט כל המשמח חתן וכלה, שמחה האט א גענויע טייטש און א באדייט, און ס'איז דירעקט נישט דאס וואס איר שרייבט אין אייער ערשטע תגובה, און אז א בחור איז נעבעך פארדראגט און פארדאופט אין די היינטיגע גויאישע מוזיק טינופת און ער מיינט נעבעך בקט שכלו אז דאס דערפרייט איהם איז עס נישט קיין סיבה איהם עס אהערצושטעלן, פארקערט, מיר ווייסן אז ס'ברענגט היפוך שמחה והתרוממות, ס'ברענגט די ערשטע שטאפלן פון דעפרעסיע און פארלוירנקייט. שמחה מיינט שמחה קיין נפק"מ וואס די שיבע בחורים מיינען ס'מיינט. ס'שטייט נישט כל המצחק אדער ענליכס, ס'שטייט שמחה און שמחה איז נאר בדרך ישראל סבא המסורה לנו מיט א ערליכקייט און איידלקייט.
נאך א מזל ביסט אריינגעקומען מיט א קלארקייט (שוין לאנג נישט געהערט פון דיר), כמעט וואס איך האב אנגעהויבן ציען לינקס אין ליכט פון געוויסע תגובות דא. איך האב שוין ממש פארשטאנען פשט פון אריינברענגען א דאגי אין זאל צו משמח זיין דעם חתן.
אוועטאר
בעסטע חבר
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 14, 2023 9:06 pm

Re: משוגענע מוזיק ביי חתונה? זייער גוט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעסטע חבר »

איך אין זיכער אז ווען מען האט אנגעהויבן מאכן די קאזאקען טאנץ זענען אויכעט געווהן אפאר שווארץ קוקערס וואס האבן געזאגט אז סאיז גויאיש.

אנטשילדיגסט פון פאראויס אויב איך טו איינעם ווי פערזענליך.
בן צורישדי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 261
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 15, 2021 1:30 pm
לאקאציע: קדש ברנע

Re: משוגענע מוזיק ביי חתונה? זייער גוט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן צורישדי »

בעסטע חבר האט געשריבן:
איך אין זיכער אז ווען מען האט אנגעהויבן מאכן די קאזאקען טאנץ זענען אויכעט געווהן אפאר שווארץ קוקערס וואס האבן געזאגט אז סאיז גויאיש.

אנטשילדיגסט פון פאראויס אויב איך טו איינעם ווי פערזענליך.
לאמיר הערן, דו קענסט בכלל דעם היסטאריע פון די קאזאקן טענץ, אדער דו ווילסט פשוט ארויסהעלפן דיין חבר פון ישיבה שטופן זיין פארדרייטע אגענדע?
קארן
שר האלפיים
תגובות: 2496
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 01, 2012 5:11 pm
לאקאציע: ערגעץ אויפן ערד קוגל

Re: משוגענע מוזיק ביי חתונה? זייער גוט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קארן »

יא יודישקייט נישט יודישקייט, איך האלט בעצם אז עס האט מיט יודישקייט זילטש איינגעשטויסן, און כאב שוין געזעהן און פרדס צבי/פייגא ווילדע, צולאזטע, קזאקישע טענץ.... אויב עפעס, האט עס מיט די חינוך צוטוהן, אבער יודישקייט? זילטש, גארנישט.

איך וועל מיך דערוואגן צו שרייבן, אז דא און לונדון, זעהט מען כמעט נישט אזעלכע חתונות, קוקט אויס אז די לונדונע בחורים זענען מער איידל ווי די אמעריקאנע בחורים :lol:

און אזוי שרייבנדיג, דערמאן איך מיך א מעשה, ביי איינע פון די חתונות פון מיינע חברים, מיכאל האט געזונגען דארטן, און פארשטייט זיך די עולם איז געווען און די כלים.... און עפעס א געוויסע מענטש האט עס נישט געפאסט, און ער האט פארפירט און געשריגן קולות אויף א געוויסע ניגון, און ווי אזוי מטאנצט..... אונז האבן אים איגנארירט.... און ער זעהנדיג אז קיינער מאכט זיך נישט וואוסנדיג פון זיינע געוואלדעס, איז ער אריין און א מעכטיגע קנאות לשם שמים..... און אנגעהויבן אראפווארפן אונזערע היטן און קאפלעך.... און געשריגן, "אז מזינגט גויאישע ניגונים און מטאנצט ווי גוים, טאר מען נישט טאנצן מיט א קאפל אדער היט, עס פארשעמט פשוט די חפץ של קדושה"..... און סאיז געווען פרייליך דארטן....

בקיצור א מעשה, דאס האט גאאאאאאאאארנישט מיט יודישקייט איינגעשטויסן, אויב עפעס, האט עס ענדערש צוטוהן מיט די חינוך אדער פארגרעבטקייט פון די גאס.
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

Re: משוגענע מוזיק ביי חתונה? זייער גוט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
ווען וועלט איז וועלט ציט נישט אזא אשכול מער ווי איין תגובה, וואלט געווען מן הראוי ווען אין צען יאר ארום איז דער אשכול נאך אין די אומגעענטפערטע אשכולות קאטעגאריע... ערנסט, אז מ'טראכט אריין טרעפט מען אז יעדע צודרייטע און אפגעפרעגטע זאך אן קיין אויסנאם האט אפאר קורצקעפיגע אויבער חכמים וואס האבן א פארקערטע מיינונג, ס'איז די מציאות און טבע הבריאה, כך גזר חכמתו יתברך אז ס'זאלן זיין איפכא מסתברא'דיגע קרום קעפ. דאס גייט זיך נישט טוישן מיט 150 תירוצים והסברים, נישט קיין טובה פאר קיינעם צו אריינגיין אין א דו"ד און טענה'ריי, מ'זעהט אזא אשכול, מ'שאקעלט מיטן קאפ מיט רחמנות, מ'קען א תפלה טאן צים אייבערשטן שילמדו טועים בינה והטיפשים ישכילו ויאירו כזוהר הרקיע און געגאנגען ווייטער. דאנקן דעם אייבערשטן אז מ'טראכט נאך גראד ב"ה און מ'האט א ערליכע שכל וחסל.

ווען וועלט איז וועלט און עס איז דא וואס צו ענטפערען דברים של טעם, ענטפערט מען. בפרט איינער וואס האלט זיך א מומחה אין נגינה, דארף ער לכאורה קענען ענטפערען געהעריג.

און טאמער וויל מען נישט אדער קען מען נישט, דרוקט מען דעם קנעפעל ארויסצוגיין פונ'ם אשכול. עס איז זייער א לעגיטימע אפציע. קיינער ווערט נישט אראפגעקוקט טאמער ענטפערט ער נישט.

וואס מען טוט אבער נישט, סיי ווייל עס איז נישט יודישלעך אום סיי ווייל עס איז אוממענטשליך, איז סתם חוזק מאכען. אמבעסטען איז מען א מתכבד בקלון חברו, ויש אומרים פארקערט פון א מתכבד.
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

Re: משוגענע מוזיק ביי חתונה? זייער גוט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

בעסטע חבר האט געשריבן:
איך אין זיכער אז ווען מען האט אנגעהויבן מאכן די קאזאקען טאנץ זענען אויכעט געווהן אפאר שווארץ קוקערס וואס האבן געזאגט אז סאיז גויאיש.

אנטשילדיגסט פון פאראויס אויב איך טו איינעם ווי פערזענליך.
'קאזאקען' טאנץ איז באמת נישט צום פארשטיין. ווען איינער זאל אויפקומען מיט א 'געשטאפו טאנץ' אדער 'היטלער יוגענט טאנץ', וואלט יעדער עס פארדאמט. טא וואס איז אנדערש א קאזאקען טאנץ? ווייל עס זענען דורך עטוואס מער יארען זינט די קאזאקען האבען גע'רצח'נט יודען?
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
קארן
שר האלפיים
תגובות: 2496
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 01, 2012 5:11 pm
לאקאציע: ערגעץ אויפן ערד קוגל

Re: משוגענע מוזיק ביי חתונה? זייער גוט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קארן »

פארוואס מאכט מען און דיין חסידות, די קאזאקן טאנץ ביי רבישע חתונות?
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

Re: משוגענע מוזיק ביי חתונה? זייער גוט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

איך ווייס נישט. גם בעיני יפלא.
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7202
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: משוגענע מוזיק ביי חתונה? זייער גוט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
ווען וועלט איז וועלט ציט נישט אזא אשכול מער ווי איין תגובה, וואלט געווען מן הראוי ווען אין צען יאר ארום איז דער אשכול נאך אין די אומגעענטפערטע אשכולות קאטעגאריע... ערנסט, אז מ'טראכט אריין טרעפט מען אז יעדע צודרייטע און אפגעפרעגטע זאך אן קיין אויסנאם האט אפאר קורצקעפיגע אויבער חכמים וואס האבן א פארקערטע מיינונג, ס'איז די מציאות און טבע הבריאה, כך גזר חכמתו יתברך אז ס'זאלן זיין איפכא מסתברא'דיגע קרום קעפ. דאס גייט זיך נישט טוישן מיט 150 תירוצים והסברים, נישט קיין טובה פאר קיינעם צו אריינגיין אין א דו"ד און טענה'ריי, מ'זעהט אזא אשכול, מ'שאקעלט מיטן קאפ מיט רחמנות, מ'קען א תפלה טאן צים אייבערשטן שילמדו טועים בינה והטיפשים ישכילו ויאירו כזוהר הרקיע און געגאנגען ווייטער. דאנקן דעם אייבערשטן אז מ'טראכט נאך גראד ב"ה און מ'האט א ערליכע שכל וחסל.
לאו דוקא א קרום קאפ און איפכא מסתבר'ניק. דזשאסט א בחור וואס האט מורא אז ס'ווערט צו א גרויסע אויפוואכונג דערוועגן און ער ציטערט אז מ'וועט אים נאך מבטל זיין און אוועקנעמען די צודרייטע מוזיק וואס ער ענדזשויט אזוי יעדע צווייטע נאכט.
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
אוועטאר
פרומע לבוש
שר האלפיים
תגובות: 2786
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2022 12:55 pm
לאקאציע: אין מיין רעזשוואלקע

Re: משוגענע מוזיק ביי חתונה? זייער גוט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרומע לבוש »

https://drive.google.com/file/d/1-DEZGb ... share_link

ווי זעמיר אונז???.....
לקיים את המצוה של שמחת חתן כלה..... אההה... דאס איז עס..
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: משוגענע מוזיק ביי חתונה? זייער גוט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

אנעים זמירות האט געשריבן:
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
ווען וועלט איז וועלט ציט נישט אזא אשכול מער ווי איין תגובה, וואלט געווען מן הראוי ווען אין צען יאר ארום איז דער אשכול נאך אין די אומגעענטפערטע אשכולות קאטעגאריע... ערנסט, אז מ'טראכט אריין טרעפט מען אז יעדע צודרייטע און אפגעפרעגטע זאך אן קיין אויסנאם האט אפאר קורצקעפיגע אויבער חכמים וואס האבן א פארקערטע מיינונג, ס'איז די מציאות און טבע הבריאה, כך גזר חכמתו יתברך אז ס'זאלן זיין איפכא מסתברא'דיגע קרום קעפ. דאס גייט זיך נישט טוישן מיט 150 תירוצים והסברים, נישט קיין טובה פאר קיינעם צו אריינגיין אין א דו"ד און טענה'ריי, מ'זעהט אזא אשכול, מ'שאקעלט מיטן קאפ מיט רחמנות, מ'קען א תפלה טאן צים אייבערשטן שילמדו טועים בינה והטיפשים ישכילו ויאירו כזוהר הרקיע און געגאנגען ווייטער. דאנקן דעם אייבערשטן אז מ'טראכט נאך גראד ב"ה און מ'האט א ערליכע שכל וחסל.

ווען וועלט איז וועלט און עס איז דא וואס צו ענטפערען דברים של טעם, ענטפערט מען. בפרט איינער וואס האלט זיך א מומחה אין נגינה, דארף ער לכאורה קענען ענטפערען געהעריג.

און טאמער וויל מען נישט אדער קען מען נישט, דרוקט מען דעם קנעפעל ארויסצוגיין פונ'ם אשכול. עס איז זייער א לעגיטימע אפציע. קיינער ווערט נישט אראפגעקוקט טאמער ענטפערט ער נישט.

וואס מען טוט אבער נישט, סיי ווייל עס איז נישט יודישלעך אום סיי ווייל עס איז אוממענטשליך, איז סתם חוזק מאכען. אמבעסטען איז מען א מתכבד בקלון חברו, ויש אומרים פארקערט פון א מתכבד.
טראץ עס איז דא וואס צו ענטפערן, - אדער ענדערש - ס'איז נישטא אויף וואס צו ענטפערן, איז דא די תורה'דיגע וועג פון הקהה את שיניו. ווען דער קומט אריין ווי דער שוואכסטער פון די ארבעה בנים איז דאס זיין אינגרידיענס. זיין טענה כשלעצמו ווען ס'וואלט געשריבן געווארן ווי דער תם אדער שאינו יודע לשאול פרעגט (חכם איז נישט שייך אין דעם פאל) וואלט מען אפשר געמעגט ענטפערן לענין, עכ"פ נישט ענפערן זיכער. אזוי איז ווען וועלט איז געווען וועלט און היינט אויכט צוליב די יפה נפש'ניקעס טויש איך נישט פון די וועג פון ענטפערן אויף דעם עקבתא דמשיחא סוף אלף הששי יצר הרע מיט זיינע קראנקע לבושים מיט וואס ער קומט אלץ אפיר.

קומט איינער פארשלייערטערהייט און מיטן פולסטן מאס חוצפה גייט ער מאכן פאר נורמאל די שיגיונות פונעם דור וואס דער ייצר פארארבעט מעשים צו אריינברענגען ביי אינז, אז מ'האט זיך נאך אמאל געשעמט צו מפרסם זיין ברבים אז מ'איז להוט נאך די משוגעת'ן און נארישקייטן וואס נעמען אוועק דעם צלם אלוקים והאנושי איז נאך געווען וואס צו רעדן, איז געווארן אז מ'שעמט זיך שוין נישט צו רעדן דערפון אבער די יצר טוב איז נאכנישט געווען דערשטיקט לחלוטין און די ערליכע געפילן האבן נאך גענאגעט דעם געוויסן, איז נאך געווען האפענונג און מיט וועם צו רעדן, אבער אז ס'ווערט שוין ליידער מקוים דער ירהבו הנער בזקן והנקלה בנכבד; די נערים גייען גאר נאכטאנצן די שגעונות און שרייען אז אזוי דארף זיין און ס'איז לכתחילה, און די דרך המסורה והישרה איז גאר נישט ריכטיג, זאל מען ענטפערן? הלואי ווען ס'פליט אראפ אין אפגרינד כהרף עין און קיינער מאכט זיך נישט ציטוהן פון דעם, אבער אז ס'זיצט און זיצט און זיי זענען יונק חיות פון די אלע ענטפערס איז דא איין פארבליבענע וועג, שטיי נישט אין ווארט מיט זיי ווייל וועסט נאר ערגער מאכן, הקהה את שיניו און דאס אלעס.
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
Joel
שר האלף
תגובות: 1015
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 28, 2015 11:20 pm

Re: משוגענע מוזיק ביי חתונה? זייער גוט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Joel »

זייער גוט ?
עס איז א בושה אז יודישע קינדער טאנצן מיט גוישע ניגונים און גוישע טענץ
התחברות
שר חמש מאות
תגובות: 871
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 30, 2021 12:07 pm

Re: משוגענע מוזיק ביי חתונה? זייער גוט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך התחברות »

יצחק אייזיק האט געשריבן:
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
ווען וועלט איז וועלט ציט נישט אזא אשכול מער ווי איין תגובה, וואלט געווען מן הראוי ווען אין צען יאר ארום איז דער אשכול נאך אין די אומגעענטפערטע אשכולות קאטעגאריע... ערנסט, אז מ'טראכט אריין טרעפט מען אז יעדע צודרייטע און אפגעפרעגטע זאך אן קיין אויסנאם האט אפאר קורצקעפיגע אויבער חכמים וואס האבן א פארקערטע מיינונג, ס'איז די מציאות און טבע הבריאה, כך גזר חכמתו יתברך אז ס'זאלן זיין איפכא מסתברא'דיגע קרום קעפ. דאס גייט זיך נישט טוישן מיט 150 תירוצים והסברים, נישט קיין טובה פאר קיינעם צו אריינגיין אין א דו"ד און טענה'ריי, מ'זעהט אזא אשכול, מ'שאקעלט מיטן קאפ מיט רחמנות, מ'קען א תפלה טאן צים אייבערשטן שילמדו טועים בינה והטיפשים ישכילו ויאירו כזוהר הרקיע און געגאנגען ווייטער. דאנקן דעם אייבערשטן אז מ'טראכט נאך גראד ב"ה און מ'האט א ערליכע שכל וחסל.
:lol: ;l;p-
א בפירושע גמרא: סנהדרין י״ז

אמר רב כהנא סנהדרי שראו כולן לחובה פוטרין אותו
א מערדער האט געהרגט איינעם. געווען קלארע עדות - יעדער האט געזעהן. אלע סנהדרין זאגן חייב. איז ער פטור.

ווען אלע זאגן איינשטימיג אז די מוזיק טויג נישט - איז עפעס נישט גוט.
ס׳דארף זיין געוויסע וואס זאלן זאגן: די מוזיק איז זייער גוט.
משיח איז דא
שר העשר
תגובות: 13
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 24, 2023 11:18 am

Re: משוגענע מוזיק ביי חתונה? זייער גוט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משיח איז דא »

טאקע וויניג
ס'זעהר נישט פושטע זאך
צוליב דאס איס א זאכן וואס פאר אליין
און ייעדער בחור וויל צו זיין אזוי ווי אלע חברים.
אין פלעצער ואס די ישיבה איז פרומע אין זה נארמאל איז א נארמל ניגונים און א חסידישע סטייל-
איז ואס די בחורים וועלן טוהן.

אויב מיר ווילן מאכן א שינוי - מעדארף צו גייען צו משגיחים און ראש ישיבעס.
וויל אפילו א חסידישע בחור וואס וויל א חסידישע ניגונים אין די חתונה -
אויב הער וואלט זיין אין א ישיבע וואס איז נארמל צו טוהן א משיגאנע מיוזיק - הער ואלט אויך.
וויל ייעדער איינר מאכט אזוי ווי דער חברים.
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”