הרה"ג הילל יואל קעפעטש שליט"א

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

ירקרקות
שר חמש מאות
תגובות: 549
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 01, 2021 11:40 am

Re: הרה"ג הילל יואל קעפעטש שליט"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירקרקות »

מען דארף קיינמאל זיך נישט שלאגן מיט קיין עלטערן איבער טעכנאלאגיע תקנות וואס איז נוגע זייערע קינדער. קיין שום טאט'ן גייט נישט בנפשו זיין זון זאל האבן א סענסא וכו',
אויב א מלחמה מיט עלטערן איז עס איבער תקנות פון נעמען די קינדער זונטאג אין קאנטרי אדער צניעות תקנות ביי די מיידלעך.
לגבי טעכנאלאגיע ברויך די ישיבות זיך שלאגן מיט די בחורים אליין, און זיי האבן צו דעם נישט קיין כח.
אלזא, ביטע שארצט אייך ארויף די ארבעל!
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6378
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: הרה"ג הילל יואל קעפעטש שליט"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

איך וואלט רעקאמענדירט צו פארזעצן דעם טעכנאלאגיע שמועס אין איינע פון די אנדערע 150 אשכולות אויף די נושא און איבערלאזן אונזער שנירל אויסשליסליך פאר ר' הלל יואל
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8718
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

Re: הרה"ג הילל יואל קעפעטש שליט"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

איטשע האט געשריבן:
טעם וריח האט געשריבן:
איטשע האט געשריבן:ס׳געפעלט מיר, בחורים שיקן זיך ווידיאוס איז א לעצטיגע זאך?
דא איז שוין געווען אין מיינע צייטן אין ישיבה 25 יאר צוריק!
דער גאנצע נ״מ איז, אז דעמאלט איז געווען אויף סידי, אין היינט אויף עסדי.

עניוועי ווען ער האט אנגעהויבן צו רעדן אז קינדער מעגן וואס די עלטערן, האבן איך אים אויסגעלאשן, ווייל דער געדאנק האבן די היינטיגע פרעדיגער אריינגעלייגט אין אונזערע קעפ. מעולם האט קיין איין קינד זיך נישט איינגערעדט אז ער מעג אלעס וואס דער טאטע מעג.

ער האט אין זיך די כלים, אבער ער רעדט זייער ווילד און פראפאגאניסטיש, היבש איבערגעטריבן - וואס איז גורם, אז עס גייט נישט אריין טיף אין הארצן.

הנעלנ״ד כתבתי.

יא?! איר זענט וואך?? סאיז געווען אזוי גרינג צו שיקן קליפס 25 יאר צירוק ווי היינט?! סיריעסלי?!

כ׳ווייס נישט ווי איר האט געלערנט, אבער אין א״י איז עס געווען נפוץ מאוד, אין די היימישע ישיבות.
כ׳רדע פון סוך די נ׳ יארן, פיינע וואוילע בחורים האבן זיך געהאט סידי׳ס, מען האט געבארגט געקאפיעט, געוואטשט...

אין אדם עומד על דעת רבו עד ארבעים שנה
פארשטיי איך שוין פארוואס מ'האט נאך דעמאלטס אזוי געהאקט אויף א"י ישיבות, וואס זאל מיר היינט זאגן
עכ"פ ביי אונז איז דאס נישט געווען כמעט, אפשר אחד מעיר ושנים במשפחה
און וואס טוט זיך היינט זאל דער אייבערשטער שומר ומציל זיין
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8718
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

Re: הרה"ג הילל יואל קעפעטש שליט"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

ירקרקות האט געשריבן:מען דארף קיינמאל זיך נישט שלאגן מיט קיין עלטערן איבער טעכנאלאגיע תקנות וואס איז נוגע זייערע קינדער. קיין שום טאט'ן גייט נישט בנפשו זיין זון זאל האבן א סענסא וכו',
אויב א מלחמה מיט עלטערן איז עס איבער תקנות פון נעמען די קינדער זונטאג אין קאנטרי אדער צניעות תקנות ביי די מיידלעך.
לגבי טעכנאלאגיע ברויך די ישיבות זיך שלאגן מיט די בחורים אליין, און זיי האבן צו דעם נישט קיין כח.
אלזא, ביטע שארצט אייך ארויף די ארבעל!

אזוי מיינסטו!
אין וועלכע וועלט לעבסטו?
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
מר קאפלאווסקי
שר חמש מאות
תגובות: 632
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 27, 2021 9:58 am
לאקאציע: אינעם מצוה מענטשי'ס שאכטעל

Re: הרה"ג הילל יואל קעפעטש שליט"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מר קאפלאווסקי »

ירקרקות האט געשריבן:דערוילעם באזידלט איטשע'ן ווען למעשה זאגט ער דברים של טעם.
ער לייקנט נישט דעם פראבלעם, נאר דעם צוגאנג.
איך האב אויך בחורים, און פון מיין הויז איז נאך קיין שום דיזשיטעל פייל אויף זייער סענסא נישט ארויפגעגאנגען.
בכלל האבן מיינע בחורים באקומען דעם סענסא די לעצטע אין זייער כתה, נאך דעם וואס רוב עולם האט עס שוין געהאט מיט פינף יאר פריער.
אני כשלעצמי האט זיך אלץ געוואונדערט: פארוואס קענען ישיבות נישט מאכן שארפע תקנות אקעגן די כלים?
מען קען נישט? נאך ווי מען קען! מען קען אלעס, מען ברויך נאר האלטן דערביי און זיין אנטשלאסן.
אזוי לאנג ווי עלטערן ווילן שיקן זייערע קינדער אין ישיבות איז יד הישיבות על העליונה.
על כל פנים דער פראבלעם הויבט זיך נישט אן אין די שטובער. פינטעלע.
רוב עולם איז היינט וואך צום סאושעל מידיא פראבלעם, און קינדער האבן נישט קיין צוטריט דערצו אינדערהיים.
נאכמער, קינדער האבן לדעתי ווייניגער צוטריט היינט צו א פשוט'ן קאמפיוטער ווי זיי האבן געהאט מיט 15 יאר צוריק.
אלזא אודאי ברויך מען מאכן אסיפות און וויינען און שרייען, אבער פארוואס טענות צו די עלטערן?

ווען האסטו ס'לעצטע מאל געזעהן בחורים פאלגען זייער שטרענגע תקנות וואס וועלען ווערען שטארק אינפארסירט?
די לעצטע מאל בחורים האבען שטארק געפאלגט איז געווען ווען מ'האט אויסגעשריגען
"קיינער זאל נישט טאטשען די אייער פון די קארנער אין די ווייסע טראק"
יוש איז די איז די ווייסע באליס געפלויגען... ביז מינוטען איניש געבליבען א שריד ופליט

ירקרקות האט געשריבן:נאכמער, קינדער האבן לדעתי ווייניגער צוטריט היינט צו א פשוט'ן קאמפיוטער ווי זיי האבן געהאט מיט 15 יאר צוריק.

דיינע חושים ארבעטען דיר? די טראכטס וואס די שרייבסט?
צוויי מאל ח"י פאר אזא שיגענע סטעיטמענט!!
ערשטענס, ווייסטו דען יעדע פלאץ ווי דיין קינד גייט? און אז יא, ווייסטו דען צו ס'דא דארט א קאמפיוטער?

שנית
ווער ברויך היינט א קאמפיוטער?
ווייסטו פון ROCK-BOX אויף סענסא?!?!
ווייסטו אז 4G טעלעפאנען האבען אן אפעשאן פון שפילען מאווי'ס?!
האסטו געהערט פון וויי פיי?!
די כלים מכלים שונים וואס האבען א סקרין?!

אין ער איז צווח ככרוכיא שטרענג אינפארסירט תקנות! לדעתי האבען קינדער ווייניגער עקסעס

ערעב יוד ס'איז תש"21!!
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6210
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: הרה"ג הילל יואל קעפעטש שליט"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

Rockbox?? דאס איז שוין געווען אין מיינע צייט... הלואי נאר דאס היינט צוטאגס.
אני הוא הנער, נער המדבר
אוועטאר
נישט ווי יעדעם
שר האלף
תגובות: 1568
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 20, 2019 2:49 am
לאקאציע: נישט צו ווייט

Re: הרה"ג הילל יואל קעפעטש שליט"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט ווי יעדעם »

מר קאפלאווסקי האט געשריבן:
ירקרקות האט געשריבן:דערוילעם באזידלט איטשע'ן ווען למעשה זאגט ער דברים של טעם.
ער לייקנט נישט דעם פראבלעם, נאר דעם צוגאנג.
איך האב אויך בחורים, און פון מיין הויז איז נאך קיין שום דיזשיטעל פייל אויף זייער סענסא נישט ארויפגעגאנגען.
בכלל האבן מיינע בחורים באקומען דעם סענסא די לעצטע אין זייער כתה, נאך דעם וואס רוב עולם האט עס שוין געהאט מיט פינף יאר פריער.
אני כשלעצמי האט זיך אלץ געוואונדערט: פארוואס קענען ישיבות נישט מאכן שארפע תקנות אקעגן די כלים?
מען קען נישט? נאך ווי מען קען! מען קען אלעס, מען ברויך נאר האלטן דערביי און זיין אנטשלאסן.
אזוי לאנג ווי עלטערן ווילן שיקן זייערע קינדער אין ישיבות איז יד הישיבות על העליונה.
על כל פנים דער פראבלעם הויבט זיך נישט אן אין די שטובער. פינטעלע.
רוב עולם איז היינט וואך צום סאושעל מידיא פראבלעם, און קינדער האבן נישט קיין צוטריט דערצו אינדערהיים.
נאכמער, קינדער האבן לדעתי ווייניגער צוטריט היינט צו א פשוט'ן קאמפיוטער ווי זיי האבן געהאט מיט 15 יאר צוריק.
אלזא אודאי ברויך מען מאכן אסיפות און וויינען און שרייען, אבער פארוואס טענות צו די עלטערן?

ווען האסטו ס'לעצטע מאל געזעהן בחורים פאלגען זייער שטרענגע תקנות וואס וועלען ווערען שטארק אינפארסירט?
די לעצטע מאל בחורים האבען שטארק געפאלגט איז געווען ווען מ'האט אויסגעשריגען
"קיינער זאל נישט טאטשען די אייער פון די קארנער אין די ווייסע טראק"
יוש איז די איז די ווייסע באליס געפלויגען... ביז מינוטען איניש געבליבען א שריד ופליט

ירקרקות האט געשריבן:נאכמער, קינדער האבן לדעתי ווייניגער צוטריט היינט צו א פשוט'ן קאמפיוטער ווי זיי האבן געהאט מיט 15 יאר צוריק.

דיינע חושים ארבעטען דיר? די טראכטס וואס די שרייבסט?
צוויי מאל ח"י פאר אזא שיגענע סטעיטמענט!!
ערשטענס, ווייסטו דען יעדע פלאץ ווי דיין קינד גייט? און אז יא, ווייסטו דען צו ס'דא דארט א קאמפיוטער?

שנית
ווער ברויך היינט א קאמפיוטער?
ווייסטו פון ROCK-BOX אויף סענסא?!?!
ווייסטו אז 4G טעלעפאנען האבען אן אפעשאן פון שפילען מאווי'ס?!
האסטו געהערט פון וויי פיי?!
די כלים מכלים שונים וואס האבען א סקרין?!

אין ער איז צווח ככרוכיא שטרענג אינפארסירט תקנות! לדעתי האבען קינדער ווייניגער עקסעס

ערעב יוד ס'איז תש"21!!

;l;p-
מר קאפלאווסקי
שר חמש מאות
תגובות: 632
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 27, 2021 9:58 am
לאקאציע: אינעם מצוה מענטשי'ס שאכטעל

Re: הרה"ג הילל יואל קעפעטש שליט"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מר קאפלאווסקי »

ירקרקות האט געשריבן:מען דארף קיינמאל זיך נישט שלאגן מיט קיין עלטערן איבער טעכנאלאגיע תקנות וואס איז נוגע זייערע קינדער. קיין שום טאט'ן גייט נישט בנפשו זיין זון זאל האבן א סענסא וכו',
אויב א מלחמה מיט עלטערן איז עס איבער תקנות פון נעמען די קינדער זונטאג אין קאנטרי אדער צניעות תקנות ביי די מיידלעך.
לגבי טעכנאלאגיע ברויך די ישיבות זיך שלאגן מיט די בחורים אליין, און זיי האבן צו דעם נישט קיין כח.
אלזא, ביטע שארצט אייך ארויף די ארבעל!

וודאי! דער טאטע שרייט חי וקים וואס פאר א שייכות האט מיין טעקנאלעגי מיט מיין קינדער.

ווי האט יענער געזאגט קודם מאכט ער איהם אויס רב אין דערנאך בארעדט ער איהם...

מיט דיין מיינדסע"ט וואלט טע"ג אפיסעס געדארפט זיין באלאגערט
אין עזר לבחורים וכדומה וואלטען נישט געהאט קיין ארבעט

צ'ולדיגט, אבער די מציאות איז נישט ממש איינשטימיג מיט אייך
אוועטאר
שמחה ונחת
שר האלף
תגובות: 1575
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 29, 2014 3:21 pm

Re: הרה"ג הילל יואל קעפעטש שליט"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחה ונחת »

ירקרקות האט געשריבן:
דערוילעם באזידלט איטשע'ן ווען למעשה זאגט ער דברים של טעם.
ער לייקנט נישט דעם פראבלעם, נאר דעם צוגאנג.
איך האב אויך בחורים, און פון מיין הויז איז נאך קיין שום דיזשיטעל פייל אויף זייער סענסא נישט ארויפגעגאנגען.
בכלל האבן מיינע בחורים באקומען דעם סענסא די לעצטע אין זייער כתה, נאך דעם וואס רוב עולם האט עס שוין געהאט מיט פינף יאר פריער.
אני כשלעצמי האט זיך אלץ געוואונדערט: פארוואס קענען ישיבות נישט מאכן שארפע תקנות אקעגן די כלים?
מען קען נישט? נאך ווי מען קען! מען קען אלעס, מען ברויך נאר האלטן דערביי און זיין אנטשלאסן.
אזוי לאנג ווי עלטערן ווילן שיקן זייערע קינדער אין ישיבות איז יד הישיבות על העליונה.
על כל פנים דער פראבלעם הויבט זיך נישט אן אין די שטובער. פינטעלע.
רוב עולם איז היינט וואך צום סאושעל מידיא פראבלעם, און קינדער האבן נישט קיין צוטריט דערצו אינדערהיים.
נאכמער, קינדער האבן לדעתי ווייניגער צוטריט היינט צו א פשוט'ן קאמפיוטער ווי זיי האבן געהאט מיט 15 יאר צוריק.
אלזא אודאי ברויך מען מאכן אסיפות און וויינען און שרייען, אבער פארוואס טענות צו די עלטערן?

אט פונקט דאס טוט הרב קעפעטש אין אלע קהילות!
פונקט וואס איר זאגט
ישיבות פירן איין שטייפע תקנות אבער אלע עלטערן מוזן פארשטיין די פראבלעם און מיטצוארבייטן הונדערט פראצענט
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8718
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

Re: הרה"ג הילל יואל קעפעטש שליט"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

מר קאפלאווסקי האט געשריבן:
ירקרקות האט געשריבן:דערוילעם באזידלט איטשע'ן ווען למעשה זאגט ער דברים של טעם.
ער לייקנט נישט דעם פראבלעם, נאר דעם צוגאנג.
איך האב אויך בחורים, און פון מיין הויז איז נאך קיין שום דיזשיטעל פייל אויף זייער סענסא נישט ארויפגעגאנגען.
בכלל האבן מיינע בחורים באקומען דעם סענסא די לעצטע אין זייער כתה, נאך דעם וואס רוב עולם האט עס שוין געהאט מיט פינף יאר פריער.
אני כשלעצמי האט זיך אלץ געוואונדערט: פארוואס קענען ישיבות נישט מאכן שארפע תקנות אקעגן די כלים?
מען קען נישט? נאך ווי מען קען! מען קען אלעס, מען ברויך נאר האלטן דערביי און זיין אנטשלאסן.
אזוי לאנג ווי עלטערן ווילן שיקן זייערע קינדער אין ישיבות איז יד הישיבות על העליונה.
על כל פנים דער פראבלעם הויבט זיך נישט אן אין די שטובער. פינטעלע.
רוב עולם איז היינט וואך צום סאושעל מידיא פראבלעם, און קינדער האבן נישט קיין צוטריט דערצו אינדערהיים.
נאכמער, קינדער האבן לדעתי ווייניגער צוטריט היינט צו א פשוט'ן קאמפיוטער ווי זיי האבן געהאט מיט 15 יאר צוריק.
אלזא אודאי ברויך מען מאכן אסיפות און וויינען און שרייען, אבער פארוואס טענות צו די עלטערן?

ווען האסטו ס'לעצטע מאל געזעהן בחורים פאלגען זייער שטרענגע תקנות וואס וועלען ווערען שטארק אינפארסירט?
די לעצטע מאל בחורים האבען שטארק געפאלגט איז געווען ווען מ'האט אויסגעשריגען
"קיינער זאל נישט טאטשען די אייער פון די קארנער אין די ווייסע טראק"
יוש איז די איז די ווייסע באליס געפלויגען... ביז מינוטען איניש געבליבען א שריד ופליט

ירקרקות האט געשריבן:נאכמער, קינדער האבן לדעתי ווייניגער צוטריט היינט צו א פשוט'ן קאמפיוטער ווי זיי האבן געהאט מיט 15 יאר צוריק.

דיינע חושים ארבעטען דיר? די טראכטס וואס די שרייבסט?
צוויי מאל ח"י פאר אזא שיגענע סטעיטמענט!!
ערשטענס, ווייסטו דען יעדע פלאץ ווי דיין קינד גייט? און אז יא, ווייסטו דען צו ס'דא דארט א קאמפיוטער?

שנית
ווער ברויך היינט א קאמפיוטער?
ווייסטו פון ROCK-BOX אויף סענסא?!?!
ווייסטו אז 4G טעלעפאנען האבען אן אפעשאן פון שפילען מאווי'ס?!
האסטו געהערט פון וויי פיי?!
די כלים מכלים שונים וואס האבען א סקרין?!

אין ער איז צווח ככרוכיא שטרענג אינפארסירט תקנות! לדעתי האבען קינדער ווייניגער עקסעס

ערעב יוד ס'איז תש"21!!

מאך אן אנקעטע וויפיל פראצענט בחורים אונטער 18 האבן געהאט אן אימעיל אדרעס פאר 15 יאר צוריק, און וויפיל האבן היינט, דאס איז מיט ווייניג צוטריט

1. קיין איינס פון די סאורסעס זענען נישט ביי מיר אינדערהיים.
2. איך ווייס פונקטליך וואו מיינע קינדער זענען אין די שעות וואס זיי זענען אונטער מיין אויפזיכט.
3. אויב די ישיבות קענען נישט אינפארסירן זייערע תקנות, אויף וועמען האבן זיי טענות?
4. די ישיבות האבן די אויסשליסליכע מעגליכקייט צו פארסירן סיי וועלכע תקנה זיי ווילן! אריינגערעכנט אז מען מעג נאר עסן טונא אדער בלויז איין איי אויף פרישטאג. זיי דארפן נאר וועלן. (אלץ חשש מחיקה וועלעך נישט ברענגן קיין ראיות פון תקנות מתקנות שונות וואס יעדע מקום פירט דורך ביי זיך לויט'ן געברויך)
אין די קהל'ישע ישיבות קענען עלטערן גיין בארן קלאפן ווען זיי האבן טענות, און די פריוואטע ישיבות זענען גענצליך בעלי בתים ביי זיך אין שטעטל.

די איינציגע אפהאלט איז (כ'שעם זיך עס ארויסצושרייבן): מורא פון די בחורים!!!!!!!
טא ווי איידער שרייען אויפ'ן עולם "לא תתורו", זייט איר מקיים דעם "לא תגורו" און טוט וואס איר האט צו טון.
וואס יא? אפשר פעלט זיך אויס א כח הרבים פון אלע ישיבות צוזאמען, כדי לויזער צו מאכן דעם שרעק וואס זיי האבן פון די בחורים. איך בין מודה אז עס איז שרעקעדיג. גאר שרעקעדיג.
אוועטאר
רעים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7313
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 2:29 pm
לאקאציע: אישי
פארבינד זיך:

Re: הרה"ג הילל יואל קעפעטש שליט"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעים »

ירקרקות האט געשריבן:1. קיין איינס פון די סאורסעס זענען נישט ביי מיר אינדערהיים.
אשריך
2. איך ווייס פונקטליך וואו מיינע קינדער זענען אין די שעות וואס זיי זענען אונטער מיין אויפזיכט.
מיין טאטע האט אויך אזוי געמיינט
3. אויב די ישיבות קענען נישט אינפארסירן זייערע תקנות, אויף וועמען האבן זיי טענות?
די ישיבות האבען תקנות גענוג און נאך... א בחור קען אייביג אויסשפילען (נאכדערצו אז ער זעהט אז די עלטערען שפילען אויך אויס אדער רעדן קעגען די הנהלה
4. די ישיבות האבן די אויסשליסליכע מעגליכקייט צו פארסירן סיי וועלכע תקנה זיי ווילן! אריינגערעכנט אז מען מעג נאר עסן טונא אדער בלויז איין איי אויף פרישטאג. זיי דארפן נאר וועלן.
הלאווי זיי האבען די מעגליכגייט
(אלץ חשש מחיקה וועלעך נישט ברענגן קיין ראיות פון תקנות מתקנות שונות וואס יעדע מקום פירט דורך ביי זיך לויט'ן געברויך)

איך בין נישט צו לאנג צוריק געווען א בחור איך האב נישט געזען אזא זאך אז די ישיבה זאל מורא האבן פון די בוחרים (עכ''פ דארט ווי איך האב געלערענט) ווען זיי כאפען איינעם באשטראפען זיי אבער בוחרים זענען סאך מער חיטרע ווי די מיינטס
לקוטי בתר לקוטי
צו טון א אידן א טובה... בפרט ברוחניות...
~איך זיך א דזשאב~
מקץ
שר מאה
תגובות: 186
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 21, 2018 5:18 pm

תגובה דורך מקץ »

די גאנצע יסוד פון הרב קעפעטש - אז בחורים וואס זייערע עלטערן האבן נישט קיין טעקסט וועלן ווייניגער האבן א נסיון צו קוקן קליפס - איז פשוט מופרך מהמציאות. להד"ם.

איך בין לעצטנס געווארן באקאנט אין א ישיבה פאר שוואכערע בחורים, ס'איז ליידער דא פון אלע סארט שטיבער, אויך אסאך קינדער פון ערליכע הייליגע עלטערן וואס האבן נישט קיין שייכות מיט טעכנאלאגיע. ווידעראום איז דא וואוילע בחורים וואס די עלטערן האבן די כלים באופן היתר און די קינדער פירן זיך ערליך און ריין.

דאס אז ס'יז ליידער דא א גרויסע פראבלעם אין די ישיבות דאס איז הכל מודים, און אודאי דארף מען זייער וויכטיג עפעס טון דערצו, אבער באשולדיגן אז דאס האט צוטון ווייל די טאטע האט א טעבלעט אדער די מאמע האט טעקסט, איז סתם געשאסן זאמד אין די אויגן, צא ובדוק אין יעדע ישיבה, כאילו דער נסיון פון עס די קארדס האט צוטון מיט די טאטע'ס פאון...

די נארישע טענה וואס ער זאגט אין די דרשה "אז מיין מאמע גייט שאפינג אנליין מעג איך האבן א סמארטפאון", איז בכלל איבריג צו ענטפערן, יעדע נארמאלע בחור ווייסט זייער גוט דעם חילוק, נעמען די ביטערע מצב אין ישיבות און דאס ארויפווארפן אויף די טעקסט פון די מאמע איז סתם געמישט א קאשע.
אוועטאר
פרישע קישקע
שר חמש מאות
תגובות: 643
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 27, 2020 9:22 pm
לאקאציע: ביים רבינ'ס טיש
פארבינד זיך:

Re: הרה"ג הילל יואל קעפעטש שליט"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישע קישקע »

רעים האט געשריבן:
ירקרקות האט געשריבן:1. קיין איינס פון די סאורסעס זענען נישט ביי מיר אינדערהיים.
אשריך
2. איך ווייס פונקטליך וואו מיינע קינדער זענען אין די שעות וואס זיי זענען אונטער מיין אויפזיכט.
מיין טאטע האט אויך אזוי געמיינט
3. אויב די ישיבות קענען נישט אינפארסירן זייערע תקנות, אויף וועמען האבן זיי טענות?
די ישיבות האבען תקנות גענוג און נאך... א בחור קען אייביג אויסשפילען (נאכדערצו אז ער זעהט אז די עלטערען שפילען אויך אויס אדער רעדן קעגען די הנהלה
4. די ישיבות האבן די אויסשליסליכע מעגליכקייט צו פארסירן סיי וועלכע תקנה זיי ווילן! אריינגערעכנט אז מען מעג נאר עסן טונא אדער בלויז איין איי אויף פרישטאג. זיי דארפן נאר וועלן.
הלאווי זיי האבען די מעגליכגייט
(אלץ חשש מחיקה וועלעך נישט ברענגן קיין ראיות פון תקנות מתקנות שונות וואס יעדע מקום פירט דורך ביי זיך לויט'ן געברויך)
אין די קהל'ישע ישיבות קענען עלטערן גיין בארן קלאפן ווען זיי האבן טענות, און די פריוואטע ישיבות זענען גענצליך בעלי בתים ביי זיך אין שטעטל.

די איינציגע אפהאלט איז (כ'שעם זיך עס ארויסצושרייבן): מורא פון די בחורים!!!!!!!
טא ווי איידער שרייען אויפ'ן עולם "לא תתורו", זייט איר מקיים דעם "לא תגורו" און טוט וואס איר האט צו טון.
וואס יא? אפשר פעלט זיך אויס א כח הרבים פון אלע ישיבות צוזאמען, כדי לויזער צו מאכן דעם שרעק וואס זיי האבן פון די בחורים. איך בין מודה אז עס איז שרעקעדיג. גאר שרעקעדיג.
איך בין נישט צו לאנג צוריק געווען א בחור איך האב נישט געזען אזא זאך אז די ישיבה זאל מורא האבן פון די בוחרים (עכ''פ דארט ווי איך האב געלערענט) ווען זיי כאפען איינעם באשטראפען זיי אבער בוחרים זענען סאך מער חיטרע ווי די מיינטס

;l;p-
איך פארלאז אייוועלט
מקץ
שר מאה
תגובות: 186
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 21, 2018 5:18 pm

Re: הרה"ג הילל יואל קעפעטש שליט"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקץ »

פרישע קישקע האט געשריבן:ווי האט ר' הילל יואל געזאגט מען דארף מאכן א אסיפה פאר עלטערן אין נעמען א עס די צוויי פין א בחור אין עס ווייזן אויף א גרויסע סקרין אין זיי ווייזן די מעניא אין זאגן א גיטע נאכט

איז דאס נאר ביי בחורים וואס די טאטע האט א פאון אן טעקסט ? איז דאס נאר ביי בחורים וואס די טאטע האט נישט קיין סמארטפאון ?

גענומען א ווייטאגליכע נושא און געגעבן א שמיר ארויף אויף א גאנץ אנדערע זאך, און היידא.
אוועטאר
רעים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7313
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 2:29 pm
לאקאציע: אישי
פארבינד זיך:

Re: הרה"ג הילל יואל קעפעטש שליט"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעים »

moishy56 האט געשריבן:
מי יעלה האט געשריבן:
יקר מציאות האט געשריבן:
מי יעלה האט געשריבן:קען איינער ביטע ארויף לייגען די דרשה און אנווערפן/לאנדאן, איך האב נאכגעהערט עס איז געווען עפעס מורא'דיג

דרשה ביים אסיפה פאר אלע עלטערען פון די מוסדות.
https://1drv.ms/u/s!Au_Ue-p-i_LNgegxhoF ... Q?e=gM7xMb

יישר כח
וואס טוט זיך מיט די אנטווערפענער דרשה ג' פנחס ?

קול בחצרות האט 2 טעג צוריק געברענגט די אנטווערפענער דרשה.
שטארקע דיבורים.

דרשה באנפערפען
לקוטי בתר לקוטי
צו טון א אידן א טובה... בפרט ברוחניות...
~איך זיך א דזשאב~
לא ימושו מפיך
שר האלף
תגובות: 1410
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 2:17 pm

Re: הרה"ג הילל יואל קעפעטש שליט"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לא ימושו מפיך »

ר׳ הילל יואל גייט אי״ה אויפטרעטן ביי די קומענדיגע סעריע שיעורים פון ״חיינו״ אין קרית יואל.
אוועטאר
יא איך
שר חמש מאות
תגובות: 919
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 7:45 pm

Re: הרה"ג הילל יואל קעפעטש שליט"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יא איך »

אנטשולדיג פארן איבער האקען

אבער מיין מיינונג איז אז מען קען עכט גארנישט טוען די איינציגסטע עצה איז אז מען זאל אנהייבען שפילען באל און אלע ישובות

גיי פרעג דיר נאך ביי די מענטשען וואס ווייסען און אטע די פלעצער ווי מען שפילט באל די בחור האט וואס צוטוען מיטן טאג ער האט חיות איז דא אסאך ווייניגער פראבלעמען
מר קאפלאווסקי
שר חמש מאות
תגובות: 632
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 27, 2021 9:58 am
לאקאציע: אינעם מצוה מענטשי'ס שאכטעל

Re: הרה"ג הילל יואל קעפעטש שליט"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מר קאפלאווסקי »

יא איך האט געשריבן:אנטשולדיג פארן איבער האקען

אבער מיין מיינונג איז אז מען קען עכט גארנישט טוען די איינציגסטע עצה איז אז מען זאל אנהייבען שפילען באל און אלע ישובות

גיי פרעג דיר נאך ביי די מענטשען וואס ווייסען און אטע די פלעצער ווי מען שפילט באל די בחור האט וואס צוטוען מיטן טאג ער האט חיות איז דא אסאך ווייניגער פראבלעמען

דיין תגובה אין איין שורה
און אטע די פלעצער ווי די בחור (האט וואס צוטוען מיטן טאג, ער) האט חיות איז דא אסאך ווייניגער פראבלעמען.
ירקרקות
שר חמש מאות
תגובות: 549
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 01, 2021 11:40 am

Re: הרה"ג הילל יואל קעפעטש שליט"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירקרקות »

יא איך האט געשריבן:אנטשולדיג פארן איבער האקען

אבער מיין מיינונג איז אז מען קען עכט גארנישט טוען די איינציגסטע עצה איז אז מען זאל אנהייבען שפילען באל און אלע ישובות

גיי פרעג דיר נאך ביי די מענטשען וואס ווייסען און אטע די פלעצער ווי מען שפילט באל די בחור האט וואס צוטוען מיטן טאג ער האט חיות איז דא אסאך ווייניגער פראבלעמען

ווייסעך נישט אויב כ'זאל לאכן אדער וויינען, אבער דא ליגט א שטארקע נקודה.
אונזערע ישיבות זענען געבויט אויף צום לערנען בו בזמן וואס לכה"פ דרייסיג פראצענט האלט נישט דערביי.
ומה יעשה הבן שלא יחטא?
ירקרקות
שר חמש מאות
תגובות: 549
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 01, 2021 11:40 am

Re: הרה"ג הילל יואל קעפעטש שליט"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירקרקות »

רעים האט געשריבן:
ירקרקות האט געשריבן:1. קיין איינס פון די סאורסעס זענען נישט ביי מיר אינדערהיים.
אשריך
2. איך ווייס פונקטליך וואו מיינע קינדער זענען אין די שעות וואס זיי זענען אונטער מיין אויפזיכט.
מיין טאטע האט אויך אזוי געמיינט
3. אויב די ישיבות קענען נישט אינפארסירן זייערע תקנות, אויף וועמען האבן זיי טענות?
די ישיבות האבען תקנות גענוג און נאך... א בחור קען אייביג אויסשפילען (נאכדערצו אז ער זעהט אז די עלטערען שפילען אויך אויס אדער רעדן קעגען די הנהלה
4. די ישיבות האבן די אויסשליסליכע מעגליכקייט צו פארסירן סיי וועלכע תקנה זיי ווילן! אריינגערעכנט אז מען מעג נאר עסן טונא אדער בלויז איין איי אויף פרישטאג. זיי דארפן נאר וועלן.
הלאווי זיי האבען די מעגליכגייט
(אלץ חשש מחיקה וועלעך נישט ברענגן קיין ראיות פון תקנות מתקנות שונות וואס יעדע מקום פירט דורך ביי זיך לויט'ן געברויך)
אין די קהל'ישע ישיבות קענען עלטערן גיין בארן קלאפן ווען זיי האבן טענות, און די פריוואטע ישיבות זענען גענצליך בעלי בתים ביי זיך אין שטעטל.

די איינציגע אפהאלט איז (כ'שעם זיך עס ארויסצושרייבן): מורא פון די בחורים!!!!!!!
טא ווי איידער שרייען אויפ'ן עולם "לא תתורו", זייט איר מקיים דעם "לא תגורו" און טוט וואס איר האט צו טון.
וואס יא? אפשר פעלט זיך אויס א כח הרבים פון אלע ישיבות צוזאמען, כדי לויזער צו מאכן דעם שרעק וואס זיי האבן פון די בחורים. איך בין מודה אז עס איז שרעקעדיג. גאר שרעקעדיג.
איך בין נישט צו לאנג צוריק געווען א בחור איך האב נישט געזען אזא זאך אז די ישיבה זאל מורא האבן פון די בוחרים (עכ''פ דארט ווי איך האב געלערענט) ווען זיי כאפען איינעם באשטראפען זיי אבער בוחרים זענען סאך מער חיטרע ווי די מיינטס

סך הכל ווערט דא דער שמועס ווער עס קען העכער שרייען אָיעס! אָנאו! אלזא וועל איך עס דא אפשטעלן.
כ'וויל נאר מוסיף זיין אז מיין אינפארמאציע בנוגע דעם עולם הישיבות קומט פון אינווייניג.
אז דו קענסט זאגן אז ישיבות האבן נישט מורא פון די בחורים ביסטו זייער רוי אין די נושא.
'אפשר' געציילטע ישיבות למצוינים פאלן אריין אין די קאטעגאריע.
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

Re: הרה"ג הילל יואל קעפעטש שליט"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

ירקרקות האט געשריבן:
יא איך האט געשריבן:אנטשולדיג פארן איבער האקען

אבער מיין מיינונג איז אז מען קען עכט גארנישט טוען די איינציגסטע עצה איז אז מען זאל אנהייבען שפילען באל און אלע ישובות

גיי פרעג דיר נאך ביי די מענטשען וואס ווייסען און אטע די פלעצער ווי מען שפילט באל די בחור האט וואס צוטוען מיטן טאג ער האט חיות איז דא אסאך ווייניגער פראבלעמען

ווייסעך נישט אויב כ'זאל לאכן אדער וויינען, אבער דא ליגט א שטארקע נקודה.
אונזערע ישיבות זענען געבויט אויף צום לערנען בו בזמן וואס לכה"פ דרייסיג פראצענט האלט נישט דערביי.
ומה יעשה הבן שלא יחטא?

ועל זה נאמר, אז מען דארף געבן פאר די בחורים דזואיש קאושער אינטערטעימענט, און דעמאלט'ס וועלן זיי נישט זיכן פרעמדע גליקן.
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
ירקרקות
שר חמש מאות
תגובות: 549
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 01, 2021 11:40 am

Re: הרה"ג הילל יואל קעפעטש שליט"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירקרקות »

לאמעך מסביר זיין וואס מיינט 'מורא האבן' פון די בחורים.
אז יעדעס מאל פאר א ישיבה וויל מעלדן א פרישע תקנה אדער רול איז די עיקר דיון "וויאזוי וועלן עס די בחורים אויפנעמען".
עס קען אויך גיין פיל ווייטער פון דעם, אבער דאס איז די מינימום.
אוועטאר
moishy56
שר עשרת אלפים
תגובות: 19757
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

Re: הרה"ג הילל יואל קעפעטש שליט"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moishy56 »

הרה"ג הילל יואל קעפעטש שליט"א
די דרשה אין אנטווערפן

פרשת פנחס תשפ''א

2 שעה
https://drive.google.com/file/d/1CxvcnS ... JEg3W/view
.

טעקסט בלויז די ווארט INFO צו 718-480-0545 און מען ארלעדיגט דיר א פאלעסי #קהלייף
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

Re: הרה"ג הילל יואל קעפעטש שליט"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

ירקרקות האט געשריבן:
איטשע האט געשריבן:
פופציגער האט געשריבן:
איטשע האט געשריבן:
פופציגער האט געשריבן:נישט דאס וואס היינט...
ווי זאגט מען אין אזא צייט, אכמ"ל...

ר׳ יוד, איך ווייס וואס בחורים פארמאגן היינט, און ס׳איז די זעלבע, לאמיר נישט אריינקריגן דא אין קיין איינצלהייטן.
כ׳קען זייער גוט די היינטיגע בחורים, זייער עסדי׳ס, וואס זיי זעהן, און וואס איז פארגעקומען 25 יאר צוריק.
די וואס לעבן אין דענייעל, זענען די ראשיש ישיבות וכו׳.
פאר נארמאלע עלטערן וואס האבן א וואכזאם אויג אויף זייערע קינדער - איז קיין איין ווארט זינע נישט געווען קיין חידוש.

25 יאר צוריק איז געווען טיק טאק?

זיין פראבלעם איז נישט טיקטאק, זיין פראבלעם איז מאוויס.
איך זאג נישט אז טיקטאק איז נישט קיין פראבלעם.

זיין דרשה אין איין שורה ״אונז, מחנכים וכו׳, זעמיר געווען בלינד פאר די לעצטע 25 יאר, און ס׳איז ליידער געקומען די צייט ווען מיר קענען מיר זיך נישט פארהוילן פון די ווי געשריי פון די עלטערן, און מען מוזן עס ברענגן צו דער אויבערפלאך - דעריבער, עלטערן מיר האבן אייך אויסגעהערט, ייא ס׳איז דא א פראבלעם, יעצט, נאט אייך דעם פראבלעם, און געבט אייך אן עצה.״

למעשה, בחורים באקומען די סחורה אין די ישיבה׳ס, אונטער די נעזער פון די מחנכים און משגיחים, אונטער זייערע אחריות, דעריבער, ווייס איך נישט וואס ער וויל פון די עלטערן, ער דארף געבן די דרשה פאר מחנכים און משגיחים.
אבער למעשה איז גוט אז עלטערן זאלן וואוסן וואס קומט פאר אין די ישיבה׳ס.

דערוילעם באזידלט איטשע'ן ווען למעשה זאגט ער דברים של טעם.
ער לייקנט נישט דעם פראבלעם, נאר דעם צוגאנג.
איך האב אויך בחורים, און פון מיין הויז איז נאך קיין שום דיזשיטעל פייל אויף זייער סענסא נישט ארויפגעגאנגען.
בכלל האבן מיינע בחורים באקומען דעם סענסא די לעצטע אין זייער כתה, נאך דעם וואס רוב עולם האט עס שוין געהאט מיט פינף יאר פריער.
אני כשלעצמי האט זיך אלץ געוואונדערט: פארוואס קענען ישיבות נישט מאכן שארפע תקנות אקעגן די כלים?
מען קען נישט? נאך ווי מען קען! מען קען אלעס, מען ברויך נאר האלטן דערביי און זיין אנטשלאסן.
אזוי לאנג ווי עלטערן ווילן שיקן זייערע קינדער אין ישיבות איז יד הישיבות על העליונה.
על כל פנים דער פראבלעם הויבט זיך נישט אן אין די שטובער. פינטעלע.
רוב עולם איז היינט וואך צום סאושעל מידיא פראבלעם, און קינדער האבן נישט קיין צוטריט דערצו אינדערהיים.
נאכמער, קינדער האבן לדעתי ווייניגער צוטריט היינט צו א פשוט'ן קאמפיוטער ווי זיי האבן געהאט מיט 15 יאר צוריק.
אלזא אודאי ברויך מען מאכן אסיפות און וויינען און שרייען, אבער פארוואס טענות צו די עלטערן?

כאמור.
דער פראבלעם איז שוין גוט אלט.
מען האט געמיינט אז דער פראבלעם איז סמארטפוין.
רב קעפעטש איז געוואויר געווארן, אז מיין מאוויס מיט ווידיאוי קליפס, איז דער פראבלעם.

שלום עליכם הרב קעפעטש, כ׳האב עס געזאגט 20 יאר צוריק, אבער אלע מחנכים האבן מיר אויסעגעלאכט.
אגב, דאס איז ״איין״ פראבלעם. דער פראבלעם, איז א תוצאה פון אסאך א גרעסער פראבלעם.
ישיבה׳ס קימערן זיך נישט מיט וואס די בחורים ווילן לערנען [לעצטנס האב איך עס נאכגעהערט פון מיין פאטער וואס האט עס געהערט פון מיין ראש ישיבה, הגרמ״מ שפרן שליט״א, בשעת כ׳האב געלערנט ביי אים]! דעריבער לערנען נישט די בחורים, דעריבער, האט מען מאוויס וכו׳ וגו׳. אבער דעם פראבלעם וואס איז שוין אויך איבער 20 יאר אלט, וויל מען נאך נישט אנערקענען.
פארוואס נישט, ווייל טעכנאלאגיע קען מען באשולדיגן די עלטערן, עסדי קארדס זענען כמובן אויך די עלטערן שולדיג [די תוכן פון די עסדי קארדס באקומען זיי אין ישיבה - נישט אינדערהיים, כמובן].
אבער דער איינער פראבלעם, דער יסוד פון אלע פראבלעמען, מוז מען זיך אליינס באשולדיגן. דאס גייט נישט געשען.
הרב קעפעטש, דרייט אויס דעם דאשיק, און הייבט אן צו רעדן צו די ריכטיגע אוידיענץ.
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”