פעניאק האט געשריבן:א גוטע וואך אין א גוט יאר!
איך זוץ אויפן קאוטש אין איך הער אויס איינמאל אין נאכאמאל די נייע הערליכע מוזיק ווידיאו פון רפאל מאיר האלפערט, די מוזיק איז דאך מוראדיג ווי עס פאסט פאר סאבאבא
אזוי זיצענדיג כאפ איך פלוצלינג א "קארד טרייסטל"!!!
וואס איז דאס קארד טרייסטל אין וויאזוי כאפט מען דאס???
זייער פשוט די מינוטן אויפן ווידיאו ווייזט יעצט 4:35 ביי די ווערטער ואתה תשמע, אויף די "מע" פון תשמע איז דא א "אוגמענטעד קארד" (AUG)! יוי איז דאס גוט!
סנישט קיין וויץ, פאר ווער עס ווייסט וואס איך מיין...
קארדס קענען ממש רוקן א מענטש פון פלאץ!!!... מיט קארדס קען מען מאכן מענטשן לאכן, וויינען, טאנצן, אין טרייסטלען
על כן האב איך באשלאסן צו עפענען א אשכול ספעציעל פאר 'קארדס' אדזש ווען עמעצער שפירט אזא סארט "קארד טרייסטל" זאל מען עס שערן דא מיטן ציבור, פארשטייט זיך אז די אשכול וועט אויך דינען פאר מער פשוטע נישט טרייסטלנדע עניני קארדס ווי מען וועט זיך קענען אויסשמועסן וועלעכע קארד איז דעס וועלעכע קארד איז יענץ..., ועוד ועוד
ענדליך אן אשכול פאר קאורד אטאקעס, מיט אפאר אידן מיט גוטע אויערן...
WOW וואס קאורדס קענען טון צו א מענטש!...
קאורדס קענען מיר צומאל ארויסנעמען פון די גלייזן אזש איך שפיר אז איך ווער שיער משוגע!...
און יא. דער ניגון איז וועל-דאן עררעינדזשט דורכן מייסטער מענדי הערשקאוויטש - וועלכער איז טאקע א גאון אין קאורדס.
אבער בכל הכבוד פעניאק, די קאורד פון וואס דו רעדסט איז נישט זיין חידוש... ס'זעלבע קאורד איז דא אויף די אריגינעל דערפון - אייזיק האניג'ס אלבום.
וואס ס'האט מיר יא אויפגעטרייסלט איז וואס ער מאכט צווישן איבערזינגען די ערשטע פאל די ערשטע מאל און ד צווייטע מאל ביי 1:04.
דאס האט מיר פיין געקיצלט...
און אויב איינער קען מיר זאגן וואס ער טוט מיט די סטרינגס ביי 4:14 וואלט איך עס אויך עפרישיעיטעד.
(ליידער קען איך נאכנישט איידענטעפייען קאורדס ביי די נעמען...)
דעס איז ממש אנבעליוועבל!
הלואי אויף מיר געוואונטשן...