מוזיקפידיע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
ציגאנער
שר האלפיים
תגובות: 2958
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 02, 2020 2:53 pm

פרעגיש סקעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ציגאנער »

1,2,5,6,8,9,11 / HWhHWHWW

• ד' בבות (בעל התניא)
• אהבה רבה ניגון (רבי ר' הערש מרימנוב), ביז'ן דריטן פאל
• אבינו אב הרחמן
• אבינו מלכינו אבינו אתה
• ויהי נועם
• אמנם (וויזניץ)
• שבת שלום ומבורך (נדבורנא), אנהייב
• שבענו מטובך
• מעין עולם הבא
• הוא אשר דיבר לעם סגולתו
• א גוטע וואך
• ניגון ג–ט פון אברהם (סבא קדישא מ'ראדאשיץ זי"ע)
• המבדיל (יאסעלע), חוץ א קליינעם חלק ביי 'סלח נא'
• העי צמאה צמאה צמאה
• כאפט אריין א וואדקע (חב"ד)
• רחמנא דעני (חב"ד)
• אימתי קאתי מר
• יש בורא עולם
• והריקותי לכם ברכה, ערשטער פאל
• ואתה אמרת היטב אטיב עמך
• ותאסוף גליותינו
• על זאת שבחו אהובים
• נפשינו חכתה לה' (סקולען)
• אבינו מלכינו פתח שערי שמים
• תהא השעה הזאת
• ברוך הוא אלוקינו אשר טוב גמלני, להגדיל שמו הגדול (סאטמאר)
• משה אמת ותורתו אמת
• שמח תשמח
• זכרנו לחיים
• היום הרת עולם
• ושמחת בחגך (2)
• ליהודים היתה אורה (אורה אורה אורה ושמחה)
• אמר רבי עקיבא אשריכם (מב"ד)
• בר יוחאי (קארלין)
• אכן שמע אלוקים
• קרוץ מחומר
• ואני קרבת אלוקים
• סיני לו נקרא
• [נוסח חזרת הש"ץ לשב"ק, ישמח משה במתנת חלקו]
• [נוסח סליחות, לשמוע אל הרנה ואל התפלה]
לעצט פארראכטן דורך ציגאנער אום מאנטאג אוגוסט 23, 2021 7:46 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
ציגאנער
שר האלפיים
תגובות: 2958
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 02, 2020 2:53 pm

רומעיניען/יוקרעיניען דאריען סקעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ציגאנער »

1,3,4,7,8,10,11 / WHWhHWHW

• גוט שבת (וויזניץ)
• ניגון אזמר בשבחין (?)
• ידיד נפש נאך של"ס תורה (סאטמאר), הויכער פאל
• אתקינו סעודתא למוצאי שבת, הויכער פאל
• איש חסיד היה / א גאנץ יאר פרייליך, חוץ דעם הויכן פאל
• צַוֵה ישועת יעקב, הויכער פאל
• ניגון המושר בפי כמה על פיוט אליהו הנביא למוצ"ש, הויכער פאל
• ניגון המושר על רבונו של עולם אדון כל העולמים בזמירות למוצ"ש
• עליונים ששו
• זעקסטע הקפה ניגון (סאטמאר)
• נענועים ניגון (סאטמאר), צווייטער, פערטער, פיפטער, זעקסטער און זיבעטער פאל
• צמאה לך נפשי (?שטייטע אן קיין ביעט?)
• לעשות רצונך (?ישן?), הויכער חלק
• שִׂמֵנוּ כַּחוֹתָם (בעלזא), די פעלער 'כי עזה כמות אהבה' און 'מים רבים'
• אני מאמין (?)
• רחם נא (יאסעלע), ביז 'שנקרא שמך עליו', און פון 'כי אם לידך' ביז'ן סוף
• אילן (?), הויכער פאל
• בך בטחו
• דורות ישרים ומבורכים
• וכל קרני רשעים אגדע
• שבשפלינו זכר לנו, הויכער פאל
• יודו לשם חסדו, הויכער פאל
• והיה כעץ שתול, הויכער פאל
• עוצו עצה ותופר, הויכער פאל
• הכל יוֹדִיךָ, הויכער פאל
• ואילו פינו מלא, הויכער פאל
• רבינו שאג בקול גדול, הויכער פאל
• הטוב כי לא כלו רחמיך (שענקער), אנהייב הויכער פאל
• האטס גע'פועל'ט אלעס גוטס, הויכער פאל
• האפ קאזאק, דריטער פאל
• [נוסח תהלים – 'ותֵ – – – ן לכל איש ואיש די פרנסתו...']
• [נוסח יוצר פון שחרית שב"ק / נוסח נקדישך – הויכער חלק (נידריגע טייל איז פרעיגיש)]
• [נוסח הלל]

(קרעדיט: שלג כצמר)
לעצט פארראכטן דורך ציגאנער אום מוצ"ש אוגוסט 21, 2021 11:35 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
ציגאנער
שר האלפיים
תגובות: 2958
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 02, 2020 2:53 pm

Re: מוזיקפידיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ציגאנער »

אסאך מאל קען מען נעמען א רומעיניען ניגון און זינגען ווי א געהעריגער מיינאר, ווי למשל:
• אני מאמין, צווייטער פאל
• בך בטחו, ערשטער פאל
• זעקסטער הקפה ניגון, ערשטער פאל (און אפשר אויך דער צווייטער פאל)
• ניגון הקפה המיוחס להרה"ק מסאטמאר זי"ע, ערשטע צוויי פעלער;
• ניגון שלום עליכם (סאטמאר), דריטער פאל
• ניגון אשת חיל (סאטמאר), דריטער פאל
• ניגון אזמר בשבחין, צווייטער פאל
• ניגון רבון העולמים למוצ"ש, צווייטער פאל
אוועטאר
ציגאנער
שר האלפיים
תגובות: 2958
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 02, 2020 2:53 pm

הארמאניק מיינאר סקעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ציגאנער »

1,3,4,6,8,9,12 / WHWWHWhH

• שלום עליכם (סאטמאר), מלאכי השרת מל'אכי' עליון (סוף פונעם ערשטן פאל איז עס ראמעיניען)
• כד יתבין ישראל, ב'שמחת' התורה
• קלי אתה, ערשטער פאל
• יודו לשם חסדו, ערשטער פאל
• אם על המלך טוב
• הטוב הטוב, כי לא כלו רחמיך (?)
• הטוב כי לא כלו רחמיך (שענקער), ערשטער פאל, 'כי' מעולם ק'וי'ני לך
• אמר רבי עקיבא, נידריגער פאל אשריכם אש'רי'כם
• ר"ר אלימלכ'ס טאנץ
• קה אכסוף – ביי כאיל 'תע'רוג
לעצט פארראכטן דורך ציגאנער אום מוצ"ש אוגוסט 21, 2021 10:27 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
ציגאנער
שר האלפיים
תגובות: 2958
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 02, 2020 2:53 pm

פרידזשיען סקעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ציגאנער »

1,2,4,6,8,9,11 / HWWWHWW

• א שיינעם חלום, און פון שלאף האב איך זיך אויפ'גע'כאפט
• כאיל כאיל תערוג (?)
• רבון העולמים ידעתי
• מרחוק ה' – הויכער פאל וא'ה'בת עולם
• מי שאמר לעולמו די
• ארבע מידות באדם
• מי לכם פה ומה לכם פה
• [נוסח מגן אבות בדברו]
לעצט פארראכטן דורך ציגאנער אום מוצ"ש אוגוסט 21, 2021 10:28 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אאי
שר מאה
תגובות: 176
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 26, 2020 11:07 pm

Re: מוזיקפידיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אאי »

קען אפשר איינער אלס ארויפלוידען אלס א PDF
א גרויסען ש'כח למפרע!
אוועטאר
ציגאנער
שר האלפיים
תגובות: 2958
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 02, 2020 2:53 pm

Re: מוזיקפידיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ציגאנער »

אאי האט געשריבן:קען אפשר איינער אלס ארויפלוידען אלס א PDF
א גרויסען ש'כח למפרע!

viewtopic.php?f=18&t=25334&p=2984265#p2984265
אוועטאר
כינור
שר חמש מאות
תגובות: 792
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 13, 2019 10:46 pm

Re: מוזיקפידיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כינור »

Wow ציגאנער!! א הערליכע ליסטע צוזאמגעשטעלט! זיך נישט געראכטן אויף אזוי פיל אזוי שנעל... כ׳גלייב אסאך ארבעט איז אריין דערין. דו האסט ארויס אלע סקעילס אדורך און אדורך.
כ׳זעה האסט איין חלק ציטירט פון שלג כצמר קומט זיך איהם אויכעט א גרויסן דאנק.

........

שכוח רשכבהא״ל ׳סטאוו יא פיטא׳ הגדול,
שכוח הגבור שר צבא דוד ׳בניהו׳,
שכוח העניו ׳גרויסע עם הארץ׳,
שכוח דער קלוגער ׳ציגאנער׳ (פאראדאקס),
שכוח המומחה ׳למדן וצדיק׳,
שכוח געבענטשטע ׳הר גריזים׳,
שכוח הבעל חסד ׳נארמאליזעם׳,
שכוח החכם ולב טוב ׳איצל פיצל׳,
שכוח הדוגמא אישית ׳היסטאריש׳,
פארן זיך באמיען צו שרייבן. ס׳גיבט כח אנצוגיין.

..........

מ׳וויל צוזאמשטעלן א מקיף׳דיגע ליסטע פון ניגונים אין פארשידענע סקעילס, ווער עס ווייסט ניגונים אין מעידזשער מיינאר צו פרעיגיש אא״וו זאל אריינקומען קלאר.

אויב עפעס איז נישט קלאר קען מען אריינקומען דא צו אין אישי צו אין אימעיל און מען וועט פרובירן אויסקלארן עד שידינו יד כהה מגעת. אדער פאר סתם הערות והארות. יעדע הערה אין אשכול פרעזענטירט א רבים און מ׳קען מהנה זיין אידן וואס האבן אלס געוואלט האבן א קלארקייט אין די נושא.
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5453
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: מוזיקפידיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

@כינור, די ארבעט וואס דו האסט דא אריינגעלייגט איז אנבעליעוובל!

איך דארף נאך איבערליינען די זאכן נאך אפאר מאל מיט ישוב הדעת צו כאפן גוט די גאנצע מעשה.
--

דו האסט געשריבן אז אני מאמין איז א מיינאר, מסתמא מיינסטו ר' משה גאלדמאן'ס אני מאמין, ווייל די מודזשיצע איז א רומעניען.

בכלל, איך ווייס נישט פארוואס דו זאגסט אז רומעניען איז נישט אזוי פארשפרייט, איך מיין אז ס'איז זייער קאממאן. גאר אסאך וויזניצע ניגונים זענען רומעניען. פארדעם האט עס אזא טיפע עטוואס טונקעלע קרעכטץ. רומעניען ווערט אנגערופן א "מעלאכלאנישע סקעיל". דאכצעך אז די נוסח פון שבת צופרי, כולם אהובים וכו', איז אויך טיילווייז רומעניען.

--
פרידזשיען איז זייער קאממאן אין ספרדישע ניגונים.

אעופה אשכונה לויפט פריזשיען.
שוויציגע ביר
שר חמש מאות
תגובות: 904
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 23, 2021 12:08 pm

Re: מוזיקפידיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוויציגע ביר »

א דאנק @כינור, א הערליכע ארבעט!

(האסט אויך זוכה געווען צו מיין ערשטע תגובה..)
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14572
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: מוזיקפידיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

דארף מען האבן א קיבארד צו פראסעססן און פראבירן די אינפארמאציע
אוועטאר
כינור
שר חמש מאות
תגובות: 792
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 13, 2019 10:46 pm

Re: מוזיקפידיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כינור »

ממוצע האט געשריבן:@כינור, די ארבעט וואס דו האסט דא אריינגעלייגט איז אנבעליעוובל!

איך דארף נאך איבערליינען די זאכן נאך אפאר מאל מיט ישוב הדעת צו כאפן גוט די גאנצע מעשה.
--

דו האסט געשריבן אז אני מאמין איז א מיינאר, מסתמא מיינסטו ר' משה גאלדמאן'ס אני מאמין, ווייל די מודזשיצע איז א רומעניען.

בכלל, איך ווייס נישט פארוואס דו זאגסט אז רומעניען איז נישט אזוי פארשפרייט, איך מיין אז ס'איז זייער קאממאן. גאר אסאך וויזניצע ניגונים זענען רומעניען. פארדעם האט עס אזא טיפע עטוואס טונקעלע קרעכטץ. רומעניען ווערט אנגערופן א "מעלאכלאנישע סקעיל". דאכצעך אז די נוסח פון שבת צופרי, כולם אהובים וכו', איז אויך טיילווייז רומעניען.

--
פרידזשיען איז זייער קאממאן אין ספרדישע ניגונים.

אעופה אשכונה לויפט פריזשיען.

שכוח ממוצע.

גערעכט טאקע, ס׳אבער דאך נישט אזוי באקאנט ווי די אנדערע.

וואס מיינט דאס ׳מעלאכלאניש׳?

.......

יישר כח שוויציגע ביר (א מין ניק דאס...) ברוכים הבאים!
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5453
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: מוזיקפידיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

כינור האט געשריבן:

וואס מיינט דאס ׳מעלאנכאליש׳?

.......

יישר כח שוויציגע ביר (א מין ניק דאס...) ברוכים הבאים!

נישט געווען גוט געספעלט. ס'מיינט מרה שחורה.
אוועטאר
ציגאנער
שר האלפיים
תגובות: 2958
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 02, 2020 2:53 pm

Re: מוזיקפידיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ציגאנער »

ממוצע האט געשריבן:
כינור האט געשריבן:

וואס מיינט דאס ׳מעלאנכאליש׳?

.......

יישר כח שוויציגע ביר (א מין ניק דאס...) ברוכים הבאים!

נישט געווען גוט געספעלט. ס'מיינט מרה שחורה.

טערסאנט. וואו ווערט דאס גערופן אזוי?

(מיי אפיניען איז אז דער פרידזשיען איז די מערסטע מרה שחורה'דיג. כ'מיין טאקע די ספרד'ישע...)
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5453
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: מוזיקפידיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

ציגאנער האט געשריבן:טערסאנט. וואו ווערט דאס גערופן אזוי?

(מיי אפיניען איז אז דער פרידזשיען איז די מערסטע מרה שחורה'דיג. כ'מיין טאקע די ספרד'ישע...)

איך געדענק מיך ליינען אזוי אין וויקי
אוועטאר
ערעב איד
שר האלף
תגובות: 1198
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2020 11:47 pm
לאקאציע: אלל אווער דעי פלעיס

Re: מוזיקפידיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערעב איד »

שכח רב כינור זייער שיין און קלאר!
אוועטאר
כינור
שר חמש מאות
תגובות: 792
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 13, 2019 10:46 pm

Re: מוזיקפידיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כינור »

מיט רשות פון @איצל פיצל לייגן מיר דא ארויס אן אימעיל אויסטויש וואס מיר האבן געהאט. עס קען באהילפיג זיין צו פארשטיין די חילוק אין סקעילס.

איצל פיצל:

קודם יישר כח. כ׳האב שוין געליינט דיין סקעילס ארטיקל. עס איז שוין אויך געווען דא אמאל אן אשכול אויף סקעילס. איך בלייב אבער מיט זייער אן עם הארץ׳דיגע שאלה וואס איך כאפ נישט (פון ווי ווייס איך אז עס האט א פשוטע ענטפער? ווייל נישט דא און נישט דארט איז עס געווארן אדרעסירט)

לויט ווי מען איז דא מסביר איז א סקעיל, א געוויסע סעט פון 7 טענער.
וואס די פארום / אויסקוק / איידי פון די סקעיל ווערט געפארומט און אידענטיפיצירט, דורך ווי ווייט אלע טענער זענען געריקט איינער פון צווייטן - נישט קיין שייכות מיט וואספארא נעמען די נאטן טראגן - נאך פארן שפילן עני ניגון דערמיט!! יעצט ווען איך האב שוין אויסגעוועלט מיט וועלעכע טענער איך גיי מיך באניצן דורכאויס דעם ניגון, לייג איך עס -אזויצוזאגן- און אן עקסטערע קי בארד און איך שפיל נאר מיט דעי נאוטס אין וועלעכע אויסשטעל/סדר איך וויל און איך דריק וועלעכע באטען וויפיל מאל איך וויל, וועט דער ניגון זיין א מיינאר ניגון טאמער דער סקעיל וואס איך האב אויסגעוועלט איז א מיינאר סקעיל.
ביז אהער שטימט?
יעצט די מציאות איז אז כמעט יעדע ניגון פארט ארויס צו העכערע אקטיוו ארויס פון א שטח פון נאר זיבן נאטס.
איז מיין שאלה אזוי: ווען איך פיק א סקעיל אין וואס איך שפילן - פארשטייט זיך לויט די כללים פון האלבע/גאנצע. קוק איך נאכדעם וואס זענען די נאוטס וואס עס נעמט אריין, און דערנאך קען איך ניצן “די” נאוטס איבעראל אויפן קי בארד? נישט קיין חילוק און וועלעכע אקטיוו? ד.ה. אז אויב שפיל איך אויף A מיינאר קען איך ניצן (נאר) אלע ווייסע קנעפלעך פון די גאנצע קי בארד? ווייל עס גייט דאך פון A ביז G.
און טאמער ניץ איך G מיעדשאר סקעיל וועל איך זיך נאר קענען באניצן דורכאויס די גאנצע קי בארד מיט
G, A, B, C, D, E, and F♯
בין איך גערעכט ביז אהער?
אויב יא האב איך זייער א שווערע קשיא. אבער איך גיי נישט יעצט שרייבן ווייל קען זיין אז איך הייב נישט או ארויסצוהאבן די נושא.

כינור:

גערעכט ביז אהער. קומסט אריין זייער קלאר.

איצל פיצל:

קומט דאך אויס אז C מעידשאר און A מיינאר איז די זעלבע זאך. שטימט?

כינור:

אין די A מיינאר סקעיל איז דא די סי מעידזשער קאורד. יא.

איצל פיצל:

נאכאמאל. אלע ביידע סקעיל האבן אין זיך אלע נאוטס פון די ווייסע קנעפלעך! A מיינאר איז פון A ביז G. און C מעידשאר איז פון C ביז B. איז אויב אזוי ווי כאפט די חילוק צווישען די צוויי סקעילס?

כינור:

גארנישט אזא עמעראצישע שאלה... פרעגסט גוט און ס׳דא א פשוטע הסבר דערין. די עיקר חילוק פון די צוויי סקעילס איז פון ווי מ׳הייבט אן די ערשטע נאט פונעם סקעיל - דער טאניק. לאמיר נוצן די A מיינאר קאורד אלס משל - A C E.
צווישן די ערשטע נאט - A צום צווייטן נאט C אין א מיינאר קאורד איז דא צוויי קנעפלעך, און צווישן די צווייטע און דריטע איז פארהאן דריי קנעפלעך. משא״כ אין א סי מעידזשער קאורד - C E G, איז צווישן די ערשטע נאט - C און צווייטע נאט - E פארהאן דריי קנעפלעך, און צווישן די צווייטע און דריטע איז פארהאן צוויי קנעפלעך (רעכן מיט די שווארצע). ווי אזוי קען דאס זיין? ווייל אויב האסט געליינט די ארטיקל האסטו געזען אז די ווייסע קנעפלעך מיינט נישט אז ס׳איז גאנצע טענער, אינגאנצען נישט. די ווייסע קנעפלעך איז סך הכל אויסגעשטעלט לויט די מעידזשער סקעיל און בעצם פארמאגט עס צוויי האלבע טענער אינצווישן.

אויב ס׳נישט קלאר לאמיך וויסן.

גוטע נאכט

איצל פיצל:

So as you explain the difference between the scale of a minor and C major, Will only be recognized by playing chords but to determine the style of a certain song you can’t differ between A minor and C major? Because they are playing the same keys throughout the keyboard

כינור:

קודם האב איך דיר געוואלט מסביר זיין די חילוק פון די צוויי סקעילס. דערנאך האב איך דיר געשריבן אז אלעס ווענדט זיך אינעם טאניק - די ערשטע נאט און Home קי פון די סקעיל. ווען מען זינגט א מיינאר ניגון וועט מען נאטורליך וועלן צוריקגיין צו A. און אפי׳ טאקע ס׳דא פארשידענע טענער וואס זענען די זעלבע אין מיינאר און מעידזשער, וועט אבער די גאנצע ניגון לויפן מיט א ציל צוריקצוקומען צו A ממילא קען מען גאר גרינג פונאנדערשיידן פון א מיינאר ניגון צו א מעידזשער ניגון וואס די טאניק איז C און אלעס בויעט זיך ארום דעם C טאניק. פרוביר עס אויס ביי א קיבאורד, Its Fairly simpel.

איצל פיצל:

אזוי נישט מיר נישט, דיר נישט, האסטו ארויסגעברענגט און מסביר געווען דאס יסוד פון ״וואס איז דאס א סקעיל״ !!
פאר איינער וואס מיוזיק איז זיין וועזן, דארף מען אפשר דאס נישט מסביר זיין, ווייל מען פילט עס. אבער ווען מען שרייבט אזא דיטעילט באשרייבונג ווי דיינס וואס ווי עס זעהט אויס איז עס געמאכט פאר עכטע בעגינערס און ״נישט פארשטייערס״ האלט איך אז מען דארף זיך אביסל מער אראפלאזן און מסביר זיין אפילו די דברים פשוטים מאוד.
איז איך וועל יעצט איבערשרייבן לויט מיין יעצטיגע פארשטאנד אויף אביסל א מער אומפראפעשענעל לעוועל וואס איז דאס א סקעיל.
א סקעיל איז א געוויסע געפיל/רעסעפי/טעם אין א ניגון. וואס יעדע מענטש וואס פארמאגט די חוש הנגינה האט נאטירליך דעם געפיל. עס זענען דא פארשידענע רעסעפיס/אינגרידיענדס פון נאוטס וואס למשל אז מען וועט ניצן רעסעפי 1 וועט ארויס קומען א ניגון מיט א טעם פון שטארקייט/שמחה. און אויב וועט מען אריינמישן און דעם ניגון אנדערע נאוטס וואס באלאנגען נישט אין דעם רעסעפי/סקעיל וועט זיך עס הערן אף טון, און מען וועט ווערן נערוועז, אפילו מען האט נאך קיינמאל נישט געהערט דעם ניגון, און מען קען נישט זאגן דער ניגון קומט אזוי..
און אז מען וועט ניצן יענע אנדערע רעסעפי 2 מיט א געמיש פון אנדערע נאוטס, אדער אפילו די זעלבע נאוטס/אינגרידיענטס נאר געמישט אנדערש די רעסעפי וועט ארויס קומען א ניגון מיט א טעם פון געגועים וכו׳
יעצט, יעדע סקעיל האט איין פארטיקעלער הויפט אינגרידיענט/נאוט פון צווישן 12 נאוטס/אינגרידיענטס וואס ארום דעם נאוט וועט זיך דער ניגון דרייען. און אים וועט מען די מערסטע אנזעהן און הערן. איז לכבוד דעם ווערט די סקעיל געריפן על שמו ועל שם די געפיל וואס עס ברענגט ארויס.

כינור:

יאפ! געוואלדיג שיין געשריבן.
אוועטאר
ערעב איד
שר האלף
תגובות: 1198
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2020 11:47 pm
לאקאציע: אלל אווער דעי פלעיס

Re: מוזיקפידיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערעב איד »

שכח פאר די גאנצע ביז אהער און ספעציעל פאר די לעצטע.
אוועטאר
ציגאנער
שר האלפיים
תגובות: 2958
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 02, 2020 2:53 pm

Re: מוזיקפידיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ציגאנער »

זייער שיין!

דער טאניק איז אלעמאל דער ערשטער (- נידריגסטער) נאוט פונעם סקעיל.

רוב ניגונים (למשל עוד ישמע) הייבן זיך אן פונעם טאניק (אסאך מאל פארט עס קודם אביסל אראפ) און דערנאך גייט עס העכער אינעם סקעיל.
און ס'זענען דא ניגונים וואס הייבן זיך אן אין די הייעך (למשל זעקסטע הקפה), אבער זיי לאנדן צום סוף אראפ צום טאניק.

דערנאך זענען דא ניגונים וואס נישט זיי הייבן אן און נישט זיי ענדיגן אויף טאניק (למשל, חסל סידור פסח), און מ'קען האבן א הארד טיים צו כאפן וואו דער טאניק איז און אין וועלכע סקעיל זיי זענען.
זיסקינד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 301
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2017 6:57 am

Re: מוזיקפידיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיסקינד »

כינור האט געשריבן:נישט געלונגען צו לייגן אויבן מער ווי דריי בילדער

רומעיניען / דאריען סקעיל - משפחה 3 / נומער 4

Dorian.png

הארמאניק מיינאר סקעיל - ראש משפחה 3

Harmonic minor.png

פרידזשיען סקעיל - משפחה 1 / נומער 3

Phrygian.png

סקעיל'ס איז דא אוך א pdf אפשר?
איך וויל ארויס פרינטן אין ליינען שבת איז דא צייט
שכויח כינור ווווהההאאאאווו
כי טוב השם
אוועטאר
כינור
שר חמש מאות
תגובות: 792
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 13, 2019 10:46 pm

Re: מוזיקפידיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כינור »

ערעב איד האט געשריבן:שכח פאר די גאנצע ביז אהער און ספעציעל פאר די לעצטע.

שכוח ערעב איד פאר די פידבעק.
אוועטאר
כינור
שר חמש מאות
תגובות: 792
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 13, 2019 10:46 pm

Re: מוזיקפידיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כינור »

זיסקינד האט געשריבן:
כינור האט געשריבן:נישט געלונגען צו לייגן אויבן מער ווי דריי בילדער

רומעיניען / דאריען סקעיל - משפחה 3 / נומער 4

Dorian.png

הארמאניק מיינאר סקעיל - ראש משפחה 3

Harmonic minor.png

פרידזשיען סקעיל - משפחה 1 / נומער 3

Phrygian.png

סקעיל'ס איז דא אוך א pdf אפשר?
איך וויל ארויס פרינטן אין ליינען שבת איז דא צייט
שכויח כינור ווווהההאאאאווו

כ׳האף עס צו האבן בקרוב אין א פדפ פארמאט.
שכוח.
Of course
שר האלף
תגובות: 1279
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 1:09 am

Re: מוזיקפידיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Of course »

א געוואלדיגן יישר כח!

נישט סתם הנאה געהאט
Of course
שר האלף
תגובות: 1279
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 1:09 am

Re: מוזיקפידיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Of course »

Of course האט געשריבן:

אגב, איך בין נאך סטאק ביים ערשטן תגובה וואו דו האסט געשריבן אז מען גייט אויך אויסשמועסן איבער דאס עצם בויען א ניגון, וכו'.

וואס מיינט א גוטע קאמפאוזער, אדער א גוטע געביידע?

מיר ווארטן מיט שפאנונג.
Of course
שר האלף
תגובות: 1279
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 1:09 am

Re: מוזיקפידיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Of course »

כינור האט געשריבן:
זיסקינד האט געשריבן:
כינור האט געשריבן:נישט געלונגען צו לייגן אויבן מער ווי דריי בילדער

רומעיניען / דאריען סקעיל - משפחה 3 / נומער 4

Dorian.png

הארמאניק מיינאר סקעיל - ראש משפחה 3

Harmonic minor.png

פרידזשיען סקעיל - משפחה 1 / נומער 3

Phrygian.png

סקעיל'ס איז דא אוך א pdf אפשר?
איך וויל ארויס פרינטן אין ליינען שבת איז דא צייט
שכויח כינור ווווהההאאאאווו

כ׳האף עס צו האבן בקרוב אין א פדפ פארמאט.
שכוח.

און ווען דו האסט א פדפ פארמאט, ביטע שעירן מיטן ציבור.

אונטער דריי מאל געליינט הייסט נישט דורכגעטאן דאס ענין.
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנגינה און כלי שיר”