די פראבלעם פון "אינטערנעט"

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
בלייב געזונט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4312
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 10:16 am

Re: די פראבלעם פון "אינטערנעט"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלייב געזונט »

גאנץ אינטערעסאנט צו ליינען א שמועס איבער די נושא פון צוועלף יאר צוריק....
בניסן נגאלו בניסן עתידין ליגאל
אוועטאר
Rak Tov
שר שבעת אלפים
תגובות: 7892
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:35 pm
לאקאציע: דא
פארבינד זיך:

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Rak Tov »

מי חכם האט געשריבן:
פונקט געוואלט עפענען א אשכול איבער די נושא. איך עפן אויף מוצ"ש דעם זייטל בלויז צו טרעפן אז כבר קדמוני געלעגער. עליך דא אריין ווארפן מיינע צוויי צענט.

לדעתי, קוקן מיר אויף דעם גאנצן ענין פון א נישט ריכטיגן פערספעקטיוו. ווי געלעגער האט שוין געשריבן, איז דאס וויכטיגסטע צו קאטעגאריזירן דעם פראבלעם און ארויס האבן פונקטליך אלע אספעקטן דערפון.

איך וועל מיך שטעלן די ערשטע זאך אויף די נאמען פון די מערכה: "מלחמה מיט די טרפה'נע טעכנאלאגיע".הגם דער פראז איז בעצם דעמאגאגיע, איז אבער לדעתי דאס דער בליק וואס מאנכע האבן אויף טעכנאלאגיע, און דערפון שטאמט היבש פונעם ערבוביא אין די נושא.

אלזא, פאר מען נעמט זיך צום עצם פראבלעם, ברויך מען קודם אויסקלארן דעם שורש. דער שורש איז, אז ב"ה אונז און די גאנצע יהדות החרדית (חוץ חב"ד אפשר) זעמיר אויפגעצויגן געווארן על פי דרכו והכוונתו פונעם חת"ס: "חדש אסור מן התורה". דאס הייסט אז יעדע נייע זאך איז אויטאמאטיש פארדעכטיגט. (במאמר המוסגר נעמט זיך לדעתי פון דעם שורש אויך דאס בענקעניש וואס טייל פונעם דריטן דור אמעריקאנער געבוירענע האבן צום "אלטן זיסן, אמאל." להוי ידוע, אז איר וועט פרעגן אייער זיידע - במכוון נישט די באבע וד"ל - וועט ער אייך פארציילן אז דער אמאל איז בכלל נישט געווען אזוי זיס, און דער גלאררייכער עבר האט דוקא געמאנגלט אין "גלאר". נאר וואס דען, וויבאלד עס איז פונעם אמאל, איז עס זיס. ואכמ"ל). בקיצור מיר שעצן באמת מער די פריערדיגע, מיר ווייסן פון ירידת הדורות, און ווי מער צוריק אלס שענער איז געווען אידישקייט ביי די שומרי תורה ומצוות (צדוקים איז שוין געווען בזמן הבית אויך).

טאמער אבער איז א מענטש נישט גענוג קלוג, וועט ער נישט אויפכאפן אז מילי דשמיא לחוד, ומילי דארעא לחוד.

בגשמיות, ווערט די וועלט דוקא בעסער און שענער, פארגעשריטענער און באקוועמער. יעצט, טייל פון די דעמאגאגן וואס האקן כסדר אויף די טעכנאלאגיע, איז קלאר פאר זייערע צוהערער אז זיי בענקען זיך באמת צו די פערד און וואגן עפאכע. זיי זענען ליידער אריין געפאלן בטעות אין דעם דור. אבער בעצם ווילן זיי נאר דרייון אזא מאדעל פערד און וואגן ווי אלעקסייי האט געדרייווט פארן בעש"ט... בקיצור, פאר זיי איז יעדע טריט פאראויס וואס די וועלט מאכט, א ווייטאג אין גענאק. זיי וואלט געווען סאך געשמאקער ווען די וועלט גייט ווען ריקווערטס.

אבער דער אמת איז דאך, אז כאטש ברוחניות ווערן מיר שוואכער און נידריגער, שטייגט אבער די וועלט בגשמיות, און דער ריכטיגער השקפה אויף די זאך איז, אפצוגעבן א שבח והודאה צום אייבערשטן אויף די טובות וואס ער האט געטון צו אונזער דור. ווען מיר זעצן זיך אראפ צום קאמפיוטער, וואלטן מיר געדארפט יעדן טאג ארויסגיין פון התפעלות פון די אומבאגרעניצטע מעגליכקייטן וואס די טעכנאלאגיע שטעלט אונז צו. מען וואלט געדארפט יעדן טאג מאכן א "ברוך שחלק מחכמתו לבשר ודם" וואס אדאנק דעם האבן מיר די אלע באקוועמליכקייטן. מיר דארפן זיך מצייר זיין ווי סאך שווערער דאס ללעבן וואלט געווען אן די אלע ערפינדונגען, און פון טיפן הארץ אויסשרייען א דאנק צום אויבערשטן אויף די מתנה וואס ער האט געגעבן פר אונזער דור: דער"אינטערנעט!" יא, דאס איז א מתנה פון הימל!

ווען איך הער / ליין וויאזוי מען רייסט אראפ די טעכנאלאגיע, קלינגט מיר דאס אין די אויערן ווי אדם הראשון וואס האט געזאגט צום אייבערשטן "האשה אשר נתת עמדי". יא, אמת זי האט אים למעשה גורם געווען צו זינדיגן, און עס איז קיין צווייפל אז די טעכנאלאגיע איז א גורם צו זינד, אבער חז"ל זאגן אונז אז די טענה פון אדם הראשון איז געווען א "כפיית טובה". דער אייבישטער האט דיר געטון א טובה און געגעבן א ווייב משמש צו זיין, און דו האסט נישט געקענט ביישטיין דעם נסיון פון יצר הרע, הגם טאקע די אשה איז געווען די שליח, אבער נוץ נישט דעם אייבירשטנס טובה פאר א תירוץ אויף דיינע שוואכקייטן. די זעלבע זאך איז מיטן אינטערנעט. דער אייבישטער האט אונז מזכה געווען מיט א מורא'דיגן שפע פון טובה בגשמיות, אין פארעם פון דעם אינטערנעט, און מיר טארן נישט זיין קיין כפויי טובה. יא מיר דארפן וויסן וויאזוי נישט אריין צו פאלן אין דעם פיתוי וואס אט די טובה שטעלט אונז פאר - אקוראט ווי די אשה - אבער מיר דארפן וויסן צו שעצן די חסדים פונעם אייבירשטן.

איך וויל פרעגן א שאלה די אלע דעמאגאגן: פן ווי זענט איר אזוי זיכער אז דער יצר הרע שטייט אונטער סטיוו דזשאבס, און סערגעי וויזויהייסטערנאר? לויט ווי מיר ליינען כסדר אויף די צעטלעך, איז דער יצר הרע דער אינווענטאר פון אלע נייע און אלטע טעכנאלאגיע, מיטן איינעם ציל מכשיל צו זיין די קליינע הייפעלע אידן. מסתמא איז די באהויפטונג געבויט אויף דעם כלל אז בראשית בשביל ישראל שנקראו ראשית, און אלעס וואס געשעט אויף דער וועלט איז וועגן אונז. אלזא, איך האב נייעס פאר אייך: אלע נייע כלים זענען טאקע געמאכט פאר אונז, כדי מיר זאלן דאס יא נוצן! עס איז א פראיעקט פונעם יצר טוב כדי מיר זאלן קענען גרינגערהייט לערנען, טון מצוות און מעשים טובים. יא! דער אייפאד איז באשאפן געווארן כדי אידן וואס פארן אויפן וועג פון און צו די ארבעט / קאנטרי, זאלן קענען האבן א גרויסן אויסוואל פון תורה שיעורים צו הערן! און סקייפ איז ערפינדן געווארן כדי די קינדער פון די חב"ד שלוחים איבער דער גארער וועלט זאלן קענען לערנען תורה געהעריג פונקט ווי קינדערלעך אין זייער עלטער וואס וואוינען אין וויליאמסבורג, בארא פארק, ירושלים און בני ברק.

און איך האב נאך ערגערע נייעס פאר די אויבנדערמאנטע מענטשן. לויטן רמב"ם אז אין בין עולם הזה לימות המשיח אלא שיעבוד מלכיות בלבד, מיינט נישט אז ווען משיח וועט קומען וועט איר גליקליך ווערן און די וועלט וועט צוריקגיין צו די מיטלאלטער צייטן. דעטס נאט גאננע העפען! די טעכנאלאגיע איז הער טו סטעי, ווייניגסטנס ווילאנג די וועלט שטייט. יא, אזוי ווי איר הערט. גרייט אייך צו. ** איך פיל סארי פאר די מענטשן, אבער זיי האבן פארשפעטיגט די באן. סאיז פארפאלן, חוץ אין מיטלאלטער איז די וועלט תמיד געגאנגען פאראויס. דאס איז מסתמא א תיקון פאר אייער נשמה די יסורים וואס איר האט פון די פארגעשריטענע וועלט.

אז מיר האבן שוין דעם יסוד, האלטן מיר שוין ביי עפעס. יעצט, דארפן זיך צוזאם נעמען די רבנים, און זען הכצעקתה, צי איז טאקע דא גענוג א בארעכטיגטע סיבה נישט צו אקצעפטירן איינע פון די כלים וואס דער בורא האט אונז געשאנקען. עס איז בהחלט מעגליך, אז טאמער זעט מען איין אויף א חפץ אז עס איז הפסידו מרובה משכרו, וועט מען מוזן זאגן "לא הן ולא שכרן". מיר קליינע מענטשעלעך קענען נישט שטיין קעגן דעם גרויסן פיתוי וואס די ספעציפישע כלי איז פאר אונז, מילא מוזן מיר זיך דערפון לע"ע מתנזר זיין, און ווען משיח וועט קומען וועלן מיר דאס דאן נוצן בהיתר - פאר די גשמיותדיגע צרכים -אן מורא האבן פארן יצר הרע וואס וועט שוין דאן ליגן א געשאכטענער.

יעצט דארף מען נעמען יעדע זאך עקסטער. און לדעתי איז די הויפט זאך, דער כלל, אז א זאך וואס איז נייטראל, מען קען דאס נוצן פאר ביידע לאיסור והיתר, זענען מיר נישט דעם אויבערשטנס אפוטרופסים דערויף. מיר האבן באקומען אונזערע אברים פונעם אייבירשטן אויך אויף צו טון גוטע זאכן דערמיט, ווי מען רעכנט אויס אין תפילת זכה. יעצט דאס אז מיר אביוזן דאס ליידער, מיינט נישט חלילה אז מיר טארן שוין נישט האבן די קאנוויניענס דערפון. נאר וואס דען? עולם כמנהגו נוהג, ושוטים שקלקלו עתידין ליתן את הדין. די זעלבע מיט אלע נייע ערפינדונגען. איך וואלט געראטן פאר די עסקנים צו קוקן אויף די זאכן ווי זיי זענען אלט צוויי הונדערט יאר שוין, און מיר זענען אלע צוגעוואוינט דערצו, און יעצט לאמיר זען וואס מען קען / דארף טון. (איך רעד נישט א מען זאל עס אנקוקן ווי עס האט שוין די באשטעטיגונג פון אבותינו ורבותינו, ניין, עס איז א נייע שאלה, אבער די טעכנאלאגיע איז לאמיר זאגן א אלטע).

דאס מיינט אז טעקסט מעסעדזשעס און אימעיל, איבעי און בענק, גאווערמענט און געשעפטן וועבסייטס, זענען א לכתחילה שבלכתחילה. דאס איז א ספעציעלע מתנה פון הימל פאר אונז. איי דער בחור וואס איז א מנ... שיקט נישט קיין שיינע טעקסט מעסעדזעס, איז עס נישט דיין דאגה. עס איז ביי מיר ברור אז ווען די טעלעפאן קומט ווען היינט ארויס, וואלט מען עס גאנץ מעגליך גע'אסרט. וואס הייסט, עס איז דאך א געהעריגע כלי משחית ספעשל דיזיינד דורכן יצר הרע! דו ווייסט וויפיל לשון הרע מענטשן וועלן רעדן א דאנק דעם? (און סתם פאר אינטערעסאנטקייט, עלטערע אידן דערציילן אז עס זענען געווען וואס האבן טאקע אזוי געשריגן קעגן דעם טעלעפאן). נאר וואס דען, וויבאלד עס איז פשוט א וועג פון קאמוניקאציע, איי וואסערע דעטע דער און יענער וועט דורך דעם קאמוניקירן? עס איז נישט דיין אחריות. עולם כמנהגו נוהג, ושוטים שקלקלו עתידים ליתן את הדין.

שלא להכביד על הקורא וועליך מיר דא שטעלן, אבער הרבה נשאר בקולמוסי, ועוד חזן לעמוד... (קרעדיט: צום זאך).
עדיטאריעל אין הבדלה בליצן פון דעם (פארגאנגענעם) חודש, א ענטפער אויף דעם תגובה
Pages from HavdulahBlitzen17-Teives.pdf
(147.35 KiB) געווארן דאונלאודעד 41 מאל
ווארפט אריין לכה"פ $360
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt
אוועטאר
Rak Tov
שר שבעת אלפים
תגובות: 7892
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:35 pm
לאקאציע: דא
פארבינד זיך:

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Rak Tov »

Rak Tov האט געשריבן:
עדיטאריעל אין הבדלה בליצן פון דעם (פארגאנגענעם) חודש, א ענטפער אויף דעם תגובה
Pages from HavdulahBlitzen17-Teives.pdf
בילד
בילד
בילד
ווארפט אריין לכה"פ $360
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt
פארשידענע פארשידענס
שר האלף
תגובות: 1597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 30, 2022 4:50 pm

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשידענע פארשידענס »

הבדלה בליצן רעד פון דראפ אוטס און חברה וואס האבען געטוישט פונעם מסורה מיטן לבוש וכד' צישטעלינדיג זיך צו די מתיוונים
איך זיע בכלל נישט די צאמשטעל
בכלל איז די הבדלה בליצן בעיקר קאנצענטריט אויף די חלק ה'עדיגשען פונעם סאשעל מדיע וואס דער מענטש ווערט אינגאנצען צודרייט עס איז פשוט א גשמיות'דיגע פראבלעם אויכעט

בכלל דארף מען וויסן (אדער בעסער געזאגט פאר די וואס ווייסן )
1)די גאנצע מושג פון טעכנעלאגיע אז מען איז נישט מוגבל און מקום און מען קען דאך נישט אנטאפען די קלאוד און איבעראל קאן מען האלטען data איז קלאר א כוח הרוחני ווייל רוחני פארנעמט נישט קיין ארט און איז נישט מוגבל צו גארנישט

2)יארן צוריק אין די אנפאנג תקופה פון די טעכנעלאגיע איז געווען אן אסיפת הרבנים איינער פון די רבנים האבן אויפגעברענגט דעמאלטץ אז עס זענען דא טאטעס וואס דארפען באמת דעם קאמפיוטער( אזוי מען האט מען עס דעמאלטץ גערופען ווייל די ווארט אינטערנעט איז נאכנישט געווען אויף יעדעמס צונג ) און שטוב פאר פרנסה איינגעלעגענהייטן ווי אזוי מען זאל זיך נוהג זיין
צו זאל מען עס באהאלטען פון די קינדער און זיך נאר באניצן נישט און געגנווארד פון די קינדער ביינאכט אדער פארטאגס וכד' אדער זאל מען זיין אפען מיט די קינדער אז מען ניצט עס אויף א אויסגעהאלטענע כשר'ע אופן , אלע היינטיגע נייע דור פון רבנים האבען דעמאלטץ געזאגט מען זאל עס באהאלטען פון די קינדער און די עלטערע דור פון רבנים האבן געזאגט אז מען זאל זיין אפען מיט די קינדער דערוועגן ווייל די קינד וועט איינטאג אויך מעגליך דארפען דילען דערמיט
דאס ברענגט ארויס די נקודה אז א חלק פון אונזער פראבלעם איז טאקע דאס גופה אז מיר זענען נישט אויפגעוואקסען מיט דעם און אויפגעוואקסען מיינט נישט פאקטיש גיקענט די קאמפיוטער עס מיינט די השקפה און בליק אויף די גאנצע נושה די היינטיגע קינדער זיען גאנץ קלאר וואס דא גייט פאר אפילו נאך אלע האקערייען ווייסן זיי גאנץ גוט אז עס איז א חלק פונעם היינטיגען מציאות און טאגטעגליכן לעבן אריין גערעכענט ווען דאס קינד זיעט די קאמפיוטער אינעם מנהלס אפיס אדער די אנליין דעליווערי ביים טיר פון זיין אדער שכנ'ס הויז

3) און די אלע וואס האקען אויף דעם איז טאקע דעס אליין אז זיי זענען נישט אויפגעוואקסן דערמיט (אויפגעוואקסען מיינט נישט פאקטיש גיקענט די קאמפיוטער עס מיינט די השקפה און בליק אויף די גאנצע נושה) טאקע די גורם אז זיי זאלן האלטן אינאיין האקן אויף דעם ווי א סאבקאנטשעס איגזייעטי אויף די גאנצע נושה און טאקע צוליב דעם זיען זיי נאר איינזייט פונעם מטבע

4) ווי אויך די וואס זיען צווישען די שורות וואס דא גייט פאר זיען קלאר אז די גאנצע איטערנעט עפאכע איז אן הכנה צו די אויפרייס און ערדציטערניש און התגלות פונעם כבוד פונעם אייבישטער וואס וועט פאסירען ווען משיח וועט קומען וואס מיר ווארטן שוין טאקע אזוי לאנג און אחכה לו בכל יום שיבוא און טאקע כדי דער כבוד פונעם אייבישטער זאל אויסגעשריגען ווערן
מסוף העולם ועד סופו אויף אן אופן וואס די 6 טויזענט יעריגע געשיכטע האט נאכקיינמאל נישט בייגעוואינט איז די וועלט יעצט ווי א קליינער דארף אזוי וועט עס אויסגעשריגען ווערן
פון אייו עק דארף ביזן אנדערע עק דארף אז ה' הוא האלקים

בדרך אפשר איז מעגליך דאס די אור הגנוז אדם רואה מסוף העולם ועד סופו...
יין רב
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 16, 2022 9:19 pm

תגובה דורך יין רב »

פארשידענע פארשידענס האט געשריבן:

ר”ל מהאי דעתא

יין רב האט געשריבן:

סתם שרייען אן הסברה איז נישט אינטערעסאנט
יין רב
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 16, 2022 9:19 pm

Re: די פראבלעם פון "אינטערנעט"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יין רב »

דיין טפשות פון מגשם זיין דברים רוחנים און פאררוחניון דברים גשמים איז אין לשער

אבער לאמיר דא פשוט אינקורצן ענטפערן שלא יאמרו...

1) סתם שטותים ווייל יעדע ביט פונעם קלאוד ליגט פיזיש ערגעץ געסטארעדשט
2) סקולענע רבי הייסט איז געוועין פון די יונגע רבנים? (איך כאפ נאר אן איין דוגמא ואדרבה זאג מיר וועלעכער היימישע רב האט אזאנס געוואלט)
3)וואס דען? די ווילסט אז אלע וואס זענען אויפגעוואקסן מיט דעם און זענען פארטינקען דערמיט זיי זאלן גאר האקן? און ב”ה סדא אפאר וואס זענען געוועין פארטונקען און זענען ב”ה ארויסגעקראכן, און זיי שרייען גאר די מערסטע
4)אמת די וועלט איז געווארן ווי איין קליינע דארף, אבער ליידער ווערט מער אויסגעשריגן אויפן אינטערנעט די היפך פון ה’ הוא האלוקים (בכלל די ציל קען קיינמאל נישט מטהר זיין די מיטלען)

---------------------------------------------------------------------------------------------------------------------------------------------------------------------------------------------
...:re

עס איז אבער נישט "מוגבל" צי א ספעציפישע ארט עס קען ווערן גיסטאריעשט סיי ווי און אויך קענסטי נישט זיען מיט דיין פליישיגע אויגען ווי עס פארט פון איין פלאטץ צום צווייטען
בקיצור עס פליט ארום אין די לופט און די זיעסט עס נישט

סקולענע רבי איז נישט געווען ביי יענע אסיפה

די אלע וואס זענען פארטינקען און עדיקטעד דערצו און רוב פעלער דורך סאשעל מידיע וואס איז אויך א גשמיות'דיגע פראבלעם פונקט אזוי ווען מענטשען ניצן נישט ריכטיג א זאך מיינט נישט אז יעדער טוט אזוי ער קען נישט די כלל פון use it the right way and don't use it the wrong way

איך האב נישט געזאגט אז די "גאנצע" אינטערנעט איז יעצט "לעת עתה" הייליג איך האב געזאגט אז די אינטערנעט מאכט די וועלט פאר א קליינעם דארף טאקע פארדעם ווייל מען זאל קענען אויסשרייען דעם השם הוא האלקים ביי דעם יום הגדול והנורה ווען מען וועט שוין מער נישט דארפן א פילטער בכלל ווייל מיר אידן וועלן זיין די בעל הבית איבער אלעם און אויסמעקן אלע אומריינע סחורה פון די אינטערנעט
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8346
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

יאאאאא שאאאאאאאאאר

מיסטער פארשידענס, ביטע כאטש צוויי נעמען פון גדולים פון פריערדיגן דור וואס האבן אזוי געזאגט, און פרוף דערויף.

שקויעך
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
אוועטאר
עולם הספר
שר העשר
תגובות: 36
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 20, 2022 8:00 pm

Re: די פראבלעם פון "אינטערנעט"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עולם הספר »

אינגאנצן נישט געענטפערט צום דברים של טעם פון טעכנאלאגיע וואס איז א פאקט אין האט אין זיך אסאך מעלות!
פארנומען מיט א קולטור וכו פיין דאס איז וואס איך שריי. אסר סאציאלע מידיע. לאז די עצם טעכנאלאגיע פארווע. גלייבט מיר סוועט זיין פיל מער אפעקטיוו!
פארשידענע פארשידענס
שר האלף
תגובות: 1597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 30, 2022 4:50 pm

Re: די פראבלעם פון "אינטערנעט"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשידענע פארשידענס »

אונגארישע הייזער האט געשריבן:
יאאאאא שאאאאאאאאאר

מיסטער פארשידענס, ביטע כאטש צוויי נעמען פון גדולים פון פריערדיגן דור וואס האבן אזוי געזאגט, און פרוף דערויף.

שקויעך
:re יאאאאא שאאאאאאאאאר (אויך מיר א תריץ )
איך קען נישט לייגען די נעמען דא אן זייער רשות
ווען די הערסט עפעס וואס געפעלט דיר נישט מיינט נישט אז עס איז נישט אזוי
די גאנצע אסיפה איז אפגעדריקט ווארט ביי ווארט
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8346
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: די פראבלעם פון "אינטערנעט"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

פארשידענע פארשידענס האט געשריבן:
אונגארישע הייזער האט געשריבן:
יאאאאא שאאאאאאאאאר

מיסטער פארשידענס, ביטע כאטש צוויי נעמען פון גדולים פון פריערדיגן דור וואס האבן אזוי געזאגט, און פרוף דערויף.

שקויעך
:re יאאאאא שאאאאאאאאאר (אויך מיר א תריץ )
איך קען נישט לייגען די נעמען דא אן זייער רשות
ווען די הערסט עפעס וואס געפעלט דיר נישט מיינט נישט אז עס איז נישט אזוי
די גאנצע אסיפה איז אפגעדריקט ווארט ביי ווארט
אז ס'איז אפגעדרוקט קענסטו ארויפלייגן דאס אפגעדרוקטע...

נו, געגאנגען!
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
פארשידענע פארשידענס
שר האלף
תגובות: 1597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 30, 2022 4:50 pm

Re: די פראבלעם פון "אינטערנעט"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשידענע פארשידענס »

אונגארישע הייזער האט געשריבן:
פארשידענע פארשידענס האט געשריבן:
אונגארישע הייזער האט געשריבן:
יאאאאא שאאאאאאאאאר

מיסטער פארשידענס, ביטע כאטש צוויי נעמען פון גדולים פון פריערדיגן דור וואס האבן אזוי געזאגט, און פרוף דערויף.

שקויעך
:re יאאאאא שאאאאאאאאאר (אויך מיר א תריץ )
איך קען נישט לייגען די נעמען דא אן זייער רשות
ווען די הערסט עפעס וואס געפעלט דיר נישט מיינט נישט אז עס איז נישט אזוי
די גאנצע אסיפה איז אפגעדריקט ווארט ביי ווארט
אז ס'איז אפגעדרוקט קענסטו ארויפלייגן דאס אפגעדרוקטע...

נו, געגאנגען!
מיט רשות פון די רבנים
פארשידענע פארשידענס
שר האלף
תגובות: 1597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 30, 2022 4:50 pm

Re: די פראבלעם פון "אינטערנעט"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשידענע פארשידענס »

פארשידענע פארשידענס האט געשריבן:
הבדלה בליצן רעד פון דראפ אוטס און חברה וואס האבען געטוישט פונעם מסורה מיטן לבוש וכד' צישטעלינדיג זיך צו די מתיוונים
איך זיע בכלל נישט די צאמשטעל
בכלל איז די הבדלה בליצן בעיקר קאנצענטריט אויף די חלק ה'עדיגשען פונעם סאשעל מדיע וואס דער מענטש ווערט אינגאנצען צודרייט עס איז פשוט א גשמיות'דיגע פראבלעם אויכעט

בכלל דארף מען וויסן (אדער בעסער געזאגט פאר די וואס ווייסן )
1)די גאנצע מושג פון טעכנעלאגיע אז מען איז נישט מוגבל און מקום און מען קען דאך נישט אנטאפען די קלאוד און איבעראל קאן מען האלטען data איז קלאר א כוח הרוחני ווייל רוחני פארנעמט נישט קיין ארט און איז נישט מוגבל צו גארנישט

2)יארן צוריק אין די אנפאנג תקופה פון די טעכנעלאגיע איז געווען אן אסיפת הרבנים איינער פון די רבנים האבן אויפגעברענגט דעמאלטץ אז עס זענען דא טאטעס וואס דארפען באמת דעם קאמפיוטער( אזוי מען האט מען עס דעמאלטץ גערופען ווייל די ווארט אינטערנעט איז נאכנישט געווען אויף יעדעמס צונג ) און שטוב פאר פרנסה איינגעלעגענהייטן ווי אזוי מען זאל זיך נוהג זיין
צו זאל מען עס באהאלטען פון די קינדער און זיך נאר באניצן נישט און געגנווארד פון די קינדער ביינאכט אדער פארטאגס וכד' אדער זאל מען זיין אפען מיט די קינדער אז מען ניצט עס אויף א אויסגעהאלטענע כשר'ע אופן , אלע היינטיגע נייע דור פון רבנים האבען דעמאלטץ געזאגט מען זאל עס באהאלטען פון די קינדער און די עלטערע דור פון רבנים האבן געזאגט אז מען זאל זיין אפען מיט די קינדער דערוועגן ווייל די קינד וועט איינטאג אויך מעגליך דארפען דילען דערמיט
דאס ברענגט ארויס די נקודה אז א חלק פון אונזער פראבלעם איז טאקע דאס גופה אז מיר זענען נישט אויפגעוואקסען מיט דעם און אויפגעוואקסען מיינט נישט פאקטיש גיקענט די קאמפיוטער עס מיינט די השקפה און בליק אויף די גאנצע נושה די היינטיגע קינדער זיען גאנץ קלאר וואס דא גייט פאר אפילו נאך אלע האקערייען ווייסן זיי גאנץ גוט אז עס איז א חלק פונעם היינטיגען מציאות און טאגטעגליכן לעבן אריין גערעכענט ווען דאס קינד זיעט די קאמפיוטער אינעם מנהלס אפיס אדער די אנליין דעליווערי ביים טיר פון זיין אדער שכנ'ס הויז

3) און די אלע וואס האקען אויף דעם איז טאקע דעס אליין אז זיי זענען נישט אויפגעוואקסן דערמיט (אויפגעוואקסען מיינט נישט פאקטיש גיקענט די קאמפיוטער עס מיינט די השקפה און בליק אויף די גאנצע נושה) טאקע די גורם אז זיי זאלן האלטן אינאיין האקן אויף דעם ווי א סאבקאנטשעס איגזייעטי אויף די גאנצע נושה און טאקע צוליב דעם זיען זיי נאר איינזייט פונעם מטבע

4) ווי אויך די וואס זיען צווישען די שורות וואס דא גייט פאר זיען קלאר אז די גאנצע איטערנעט עפאכע איז אן הכנה צו די אויפרייס און ערדציטערניש און התגלות פונעם כבוד פונעם אייבישטער וואס וועט פאסירען ווען משיח וועט קומען וואס מיר ווארטן שוין טאקע אזוי לאנג און אחכה לו בכל יום שיבוא און טאקע כדי דער כבוד פונעם אייבישטער זאל אויסגעשריגען ווערן
מסוף העולם ועד סופו אויף אן אופן וואס די 6 טויזענט יעריגע געשיכטע האט נאכקיינמאל נישט בייגעוואינט איז די וועלט יעצט ווי א קליינער דארף אזוי וועט עס אויסגעשריגען ווערן
פון אייו עק דארף ביזן אנדערע עק דארף אז ה' הוא האלקים

בדרך אפשר איז מעגליך דאס די אור הגנוז אדם רואה מסוף העולם ועד סופו...
---------------------------------------------------------------------------------------------------------------------------------------------------------------------------------------------
...:re
דיין טפשות פון מגשם זיין דברים רוחנים און פאררוחניון דברים גשמים איז אין לשער

אבער לאמיר דא פשוט אינקורצן ענטפערן שלא יאמרו...

1) סתם שטותים ווייל יעדע ביט פונעם קלאוד ליגט פיזיש ערגעץ געסטארעדשט
עס איז אבער נישט "מוגבל" צי א ספעציפישע ארט עס קען ווערן גיסטאריעשט סיי ווי און אויך קענסטי נישט זיען מיט דיין פליישיגע אויגען ווי עס פארט פון איין פלאטץ צום צווייטען
בקיצור עס פליט ארום אין די לופט און די זיעסט עס נישט

2) סקולענע רבי הייסט איז געוועין פון די יונגע רבנים? (איך כאפ נאר אן איין דוגמא ואדרבה זאג מיר וועלעכער היימישע רב האט אזאנס געוואלט)
סקולענע רבי איז נישט געווען ביי יענע אסיפה
3)וואס דען? די ווילסט אז אלע וואס זענען אויפגעוואקסן מיט דעם און זענען פארטינקען דערמיט זיי זאלן גאר האקן? און ב”ה סדא אפאר וואס זענען געוועין פארטונקען און זענען ב”ה ארויסגעקראכן, און זיי שרייען גאר די מערסטע
די אלע וואס זענען פארטינקען און עדיקטעד דערצו און רוב פעלער דורך סאשעל מידיע וואס איז אויך א גשמיות'דיגע פראבלעם פונקט אזוי ווען מענטשען ניצן נישט ריכטיג א זאך מיינט נישט אז יעדער טוט אזוי ער קען נישט די כלל פון use it the right way and don't use it the wrong way
4)אמת די וועלט איז געווארן ווי איין קליינע דארף, אבער ליידער ווערט מער אויסגעשריגן אויפן אינטערנעט די היפך פון ה’ הוא האלוקים (בכלל די ציל קען קיינמאל נישט מטהר זיין די מיטלען)
איך האב נישט געזאגט אז די "גאנצע" אינטערנעט איז יעצט "לעת עתה" הייליג איך האב געזאגט אז די אינטערנעט מאכט די וועלט פאר א קליינעם דארף טאקע פארדעם ווייל מען זאל קענען אויסשרייען דעם השם הוא האלקים ביי דעם יום הגדול והנורה ווען מען וועט שוין מער נישט דארפן א פילטער בכלל ווייל מיר אידן וועלן זיין די בעל הבית איבער אלעם און אויסמעקן אלע אומריינע סחורה פון די אינטערנעט
וויכטיגע קלארשטעלנג : אלעס וואס ווערט דא געשריבן איז נאר ארום צו שמועסן און להלכה ולא למעשה ח''ו אויף צו פסקענן פון דעם אויף למעשה ווי אזוי זיך נוהג זיין בפועל
דאס איז א סענסעטיווע און קאמפלעצירטע נושה וואס האט שוין געקאסט אסאך קרבנות פאר כלל ישראל ודי, אויף למעשה דארף מען אלעמאל פרעגן א רב א משפיע א טאטע וכד'
ווי אזוי זיך נוהג זיין אין אסאך מאל איז טאקע די תריץ אינגאנצן אוועג שטיין דערפון
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: די פראבלעם פון "אינטערנעט"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

טעכנאלאגיע איז די אור הגנוז? ח״ו אפילו אזאנס צו שרייבן!!
אני הוא הנער, נער המדבר
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

Re: די פראבלעם פון "אינטערנעט"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

קודם כל, פארוואס דען נישט? אלעס האט דער רבוש"ע באשאפן, אבוויעסלי דארף עס שטימען און מען דארף זעהן צי די 'פראפערטיס' וואס אונז ווייסן מיר אויפן אור הגנוז קען ארויף גיין אויף טעכנאָלאָגיע, אבער פארוואס זאל א כח רוחני (ליין: עפעס וואס מיר ווייסן נישט וויאזוי עס שטימט מיט די לאו'ס אוו פיזיקס) זיין מער הייליג און 'העכער' ווי א כח גשמי (וואס אונז פרובירן מיר יא צו קענען מגדיר זיין). כאילו דאס אז מען לייגט אריין א קערנדל אין דער ערד און עס וואקסט ארויס הערליכע ביימער און פירות איז עפעס ווייניגער מרפסין איגרא ווי אז א מלאך איז געקומען צופליען ארבע מאות פרסי אין א נענא סעקונדע. ביידע איז די זעלבע ניסים, א חלק זענען מיר געוואוינט דערצו מעשים בכל יום און א חלק נישט

צווייטנס האסטו פארזעהן די זעלבע קלארשטעלונג איבער און איבער אז אלעס איז נאר ארום צו שמועסן און נישט להלכה
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
אוועטאר
הערינג מיט ברוינפען
שר שלשת אלפים
תגובות: 3589
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 08, 2020 10:41 pm

Re: די פראבלעם פון "אינטערנעט"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערינג מיט ברוינפען »

מי חכם האט געשריבן:
קודם כל, פארוואס דען נישט? אלעס האט דער רבוש"ע באשאפן, אבוויעסלי דארף עס שטימען און מען דארף זעהן צי די 'פראפערטיס' וואס אונז ווייסן מיר אויפן אור הגנוז קען ארויף גיין אויף טעכנאָלאָגיע, אבער פארוואס זאל א כח רוחני (ליין: עפעס וואס מיר ווייסן נישט וויאזוי עס שטימט מיט די לאו'ס אוו פיזיקס) זיין מער הייליג און 'העכער' ווי א כח גשמי (וואס אונז פרובירן מיר יא צו קענען מגדיר זיין). כאילו דאס אז מען לייגט אריין א קערנדל אין דער ערד און עס וואקסט ארויס הערליכע ביימער און פירות איז עפעס ווייניגער מרפסין איגרא ווי אז א מלאך איז געקומען צופליען ארבע מאות פרסי אין א נענא סעקונדע. ביידע איז די זעלבע ניסים, א חלק זענען מיר געוואוינט דערצו מעשים בכל יום און א חלק נישט

צווייטנס האסטו פארזעהן די זעלבע קלארשטעלונג איבער און איבער אז אלעס איז נאר ארום צו שמועסן און נישט להלכה
אינטערסאנטע טענה, איך בין נייגעריג אויב דער עולם איז מסכים צו דעם.
די עזה מיליטער האט פיר אפטיילונגען, די קאמאנדא איינהייט, פיס זעלנער איינהייט, ראקעט און מיסיל שיסער איינהייט, און די יומען שיעלד איינהייט.
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: די פראבלעם פון "אינטערנעט"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

מי חכם האט געשריבן:
קודם כל, פארוואס דען נישט? אלעס האט דער רבוש"ע באשאפן, אבוויעסלי דארף עס שטימען און מען דארף זעהן צי די 'פראפערטיס' וואס אונז ווייסן מיר אויפן אור הגנוז קען ארויף גיין אויף טעכנאָלאָגיע, אבער פארוואס זאל א כח רוחני (ליין: עפעס וואס מיר ווייסן נישט וויאזוי עס שטימט מיט די לאו'ס אוו פיזיקס) זיין מער הייליג און 'העכער' ווי א כח גשמי (וואס אונז פרובירן מיר יא צו קענען מגדיר זיין). כאילו דאס אז מען לייגט אריין א קערנדל אין דער ערד און עס וואקסט ארויס הערליכע ביימער און פירות איז עפעס ווייניגער מרפסין איגרא ווי אז א מלאך איז געקומען צופליען ארבע מאות פרסי אין א נענא סעקונדע. ביידע איז די זעלבע ניסים, א חלק זענען מיר געוואוינט דערצו מעשים בכל יום און א חלק נישט

צווייטנס האסטו פארזעהן די זעלבע קלארשטעלונג איבער און איבער אז אלעס איז נאר ארום צו שמועסן און נישט להלכה
פארוואס נישט, פרעגסטו? די אור הגנוז וואס הקב״ה האט אריינגעלייגט אין די תורה און מבטיח געווען אז אויב מ׳איז דבוק אין איר וועט מען זוכה דערצו איז סך הכל א טשיפ פון מאסק? די חזון איש האט פשוט געהאט די טעכנאלאגישע סודות פאר די וועלט האט עס באקומען? איך דארף דאס בכלל מסביר זיין?

אוודאי איז אינטערנעט פונעם אייבערשטער, די ס״א האט דער אייבערשטער אויך באשאפען כדי אונז זאלן האבן א בחירה.
אני הוא הנער, נער המדבר
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”