נוסח התפילה ונגינה עדות המזרח.

פארצייטישע נגינה, נוסח התפילה, מועדים וזמנים

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
בארואיגט-אייך
שר האלף
תגובות: 1278
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 15, 2017 11:53 am

נוסח התפילה ונגינה עדות המזרח.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בארואיגט-אייך »

יום טוב די ערשטע טאג איז מיר אוסגעקומען צו וואקן לעבן א ביהמ''ד ווי עס דאווענען דארטן יוצאי ארגענטינא, אין מע האט ארויס געהערט זייער דאווענען.

איך בין געבליבן שטיין דארטן אפאר מינוט פון מתיקות אין ווארעמקייט וואס דארטן איז געווען, אין דאס איז מיין ערשטע מאל וואס מע באגעגענט זיך דערמיט.

איך האב געפרעגט א ארטיגע מתפלל על מה זה זאגט ער מיך אזוי, אונז קומען אין שטאמען דורות פון עדת המזרח, די מערהייט פון אונז קומען פון ארגענטינא וואס אונזערע עלטערן האבן אימעגריט פון סיריע אהין.

אין מע האט אונז אונגעטאן שטריימל בעקיטשע קעגן אונזער ארגענעלע מסורה, אין מיר פירן זיך מער ווייניגער לויט די היגער לעבענ'ס שטייגער, אבער ווען סע קומט ימים נוראים דענמאלץ קומען ארויף אונזערע בלוט אין פלייש אין מיר דאווענען אונזער ארגענעלע נוסח.

ער געבט מיר צו פארשטיין אז זייער נוסח התפילה איז אינגאנצן אנדערש ווי אנדערע שולן, מע זאגט נישט קיין יוצר, מע זאגט נישט קיין המלך, די נוסח התפילה איז בבחינת שמיסן אין רעדן צום באשעפער ווי א קינד צו א טאטע וואס דאס בין איך מעיד, אנדערע טראפן, אין איינמאל די דאווענסט די נוסח וועסטו מער נישט וועלן וויינען מיט א נתנה תוקף.

איך האב געזען אפאר אינטערעסאנטע זאכן ווי, מע גייט נישט מיט א קיטל, די בעל תפילה שטייט ביים בלעמער אינמיטן בית המדרש, יעדער דארף מיטזינגען, יעדער קינד וואס אפילו ער איז דא געבוירן קען ער די נוסח מע דאווענט מיט א ספעציעלע חן, וכו'.

איז אונטערעסאנט צו מאכן א אשכול דערפון אין לאמיר זען וואס אנדערע זאגן.
לעצט פארראכטן דורך בארואיגט-אייך אום מיטוואך אקטאבער 02, 2019 12:46 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אסאך מאל דארף זיך א מענטש ווענטילעטען זיין יומידיטי.
בעסער דא אויף מיר, ווי איידער אויף זיין ווייב אונדערהיים
ישרן
שר חמש מאות
תגובות: 779
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 07, 2019 12:11 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישרן »

זייער אינטערעסאנט. ביי זיי איז נאך דא די מצוה פון ניסוך המים. חוץ אז איר רעדט פון די "נוסח" התפלה.
נעכטן
שר האלפיים
תגובות: 2889
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 5:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעכטן »

דריי נוסחאות שרייבסטו, נוסח נוסך נסוך.
האקט
געשריבן דורך: נעכטן
אוועטאר
בארואיגט-אייך
שר האלף
תגובות: 1278
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 15, 2017 11:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בארואיגט-אייך »

איך האב דאס געשריבן פון מיין פאון, אין דאס האט א אפציע וואס איך ווייס נישט וויאזוי עס צו טוישן אז ער כאפט א ווארט אין ער לאזט עס אזוי, אין ווען מע וויל עס מעקן ברענגט ער א צווייטע, אנטשאלדיג'ס איך וועל עס פאררעכטן מארגן אי''ה.
אסאך מאל דארף זיך א מענטש ווענטילעטען זיין יומידיטי.
בעסער דא אויף מיר, ווי איידער אויף זיין ווייב אונדערהיים
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4136
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

נעכטן האט געשריבן:דריי נוסחאות שרייבסטו, נוסח נוסך נסוך.
האקט

בארואיגט-אייח האט זיך נישט אויסגעלערנט פון די בני עדות המזרח דעם חילוק צווישן ח' און כ'...

בארואיגט, א דאנק פארן קורצן, אבער שיינעם, באריכט.
אברהם בן ארי'
שר מאה
תגובות: 204
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2019 3:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברהם בן ארי' »

א דאנק פארן שיינעם באריכט.

עס איז מיר אמאל אויסגעקומען מיטצוהאלטן א ברית ביי א נאנטער מיינער וואס איז א אפשטאמיגער פון סיריע, איך בין געזיצן צוגענאגלט צום בענקל, עפעס הפלא'דיג נעימות'דיג, א טיפע נפשיות'דיגע מתיקות.

כ'וואלט שוין לאנגנ געוואלט הערן מער איבער זיי, זייערע נוסחאות ומנהגים. ייש"כ פאר'ן פוה"א פארן עס ארויפברענגען.

----------

אינטערסאנט ווי איינער ברענגט ארויף א אינטערסאנטע נושא אויפ'ן טיש, און די איינציגסטע זאך וואס איז דא צוצולייגן איז איבער די ספעלינג פון א ווארט... נו, שוין.
אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלפיים
תגובות: 2818
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישוב הדעת »

דער עולם דאווענט צוזאמען מילה במילה מיט שיינע ניגונים..

דער נאאאאקדישאך ועענאריצאך וואס איך פלעג הערן אין מירון קלינגט נאך אין די אויערן..
By 2030 You Will Own Nothing And You Will Be Happy (WEF) Or vote in TRUMP
אוועטאר
בארואיגט-אייך
שר האלף
תגובות: 1278
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 15, 2017 11:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בארואיגט-אייך »

https://www.dropbox.com/s/tnf4qu8c3dksn ... .mpeg?dl=0

א שיינע ספרדישע מעלעדי, פאסט גוט אריין אין די הייליגע טעג, א ניגון צושפרייט איבעראל כלל ישראל, געזינגען אין באגלייט דורך א ספרדישע חזן.

(קרעדיט מושל שמונה)
לעצט פארראכטן דורך בארואיגט-אייך אום מיטוואך אקטאבער 02, 2019 3:23 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אסאך מאל דארף זיך א מענטש ווענטילעטען זיין יומידיטי.
בעסער דא אויף מיר, ווי איידער אויף זיין ווייב אונדערהיים
הערשקא
שר האלף
תגובות: 1505
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 14, 2016 1:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערשקא »

א גרויסען שכוח פארן עפענען אזא אשכול,
איך האב געוואלט עפענען לעצטע וואך אבער עס האט זיך פארשלעפט.
ווי עס איז באקאנט אז די ספרדישע זאגן סליחות פון ר"ח אלול און זיי זאגן א יעדן טאג די זעלבע סליחות, עס נעמט בערך א שעה,
וואס עס איז אינטערעסאנט איז אז ווען מען הערט אדער זעהט ווי זיי זאגן סליחות הערט מען אייביג די זעלבע ווערטער מיט די זעלבע נוסח, און עס איז אזוי שיין, יעדער איינער זינגט צוזאמען,
איך האב אפירגעזיכט די ווערטער,
דא האט איר א סקרינשאט.

Screenshot_20191002-162452_Yesod.jpg
Screenshot_20191002-162452_Yesod.jpg (152.74 KiB) געזען 3398 מאל
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

יי"כ פאר עפענען דעם אשכול איך זאל האבען א PARKING SPOT פאר אינטערסאנטע ידיעות וואס מיר פערזענליך איז דאס
נישט אינטערסאנט פשוט ווייל איך הייב נישט אן צו פארשטיין חזנות און נגינה
איך האב געזעהן דעם נייעם סידור לעדות המזרח איך בין דאך א נייגעריגער האב איך אביסעל געבלעטערט און געזעהן
א טאוועל פון "מקאמות" לויט די פרשיות און יו"ט
מה זה מקאם.gif
מה זה מקאם.gif (368.7 KiB) געזען 3374 מאל

דא בין איך נישט קלוגער געווארען האב איך שוין אליין
געקלעטערט און געבלעטערט און געטראפען 3 SITES אויף דעם ענין
מיט הסברים און רעקארדירונגען
http://www.shaar-binyamin.com/site/deta ... _id=333706
http://www.sephardichazzanut.com/Hazzanut.htm
און
Untitled.gif
Untitled.gif (195.92 KiB) געזען 3374 מאל
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל

התבונני
שר חמש מאות
תגובות: 711
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 12, 2018 3:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך התבונני »

הערשקא האט געשריבן:א גרויסען שכוח פארן עפענען אזא אשכול,
איך האב געוואלט עפענען לעצטע וואך אבער עס האט זיך פארשלעפט.
ווי עס איז באקאנט אז די ספרדישע זאגן סליחות פון ר"ח אלול און זיי זאגן א יעדן טאג די זעלבע סליחות, עס נעמט בערך א שעה,
וואס עס איז אינטערעסאנט איז אז ווען מען הערט אדער זעהט ווי זיי זאגן סליחות הערט מען אייביג די זעלבע ווערטער מיט די זעלבע נוסח, און עס איז אזוי שיין, יעדער איינער זינגט צוזאמען,
איך האב אפירגעזיכט די ווערטער,
דא האט איר א סקרינשאט.

Screenshot_20191002-162452_Yesod.jpg

ביי "היכל נגינה" פון חב"ד האבן זיי איין טרעק מיט 3 ספרד'ישע ניגונים וואס די דריטע ניגון איז אויף דעם פיוט (פון די אידן פון גרוזיע)
אבער אנשטאט "חטאנו לפניך" וכו' - זאגן זיי "מי הוא זה ואיזהו זה קלי ואנוהו"
(ווייס איך נישט וויאזוי ארויפצולייגן דעם טרעק...)
שדה ורוד
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 27, 2018 5:07 pm

ספרדישע סליחות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שדה ורוד »

בין איך נעכטן ביי נאכט אריין אין א ספרדישע שול אין בני ברק, איך האב געוואלט הערן זייער ''חטאנו לפניך''. תכלית בין איך געבליבן דארט ביז 1:30. איך קען אייך זאגן אז סאיז זייער מרגש ומעורר .זיי האבן זייער הארציגע פיוטים, און אלע זאגן צוזאמען. דער חזן בלאזט שופר ביי יעדער ה' ה', און סאיז זייער ווארים און פשוט, ביז מ'איז האן געקומען צו א פיוט וואס הייסט ''רחמים פשוטים'', אלע יידן בעטן דעם הייבישטער ''רחמים פשוטים'' מיט א צוברעכינער קול און א שפלות רוח. סהאט זיך מיר געקליבן טרערן אין דע הויגן...

רַחֲמִים פְּשׁוּטִים בִּקַּשְׁנוּ מִמָּךְ. כִּי רַבִּים רַחֲמִים עִמָּךְ. צְדָקָה וָחֶסֶד עֲשֵׂה עִמָּנוּ לְמַעַן שְׁמֶךָ. אָנָּא ה' אֱלֹקינוּ הָסֵר מִמֶּנּוּ וּמִבָּתֵּינוּ. וּמִבָּתֵּי כָל עַמְּךָ בֵּית יִשְׂרָאֵל בְּכָל מָקוֹם שֶׁהֵם. דֶּבֶר. וְחֶרֶב. וְרָעָה. וְרָעָב. וּשְׁבִי. וּבִזָּה. וּמַשְׁחִית. וּמַגֵּפָה. וְשָׂטָן. וְיֵצֶר הָרָע. וְחוֹלָאִים רָעִים. וְצַר. מֵעַמָּךָ:

חַיִּים טוֹבִים שָׁאַלְנוּ מִמָּךְ. כִּי מְקוֹר חַיִּים עִמָּךְ. צְדָקָה וָחֶסֶד עֲשֵׂה עִמָּנוּ לְמַעַן שְׁמֶךָ. אָנָּא ה' אֱלֹקינוּ הָסֵר מִמֶּנּוּ וּמִבָּתֵּינוּ. וּמִבָּתֵּי כָל עַמְּךָ בֵּית יִשְׂרָאֵל בְּכָל מָקוֹם שֶׁהֵם. דֶּבֶר. וְחֶרֶב. וְרָעָה. וְרָעָב. וּשְׁבִי. וּבִזָּה. וּמַשְׁחִית. וּמַגֵּפָה. וְשָׂטָן. וְיֵצֶר הָרָע. וְחוֹלָאִים רָעִים. וְצַר. מֵעַמָּךָ
אוועטאר
לייטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9019
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
לאקאציע: אויפן לייטער

Re: נוסח התפילה ונגינה עדות המזרח.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייטער »

פון א אנדערע אשכול
דער טראקער האט געשריבן:מיר שרייבן שוין אויף ווארד די זיבן וועגן פונעם ספרדישע דאווענען.

שפעטער ארויס לייגן

דער טראקער האט געשריבן:געבעטן געלט, געזאגט צו שרייבן א ארטיקל איבער די פינעף נסחאות התפילה פון די ספרדישע אידענטום, לכבוד די אום פארגעסליכען רבי אהרן דניאל מאלאח זצ"ל, אונז האבן שטארק געזוכט, אין אט זענען מיר דא מיט א שטיקל איבער די זיבן נוסחאות וואס די ריזיגע ספרדישע וועלט רעדט צום אייבישטן יעדער מיט זיין וועג.

"אנטשולדיגס" די שטערקסטע פראבלעם פון אלעם איז געווען אז ווען מיר האבן געקאלט פרעגן איבער די ענין האט גענטפערט גיי צו רבי אהרן דניאל מאלאח זצ"ל ער וועט דיר קענען ענטפערן, אבער ער איז נישט דא מער... חבל, זאל דאס זיין א טובה פאר זיין נשמה.

די נעמען פון די זיבן נוסחאות זענען ווי פאלגענד:

ראסת
ביאת (שיגא)
צבא
נאוה
חג'אז
מאהוד
עג'ם
חוסיני
ראסת

דאס הייסן "סדר המקאמים"

ווען מען זינגט וואס אין ביי וועלעכע תפילה זינגט מען א צוווייטן וועט מען דא שרייבן.

אויך וועלן מיר פראבירן צו באשרייבן פון ווי דאס קומען,

אין פאר א בונעס וועלן מיר ביי די ענד לייגן אפאר צוטאטן פון די נוסחאות.

דאס אלעס טוען מיר לטובה די קאמפיין וואס גייט יעצט אן לטובת רבי אהרן דניאל מאלאח,

מיר לייגן אסאך שעות פאר די סוקסעס פון די ארטיקל, אזא ארטיקל פארקויפט זיך פאר גוט, דא איז מען דאס מנדב לטובת די חושבע באשטייער וואס האבן דיך שיין משתתף געוווען ביז איצטעט, אין פאר די פרישע באשטייער'ס וואס וועלן אלץ הכרת הטוב אריין לייגן שיינע סכומים פאר די קרן יתומים.

המשך יבא

https://www.dryveup.com/malach/eya/

דער טראקער האט געשריבן:סדר המקאמים לתפלת שחרית בשבתות ומועדים

download/file.php?id=249051
דער טראקער האט געשריבן:https://www.dropbox.com/s/40ce50bi847qylm/pp.mp4?dl=0

גלאזער האט געשריבן:מקאם איז א אראבישער ווארט משורש מקום, א מוזיקאלישער געבוי, ווי צו האלטן דער טאן, טעמפא, ביעטס וכו'.
יעדע מקום האט געהאט אנדערע, כ'מיין אז דאס וואס אונזער טראקער רעדט איז בנוגע סוריאנישע אידן דייקא, כידוע זענען די ארגענטינא קהלה ארם צובה אפשטאמיגע, די צעטל וואס איז געווען דא פריער, איז פון ר' משה חדיד וואס רעדט אויך פון מקאמים אין דמשק, כאטש וואס דמשק און ארם צובה איז 2 זאכן, איז ביידע פארט סוריא.

כ'מיין ביי די מוגראבים און אירקעים איז אנאנדערע מעשה בנוגע תפלות.

מחשב האט געשריבן:
גלאזער האט געשריבן:א שטיקל משל ביי אונז, ווייסט מען פון מעידזשאר מיינער, סקעיל סימנים אין מוזיק שפראך.

https://il.bidspirit.com/ui/lotPage/sou ... 99?lang=he

זייער אינטערעסאנט!

איך האב שוין געהאט געליינט אמאל אז ביי די מזרח'דיגע צעטיילט מען די טענער אויף אסאך מער. מ'דארף דאס קענען... צעטיילן אויף אכטלעך פון א טאן... וואו!.. מ'פארציילט אויף עפעס א אראבישער קיסר מימי קדם אז ער האט געהאט 24 באונדערע סקעילס, יעדע שעה פונעם טאג האט געשפילט אן אנדערע סקעיל.

דא זאגט ער אז די מקאמים באשטייט סיי פון די פארשידענע סקעילס ווי טענער ווערן צעטטיילט אויף פערטלעך און אכטלעך (גייט מיר נישט אריין אין קאפ ווי אזוי מ'מאכט דאס..), און סיי די סדר פון די הדגשות און די שהיות. פלאי פלאות. עמיר ווארטן צו הערן נאך פון @טראקער.

דער טראקער האט געשריבן:https://www.dropbox.com/s/40ce50bi847qylm/pp.mp4?dl=0

https://www.dropbox.com/s/40ce50bi847qylm/pp.mp4?dl=0
כולל מאן
שר העשר
תגובות: 17
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 23, 2020 5:17 pm

Re: נוסח התפילה ונגינה עדות המזרח.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כולל מאן »

ליידער די מסורת פון די אידין איז נישט אזוי אייי איי איי

יא עס איז נאך זייער הארציג און ווארים, אבער אסאך איז נישט מסור מדור דור (קען זיין אסאך יא) עס איז דא אסאך נייע פון היינטיגע אדער לעצטיגע חזנים, אין די בני עדה"מ היינט ווייסין נישט אפציטיילין
נישט אזוי ווי ביי אינץ איז דא הונטרעטער ניגון למשל פון חב"ד וכדו' וואס אפאר פון דא אין דארט זענין אריין אין גאר אסאך חסידישע פלעצער

למשל וואס איך מיין, קוק לחיים מזרח טיש איז דא ניגונים פון (איך מיין היינטיגע קאמפאזערז אויכעט) עכ"פ, ניגונים פון לעצטע 150 יאר וואס זענין גאר באקאנט היינט ביי אחב"י עכ"פ נישט פון הונדרעטער יאר צוריק
נאך א משל: די היינטיגע באוויסטע ניגון פון סליחות איז נישט פון יוצא סוריה, עיראק, איראן, מורקו, לוב, תימן, אדער בוכרה. עס איז פון עובדיה יוסף.
עס איז דא פון איציק אשל, חיים ישראל, וכדו' מיט זייערע קנייטשין

איך מיין צו זאגין, יא עס האט א ספעציעלע חן "דער עולם דאווענט צוזאמען מילה במילה מיט שיינע ניגונים..", אבער "ארגענעלע נוסח"???? ווייס איך נישט,

וען מען לייגט צוריק די ספר תורה "עץ חיים היא...השיבנו..." "דער נאאאאקדישאך ועענאריצאך ניגון" קען גאר זיין נישט אזוי מסורת'דיגע נוסח.
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19809
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: נוסח התפילה ונגינה עדות המזרח.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

כולל מאן האט געשריבן:ליידער די מסורת פון די אידין איז נישט אזוי אייי איי איי

יא עס איז נאך זייער הארציג און ווארים, אבער אסאך איז נישט מסור מדור דור (קען זיין אסאך יא) עס איז דא אסאך נייע פון היינטיגע אדער לעצטיגע חזנים, אין די בני עדה"מ היינט ווייסין נישט אפציטיילין
נישט אזוי ווי ביי אינץ איז דא הונטרעטער ניגון למשל פון חב"ד וכדו' וואס אפאר פון דא אין דארט זענין אריין אין גאר אסאך חסידישע פלעצער

למשל וואס איך מיין, קוק לחיים מזרח טיש איז דא ניגונים פון (איך מיין היינטיגע קאמפאזערז אויכעט) עכ"פ, ניגונים פון לעצטע 150 יאר וואס זענין גאר באקאנט היינט ביי אחב"י עכ"פ נישט פון הונדרעטער יאר צוריק
נאך א משל: די היינטיגע באוויסטע ניגון פון סליחות איז נישט פון יוצא סוריה, עיראק, איראן, מורקו, לוב, תימן, אדער בוכרה. עס איז פון הגאון הרב עובדיה יוסף זצ"ל.
עס איז דא פון איציק אשל, חיים ישראל, וכדו' מיט זייערע קנייטשין

איך מיין צו זאגין, יא עס האט א ספעציעלע חן "דער עולם דאווענט צוזאמען מילה במילה מיט שיינע ניגונים..", אבער "ארגענעלע נוסח"???? ווייס איך נישט,

וען מען לייגט צוריק די ספר תורה "עץ חיים היא...השיבנו..." "דער נאאאאקדישאך ועענאריצאך ניגון" קען גאר זיין נישט אזוי מסורת'דיגע נוסח.

אביסל רעספעקט, איך טייל גראדע אויכט נישט אפ צווישן חכם עובדי' זצ"ל און פריערדיגע מנהיגי בני עדות המזרח, דאס אידישקייט ביי 90 פראצענט דארטן אויב נישט מער, איז איהם צי פארדאנקען, נישט מער ווי גלייך צי זאגן זיין נוסח. (נולד בעיראק, אגב)
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
דער טראקער
שר מאה
תגובות: 221
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 25, 2018 2:00 pm
לאקאציע: קוטשא קוטשא

Re: נוסח התפילה ונגינה עדות המזרח.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער טראקער »

כולל מאן האט געשריבן:ליידער די מסורת פון די אידין איז נישט אזוי אייי איי איי

יא עס איז נאך זייער הארציג און ווארים, אבער אסאך איז נישט מסור מדור דור (קען זיין אסאך יא) עס איז דא אסאך נייע פון היינטיגע אדער לעצטיגע חזנים, אין די בני עדה"מ היינט ווייסין נישט אפציטיילין
נישט אזוי ווי ביי אינץ איז דא הונטרעטער ניגון למשל פון חב"ד וכדו' וואס אפאר פון דא אין דארט זענין אריין אין גאר אסאך חסידישע פלעצער

למשל וואס איך מיין, קוק לחיים מזרח טיש איז דא ניגונים פון (איך מיין היינטיגע קאמפאזערז אויכעט) עכ"פ, ניגונים פון לעצטע 150 יאר וואס זענין גאר באקאנט היינט ביי אחב"י עכ"פ נישט פון הונדרעטער יאר צוריק
נאך א משל: די היינטיגע באוויסטע ניגון פון סליחות איז נישט פון יוצא סוריה, עיראק, איראן, מורקו, לוב, תימן, אדער בוכרה. עס איז פון עובדיה יוסף.
עס איז דא פון איציק אשל, חיים ישראל, וכדו' מיט זייערע קנייטשין

איך מיין צו זאגין, יא עס האט א ספעציעלע חן "דער עולם דאווענט צוזאמען מילה במילה מיט שיינע ניגונים..", אבער "ארגענעלע נוסח"???? ווייס איך נישט,

וען מען לייגט צוריק די ספר תורה "עץ חיים היא...השיבנו..." "דער נאאאאקדישאך ועענאריצאך ניגון" קען גאר זיין נישט אזוי מסורת'דיגע נוסח.

נישט אינגאנצן אמת וואס איר זאגט.
קוטשא קוטשא איז מיין היים לאנד, אין דמעשק סיריע איז מיין אופשטאם
מארמאראש
שר חמש מאות
תגובות: 531
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 05, 2016 8:57 am

Re: נוסח התפילה ונגינה עדות המזרח.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מארמאראש »

פיל דיך נישט באטראפן מען האט נישט גערעדט וועלעכע נוסח האט מער א מקור (לכוארה עדות המזרח) אבער פון ווי נעמסטו אז די נוסח איז נישט מקובל מדור דור ?
אלע ספרדישע האבן די זעלבע נוסח (פארשטייט זיך אביסעל קנייטשן אנדערש) למשל די מאראקנער , סורישע, מוצרישע, בוחרישע, איראקישע, און אירנים
מארמאראש
שר חמש מאות
תגובות: 531
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 05, 2016 8:57 am

Re: נוסח התפילה ונגינה עדות המזרח.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מארמאראש »

בארואיגט-אייך האט געשריבן:יום טוב די ערשטע טאג איז מיר אוסגעקומען צו וואקן לעבן א ביהמ''ד ווי עס דאווענען דארטן יוצאי ארגענטינא, אין מע האט ארויס געהערט זייער דאווענען.

איך בין געבליבן שטיין דארטן אפאר מינוט פון מתיקות אין ווארעמקייט וואס דארטן איז געווען, אין דאס איז מיין ערשטע מאל וואס מע באגעגענט זיך דערמיט.

איך האב געפרעגט א ארטיגע מתפלל על מה זה זאגט ער מיך אזוי, אונז קומען אין שטאמען דורות פון עדת המזרח, די מערהייט פון אונז קומען פון ארגענטינא וואס אונזערע עלטערן האבן אימעגריט פון סיריע אהין.

אין מע האט אונז אונגעטאן שטריימל בעקיטשע קעגן אונזער ארגענעלע מסורה, אין מיר פירן זיך מער ווייניגער לויט די היגער לעבענ'ס שטייגער, אבער ווען סע קומט ימים נוראים דענמאלץ קומען ארויף אונזערע בלוט אין פלייש אין מיר דאווענען אונזער ארגענעלע נוסח.

ער געבט מיר צו פארשטיין אז זייער נוסח התפילה איז אינגאנצן אנדערש ווי אנדערע שולן, מע זאגט נישט קיין יוצר, מע זאגט נישט קיין המלך, די נוסח התפילה איז בבחינת שמיסן אין רעדן צום באשעפער ווי א קינד צו א טאטע וואס דאס בין איך מעיד, אנדערע טראפן, אין איינמאל די דאווענסט די נוסח וועסטו מער נישט וועלן וויינען מיט א נתנה תוקף.

איך האב געזען אפאר אינטערעסאנטע זאכן ווי, מע גייט נישט מיט א קיטל, די בעל תפילה שטייט ביים בלעמער אינמיטן בית המדרש, יעדער דארף מיטזינגען, יעדער קינד וואס אפילו ער איז דא געבוירן קען ער די נוסח מע דאווענט מיט א ספעציעלע חן, וכו'.

איז אונטערעסאנט צו מאכן א אשכול דערפון אין לאמיר זען וואס אנדערע זאגן.

וואס האט עס אויסגעפעלט ? נישטא גענוג ערליכע ספרדים מיט זייער לבוש ?
אוועטאר
בארואיגט-אייך
שר האלף
תגובות: 1278
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 15, 2017 11:53 am

Re: נוסח התפילה ונגינה עדות המזרח.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בארואיגט-אייך »

מארמאראש האט געשריבן:

.

איין באשעפער ווייסט פארוואס
אסאך מאל דארף זיך א מענטש ווענטילעטען זיין יומידיטי.
בעסער דא אויף מיר, ווי איידער אויף זיין ווייב אונדערהיים
מיכל
שר מאה
תגובות: 168
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 23, 2011 3:25 pm

Re: נוסח התפילה ונגינה עדות המזרח.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיכל »

מארמאראש האט געשריבן:
בארואיגט-אייך האט געשריבן:[/b]
ער געבט מיר צו פארשטיין אז זייער נוסח התפילה איז אינגאנצן אנדערש ווי אנדערע שולן, מע זאגט נישט קיין יוצר, מע זאגט נישט קיין המלך, די נוסח התפילה איז בבחינת שמיסן אין רעדן צום באשעפער ווי א קינד צו א טאטע וואס דאס בין איך מעיד, אנדערע טראפן, אין איינמאל די דאווענסט די נוסח וועסטו מער נישט וועלן וויינען מיט א נתנה תוקף.

.

טשולדיגמער... אז דו גלייכסט די ספרד'ישע נוסח זאל דיר וואויל באקומען, וואס איז דאס דער זלזול אינ'ם ונתנה תוקף און המלך?
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8012
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: נוסח התפילה ונגינה עדות המזרח.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

בארואיגט-אייך האט געשריבן:יום טוב די ערשטע טאג איז מיר אוסגעקומען צו וואקן לעבן א ביהמ''ד ווי עס דאווענען דארטן יוצאי ארגענטינא, אין מע האט ארויס געהערט זייער דאווענען.

איך בין געבליבן שטיין דארטן אפאר מינוט פון מתיקות אין ווארעמקייט וואס דארטן איז געווען, אין דאס איז מיין ערשטע מאל וואס מע באגעגענט זיך דערמיט.

איך האב געפרעגט א ארטיגע מתפלל על מה זה זאגט ער מיך אזוי, אונז קומען אין שטאמען דורות פון עדת המזרח, די מערהייט פון אונז קומען פון ארגענטינא וואס אונזערע עלטערן האבן אימעגריט פון סיריע אהין.

אין מע האט אונז אונגעטאן שטריימל בעקיטשע קעגן אונזער ארגענעלע מסורה, אין מיר פירן זיך מער ווייניגער לויט די היגער לעבענ'ס שטייגער, אבער ווען סע קומט ימים נוראים דענמאלץ קומען ארויף אונזערע בלוט אין פלייש אין מיר דאווענען אונזער ארגענעלע נוסח.

ער געבט מיר צו פארשטיין אז זייער נוסח התפילה איז אינגאנצן אנדערש ווי אנדערע שולן, מע זאגט נישט קיין יוצר, מע זאגט נישט קיין המלך, די נוסח התפילה איז בבחינת שמיסן אין רעדן צום באשעפער ווי א קינד צו א טאטע וואס דאס בין איך מעיד, אנדערע טראפן, אין איינמאל די דאווענסט די נוסח וועסטו מער נישט וועלן וויינען מיט א נתנה תוקף.

איך האב געזען אפאר אינטערעסאנטע זאכן ווי, מע גייט נישט מיט א קיטל, די בעל תפילה שטייט ביים בלעמער אינמיטן בית המדרש, יעדער דארף מיטזינגען, יעדער קינד וואס אפילו ער איז דא געבוירן קען ער די נוסח מע דאווענט מיט א ספעציעלע חן, וכו'.

איז אונטערעסאנט צו מאכן א אשכול דערפון אין לאמיר זען וואס אנדערע זאגן.

אין ארגענטינא איז דא א שיינע סאטמער'ע היימישע קהילה וואס זעהט אויס א פונקט ווי א אנדערע סאטמערע קהילה, אזוי אויך אין קרית יואל. דער סאטמער רב זי"ע האט זיי געזאגט בשעתו (כ'בין נישט אויסגעקאכט אין וויאזוי זענען זיי נאנט געווארן צו סאטמער, לכאו' אזוי ווי אסאך אידן אין אמעריקא וואס דער דער רבי האט זיי אויפגעלעבט און אנגעווארעמט) אז איין זאך זאלן זיי נישט טוישן, זייער נוסח (דערפאר האבן זיי טאקע אין ק"י א עקסטערע בית מדרש). און עד היום הזה קען מען טרעפן חשוב'ע מכובד'יגע סאטמערע אידן וואס ווען מ'הערט זיי דאווענען מאכן קידוש וכדו' הייבט זיך אויף די ברעמען און מ'ווערט געוואר אז זיי זענען ספארדיש.
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

Re: נוסח התפילה ונגינה עדות המזרח.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

נאר מיט שמחה האט געשריבן:אין ארגענטינא איז דא א שיינע סאטמער'ע היימישע קהילה וואס זעהט אויס א פונקט ווי א אנדערע סאטמערע קהילה, אזוי אויך אין קרית יואל. דער סאטמער רב זי"ע האט זיי געזאגט בשעתו (כ'בין נישט אויסגעקאכט אין וויאזוי זענען זיי נאנט געווארן צו סאטמער, לכאו' אזוי ווי אסאך אידן אין אמעריקא וואס דער דער רבי האט זיי אויפגעלעבט און אנגעווארעמט) אז איין זאך זאלן זיי נישט טוישן, זייער נוסח (דערפאר האבן זיי טאקע אין ק"י א עקסטערע בית מדרש). און עד היום הזה קען מען טרעפן חשוב'ע מכובד'יגע סאטמערע אידן וואס ווען מ'הערט זיי דאווענען מאכן קידוש וכדו' הייבט זיך אויף די ברעמען און מ'ווערט געוואר אז זיי זענען ספארדיש.

מרן מהריט"ב זי"ע אהין האט געשיקט ר' קלמן אליעזר עקשטיין זצ"ל און ער האט אויפגעבויט די חרדישע קהלה
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל

אוועטאר
מים חיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4993
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

Re: נוסח התפילה ונגינה עדות המזרח.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מים חיים »

.
וויל וועלן
שר חמש מאות
תגובות: 669
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 01, 2016 1:18 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויל וועלן »

התבונני האט געשריבן:
הערשקא האט געשריבן:א גרויסען שכוח פארן עפענען אזא אשכול,
איך האב געוואלט עפענען לעצטע וואך אבער עס האט זיך פארשלעפט.
ווי עס איז באקאנט אז די ספרדישע זאגן סליחות פון ר"ח אלול און זיי זאגן א יעדן טאג די זעלבע סליחות, עס נעמט בערך א שעה,
וואס עס איז אינטערעסאנט איז אז ווען מען הערט אדער זעהט ווי זיי זאגן סליחות הערט מען אייביג די זעלבע ווערטער מיט די זעלבע נוסח, און עס איז אזוי שיין, יעדער איינער זינגט צוזאמען,
איך האב אפירגעזיכט די ווערטער,
דא האט איר א סקרינשאט.

Screenshot_20191002-162452_Yesod.jpg

ביי "היכל נגינה" פון חב"ד האבן זיי איין טרעק מיט 3 ספרד'ישע ניגונים וואס די דריטע ניגון איז אויף דעם פיוט (פון די אידן פון גרוזיע)
אבער אנשטאט "חטאנו לפניך" וכו' - זאגן זיי "מי הוא זה ואיזהו זה קלי ואנוהו"
(ווייס איך נישט וויאזוי ארויפצולייגן דעם טרעק...)

https://www.chassidus.com/audio/nigun/2 ... vovois.htm
אוועטאר
מחצה''ק
שר האלף
תגובות: 1088
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 13, 2019 7:28 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחצה''ק »

בארואיגט-אייך האט געשריבן:
https://www.dropbox.com/s/tnf4qu8c3dksn ... .mpeg?dl=0

א שיינע ספרדישע מעלעדי, פאסט גוט אריין אין די הייליגע טעג, א ניגון צושפרייט איבעראל כלל ישראל, געזינגען אין באגלייט דורך א ספרדישע חזן.

(קרעדיט מושל שמונה)
:grin: :grin: :grin: :grin: :grin: :grin: :grin: :grin:
דער ויז'ניצע בדחן ר' מאיר שטיין
זינגט אדיר כבודו וכדו' אין ויזניץ
שרייב תגובה

צוריק צו “שירי קודש”