בירורי מקורות הניגונים
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- סטאוו יא פיטא
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 19809
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am
בירורי מקורות הניגונים
אין דעם אשכול וועט מען בע"ה מברר זיין מקורות פון אלטע ניגונים, בעיקר די ניגונים וואס די מקורות זענען נישט אזוי באקאנט אדער איז דא א טעות אינעם מקור.
דער ציל פונעם אשכול איז נישט אויף צי פרעגן פון ווי א ניגון שטאמט וכדו', די שאלות בעלאנגען אין זייערע אשכולות המיוחדים, נאר אויב איינער האט אינפארמאציע אויף א ניגון וואס איז נישט אזוי באקאנט אדער ווייסט פון א ניגון וואס די וועלט איז זיך טועה פון ווי עס שטאמט איז דא די פלאץ דערפאר.

הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
- סטאוו יא פיטא
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 19809
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am
Re: בירורי מקורות הניגונים - אני ישנה - ר' ברוך בער?
ובזה החלי: דער ניגון אני ישנה המיוחס להגאון ר' ברוך בער לייבוביץ זצ"ל פון קאמעניץ:
אין די וועלט - בפרט אין די ישיבה'ישע וועלט - איז שטארק באקאנט אז דאס איז א ניגון פון ר' ברוך בער, דאס האט לכאורה נישט קיין מקור און איז ווארשיינליך א טעות.
די סיבה פון דעם טעות איז ווייל הגאון ר' משה שמואל שפירא זצ"ל האט זייער ליעב געהאט דעם ניגון און פלעגט עס אסאך זינגען, און וויבאלד רוב ניגונים וואס הגרמש"ש פלעגט זינגען זענען געווען פון ר' ברוך בער האט זיך געשאפן דער טעות. אזוי שרייבט שוין איינער אויף אוצר החכמה 8 יאר צוריק
ס'איז אינטערסאנט צי באמערקן אז דער ניגון איז אדורך דראסטישע שינוים (לשבח) פון איר מקור צי וויאזוי ס'איז געזינגען היינט.
דער ניגון אריגינעל פונעם אלבום לב טהור פון דעם חסיד'ישן מלחין ר' שלמה ווייצמאן, דער אלבום איז ארויסגעקומען פאר 42 יאר צוריק בשנת תש"מ.
דער ניגון ווי עס איז באקאנט היינט איז ארויסגעקומען אויפן אלבום "אן עונג שבת" פון ר' אביש בראדט מיט ר' יונתן שווארץ פאר 15 יאר צוריק, שפעטער איז עס שוין ארויסגעקומען אויף די אפיציעלע אלבום "ניגוני קודש שהיו מושרים ע"י מרן הגאון רבי ברוך בער ליבאוויץ זיע"א"
דער ניגון פונעם אלבום הנ"ל ניגוני ר' ברוך בער

הוגה ומעיין האט געשריבן:היימישער האט געשריבן:דומני שיש מר' ברוך בער שיר על הפסוק אני ישנה וליבי ער.
בנוגע לניגון זה יש לתקן את הטעות שנשתרשה. לא הגרב"ד חיבר את הניגון, אלא יהודי מבני ברק של אז, ר' שלמה ויצמן, שהוציא תקליט בשם "שירי שירים - לב טהור", ובו מספר ניגונים, שנים מהם על פסוקים משיר השירים: "אני ישנה" המדובר, ו"יונתי". יהודי בשם ברנשטיין המתגורר היום בבני ברק שמע את הקלטת בהיותו בחור בישיבת באר יעקב, הביא את הניגון לישיבה, והגרמש"ש מאוד נהנה ממנו והיה שר אותו פעמים רבות. וכיון שרבים מניגוני הגרמש"ש היו משל הגרב"ד, נשתרשה טעות זו בעולם, כאילו גם שיר זה ממנו. כך שמעתי מפי אותו ברנשטיין, שסיים בחיוך: אני הוא אותו הגרב"ד ממנו שמע הגרמש"ש את השיר.
יש בכך נ"מ הן בהעמדת שם המת על נחלתו והן לכך שאין מכאן ראיה שהגרב"ד התיר ניגונים על פסוקי שה"ש.
ס'איז אינטערסאנט צי באמערקן אז דער ניגון איז אדורך דראסטישע שינוים (לשבח) פון איר מקור צי וויאזוי ס'איז געזינגען היינט.
דער ניגון אריגינעל פונעם אלבום לב טהור פון דעם חסיד'ישן מלחין ר' שלמה ווייצמאן, דער אלבום איז ארויסגעקומען פאר 42 יאר צוריק בשנת תש"מ.
דער ניגון ווי עס איז באקאנט היינט איז ארויסגעקומען אויפן אלבום "אן עונג שבת" פון ר' אביש בראדט מיט ר' יונתן שווארץ פאר 15 יאר צוריק, שפעטער איז עס שוין ארויסגעקומען אויף די אפיציעלע אלבום "ניגוני קודש שהיו מושרים ע"י מרן הגאון רבי ברוך בער ליבאוויץ זיע"א"
דער ניגון פונעם אלבום הנ"ל ניגוני ר' ברוך בער
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
Re: בירורי מקורות הניגונים
געוואלדיגו! קודם כל ייש"כ סטאוו פאר'ן עפענען אזא'ן אשכול, און נאכדערצי מיט אזא דראסטישע חידוש ווי דער עולם גולם האט אנגענומען דעם ניגון.
זייער אינטערסאנט ווי זאכן פארן און פארקויפן זיך, אזא ברייט באקאנטע וועלטס אנגענומענע זאך אז דער "אני ישנה פון ר' ברוך בער" איז פשוט און גראד אנגענומען אזוי ווייל ס'איז דא אויף א אלבום "ניגוני ר' ברוך בער"... והיינו טעמא ד"ניגוני ר' מאיר שפירא" וואס אלעס פון יענעם דיסק איז ברייט באקאנט אנגענומען אז דאס איז פון הגר"מ בלי שום פקפוק, בשעת עטליכע ניגונים האבן גאר אן אנדערע מקור, נאר ר' מאיר האט עס געזינגען וכדו'.
אגב, אויף דער אלבום טאקע פון ניגוני ר' ברוך בער איז אויך דא א באקאנטע תורת ד' תמימה, אבער די מחבר איז ר' פייבל מנדלוביץ (אן אייניקל פון ר' שרגא פייבל מנדלוביץ זצ"ל ר"י תורה ודעת).

איך האב קיינמאל נישט געגלייבט אז דער ניגון האט א גדול בישראל געמאכט. ס'האט מיר נישט געמאכט קיין סענס.
--
ש'כח סטאו! גיי אן!
--
ש'כח סטאו! גיי אן!
Re: בירורי מקורות הניגונים
וועל איך זיך מחי' זיין מיט אזא אשכול, סיי עס איז נגינה (פאר א ניינער) סיי עס איז מתקן טעותים (פאר אן איינסער)
# ראנג אשכול
- - - - - - - - - - -
א גרויסן ייש" כ הרב סטאוו, עס איז מיר געווען א חידוש, והדברים נראים נכונים
# ראנג אשכול
- - - - - - - - - - -
א גרויסן ייש" כ הרב סטאוו, עס איז מיר געווען א חידוש, והדברים נראים נכונים
Re: בירורי מקורות הניגונים
אמאל געפרעגט מיין בריסקער מגי"ש צי עס איז אמת אז הגרב"ד האט מחבר געווען דעם אני ישנה, האט ער עס אוועקגעמאכט מיט זיין בריסקע שארפקייט
פוצה פה ומצפצף
Re: בירורי מקורות הניגונים
הרב סטאוויא לאמיר הערן דיין מיינונג אויף די סאטמאר'ע תרצ"ה הקפה ניגון וואס מען איז מייחס אז די רבי האט עס מחבר געווען, היש דברים בגוי?
אינטערעסאנט אין איינע פון די וויזניצע אלבומ'ס איז דא א ניגון וואס די הויכע פאל איז כמעט די זעלבע ווי די הויכע פאל פון דעם ניגון, יתכן אז ביידע קומען פון ר' בעריש ווישעווער?
אינטערעסאנט אין איינע פון די וויזניצע אלבומ'ס איז דא א ניגון וואס די הויכע פאל איז כמעט די זעלבע ווי די הויכע פאל פון דעם ניגון, יתכן אז ביידע קומען פון ר' בעריש ווישעווער?
Re: בירורי מקורות הניגונים
Mezofzef האט געשריבן:Wow
אין ר' שלמה ויצמן'ס גירסא איז נישט דא די הויכע פאל.
Oh yes, איינס א האלב מינוט אריין
Re: בירורי מקורות הניגונים
Who knows האט געשריבן:Mezofzef האט געשריבן:Wow
אין ר' שלמה ויצמן'ס גירסא איז נישט דא די הויכע פאל.
Oh yes, איינס א האלב מינוט אריין
דאס איז נאך דער ערשטער פאל
פוצה פה ומצפצף
- סטאוו יא פיטא
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 19809
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am
2. בירורי מקורות הניגונים - ניגון שהלחין הרה"ק מסאטמאר זי"ע
Who knows האט געשריבן:הרב סטאוויא לאמיר הערן דיין מיינונג אויף די סאטמאר'ע תרצ"ה הקפה ניגון וואס מען איז מייחס אז די רבי האט עס מחבר געווען, היש דברים בגוי?
אינטערעסאנט אין איינע פון די וויזניצע אלבומ'ס איז דא א ניגון וואס די הויכע פאל איז כמעט די זעלבע ווי די הויכע פאל פון דעם ניגון, יתכן אז ביידע קומען פון ר' בעריש ווישעווער?
ראה זה פלא!
פינקט נעכטן בין איך געקומען צים מסקנא אז דער ניגון פון *תרצ"ו - תרצ"ז האט די רבי טאקע מחבר געווען,
אבער די דריטע פאל בלייבט טאקע איבער א גרויסע ספק,
כ'האב מיר אנגעשטויסן אין דעם ריקארדינג פון תשס"ב - א קורצע צייט נאך סאטמאר וויליאמסבורג האט עס ארויסגעגעבן - ווי עס רעדט א עלטערע איד, עפעס א רב (כ'דערקען נישט ווער ס'איז - אדרבה אויב איינער ווייסט ווער דאס איז זאל ביטע מיטטיילן) און ער פארציילט מיט א ברירות אז ער געדענקט עס פון דעמאלטס
און ער זאגט אז דער הויעכע פאל וואס מ'קען היינט קומט פון אנדערע ניגון!!
דער ניגון פון אלבום א וויזניצע ניגון 1 איז טאקע דער זעלבע הויעכע פאל און דערפאר איז יתכן אז דער תרצ"ו ניגון האט געהאט א אנדערע הויעכע פאל (אויב בכלל), דער ניגון איז אויכט באקאנט אין גור, קיין וויזשניץ איז עס געקומען פון גאלאנטע און האט נישט מיט ר' בעריש ווישעווער..
- אטעטשמענטס
-
- א וויזניצע ניגון 1 ניגון 8.JPG (22.49 KiB) געזען 5011 מאל
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
Re: בירורי מקורות הניגונים
Mezofzef האט געשריבן:Who knows האט געשריבן:Mezofzef האט געשריבן:Wow
אין ר' שלמה ויצמן'ס גירסא איז נישט דא די הויכע פאל.
Oh yes, איינס א האלב מינוט אריין
דאס איז נאך דער ערשטער פאל
ביסט דיך טועה, ער זינגט עס אבער נאר איין מאל אנדערש ווי די מנהג העולם
Re: בירורי מקורות הניגונים
דו שרייבסט עס מוראדיג קלאר און חוקר ודורש.
Re: בירורי מקורות הניגונים
קעפל: ניגוני חב"ד, נח"ח, היכל נגינה
דענק איך אז באבוב האט א ניגון וואס די ערשטע פאל איז ממש די זעלבע, די צווייטע פאל איז אביסל אנדערש אבער נאך אלס ענליך, און די דריטע פאל איז אינו דומה, איך טרעף עס נישט יעצט, ווייסט פון וואס איך רעד? עפעס א שייכות צווישן די ניגונים?
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:מחשב האט געשריבן:zugurnish האט געשריבן:http://www20.chassidus.com/audio/nigun/15-21-Niggun-Rikkud-We-Want-Moshiach-Now-Heichal-Neginah.htm
בהיכל הנגינה מובא כאחד מניגוני ריקוד ישנים
דא האט איר די ניגון פון ברסלב.
https://drive.google.com/file/d/1OFrxZy ... sp=sharing
והאמת הוא, אז לויטן שניט פונעם ניגון זעט מיר דאס מאל אויס מער אז דאס איז א ברסלב'ער.
אוואדע דאס איז דאך רבי שמעלקא'ס ניגון ... פון מיינע ערשטע תגובות! דא
דענק איך אז באבוב האט א ניגון וואס די ערשטע פאל איז ממש די זעלבע, די צווייטע פאל איז אביסל אנדערש אבער נאך אלס ענליך, און די דריטע פאל איז אינו דומה, איך טרעף עס נישט יעצט, ווייסט פון וואס איך רעד? עפעס א שייכות צווישן די ניגונים?
- סטאוו יא פיטא
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 19809
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am
Re: בירורי מקורות הניגונים
Who knows האט געשריבן:דענק איך אז באבוב האט א ניגון וואס די ערשטע פאל איז ממש די זעלבע, די צווייטע פאל איז אביסל אנדערש אבער נאך אלס ענליך, און די דריטע פאל איז אינו דומה, איך טרעף עס נישט יעצט, ווייסט פון וואס איך רעד? עפעס א שייכות צווישן די ניגונים?
לא תבושי - שירי ציון 2 (בני) ניגון 3
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
Re: בירורי מקורות הניגונים
די באקאנטע ניגון, וואס מ'זינגט אין חב"ד אויף בך ה' חסיתי, איז אנגענומען אין באבוב צו זיין א ניגון פון קדושת ציון, אבער די ערשטע פאל גייט אנדערש, א"כ האב איך מיר געוואונדערט פון ווי קומט די ערשטע פאל?
עד שמצאתי אז ר' בנציון שענקער אויף ניגוני מודז'יץ למוצאי שבת זינגט אויף ככתוב הנה אנכי שולח לכם א ניגון, וואס די ערשטע פאל איז ממש די ערשטע פאל פון בך ה' חסיתי, און די צווייטע און דריטע פאל איז די ניגון וואס אונז קענען פון חדר אויף ראובן שמעון ... דאס זענען די נעמען פון די צוועלעף שבטים, איך ווייס נישט פונקט צו וועם מען איז מייחס דעם ניגון אין מאדזשיץ, אפשר וועט @סטאוו אריינקומען מיט מער פרטים
עד שמצאתי אז ר' בנציון שענקער אויף ניגוני מודז'יץ למוצאי שבת זינגט אויף ככתוב הנה אנכי שולח לכם א ניגון, וואס די ערשטע פאל איז ממש די ערשטע פאל פון בך ה' חסיתי, און די צווייטע און דריטע פאל איז די ניגון וואס אונז קענען פון חדר אויף ראובן שמעון ... דאס זענען די נעמען פון די צוועלעף שבטים, איך ווייס נישט פונקט צו וועם מען איז מייחס דעם ניגון אין מאדזשיץ, אפשר וועט @סטאוו אריינקומען מיט מער פרטים
- סטאוו יא פיטא
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 19809
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am
Re: בירורי מקורות הניגונים
געוואלדיג! והדברים נחקרו ונגמרו, חב"ד האט געמאכט א פיינעם קיגל צווישן א ניגון פון קדושת ציון מבאבוב און דברי ישראל ממאדזשיץ
(כ'האב געטוישט די לינקס אין מיין צוטירטע צי דראפבאקס לינקס)

Who knows האט געשריבן:די באקאנטע ניגון, וואס מ'זינגט אין חב"ד אויף בך ה' חסיתי, איז אנגענומען אין באבוב צו זיין ניגון קדיש פון קדושת ציון, אבער די ערשטע פאל גייט אנדערש, א"כ האב איך מיר געוואונדערט פון ווי קומט די ערשטע פאל?
עד שמצאתי אז ר' בנציון שענקער אויף ניגוני מודז'יץ למוצאי שבת זינגט אויף ככתוב - להדברי ישראל א ניגון, וואס די ערשטע פאל איז ממש די ערשטע פאל פון בך ה' חסיתי, און די צווייטע און דריטע פאל איז די ניגון וואס אונז קענען פון חדר אויף ראובן שמעון ... דאס זענען די נעמען פון די צוועלעף שבטים, איך ווייס נישט פונקט צו וועם מען איז מייחס דעם ניגון אין מאדזשיץ, אפשר וועט @סטאוו אריינקומען מיט מער פרטים
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
Re: בירורי מקורות הניגונים
אויך איז אינטערעסאנט צו אנווייזן אז די באקאנטע קינדער לידל "שאשא שאשא נישט רעדן לשון הרע" איז בעצם די מאדזשיץ'ע שמחה לארצך, א משהו נשתנה געווארן
Re: בירורי מקורות הניגונים
Who knows האט געשריבן:אויך איז אינטערעסאנט צו אנווייזן אז די באקאנטע קינדער לידל "שאשא שאשא נישט רעדן לשון הרע" איז בעצם די מאדזשיץ'ע שמחה לארצך, א משהו נשתנה געווארן
יא. ס'איז א פיינער קעטש דאס.
- פרישע קוגל
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3014
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 13, 2020 1:14 pm
- לאקאציע: און עוד מלבדו - דענווער קאלאראדא
Re: בירורי מקורות הניגונים
שטארקע נייעס דער אשכול!
סטאוו, מען קען דיר נישט שאצן…!
סטאוו, מען קען דיר נישט שאצן…!
- יוסף פריעדמאן
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7437
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am
Re: בירורי מקורות הניגונים
Who knows האט געשריבן:אויך איז אינטערעסאנט צו אנווייזן אז די באקאנטע קינדער לידל "שאשא שאשא נישט רעדן לשון הרע" איז בעצם די מאדזשיץ'ע שמחה לארצך, א משהו נשתנה געווארן
כ'מיין אז די שמחה לארצך איז פון תש"ו.
כי לך טוב להודות
.ע . ע .ע . ע . ע . ש .ע . ע . . ש . .ע . ש .ע . ע .ש . ש . ש .ע . ע ולשמחה נאה לזמר.ע . ע .ע . ע
.ע . ע .ע . ע . ע . ש .ע . ע . . ש . .ע . ש .ע . ע .ש . ש . ש .ע . ע ולשמחה נאה לזמר.ע . ע .ע . ע
Re: בירורי מקורות הניגונים
Who knows האט געשריבן:די באקאנטע ניגון, וואס מ'זינגט אין חב"ד אויף בך ה' חסיתי, איז אנגענומען אין באבוב צו זיין א ניגון פון קדושת ציון, אבער די ערשטע פאל גייט אנדערש, א"כ האב איך מיר געוואונדערט פון ווי קומט די ערשטע פאל?
עד שמצאתי אז ר' בנציון שענקער אויף ניגוני מודז'יץ למוצאי שבת זינגט אויף ככתוב הנה אנכי שולח לכם א ניגון, וואס די ערשטע פאל איז ממש די ערשטע פאל פון בך ה' חסיתי, און די צווייטע און דריטע פאל איז די ניגון וואס אונז קענען פון חדר אויף ראובן שמעון ... דאס זענען די נעמען פון די צוועלעף שבטים, איך ווייס נישט פונקט צו וועם מען איז מייחס דעם ניגון אין מאדזשיץ, אפשר וועט @סטאוו אריינקומען מיט מער פרטים
הניגון בך ה' חסיתי הינו עליז ונלהב, מושר בהתלהבות ושמחה עצומה ובעל שלוש בבות (קטעים\בתים). הולחן על ידי רבי בן-ציון הלברשטאם בעל ה"קדושת ציון", האדמו"ר השני מבאבוב.
לכבוד יום הולדתו השבעים של הרבי, התאים החזן ר' משה טלישבסקי מנגינה זו למילים מפרק התהלים החדש של הרבי - פרק ע"א: "בך ה' חסיתי אל אבושה לעולם".
ניגון זה הוא ניגון שי"ג בספר הניגונים.
זעה דא
Re: בירורי מקורות הניגונים
ניגון חב"די באלבום לחתונת באבוב ● להאזנה
לאחרונה יצא לאור אלבום חדש, שביעי במספר בסדרת 'עת רקוד' בעיבודו של ישראל לאם לכבוד החתונה הגדולה בבית כ"ק אדמו"ר מבאבוב. בין הניגונים מופיע ניגון שמח לבעל ה"קדושת ציון". לכבוד יום הולדתו השבעים של הרבי, התאים החזן ר' משה ע"ה טלישבסקי מנגינה זו למילים מפרק התהלים החדש של הרבי - פרק ע"א ● להאזנה לניגון
כו שבט התשע"ד (27.01.2014)
הדפס כתבה
לאחרונה יצא לאור אלבום חדש, שביעי במספר בסדרת 'עת רקוד' בעיבודו של ישראל לאם לכבוד החתונה הגדולה בבית כ"ק אדמו"ר מבאבוב. האלבום החדש מכיל אחד-עשר ניגוני באבוב עתיקים, רובם הולחנו ע"י ר' בן-ציון הלברשטאם הי"ד, בעל ה"קדושת ציון", האדמו"ר השני מבאבוב.
בין הניגונים מופיע ניגון שמח לבעל ה"קדושת ציון". לכבוד יום הולדתו השבעים של הרבי, התאים החזן ר' משה ע"ה טלישבסקי מנגינה זו למילים מפרק התהלים החדש של הרבי - פרק ע"א: "בך ה' חסיתי אל אבושה לעולם". לאחמ"כ הופיע הניגון בספר הניגונים (ניגון שי"ג).
בהזדמנות סיפר ר' משה טלישבסקי: הגשתי בזמנו תקליט מהניגון "בך ה' חסיתי" לרבי, וב"ה הניגון סחף את כל התמימים ואנ"ש ושרו אותו בהתלהבות רבה בהתוועדות של י"א ניסן תשל"ב "שבעים שנה". גם שמעתי שהרבנית חי' מושקא נ"ע, אמרה אח"כ ששמעה שהניגון הי׳ משהו מיוחד מאוד, וביקשה שישלחו לה את התקליט מההתוועדות.
במוצאי שבת, י"א ניסן אותה שנה, החלו החסידים בהתוועדויות. השמחה הייתה ללא הגבלות והריקודים נמשכו עד שעות הבוקר המוקדמות. במשך כל הלילה רקדו כל הקהל עם הניגון "בך ה' חסיתי" - בשמחה רבה, תוך כדי שמקיפים בריקוד את חדרו הקדוש של הרבי - עלו מהזאל הגדול למטה דרך המדרגות ויצאו מהדלת הראשית של 770 החוצה ונכנסו שוב דרך הדלת לזאל למטה (הדלת שקרובה כיום לספרי' לתורת כ"ק אד"ש).
מקור
Re: בירורי מקורות הניגונים
איטשע האט געשריבן:ניגון חב"די באלבום לחתונת באבוב ● להאזנה

אינטערעסאנט אז די רעקארדינג וואס זיי אליינס ברענגען איז אויף די ארגינעלע באבוב'ע נוסח און נישט לויט ווי מ'זינגט עס אין חב"ד, און זיי צייכענען אפילו נישט אן וואספארא טשולענט דער ר' משה טלישבסקי האט געמאכט (גראדע נישט קיין שלעכטע שילוב)
Re: בירורי מקורות הניגונים
אוי ווי עס קרענקט מיר ווען ס׳קומט א בעל תפלה קיין באבוב, און ער הייבט אן אט דער ניגון מיט א זעלבסט זיכערקייט, מיט׳ן פארדרייטען ליבאוויטשן אנהייב.