משוגענע מוזיק ביי חתונה? זייער גוט!

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3647
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: פאר מער דרוקט נומער 7

Re: משוגענע מוזיק ביי חתונה? זייער גוט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעגאו מענטשעלע »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
אנעים זמירות האט געשריבן:
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
ווען וועלט איז וועלט ציט נישט אזא אשכול מער ווי איין תגובה, וואלט געווען מן הראוי ווען אין צען יאר ארום איז דער אשכול נאך אין די אומגעענטפערטע אשכולות קאטעגאריע... ערנסט, אז מ'טראכט אריין טרעפט מען אז יעדע צודרייטע און אפגעפרעגטע זאך אן קיין אויסנאם האט אפאר קורצקעפיגע אויבער חכמים וואס האבן א פארקערטע מיינונג, ס'איז די מציאות און טבע הבריאה, כך גזר חכמתו יתברך אז ס'זאלן זיין איפכא מסתברא'דיגע קרום קעפ. דאס גייט זיך נישט טוישן מיט 150 תירוצים והסברים, נישט קיין טובה פאר קיינעם צו אריינגיין אין א דו"ד און טענה'ריי, מ'זעהט אזא אשכול, מ'שאקעלט מיטן קאפ מיט רחמנות, מ'קען א תפלה טאן צים אייבערשטן שילמדו טועים בינה והטיפשים ישכילו ויאירו כזוהר הרקיע און געגאנגען ווייטער. דאנקן דעם אייבערשטן אז מ'טראכט נאך גראד ב"ה און מ'האט א ערליכע שכל וחסל.

ווען וועלט איז וועלט און עס איז דא וואס צו ענטפערען דברים של טעם, ענטפערט מען. בפרט איינער וואס האלט זיך א מומחה אין נגינה, דארף ער לכאורה קענען ענטפערען געהעריג.

און טאמער וויל מען נישט אדער קען מען נישט, דרוקט מען דעם קנעפעל ארויסצוגיין פונ'ם אשכול. עס איז זייער א לעגיטימע אפציע. קיינער ווערט נישט אראפגעקוקט טאמער ענטפערט ער נישט.

וואס מען טוט אבער נישט, סיי ווייל עס איז נישט יודישלעך אום סיי ווייל עס איז אוממענטשליך, איז סתם חוזק מאכען. אמבעסטען איז מען א מתכבד בקלון חברו, ויש אומרים פארקערט פון א מתכבד.
טראץ עס איז דא וואס צו ענטפערן, - אדער ענדערש - ס'איז נישטא אויף וואס צו ענטפערן, איז דא די תורה'דיגע וועג פון הקהה את שיניו. ווען דער קומט אריין ווי דער שוואכסטער פון די ארבעה בנים איז דאס זיין אינגרידיענס. זיין טענה כשלעצמו ווען ס'וואלט געשריבן געווארן ווי דער תם אדער שאינו יודע לשאול פרעגט (חכם איז נישט שייך אין דעם פאל) וואלט מען אפשר געמעגט ענטפערן לענין, עכ"פ נישט ענפערן זיכער. אזוי איז ווען וועלט איז געווען וועלט און היינט אויכט צוליב די יפה נפש'ניקעס טויש איך נישט פון די וועג פון ענטפערן אויף דעם עקבתא דמשיחא סוף אלף הששי יצר הרע מיט זיינע קראנקע לבושים מיט וואס ער קומט אלץ אפיר.

קומט איינער פארשלייערטערהייט און מיטן פולסטן מאס חוצפה גייט ער מאכן פאר נורמאל די שיגיונות פונעם דור וואס דער ייצר פארארבעט מעשים צו אריינברענגען ביי אינז, אז מ'האט זיך נאך אמאל געשעמט צו מפרסם זיין ברבים אז מ'איז להוט נאך די משוגעת'ן און נארישקייטן וואס נעמען אוועק דעם צלם אלוקים והאנושי איז נאך געווען וואס צו רעדן, איז געווארן אז מ'שעמט זיך שוין נישט צו רעדן דערפון אבער די יצר טוב איז נאכנישט געווען דערשטיקט לחלוטין און די ערליכע געפילן האבן נאך גענאגעט דעם געוויסן, איז נאך געווען האפענונג און מיט וועם צו רעדן, אבער אז ס'ווערט שוין ליידער מקוים דער ירהבו הנער בזקן והנקלה בנכבד; די נערים גייען גאר נאכטאנצן די שגעונות און שרייען אז אזוי דארף זיין און ס'איז לכתחילה, און די דרך המסורה והישרה איז גאר נישט ריכטיג, זאל מען ענטפערן? הלואי ווען ס'פליט אראפ אין אפגרינד כהרף עין און קיינער מאכט זיך נישט ציטוהן פון דעם, אבער אז ס'זיצט און זיצט און זיי זענען יונק חיות פון די אלע ענטפערס איז דא איין פארבליבענע וועג, שטיי נישט אין ווארט מיט זיי ווייל וועסט נאר ערגער מאכן, הקהה את שיניו און דאס אלעס.
;l;p-
און צום פותח האשכול: א רחמנות אויף אייער בליק אין דעם נושא....
אוועטאר
דער צופרידענער חיים
שר האלף
תגובות: 1208
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 14, 2022 7:46 pm

Re: משוגענע מוזיק ביי חתונה? זייער גוט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער צופרידענער חיים »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
.
גוט געזאגט הרב פיטא!

יא, צו שפירן א טעם אין די -נישט DJ- מוזיק, ברויך מען רייניגן די אויערן פאר א תקופה.

כ'האב שוין מיטגעהאלטן אסאך עכטע לעבעדיגע חסידישע חתונות אן קיין DJ, די שמחה קען מען פילן אין די לופט!, יעדער איינער איז דערינען! (די 'גאנצער' עולם, נישט נאר די חברים...) די זינגער און שפילער ענדשויען עס אסאך אסאך מער (גלייב מיר נישט, גיי פרעג זיי) דאס איז אינערליכע אמת'ע שמחה.

לעומתם, ביי די חתונות ווי די שפילער-זינגער ברויכן זיך 'צושטעלן' מיט יעדן נייעם ניגון 'היינט ארויסגעקומען', און האבן די לעיטעסט 'ברידשעס און אינטראוס' דירעקט פונעם שווארצן פאסטוך ,אדער איז עס געבויעט אקוראט אויפן ראדיאו מהלך (Wow, הייליג! ס'איז "נישט" פון די טמא'נע ראדיאו... נישטאָ ווער ס'זאל לאכן...)

טראכט אריין!

פון ווי קומט DJ?

פון ווי קומט די סארט טענץ וואס מען טאנץ כאילו מ'ברויך ארויסגיין, נישט אין א רינג ווי נארמאלע מענטשן טאנצן?

איז עס באמת שמחת חתן וכלה?

שמחת חתן וכלה איז אויף 'אנצוהאלטן' די שמחה, 'הולולות' (יאָ, וואס די מגי"ש אין ישיבה קטנה פלעגט שרייען, אבער דעמאלטס זענען מיר געווען אפרוחים דאס צו פארשטיין) איז בשעת מעשה, די רגע מ'וואקט ארויס פון זאל, וואס שמחה ווען שמחה, גארנישט געבליבן, אפאר בחורים אטעמען הויעך אויפן באס אהיים, וזהו

ערעבּ "@פארדרייט"... ניין, גוי'אישע נגינה איז 'נישט' ווי א פרידזשידער אדער מייקראוועיוו ערצייגט דורך א גוי, דאס זענען דומם'ן, א פרידזשידער אדער סיי וועלכע כלי איז א טויטע זאך.

ניגונים, איז פונקט ווי מאכלים וואס דארף זיין 'כשר', עס גייט אריין אין דיר, דו וואקסט דערפון, דיין מוח טוט ערנערן דערפון, ממילא גוי'אישע נגינה (אדער נאכגעמאכט/געבויעט - מאכט נישט אויס) טוט שאטן, במציאות.

ווילסט וויסן אויב כ'בין גערעכט? דאן שייד דיר אפּ פון גוי'אישע/נאכגעמאכטע נגינה און DJ סארט מוזיק פאר א וויילע, דאן וועסטו פארשטיין וואס איך וויל דא בכלל.

נ.ב. ברוך השם איך האב קיינע DJ אין מיין כלי, און יעדער האט הנאה! כ'האב קיין קריטיק קיינמאל באקומען אז כ'פארמאג קיינע DJ!
#ווייל_איך_בּין_א_מיינד_פאון_איד


קנאפער ידען האט געשריבן:
@דער צופרידענער חיים זאגט גוט ווי אלעמאל.


ידרים
שר חמישים
תגובות: 67
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 26, 2022 8:12 am

Re: משוגענע מוזיק ביי חתונה? זייער גוט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידרים »

פארדרייט האט געשריבן:
סעקאנד דענס
וואס איז דאס?

הער, אז די יסודות זענען פונאנדערגעשייט, איז א שאד די וויכוחים...

@אנעים זמירות, אז מ'טענה'ט זיך ווי אויף ניגונים וואלט @סטאוו יא פיטא 'אפשר' געדארפט ענטפערן ווי דו ווילסט.. אבער אז די וויכוח איז אויף 'סעקאנד דענס' איז שאד די שפייעכץ.
מפי השמועה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4004
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 11, 2022 10:06 am

Re: משוגענע מוזיק ביי חתונה? זייער גוט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מפי השמועה »

די קעפל פון דעם אשכול, געפעלט מיר משוגע גוט.
ליבי ובשרי
שר האלפיים
תגובות: 2217
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 15, 2019 1:41 pm

Re: משוגענע מוזיק ביי חתונה? זייער גוט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליבי ובשרי »

פרומע לבוש האט געשריבן:
https://drive.google.com/file/d/1-DEZGb ... share_link

ווי זעמיר אונז???.....
לקיים את המצוה של שמחת חתן כלה..... אההה... דאס איז עס..
איך האב שוין געטראכט אז די פותח האט פוינט וקבל את האמת ממי שאומרו, אבער נאכ'ן זעהן דעם קליפ זעה איך נאר א צורך צו זאגן א קאפיטל תהילים
אנצקפלריא
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 03, 2023 9:08 pm

Re: משוגענע מוזיק ביי חתונה? זייער גוט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנצקפלריא »

איינער געדענקט נאך ווען האר"א איז געווען א צידרייטע זאך, נאר וואס דען יעדע זאך האט זיך זיין צייט כנ"ל גייט אין 3 אדער 4 יאר ארום זיין dj זיין די רעגלער טאנץ ....
האב דרך ארץ פאר מיך אפי' איך בין נאך א נייער דא
אוועטאר
פארדרייט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 399
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 06, 2023 2:18 am
לאקאציע: El Paso Taxes

Re: משוגענע מוזיק ביי חתונה? זייער גוט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארדרייט »

בן צורישדי האט געשריבן:
בעסטע חבר האט געשריבן:
איך אין זיכער אז ווען מען האט אנגעהויבן מאכן די קאזאקען טאנץ זענען אויכעט געווהן אפאר שווארץ קוקערס וואס האבן געזאגט אז סאיז גויאיש.

אנטשילדיגסט פון פאראויס אויב איך טו איינעם ווי פערזענליך.
לאמיר הערן, דו קענסט בכלל דעם היסטאריע פון די קאזאקן טענץ, אדער דו ווילסט פשוט ארויסהעלפן דיין חבר פון ישיבה שטופן זיין פארדרייטע אגענדע?
די ביסט אריינגעקומען דא מיט א בייסיקייט ווי גלייך די קענסט די גאלרייכע היסטאריע, די עולם דא ווייל פארשטיין פשט אפשר געבסט די א הסבר?
מִזֶּה אֵלֶּה וּמִזֶּה אֵלֶּה בְּנֵי אֵיתָנַי וְרַבָּנַי. כֻּלָּם צָעֲקוּ וַתַּעַל שַׁוְעָתָם אֶל ה'. יָ-הּ לְקוֹל רִנּוּן כְּבוֹא שָׁאַל לִפְנָי. וּמֶה קוֹל הַצֹּאן הַזֶּה בְּאָזְנָי
אוועטאר
ווער איז שטערקער?!
שר האלפיים
תגובות: 2900
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 27, 2022 2:04 pm

Re: משוגענע מוזיק ביי חתונה? זייער גוט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווער איז שטערקער?! »

אנעים זמירות האט געשריבן:
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
ווען וועלט איז וועלט ציט נישט אזא אשכול מער ווי איין תגובה, וואלט געווען מן הראוי ווען אין צען יאר ארום איז דער אשכול נאך אין די אומגעענטפערטע אשכולות קאטעגאריע... ערנסט, אז מ'טראכט אריין טרעפט מען אז יעדע צודרייטע און אפגעפרעגטע זאך אן קיין אויסנאם האט אפאר קורצקעפיגע אויבער חכמים וואס האבן א פארקערטע מיינונג, ס'איז די מציאות און טבע הבריאה, כך גזר חכמתו יתברך אז ס'זאלן זיין איפכא מסתברא'דיגע קרום קעפ. דאס גייט זיך נישט טוישן מיט 150 תירוצים והסברים, נישט קיין טובה פאר קיינעם צו אריינגיין אין א דו"ד און טענה'ריי, מ'זעהט אזא אשכול, מ'שאקעלט מיטן קאפ מיט רחמנות, מ'קען א תפלה טאן צים אייבערשטן שילמדו טועים בינה והטיפשים ישכילו ויאירו כזוהר הרקיע און געגאנגען ווייטער. דאנקן דעם אייבערשטן אז מ'טראכט נאך גראד ב"ה און מ'האט א ערליכע שכל וחסל.

ווען וועלט איז וועלט און עס איז דא וואס צו ענטפערען דברים של טעם, ענטפערט מען. בפרט איינער וואס האלט זיך א מומחה אין נגינה, דארף ער לכאורה קענען ענטפערען געהעריג.

און טאמער וויל מען נישט אדער קען מען נישט, דרוקט מען דעם קנעפעל ארויסצוגיין פונ'ם אשכול. עס איז זייער א לעגיטימע אפציע. קיינער ווערט נישט אראפגעקוקט טאמער ענטפערט ער נישט.

וואס מען טוט אבער נישט, סיי ווייל עס איז נישט יודישלעך אום סיי ווייל עס איז אוממענטשליך, איז סתם חוזק מאכען. אמבעסטען איז מען א מתכבד בקלון חברו, ויש אומרים פארקערט פון א מתכבד.
;l;p-
viewtopic.php?f=1&t=60281&sid=0cd1eb153 ... f0c9bc0ea6
אוועטאר
שמעטערלינג
שר מאה
תגובות: 228
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 04, 2020 9:26 am
לאקאציע: איבעראל

Re: משוגענע רויטע שיך ביים דאווענען? זייער גוט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעטערלינג »

הלבלר בקולמסו האט געשריבן:
איך פארשטיי אז די ביסט נישט צוגעוואוינט צו גיין מיט רויטע שיך און גרינע טליתים ביים דאווענען.

אבער סאם האו ווערט די היינטיגע יונגווארג מורא'דיג נתעורר צו מחה ביים אנטון די קליידער, און נאר דאס מאכט זיי דאווענען מיט'ן גאנצן הארץ.

ווייל די גוים האבן אנגעהויבן צו גיין אזוי, מיינט נישט אז עס איז גויאיש און אויך נישט אז עס פראסט, ער האט דיר בלויז געברענגט א נייע רעסעפי צום טיש, און דאס וואס דו דיר שטעכט עס אין די אויגן איז פשוט ווייל דו ביסט נישט צוגעוואוינט דערצו, אבער ס'מיינט נישט אז ס'איז שלעכט.

פארטויש רויטע שיך מיט סטעפ אין, און גרינע טליתים מיט לעדערנע טלית בייטלעך.
אוועטאר
פופציגער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9902
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע: זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם

Re: משוגענע מוזיק ביי חתונה? זייער גוט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פופציגער »

משוגענע מוזיק האט עס!!

קראכער חתונות קענען אהיימגיין!

קראכער היימען קענען טאנצן הארא!

ביז אפאר יאר וועט מען עלימינירן אלע בתי כבוד אין די זאלן דאן וועלן אפילו די שיינע אידן טאנצן דעם סארט טאנץ!

ראמפאפאמפאם!
.
נאט אייך א געהענגל פופציגערס געקליבן פונעם וועלטל
אוועטאר
שמעטערלינג
שר מאה
תגובות: 228
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 04, 2020 9:26 am
לאקאציע: איבעראל

Re: משוגענע מוזיק ביי חתונה? זייער גוט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעטערלינג »

פישל האט געשריבן:
דער האט גאנץ א ריכטיגע טענה לכאורה, ער באצאלט טאקע, אבער ווער האט דיר געבעטן צו באצאלן? פאר וועם באצאלסטו דאס? האסט זיך אנגעפרעימט אז דו ברענגסט מוזיק און ממילא דארפן מיר יעצט טאנצן? און לאמיר שוין זאגן אז וועם ס'געפעלט נישט קען זיך גיין. ווען דער עולם וועט ארויסוואקן פון ביהמ"ד און לאזן דעם עסקן אליין מיט זיינע מוזיק, וועט ער דען הנאה האבן? ער דארף דאך האבן יעדן איינעם אן באורד, אן קיין עולם איז קיין חתונה נישט דא.

אבער דא רעדט מען בס"ה פון א פאל וואס קיינער איז טאקע נישט מחויב דארט צו זיין, און אויב ס'געפעלט דיר נישט קענסטו טאקע ארויסוואקן פון דארט.

אבער ווען מיין ברודער/ שוואגער מאכט חתונה, ווען מיין טאטע אדער מיין שווער מאכט חתונה, מיין נעפיו האט חתונה, קען איך נישט ארויסוואקן פון זאל. און נישט ווייל איינער האלט מיך צוריק, נאר ווייל איך וויל דארט זיין! דאס איז מיין שמחה!

דער חתן האט נעבעך נישט קיין שכל, ער ווייסט נעבעך בכלל נישט פארוואס ער איז דא, אבער איך וואס איך בין אביסל עלטער ווי אים, איך געדענק נאך זיין פרייליכע ברית, בר מצוה, און אלע זיינע יארן אין פריידן און ליידן, און ב"ה איך דאנק דעם רבוש"ע אז מען האלט שוין דא, מיין טאטע מאכט חתונה דעם חשוב'ן אייניקל, מיין ברודער מיט וועם איך בין אזוי נאנט, פירט א קינד אונטער די חופה, ער האט מיר פערזענליך געלאדנט צו קומען צייטליך צו די שמחה, און ער האט מיך געבעטן איך זאל דארט זיין די גאנצע צייט, און יעצט בין איך טאקע דא. איך בין דא מיט'ן גאנצן הארץ, איך וויל מיך מיטפרייען, איך וויל מיטטאנצן, איך בין מרוגש, די עלטערן און זיידעס פון עולם העליון זענען יעצט דא, עס איז "אונזער" שמחה, עס איז די שמחה פון די גאנצע משפחה. ווער איז בארעכטיגט מיך ארויסצוטראגן פון זאל?

(דאס וויל איך נישט דערציילן אז איך האב פארשאפט אסאך געלט פאר די היינטיגע חתונה, ווייל איך האב באשלאסן אז איך טוה דאס אינגאנצן לשם מצוה, איך האב נישט געגעבן דאס געלט ווייל איך דארף עפעס צוריק דערפאר)

קומט א יונג בחור'ל און ער האט שוין א גאנצן מיינונג אז ס'איז נישט מיין חתונה און נישט דיינס, און אפילו נישט די פעטערס אין זיידעס און אויך נישט די מחותן'ס...

אנטשולדיגט, דו ווייסט וואס מיינט חתונה מאכן? דער מחותן האט שוין אויך נישט קיין רעכטן דא? אפשר זאל דער מחותן מיט אלע זיינע געשוויסער פשוט זיך אויפשטעלן און אהיימגיין און לאזן דעם חתן אליין אין זאל, עס איז דאך דעם חתן'ס שמחה, און ווארט נאר ווארט ווי דער חתן וועט נישט מוחל זיין אויב די פעטערס פון משפחת פלוני וועלן זיך נישט געהעריג באטייליגן, היתכן צו מיין חתונה איז מען נישט געקומען געהעריג? איך בין דאך דער אויסגערופענער אין די משפחה.

חתן טייערער, ווען דו לאדענסט איין געסט צו דו חתונה, זעה אז זיי זאלן זיך דארט געפונען באקוועם, נישט נאר אויב דיין טאטע האט באצאלט די חתונה, נאר אויך אויב דו האסט באצאלט אליין דיין גאנצע חתונה, דארפסטו זען אז די מענטשן וואס דו האסט גערופן זאלן זיך געפונען דאס פלאץ דארט.

אויב שפירט זיך דארט ווי הארלעם, אויב הערשט דארט אן עקל און א גרויל אז עס איז שווער פאר א נארמאלע באזעסענע מענטש אריינצוקומען אין זאל, דאן זענען אלע באטייליגטע בארעכטיגט אויסצודרוקן אז עס געפעלט זיי נישט. עס איז פרידאם אוו ספיטש.. יעדער געלאדענטער גאסט איז בארעכטיגט צו זאגן זיין מיינונג (פאר זיין שכן אין זאל) און בלויז דער מחותן איז בארעכטיגט איינצוטיילן פאר'ן מוזיקאנט און פאר'ן זינגער, און דער חתן זאל זיך גיין אביסל נאכפרעגן וואס מיינט חתונה האבן און פארוואס מען פריידט זיך אזוי, ווייל מיט זיין שכרות פארשלאפט ער זיין גאנצע חתונה וואס איז האפענטליך נאר איינמאל אין לעבן.

רוב חתנים און כלות דארפן נישט די ריזיגע חתונות מיט פעטערס און מומעס און 7טע קוזינס.
זיי פרייען זיך אז עס קומען די מענטשן מיט וועם זיי האבן א שייכות.
די פעטערס זענען אויך נישט אינטערעסירט צו טאנצן אויף חתונות יעדע וואך.

די עצה זעהט פשוט אויס צו זיין אז מען זאל פארמינערן די עולם, פאר ווער עס איז גוט מיט חתן כלה, אוו פארשטייען און רעספעקטירן זיי אלץ מענטשן.

די מחותן איז נישט היינט געבוירן. ער קען האפענטליך גענוג זיין זוהן צו וויסן וויאזוי זיך אומצוגיין דערוועגן.

קענסט האבן דיין מיינונג, אבער אויב קומסטו צום חתונה מיט אזא עטיטוד, דאן בלייב אינדערהיים.
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: משוגענע מוזיק ביי חתונה? זייער גוט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

דעי אשכול :lol:
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: משוגענע מוזיק ביי חתונה? זייער גוט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

אנעים זמירות האט געשריבן:
בעסטע חבר האט געשריבן:
איך אין זיכער אז ווען מען האט אנגעהויבן מאכן די קאזאקען טאנץ זענען אויכעט געווהן אפאר שווארץ קוקערס וואס האבן געזאגט אז סאיז גויאיש.

אנטשילדיגסט פון פאראויס אויב איך טו איינעם ווי פערזענליך.
'קאזאקען' טאנץ איז באמת נישט צום פארשטיין. ווען איינער זאל אויפקומען מיט א 'געשטאפו טאנץ' אדער 'היטלער יוגענט טאנץ', וואלט יעדער עס פארדאמט. טא וואס איז אנדערש א קאזאקען טאנץ? ווייל עס זענען דורך עטוואס מער יארען זינט די קאזאקען האבען גע'רצח'נט יודען?
וואספארא פארגלייך? קאזאקן זענען געווען א פאליטישע גרופע וועלכע האט געעפנט פראנטן צו קעמפן קעגן די ארטיגע רעגירונגען און אימפעריעס. גראדע זענען געווען געוויסע גרופעס פויערן צווישן זיי וועלכע האבן אויך גע'הרג'עט אידן, מחמת ווייטאג אויף די פריצים. אבער אין אלגעמיין איז זייער ציל געווען צו באקומען מער פאליטישע פרייהייט און זעלבסטשטענדיגקייט ווי עפעס אנדערש.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
פופציגער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9902
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע: זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם

Re: משוגענע מוזיק ביי חתונה? זייער גוט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פופציגער »

די עלטערע וועלן זיכער געדענקען ווען ’קוטשמע טאנץ’ איז נאך געווען באמיש.

אזוי גייט דער וועלט.

קראכן די קראכעדיגע קראכערס.
.
נאט אייך א געהענגל פופציגערס געקליבן פונעם וועלטל
טעמפל שירה
שר האלף
תגובות: 1829
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 03, 2022 6:44 pm

Re: משוגענע מוזיק ביי חתונה? זייער גוט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעמפל שירה »

לאו בעטערי האט געשריבן:
ווער איז שטערקער?! האט געשריבן:
לאו בעטערי האט געשריבן:
ווער איז שטערקער?! האט געשריבן:
אנצקפלריא האט געשריבן:
איינער געדענקט נאך ווען האר"א איז געווען א צידרייטע זאך, נאר וואס דען יעדע זאך האט זיך זיין צייט כנ"ל גייט אין 3 אדער 4 יאר ארום זיין dj זיין די רעגלער טאנץ ....
100% רעד צו עני עלטרע איד. אוי העט ער דערציילן יענע.... צייטן.
ווען ער איז געווען א...... גוי פארן טאנצן די הרע....(איינער געדענקט נאך די דזשאק...?) טאנץ
איך געדענק, כמיין זיי האבן געזאגט די יצר הרע טענץ :lol: :lol: :lol:
יא יא. אין די יוה”ק דזשאק.
על חטא.... בריצת רגליים להרע..... חחחחח.... :lol:
דעיס איז א פרישע! קיינמאל נישט געהערט :lol: :lol:
דעי ווארט זאגט מען נאך פונעם פאריגן סקולענע רבי
נון בוי נון בוי נון בוי נון בוי דיין טעמפל שירה
🎙🎤🎼🎶 🎷🎸🎹🎻🎺
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6407
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: משוגענע מוזיק ביי חתונה? זייער גוט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

פופציגער האט געשריבן:
די עלטערע וועלן זיכער געדענקען ווען ’קוטשמע טאנץ’ איז נאך געווען באמיש.
יע יע, נישט געוויסט אז פענגווינ'ס גייען אויך קוטשמעס.
אוועטאר
פארדרייט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 399
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 06, 2023 2:18 am
לאקאציע: El Paso Taxes

Re: משוגענע מוזיק ביי חתונה? זייער גוט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארדרייט »

שכח פאר די מנהלים פארן פארמעקן די פרעכע תגובה אנטקעגן אינזערע זקנים איך האב שוין געקלערט פון גענצליך פארמעקן מיין פתיחת האשכול תגובה אויב דעיס איז וואס דאס האט צוגעברעינגט
מִזֶּה אֵלֶּה וּמִזֶּה אֵלֶּה בְּנֵי אֵיתָנַי וְרַבָּנַי. כֻּלָּם צָעֲקוּ וַתַּעַל שַׁוְעָתָם אֶל ה'. יָ-הּ לְקוֹל רִנּוּן כְּבוֹא שָׁאַל לִפְנָי. וּמֶה קוֹל הַצֹּאן הַזֶּה בְּאָזְנָי
אוועטאר
בעסטע חבר
שר מאה
תגובות: 175
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 14, 2023 9:06 pm

Re: משוגענע מוזיק ביי חתונה? זייער גוט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעסטע חבר »

פעיק ניוז האט געשריבן:
אנעים זמירות האט געשריבן:
בעסטע חבר האט געשריבן:
איך אין זיכער אז ווען מען האט אנגעהויבן מאכן די קאזאקען טאנץ זענען אויכעט געווהן אפאר שווארץ קוקערס וואס האבן געזאגט אז סאיז גויאיש.

אנטשילדיגסט פון פאראויס אויב איך טו איינעם ווי פערזענליך.
'קאזאקען' טאנץ איז באמת נישט צום פארשטיין. ווען איינער זאל אויפקומען מיט א 'געשטאפו טאנץ' אדער 'היטלער יוגענט טאנץ', וואלט יעדער עס פארדאמט. טא וואס איז אנדערש א קאזאקען טאנץ? ווייל עס זענען דורך עטוואס מער יארען זינט די קאזאקען האבען גע'רצח'נט יודען?
וואספארא פארגלייך? קאזאקן זענען געווען א פאליטישע גרופע וועלכע האט געעפנט פראנטן צו קעמפן קעגן די ארטיגע רעגירונגען און אימפעריעס. גראדע זענען געווען געוויסע גרופעס פויערן צווישן זיי וועלכע האבן אויך גע'הרג'עט אידן, מחמת ווייטאג אויף די פריצים. אבער אין אלגעמיין איז זייער ציל געווען צו באקומען מער פאליטישע פרייהייט און זעלבסטשטענדיגקייט ווי עפעס אנדערש.
האביך גערעדט אלץ די גויאישקייט שבו ווי מאכט א חילוק אויב זיי האבען געהארגעט אידען אדער נישט?
א גוי בלייבט א גוי און זייערע טענץ בלייבן גויאיש!
לידעתך די היינטיגע גוים הארגענען אויך נישט קיין אידען.
אוועטאר
לאו בעטערי
שר העשר
תגובות: 16
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 10, 2022 1:41 pm

Re: משוגענע מוזיק ביי חתונה? זייער גוט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאו בעטערי »

פארדרייט האט געשריבן:
שכח פאר די מנהלים פארן פארמעקן די פרעכע תגובה אנטקעגן אינזערע זקנים איך האב שוין געקלערט פון גענצליך פארמעקן מיין פתיחת האשכול תגובה אויב דעיס איז וואס דאס האט צוגעברעינגט
רעב איד! די פרעכע תגובה האב איך געשריבן! כ’בין עפעס אן אורח דא מיינסטע?! א בחור’ל פון ישיבה?! כ’בין עפעס היינט געבוירן?!

אט אט דאס איז געווען מיין ציל! א דער אשכול זאל גיין דארט וואו די שווארצע פעפער וואקסט! א שאד ס’נישט געלונגען.... חבל.
סוללה חלשה
שלייקעס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 421
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 23, 2022 12:21 am

Re: משוגענע מוזיק ביי חתונה? זייער גוט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלייקעס »

לאו בעטערי האט געשריבן:
פארדרייט האט געשריבן:
שכח פאר די מנהלים פארן פארמעקן די פרעכע תגובה אנטקעגן אינזערע זקנים איך האב שוין געקלערט פון גענצליך פארמעקן מיין פתיחת האשכול תגובה אויב דעיס איז וואס דאס האט צוגעברעינגט
רעב איד! די פרעכע תגובה האב איך געשריבן! כ’בין עפעס אן אורח דא מיינסטע?! א בחור’ל פון ישיבה?! כ’בין עפעס היינט געבוירן?!

אט אט דאס איז געווען מיין ציל! א דער אשכול זאל גיין דארט וואו די שווארצע פעפער וואקסט! א שאד ס’נישט געלונגען.... חבל.
און האקן זאלן די האקערס.
ס׳דערנאך האסט שױן ארײנגעטרעטן
אוועטאר
הרב יואל קליין
שר שלשת אלפים
תגובות: 3209
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

Re: משוגענע מוזיק ביי חתונה? זייער גוט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב יואל קליין »

שוין אויסגעקייעט דעם נושא עטליכע מאל אויפן וועלטל.
איך האב בשני ידים שלי אמאל געמאכט די פראגרעמס פאר אלע שפילערס. ווען טעקנאו איז געווארן די נייע שטיק האב איך אויפגעהערט
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: משוגענע מוזיק ביי חתונה? זייער גוט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

בעסטע חבר האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:
אנעים זמירות האט געשריבן:
בעסטע חבר האט געשריבן:
איך אין זיכער אז ווען מען האט אנגעהויבן מאכן די קאזאקען טאנץ זענען אויכעט געווהן אפאר שווארץ קוקערס וואס האבן געזאגט אז סאיז גויאיש.

אנטשילדיגסט פון פאראויס אויב איך טו איינעם ווי פערזענליך.
'קאזאקען' טאנץ איז באמת נישט צום פארשטיין. ווען איינער זאל אויפקומען מיט א 'געשטאפו טאנץ' אדער 'היטלער יוגענט טאנץ', וואלט יעדער עס פארדאמט. טא וואס איז אנדערש א קאזאקען טאנץ? ווייל עס זענען דורך עטוואס מער יארען זינט די קאזאקען האבען גע'רצח'נט יודען?
וואספארא פארגלייך? קאזאקן זענען געווען א פאליטישע גרופע וועלכע האט געעפנט פראנטן צו קעמפן קעגן די ארטיגע רעגירונגען און אימפעריעס. גראדע זענען געווען געוויסע גרופעס פויערן צווישן זיי וועלכע האבן אויך גע'הרג'עט אידן, מחמת ווייטאג אויף די פריצים. אבער אין אלגעמיין איז זייער ציל געווען צו באקומען מער פאליטישע פרייהייט און זעלבסטשטענדיגקייט ווי עפעס אנדערש.
האביך גערעדט אלץ די גויאישקייט שבו ווי מאכט א חילוק אויב זיי האבען געהארגעט אידען אדער נישט?
א גוי בלייבט א גוי און זייערע טענץ בלייבן גויאיש!
לידעתך די היינטיגע גוים הארגענען אויך נישט קיין אידען.
אויסקלארונג: אין מיין תגובה בין איך מצדיק די קאזאקן טענץ, נישט פארקערט.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
בעסטע חבר
שר מאה
תגובות: 175
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 14, 2023 9:06 pm

Re: משוגענע מוזיק ביי חתונה? זייער גוט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעסטע חבר »

פעיק ניוז האט געשריבן:
בעסטע חבר האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:
אנעים זמירות האט געשריבן:
בעסטע חבר האט געשריבן:
איך אין זיכער אז ווען מען האט אנגעהויבן מאכן די קאזאקען טאנץ זענען אויכעט געווהן אפאר שווארץ קוקערס וואס האבן געזאגט אז סאיז גויאיש.

אנטשילדיגסט פון פאראויס אויב איך טו איינעם ווי פערזענליך.
'קאזאקען' טאנץ איז באמת נישט צום פארשטיין. ווען איינער זאל אויפקומען מיט א 'געשטאפו טאנץ' אדער 'היטלער יוגענט טאנץ', וואלט יעדער עס פארדאמט. טא וואס איז אנדערש א קאזאקען טאנץ? ווייל עס זענען דורך עטוואס מער יארען זינט די קאזאקען האבען גע'רצח'נט יודען?
וואספארא פארגלייך? קאזאקן זענען געווען א פאליטישע גרופע וועלכע האט געעפנט פראנטן צו קעמפן קעגן די ארטיגע רעגירונגען און אימפעריעס. גראדע זענען געווען געוויסע גרופעס פויערן צווישן זיי וועלכע האבן אויך גע'הרג'עט אידן, מחמת ווייטאג אויף די פריצים. אבער אין אלגעמיין איז זייער ציל געווען צו באקומען מער פאליטישע פרייהייט און זעלבסטשטענדיגקייט ווי עפעס אנדערש.
האביך גערעדט אלץ די גויאישקייט שבו ווי מאכט א חילוק אויב זיי האבען געהארגעט אידען אדער נישט?
א גוי בלייבט א גוי און זייערע טענץ בלייבן גויאיש!
לידעתך די היינטיגע גוים הארגענען אויך נישט קיין אידען.
אויסקלארונג: אין מיין תגובה בין איך מצדיק די קאזאקן טענץ, נישט פארקערט.
איז לויט דיר דיר די היינטיגע גויאישע טענץ נישט קיין פראבלעם?
אוועטאר
דער צופרידענער חיים
שר האלף
תגובות: 1208
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 14, 2022 7:46 pm

Re: משוגענע מוזיק ביי חתונה? זייער גוט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער צופרידענער חיים »

שמעטערלינג האט געשריבן:
פישל האט געשריבן:
דער האט גאנץ א ריכטיגע טענה לכאורה, ער באצאלט טאקע, אבער ווער האט דיר געבעטן צו באצאלן? פאר וועם באצאלסטו דאס? האסט זיך אנגעפרעימט אז דו ברענגסט מוזיק און ממילא דארפן מיר יעצט טאנצן? און לאמיר שוין זאגן אז וועם ס'געפעלט נישט קען זיך גיין. ווען דער עולם וועט ארויסוואקן פון ביהמ"ד און לאזן דעם עסקן אליין מיט זיינע מוזיק, וועט ער דען הנאה האבן? ער דארף דאך האבן יעדן איינעם אן באורד, אן קיין עולם איז קיין חתונה נישט דא.

אבער דא רעדט מען בס"ה פון א פאל וואס קיינער איז טאקע נישט מחויב דארט צו זיין, און אויב ס'געפעלט דיר נישט קענסטו טאקע ארויסוואקן פון דארט.

אבער ווען מיין ברודער/ שוואגער מאכט חתונה, ווען מיין טאטע אדער מיין שווער מאכט חתונה, מיין נעפיו האט חתונה, קען איך נישט ארויסוואקן פון זאל. און נישט ווייל איינער האלט מיך צוריק, נאר ווייל איך וויל דארט זיין! דאס איז מיין שמחה!

דער חתן האט נעבעך נישט קיין שכל, ער ווייסט נעבעך בכלל נישט פארוואס ער איז דא, אבער איך וואס איך בין אביסל עלטער ווי אים, איך געדענק נאך זיין פרייליכע ברית, בר מצוה, און אלע זיינע יארן אין פריידן און ליידן, און ב"ה איך דאנק דעם רבוש"ע אז מען האלט שוין דא, מיין טאטע מאכט חתונה דעם חשוב'ן אייניקל, מיין ברודער מיט וועם איך בין אזוי נאנט, פירט א קינד אונטער די חופה, ער האט מיר פערזענליך געלאדנט צו קומען צייטליך צו די שמחה, און ער האט מיך געבעטן איך זאל דארט זיין די גאנצע צייט, און יעצט בין איך טאקע דא. איך בין דא מיט'ן גאנצן הארץ, איך וויל מיך מיטפרייען, איך וויל מיטטאנצן, איך בין מרוגש, די עלטערן און זיידעס פון עולם העליון זענען יעצט דא, עס איז "אונזער" שמחה, עס איז די שמחה פון די גאנצע משפחה. ווער איז בארעכטיגט מיך ארויסצוטראגן פון זאל?

(דאס וויל איך נישט דערציילן אז איך האב פארשאפט אסאך געלט פאר די היינטיגע חתונה, ווייל איך האב באשלאסן אז איך טוה דאס אינגאנצן לשם מצוה, איך האב נישט געגעבן דאס געלט ווייל איך דארף עפעס צוריק דערפאר)

קומט א יונג בחור'ל און ער האט שוין א גאנצן מיינונג אז ס'איז נישט מיין חתונה און נישט דיינס, און אפילו נישט די פעטערס אין זיידעס און אויך נישט די מחותן'ס...

אנטשולדיגט, דו ווייסט וואס מיינט חתונה מאכן? דער מחותן האט שוין אויך נישט קיין רעכטן דא? אפשר זאל דער מחותן מיט אלע זיינע געשוויסער פשוט זיך אויפשטעלן און אהיימגיין און לאזן דעם חתן אליין אין זאל, עס איז דאך דעם חתן'ס שמחה, און ווארט נאר ווארט ווי דער חתן וועט נישט מוחל זיין אויב די פעטערס פון משפחת פלוני וועלן זיך נישט געהעריג באטייליגן, היתכן צו מיין חתונה איז מען נישט געקומען געהעריג? איך בין דאך דער אויסגערופענער אין די משפחה.

חתן טייערער, ווען דו לאדענסט איין געסט צו דו חתונה, זעה אז זיי זאלן זיך דארט געפונען באקוועם, נישט נאר אויב דיין טאטע האט באצאלט די חתונה, נאר אויך אויב דו האסט באצאלט אליין דיין גאנצע חתונה, דארפסטו זען אז די מענטשן וואס דו האסט גערופן זאלן זיך געפונען דאס פלאץ דארט.

אויב שפירט זיך דארט ווי הארלעם, אויב הערשט דארט אן עקל און א גרויל אז עס איז שווער פאר א נארמאלע באזעסענע מענטש אריינצוקומען אין זאל, דאן זענען אלע באטייליגטע בארעכטיגט אויסצודרוקן אז עס געפעלט זיי נישט. עס איז פרידאם אוו ספיטש.. יעדער געלאדענטער גאסט איז בארעכטיגט צו זאגן זיין מיינונג (פאר זיין שכן אין זאל) און בלויז דער מחותן איז בארעכטיגט איינצוטיילן פאר'ן מוזיקאנט און פאר'ן זינגער, און דער חתן זאל זיך גיין אביסל נאכפרעגן וואס מיינט חתונה האבן און פארוואס מען פריידט זיך אזוי, ווייל מיט זיין שכרות פארשלאפט ער זיין גאנצע חתונה וואס איז האפענטליך נאר איינמאל אין לעבן.

רוב חתנים און כלות דארפן נישט די ריזיגע חתונות מיט פעטערס און מומעס און 7טע קוזינס.
זיי פרייען זיך אז עס קומען די מענטשן מיט וועם זיי האבן א שייכות.
די פעטערס זענען אויך נישט אינטערעסירט צו טאנצן אויף חתונות יעדע וואך.

די עצה זעהט פשוט אויס צו זיין אז מען זאל פארמינערן די עולם, פאר ווער עס איז גוט מיט חתן כלה, אוו פארשטייען און רעספעקטירן זיי אלץ מענטשן.

די מחותן איז נישט היינט געבוירן. ער קען האפענטליך גענוג זיין זוהן צו וויסן וויאזוי זיך אומצוגיין דערוועגן.

קענסט האבן דיין מיינונג, אבער אויב קומסטו צום חתונה מיט אזא עטיטוד, דאן בלייב אינדערהיים.
טשולדיג פארן גיין פערזענליך...

ביסט חתונה געהאט?
#ווייל_איך_בּין_א_מיינד_פאון_איד


קנאפער ידען האט געשריבן:
@דער צופרידענער חיים זאגט גוט ווי אלעמאל.


אוועטאר
הרב יואל קליין
שר שלשת אלפים
תגובות: 3209
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

Re: משוגענע מוזיק ביי חתונה? זייער גוט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב יואל קליין »

די סיבה פארוואס טעקנאו און דענס מיוזיק איז אזוי פארכאפט, איז טאקע דער אייינע פאקט אז עס מאכט טאנצן און מ׳פארט אריין אין א טרענס פון היפנאוסעס און מ׳שאקעלט זיך מיט מיטן ריטעם ווי א ניגער אין א ווערץ הויז. די עלעקטריט מיט די סינטעסייסד סאונדס געבן צו פארן ריטעם. און ווי מער צודרייט, קראצעדיג די סאונד איז, אלץ מער הייפּער מאכט עס. ס׳איז ריכטיגע גוי׳אישע מוזיק אויפן נידריגסטן שטאפל אפילו לויט די גויאישע סטאנדארט! להבדיל ווען דער גוי דארף טאנץ מוזיק פאר א פרעזענליכקייט ניצן זיי עס אויך נישט! די טרענס/טעקנאו סטיילס ווערט געניצט אין ווערץ הייזער ווי די נידריגסטע גוי שאקעלט זיך בשעת זיי זענען עובר אויף די שבע מצוות בני נוח ווי פארן מבל, און די מ׳ניצט די סארט מוזיק ווי א דראג צו ווערן פארטייבט. ס׳איז דא ספעציעלע ספיקערס מיט סובוואפערס פאר די סארט מוזיק וואס העלפט בעסער ארויסברענגען די פריקווענסיס ס׳זאל האבן די מאקסימום אפעקט. די פירמעס רופן עס EDM מיוזיק
https://www.google.com/search?q=what+do ... e&ie=UTF-8

באדעם ליין, אז צו ברענגען די נידריגסטע קלאס סטיילס פינעם גוי אריין צו א הייליגע אידישע חתונה?! השם ירחם!!!

איז דאס נארמאל ווען מ׳נעמט זיך שאקלען ליפא׳ס מזרח מזרח, מעריב מעריב מיט EDM מיוזיק? און דערנאך הייבט מען אויף די האנט ווי שכורים און משרייט הייזעריג עהאָ עהאָ!
פוי, איז א אנדערסטעיטמענט!

איך האב נייעס פאר אייך, ס׳זענען דא נארמאלע זונגערס וואס קענען איבערדרייען א חתונה מיט נארמאלע ניגונים אויב מ׳בעט זיי! אבער דאס דארף זיין קלאר זיך פארשטאנען בשעת מען בוקט, אינדקלודינג די שפילער. און דערמאנען עטליכע טעג פאר די חתונה, און דאן נעמען זיי ארויס א ליסטע פון היימישע ניגונים און עס טאנץ זיך ביזן דאך. די נשמה מיטן גוף טאנצן צוזאמען. אזא חתונה קען מען זיך אויסבעטן אלעס גוטס בשמחה אויף א ערליכן וועג.

ס׳איז נאר דא איין אישו, אז ווען עס קומט נאכן ברעיק צו סעקאנד דענס און די בחורים ווילן זיך אויסטאנצן האָראַ, אפילו ס׳איז דא געניג און נאך היימישע ניגונים וואס מ׳קען שפרינגען הארא, האט אבער נישט דער שפילער די אמאליגע נארמאלע היימישע דיסקאו ביטס, ווייל ס׳איז נישט אין סטייל, און מ׳ניצט EDM צו שפילן אחד יוחיד ומיוחד.

און פאר די וואס טענה׳ן אז אמאל איז אויך געווען גוי׳אישע הארא, גערעכט! ס׳איז דאן אויך געווען נידריגע ניגונים, אבער די שפילערס האבן נישט געניצט EDM דערפאר, און די רגע נ׳האט געטוישט אדער געהייסן טוישן, זענען די ביטס געוען היימיש און נארמאל! ווער רעדט נאך פון די וואליום,מהאט אמאל נישט טויב געמאכט דעם עולם פון יעדע ענגל.
א חלק פון EDM איז די ציפארענקייט אריינצייגן אין א מענטל טרענס און ווי מער ספיקערס מ׳שפריצט ארום און די מוזיק הערט זיך ווי א מאש מאשין, הרי זה משובח.

אדרבה, אויב זאל א שפילער וועלן נעמען די דרייסט צו זאגן אז ער נעמט נאר אן צו שפילן היימיש און דאס איינציגסטע וואס פעלט אים איז נארמאלע ביטס, קען ער מיך קאנטעקטן. כ׳וועל אים העלפן פאר מיט וואס איך קען נאר, פון ביטס ביז א קריסטעל קלארע דענלי סאונד סיסטעם. אוי הוי וועט דער עולם שפרינגען. די 40+ יעריגע פלאס אלע חברים ביים סעקאנד דענס/הארא.

כהאב עס אמאל געטאן, ר׳ אהרן לעוו האט געשפילט, מיט אלע זיינע שטיקעס פון 20 יאר צוריק, און יואלי פאלקאוויטש מיט די עלטערע פריינד ברידער האבן געזונגען. מיט א דענלי סיסטעם. דער עולם איז געווען אין די לופטן.

בקיצור. עס מוז נישט זיין נאר איך. עס זענען דא נאך וואס קענען פראגראמען ביטס.
וואס דארף יא זיין איז א עסקן, א ערליכע איד, א רבי, איינער מיט השפעה וואס זאל עס אנדרייען, און פונקי סטייל ערליכע קאמפאזערס וועלן זיין מער ווי פרייליך צו קאמפאזן עטליכע היימישע הארא׳ס וואס זאל לעכערן דעם דאך.

א גוטע נאכט
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”