סטאוו יא פיטא האט געשריבן:אין די נייע זמירות דברי יואל שטייט אזוי: - אז רוב ניסים האט ער געזינגען בניגון המיוחס לראפשיץ וצאנז, - כי לו נאה (אדיר במלוכה) און אדיר הוא האט ער געזינגען בניגון המיוחס לתלמידי בעל שם - אחד מי יודע און חד גדיא בניגון החוזה מלובלין שבראפיץ שרו על לקל אשר שבת
אקעי ס'שטימט שוין, מ'האמיר די דריי ניגונים, די שאלה איז נאר צו אז רוב ניסים מיט אדיר במלוכה האסטו נישט פארטוישט
רבוה"ע איז א ניגון מתלמידי בעל שם און לויט אלע ווארשיינליכקייטן איז עס געווען די אדיר במלוכה, און ופתח לנו איז געווען אז רוב ניסים
און אחד מיו יודע מיט חד גדיא איז געווען לקל אשר שבת
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
למעשה האב איך יו"ט אביסל נאכגעקוקט און נאכגעפרעגט, האב איך געפינען 3 נוסחאות דערין, ווארשיינליך האט דער רבי געטון אמאל אזוי און אמאל אזוי כדרכו בקודש.
איז די ניגונים זענעם געווען דריי. 1. ניגון המגיד (וואס די וועלט זינגט מוצ"ש אויף רבונו של עולם), המיוחס להמגיד זיע"א אין די נייע דבר"י רופט ער דאס המיוחס לתלמידי בעל שם. 2. ניגון ראפשיץ, (וואס די וועלט זינגט מוצ"ש אויף ופתח לנו), דאס ווערט גערופן ניגון ראפשיץ וצאנז, און דאס איז די אזמר בשבחין פון סיגוט. 3. ניגון ניגון החוזה מלובלין שבראפשיץ שרו על לקל אשר שבת.
אין די סדר הניגונים זענען שוין דא שיטות,
א. לויט ווי אזוי איך האב געהערט אז אסאך עלטערע תלמידים פון רבי'ן זינגען די ניגונים, האט מען געזינגען אויף אדיר במלוכה #2, אויף אדיר הוא יבנה ביתו #1, און אויך אלע אנדערע פיוטים #3.
ב. לויט ווי אזוי אידן וואס זענען געווען ביים סדר אין די שפעטערע יארן, און אזוי שטייט אין די הגדות דברי יואל (שפיץ) און ברך משה, איז די ערשטע צוויי פיוטים (ויהי בחצי הלילה, און ואמרת זבח פסח), געווען #2, די נעקסטע צוויי (אדיר במלוכה און אדיר הוא) #1, און די קומענדיגע צוויי #3.
ג. אין מחזור דברי יואל (גליק) ועפ"י דבריו אין הגש"פ דבר"י הקדמון און אין הגש"פ נוסח סאטמאר, ברענגט ער אז דער רבי האט געזינגען בסירוגין, דהיינו: ויהי בחצי - #2, ואמרתם - #1, כי לו נאה #2, אדיר הוא יבנה - #1, און אחד מי יודע און חד גדיא - #3.
און כדרכו בקודש פונעם רבין זי"ע איז נישט געווען קיין כלל אין די ענינים.
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
וואס מיינסטו מיט די סיגוט'ער מזמור לדוד? אין סיגוט פלעגט מען יעדעס יאר זינגען א נייעם ניגון איינס פון די ניגוני הימים נוראים
אפשר מיינסטו דאס וואס מ'האט געזינגען ביי של"ש אין סיגוט'ער ביהמ"ד בשנות כהונתו פון מרן הב"מ אלס סיגוט'ער רב? דאס איז געווען א שלום עליכם ניגון פונעם עצי חיים (אין די אנהייב מ' יארן פלעגט מען עס זינגען אויף שיר המעלות ביים רבי'ן הב"מ זצ"ל)
דער ענטפער טוישט זיך, אבער די פראגע בלייבט די זעלבע, וויפיל אזייגער איז?
וואס מיינסטו מיט די סיגוט'ער מזמור לדוד? אין סיגוט פלעגט מען יעדעס יאר זינגען א נייעם ניגון איינס פון די ניגוני הימים נוראים
אפשר מיינסטו דאס וואס מ'האט געזינגען ביי של"ש אין סיגוט'ער ביהמ"ד בשנות כהונתו פון מרן הב"מ אלס סיגוט'ער רב? דאס איז געווען א שלום עליכם ניגון פונעם עצי חיים (אין די אנהייב מ' יארן פלעגט מען עס זינגען אויף שיר המעלות ביים רבי'ן הב"מ זצ"ל)
פון דעם רעדט מען, ווי קען מען האבן א ריקארדינג דערפון?
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
כידוע פלעגט די רבי איבער זינגען די שלום עליכם ניגון עטליכע מאל אויך די גאנצע לאנגע תפלה פון רבון כל העולמים בוז אשת חייל סהייסט די עולם האט נישט גהערט ווי אזוי מזעצט די ווערטער האט מיר להבדל בין חיים לחיים א איד ע"ה וואס לעבט שוין נישט פארציילט אז איינמאהל איז ער געשטאנען גאר נאנהט צום רבי'ן זי"ע און ער האט גהערט ווי די רבי הייבט נאך א מאל אן די ניגון ביי אנא מלך מלכי המלכים צוה וכו' די וויפילטע מאל ווייס איך נישט אבער איך טראכט סקען זיין אינטערסאנט צו וויסען דאס אין אויב איינער ווייסט וויפיל מאל מהאט עס איבער געזינגען וואלט מען אפשר גקענט אויס רעכנען אדער אפשר יעדע מאל איז גוועהן אנדערש גאר
רבותינו האט געשריבן:כידוע פלעגט די רבי איבער זינגען די שלום עליכם ניגון עטליכע מאל אויך די גאנצע לאנגע תפלה פון רבון כל העולמים בוז אשת חייל סהייסט די עולם האט נישט גהערט ווי אזוי מזעצט די ווערטער האט מיר להבדל בין חיים לחיים א איד ע"ה וואס לעבט שוין נישט פארציילט אז איינמאהל איז ער געשטאנען גאר נאנהט צום רבי'ן זי"ע און ער האט גהערט ווי די רבי הייבט נאך א מאל אן די ניגון ביי אנא מלך מלכי המלכים צוה וכו' די וויפילטע מאל ווייס איך נישט אבער איך טראכט סקען זיין אינטערסאנט צו וויסען דאס אין אויב איינער ווייסט וויפיל מאל מהאט עס איבער געזינגען וואלט מען אפשר גקענט אויס רעכנען אדער אפשר יעדע מאל איז גוועהן אנדערש גאר