שער הבדחן (הבטחון)

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

צהלתו בפניו
שר האלף
תגובות: 1490
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 15, 2020 8:02 pm
לאקאציע: אין מיין קאמפארט זאון

שער הבדחן (הבטחון)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צהלתו בפניו »

איך בין נישט קיין עמטליכער בדחן, און איך טרעט נישט אויף אויף קיין שבע ברכות בדרך כלל, אבער עס קומט אויס צו פאטשקענען אין די ענינים, און איך האלט אז עס איז דא אסאך וואס אויפצוטון אין דעם פעלד,

צו זאל עס זיין טיפס, פון / פאר בדחנים וואס / ווי אזוי / פארוועם/ ווען צו זאגן א דזשאוק

צו זאל עס זיין סתם א פעטער/ שוואגער/ ברודער/ חבר/ וואס וויל אויפטרעטן און זאגן א דזשאוק, און וויל האבן א שטיקל אנונג ווי אזוי מען דעליווערט עס

------------
דער בדחן בשעת'ן רעדן ווי אזוי צו באטראכטן און באהאנדלען דעם ציבור, על כל סיטואציע ש(לא) יבא.

און אזוי אויך פארן משתתף, ווי אזוי צו באטראכטן און באהאנדלען דעם בדחן, און ווי אזוי צו רעאגירן כלפי דעם רעדנער אדער בדחן
--------------
עטליכע קלארשטעלונגען
1) איך האלט מיך נישט פאר דעם גרויסן פארשטייער און בדחן - ממילא מעגסטו מחולק זיין מיט מיר (כל זמן דו שרייבסט איידל מיט דרך ארץ)

2) איך האלט מיך נישט פאר קיין שרייבער - סאו פאקוס אויף דעם תוכן

3) און אדרבה! שרייב דיינע ידיעות אויך

4) פאר מצוה טענץ איז שוין דא אן אשכול
viewtopic.php?f=3&t=18825

5) פאר מילתא דבדיחותא איז שוין דא אן אשכול
viewtopic.php?f=3&t=8

דער אשכול איז בלויז געווידמעט פאר טיפס און און הדרכות אין דעם סוגיא
לעצט פארראכטן דורך צהלתו בפניו אום דינסטאג נאוועמבער 09, 2021 1:29 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
צהלתו בפניו
שר האלף
תגובות: 1490
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 15, 2020 8:02 pm
לאקאציע: אין מיין קאמפארט זאון

Re: שער הבדחן (הבטחון)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צהלתו בפניו »

די ערשטע תגובה עלעך שרייבן די ערשטע קאממאן
און כ'וועל טרייען צו ספענדן מאקס 10 מינוט א טאג פאר דעם אשכול.

מען טאר נישט רעדן קיין אפיקורסית וכדו' אפילו לשם דזשאוק!!!

מען טאר נישט מאכן קיין ליצנות פון אידישקייט!!!

מען טאר נישט רעדן קיין ניבול פה!!!

מען טאר נישט מבזה זיין קיין איד!!!
מען האט ביטער חרטה דערויף!!! - אני בעניי בין אמאל געווען אויף א שבע ברכות פון מיין חבר אויף אפאר מינוט, דער בדחן האט זיך גענומען איבער מיינע ביינער און מיך מבזה געווען ברבים אויף א שרעקליכע פארנעם, (דער מחותן איז מיר נאכגעלאפן ביז אינדרויסן פון זאל איבערבעטן) און טראץ מיינע באמיאונגען אים צו מוחל זיין בלב שלם מיט אלע סארטן לימודי זכות, האט עס גענומען אפאר יאר ביז דער אייבערשטער האט מיך געהאלפן אז כ'האב יענעם מוחל געווען מיטן גאנצן הארץ און אפגעווישט יעדע טינא בלב ב"ה, עס לוינט נישט פאר די קורצע הנאה, זיך צו הרג'ענען

מער טיפס ווי אזוי צו האנדלען פארשידענע סיטואציעס - פאר דעם האב איך ג'עפנט דעם אשכול

און איבער אלעם איז דער יסוד, תפילה צדקה, און סייעתא דשמיא.

עס ווערט שפעט עמער מארגן ממשיך זיין אי"ה
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8012
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: שער הבדחן (הבטחון)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

ייש"כ. א אינטרעסאנטע טאפיק.

דיינע רויטע שורות זענען נישט קיין טיפ'ס, דאס זענען יסודות וואס א בדחן דארף וויסן פארן טראכטן צו ווערן א בדחן.

ווארטן מיר אויף נאך שטיקלעך, פון דיר והמסתעף.
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8012
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: שער הבדחן (הבטחון)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

נאך א טיפ: מ'דארף זיין 'צהלתו בפניו'... אדער ווי יענער וועט מיר יעצט ענטפערן: 'נאר מיט שמחה'...

אז דו ביסט באמת פריילעך וועלן די עוילעם ווערן פריילעך (כאטש וואס אבלו בליבו מעג זיין, מ'קען בדחנים וואס דרייען זיך מיט פעקלעך און זענען משמח אידישע קינדער).
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12236
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: שער הבדחן (הבטחון)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

כא כא @צהלתו איז נישט קיין בדחן.....

דער האט מיר אזוי גוט מארגנ’ט אינדערפרי מיט אזא גראבע שלום עליכם אז כ’בין נאך יעצט משוגע.... העפי
צהלתו בפניו
שר האלף
תגובות: 1490
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 15, 2020 8:02 pm
לאקאציע: אין מיין קאמפארט זאון

Re: שער הבדחן (הבטחון)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צהלתו בפניו »

נו גוט נו שוין האט געשריבן:כא כא @צהלתו איז נישט קיין בדחן.....

דער האט מיר אזוי גוט מארגנ’ט אינדערפרי מיט אזא גראבע שלום עליכם אז כ’בין נאך יעצט משוגע.... העפי


שקר!!!

איך האב נאכנישט געהאט געדאוונט, סאו האב איך נישט געזאגט "שלום עליכם"

"ברוך הבא" מאכט שוין סענס
צהלתו בפניו
שר האלף
תגובות: 1490
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 15, 2020 8:02 pm
לאקאציע: אין מיין קאמפארט זאון

Re: שער הבדחן (הבטחון)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צהלתו בפניו »

נאר מיט שמחה האט געשריבן:נאך א טיפ: מ'דארף זיין 'צהלתו בפניו'... אדער ווי יענער וועט מיר יעצט ענטפערן: 'נאר מיט שמחה'...

אז דו ביסט באמת פריילעך וועלן די עוילעם ווערן פריילעך (כאטש וואס אבלו בליבו מעג זיין, מ'קען בדחנים וואס דרייען זיך מיט פעקלעך און זענען משמח אידישע קינדער).

זייער א שטארקע טיפ, און איז בעצם א גרויסע אב מלאכה.

עס איז נאך דא אסאך תולדות אין די נושא, וואס מען האפט עס אויסצוברייטערן בס"ד.
און אדרבה!
פון דיין ניק קוקט אויס אז דו גלייכסט די נושא, סאו קום טאקע ווייטער ארויף מיט דיין ערפארונג, געשמאקע - און אומגעשמאקע...(אויך א נושא פאר זיך - שוין, איך רעד שוין ווי פלוני
עמער טרייען צו שרייבן מיט ישוב הדעת דבר דבר על אופניו...)
שש ושמח

Re: שער הבדחן (הבטחון)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שש ושמח »

בס''ד
@צהלתו א דאנק!
ברענגסט ארויף א גוטע נקודה.
און עס איז גוט צו הערן אז 'יגונך בליבך' איז שוין בארואיגט.
צהלתו בפניו
שר האלף
תגובות: 1490
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 15, 2020 8:02 pm
לאקאציע: אין מיין קאמפארט זאון

Re: שער הבדחן (הבטחון)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צהלתו בפניו »

אטמאספער> ציווילע משתתף(שוואגער/פעטער/שכן)>הכנה

לאמיר אנהייבן מיטן אויסשמועסן פארשידענע ענינים ואין מוקדם ומאוחר

פאר דו גייסט צו א שמחה, איז גוט זיך צו צוגרייטן אביסל, מיט נושאים וואס אויפצוברענגען ביים טיש.
אפטמאל מאכט זיך מען קומט צו א שמחה, עס איז קאלעמוטנע, מען ווארט איינער אויפן צווייטן, רוף דיך שוין אן מיט עפעס!, מען ווארט שוין אז דער זיידע זאל אויפטרעטן, און "ברענג שוין די נעקסטע קורס!" ביני לביני, זעהט איינער אז עס איז נישט קיין תכלית, טרייט ער צו זאגן א ווערטל אדער א פאני זאך, עס געלונגט קארני, און מען איז משמח חתן וכלה מיטן אפאטעמען אז שמחה איז שוין געקומען צו אן ענדע.

אויב קומסטו גרייט מיט נושאים וואס אויפצוברענגען אויפן טיש, פארשטענדליך זאכן וואס קאנעקטעט מיט יענעם ספעציפישן עולם, אז דער ציבור זענען טעגלאשע חסידים, ברענג ארויף טעגלאשע נייעס, צו סתם אזוי נייעס פון דעם היימישן הויף, אדער גאר נייעס פונעם צד שכנגד, אז עס זאל זיך קאכן און היצן א שמועס, (פארשטייט זיך נאר וואס מען מעג).

אז די קראוט זענען עקאנאמיסטן, ברענג ארויף די אינפראסטראקטשער ביל, מארגעטשעס, וכדו', זאכן מיט וואס זיי זענען באהאוונט, דו מוזט אפילו נישט זיין אויסגעקאכט, זיי וועלן שוין ממשיך זיין דעם שמועס.

זיי זענען פרומע חאניאקעס? ברענג ארויף כאניאקישע מערכות, לדוגמא: קברים אין א"י, חתונה תקנות, נייע מאדערניזם וואס כאפט זיך אריין, זאלן זיי וויינען און זיך אויסגעבן - דער עיקר, עס וועט נישט זיין קאלעמוטנע.

ביי א תורה'דיגע שטוב, גרייט דיך צו די לעצטע שערוריות, אדער אינטערעסאנטע שאלות, אינטערעסאנטע ענינים פון די סדרה, זאכן וואס קען אריינציען אין א שמועס,
און אזוי ווייטער

אז דער חתן זיצט עלנד אויפן אויבנאן, שלעפ אים אריין אין שמועס, פארריק די טישן אז ער זאל מיטהאלטן!

כמובן אז אויב די מצב איז סייווי לעבעדיג, טריי נישט צו ארויפברענגען דוקא דיינע טעמעס וואס דו האסט זיך צו צוגעגרייט, וועסט אויסקוקן ווי א נודניק, ענדערש שפיל מיט און ענדזשוי די שמחה מיט איעדעם.

תמצית היוצא:
פאר דו גייסט צו א שמחה, גרייט דיך צו אקטועלע נושאים וואס אויפצוברענגען, אז עס זאל זיך אנטוויקלען א געשמאקע שמועס.
צהלתו בפניו
שר האלף
תגובות: 1490
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 15, 2020 8:02 pm
לאקאציע: אין מיין קאמפארט זאון

Re: שער הבדחן (הבטחון)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צהלתו בפניו »

וויאזוי פילט א בדחן אויפן סטעיזש

אלס אין מוקדם ומאוחר עמער היינט רעדן פון די נושא ווי אזוי דער בדחן פילט זייענדיג אויפן סטעידזש.

עס איז דא אסאך מענטשן וואס מיינען אז דער בדחן וואס שטעלט אן א פנים ווי א פרייליכער איד, ער איז א קלאון, ער איז א דאלי, ביי אים גליטשן זיך ארויס ווערטלעך פון ארבל ארויס, ער האט נישט קיין אימתא דציבורא, ער ווערט נישט דערשראקן און ריסטרעקטעד ווען איינער האקט אריין אדער שטערט אים, ער איז שוין אימיונט דערצו! ער דזשאוקט אז עס גייט א נחת, ער איז דער ציל ברעט פון ליצנות און עס באדערט אים נישט ווען מען מאכט אים אוועק און ווען מען מאכט חוזק פון אים.

ווער רעדט נאך ווען מען רעדט פון א סטאר רעדנער, א באקאנטע שטערן, ביי אים וואקלט זיך ארויס דרשות במחי יד אטאמאטיש!, איך זעה דאך ווי אזוי ביי דינערס און ביי מסיבות ווען איינער רעדט אריין האט ער א געלונגענע זאץ אזוי ספאנטאן, ניכט וואר?

דער אמת איז אבער פונקט פארקערט, יעדער רעדנער פאר ער האלט א פראפעסיאנאלע דרשה, א געלונגענע בדחנות, ציטערט ער אין די הויזן, צו גייט עס געלונגען צו נישט? וואס גייען זיין מיינע פלאפס? וואס זאל איך זאגן? און נאך מער, וואס זאל איך נישט זאגן?, עס דארף זיין צו די זאך, נישט פלעין קארני, פון וועם גיי איך כאפן נאכדעם? און אפשר קען שוין דער עולם די דזשאוק און קיינער וועט נישט לאכן? און אזוי ווייטער.

עס איז א פאקט אז אנגעהויבן פון פלוני און געגאנגען צו פלוני, מעכטיגע רעדנערס, וואס האלטן דעם עולם געשפאנט, און דער עולם קוילערט זיך פאר געלעכטער, געלונגענע גראמערס וואס גראמען ביי די גרעסטע רייסערישע נגידים, זיי זיצן אין די טעג און אין די שעות בעפארן אויפטריט אנגעצויגן ווי א בין מלא ספיקות, טראץ וואס פון דרויסן שטעלען זיי צומאל אן א גלאטע שמייכל כאילו זיי זיצן יעצט ביים וואסער האנימאאן.

איך רעד יעצט נאר פון די געציילטע נעמען פון וועם כ'האב געהערט כלי ראשון צו וועם טייל פון די דאזיגע חברה האבן זיך אויסגערעדט - וואס איך וועל כמובן דא זיי נישט אויספויקן ברבים.

עס איז נאר א האלבע ארבעט אבער די צעהן מינוט א טאג איז שוין לאנג פארביי

ועוד חזון למועד אי"ה
צהלתו בפניו
שר האלף
תגובות: 1490
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 15, 2020 8:02 pm
לאקאציע: אין מיין קאמפארט זאון

Re: שער הבדחן (הבטחון)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צהלתו בפניו »

בדחן>עמטליכע אויפטריט> ווי אזוי הייבט מען אן די דרשה?

כמה אופנים, און אדרבה! זאל דער עולם אריינקומען!

={מיט א פריינטליכע שמייכל} "מזל טוב חתן! מזל טוב מחותן! דער באשעפער זאל העלפן אז אלע ברכות וואס מען האט געוואונטשן ביז אהער זאלן מקוים ווערן! גראדע ווייסטעך, איך דריי מיך אין ישיבה איז דארט פאריגע וואך וכו'

= איינער מיט א טאלאנט צו גראמען הייבט אן מיט א קורצע ניגון של שמחה באגראמענדיג די שמחה אויף א הומאריסטישן אופן.

= לא איש דברים אנכי איך בין נישט צוגעגרייט {בשעת'ן זאגן די ווערטער נעמט מען ארויס די צעטלעך וואס מען האט זיך צוגעגרייט מיט א בלעכענעם פנים} אבער דער מחותן איז מיר א פערזענליכע ידיד און אים קען מען נישט אפזאגן וכו' דער אמת איז איך בין פאריגע וואך געווען אין ישיבה האב איך וכו'

= א פרישע חידוש זאגט מיר א בדחן נעכטן אז היות דער עולם האט נישט ליב קיין הקדמות פאלט ער אריין אין א דרשה מיט דעם פאלגענדן סגנון "דער מחותן האט געזאגט אז שלום בית איז נישט אזא איידעלע זאך דעריבער עמער רעדן פון ישיבות, פאריגע וואך בין איך גראדע געווען אין ישיבה און דארט וכו'

איך כאפ נאר אן א דוגמא ווייל ביי די דריטע אופן קען מען קאסטומייזן און אנשטאט "פערזענליכע ידיד" קען מען נוצן "דער גבאי" קען מען נישט אפזאגן "דער בעל קורא" וכו' און סיי וואס דער מחותן וועט זיך פילן געשמאק און תן לחכם ויחכן עוד, ודי בהערה זו
אוועטאר
יצחק טובי'
שר האלף
תגובות: 1348
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 01, 2021 8:45 am

Re: שער הבדחן (הבטחון)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק טובי' »

זייער קלאר!
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

Re: שער הבדחן (הבטחון)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

@צהלתו בפניו

עס איז נישט אינגאנצען גענוי ווי דו זאגסט לגבי אימתא דציבורא. אין א געוויסען זין גייט עס קיינמאל אוועק, אבער ווען מען איז גענוג פליסיג און געשולט, ציטערט מען שוין נישט.

נאך מער, והוא העיקר, דער אונטערשיד צווישען א מתחיל און א פראפעשענעל, איז אז דער לעצטערער ווערט נישט פארלוירען פון א דורכפאל. איך רעד נישט אצינד פון א מעכטיגען דורכפאל ווען אלעס גייט דרום מיט'ן פיטום אראפ, נאר למשל ווען מ' לאכט נישט ביי א דזשאוק ווערט א זקן ורגיל נישט פארלוירען.
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
צהלתו בפניו
שר האלף
תגובות: 1490
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 15, 2020 8:02 pm
לאקאציע: אין מיין קאמפארט זאון

Re: שער הבדחן (הבטחון)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צהלתו בפניו »

הרב אנעים
קודם לויט ווי אזוי איך פארשטיי זענט איר א באקאנטע בדחן, הגם כ'אנישט קיין אנונג וועלכע ברענד נעים

און דאס איז טאקע דער ציל פונעם אשכול

ווי אזוי געבט מען זיך אנייצע מיט א דורכפאל? ווי אזוי רעאגירט מען ווען דער זיידע געבט א מאך מיט די הענט "די רעדטסט שטותים..." אדער נאך אזוינע אויסדרוקן

וואס טוט מען ווען ביי די סאמע פאנטשליין שטעקט איינער אריין די הענט און געבט מזל טוב פארן חתן? און וואס טוט מען ווען עס פאלגט נאך א לאנגע ליין פון מזל טוב געבערס?

וואס טוט מען ווען מען דערמאנט א טאפיק וואס איז גראדע האקל און מען באקומט א ווינק מיטן אויג, סטאפ די נושא! ווי אזוי הענדלט מען עס?

וכו' ועוד וגו'

איך גלייב אז מעלת כבודו האט אסאך ערפארונג און די נושא, דעריבער אדרבה! קום אריין מיט זאפטיגע עקספיריענס, און אינטערעסאנטע מעשה'לעך און ווי אזוי איר האט עס געהאנדלט!

און אדרבה! אלס עמטליכע בדחן טיילט מיט פארן עולם ווי אזוי איר וואלט געגליכן אז דער עולם זאל זיך באציען צום בדחן!
צהלתו בפניו
שר האלף
תגובות: 1490
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 15, 2020 8:02 pm
לאקאציע: אין מיין קאמפארט זאון

Re: שער הבדחן (הבטחון)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צהלתו בפניו »

בדחן>עמטליכע אויפטריט> איינער זאגט מזל טוב אינמיטן רעדן.

איך וואלט ווען מאריך געווען מיטן אראפלייגן די מציאות הדברים ווי אזוי עס קוקט אויס ווען דער בדחן איז קאנצעטרירט אין זיין דרשה, ער האלט אינמיטן מעכטיגע באמבעס די זאל טרייסלט זיך פאר געלעכטער, און יאסי גימפלאוויטש, יאגט זיך צו זיין קאר וואס ווארט אים אינדרויסן, ער געבט א שטעק אריין די הענט און געבט מזל טוב.
דו קענסט זיך פארשטעלן ווי אזוי דער בדחן פילט דעמאלס...

אבער בלייבן שטיל איז נישט קיין עצה, סאו ווי אזוי האלט מען דעם שפאנונג און די המשך פון די רעדע?

עטליכע מהלכים און אדרבה! קומטס ארויף מיט נאך מהלכים און עקספיריענס!

" פאריגע וואך בין איך געווען אין ישיבה איז דארט געווען א בחור... {יענער שטרעקט אויס די הענט און געבט מזל טוב} יו - ו... { דא דרייט זיך דער בדחן אויס צום עולם} שוין! אין די מידטיים עלעך דערציילן פארן עולם א מעשה! א מעשה הפלא ופלא! פאריגע וואך בין איך געווען אין ישיבה, איז דארט געווען א בחור...

" פאריגע וואך בין איך געווען אין ישיבה איז דארט געווען א בחור... {יענער שטרעקט אויס די הענט און געבט מזל טוב} אה! מזל טוב!, {זיך באציענדיג צום מזל טוב געבער} און דער באשעפער זאל אויך דיך געבן אלע גוטע השפעות! געלט! כבוד! נחת! דזשאוקס! קעצלעך! ביי די גארביטש! זיך באדן! אין שמחה! {ביז יענער ענדיגט}

" פאריגע וואך בין איך געווען אין ישיבה איז דארט געווען א בחור... {יענער שטרעקט אויס די הענט און געבט מזל טוב} אה! אזא חשובע גאסט!, איך האב דרך ארץ פאר אים! עס שיינט די קדושה פון זיין פנים! פשש... און יעצט געבט ער מזל טוב פארן מחותן! אזוי הארציג! אבער נעבעך! די פאנטשליין וועט ער נישט הערן...אפשר האט ער מורא פון א פאנטשליין?... גראדע איך אינדערהיים באקום אויך דזשאוקס! עה... נישט ממש, נאר די פאנטשליין... {יענער האט שוין גענדיגט געבן מזל טוב} גראדע חתן! איך בין נעכטן געווען אין בית המדרש טרעף איך דארט יארמער ראש ישיבה זאג איך אים וכו'

און נאכאמאל, דו האסט עני ערפארונג אדער איידיע? אל תמנע טוב מבעליו! קום און דערצייל!!!
לעצט פארראכטן דורך צהלתו בפניו אום דינסטאג נאוועמבער 16, 2021 8:26 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
צהלתו בפניו
שר האלף
תגובות: 1490
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 15, 2020 8:02 pm
לאקאציע: אין מיין קאמפארט זאון

Re: שער הבדחן (הבטחון)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צהלתו בפניו »

איין זאך! אויב נוצטו די לעצטע 2 אופנים מאך נישט ליצנות פון יענעם פערזענליך!, רעד נישט מיט קיין גיפט צו יענעם!!!, אנשטאט מאך מצב פון יענעם, וואספארא איש מכובד און ערליכע איד ער איז, און אים באגיסן מיט ברכות און קאמפלימענטן לרוב.
אויב שטערט דיך יענער, נעקסטיים אויב וויל ער פארמיידן איבריגע אטענשאן זאל ער טראכטן פארן שטערן א בדחן אינמיטן רעדן, אבער דאס געבט נאך נישט קיין היתר פון יענעם צולייגן און מבזה זיין!!!
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

Re: שער הבדחן (הבטחון)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

צהלתו בפניו האט געשריבן:בדחן>עמטליכע אויפטריט> איינער זאגט מזל טוב אינמיטן רעדן.

איך וואלט ווען מאריך געווען מיטן אראפלייגן די מציאות הדברים ווי אזוי עס קוקט אויס ווען דער בדחן איז קאנצעטרירט אין זיין דרשה, ער האלט אינמיטן מעכטיגע באמבעס די זאל טרייסלט זיך פאר געלעכטער, און יאסי גימפלאוויטש, יאגט זיך צו זיין קאר וואס ווארט אים אינדרויסן, ער געבט א שטעק אריין די הענט און געבט מזל טוב.
דו קענסט זיך פארשטעלן ווי אזוי דער בדחן פילט דעמאלס...

אבער בלייבן שטיל איז נישט קיין עצה, סאו ווי אזוי האלט מען דעם שפאנונג און די המשך פון די רעדע?


קושיא מעיקרא ליתא וויבאלד מען דארף לכתחילה פאוקעסען אויף יעדעם (ובעיקר די מענטשען וועלכע האלטען מיט), נישט בלויז אויפ'ן מחותן - און אוודאי נישט אויפ'ן חתן. רעד צום גאנצען עולם, וועסטו נישט פארלוירען ווערען טאמער איין יחיד ווערט דיסטרעקטעד. אפילו אויב יענער איז דער מחותן.
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
צהלתו בפניו
שר האלף
תגובות: 1490
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 15, 2020 8:02 pm
לאקאציע: אין מיין קאמפארט זאון

Re: שער הבדחן (הבטחון)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צהלתו בפניו »

אנעים זמירות האט געשריבן:
צהלתו בפניו האט געשריבן:בדחן>עמטליכע אויפטריט> איינער זאגט מזל טוב אינמיטן רעדן.

איך וואלט ווען מאריך געווען מיטן אראפלייגן די מציאות הדברים ווי אזוי עס קוקט אויס ווען דער בדחן איז קאנצעטרירט אין זיין דרשה, ער האלט אינמיטן מעכטיגע באמבעס די זאל טרייסלט זיך פאר געלעכטער, און יאסי גימפלאוויטש, יאגט זיך צו זיין קאר וואס ווארט אים אינדרויסן, ער געבט א שטעק אריין די הענט און געבט מזל טוב.
דו קענסט זיך פארשטעלן ווי אזוי דער בדחן פילט דעמאלס...

אבער בלייבן שטיל איז נישט קיין עצה, סאו ווי אזוי האלט מען דעם שפאנונג און די המשך פון די רעדע?


קושיא מעיקרא ליתא וויבאלד מען דארף לכתחילה פאוקעסען אויף יעדעם (ובעיקר די מענטשען וועלכע האלטען מיט), נישט בלויז אויפ'ן מחותן - און אוודאי נישט אויפ'ן חתן. רעד צום גאנצען עולם, וועסטו נישט פארלוירען ווערען טאמער איין יחיד ווערט דיסטרעקטעד. אפילו אויב יענער איז דער מחותן.


זייער גוט ארויסגעברענגט א טיפ בכלליות וואס איך וואלט קאטעגאריזירט אונטערן קעפל בדחן> עמטליכע אויפטריט> הכנה

אבער וואס טוט מען ווען מען האט זיך למעשה יא צוגעגרייט דירעקט פארן חתן? למשל מען האלט אינמיטן רעדן פון שלום בית, און דער שמועס באציעט זיך דירעקט צום חתן, למשל "ווי אזוי גייט עס מיט שלום בית? חתן! ביסטו גליקליך אז דו האסט א כלה! דו דארפסט דאנקען דעם באשעפער אז דו האסט א שיינע צניעותדיגע גוטע כלה ,דו ביסט א בר מזל אז דו האסט א כלה! נישט יעדע חתן האט א כלה - היינט האב איך געטראפן א חתן אין בית המדרש זאגט אז ער מאכט זיך אליין חתונה..

אדער "פלאנסט צו גיין אין כולל? א גאנצע טאג, אדער א האלבע טאג?, ווען מיין שווער האט דאס געפרעגט פון מיר האב איך איך ג'ענטפערט אז דער שווער וויל איך וועל גיין נישט נאר א גאנצע טאג, נאר אפילו צוויי גאנצע טעג...!

סאו נישט אלעמאל קען מען רעדן אין דזשענערל
צהלתו בפניו
שר האלף
תגובות: 1490
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 15, 2020 8:02 pm
לאקאציע: אין מיין קאמפארט זאון

Re: שער הבדחן (הבטחון)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צהלתו בפניו »

און אז מען רעד שוין

איך ווייס נישט וועלכע ברענד נעים איר זענט, אבער מען קען מיטהאלטן כמה גרויסע בדחנים וואס זענען שוין צענדליגער יארן ברענד נעימס,אבער זיי ווערן ממש ווילד און פארלוירן ווען איינער האקט אריין, אדער שטערט זיי באיזה אופן, זיי מאכן פון יענעם א גל של עצמות וואס ווען זיי זענען מיושב וואלטן זיי עס קיינמאל נישט פאסירט.

נאכאמאל: עס קען זיין אז מעלת כבודך איז שוין אימיונט דערצו, אבער פארדעם זעמיר דא! און טאקע אויך צו באקומען דיינע טיפס פאר די וואס הייבן אן, אדער ווילן זיי סתם אזוי אויפטרעטן אין משפחה און זיי ווילן אויך קענען דעליווערן טייערע וויין אין א גאלדענע בעכער.
אוועטאר
א שרייבערל
שר חמש מאות
תגובות: 994
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2020 9:43 pm
לאקאציע: נישט ממש דארט, אביסל אהינציר

Re: שער הבדחן (הבטחון)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א שרייבערל »

אויב זאגט מען נישט אפ ווערטלעך פון א צעטל נאר מ'האט די חוש פון הומאר נאטורליך דאן פאלט שוין ביי אויפן פלאץ עפעס א ווערטל אדער גוט ווארט וואס רעדט פונעם סצענע וואס האט דיר דיסטרעקטעד און מ'ווישט עס אוועק, מ'מאכט פונעם עצם פלאפ / צישטערונג א שמייכלדיגן אטמאספער, און דערנאך פארט עס ווייטער נאך בעסער ווי פריער.

אויב ווילסטו הערן א "שארפע" דוגמא דערפון דאן הער אויס וועלוועל פעלדמאן ביי א שבע ברכות ווען ער בדחן'ט אן לאנגזאם,
דוק ותשמח.
כדי צו קענען מאכן געלט מוזן קריעטיוו מענטשן זיין קריעטיוו וויאזוי נישט צו זיין קריעטיוו. (קרעדיט: גרויזאמער)
צהלתו בפניו
שר האלף
תגובות: 1490
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 15, 2020 8:02 pm
לאקאציע: אין מיין קאמפארט זאון

Re: שער הבדחן (הבטחון)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צהלתו בפניו »

בדחן>עמטליכע אויפטריט> דער זיידע נעמט זיך אריינרעדן מיט מעשה'לעך

לאמיר אפשפילן די סצענע און ווי אזוי יענע בדחן הענדלט עס

בדחן: פאריגע וואך בין איך געווען אין ישיבה איז דארט געווען א בחור...
זיידע: ווען איך האב געלערנט ביים רעבין זכרונה לברכה זענען אזוינע מעשיות נישט פארגעקומען, איך דערמאן מיך...
בדחן: וועלכע יארן זענט איר געווען אין ישיבה?
זיידע: תשל"ג
בדחן: וואו זענט איר געזעצן?
זיידע: אויף מזרח מיטן פנים צו מערב
בדחן: פיין הייסט אז איר זענט געווען אויף מזרח מיטן פנים צו מערב? אגאנצע זמן?
זיידע: יא! גראדע איין זמן בין איך געזעצן נעבן רעבין,
בדחן : האמער דא א לעבעדיגע עדות פון יענע יארן קעניינע הרע! און יעצט וועל איך אייך פארציילן וואס טוט זיך היינט אין די ישיבות, פאריגע וואך בין איך געווען אין ישיבה...

דאס הייסט אז מען געבט פארן זיידן זיין פול אטענשאן, ביז ער כאפט דעם רמז...
לעצט פארראכטן דורך צהלתו בפניו אום דאנערשטאג נאוועמבער 18, 2021 2:20 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
צהלתו בפניו
שר האלף
תגובות: 1490
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 15, 2020 8:02 pm
לאקאציע: אין מיין קאמפארט זאון

Re: שער הבדחן (הבטחון)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צהלתו בפניו »

א שרייבערל האט געשריבן:
אויב ווילסטו הערן א "שארפע" דוגמא דערפון דאן הער אויס וועלוועל פעלדמאן ביי א שבע ברכות ווען ער בדחן'ט אן לאנגזאם,
דוק ותשמח.

דא שטעקט די האקעלע ליניע!
דאס איז איינע פון די צילן פון עפענען דעם אשכול!
איך ווייס נישט וואס וועלוול פעלדמאן זאגט, אבער חזקה על חבר אז ער קען די מלאכה אן באליידיגן קיינעם.

און טאקע דאס ווילן מיר - צווישן אנדערע - עררייכן, אלס אפגעבריעטער פון א בדחן וואס האט מיך גענומען אויפן צימבל און מיך שרעקליך מבזה געווען ווען ער איז געווען פארלוירן, - יא! איך בין געווען צווישן א רייע מיט מענטשן וואס האבן איבערגעהאקט א בדחן אינמיטן רעדן, און געגעבן מזל טוב, ווען א בדחן האנדלט עס פאזיטיוו און מאכט געשמאקע ווערטלעך אבער אן פוגע זיין אין יענעמס כבוד, איז עס געוואלדיג!
אוועטאר
אל תדאג
שר חמש מאות
תגובות: 913
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 19, 2015 4:32 pm
לאקאציע: אונטערן מאמע'ס פארטוך

Re: שער הבדחן (הבטחון)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אל תדאג »

שכח צהלתו, מ'האמיר שטארק הנאה פון דעם אשכול.

גיי אן.
צהלתו בפניו
שר האלף
תגובות: 1490
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 15, 2020 8:02 pm
לאקאציע: אין מיין קאמפארט זאון

Re: שער הבדחן (הבטחון)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צהלתו בפניו »

און א בדחן מוז נישט אלעמאל זיין איינער וואס מאכן דזשאוקס, מען קען נעמען א נאיווע דומם איז עס מאכן פאר א ציל ברעט (אין די היינטיגע משוגענע וועלט מייניך הייסט עס 'טשעלענדזש' - אבער איך רעד ווען דו ביסט מיט אן ערוואקסענעם עולם, נישט קיין מגושמים און סמארטפאון אידן).

איך וואלט ממליץ געווען 1)נישט נאר א בדחן, נאר יעדע ציווילער משתתף 2)נישט נאר דזשאוקס, נאר סתם שמועסערייען, 3)נישט נאר ביי א שבע ברכות, נאר עניוועיר, ווארט, ביים ווארטן אין דאקטארס אפיס, ביי א בר מצוה, סיום, וכו'

אסאך מאל איז די מצב זייער פארמאל און פארפרוירן, קיינער ווייסט נישט ווי אזוי צו ריעקטן, עס הייבט זיך אן אזא איידעלע שמועס, דער ווארפט אריין א ווארט וועגן די זיידעס, און יעדע דריטע ווארט, איז "זייער א שיינע שידוך"- יא! א גאלדענע חתן! וכו' מיט אזא איידעלע שמייכל,

וואס ברענגט מיר צו שרייבן די שורות איז צוויי פורסט הענד מעשיות

1)פון א שמועס וואס כ'האב נעכטן מיטגעהאלטן ביי א קופקע, קומט צו דארט א אינגערמאן צום שמועס, רופט זיך אן איינער צום צווייטן "דער אינגערמאן האט מיך משמח געווען!" עס איז געווען אויף א ווארט, דער עולם איז דארט געזעצן ביים זיידן אין שטוב, די מצב איז געווען פארפרוירן, און אייזיג, שטיל און איידל, פלוצלינג קומט אריין דער אינגערמאן מיט א שמייכל, ער געבט א בליק אויף טיש און רופט זיך אן הויעך "נא! וואס איז דאס? א לחיים אן קיין קארנטשיפס? געטס אהער די ריפלד פאטעיטא טשיפס!" וכו', דער עולם האט זיך צושמייכלט, די לופט האט זיך אויפגעלאזט, עס איז געווארן גערודער און א געשמאקע אטמאספער.

דער אינגערמאן האט שוין ניטאמאל געדענקט די מעשה, אבער דער פארציילער האט עס געדענקט יארן שפעטער.

2) זאגט מיר א בדחן אז ער איז גערופן געווארן אויף א שבע ברכות, און איז געבעטן געווארן פלעין צו שמועסן, דעטס איט!, איז ער אריבערגעגאנגען גערעדט שטותים מיט לאקשאן, בשעת ער האט געפלאפלט איז געווען נויז, די מחותנים האבן געשמאק געשמועסט, די סעקונדע וואס ער האט גענומען די לעפל אין מויל איז צוריקגעווארן קאלעמוטנע און שטיל.

דער עולם האט אים באדאנקט דאנקבארע געפילן מיט ברכות לרוב

----------------
למעשה.
זעה צו שמועסן, כאפ דיך ארויף אפילו אויף נארישקייטן, רעד פון טשענדעליערס, חברה הצלה, און דירות פרייזן, אבער שטיל און פארפרוירן זאל נישט זיין!
צהלתו בפניו
שר האלף
תגובות: 1490
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 15, 2020 8:02 pm
לאקאציע: אין מיין קאמפארט זאון

Re: שער הבדחן (הבטחון)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צהלתו בפניו »

דרשה> כאפן דעם עולם'ס אטענשאן (אפילס, דרשות מיט געשמאק, יושב ראש, וכדו')

סתם א געשמאקע טיפ פון הר"ר מאיר מרדכי בערקאוויטש שליט"א

מען האט אים געפרעגט וואס זאגסטו ביי דיינע אפילס - חוש - האט ער גענטפערט "וואס מען האט גערעדט די לעצטע 5 מינוט"

ראיתי בעיני לעצטנס ואין כאן פנאי להאריך בזה
איינער וואס איז אזא סארט מענטש קען געווענליך נעמען די מהלך פון אויספויקן די לעצטע שמועס אין זיין דרשה ביים אויפטרעטן, און אז דו באציעסט זיך צו עפעס קאנטראווערסיע (נישט לה"ר אדער זאכן וואס קענען באמת אויפרעגן דעם עולם כמובן) אדער דו ווארפסט דזשאסט אריין א ווארט פון די איצטיגע נייעס, כאפט עס דער עולם, און ברענגט אריין דעם ציבור דיך אויסצוהערן.
לעצט פארראכטן דורך צהלתו בפניו אום פרייטאג דעצעמבער 31, 2021 12:22 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”