גליון ״אידישקייט״ - ארויסצוברענגען די שעדליכע נישט-אידישע מארקעטינג ביים היימישן ציבור

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אחשוורוש דער דריטער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3999
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 3:05 pm
לאקאציע: שבע ועשרים ומאה מדינה...

Re: גליון ״אידישקייט״ - ארויסצוברענגען די שעדליכע נישט-אידישע מארקעטינג ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחשוורוש דער דריטער »

Mezofzef האט געשריבן:
אויף וואס איז דאס באזירט?
הבא להרגך השכם בבוקר... לאנגזאם
אוועטאר
ארבעטער
שר מאה
תגובות: 161
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 22, 2012 9:53 pm

Re: גליון ״אידישקייט״ - ארויסצוברענגען די שעדליכע נישט-אידישע מארקעטינג ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארבעטער »

בילד

דא האט עטס א בריוו אין דער איד פון "א מלמד" וואס האט זיך אנגעליינט רח"ל מיט עפעס א גליון וואס אפאר שרייבערלעך געבן ארויס, אשר לא שערום אבותינו ורבותינו,
יעדע ווארט אין די בריוו שפריצט העיט און שנאה קעגן ערליכע אידן,

און ער מאכט נאך אייגענע פאבריצירטע תורה'לעך ווי כאילו אז אלעס וואס שטייט אין דעם גליון איז הלכה למשה מסיני,

איך גיי נישט יעצט אריין אין די פוינטס וואס ער זאגט (וואס געוויסע זענען צום זאך און געוויסע...), נאר די וועג וויאזוי ער ברענגט עס ארויס ווייזט וואס ער וויל דא; אים באדערט נישט א געוויסע פירצה (וואס אגב באלאנגט פאר רבנים מוחה צו זיין, און נישט פאר אפאר נידעריגע שרייבערלעך), ער איז דזשאסט א סעלף העיטינג איד, וואס זיכט נאר אגאנצן טאג ווי מען קען טרעפן עפעס שלעכטס אויף ערליכע אידישע קינדער;

ווי נעמען מיר א בארדיטשעווער מיט א רביה"ק מסאטמאר מיט אלע פריערדיגע גדולים, וואס זיי וואלטען זיכער געוויסט וויאזוי צו דיעלען מיט דעי חברה;

סתם אז איינער שיקט אריין א בריוו וואלט איך דזשאסט רחמנות געהאט אויף אים, נעבעך.., די פראבלעם איז אז ער איז נאך אויך א "מלמד", עס קען גאר זיין אז ער איז די מלמד פון מיין אייניקל, און דעיס אלעס וואס ער ליינט זיך אן געט ער אריין פאר די קומעדיגע דורות.

איך בעט זייער ווער עס האט א השפעה אויף "דער איד" זאל זיי בעטן זיי זאלן ארויסגעבן די נאמען פון "די מלמד" כדי די עלטערן און די תלמוד תורה זאל וויסן זיך צו היטן פון אים;

בכלל האלט איך אז פאר מען נעמט אויף א מלמד דארף מען זיך נאכפרעגן אויף אים אויב ער ליינט זיך נישט אן מיט פרעמדע השקפות, וואס ער וועט נאכדעם אריינגעבן אין די קינדער;

האטס מיר אלע א זיסע און לעכטיגע חמשה עשר בשבט, און עטס זאלטס זוכה זיין צו טרעפן א פרי עץ "הדר" פאר א פרעקשאן פון די פרייז
אוועטאר
אייער
שר חמש מאות
תגובות: 733
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 03, 2021 5:23 pm

Re: גליון ״אידישקייט״ - ארויסצוברענגען די שעדליכע נישט-אידישע מארקעטינג ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייער »

ארבעטער האט געשריבן:

איך בין אינגאנצן צומישט ווער עס שפריצט העיט און שנאה קעגן ערליכע אידן......
אוועטאר
ווייניגער ווי א כזית
שר מאה
תגובות: 210
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 04, 2022 11:35 pm

Re: גליון ״אידישקייט״ - ארויסצוברענגען די שעדליכע נישט-אידישע מארקעטינג ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייניגער ווי א כזית »

achtov האט געשריבן:
6663AEA0-4C20-4C5B-A8FA-87FA69F86F42.jpeg
גואיש און אידיש איז איינס
האפנטליך סארקאסטיש...
הר ההר
שר חמש מאות
תגובות: 922
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 26, 2022 12:31 am

Re: גליון ״אידישקייט״ - ארויסצוברענגען די שעדליכע נישט-אידישע מארקעטינג ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הר ההר »

איך האב נישט קיין נערווען צו ליינען דא הונדערט בלעטער, אבער מיין פערזענדליכע מיינונג איז אז געפענט האט זיך עס פיין, די ערשטע פאר גליונות זענען געווען וויכטיג און צו די זאך, אבל עכשיו ליינט זיך ארויס פון דעם א שטיק ביטערקייט און דעפרעשין.
איך צווינג דיר נישט צו האלטען ווי מיר, צווינג דו מיר אויך נישט צו האלטען ווי דיר.
אוועטאר
אבנר בן-נר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4362
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 04, 2022 10:55 pm
לאקאציע: חאן יוניס

תגובה דורך אבנר בן-נר »

הר ההר האט געשריבן:

כ'האלט ווי דיר,
זיי זענען פארפארן אונגאנצן, באמת א שאד אז אזא גוטע גליון איז חרוב געגאנגן,
achtov
שר חמש מאות
תגובות: 501
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 14, 2020 9:16 pm

Re: גליון ״אידישקייט״ - ארויסצוברענגען די שעדליכע נישט-אידישע מארקעטינג ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך achtov »

ווייניגער ווי א כזית האט געשריבן:
achtov האט געשריבן:
6663AEA0-4C20-4C5B-A8FA-87FA69F86F42.jpeg
גואיש און אידיש איז איינס
האפנטליך סארקאסטיש...
גואיש-Jewish
מן הסתם קענסטו ווערען עפראווד 70K ALASKA MILES!!!
https://www.applyonlinenow.com/USCCapp/ ... 48ef456db8
אפשען צי נוצען ביי עלאל ביזנעס קלאס!
אוועטאר
הערינג מיט ברוינפען
שר שלשת אלפים
תגובות: 3578
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 08, 2020 10:41 pm

Re: גליון ״אידישקייט״ - ארויסצוברענגען די שעדליכע נישט-אידישע מארקעטינג ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערינג מיט ברוינפען »

achtov האט געשריבן:
6663AEA0-4C20-4C5B-A8FA-87FA69F86F42.jpeg
גואיש און אידיש איז איינס
:lol:
האט מיר גענומען א מינוט צו כאפן.
די עזה מיליטער האט פיר אפטיילונגען, די קאמאנדא איינהייט, פיס זעלנער איינהייט, ראקעט און מיסיל שיסער איינהייט, און די יומען שיעלד איינהייט.
אוועטאר
אורח הכבוד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4430
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
לאקאציע: פרוזדור (עולם הזה)

Re: גליון ״אידישקייט״ - ארויסצוברענגען די שעדליכע נישט-אידישע מארקעטינג ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורח הכבוד »

ארבעטער האט געשריבן:
ווי נעמען מיר א בארדיטשעווער מיט א רביה"ק מסאטמאר מיט אלע פריערדיגע גדולים, וואס זיי וואלטען זיכער געוויסט וויאזוי צו דיעלען מיט דעי חברה;
איך זעה נישט פאר וויכטיג זיך צו באציען צו דיין אינהאלטס-ליידיגע 'העיט תגובה', אבער איין זאך נאר, לאז ביטע רביה''ק זי''ע מיטן הייליגען בארדיטשעווער געמאכט, זיי האבן גארנישט חוטא געווען די זאלסט זיי מזכה זיין שלא בפניהם מיט דיין העיט.
לעצט פארראכטן דורך אורח הכבוד אום מאנטאג פעברואר 06, 2023 11:51 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
שטייט (זוה''ק שמות) אַּז די בריונים פון אידן וועלן גיין מיט גוג ומגוג'ן אינאיינעם, לוחם זיין מיט'ן מלך המשיח,
דאָס איז דעס מיליטער! די זענען אויסגעשולט געוואָרן, די וועלן גיין קעגן מלך המשיח לוחם זיין!

רביה''ק זי''ע נשא תשכ"ז
אוועטאר
אורח הכבוד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4430
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
לאקאציע: פרוזדור (עולם הזה)

Re: גליון ״אידישקייט״ - ארויסצוברענגען די שעדליכע נישט-אידישע מארקעטינג ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורח הכבוד »

אבנר בן-נר האט געשריבן:
הר ההר האט געשריבן:
איך האב נישט קיין נערווען צו ליינען דא הונדערט בלעטער, אבער מיין פערזענדליכע מיינונג איז אז געפענט האט זיך עס פיין, די ערשטע פאר גליונות זענען געווען וויכטיג און צו די זאך, אבל עכשיו ליינט זיך ארויס פון דעם א שטיק ביטערקייט און דעפרעשין.
כ'האלט ווי דיר,
זיי זענען פארפארן אונגאנצן, באמת א שאד אז אזא גוטע גליון איז חרוב געגאנגן,
יתכן ס'דא אזא מיינונג, איך בין נאר נייגעריג צו מ'קען דא ברענגען דוגמאות פון א ניק וואס האט געהאט דא פאזעטיעווע תגובות אנהייב פונעם גליון נאר באורך הדרך שפירט ער אז די פוינט איז שוין ב''ה קלאר און פון יעצט הייבט מען שוין אן קריכען אביסל,
סתם הערן איצט למפרע אז איה''נ אנהייב איז ער טאקע געווען זייער גוט און וויכטיג נאר איצט וכ''ו איז אביסל א חכם לאחר המעשה און נישט צופיל נוגע, ס'איז רעלעוואנט וואס מ'האלט איצט קאמפער צו וואס מ'האט געהאלטען און געשריבן דערוועגן בשעתו, והבן
שטייט (זוה''ק שמות) אַּז די בריונים פון אידן וועלן גיין מיט גוג ומגוג'ן אינאיינעם, לוחם זיין מיט'ן מלך המשיח,
דאָס איז דעס מיליטער! די זענען אויסגעשולט געוואָרן, די וועלן גיין קעגן מלך המשיח לוחם זיין!

רביה''ק זי''ע נשא תשכ"ז
אוועטאר
אבנר בן-נר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4362
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 04, 2022 10:55 pm
לאקאציע: חאן יוניס

Re: גליון ״אידישקייט״ - ארויסצוברענגען די שעדליכע נישט-אידישע מארקעטינג ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבנר בן-נר »

אורח הכבוד האט געשריבן:
אבנר בן-נר האט געשריבן:
הר ההר האט געשריבן:
איך האב נישט קיין נערווען צו ליינען דא הונדערט בלעטער, אבער מיין פערזענדליכע מיינונג איז אז געפענט האט זיך עס פיין, די ערשטע פאר גליונות זענען געווען וויכטיג און צו די זאך, אבל עכשיו ליינט זיך ארויס פון דעם א שטיק ביטערקייט און דעפרעשין.
כ'האלט ווי דיר,
זיי זענען פארפארן אונגאנצן, באמת א שאד אז אזא גוטע גליון איז חרוב געגאנגן,
יתכן ס'דא אזא מיינונג, איך בין נאר נייגעריג צו מ'קען דא ברענגען דוגמאות פון א ניק וואס האט געהאט דא פאזעטיעווע תגובות אנהייב פונעם גליון נאר באורך הדרך שפירט ער אז די פוינט איז שוין ב''ה קלאר און פון יעצט הייבט מען שוין אן קריכען אביסל,
סתם הערן איצט למפרע אז איה''נ אנהייב איז ער טאקע געווען זייער גוט און וויכטיג נאר איצט וכ''ו איז אביסל א חכם לאחר המעשה און נישט צופיל נוגע, ס'איז רעלעוואנט וואס מ'האלט איצט קאמפער צו וואס מ'האט געהאלטען און געשריבן דערוועגן בשעתו, והבן
דארפסט מיר נישט גלייבן,
אבער אונהייב האב איך דורכגעליינט דעם גליון מרישא עד סיפה, כ'האב באמת הנאה געהאט דערפון, ס'איז געווען צום זאך מיט שטאקע נקודות, איצטערט האלט איך אנדערש,
#קבל האמת ממי שאמרו!
פאראויס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4354
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 8:56 pm

תגובה דורך פאראויס »

וועלכע חלק אין די לעצטע גליונות איז אומריכטיג? @אבנר
Know your profits per ASIN, your inventory forecasting, ppc, and more, for just $19.99 a month. Try it for two months FREE with this link:
https://sellerboard.com/?partner=00529

גא"מ
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5517
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

תגובה דורך פראקטיש »

ארבעטער האט געשריבן:

ער איז דזשאסט א סעלף העיטינג איד, וואס זיכט נאר אגאנצן טאג ווי מען קען טרעפן עפעס שלעכטס אויף ערליכע אידישע קינדער;
רבש"ע ווי קען א איד דעס שרייבן אויף א צווייטע ערליכע איד?

אדער קומט דאס פון נאיווקייט אדער פון שנאת ע"ה לתלמיד חכם.

אזא אויסדרוק האט נישט קיין פלאץ ביי אונז פון איין איד אויפן צווייטן, פינטל.
יער
שר האלפיים
תגובות: 2241
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 07, 2022 5:43 pm

Re: גליון ״אידישקייט״ - ארויסצוברענגען די שעדליכע נישט-אידישע מארקעטינג ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יער »

פראקטיש האט געשריבן:
ארבעטער האט געשריבן:
ער איז דזשאסט א סעלף העיטינג איד, וואס זיכט נאר אגאנצן טאג ווי מען קען טרעפן עפעס שלעכטס אויף ערליכע אידישע קינדער;
רבש"ע ווי קען א איד דעס שרייבן אויף א צווייטע ערליכע איד?

אדער קומט דאס פון נאיווקייט אדער פון שנאת ע"ה לתלמיד חכם.

אזא אויסדרוק האט נישט קיין פלאץ ביי אונז פון איין איד אויפן צווייטן, פינטל.
דעי אויסדריק ווערט היבש אפט גענוצט דא אויפן וועלטל אויף אנדערע יודן.

ווייס איך נישט פארוואס פונקט דא זענט איר געווארן אזוי אויפגעקאכט.
If you care about others, you tell them the truth, If you care about yourself, you tell them what they
want to hear
(vivek Ramaswamy)
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5517
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: גליון ״אידישקייט״ - ארויסצוברענגען די שעדליכע נישט-אידישע מארקעטינג ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

יער האט געשריבן:
פראקטיש האט געשריבן:
ארבעטער האט געשריבן:
ער איז דזשאסט א סעלף העיטינג איד, וואס זיכט נאר אגאנצן טאג ווי מען קען טרעפן עפעס שלעכטס אויף ערליכע אידישע קינדער;
רבש"ע ווי קען א איד דעס שרייבן אויף א צווייטע ערליכע איד?

אדער קומט דאס פון נאיווקייט אדער פון שנאת ע"ה לתלמיד חכם.

אזא אויסדרוק האט נישט קיין פלאץ ביי אונז פון איין איד אויפן צווייטן, פינטל.
דעי אויסדריק ווערט היבש אפט גענוצט דא אויפן וועלטל אויף אנדערע יודן.

ווייס איך נישט פארוואס פונקט דא זענט איר געווארן אזוי אויפגעקאכט.
איך ווייס אויך נישט, ס'מאכט עס נישט אומגערעכט.

דאס איז א נידעריגע אויסדרוק וואס קומט נישט פון א גוטן מקור.
אוועטאר
אבנר בן-נר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4362
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 04, 2022 10:55 pm
לאקאציע: חאן יוניס

Re: גליון ״אידישקייט״ - ארויסצוברענגען די שעדליכע נישט-אידישע מארקעטינג ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבנר בן-נר »

פאראויס האט געשריבן:
וועלכע חלק אין די לעצטע גליונות איז אומריכטיג? @אבנר
ווען די גליון איז ארויסגעקומען איז עס געווען געבעיסט אויף עד'ס פון היימישע קאמפעניס וואס איז זייער נידריג און פאסט נישט פאר היימישע חסידישע קאמפעניס און אויסגאבעס,

און רוב שרייבערס דא האבן פארשטאנען די פראבלעם דערפון, יא ס'איז אייביג דא מענטשן וואס ווילן ענדערש גיין אויף די ליבעראלע מהלך און פארענפערן אלע פרצות, אבער טיף אין הארץ האט כמעט יעדער פארשטאנען אז יש דברים בגו,

אבער וואס א גליון שפעטער ס'איז ארויסגעקומען איז עס געווארן בעסיקלי מלא ליצנות אויף זאכן וואס ס'פעלט נישט אויס אזא גליון,
למשל די גליון וואס האט מיך פארעקלט פון זיי איז געווען די גליון קעגן שטריימלעך, זיי האבן גענומען א לץ מיט א גוטע כריזמע אראפצורייסן א זאך וואס איז אזא עבירה ווי קישן די בעק ציצית ביי ברוך שאמר,
כ'מיין צו זאגן מ'האט שוין געהערט אזאנס, נישט דאס ברענגט אראפ דעם דור, און דעיס מאכט נישט דעם חסידישן עולם באקומען השגות פון פרעסערס און פראסטע מענטשן,

יא כ'בין מודה אז די שטריימעל אינדעסטרי איז זייער נאריש און קינדעריש, אבער וואס פונקטליך האט עס מיט אידישקייט?
קענסט פונקט אזוי ליצנות מאכן פון כמעט יעדע אינדעסטרי פון כלל ישראל,
אז דו ווילסט קענסטו ארויסקומען אלץ א צייטונג וואס איז געבויט אויף ליצנות, איז ס'גייט זיין זייער א גוטע אייטעם, פונקט ווי יעדע אנדערע צייטונג, אבער זיי דיך נישט מלבש אין א גליון וואס איז דא אויפצוטוהן פאר אידישקייט ווען דו ביסט סך הכל ריין ליצנות אן קיין שום תוכן,
כ'קען שוין פאר דעי געלט גיין ליינען א גוטע ארטיקל פון @מאניש, וואס איז אויב עפעס בעסערע ליצנות, אדער פון סיי וועלעכע אנדערע לץ מיט א גוטע פעדער,

נאך א נקודה וואס איך האלט איז נישט גוט, איז די גליון אקעגן די היינטיגע חתונות, ער האט גענומען די שוואכסטע חתונה וואס איז נאר דא, און דעיס האט ער באשריבן,
איך געב איהם גערעכט אז די היינטיגע חתונות בכלל, און מוזיק בפרט, קען נוצן א תיקון גדול, אבער פארוואס מיז ער לויפן צו די נידריג'סטע מדריגה וואס איז דא?
רוב חתונות קוקן ב''ה נישט אויס ווי דעי חתונה וואס ער האט דארט באשריבן, רוב חתונות האבן נישט קיין סמאוק מאשינס און אלע אנדערע משוגע'סן פון וואס ער רעדט דארט!
אז דו ווילסט נעם רוב היינטיגע חתונות און ברענג ארויס די פראבלעמען דערפון, און שרייב אז די חתונות דארף א תיקון און פאסט נישט פאר היימישע חסידישע יודן,

נארוואס דען, אזוי שטימט עס בעסער פאר זיינע ליצנות, און דאס איז וואס איך האלט הארגעט איהם אוועק, ווייל רוב מענטשן וואס ליינען עס זעהן אז ס'איז היפש איבערגעטריבן, און די אונהאלט איז נישט ווי ס'קוקט אויס פונעם דעקל,

לעצטענס האב איך נישט געליינט דעם גליון משום טעמים הנ''ל אבער דאס וואס איך האב געליינט האבן געטראגן אזא פנים,

כ'האף כ'האב מיך גענוג קלאר מסביר געווען, דאס איז מיין מיינונג!!
געזאלצענע פיש
שר מאה
תגובות: 219
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 20, 2022 12:41 am

Re: גליון ״אידישקייט״ - ארויסצוברענגען די שעדליכע נישט-אידישע מארקעטינג ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געזאלצענע פיש »

עס גייט נאך קומען נאך גליונות?
שוין לאנג נישט ארויס געקומען.
לכבוד שבת קודש
הר ההר
שר חמש מאות
תגובות: 922
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 26, 2022 12:31 am

Re: גליון ״אידישקייט״ - ארויסצוברענגען די שעדליכע נישט-אידישע מארקעטינג ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הר ההר »

אייער האט געשריבן:
אבנר בן-נר האט געשריבן:
אורח הכבוד האט געשריבן:
אבנר בן-נר האט געשריבן:
הר ההר האט געשריבן:
איך האב נישט קיין נערווען צו ליינען דא הונדערט בלעטער, אבער מיין פערזענדליכע מיינונג איז אז געפענט האט זיך עס פיין, די ערשטע פאר גליונות זענען געווען וויכטיג און צו די זאך, אבל עכשיו ליינט זיך ארויס פון דעם א שטיק ביטערקייט און דעפרעשין.
כ'האלט ווי דיר,
זיי זענען פארפארן אונגאנצן, באמת א שאד אז אזא גוטע גליון איז חרוב געגאנגן,
יתכן ס'דא אזא מיינונג, איך בין נאר נייגעריג צו מ'קען דא ברענגען דוגמאות פון א ניק וואס האט געהאט דא פאזעטיעווע תגובות אנהייב פונעם גליון נאר באורך הדרך שפירט ער אז די פוינט איז שוין ב''ה קלאר און פון יעצט הייבט מען שוין אן קריכען אביסל,
סתם הערן איצט למפרע אז איה''נ אנהייב איז ער טאקע געווען זייער גוט און וויכטיג נאר איצט וכ''ו איז אביסל א חכם לאחר המעשה און נישט צופיל נוגע, ס'איז רעלעוואנט וואס מ'האלט איצט קאמפער צו וואס מ'האט געהאלטען און געשריבן דערוועגן בשעתו, והבן
דארפסט מיר נישט גלייבן,
אבער אונהייב האב איך דורכגעליינט דעם גליון מרישא עד סיפה, כ'האב באמת הנאה געהאט דערפון, ס'איז געווען צום זאך מיט שטאקע נקודות, איצטערט האלט איך אנדערש,
#קבל האמת ממי שאמרו!
גא"מ
גא''מ.
אנהויב האט ער געברענגט עדס וואס האט וויי געטוהן דאס הארץ ווען מען האט דאס געזעהן, איינמאל ער האט אנגעהויבען מיט די גוי'שע תפילין באטלעך, און מיט די הויכע שטריימלעך האט עס שוין באקומען אן ענדליכקייט צו ''א טראפ טיפער'' אויף קול מבשר.
איך צווינג דיר נישט צו האלטען ווי מיר, צווינג דו מיר אויך נישט צו האלטען ווי דיר.
אוועטאר
עפעס אנדערש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3919
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: גליון ״אידישקייט״ - ארויסצוברענגען די שעדליכע נישט-אידישע מארקעטינג ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אנדערש »

ווי עס זעט אויס איז דער אפעטיט געקומען מיטן עסן.

זיי האבן אנגעהויבן מיט א וויכטיגע טאפיק וואס האט געדארפט אדרעסירט ווערן, און ב"ה עס האט געהאט דעם ריכטיגן אפקלאנג, און די מארקעטערס האבן זיך צוריקגעלייגט אין די ראמען.
ווען איז עס ווען איינער וואס זיין ציל איז געווען נאר דאס, וואלט ער געדארפט ארויסקומען מיט אן עפילאג אז ב"ה די מיסיע איז עררייכט געווארן, און די גליונות וועלן קומען צו א צייטווייליגע אפשטעל.
זענען זיי אבער נישט געווען גענוג קלוג, און פארגעסן פונ'ם עת לחשות, און מחליט געווען צו זוכן פרישע טאפיקס מיט וואס צו זיין פארנומען.
אוועטאר
פאפיגיי
שר חמש מאות
תגובות: 669
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 11, 2007 5:07 pm
לאקאציע: בויבעריג האטצן-פלאטץ
פארבינד זיך:

Re: גליון ״אידישקייט״ - ארויסצוברענגען די שעדליכע נישט-אידישע מארקעטינג ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאפיגיי »

אבנר בן-נר האט געשריבן:
פאראויס האט געשריבן:
וועלכע חלק אין די לעצטע גליונות איז אומריכטיג? @אבנר
ווען די גליון איז ארויסגעקומען איז עס געווען געבעיסט אויף עד'ס פון היימישע קאמפעניס וואס איז זייער נידריג און פאסט נישט פאר היימישע חסידישע קאמפעניס און אויסגאבעס,

און רוב שרייבערס דא האבן פארשטאנען די פראבלעם דערפון, יא ס'איז אייביג דא מענטשן וואס ווילן ענדערש גיין אויף די ליבעראלע מהלך און פארענפערן אלע פרצות, אבער טיף אין הארץ האט כמעט יעדער פארשטאנען אז יש דברים בגו,

אבער וואס א גליון שפעטער ס'איז ארויסגעקומען איז עס געווארן בעסיקלי מלא ליצנות אויף זאכן וואס ס'פעלט נישט אויס אזא גליון,
למשל די גליון וואס האט מיך פארעקלט פון זיי איז געווען די גליון קעגן שטריימלעך, זיי האבן גענומען א לץ מיט א גוטע כריזמע אראפצורייסן א זאך וואס איז אזא עבירה ווי קישן די בעק ציצית ביי ברוך שאמר,
כ'מיין צו זאגן מ'האט שוין געהערט אזאנס, נישט דאס ברענגט אראפ דעם דור, און דעיס מאכט נישט דעם חסידישן עולם באקומען השגות פון פרעסערס און פראסטע מענטשן,

יא כ'בין מודה אז די שטריימעל אינדעסטרי איז זייער נאריש און קינדעריש, אבער וואס פונקטליך האט עס מיט אידישקייט?
קענסט פונקט אזוי ליצנות מאכן פון כמעט יעדע אינדעסטרי פון כלל ישראל,
אז דו ווילסט קענסטו ארויסקומען אלץ א צייטונג וואס איז געבויט אויף ליצנות, איז ס'גייט זיין זייער א גוטע אייטעם, פונקט ווי יעדע אנדערע צייטונג, אבער זיי דיך נישט מלבש אין א גליון וואס איז דא אויפצוטוהן פאר אידישקייט ווען דו ביסט סך הכל ריין ליצנות אן קיין שום תוכן,
כ'קען שוין פאר דעי געלט גיין ליינען א גוטע ארטיקל פון @מאניש, וואס איז אויב עפעס בעסערע ליצנות, אדער פון סיי וועלעכע אנדערע לץ מיט א גוטע פעדער,

נאך א נקודה וואס איך האלט איז נישט גוט, איז די גליון אקעגן די היינטיגע חתונות, ער האט גענומען די שוואכסטע חתונה וואס איז נאר דא, און דעיס האט ער באשריבן,
איך געב איהם גערעכט אז די היינטיגע חתונות בכלל, און מוזיק בפרט, קען נוצן א תיקון גדול, אבער פארוואס מיז ער לויפן צו די נידריג'סטע מדריגה וואס איז דא?
רוב חתונות קוקן ב''ה נישט אויס ווי דעי חתונה וואס ער האט דארט באשריבן, רוב חתונות האבן נישט קיין סמאוק מאשינס און אלע אנדערע משוגע'סן פון וואס ער רעדט דארט!
אז דו ווילסט נעם רוב היינטיגע חתונות און ברענג ארויס די פראבלעמען דערפון, און שרייב אז די חתונות דארף א תיקון און פאסט נישט פאר היימישע חסידישע יודן,

נארוואס דען, אזוי שטימט עס בעסער פאר זיינע ליצנות, און דאס איז וואס איך האלט הארגעט איהם אוועק, ווייל רוב מענטשן וואס ליינען עס זעהן אז ס'איז היפש איבערגעטריבן, און די אונהאלט איז נישט ווי ס'קוקט אויס פונעם דעקל,

לעצטענס האב איך נישט געליינט דעם גליון משום טעמים הנ''ל אבער דאס וואס איך האב געליינט האבן געטראגן אזא פנים,

כ'האף כ'האב מיך גענוג קלאר מסביר געווען, דאס איז מיין מיינונג!!
מ'זאגט נאך אז הרב משה וואלפסזאהן האט מחליט געווען איינמאל אז ער גייט אנהייבן גיין מיט א שטריימל, ער איז געגאנגען צום שטריימל געשעפט, און געזעהן ווי מ'קוקט זיך אין שפיגל... געט ער א זאג, דאס איז א חסידיש מלבוש? און איז ארויס פון געשעפט...

וואס וואלט ער געזאגט אויף די היינטיגע סטייל'ס פון שטריימלעך?
איך פלאפעל נאך.
עס פלאפעל באל'ס.
געפון זיך אין בויבעריג, האטצן-פללאטץ.
פאראויס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4354
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 8:56 pm

Re: גליון ״אידישקייט״ - ארויסצוברענגען די שעדליכע נישט-אידישע מארקעטינג ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראויס »

@אבנר, שטרימל איז נישט קינדעריש, יא ס’איז א אידישקייט אישו אז מ’ווערט פארנומען אין פוץ און אין סטיילס. ס’איז אויך די טרענדס אין אנדערע לבושים viewtopic.php?f=135&t=58607&hilit=%D7%A ... 7%9C%D7%A1

לגבי חתונות, אוודאי נעמט ער א מער עקסטרעמע היינטיגע חתונה צו אילוסטרעיטן ווי ווייט זאכן ריקן זיך צו משוגע.
און יא, אזאנע חתונה האט נישט קיין אידיש’’ען טעם.
Know your profits per ASIN, your inventory forecasting, ppc, and more, for just $19.99 a month. Try it for two months FREE with this link:
https://sellerboard.com/?partner=00529
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: גליון ״אידישקייט״ - ארויסצוברענגען די שעדליכע נישט-אידישע מארקעטינג ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

אבנר קומט אריין זייער קלאר און אויפריכטיג
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
אוועטאר
אבנר בן-נר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4362
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 04, 2022 10:55 pm
לאקאציע: חאן יוניס

Re: גליון ״אידישקייט״ - ארויסצוברענגען די שעדליכע נישט-אידישע מארקעטינג ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבנר בן-נר »

פאפיגיי האט געשריבן:
אבנר בן-נר האט געשריבן:
פאראויס האט געשריבן:
וועלכע חלק אין די לעצטע גליונות איז אומריכטיג? @אבנר
ווען די גליון איז ארויסגעקומען איז עס געווען געבעיסט אויף עד'ס פון היימישע קאמפעניס וואס איז זייער נידריג און פאסט נישט פאר היימישע חסידישע קאמפעניס און אויסגאבעס,

און רוב שרייבערס דא האבן פארשטאנען די פראבלעם דערפון, יא ס'איז אייביג דא מענטשן וואס ווילן ענדערש גיין אויף די ליבעראלע מהלך און פארענפערן אלע פרצות, אבער טיף אין הארץ האט כמעט יעדער פארשטאנען אז יש דברים בגו,

אבער וואס א גליון שפעטער ס'איז ארויסגעקומען איז עס געווארן בעסיקלי מלא ליצנות אויף זאכן וואס ס'פעלט נישט אויס אזא גליון,
למשל די גליון וואס האט מיך פארעקלט פון זיי איז געווען די גליון קעגן שטריימלעך, זיי האבן גענומען א לץ מיט א גוטע כריזמע אראפצורייסן א זאך וואס איז אזא עבירה ווי קישן די בעק ציצית ביי ברוך שאמר,
כ'מיין צו זאגן מ'האט שוין געהערט אזאנס, נישט דאס ברענגט אראפ דעם דור, און דעיס מאכט נישט דעם חסידישן עולם באקומען השגות פון פרעסערס און פראסטע מענטשן,

יא כ'בין מודה אז די שטריימעל אינדעסטרי איז זייער נאריש און קינדעריש, אבער וואס פונקטליך האט עס מיט אידישקייט?
קענסט פונקט אזוי ליצנות מאכן פון כמעט יעדע אינדעסטרי פון כלל ישראל,
אז דו ווילסט קענסטו ארויסקומען אלץ א צייטונג וואס איז געבויט אויף ליצנות, איז ס'גייט זיין זייער א גוטע אייטעם, פונקט ווי יעדע אנדערע צייטונג, אבער זיי דיך נישט מלבש אין א גליון וואס איז דא אויפצוטוהן פאר אידישקייט ווען דו ביסט סך הכל ריין ליצנות אן קיין שום תוכן,
כ'קען שוין פאר דעי געלט גיין ליינען א גוטע ארטיקל פון @מאניש, וואס איז אויב עפעס בעסערע ליצנות, אדער פון סיי וועלעכע אנדערע לץ מיט א גוטע פעדער,

נאך א נקודה וואס איך האלט איז נישט גוט, איז די גליון אקעגן די היינטיגע חתונות, ער האט גענומען די שוואכסטע חתונה וואס איז נאר דא, און דעיס האט ער באשריבן,
איך געב איהם גערעכט אז די היינטיגע חתונות בכלל, און מוזיק בפרט, קען נוצן א תיקון גדול, אבער פארוואס מיז ער לויפן צו די נידריג'סטע מדריגה וואס איז דא?
רוב חתונות קוקן ב''ה נישט אויס ווי דעי חתונה וואס ער האט דארט באשריבן, רוב חתונות האבן נישט קיין סמאוק מאשינס און אלע אנדערע משוגע'סן פון וואס ער רעדט דארט!
אז דו ווילסט נעם רוב היינטיגע חתונות און ברענג ארויס די פראבלעמען דערפון, און שרייב אז די חתונות דארף א תיקון און פאסט נישט פאר היימישע חסידישע יודן,

נארוואס דען, אזוי שטימט עס בעסער פאר זיינע ליצנות, און דאס איז וואס איך האלט הארגעט איהם אוועק, ווייל רוב מענטשן וואס ליינען עס זעהן אז ס'איז היפש איבערגעטריבן, און די אונהאלט איז נישט ווי ס'קוקט אויס פונעם דעקל,

לעצטענס האב איך נישט געליינט דעם גליון משום טעמים הנ''ל אבער דאס וואס איך האב געליינט האבן געטראגן אזא פנים,

כ'האף כ'האב מיך גענוג קלאר מסביר געווען, דאס איז מיין מיינונג!!
מ'זאגט נאך אז הרב משה וואלפסזאהן האט מחליט געווען איינמאל אז ער גייט אנהייבן גיין מיט א שטריימל, ער איז געגאנגען צום שטריימל געשעפט, און געזעהן ווי מ'קוקט זיך אין שפיגל... געט ער א זאג, דאס איז א חסידיש מלבוש? און איז ארויס פון געשעפט...

וואס וואלט ער געזאגט אויף די היינטיגע סטייל'ס פון שטריימלעך?
קומט עס נישט אריין דא אין פירסט פלעיס, ווייל קוקן אין שפיגל און נארישע סטייל'ס מאכט עס נישט לכבוד דעם קיין אידישקייט פראבלעם,

נאכאמאל כ'בין מסכים צו יעדע ווארט וואס ער זאגט דארט,
אבער נעם אראפ די דעקל, שטעל דיך נישט אהער ווי א גליון וואס טוט אויף פאר אידישקייט, פינטל!!

אז דו ווילסט וויסן פארוואס ס'באדערט מיר אזוי,
ווייל אזעלעכע מענטשן און נאך א סך בדומה לו, הארגענען אוועק יעדע גוטע מערכה וואס איז שוין יא צום זאך, און בארירט שוין יא אן אמת'ע פראבלעם,
אזוי ווי די מעשה מיט יענער וואס האט געשריגן וואלף וואלף,
דעיס מאכט אז גארנישט זאל שוין נישט ווערן אונגענומען ביים עולם ערענסט,

זיסע חלומות!
אוועטאר
אבנר בן-נר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4362
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 04, 2022 10:55 pm
לאקאציע: חאן יוניס

Re: גליון ״אידישקייט״ - ארויסצוברענגען די שעדליכע נישט-אידישע מארקעטינג ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבנר בן-נר »

פאראויס האט געשריבן:
@אבנר, שטרימל איז נישט קינדעריש, יא ס’איז א אידישקייט אישו אז מ’ווערט פארנומען אין פוץ און אין סטיילס. ס’איז אויך די טרענדס אין אנדערע לבושים viewtopic.php?forms=0&t=58607&hilit=%D7 ... 7%9C%D7%A1

לגבי חתונות, אוודאי נעמט ער א מער עקסטרעמע היינטיגע חתונה צו אילוסטרעיטן ווי ווייט זאכן ריקן זיך צו משוגע.
און יא, אזאנע חתונה האט נישט קיין אידיש’’ען טעם.
גיימיר מאכן חזרה מיט דריטע חברים,
יא ס'איז נאריש און כ'וועל דיר אפילו נאכגעבן און זאגן אז ס'איז א אידישקייט אישו,
אבער נישט פארדעם איז ער דא, (עכ''פ אזוי האב איך און נאך אנדערע געמיינט,) ער איז אונהייב געווען סך שטערקער פון דעם,

פונקט ווי דו פארשטייסט אז אויב די נעקסטס ארטיקל גייט זיין איבער די פירצה אז רוב כלל טרעיט אויף אן בפירוש'ע הלכה אין שו''ע,
אז קידוש לבנה דארף מען מאכן מיטן פנים צו מזרח, און ס'הערשט א געפערליכע שוואכקייט אין דעם, און ס'גייט פארשטייטצך זיין באגלייט מיט זיסע ליצנות,
אז ער האט זיך אוועק געהארגעט מיט דעם! די זעלבע איז מיט שטריימלעך, (כ'ווייס ס'איז אן עקסטרעמע משל, אבער כ'וויל ארויסברענגן מיין פוינט,)

ווען דעיס זאל ווען זיין אן ארטיקל דא אויף איי וועלט, געב איך עס הונדערט גרינע הענטעלעך, אבער פאר אזא גליון וואס איז אונהייב געלאפן אויף זייער א הויכע לעוועל, און איז אראפ צו דעם האט ער זיך מיט דעם געהארגעט,

בתקוה להבנה, א גוטע נאכט!
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”