חכמת התמימות האט געשריבן:אבנר בן-נר האט געשריבן:חכמת התמימות האט געשריבן:הענדימען האט געשריבן:חכמת התמימות האט געשריבן:
איר האט געלערנט אין א ישיבה אין אמעריקע פאר עלטערע בחורים?
איך האב, און איך האב אויך געלערנט אין ארץ ישראל . די גאנצע חילוק פון דא און ארץ ישראל איז בסך הכל די נעמען פון די שטעט. דארט איז עס אילת, דא איז עס לאס וועגעס, דארט איז עס רחוב יפו דא וויל איך נישט זאגן וואס סאיז.
איך האב חברים וואס שטאלצירן אז זיי האבן שוין 'געקאווערט' רוב סטעיטס אין אמעריקע, אריינגערעכנט די ערגסטע פלעצער.
די איינציגסטע חילוק איז נאר אז אין ארץ איז גרינגער צו פאפן דעם טאטן, דא דארף מען זיך געבן תירוצים, " איך פאר צו מיין חברס באווארפן אויף שבת" בלא בלא
יא. איך האב געלערנט אין א ישיבה פאר עלטערע בחורים
ס'פליט זיך נישט אזוי קיין לאס וועגאס ווי ס'פארט זיך קיין אילת
ווייסיך נישט וואו איר האט געלערנט, אבער איך האב געלערנט אין א ישיבה פאר עלטערע בחורים אויף די גאס הייסט עס נאך פון די נארמאלערע סארט, און סגעווען דריי בחורים וואס זענען צוזאמען געפארן אהין, און איינער פון זיי האט מיר געוויזן בילדער בסוד סודות.
בעצם רעד איך פון לאס וועגעס וואס דעיס איז דריי הונדערט מאל ארגער ווי אילת, און די בחורים מיט די השגות רעדן טאקע דערפון נישט אפן, אבער ארום פארן 'טשילן' איבער גאנץ אמעריקע, יעדע שבת ערגעץ אנדערש איז געווען א נארמאלע זאך, דעיס איז וואס איך קען מעיד זיין, און איך וויל נישט טראכטן וויזוי סקוקט אויס און די שוואכערע ישיבות פאר עלטערע בחורים.
פון די פראבלעמען און ארץ ישראל ווייסט מען שוין יארן לאנג, די פראבלעם איז אז סאיז נישט דא קיין אווערנעס איבער די נייע פראבלעמען אין אמעריקע זעלבסט
כ'ווייס נישט אין וועלעכע ישיבה דו האסט געלערנט, אבער אין אמעריקע איז טויזענט מאל שווערער פאר א בחור צו פארן אויף אומאויסגעהאלטענע פלעצער ווי אין א''י,
מ'קען נישט אזוי געבן א רעד איין די טאטע אז מ'פארט צו א באווארפן און שוין, דו ווייסט עס אויך,
כ'רעד אונטער די 22,
אין א''י איז אלעס צען מאל גרינגער, נישטא קיין טאטע נישטא קיינער וואס האלט חשבון,
יא אין אמעריקע קענען צוויי דריי בחורים קענען פארן בסוד סודות, אבער אין א''י איז אלעס די לייכסטע וואס שייך,
און נאך א גרויסע פראבלעם אין א''י איז, אז דארט איז אלעס אידיש למחצע ולשליש, דא אין אמעריקע איז דער גוי נישט נייגעריג אין דעם יוד, און א בחור פיהלט זיך זייער אומבאקוועם זיך צו דרייען מיט גוים עסן מיט גוים ואכמ'
משא''כ אין א''י איז אלעס היימיש רוב רובו זענען האלב אידיש, אין ס'איז סך סך גרינגער אונצוקומען צו פלעצער וואו מ'דארף נישט!
ודוק כי קצרתי,
נאכאמאל כ'רעד אונטער די 22
איך זאג אייך גערן אין אישי וואו כהאב געלערנט.
איך פארשטיי פארוואס איר טראכט אז דא אין אמעריקע האט די טאטע מער קאנטראל אויף די בחור , אבער לאמיך אייך דערציילן די מציאות וויאזוי איך האב עס מיטגעהאלטן און פארוואס סאיז אזוי.
רוב ישיבות פאר עלטערע בחורים דא אין אמעריקע זענען בדרך כלל דאמעטארי ישיבות, וואס קוים וואס דער טאטע זעט זיין עלטערע בחור שבת איינמאל אין דריי וואכן, איז ממילא, הגם וואס איך בין מחולק מיט אייך אז דאס פאַרלירן קאנטראל געשעט שוין פאר די 22, ( כמיין, וואס פונקטליך געשעט ביי דעם בחורס 22 סטע געבורטסטאג?) איז אבער אפילו די פראצענט בחורים וואס זייער טאטע האט נאך יא אביסל קאנטראל אויף זיי, קענען זיי אן קיין גרויסע פראבלעמען אפציען פאר גאנצעטע טעג אן דעם טאטענס וויסן, און די פאר מאל וואס די טאטע פרעגט יא קשיות , דרייען זיך די חברה ארויס זייער גרינג, און עס איז גארנישט אזוי שווער,( כרעד פון עקספיריענס...)
איז ממילא גאר פארשטענדליך די
מציאות וואס איך האב - און מיינע חברים פון אנדערע אזעכע ישיבות- מיטגעהאלטן, אז בחורים פלעגן אפיציעל אפציען פון ישיבה טשילן דעם יום און צומאל פאר מער פון דעם .
מיין חבר האט זיך פאר מיר אויסגעדרוקט - נאכדעם וואס זיין טאטע האט אים שוין ענדליך געלאזט פארן אויף ארץ- אז פאר אים איז ארץ ישראל בסך הכל 'נאך' א פלאץ וואס ער דארף ' קאווערן'.
כהאב נישט קיין צייט צו מסביר זיין וואס בחורים קענען אלס טון, כבין נאר מסביר פארוואס דאס קען זיין אזוי. ( איך ווייס אויף קראנט אפאר בחורים פון אזעכע ישיבות וואס פארמאגן אייגענע קארן, און יאפעצען ארום דערמיט בכל מקום שלבם חפץ! און יא , זיי זענען אלע אונטער 22.)
לעצם הענין, שפיר איך אז זייער אסאך וואס האבן נישט געלערנט און ארצינו הקדושה, ווערן זייער צומישט איבער אלע לשון הרעס וואס מרעדט צאם אויף די ארץ ישראלדיגע בחורים, און קומען נישט ארויס מיט א קלארע אביעקטיוו בליק אויף די נושא, ווי סשפיגעלט זיך טאקע אפ אין די אנקעטעס.
אלזא, וויל איך מציע זיין פאר דעי אידן אן עצה טובה. אויב פארט איר צופעליג קיין ארץ ישראל יעצט אויף פרשת משפטים מיט רבי מיילעך, שטאט אפ א באזוך אין מתיבתא לקח טוב אויף רחוב רייכמאן אין ירושלים, דערנאך קיין קארלין סטלין אויף בית ישראל, און נאכדעם דרייטס אייך איין אויף מאה שערים, און כאפט א בליק אויף די מרגליות חבורה און בית מדרש 'דייטש' און דערנאך אקעגן איבער און משכנות הרועים רובינשטיינס חבורה, נאכדעם כאפט א שפאנציר צו שטראוס, צו יואלי לאנדאס היכל התורה, און מהעמיר נאכדעם רעדן. און אויב איר האט עקסטרע צייט קענט איר זיך ארויפשלעפן צום היכל התורה אין סאטמאר רחוב יואל, און געטס מיר א טעקסט אויב איר טרעפט א ליידיג בענקל ( און קומטס מיר נישט זאגן אז יעדער שמועסט, ווייל כגיי מודה זיין...)
און אויב איר זענט און ירושלים אויף שבת, קענט איר נאכן סעודה זיך ארויפשלעפן אויף די שטיגן אויף רחוב חגי צו ר אפרים שטערן, און איר וועט ערשטוינט ווערן צו טרעפן הונדערטער בחורים מיט בארד/ פאות/ הוט/ בעקיטשע , שומרי שבת! און עסן סעודת שבת, און האבן אפילו הנאה צו הערן די זיסע ווערטער פון ר אפרים אויף די פרשה. דערנאך קענט איר אריבערגיין צו רב שישה און איך זאג אייך! איר וועט זען די זעלבע זאך! קוקט אייך גוט ארום אויף אלע זייטיגע באהאלטענע פלעצער איר וועט זיך אליין נישט גלייבן, קיין איינער נעמט נישט ארויס באהאלטענערהייט קיין סמארטפאוןס! .... איך קען געבן אין אישי נומערן פון תולדות אהרןע/ סאטמארע אידן וואס שטעלן צו סעודת פאר הונדערטער אמעריקאנע בחורים, און פרעגטס אייך אליינס נאך אויף די רוחניות פון די בחורים. איר וועטס אייך שטארק בארואיגן.
פאר ווער סדארף וויכטיג קען איך אים אויך שיקן די אדרעסן פון די שוואכע חבורות( און איך מאך בכלל נישט אוועק די פראבלעמען דארט, סאיז באמת ביטער) אבער בעפאר איך געב די אדרעסן וועל איך אויך געבן די אדרעסן פון די שוואכע ישיבות דא אין אמעריקע, און בעטן צו באזוכן דארט.