משוגענע מוזיק ביי חתונה? זייער גוט!

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
ווער איז שטערקער?!
שר האלפיים
תגובות: 2852
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 27, 2022 2:04 pm

Re: משוגענע מוזיק ביי חתונה? זייער גוט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווער איז שטערקער?! »

פאטעטא קוגל האט געשריבן:
איך האלט אז דער פותח האשכול איז הונדערט פראצענט גערעכט(?!?!?!), ס'איז די חתן'ס חתונה און ער וויל טאנצן אויף די מוזיק.
און טאקע ווען די רבי זאל זיין געזונט און שטארק קומט אריין משמח זיין דעם חתן, זאל מען טאקע זען צו זינגען די זעקסטע הקפה ניגון מיט די היינטיגע די זשעי מוזיק, אזוי וועט די רבי קענען משמח זיין דעם חתן מיטן חתן'ס געשמאק.
ווי נישט ווי איז עס זיין שמחה...
דזשאסט פאר יור אינפו.
דעיס איז שוין א פאקט.
גיי צו די חתונה ריקארדינג אשכול און הער אויס אלע רבי טרעקס...
אוועטאר
ווער איז שטערקער?!
שר האלפיים
תגובות: 2852
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 27, 2022 2:04 pm

Re: משוגענע מוזיק ביי חתונה? זייער גוט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווער איז שטערקער?! »

פארדרייט האט געשריבן:
פישל האט געשריבן:
דיסעגרי מיט יעדעס אות פון דעם פותח האשכול, די איינציגסטע זאך וואס איך אגרי איז מיט זיין ניק נאמען...

דער פותח האשכול טענה'ט "ס'איז נישט מיין חתונה און אויך נישט דיינס!!! און אפילו נישט די פעטערס און זיידעס, און אויב מעג איך זאגן אויך נישט די מחותן'ס" עכ"ל. אנדערע דא טענה'ן אז אויב דער חתן וויל דאס דאן זאל ער עס גאר באצאלן.

לאמיר פאר א מינוט נישט טראכטן פון א חתונה מיט א חתן וואס רעדט זיך איין אז ער איז דער גאנצער מחותן דא.

לאמיר מאכן די מעשה אנדערש, די חבורה פון מיין שיעור יעדע נאכט, האבן איינגעשטעלט אז מ'וועט יעדע דאנערשטאג נאכט צושטעלן א שיינעם פארברענג, עס האט זיך אנגעהויבן מיט א שיעור אין אור החיים הק' ווען צו דער זייט האט מען אויך צוגעשטעלט אביסל ווארעמס, קוגל און נאך. צעביסלעך איז דאס געווארן מער און מער.

איין וואך האט דער הויפט עסקן וועלכער פלעגט יעדע וואך ברענגען די ברייטע טועמי', מחליט געווען אז ער ברענגט מוזיק צוצושפילן צו די ווארעמע ניגונים לכ' שבת... מ'האט עס אנגעקוקט אביסל מאדנע, אבער וועם גייט עס אן, ווילאנג עס איז שיין געשמאק און ווארעם, מען פארברענגט אינאיינעם, פארוואס נישט?

נאך עטליכע וואכן האט ער מחליט געווען אז ס'איז נישט גענוג סתם מוזיק, מ'דארף געהעריג טאנצן, ס'הייסט? עס קומט שבת און מען זאל נישט טאנצן? אבער נישט סתם טאנצן, נאר ער האט געברענגט א גאנצן סאונד סיסטעם, א פולע בענד מיט א גאנצע קווייער, און ביי די צייט ווען דער עולם איז אנגעקומען האט שוין געבאכעט מוזיק, לעבעדיגע הורא אין פולסטן טעמפא. מען האט פשוט געדארפט אריינגיין אינעם רינג און טאנצן.

דער עולם האט זיך אנגעקוקט איינער דעם צווייטן, וואס וויל ער דא? ער איז משוגע צו וואס? איינער איז אים צוגעגאנגען פרעגן אפשר לעשסטו אויס די מוזיק דא? שרייט דער עסקן דער אנפירער "האלאו, איך באצאל דא די גאנצע זאך, נישט דו און נישט קיינער פונעם עולם, וואס האבן ענק אריינצורעדן דא?

דער האט גאנץ א ריכטיגע טענה לכאורה, ער באצאלט טאקע, אבער ווער האט דיר געבעטן צו באצאלן? פאר וועם באצאלסטו דאס? האסט זיך אנגעפרעימט אז דו ברענגסט מוזיק און ממילא דארפן מיר יעצט טאנצן? און לאמיר שוין זאגן אז וועם ס'געפעלט נישט קען זיך גיין. ווען דער עולם וועט ארויסוואקן פון ביהמ"ד און לאזן דעם עסקן אליין מיט זיינע מוזיק, וועט ער דען הנאה האבן? ער דארף דאך האבן יעדן איינעם אן באורד, אן קיין עולם איז קיין חתונה נישט דא.

אבער דא רעדט מען בס"ה פון א פאל וואס קיינער איז טאקע נישט מחויב דארט צו זיין, און אויב ס'געפעלט דיר נישט קענסטו טאקע ארויסוואקן פון דארט.

אבער ווען מיין ברודער/ שוואגער מאכט חתונה, ווען מיין טאטע אדער מיין שווער מאכט חתונה, מיין נעפיו האט חתונה, קען איך נישט ארויסוואקן פון זאל. און נישט ווייל איינער האלט מיך צוריק, נאר ווייל איך וויל דארט זיין! דאס איז מיין שמחה!

דער חתן האט נעבעך נישט קיין שכל, ער ווייסט נעבעך בכלל נישט פארוואס ער איז דא, אבער איך וואס איך בין אביסל עלטער ווי אים, איך געדענק נאך זיין פרייליכע ברית, בר מצוה, און אלע זיינע יארן אין פריידן און ליידן, און ב"ה איך דאנק דעם רבוש"ע אז מען האלט שוין דא, מיין טאטע מאכט חתונה דעם חשוב'ן אייניקל, מיין ברודער מיט וועם איך בין אזוי נאנט, פירט א קינד אונטער די חופה, ער האט מיר פערזענליך געלאדנט צו קומען צייטליך צו די שמחה, און ער האט מיך געבעטן איך זאל דארט זיין די גאנצע צייט, און יעצט בין איך טאקע דא. איך בין דא מיט'ן גאנצן הארץ, איך וויל מיך מיטפרייען, איך וויל מיטטאנצן, איך בין מרוגש, די עלטערן און זיידעס פון עולם העליון זענען יעצט דא, עס איז "אונזער" שמחה, עס איז די שמחה פון די גאנצע משפחה. ווער איז בארעכטיגט מיך ארויסצוטראגן פון זאל?

(דאס וויל איך נישט דערציילן אז איך האב פארשאפט אסאך געלט פאר די היינטיגע חתונה, ווייל איך האב באשלאסן אז איך טוה דאס אינגאנצן לשם מצוה, איך האב נישט געגעבן דאס געלט ווייל איך דארף עפעס צוריק דערפאר)

קומט א יונג בחור'ל און ער האט שוין א גאנצן מיינונג אז ס'איז נישט מיין חתונה און נישט דיינס, און אפילו נישט די פעטערס אין זיידעס און אויך נישט די מחותן'ס...

אנטשולדיגט, דו ווייסט וואס מיינט חתונה מאכן? דער מחותן האט שוין אויך נישט קיין רעכטן דא? אפשר זאל דער מחותן מיט אלע זיינע געשוויסער פשוט זיך אויפשטעלן און אהיימגיין און לאזן דעם חתן אליין אין זאל, עס איז דאך דעם חתן'ס שמחה, און ווארט נאר ווארט ווי דער חתן וועט נישט מוחל זיין אויב די פעטערס פון משפחת פלוני וועלן זיך נישט געהעריג באטייליגן, היתכן צו מיין חתונה איז מען נישט געקומען געהעריג? איך בין דאך דער אויסגערופענער אין די משפחה.

חתן טייערער, ווען דו לאדענסט איין געסט צו דו חתונה, זעה אז זיי זאלן זיך דארט געפונען באקוועם, נישט נאר אויב דיין טאטע האט באצאלט די חתונה, נאר אויך אויב דו האסט באצאלט אליין דיין גאנצע חתונה, דארפסטו זען אז די מענטשן וואס דו האסט גערופן זאלן זיך געפונען דאס פלאץ דארט.

אויב שפירט זיך דארט ווי הארלעם, אויב הערשט דארט אן עקל און א גרויל אז עס איז שווער פאר א נארמאלע באזעסענע מענטש אריינצוקומען אין זאל, דאן זענען אלע באטייליגטע בארעכטיגט אויסצודרוקן אז עס געפעלט זיי נישט. עס איז פרידאם אוו ספיטש.. יעדער געלאדענטער גאסט איז בארעכטיגט צו זאגן זיין מיינונג (פאר זיין שכן אין זאל) און בלויז דער מחותן איז בארעכטיגט איינצוטיילן פאר'ן מוזיקאנט און פאר'ן זינגער, און דער חתן זאל זיך גיין אביסל נאכפרעגן וואס מיינט חתונה האבן און פארוואס מען פריידט זיך אזוי, ווייל מיט זיין שכרות פארשלאפט ער זיין גאנצע חתונה וואס איז האפענטליך נאר איינמאל אין לעבן.
על ראשון ראשון ועל אחרון אחרון.
נאמבער 1, אויב סאיז טאקע אזוי שטארק דיין שמחה אלס פעטער/שוואגער און ממש די ביסט נישט דא ווייל די מיזט נאר ממש פון גרויס שמחה, און די ווילס בעצם טאנצען און זיך פרייען נאר די מוזיק שטערט דיך, פארוואס פאר א קליין אינגעל אזייטיגע צוקוקער וואס פארשטייט נישט אידיש גויש, ער פארשטייט נישט ווער סאיז יא און ווער נישט גענוג קלוג צו פארשטיין די עכטע שמחה... פארוואס צו אים קוקט פירסט דענס ווען סאיז נאך נישט דא געווענליך די צדרייטע מוזיק, און די פעטערס וואס פארשטייען עכט וואס די שמחה איז טאנצען.. קוקט עס אויס ווי מ'וואקט ארום אנגעבלאזענערהייט און אויב איין פעטער מאכט יא מער לעבעדיג דארפן שוין זיינע קינדער זיך שעמען אז זייער טאטע איז די פאני פעטער...
נאמבער 2. די מחותנים האבן דעפעניטלי יא! א ווארט, איך האב געשריבען אביסל ברייט סך הכל לשבר את האוזן, און טאקע יעדע זינגער שפילער פאלגן ווען א מחותן הייסט טוישן, צו מיט שכל אדער פשוט ווייל ער דארף נאך זיין טשעקל...
נאמבער 3. צו די חתן איז נאך א צוצוקל מיט א קינדערשע בליק אויפן לעבן צו נישט און אויב ער האט באצאלט אדער נישט, שטייט כל המשמח חתן און נישט כל המשמח פעטער אדער שוואגער וואס פארשטייט שוין ברוב חכמתו
נאמבער 4. פרידעם אף ספיטש איז דא און די מעגסט זאגן דיין מיינונג נישט נאר דא אויפן וועלטעל פארשלייערט אינטער א ניק נאר אפילו בשעת די חתונה ווען די כאפסט דיין צוגרעטעל אינדרויסען אבער עקספעקט נישט אז מזאל עפעס טוישען לכבוד דעים
;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
צהלתו בפניו
שר האלף
תגובות: 1483
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 15, 2020 8:02 pm
לאקאציע: אין מיין קאמפארט זאון

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צהלתו בפניו »

דניאל אויערבאך האט געשריבן:
סארי.... דא האסטע
יישר כח גדול מאד!
פארווייטאגט
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 1:29 pm

Re: משוגענע מוזיק ביי חתונה? זייער גוט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארווייטאגט »

פישל האט געשריבן:
די איינציגסטע זאך וואס איך אגרי איז מיט זיין ניק נאמען...
:shock: :shock: :shock:

:lol: :lol: :lol:
joelivelt74
שר חמישים
תגובות: 85
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 23, 2022 12:16 pm

Re: משוגענע מוזיק ביי חתונה? זייער גוט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך joelivelt74 »

פארווייטאגט האט געשריבן:
פישל האט געשריבן:
די איינציגסטע זאך וואס איך אגרי איז מיט זיין ניק נאמען...
:shock: :shock: :shock:

:lol: :lol: :lol:
nuuu???
freedom of speach
קארן
שר האלפיים
תגובות: 2496
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 01, 2012 5:11 pm
לאקאציע: ערגעץ אויפן ערד קוגל

Re: משוגענע מוזיק ביי חתונה? זייער גוט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קארן »

א אויסגעדראשענע נושא שוין פאר צענדליגע יארן, ווען אונז זענען געווען בחורים און געהאפקעט ביי חתונות, לויט די סטאנדארטן פון דעמאלטס, האט מען זיך פונקט אזוי אפגערעדט, און די וואס האבן זיך דעמאלטס אפגערעדט, 15-20 יארן פארדעם ווען זיי זענען געווען בחורים, האט מען זיך אפגערעדט אויף זיי פונקט אזוי, בקיצור, אזוי גייט עס, מיך שטערט עס בכלל נישט, זאלן זיך די בחורים מיט די חתן, מיט אלע גרויסע טאטעס, זיידעס, און פעטערס, און קאזינס, זיך אויסבארדערן ביי חתונות, ווי אזוי עס שמעקט זיי, קיינעם שטערט עס נישט, האט גארנישט מיט יודישקייט איינגעשטויסן, סתם אנגעגעסענע מענטשן וואס פארגינען נישט גארנישט.

ווען איך בין געווען א בחור און כפלעג טאנצן ביי מיינע חברים'ס חתונות, ביי די ערשטע טאנץ ווען מדרייט זיך ארום ווי א וואש מאשין, האט מען שוין געזעהן די מענטשן זיך ארומדרייען די זאל מיט שטרענגע בליקן, איי יעצט טאנצט מען נארמאל פארוואס גייסטו נישט טאנצן? גוטע קשיא, און ווען סאיז געקומען צו די צווייטע טאנץ ווען די חברים פון די חתן פירן דאס רעדל.... פלעגן זיי ארומלויפן פון איינעם צום צווייטן, און ווייזן מיט די הענט און פיס און שרייען און זיך רעגן, ר' יוד, ביסט געקומען צו דיין קרובס חתונה? גיי ענדזשוי דיך און רעג דיך נישט.

מיין טאטע זאל זיין געזונט, איז א פארפרומטע כאניאק, און ביי יעדע חתונה פאר די צווייטע טאנץ, זאגט ער אן פאר די זינגערס און שפילערס צוויי זאכן, איינס נישט צו זינגען קיין שום ניגון און עברית, און צוויי, אז זיי זאלן מאכן זיכער אז די עולם האפקעט אריין, קוקט אויס אז עס איז נאך דא אביסל פארגינערס אויפן וועלט.
אוועטאר
ווער איז שטערקער?!
שר האלפיים
תגובות: 2852
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 27, 2022 2:04 pm

Re: משוגענע מוזיק ביי חתונה? זייער גוט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווער איז שטערקער?! »

קארן האט געשריבן:

;l;p- ;l;p- ;l;p-
ששון
שר חמישים ומאתים
תגובות: 258
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 02, 2008 3:55 pm

Re: משוגענע מוזיק ביי חתונה? זייער גוט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ששון »

פארדרייט האט געשריבן:
ס'איז דא א פאר גאנצע אשכולות דעזיגנעיטעט פאר די פראבלעם (?) און נאך צענדליגע תגובה דא און דארט, איך וויל ארויסברענגען פון מער א פאזיטיווע קוק ווינקעל, ווי אזוי
איך בעניות דעתי קוק אן די
היינטיגע משוגענע ביטס, דראמס, פיל אין'ס , וואטעווער יא וואנט טא קאלט איט.
ניין איך בין שוין נישט די עידזש אין סטעיזש צו שטיין אינמיטן זאל איז שאקלען די... ווי א איך וויל נישט זאגן וואס... אבער ס'איז נישט מיין חתונה אין אויך נישט דיינס!!! אין אפילו נישט די פעטערס אין זיידעס אין אויב מעג איך זאגן אויך נישט די מחותן'ס סאיז די חתן אין די כלה'ס חתונה. יעצט אפילו אין דיין נאז שמעקט די סטייל מוזיק פון הארעלעם וכו'... אין דיין טעיסט איז מער 1900 סטייל וועם גייט עס אן? (ליידער) איז דעיס וואס די היינטיגע בחורים האבן ליב, פארוואס ס'איז אזוי קען מען גיין דיסקאסן לאורכה ולרכבה אין די אידישקייט גיליון אשכול, צו אין עני אשכול וואס רעדט פון חינוך, צו די מחנכים זענען שילדוג, צו די טאטעס, צו די אינטערנעט, וואטעווער, פוינט איז אז די זעיסט דעיס ביי א חתונה מיינט עס אז די חתן וויל אז אזוי זאל אויסקוקען זיין חתונה איז די עולם זאל זיין צולאזט אין זיך שאקלען, ווי א לולוב די לעצטע טאג סוכות נאכען אראפ נעמען די קיישעלעך... אויב וואלט ער נישט געוואלט וואלט ער נישט גענומען די זינגער און שפילער! ס'שטייט גאר גרויסע זאכן אויף המשמח חתן אנגעפאנגען אין די הייליגע גמרא און ווייטער אראפ... אין די חתן דא פון וועם מ'רעדט אז מ'דארף אים משמח זיין אידזשויט מער סעקונד דענס מיט דעי מוזיק אין מיט דעי געטענץ נישט ווען די טאנצט/שפאצירסט ארום אים בשעתן זיך רעגן אז סאיז א שפעטע חתונה אין די האסט נאך אפאר חתונה די טאג, וואך, חודש,...
א פראבלעם איז, ווען שפילערס נעמען ביודעים ובלא יודעים גאנצע שטיקלעך פון גוים, וואס אויף דעם שטייט פון פריערדיקע אז אזא זאך שאט פאר די נפש ואכ"מל. אבער אין א פאל וואס ער מאכט אליין די עלעקטריק מוזיק, נישט קיין חילוק ווי משוגע די קוקסט עס אן אין די ביסט נישט צוגעוווינט צו דעם האט עס גארנישט מיט גוים אנגעשטויסן דעיס איז וויאזוי מאכט מוזיק היינט צו טאגס, אפילו די גוים האבן עס שוין געהאט אפאר יאר פאר אינז, דיין פאידשעדער אין מייקערוועיו אוז אויך א נישט איד אויפגעקומען מיט., און שוין
די עולם איז מכובד זיך צו קריגן מיט מיך באט איין זאך בעיט איך אריין קומען צום זאך נישט מיט אזעלכע לעכערדיגע זאכן, ניטאמאל וויל איך עס אנריפען טענה.. סאמטינג עבאוט מיין ניק נאמען אדער ניק עידזש....
תן לחכם ויחכים עוד.
עס איז גוט צומאל הערן א פארדרייטע מיינונג, ווייל אזוי קענען די פארדרייטע וואס האלטן אז זייער מהלך איז גוט אויך האבן א שטימע און זאלן קענען וויסן אפקלאנגען וואס אנדערע האלטן דערוועגן.
קודם האלט מען שוין ערגעץ אז גוישע ניגונים איז ביי דיר נישט גוט בכלל.
דאס אז משוגענע מוזיק פאררעכעסטו דא אלס נערמאל, דאס פאדערט א שטיקל אנאליז. מ'דארף קלאר מאכן פון וואספארא מדריגה משוגענע מוזיק די רעדע איז. העכסט לעוועל משוגע אדער נערמאל משוגע, וואס דאס זאל נאר מיינען. אויך זאגסטו מקצה אל הקצה... אנשטאט זיך דרייען שפאצירן און צייגן גרימאסן פון שוים און אנטריסטונג צוליב ריבו החתונות און אריינברענגן מרה שחורה און עצבות אין דעם זאל, איז משוגענע מוזיק ענדערש.
לאמיר מאכן א געשעפט דער פעטער זאל נישט זיך רעגן ביים דרייען זיך אין רינג אין פנים פון חתן, און דער מוזיקאנט וועט קענען שפילן געהעריג לעבעדיג אזוי אז עס זאל גיין א רויך און דער עולם יונגעלייט און בחורים אפילו די וועלכע האבן אריינגעשטראמט אין זאל צום טאנצן די צווייטע טאנץ, זאלן זיך הייבן אין די לופטן! און ווארפן זייערע היטן וואס איז גוט פאר שמחה. און אפשר וועט דער פעטער ווערן דערמיט אזוי פרייליך אז ער וועט שוין וועלן זיין מער אפטער אויף חתונות. דאס איז בלויז אינאיינוועגס.
קען זיין דער פעטער האט נישט עפעס אזא אהבה און שמחה פון די מוזיק ווען "גאן שאטס" פון א מאשין גאן קולות פילן אן די אלע זייטן פון די זאל וואס לעכערט די אויערן דראם כח השמיעה כמעט. און די פליגער ווען עס הייבט זיך ווי אין לופט פעלד, דער פעטער האט ממש געלאנדעט און שיעור נישט אויסגעבראכן זיין עסן. פארוואס דארף מען ביים טאנצן דערמאנן דעם לאנדונג פון פליגער... גאן שאטס ווייס איך נישט זאל שטיין אין די תורה בפירוש אז עס איז אסור צו הערן. אבער איז עס זייער גוט?? פארוואס?
דאס אז מען דארף משמח זיין דעם חתן ביסטו הונדערט פראצענט ריכטיג. אבער זאגן אז משוגענע מוזיק איז זייער גוט. דאס איז נישט אזוי גוט. אויב דער חתן ל"ע וויל האבן משוגענע זאכן , לאו דוקא מען זאל זינגן ביים צווייטן טאנץ העפי בורטדעי טו יא ניגון, אויב גלייכט ער עס אלס א ניגון בכלל משוגענע סארט ניגונים און משוגענע סארט איז א דבר בעתו אז מען זאל דעם חתן פרובירן אויסרעדן פון משוגעת, אפשר וועט עס יא העלפן, אנשטאט זאגן אים "ביסט משוגע ווילסט עפעס משוגע? זייער גוט!" קען מען אים אפשר אויפקלערן מיט מסביר זיין אז עס איז דא וואס האלטן אז משוגע האט א חסרון, און אויך אים ערקלערן נאכמער אז "א חסרון איז עפעס וואס איז נישט געוואונטשן פאר א לכתחילה."
און אויב וויל דער חתן נאך אלס האבן פאר א ביישפיל כינעזער סארט מוזיק - נישט די גוישע ניגון, נאר די סטיל - אדער ער וויל קלאפעראציעס און קולות פון רעוואלווער אויסשיסן שטימעס וואס שיסט אויס אין א פינף סקונדעס אפשר 50 רינדע קוילן, וואס קומט ענדערש פון דרום אפריקע ווי פון אידישע מוזיק און 2טע טאנץ ניגונים, ווייל אויב נישט ווערט ער נישט פרייליך נאר בלייבט חס מלהזכיר בעצבות, דעמאלט קען גאר געמאלט זיין אז די משוגענע מוזיק וועט ווערן רעקאמענדירט דורך עקספערטן צוליב שלו' בית. ווייל אפשר וועט ער עס נישט אראפשלינגן א גאנצן לעבן. אבער אויב דער חתן קען באגרייפן אז משוגע איז משוגע און ער וואלט יא געוואלט זיין מיט געהעריגע אומפארדרייטע מוזיק און קלאפן, דעמאלט איז בלייבן מיט משוגענע מוזיק נישט גוט.
נאכאמאל די רעדע איז פון משוגענע מוזיק.
אוועטאר
ווער איז שטערקער?!
שר האלפיים
תגובות: 2852
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 27, 2022 2:04 pm

Re: משוגענע מוזיק ביי חתונה? זייער גוט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווער איז שטערקער?! »

פארדרייט האט געשריבן:
ס'איז דא א פאר גאנצע אשכולות דעזיגנעיטעט פאר די פראבלעם (?) און נאך צענדליגע תגובה דא און דארט, איך וויל ארויסברענגען פון מער א פאזיטיווע קוק ווינקעל, ווי אזוי
איך בעניות דעתי קוק אן די
היינטיגע משוגענע ביטס, דראמס, פיל אין'ס , וואטעווער יא וואנט טא קאלט איט.
ניין איך בין שוין נישט די עידזש אין סטעיזש צו שטיין אינמיטן זאל איז שאקלען די... ווי א איך וויל נישט זאגן וואס... אבער ס'איז נישט מיין חתונה אין אויך נישט דיינס!!! אין אפילו נישט די פעטערס אין זיידעס אין אויב מעג איך זאגן אויך נישט די מחותן'ס סאיז די חתן אין די כלה'ס חתונה. יעצט אפילו אין דיין נאז שמעקט די סטייל מוזיק פון הארעלעם וכו'... אין דיין טעיסט איז מער 1900 סטייל וועם גייט עס אן? (ליידער) איז דעיס וואס די היינטיגע בחורים האבן ליב, פארוואס ס'איז אזוי קען מען גיין דיסקאסן לאורכה ולרכבה אין די אידישקייט גיליון אשכול, צו אין עני אשכול וואס רעדט פון חינוך, צו די מחנכים זענען שילדוג, צו די טאטעס, צו די אינטערנעט, וואטעווער, פוינט איז אז די זעיסט דעיס ביי א חתונה מיינט עס אז די חתן וויל אז אזוי זאל אויסקוקען זיין חתונה איז די עולם זאל זיין צולאזט אין זיך שאקלען, ווי א לולוב די לעצטע טאג סוכות נאכען אראפ נעמען די קיישעלעך... אויב וואלט ער נישט געוואלט וואלט ער נישט גענומען די זינגער און שפילער! ס'שטייט גאר גרויסע זאכן אויף המשמח חתן אנגעפאנגען אין די הייליגע גמרא און ווייטער אראפ... אין די חתן דא פון וועם מ'רעדט אז מ'דארף אים משמח זיין אידזשויט מער סעקונד דענס מיט דעי מוזיק אין מיט דעי געטענץ נישט ווען די טאנצט/שפאצירסט ארום אים בשעתן זיך רעגן אז סאיז א שפעטע חתונה אין די האסט נאך אפאר חתונה די טאג, וואך, חודש,...
א פראבלעם איז, ווען שפילערס נעמען ביודעים ובלא יודעים גאנצע שטיקלעך פון גוים, וואס אויף דעם שטייט פון פריערדיקע אז אזא זאך שאט פאר די נפש ואכ"מל. אבער אין א פאל וואס ער מאכט אליין די עלעקטריק מוזיק, נישט קיין חילוק ווי משוגע די קוקסט עס אן אין די ביסט נישט צוגעוווינט צו דעם האט עס גארנישט מיט גוים אנגעשטויסן דעיס איז וויאזוי מאכט מוזיק היינט צו טאגס, אפילו די גוים האבן עס שוין געהאט אפאר יאר פאר אינז, דיין פאידשעדער אין מייקערוועיו אוז אויך א נישט איד אויפגעקומען מיט., און שוין
די עולם איז מכובד זיך צו קריגן מיט מיך באט איין זאך בעיט איך אריין קומען צום זאך נישט מיט אזעלכע לעכערדיגע זאכן, ניטאמאל וויל איך עס אנריפען טענה.. סאמטינג עבאוט מיין ניק נאמען אדער ניק עידזש....
תן לחכם ויחכים עוד.
;l;p- ;l;p- ;l;p-
שטארקע פוינט (כ’רעד פון די רויטע ווערטער)
פיקליש
שר חמש מאות
תגובות: 890
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 04, 2022 1:43 am

Re: משוגענע מוזיק ביי חתונה? זייער גוט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיקליש »

ווער איז שטערקער?! האט געשריבן:
פיקליש האט געשריבן:
וואסערפאל האט געשריבן:
איך אגרי למחצה, דהיינו ס’איז טאקע די חתן וכלה’ס נאכט, אבער אויך די עלטערן/שושבינין זיידעס וכו. קאנטריביוטן עפעס צו די שמחה..., ובפרט אז די מחותנים צאלן עס ווי ”נעכטן” האט אנגעמערקט. אע”כ אפשר זאל מען נאכן ערשטן טאנץ, בענטשן, מאכן (נישט אויסגעצויגענע) מצוה טאנץ, און נאכהער גיין צום 2’טן טאנץ עקסלוסיוו פאר חתן וחבריו, וטשאלענט על איגנאץ.
איך האב נאכנישט געזען א טאטע זיך רעגן אינמיטן זיין קינד'ס חתונה אויף די מוזיק ער הערט ניטאמאל וואספארא ניגן עס ווערט געזינגען ער איז אויפגעלייגט און בּיזי מיט אנדערע ענינים.

געווענליך איז עס א פעטער (וועלכע האט נישט באקומען א ברכה אינטער די חופה) אדער איינער אנדערש פון די משפחה, וואס זיינע געפילן איז בכלל נישט אין די טיפקייט פון די שמחה דא.

אדרבה האט איר אמאל געזען עלטערן זיך בייזן?

לגבי די זיידעס, יונגע זיידעס איז געווענליך אזוי ווי טאטעס לגבי זיי טאנצן און טראכטן נישט וואספארא ניגן ס'ווערט געזונגען.
עלטערע זיידעס, דעס וואס זיי פארפירן איז מ'זאל מאכן שטילער די מוזיק... גארנישט וואספארא סארט ניגן ס'איז.
קלערסט אז ער גייט זיך נעמען יעצט שלאגן די חתן? אדער אפשר די שפילער...?
וויאזוי ווילסטו זעהן?! פונעם פעטער וואס האט איבריג צייט ביים חתונה זעהט מען פיין... ער לויפט צו מיט א ברייטע מחאה.
ס’עסט עהים אויף די הארץ, און ער שווייגט...
שעפעלע דער ווייסט ניטאמאל וואספארא ניגן ס'ווערט געזונגען יעצט...

איך רעדט נישט פון מצווה טאנץ, דארט האט זיין אוועקגעלייגטע ניגן פארשטייט זיך.
אוועטאר
פארדרייט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 399
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 06, 2023 2:18 am
לאקאציע: El Paso Taxes

Re: משוגענע מוזיק ביי חתונה? זייער גוט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארדרייט »

איך וויל צולייגן צו דעים אז יוזשעלי איז עס נישט די מחותן וואס האט א פראבלעם,
א חתן האט מיך פארציילט, עס צו מאכן דערמאטיש וואלט איך געזאגט געוויינט צו מיך... באט ניין ,ער האט נישט פארלאזט קיין טרערן,
אבער ס'האט אים גאר שטארק באנג געטאן, ער קומט פון גאר א חסידישע פאמיליע גאר ווייט פון בעל בתיש.
אבער פאר זיין חתונה האט ער גענומען א נארמאלע היינטיגע שפילער, די שפילער האט קלאר געפרעגט די מחותן וואס ער ברויך וויסן וואס ממעג יא און וואס נישט,
די טאטע האט אים געזאגט מ'זאל נישט זינגען קיין צוקאקטע ניגונים אבער פלעינע היינטיגע ניגונים קען ער זינגען און געהעריג קנאקען ד''י דז''שעי,
ער האט טאקע אזוי געפאלגט און אנגעהויבן סעקאד דענס אזוי פא''ל פא''רס, איז געקומען צו לויפן א צדיק פון א פעטער מרצונו הטוב, מיט קולות אויפן שפילער ער זאל שוין אויפהערן מיט די סטייל מוזיק,
און די שפילער האט זיך דערשראקן און געמאכט א גרויסע יא טארן און מ'האט געזונגען נאר אלטע רבישע ניגונים מיט פארשטויבטע מוזיק.

פעטער טייערע ווער האט דיך געפרעגט???

א שפילער און זינגער דארפן ווען וויסן מ'פאלגט נישט קיינעם א חוץ די מחותנים!
מִזֶּה אֵלֶּה וּמִזֶּה אֵלֶּה בְּנֵי אֵיתָנַי וְרַבָּנַי. כֻּלָּם צָעֲקוּ וַתַּעַל שַׁוְעָתָם אֶל ה'. יָ-הּ לְקוֹל רִנּוּן כְּבוֹא שָׁאַל לִפְנָי. וּמֶה קוֹל הַצֹּאן הַזֶּה בְּאָזְנָי
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

תגובה דורך יצחק אייזיק »

ס'איז אפשר דא נאך א מחותן דארט? מ'האט אים אויך געפרעגט? און א פעטער קומט געווענליך בשליחות פון א זיידע.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק

יצחק אייזיק האט געשריבן:

מ'רעדט דיך ביידע מחותנים האב דאס געזאגט פארדעם.
אין ניין די זיידעס דא זענען נישט קיין אידן וואס בשעת זייער אייניקל חתונה איז דאס וואס זיי באמערקן.
איך האב קלאר ארויס געשריבן 'מרצונו הטוב'

איין מינוט. זאל זיין די זיידע. ווער די ג..... האט עהים געפרעגט???
ער האט שוין אפגעטאנצן מיט א מליון פונט אטענטשן ”מודה אני.... הא הא הא.... על כל החסד אשר.... הוי... עד הנה....
אין יעצט זיץ אין א זייט....
און ער איז בכלל נישט פארטיג, באלד קומט א מאסיווע מצוה טאנץ....
דער זיידע דער..... כווייס נישט וואס..... שוין פארטאגס.... (פאר... וואס....?) און עודך א ניגון מיט אלע אייניקלעך קלאטשן פון אונטן....
איך מאך ח’ו נישט אוועק די הייליגע מצוה טענץ, וואס דען? די זיידע האסט דיין צייט(ן). יעצט לאז דעם חתן האבן זיין צייט...
לעצט פארראכטן דורך ווער איז שטערקער?! אום מיטוואך יאנואר 25, 2023 10:31 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: משוגענע מוזיק ביי חתונה? זייער גוט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

ווער איז שטערקער?! האט געשריבן:
איין מינוט. זאל זיין די זיידע. ווער די ג..... האט עהים געפרעגט???
ער האט שוין אפגעטאנצן מיט א מליון פונט אטענטשן ”מודה אני.... הא הא הא.... על כל החסד אשר.... הוי... עד הנה....
אין יעצט זיץ אין א זייט....
און ער איז בכלל נישט פארטיג, באלד קומט א מאסיווע מצוה טאנץ....
דער זיידע דער..... כווייס נישט וואס..... שוין פארטאגס.... (פאר... וואס....?)
איך שעם זיך צו שרייבן אויף איין פלאטפארמע וואו אזא תגובה איז געשריבן געווארן.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
ווער איז שטערקער?!
שר האלפיים
תגובות: 2852
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 27, 2022 2:04 pm

Re: משוגענע מוזיק ביי חתונה? זייער גוט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווער איז שטערקער?! »

יצחק אייזיק האט געשריבן:
ווער איז שטערקער?! האט געשריבן:
איין מינוט. זאל זיין די זיידע. ווער די ג..... האט עהים געפרעגט???
ער האט שוין אפגעטאנצן מיט א מליון פונט אטענטשן ”מודה אני.... הא הא הא.... על כל החסד אשר.... הוי... עד הנה....
אין יעצט זיץ אין א זייט....
און ער איז בכלל נישט פארטיג, באלד קומט א מאסיווע מצוה טאנץ....
דער זיידע דער..... כווייס נישט וואס..... שוין פארטאגס.... (פאר... וואס....?)
איך שעם זיך צו שרייבן אויף איין פלאטפארמע וואו אזא תגובה איז געשריבן געווארן.
פארוואס שניידסטו אראפ?
בענאק
שר חמש מאות
תגובות: 955
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 12, 2015 4:35 pm

Re: משוגענע מוזיק ביי חתונה? זייער גוט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענאק »

איך האב נישט דורכגעקוקט אלעס ביז אהער פונקטליך, און איך ווייס נישט צו וועלעכע זייט דער 'דעת הקהל' ציעט מער ביז דא.

איך קען נאר מעיד זיין וואס איז זע ביי אונז אין די משפחה ב"ה, מען רעדט פון א שיינע מספר חתונות א יאר בלעיה"ר, און דאך געדענק איך נישט ווען איך האב די לעצטע מאל מיטגעהאלטן אזא סארט חתונה מיט די אלע היינטיגע סטיל ניגונים.
גיי אריין צו עני חתונה אין כינור דוד, ס'באכעט דארט יששכר גוטמאן וואס צייכנט זיך אויס אלס א יחיד במינו אין איבערדרייען א חתונה כפשוטו, און אלסדינג מיט הייליגע ערליכע ניגונים פון דורות צוריק. והוא הדין צו די חתונות אין פרדס פיגא וצבי וואס די טעגליכע זינגערס לייגן אראפ א שיינע ארבעט און מען טאנצט א מחי'.
צו זאגן אז מען דארף די אלע גראגערייען ווייל "מען דארף זיך אויסטאנצן" איז פוסטע דמיונות, ס'איז בלויז ווייל דער בחור וויל נעבעך זיך פילן COOL פאר די אנדערע חברים... :cry:
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: משוגענע מוזיק ביי חתונה? זייער גוט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

ווער איז שטערקער?! האט געשריבן:
פארוואס שניידסטו אראפ?
גארנישט געשניטן. דו האסט מוסיף געווען נאכדעם וואס איך האב צוטירט. (קוק אונטן פון דיין תגובה, לעצט פארראכטן)
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
ווער איז שטערקער?!
שר האלפיים
תגובות: 2852
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 27, 2022 2:04 pm

Re: משוגענע מוזיק ביי חתונה? זייער גוט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווער איז שטערקער?! »

יצחק אייזיק האט געשריבן:
ווער איז שטערקער?! האט געשריבן:
איין מינוט. זאל זיין די זיידע. ווער די ג..... האט עהים געפרעגט???
ער האט שוין אפגעטאנצן מיט א מליון פונט אטענטשן ”מודה אני.... הא הא הא.... על כל החסד אשר.... הוי... עד הנה....
אין יעצט זיץ אין א זייט....
און ער איז בכלל נישט פארטיג, באלד קומט א מאסיווע מצוה טאנץ....
דער זיידע דער..... כווייס נישט וואס..... שוין פארטאגס.... (פאר... וואס....?)
איך שעם זיך צו שרייבן אויף איין פלאטפארמע וואו אזא תגובה איז געשריבן געווארן.
מאכסט שוין חתונה אייניקלעך?

בענאק האט געשריבן:

ליין די ערשטע תגובה

כ’האב דעיס געמיינט צו פרעגן. איךהאב פאראכטן פאר די האסט געשריבן
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: משוגענע מוזיק ביי חתונה? זייער גוט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

ווער איז שטערקער?! האט געשריבן:
יצחק אייזיק האט געשריבן:
ווער איז שטערקער?! האט געשריבן:
איין מינוט. זאל זיין די זיידע. ווער די ג..... האט עהים געפרעגט???
ער האט שוין אפגעטאנצן מיט א מליון פונט אטענטשן ”מודה אני.... הא הא הא.... על כל החסד אשר.... הוי... עד הנה....
אין יעצט זיץ אין א זייט....
און ער איז בכלל נישט פארטיג, באלד קומט א מאסיווע מצוה טאנץ....
דער זיידע דער..... כווייס נישט וואס..... שוין פארטאגס.... (פאר... וואס....?)
איך שעם זיך צו שרייבן אויף איין פלאטפארמע וואו אזא תגובה איז געשריבן געווארן.
מאכסט שוין חתונה אייניקלעך?
ניין, אבער איך האב דרך ארץ פאר מיינע זיידעס און פאר די זיידעס פון כלל ישראל. אזא תגובה אפילו אויב ס'וואלט נאר געווען געשריבן בדרך ווערטל פאסט נישט פאר איינער וואס באלאנגט צום פאלק וואו מען קוקט ארויף דעם עלטערן דור.

אנטשילדיגט פאר די שארפקייט. אבער האסט פיין פארשטאנען די פוינט
אוועטאר
פארדרייט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 399
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 06, 2023 2:18 am
לאקאציע: El Paso Taxes

Re: משוגענע מוזיק ביי חתונה? זייער גוט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארדרייט »

בענאק האט געשריבן:
איך האב נישט דורכגעקוקט אלעס ביז אהער פונקטליך, און איך ווייס נישט צו וועלעכע זייט דער 'דעת הקהל' ציעט מער ביז דא.

איך קען נאר מעיד זיין וואס איז זע ביי אונז אין די משפחה ב"ה, מען רעדט פון א שיינע מספר חתונות א יאר בלעיה"ר, און דאך געדענק איך נישט ווען איך האב די לעצטע מאל מיטגעהאלטן אזא סארט חתונה מיט די אלע היינטיגע סטיל ניגונים.
גיי אריין צו עני חתונה אין כינור דוד, ס'באכעט דארט יששכר גוטמאן וואס צייכנט זיך אויס אלס א יחיד במינו אין איבערדרייען א חתונה כפשוטו, און אלסדינג מיט הייליגע ערליכע ניגונים פון דורות צוריק. והוא הדין צו די חתונות אין פרדס פיגא וצבי וואס די טעגליכע זינגערס לייגן אראפ א שיינע ארבעט און מען טאנצט א מחי'.
צו זאגן אז מען דארף די אלע גראגערייען ווייל "מען דארף זיך אויסטאנצן" איז פוסטע דמיונות, ס'איז בלויז ווייל דער בחור וויל נעבעך זיך פילן COOL פאר די אנדערע חברים... :cry:
יששכר גוטמאן איז בכלל נישט קיין סתירה מיט היינטיגע עלעקטריק די דזשעי מוזיק.
איך האב אים שוין געהערט לייו זינגען צום טאקט פון די גערוישן!!
פארשטייט זיך אויסגעהאלטענע ניגונים.
מִזֶּה אֵלֶּה וּמִזֶּה אֵלֶּה בְּנֵי אֵיתָנַי וְרַבָּנַי. כֻּלָּם צָעֲקוּ וַתַּעַל שַׁוְעָתָם אֶל ה'. יָ-הּ לְקוֹל רִנּוּן כְּבוֹא שָׁאַל לִפְנָי. וּמֶה קוֹל הַצֹּאן הַזֶּה בְּאָזְנָי
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: משוגענע מוזיק ביי חתונה? זייער גוט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

ווער איז שטערקער?! האט געשריבן:
יצחק אייזיק האט געשריבן:
ווער איז שטערקער?! האט געשריבן:
יצחק אייזיק האט געשריבן:
ווער איז שטערקער?! האט געשריבן:
איין מינוט. זאל זיין די זיידע. ווער די ג..... האט עהים געפרעגט???
ער האט שוין אפגעטאנצן מיט א מליון פונט אטענטשן ”מודה אני.... הא הא הא.... על כל החסד אשר.... הוי... עד הנה....
אין יעצט זיץ אין א זייט....
און ער איז בכלל נישט פארטיג, באלד קומט א מאסיווע מצוה טאנץ....
דער זיידע דער..... כווייס נישט וואס..... שוין פארטאגס.... (פאר... וואס....?)
איך שעם זיך צו שרייבן אויף איין פלאטפארמע וואו אזא תגובה איז געשריבן געווארן.
מאכסט שוין חתונה אייניקלעך?
ניין, אבער איך האב דרך ארץ פאר מיינע זיידעס און פאר די זיידעס פון כלל ישראל. אזא תגובה אפילו אויב ס'וואלט נאר געווען געשריבן בדרך ווערטל פאסט נישט פאר איינער וואס באלאנגט צום פאלק וואו מען קוקט ארויף דעם עלטערן דור.
אנטשילדיגט פאר די שארפקייט. אבער האסט פיין פארשטאנען די פוינט
איך דאנק דעם אויבערשטן אז נישט.

איינער וואס רעספעקטירט דעם עלטערן דור און ווייסט צו שעצן די פריעדיגע דורות פון וואו ער שטאמט, פארשטייט אז ביי א חתונה פירט מען זיך אויף מיט כאטש אזויפיל נארמאלקייט אז די זיידעס וואס שעפן יעצט נחת פון זייער הארעוואניע פון די לעצטע 50 יאר זאלן כאטש נישט ליידן קיין עגמת נפש אדער בושות. כאטש אזויפיל מעג מען זיי נאכגעבן.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”