משוגענע מוזיק ביי חתונה? זייער גוט!
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- שמעטערלינג
- שר מאה
- תגובות: 228
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 04, 2020 9:26 am
- לאקאציע: איבעראל
Re: משוגענע מוזיק ביי חתונה? זייער גוט!
דער צופרידענער חיים האט געשריבן:טשולדיג פארן גיין פערזענליך...שמעטערלינג האט געשריבן:פישל האט געשריבן:דער האט גאנץ א ריכטיגע טענה לכאורה, ער באצאלט טאקע, אבער ווער האט דיר געבעטן צו באצאלן? פאר וועם באצאלסטו דאס? האסט זיך אנגעפרעימט אז דו ברענגסט מוזיק און ממילא דארפן מיר יעצט טאנצן? און לאמיר שוין זאגן אז וועם ס'געפעלט נישט קען זיך גיין. ווען דער עולם וועט ארויסוואקן פון ביהמ"ד און לאזן דעם עסקן אליין מיט זיינע מוזיק, וועט ער דען הנאה האבן? ער דארף דאך האבן יעדן איינעם אן באורד, אן קיין עולם איז קיין חתונה נישט דא.
אבער דא רעדט מען בס"ה פון א פאל וואס קיינער איז טאקע נישט מחויב דארט צו זיין, און אויב ס'געפעלט דיר נישט קענסטו טאקע ארויסוואקן פון דארט.
אבער ווען מיין ברודער/ שוואגער מאכט חתונה, ווען מיין טאטע אדער מיין שווער מאכט חתונה, מיין נעפיו האט חתונה, קען איך נישט ארויסוואקן פון זאל. און נישט ווייל איינער האלט מיך צוריק, נאר ווייל איך וויל דארט זיין! דאס איז מיין שמחה!
דער חתן האט נעבעך נישט קיין שכל, ער ווייסט נעבעך בכלל נישט פארוואס ער איז דא, אבער איך וואס איך בין אביסל עלטער ווי אים, איך געדענק נאך זיין פרייליכע ברית, בר מצוה, און אלע זיינע יארן אין פריידן און ליידן, און ב"ה איך דאנק דעם רבוש"ע אז מען האלט שוין דא, מיין טאטע מאכט חתונה דעם חשוב'ן אייניקל, מיין ברודער מיט וועם איך בין אזוי נאנט, פירט א קינד אונטער די חופה, ער האט מיר פערזענליך געלאדנט צו קומען צייטליך צו די שמחה, און ער האט מיך געבעטן איך זאל דארט זיין די גאנצע צייט, און יעצט בין איך טאקע דא. איך בין דא מיט'ן גאנצן הארץ, איך וויל מיך מיטפרייען, איך וויל מיטטאנצן, איך בין מרוגש, די עלטערן און זיידעס פון עולם העליון זענען יעצט דא, עס איז "אונזער" שמחה, עס איז די שמחה פון די גאנצע משפחה. ווער איז בארעכטיגט מיך ארויסצוטראגן פון זאל?
(דאס וויל איך נישט דערציילן אז איך האב פארשאפט אסאך געלט פאר די היינטיגע חתונה, ווייל איך האב באשלאסן אז איך טוה דאס אינגאנצן לשם מצוה, איך האב נישט געגעבן דאס געלט ווייל איך דארף עפעס צוריק דערפאר)
קומט א יונג בחור'ל און ער האט שוין א גאנצן מיינונג אז ס'איז נישט מיין חתונה און נישט דיינס, און אפילו נישט די פעטערס אין זיידעס און אויך נישט די מחותן'ס...
אנטשולדיגט, דו ווייסט וואס מיינט חתונה מאכן? דער מחותן האט שוין אויך נישט קיין רעכטן דא? אפשר זאל דער מחותן מיט אלע זיינע געשוויסער פשוט זיך אויפשטעלן און אהיימגיין און לאזן דעם חתן אליין אין זאל, עס איז דאך דעם חתן'ס שמחה, און ווארט נאר ווארט ווי דער חתן וועט נישט מוחל זיין אויב די פעטערס פון משפחת פלוני וועלן זיך נישט געהעריג באטייליגן, היתכן צו מיין חתונה איז מען נישט געקומען געהעריג? איך בין דאך דער אויסגערופענער אין די משפחה.
חתן טייערער, ווען דו לאדענסט איין געסט צו דו חתונה, זעה אז זיי זאלן זיך דארט געפונען באקוועם, נישט נאר אויב דיין טאטע האט באצאלט די חתונה, נאר אויך אויב דו האסט באצאלט אליין דיין גאנצע חתונה, דארפסטו זען אז די מענטשן וואס דו האסט גערופן זאלן זיך געפונען דאס פלאץ דארט.
אויב שפירט זיך דארט ווי הארלעם, אויב הערשט דארט אן עקל און א גרויל אז עס איז שווער פאר א נארמאלע באזעסענע מענטש אריינצוקומען אין זאל, דאן זענען אלע באטייליגטע בארעכטיגט אויסצודרוקן אז עס געפעלט זיי נישט. עס איז פרידאם אוו ספיטש.. יעדער געלאדענטער גאסט איז בארעכטיגט צו זאגן זיין מיינונג (פאר זיין שכן אין זאל) און בלויז דער מחותן איז בארעכטיגט איינצוטיילן פאר'ן מוזיקאנט און פאר'ן זינגער, און דער חתן זאל זיך גיין אביסל נאכפרעגן וואס מיינט חתונה האבן און פארוואס מען פריידט זיך אזוי, ווייל מיט זיין שכרות פארשלאפט ער זיין גאנצע חתונה וואס איז האפענטליך נאר איינמאל אין לעבן.
רוב חתנים און כלות דארפן נישט די ריזיגע חתונות מיט פעטערס און מומעס און 7טע קוזינס.
זיי פרייען זיך אז עס קומען די מענטשן מיט וועם זיי האבן א שייכות.
די פעטערס זענען אויך נישט אינטערעסירט צו טאנצן אויף חתונות יעדע וואך.
די עצה זעהט פשוט אויס צו זיין אז מען זאל פארמינערן די עולם, פאר ווער עס איז גוט מיט חתן כלה, אוו פארשטייען און רעספעקטירן זיי אלץ מענטשן.
די מחותן איז נישט היינט געבוירן. ער קען האפענטליך גענוג זיין זוהן צו וויסן וויאזוי זיך אומצוגיין דערוועגן.
קענסט האבן דיין מיינונג, אבער אויב קומסטו צום חתונה מיט אזא עטיטוד, דאן בלייב אינדערהיים.
ביסט חתונה געהאט?
גראדע יא. האסט עפעס צוצולייגן צום שמועס?
Re: משוגענע מוזיק ביי חתונה? זייער גוט!
@הרב יואל קליין
- פעיק ניוז
- שר עשרים אלף
- תגובות: 24206
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
- לאקאציע: אנאנימע סאורסעס
Re: משוגענע מוזיק ביי חתונה? זייער גוט!
איז דאס א פארהער צו וואס? איך האב בכלל נישט גערעדט דא פון די היינטיגע טענץ.בעסטע חבר האט געשריבן:איז לויט דיר דיר די היינטיגע גויאישע טענץ נישט קיין פראבלעם?פעיק ניוז האט געשריבן:אויסקלארונג: אין מיין תגובה בין איך מצדיק די קאזאקן טענץ, נישט פארקערט.בעסטע חבר האט געשריבן:האביך גערעדט אלץ די גויאישקייט שבו ווי מאכט א חילוק אויב זיי האבען געהארגעט אידען אדער נישט?פעיק ניוז האט געשריבן:וואספארא פארגלייך? קאזאקן זענען געווען א פאליטישע גרופע וועלכע האט געעפנט פראנטן צו קעמפן קעגן די ארטיגע רעגירונגען און אימפעריעס. גראדע זענען געווען געוויסע גרופעס פויערן צווישן זיי וועלכע האבן אויך גע'הרג'עט אידן, מחמת ווייטאג אויף די פריצים. אבער אין אלגעמיין איז זייער ציל געווען צו באקומען מער פאליטישע פרייהייט און זעלבסטשטענדיגקייט ווי עפעס אנדערש.אנעים זמירות האט געשריבן:
'קאזאקען' טאנץ איז באמת נישט צום פארשטיין. ווען איינער זאל אויפקומען מיט א 'געשטאפו טאנץ' אדער 'היטלער יוגענט טאנץ', וואלט יעדער עס פארדאמט. טא וואס איז אנדערש א קאזאקען טאנץ? ווייל עס זענען דורך עטוואס מער יארען זינט די קאזאקען האבען גע'רצח'נט יודען?
א גוי בלייבט א גוי און זייערע טענץ בלייבן גויאיש!
לידעתך די היינטיגע גוים הארגענען אויך נישט קיין אידען.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
Re: משוגענע מוזיק ביי חתונה? זייער גוט!
און שוין! האט געשריבן:ר' יואל שפתיים יושק!!
Re: משוגענע מוזיק ביי חתונה? זייער גוט!
ניין נאר לויט דיינע ווערטער קומט אויס אז די פראבלעם איז נאר אויב הארגעט מען אידען.פעיק ניוז האט געשריבן:איז דאס א פארהער צו וואס? איך האב בכלל נישט גערעדט דא פון די היינטיגע טענץ.בעסטע חבר האט געשריבן:איז לויט דיר דיר די היינטיגע גויאישע טענץ נישט קיין פראבלעם?פעיק ניוז האט געשריבן:אויסקלארונג: אין מיין תגובה בין איך מצדיק די קאזאקן טענץ, נישט פארקערט.בעסטע חבר האט געשריבן:האביך גערעדט אלץ די גויאישקייט שבו ווי מאכט א חילוק אויב זיי האבען געהארגעט אידען אדער נישט?פעיק ניוז האט געשריבן:וואספארא פארגלייך? קאזאקן זענען געווען א פאליטישע גרופע וועלכע האט געעפנט פראנטן צו קעמפן קעגן די ארטיגע רעגירונגען און אימפעריעס. גראדע זענען געווען געוויסע גרופעס פויערן צווישן זיי וועלכע האבן אויך גע'הרג'עט אידן, מחמת ווייטאג אויף די פריצים. אבער אין אלגעמיין איז זייער ציל געווען צו באקומען מער פאליטישע פרייהייט און זעלבסטשטענדיגקייט ווי עפעס אנדערש.
א גוי בלייבט א גוי און זייערע טענץ בלייבן גויאיש!
לידעתך די היינטיגע גוים הארגענען אויך נישט קיין אידען.
- פעיק ניוז
- שר עשרים אלף
- תגובות: 24206
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
- לאקאציע: אנאנימע סאורסעס
Re: משוגענע מוזיק ביי חתונה? זייער גוט!
איך האב זיך באצויגן צו דעם ארגומענט דא:בעסטע חבר האט געשריבן:ניין נאר לויט דיינע ווערטער קומט אויס אז די פראבלעם איז נאר אויב הארגעט מען אידען.פעיק ניוז האט געשריבן:איז דאס א פארהער צו וואס? איך האב בכלל נישט גערעדט דא פון די היינטיגע טענץ.בעסטע חבר האט געשריבן:איז לויט דיר דיר די היינטיגע גויאישע טענץ נישט קיין פראבלעם?פעיק ניוז האט געשריבן:אויסקלארונג: אין מיין תגובה בין איך מצדיק די קאזאקן טענץ, נישט פארקערט.בעסטע חבר האט געשריבן:האביך גערעדט אלץ די גויאישקייט שבו ווי מאכט א חילוק אויב זיי האבען געהארגעט אידען אדער נישט?
א גוי בלייבט א גוי און זייערע טענץ בלייבן גויאיש!
לידעתך די היינטיגע גוים הארגענען אויך נישט קיין אידען.
אנעים זמירות האט געשריבן:'קאזאקען' טאנץ איז באמת נישט צום פארשטיין. ווען איינער זאל אויפקומען מיט א 'געשטאפו טאנץ' אדער 'היטלער יוגענט טאנץ', וואלט יעדער עס פארדאמט. טא וואס איז אנדערש א קאזאקען טאנץ? ווייל עס זענען דורך עטוואס מער יארען זינט די קאזאקען האבען גע'רצח'נט יודען?
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
Re: משוגענע מוזיק ביי חתונה? זייער גוט!
וואס פארשטייסטו נישט??בעסטע חבר האט געשריבן:ניין נאר לויט דיינע ווערטער קומט אויס אז די פראבלעם איז נאר אויב הארגעט מען אידען.פעיק ניוז האט געשריבן:איז דאס א פארהער צו וואס? איך האב בכלל נישט גערעדט דא פון די היינטיגע טענץ.בעסטע חבר האט געשריבן:איז לויט דיר דיר די היינטיגע גויאישע טענץ נישט קיין פראבלעם?פעיק ניוז האט געשריבן:אויסקלארונג: אין מיין תגובה בין איך מצדיק די קאזאקן טענץ, נישט פארקערט.בעסטע חבר האט געשריבן:האביך גערעדט אלץ די גויאישקייט שבו ווי מאכט א חילוק אויב זיי האבען געהארגעט אידען אדער נישט?
א גוי בלייבט א גוי און זייערע טענץ בלייבן גויאיש!
לידעתך די היינטיגע גוים הארגענען אויך נישט קיין אידען.
ער האט זיך באצויגן צו איינעם וואס האט געפרעגט וואס איז די חילוק פון טאנצן א טאנץ פון די היטלער יוגנט און טאנצן א טאנץ פון די קאזאקן.
דעטס איט.
If you care about others, you tell them the truth, If you care about yourself, you tell them what they
want to hear
(vivek Ramaswamy)want to hear
-
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4013
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 11, 2022 10:06 am
Re: משוגענע מוזיק ביי חתונה? זייער גוט!
האט א מחותן אמאל געזאגט פארן חתונה פאר די שפילער, אזויווי ער האט זייער מורא פאר אן עין הרע, דעריבער וויל ער מען זאל קענען זאגן אז די חתונה איז געווען "קֵיין-אֵיינֶע-האָראַ!" (קיין איין הארא)
Re: משוגענע מוזיק ביי חתונה? זייער גוט!
Clm האט געשריבן:רח"לר' זעמיל האט געשריבן:
נישט פאר שוואכע הערצער,
מיר טיט אזאנס וויי
- ווער איז שטערקער?!
- שר האלפיים
- תגובות: 2904
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 27, 2022 2:04 pm
Re: משוגענע מוזיק ביי חתונה? זייער גוט!
נעבעך. תינוקות שנשבעופנימחדשות האט געשריבן:Clm האט געשריבן:רח"לר' זעמיל האט געשריבן:
נישט פאר שוואכע הערצער,
מיר טיט אזאנס וויי
Re: משוגענע מוזיק ביי חתונה? זייער גוט!
בכלל נישט נשבו...
יעדע חתונה וואס ביי אונז גייט אהן מיט צודרייטע מוזיק און נגינה פירט מען אהין בזדון די קינדערלעך, מען דארף סטאפן די זאך ביים קאפ, די חתונות דארפן אנהייבן ווערן נארמאל.
יעדע חתונה וואס ביי אונז גייט אהן מיט צודרייטע מוזיק און נגינה פירט מען אהין בזדון די קינדערלעך, מען דארף סטאפן די זאך ביים קאפ, די חתונות דארפן אנהייבן ווערן נארמאל.
- הרב יואל קליין
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3221
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm
Re: משוגענע מוזיק ביי חתונה? זייער גוט!
איז דאס ר׳ הערשי וויינבערגער?פנימחדשות האט געשריבן:Clm האט געשריבן:רח"לר' זעמיל האט געשריבן:
נישט פאר שוואכע הערצער,
מיר טיט אזאנס וויי
Re: משוגענע מוזיק ביי חתונה? זייער גוט!
הרב הערשי וויינבערגער
יש לדונו לכף זכות, אז דארט האט דאס אויסגעפעלט..
יש לדונו לכף זכות, אז דארט האט דאס אויסגעפעלט..
- נקודה למחשבה
- שר חמש מאות
- תגובות: 651
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 15, 2022 10:38 am
- לאקאציע: מיטן מחשבה גייט דער מענטש
Re: משוגענע מוזיק ביי חתונה? זייער גוט!
יישר כח ר' יואל פארן שרייבן! זייער קלאר ארויסגעברענגט.הרב יואל קליין האט געשריבן:די סיבה פארוואס טעקנאו און דענס מיוזיק איז אזוי פארכאפט, איז טאקע דער אייינע פאקט אז עס מאכט טאנצן און מ׳פארט אריין אין א טרענס פון היפנאוסעס און מ׳שאקעלט זיך מיט מיטן ריטעם ווי א ניגער אין א ווערץ הויז. די עלעקטריט מיט די סינטעסייסד סאונדס געבן צו פארן ריטעם. און ווי מער צודרייט, קראצעדיג די סאונד איז, אלץ מער הייפּער מאכט עס. ס׳איז ריכטיגע גוי׳אישע מוזיק אויפן נידריגסטן שטאפל אפילו לויט די גויאישע סטאנדארט! להבדיל ווען דער גוי דארף טאנץ מוזיק פאר א פרעזענליכקייט ניצן זיי עס אויך נישט! די טרענס/טעקנאו סטיילס ווערט געניצט אין ווערץ הייזער ווי די נידריגסטע גוי שאקעלט זיך בשעת זיי זענען עובר אויף די שבע מצוות בני נוח ווי פארן מבל, און די מ׳ניצט די סארט מוזיק ווי א דראג צו ווערן פארטייבט. ס׳איז דא ספעציעלע ספיקערס מיט סובוואפערס פאר די סארט מוזיק וואס העלפט בעסער ארויסברענגען די פריקווענסיס ס׳זאל האבן די מאקסימום אפעקט. די פירמעס רופן עס EDM מיוזיק
א גוטע נאכט
שוועריקייטן שטייען נישט אין דיין וועג, זיי זענען דיין וועג!
- דער צופרידענער חיים
- שר האלף
- תגובות: 1218
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 14, 2022 7:46 pm
Re: משוגענע מוזיק ביי חתונה? זייער גוט!
איי ר' יואל איר זאגט דאך אזוי גוט!הרב יואל קליין האט געשריבן:.
און יא א ריזיגער חלק פון ירידת הדורות אחוץ דעם אינטערנעט, איז די סארט 'מוזיק', ס'איז א גרויסער 'מזיק' די מוח ווערט פארטייבט, פלעינע שיינע מוזיק איז 'יאנטשי' און מען איז צושאקלט פאר א וויילע...
דער סקולענער רבי דער בעל נועם אליעזר זצ"ל איז אריין צו א חתונה אין זיינע עלטערע יארן, אין ער האט געזאגט אז 'עס שמעקט פון ניאוף' מ'קעמער זיך פארשטעלן וויאזוי די מוזיק האט דעמאלטס אויסגעזען...
אנן מה נענה אבתריה???
און די תוצאות?
פיזיש.
עס שעדיגט קאנצעטראציע.
שעדיגט הערקראפט. (יא, דיין אויער פויקל איז פון איידעלע שטאף)
ברוחניות.
עס געט א געפיל פון 'careless' הפקירא ניחא ליה מיט א לכתחילה! (קוק נאר אויפן נאמען פונעם אשכול!...), ליין די היסטאריע פון די 'היפּיס' און 'ראק ענד ראלל' די ווילדע מוזיק נאכפאלגענדיג מיט 'היפּ האפּ' 'טראנס' און אלע אנדערע סארט פאלטשע מוזיק איז אלעס תוצאות פון דעם, ווייל 'ראק ענד ראלל' איז באורד געווארן מיט דער צייט, מען האט געדארפט האבן מער פארריקטע מוזיק.
און גיי נאכדעם רעד וועגן אידישקייט 'פרומקייטן אזוי צו זאגן' מ'ווערט 'careless' לאז... ססס'גוט... 'האָ קעירס' 'קאם אן'
מ'לעבט מער אין א 'אומוויסנד אגענדע' ווי הרב שאץ מאץ האט שוין ערווענט, אז קודם טוט מען וועב מ'וויל (יא careless) נאכדעם ווערט מען 'געוואר' אז 'סיריעסלי? ס'אסור? כאניש געוואוסט!?! (רח"ל, וה' הטוב יכפר)
און א ריזיגער גורם פון דעם איז די סארט מוזיק!
און כ'וועל עס נאכאמאל באטאנען אז אויב די פארשטייסט נישט וואס איך וויל דא, דאן שייד דיך אפּ פון די סארט מוזיק פאר א וויילע און צוביסלעך וועסטו אנהייבן 'רילעיטן' צו וואס איך וויל דא בכלל...
נ.ב. זייטיגע נקודה, מען ברויך א מאוומענט פון אנטועהן אויערן שטאפערס ביי חתונות...
לעצט פארראכטן דורך דער צופרידענער חיים אום זונטאג יאנואר 29, 2023 7:07 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
#ווייל_איך_בּין_א_מיינד_פאון_איד
-
- שר חמישים
- תגובות: 93
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 29, 2022 11:50 am
Re: משוגענע מוזיק ביי חתונה? זייער גוט!
ממש א הארץ ווייטאג צו זעהן דעס.פנימחדשות האט געשריבן:Clm האט געשריבן:רח"לר' זעמיל האט געשריבן:
נישט פאר שוואכע הערצער,
מיר טיט אזאנס וויי
בינעך לעצטענס געווען ביי א שמחה וואס האט אויסגעזעהן גאנץ ענדליך צו דעם "פארברענג (די צייט)". קיין איין נארמאלע ניגון האט מען נישט געהערט דארט. די ווייטאג איז נאכמער, אז די בעל שמחה האט אויסגעגעבען אסאך געלט אויף צו מהנה זיין (געפעלן ביי) די משתתפים פון די שמחה, איך האב נישט געטראפן אינעם זאל קיין איינער וואס האט הנאה געהאט פון די צודרייטע מוזיק און נארישע ניגונים. איך האב מיך איינגעהאלטן נישט צו זאגן פאר די בעל שמחה, אז ווען ער פרעגט מיר פריער וואלט ער זיך געקענט שפארן אסאך געלט, איך וואלט איהם געזאגט וועלעכע טשענעל פונעם ראדיאו אנצוצינדען. עס וואלט געהאט נאך א מעלה, אז די ראדיאו קען מען כאטש מאכן שטילער אדער אפילו אינגאנצען אויסלעשן, און פאל די משתתפים ווערן נישט אזוי אנטציקט פון די נארישע אינטערטעינמענט.
די גאנצע טענה אז דעיס וויל די עולם איז א דמיון, די זינגער און די שפילער רעדן זיך איין אז דאס וויל די עולם, און יעדער נארמאלע מענטש לאכט פון זיי, אדער בעסער געזאגט וויינט פון זיי.
זעהענדיג דעם קליפ .........
מענטשן מיינען אז מען דארף זיך אונגאנצן אראפ לאזן צו מקרב זיין א צושאקלטע נשמה, אנשטאט זיך אינגאנצן אראפ לאזן צו יענעמס מדרגה האלט זיך שטארק אויף דיין מדרגה און ברענג יענעם ארויף א מדרגה.
- הרב יואל קליין
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3221
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm
Re: משוגענע מוזיק ביי חתונה? זייער גוט!
השם ירחםפנימחדשות האט געשריבן:הרב הערשי וויינבערגער
יש לדונו לכף זכות, אז דארט האט דאס אויסגעפעלט..
Re: משוגענע מוזיק ביי חתונה? זייער גוט!
בעסטע תגובה דא.נשמת השכל האט געשריבן:דעי אשכול
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
- הרב יואל קליין
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3221
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm
Re: משוגענע מוזיק ביי חתונה? זייער גוט!
הר״ר ר׳ שמעלקא לייפער אדמו״ר מ׳חוסט (לעבט נאך? כ׳האף אז יא) זיינע דרשות פלעג איך לעקן די פינגער. בקיצור, האט ער אמאל געזאגט אדער נאכגעזאגט, אז אמאל אין אונגארן איז געווען א טיילונג. די ערליכע און להבדיל די אויפגעקלערטע. נו מיינסטע אז דער שטן האט עס געקענט אויסהאלטן? וואס האט ער געטאן? ער האט פארשטעלט די משכילים אזוי ווי מיר גייען אנגעטאן, און זיי אריינגעשטעלט ממש צעווישן אונז אזוי אז מ׳זאל זיי נישט דערקענען און אזוי ווייטער אנזייען א חורבן. פאר די טיילונג האט א משכיל געהאט א מאדערענע קליידונג, און היינט ליידער טראגן זיי די זעלבע היט ווי אונז.
אבער, א געניט אויג קען גלייך באמערקן אויב די אנגעטועכץ איז עכט, אדער ס׳איז נאר פארשטעלט און מיט א ״סטייל״. אמאל קומט עס מיט שפוציגע שיך, די גארטל אנגעטאן נידריג, סטייליש ברילן, וכדומה.
עד כאן פינעם דרשה.
-
איך זאג, אז דאס האט זיך נישט געטוישט. אמאל האט א בּאָם אראפגענומען די פיאות, און היינט ליידער האט מען געמאכט א ״סטייל״ דערפון. ס׳קומט מיט א געוויסע לענג, און די בּאָרד (אויף וואס ערליכע אידן האבן זיך מוסר נפש געווען) קומט אויך גע׳סטיילט, מ׳שנייד עס, מ׳טרימט עס, איבערהויפט אונטער די פיאות, און דערנאך געבט מען זיך רשות צו ״מקרב זיין״ אידישע קינדער וואס פלאגן זיך מיט אידישקייט, און אנשטאט זיי אויפלאמען צו ווערן נענטער צום אייבערשטן, לאזט מען זיך אראפ אויף זייער נידריגע דרגה און מ׳פיטערט זיי פון זייער אייגענע סם, ווייל מ׳וויל זיי מקרב זיין… נישטא ווער ס׳זאל לאכן ליידער.
ווען איך זעה א איד רירן דעם בארד, איז עס שוין א רויטע לעמפל! מ׳דארף טוהן עטליכע זאכן פארן זיך צושערן דעם בארד. איך רעדט נישט ווען מ׳שנייד ארום דעם שנויץ, נאר ווען מ׳טרימט די האר אונטערן (לאנגע סטיילישע) פיאות.
וואס וויל איך ארויסברענגען דערמיט?
זייער פשוט, זאת התורה לא תהי מחלפת. ר׳ שמעלקא לייפער פלעגט האמערן אין זיינע דרשות, ״טוה מיר נישט אין קירוב! ווילאנג דו וועסט אים מאכן טאן איין מצוה, וועט ער דיר מאכן טאן טויזענט עבירות״ קירוב לאז אבער פאר די רבנים וואס פארשטייען דערצו.
אבער, א געניט אויג קען גלייך באמערקן אויב די אנגעטועכץ איז עכט, אדער ס׳איז נאר פארשטעלט און מיט א ״סטייל״. אמאל קומט עס מיט שפוציגע שיך, די גארטל אנגעטאן נידריג, סטייליש ברילן, וכדומה.
עד כאן פינעם דרשה.
-
איך זאג, אז דאס האט זיך נישט געטוישט. אמאל האט א בּאָם אראפגענומען די פיאות, און היינט ליידער האט מען געמאכט א ״סטייל״ דערפון. ס׳קומט מיט א געוויסע לענג, און די בּאָרד (אויף וואס ערליכע אידן האבן זיך מוסר נפש געווען) קומט אויך גע׳סטיילט, מ׳שנייד עס, מ׳טרימט עס, איבערהויפט אונטער די פיאות, און דערנאך געבט מען זיך רשות צו ״מקרב זיין״ אידישע קינדער וואס פלאגן זיך מיט אידישקייט, און אנשטאט זיי אויפלאמען צו ווערן נענטער צום אייבערשטן, לאזט מען זיך אראפ אויף זייער נידריגע דרגה און מ׳פיטערט זיי פון זייער אייגענע סם, ווייל מ׳וויל זיי מקרב זיין… נישטא ווער ס׳זאל לאכן ליידער.
ווען איך זעה א איד רירן דעם בארד, איז עס שוין א רויטע לעמפל! מ׳דארף טוהן עטליכע זאכן פארן זיך צושערן דעם בארד. איך רעדט נישט ווען מ׳שנייד ארום דעם שנויץ, נאר ווען מ׳טרימט די האר אונטערן (לאנגע סטיילישע) פיאות.
וואס וויל איך ארויסברענגען דערמיט?
זייער פשוט, זאת התורה לא תהי מחלפת. ר׳ שמעלקא לייפער פלעגט האמערן אין זיינע דרשות, ״טוה מיר נישט אין קירוב! ווילאנג דו וועסט אים מאכן טאן איין מצוה, וועט ער דיר מאכן טאן טויזענט עבירות״ קירוב לאז אבער פאר די רבנים וואס פארשטייען דערצו.
-
- שר מאה
- תגובות: 179
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 07, 2022 10:43 pm
Re: משוגענע מוזיק ביי חתונה? זייער גוט!
אפשר פירט מען אײן אז בײ די ערשטע טאנץ װען די מוזיק איז רײן און ערליך זאל די עולם נישטמערשטװײניגער זיך נעמען ''טאנצן'' אנשטאט שפאצירן און אזױ ארױסברענגען אז מ׳קען טאנצן אױף דעי מוזיק
Re: משוגענע מוזיק ביי חתונה? זייער גוט!
שוין גערעדט דערפון אין עברשווערדן מייסטער האט געשריבן:אפשר פירט מען אײן אז בײ די ערשטע טאנץ װען די מוזיק איז רײן און ערליך זאל די עולם נישטמערשטװײניגער זיך נעמען ''טאנצן'' אנשטאט שפאצירן און אזױ ארױסברענגען אז מ׳קען טאנצן אױף דעי מוזיק
*רעדט קלארער ווייל איך הער נישט גוט*
-
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4013
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 11, 2022 10:06 am
Re: משוגענע מוזיק ביי חתונה? זייער גוט!
אשר על כןמשה יוחנן האט געשריבן:שוין גערעדט דערפון אין עברשווערדן מייסטער האט געשריבן:אפשר פירט מען אײן אז בײ די ערשטע טאנץ װען די מוזיק איז רײן און ערליך זאל די עולם נישטמערשטװײניגער זיך נעמען ''טאנצן'' אנשטאט שפאצירן און אזױ ארױסברענגען אז מ׳קען טאנצן אױף דעי מוזיק
Re: משוגענע מוזיק ביי חתונה? זייער גוט!
וועלעכע עולם?שווערדן מייסטער האט געשריבן:אפשר פירט מען אײן אז בײ די ערשטע טאנץ װען די מוזיק איז רײן און ערליך זאל די עולם נישטמערשטװײניגער זיך נעמען ''טאנצן'' אנשטאט שפאצירן און אזױ ארױסברענגען אז מ׳קען טאנצן אױף דעי מוזיק
די נאנטע קרובי משפחה טאנצן לעבעדיג ביי די ערשטע טאנץ, און די זעלבע נאנטע קרובי משפחה טאנצן אויך לעבעדיג ביי די צווייטע טאנץ, וואס ס'קומט נאר צו ביי די צווייטע טאנץ זענען די חברים פון די חתן.
סאו ווער שפאצירט ביי די ערשטע טאנץ?! די ווייטע קרובים און עלטערע לייט און פרעמדע. און וואס טוען די זעלבע ביי די צווייטע טאנץ?
אדער שפאצירן זיי די זעלבע אדער דעיס אויך נישט.
סאו ווער פונקטליך ווילסטו זאל זיך נעמען טאנצן ביים ערשטן טאנץ?
If you care about others, you tell them the truth, If you care about yourself, you tell them what they
want to hear
(vivek Ramaswamy)want to hear
Re: משוגענע מוזיק ביי חתונה? זייער גוט!
שטייט שטייט זיי דיך מסביר...מפי השמועה האט געשריבן:אשר על כןמשה יוחנן האט געשריבן:שוין גערעדט דערפון אין עברשווערדן מייסטער האט געשריבן:אפשר פירט מען אײן אז בײ די ערשטע טאנץ װען די מוזיק איז רײן און ערליך זאל די עולם נישטמערשטװײניגער זיך נעמען ''טאנצן'' אנשטאט שפאצירן און אזױ ארױסברענגען אז מ׳קען טאנצן אױף דעי מוזיק
*רעדט קלארער ווייל איך הער נישט גוט*