ווער האט געמאכט דעם ניגון/וואו האט מען עס געזינגען?

פארצייטישע נגינה, נוסח התפילה, מועדים וזמנים

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: ווער האט געמאכט דעם ניגון/וואו האט מען עס געזינגען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:דאס האט מחבר געווען ר' יצחק אלסטער שליט"א פאר ארום 60 יאר צוריק (נאך אלץ בחור אדער אלץ יונגערמאן) אין ישיבת ר' חיים ברלין, ס'איז ערשט ארויסגעקומען אויף אן אלבום אין 1960 אויף ידיד נפש

שכוח!!

איז דא נאך באקאנטע ניגונים פון אים?
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: ווער האט געמאכט דעם ניגון/וואו האט מען עס געזינגען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

יצחק אייזיק האט געשריבן:
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:דאס האט מחבר געווען ר' יצחק אלסטער שליט"א פאר ארום 60 יאר צוריק (נאך אלץ בחור אדער אלץ יונגערמאן) אין ישיבת ר' חיים ברלין, ס'איז ערשט ארויסגעקומען אויף אן אלבום אין 1960 אויף ידיד נפש

שכוח!!

איז דא נאך באקאנטע ניגונים פון אים?

דער ניגון איז שטארק באקאנט אויף והביאותים פון סליחות ביי די אשכנזים און ליטווישע, ס'דארף זיין נאך עפעס באקאנטע פון איהם אבער נישט אזוי באקאנט ווי די 2 דערמאנטע
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
לובש צורה
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 27, 2021 11:06 am

Re: ווער האט געמאכט דעם ניגון/וואו האט מען עס געזינגען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לובש צורה »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
יצחק אייזיק האט געשריבן:
דוד משה האט געשריבן:
זאג א גוטס האט געשריבן:
לובש צורה האט געשריבן:ווער האט געמאכט די ניגון (די ליד נישט די ווערטער) 'יונגע יארן' וואס איז אויף 'דאס אידישע געזאנג 1 ח”א' ?

https://jewishmusic.fm/album/%D7%93%D7% ... d=noscript

רוב זיכער ר' משה גאלדמאן ע"ה

די אינגל זינגער קלינגט מיר אין קאפ מיט גירסא דינקותא פון ר' משה'ס טעיפס.. - יששכר גוטמאן אדער יואל טייכמאן

די גירסא דינקותא איז ווי יששכר זינגט דאס אויף די אלבום יברך פון יוסף משה כהנא, אבער די ניגון איז היפש עלטער, אברהם פריד זינגט שוין דעם ניגון אויף די ווערטער קנא לשמך אויף זיין ערשטע אלבום וואס איז ארויסגעקומען אין יאר תשמ"א, און ער זאגט אין אן אינטערוויא אז ער ווייסט נישט די מקור דערפון.

ס'הערט זיך ווי א יענקל תלמוד ניגון. איך בין נייגעריג פון וואו ס'קומט.

@סטאוו ביסט דא?

דאס האט מחבר געווען ר' יצחק אלסטער שליט"א פאר ארום 60 יאר צוריק (נאך אלץ בחור אדער אלץ יונגערמאן) אין ישיבת ר' חיים ברלין, ס'איז ערשט ארויסגעקומען אויף אן אלבום אין 1960 אויף ידיד נפש

די ידיד נפש האט ר' יצחק געמאכט אלץ בחור אין די פופציגער יאר'ן אין די קעטסקילס זיצענדיג ביים Echo Lake
מקור: https://mishpacha.com/a-song-born-in-th ... r-the-era/

אינטערסאנטע אבזערוואַציע: די הויעכע פאל ענדילט זייער די הויעכע פאל פון 'בלבבי משכן אבנה' פון ר' שמואל ברזיל, וואס איז אויך א תלמוד פון רב הוטנער אין ישיבת ר"ח ברלין, כנראה איז ער נשפע געווארען.
אוועטאר
זאג א גוטס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3277
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: ווער האט געמאכט דעם ניגון/וואו האט מען עס געזינגען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאג א גוטס »

farshlufen האט געשריבן:
בעל החבית האט געשריבן:
זאג א גוטס האט געשריבן:
בעל החבית האט געשריבן:נאך האב איך אויפגעפאסט: אז זיי (זא"ג: חצה"ק באבוב) זינגען דעם סקולענ'ע ניגון "נא הקם, נא הקם, מלכות דוד ושלמה...", אזוי ווי די נוסח וואס גאנץ כלל ישראל זאגט וכפי הנדפס בסידורים,
און נישט "נא הקם, במהרה, מלכות דוד ושלמה..." ווי אין סקולען... אויך א כאפ...

איז דאס א סקולען'ע ניגון? נישט ר' שלמה מיכל ארגעל מ'טאהש?
אדער קען זיין ס'איז צוויי אנדערע.
אויב איינער קען ביטע ארויפלייגן די ניגון איז עס זייער אפרישיעטעד.

אגב, אין סאטמאר ביי קל מסתתר זינגט מען אויך "במהרה".

וואס עפעס ?! דאס איז אן עכטע סקולענע ניגון ! (חוץ אויב דו רעדסט פון עפעס אן אנדערע ניגון)
און בנוגע וועלכע נוסח מען זאגט אין סאטמאר ווייס איך נישט (ווייל סאטמאר אליינ'ס ווייסט אויך נישט, כידוע), און יתכן אויך אז צוליב די ניגון איז אריינגעקומען די גירסא אין נאך אנדערע חצרות וואו מען האט נישט אזוי געזאגט.

ס'דא ביידע, סיי סקוליען און סיי פון ר' שלום מיכל זז"ג, געמאכט צום חנוכת הבית פון טאהש ב"פ.

אה, די סקולען'ע ציעט מען אויס דעם נאאאאאאא הקם...
לובש צורה
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 27, 2021 11:06 am

Re: ווער האט געמאכט דעם ניגון/וואו האט מען עס געזינגען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לובש צורה »

די ניגון אויף 'לחיים טיש 4' - טרעק 9 אויף די ווערטער 'דרור יקרא'
https://jewishmusic.fm/album/%D7%9C%D7% ... 9%D7%A9-4/
ווער האט עס געמאכט?
אדער פון ווי שטאמט עס?
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: ווער האט געמאכט דעם ניגון/וואו האט מען עס געזינגען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

לובש צורה האט געשריבן:די ניגון אויף 'לחיים טיש 4' - טרעק 9 אויף די ווערטער 'דרור יקרא'

ראדאמסק, נאך מזמן התפארת שלמה זי"ע. ס'מיר נישט באקאנט מער
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
לובש צורה
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 27, 2021 11:06 am

Re: ווער האט געמאכט דעם ניגון/וואו האט מען עס געזינגען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לובש צורה »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
לובש צורה האט געשריבן:די ניגון אויף 'לחיים טיש 4' - טרעק 9 אויף די ווערטער 'דרור יקרא'
https://jewishmusic.fm/album/%D7%9C%D7% ... 9%D7%A9-4/
ווער האט עס געמאכט?
אדער פון ווי שטאמט עס?

ראדאמסק, נאך מזמן התפארת שלמה זי"ע. ס'מיר נישט באקאנט מער

ייש"כ הרב סטאוו אשר כל רז לא אניס ליה.

אפשר זענט איר ביטע מעיין אין מיינע פריעדיגע שאלות דא אינעם אשכול:

א - פון ווי שטאמט די צוויי באוויסטע ניגונים וואס איז אויף 'א גוטן שבת' פון יונתן שווארץ - טרעק 5 ? 1) שבת שבת קודש אוי אוי.... 2) מנוחה ושמחה (די אינטרו איז פון 'ווען איך וואלט געהאט כח')

ב - ווער האט געמאכט די הארציגע ניגון וואס אייזיק האניג זינגט אויפן פלעי 'על נהרות בבל' אין תפיסה צו ירמי' הנביא?
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: ווער האט געמאכט דעם ניגון/וואו האט מען עס געזינגען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

לובש צורה האט געשריבן:איינער ווייסט פון ווי שטאמט די צוויי (באוויסטע) ניגונים וואס איז אויף 'א גוטן שבת' פון יונתן שווארץ - טרעק 5 ?

1) שבת שבת קודש.... הייליגער שבת אוי אוי....
2) מנוחה ושמחה

1ׁ) איז כמדומה א ניגון פון הרה"ק רא"ז מסקולען זי"ע נאך פונדערהיים.
2) האב איך שוין אסאך גענישטערט אויף דעם און גארנישט ארויסגעקומען מיט, עפעס א שוואכע צישטעל צו 2 ענליכע ניגונים פון חצה"ק בוקאווסק קען זיין א סמך אז ס'שטאמט פון דארט, אבער כ'ווייס באמת נישט
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
התבונני
שר חמש מאות
תגובות: 707
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 12, 2018 3:56 pm

תגובה דורך התבונני »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
לובש צורה האט געשריבן:די ניגון אויף 'לחיים טיש 4' - טרעק 9 אויף די ווערטער 'דרור יקרא'
https://jewishmusic.fm/album/%D7%9C%D7% ... 9%D7%A9-4/
ווער האט עס געמאכט?
אדער פון ווי שטאמט עס?

ראדאמסק, נאך מזמן התפארת שלמה זי"ע. ס'מיר נישט באקאנט מער

די ניגון דארט ביי לחיים טיש 4 - אויף כל מקדש שרייבן זיי 'וארקא'
איז דאס נישט פון תולדות אהרן (לעלוב) ?
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: ווער האט געמאכט דעם ניגון/וואו האט מען עס געזינגען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

התבונני האט געשריבן:די ניגון דארט ביי לחיים טיש 4 - אויף כל מקדש שרייבן זיי 'וארקא'
איז דאס נישט פון תולדות אהרן (לעלוב) ?

אוודאי א אלטע ווארקא ניגון, לאנג בעפאר תולדות אהרן איז געבוירן. אין לעלוב זינגט מען עס אויכט ומקורו מווארקי
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
לובש צורה
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 27, 2021 11:06 am

Re: ווער האט געמאכט דעם ניגון/וואו האט מען עס געזינגען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לובש צורה »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
לובש צורה האט געשריבן:איינער ווייסט פון ווי שטאמט די צוויי (באוויסטע) ניגונים וואס איז אויף 'א גוטן שבת' פון יונתן שווארץ - טרעק 5 ?

1) שבת שבת קודש.... הייליגער שבת אוי אוי....
2) מנוחה ושמחה

1ׁ) איז כמדומה א ניגון פון הרה"ק רא"ז מסקולען זי"ע נאך פונדערהיים.
2) האב איך שוין אסאך גענישטערט אויף דעם און גארנישט ארויסגעקומען מיט, עפעס א שוואכע צישטעל צו 2 ענליכע ניגונים פון חצה"ק בוקאווסק קען זיין א סמך אז ס'שטאמט פון דארט, אבער כ'ווייס באמת נישט

ייש"כ.
די ערשטע פאל פונעם ניגון 'שבת שבת קודש.. הייליגער שבת...' ענדילט מורעדיג אן אנדערע וועלט'ס ניגון, וואס געפינט זיך אין ספר הניגונים לחב"ד - ניגון צ"ב [ניגון געגועים לש"ק].
אוועטאר
Who knows
שר האלפיים
תגובות: 2123
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2020 5:23 pm

Re: ווער האט געמאכט דעם ניגון/וואו האט מען עס געזינגען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Who knows »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:2) האב איך שוין אסאך גענישטערט אויף דעם און גארנישט ארויסגעקומען מיט, עפעס א שוואכע צישטעל צו 2 ענליכע ניגונים פון חצה"ק בוקאווסק קען זיין א סמך אז ס'שטאמט פון דארט, אבער כ'ווייס באמת נישט

פארוואס ליגט מיר אין קאפ אז דאס איז א ניגון פון ר' חאצקעלע ראטנבערג? סתם א טעות?
אוועטאר
זילבערווערק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3815
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 08, 2021 2:40 am

Re: ווער האט געמאכט דעם ניגון/וואו האט מען עס געזינגען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זילבערווערק »

דער ניגון פון ר' יו"ט הערליך וואס פאנגט זיך אן
אין א אייזל אין א האלטער זיצט א איד ר' לעזער, טאג און נאכט א דיימאנט האלט ער און ער מאכט א כתר...
(אברהם פריד זינגט דאס אויף אידישע אומרות 2 זעקסטע ניגון)
וועמענס איז דער לחן?
אוועטאר
א פינטעלע איד
שר מאה
תגובות: 101
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 20, 2021 5:23 am

Re: ווער האט געמאכט דעם ניגון/וואו האט מען עס געזינגען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א פינטעלע איד »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
לובש צורה האט געשריבן:די ניגון אויף 'לחיים טיש 4' - טרעק 9 אויף די ווערטער 'דרור יקרא'
https://jewishmusic.fm/album/%D7%9C%D7% ... 9%D7%A9-4/
ווער האט עס געמאכט?
אדער פון ווי שטאמט עס?

ראדאמסק, נאך מזמן התפארת שלמה זי"ע. ס'מיר נישט באקאנט מער

עס שטימט זייער גוט אויף המבדיל מוצ"ש
אוועטאר
Who knows
שר האלפיים
תגובות: 2123
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2020 5:23 pm

Re: ווער האט געמאכט דעם ניגון/וואו האט מען עס געזינגען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Who knows »

זילבערווערק האט געשריבן:דער ניגון פון ר' יו"ט הערליך וואס פאנגט זיך אן
אין א אייזל אין א האלטער זיצט א איד ר' לעזער, טאג און נאכט א דיימאנט האלט ער און ער מאכט א כתר...
(אברהם פריד זינגט דאס אויף אידישע אומרות 2 זעקסטע ניגון)
וועמענס איז דער לחן?

נישט זיין אייגענס?
אוועטאר
סעלפאן
שר חמש מאות
תגובות: 531
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 1:34 pm
לאקאציע: אין טאש

Re: ווער האט געמאכט דעם ניגון/וואו האט מען עס געזינגען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סעלפאן »

ווער האט געמאכט דער ניגון (עקביא בן מהלאל, אויפרופן צו מצוה טאנץ)?
(קען זיין ס'איז באקאנט אבער איך ווייס נישט)
איך באנוץ מיך נאר מיט א כשר'ע סעלפאן!
אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר שבעת אלפים
תגובות: 7415
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

Re: ווער האט געמאכט דעם ניגון/וואו האט מען עס געזינגען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף פריעדמאן »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
התבונני האט געשריבן:די ניגון דארט ביי לחיים טיש 4 - אויף כל מקדש שרייבן זיי 'וארקא'
איז דאס נישט פון תולדות אהרן (לעלוב) ?

אוודאי א אלטע ווארקא ניגון, לאנג בעפאר תולדות אהרן איז געבוירן. אין לעלוב זינגט מען עס אויכט ומקורו מווארקי

ס'דא וואס טענה'ן אז ס'קומט פון מודז'יץ.
איך ווייס נישט צו ס'איז פארלעסליך.
אבער אזוי שרייבט דא איינער.
כי לך טוב להודות

. ע . ע . ע . ש . ע . . ש . . ש . ע . ש . ש . ע ולשמחה נאה לזמר . ע . ע
התבונני
שר חמש מאות
תגובות: 707
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 12, 2018 3:56 pm

Re: ווער האט געמאכט דעם ניגון/וואו האט מען עס געזינגען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך התבונני »

יוסף פריעדמאן האט געשריבן:
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
התבונני האט געשריבן:די ניגון דארט ביי לחיים טיש 4 - אויף כל מקדש שרייבן זיי 'וארקא'
איז דאס נישט פון תולדות אהרן (לעלוב) ?

אוודאי א אלטע ווארקא ניגון, לאנג בעפאר תולדות אהרן איז געבוירן. אין לעלוב זינגט מען עס אויכט ומקורו מווארקי

ס'דא וואס טענה'ן אז ס'קומט פון מודז'יץ.
איך ווייס נישט צו ס'איז פארלעסליך.
אבער אזוי שרייבט דא איינער.

תולדות אהרן שרייבט אז ס'איז נתחבר געווארן דורך רא"מ מלעלוב ירושלים און פון דארט האבן זיי עס מקבל געווען און הרה"ק בעל שומרי אמונים האט צוגעלייגט א דריטע פאל
כל מקדש.png
כל מקדש.png (156.63 KiB) געזען 1095 מאל
אוועטאר
Who knows
שר האלפיים
תגובות: 2123
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2020 5:23 pm

Re: ווער האט געמאכט דעם ניגון/וואו האט מען עס געזינגען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Who knows »

אויפן אלטן טעיפ "דוד מלך ישראל חי וקים" פון די מעשה פון דוד און גלית איז דא א ניגון מיט די ווערטער "מיר וועלן אלע זיין אונטערטעניג, דער נביא זאל אונז געבן א קעניג, וועם השי"ת וועט אויסוועלן, מיר וועלן היטן זיינע באפעלן", איינער ווייסט פון וואס איך רעד? פון ווי קומט די ניגון און וואו קען איך עס הערן?
אוועטאר
בעל החבית
שר חמש מאות
תגובות: 834
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 8:33 am

Re: ווער האט געמאכט דעם ניגון/וואו האט מען עס געזינגען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל החבית »

כ'ווייס נישט צו ס'בלאנגט דא - אבער הער איך אז אויף קול בחצרות האט עימיצער ארויפגעלייגט אן אור-אלטע רעקארדינג פון לאה'ס חתונה בחצה"ק לבן הארמי
ווער ברענגט אהער ???
----
די ווערטער בערך אזוי:
1 - בניגון "ישיש עליך אלוקיך" די הויכע פאל: יא ס'איז, יא ס'איז לאה, יא ס'איז, יא ס'איז לאה. קום-שוין, קום-שוין חתן, חתן על כלה....
2 - אוי ליגנט זאגן ליגנט זאגן טאר מען נישט, אבער לבן האט נישט קיין ברירה, אוי ליגנט זאגן ליגנט זאגן טאר מען נישט, אבער לבן האט נישט קיין ברירה...
3 - בניגון טוב טוב להודות: טוב טוב תתי אותה... מתתי אותה...
הוא היה אומר: מאך נישט קיין פאַס פון יעדן קלייניקייט, ווייל אז יא וועט יעדע קלייניקייט דיר אריינכאפן אין פאַס
געדענקט: די משנה פסק'נט שוין בעל החבית פטור
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: ווער האט געמאכט דעם ניגון/וואו האט מען עס געזינגען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

בעל החבית האט געשריבן:כ'ווייס נישט צו ס'בלאנגט דא - אבער הער איך אז אויף קול בחצרות האט עימיצער ארויפגעלייגט אן אור-אלטע רעקארדינג פון לאה'ס חתונה בחצה"ק לבן הארמי
ווער ברענגט אהער ???
----
די ווערטער בערך אזוי:
1 - בניגון "ישיש עליך אלוקיך" די הויכע פאל: יא ס'איז, יא ס'איז לאה, יא ס'איז, יא ס'איז לאה. קום-שוין, קום-שוין חתן, חתן על כלה....
2 - אוי ליגנט זאגן ליגנט זאגן טאר מען נישט, אבער לבן האט נישט קיין ברירה, אוי ליגנט זאגן ליגנט זאגן טאר מען נישט, אבער לבן האט נישט קיין ברירה...
3 - בניגון טוב טוב להודות: טוב טוב תתי אותה... מתתי אותה...

viewtopic.php?f=21&t=51076
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
בעל החבית
שר חמש מאות
תגובות: 834
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 8:33 am

Re: ווער האט געמאכט דעם ניגון/וואו האט מען עס געזינגען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל החבית »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
בעל החבית האט געשריבן:כ'ווייס נישט צו ס'בלאנגט דא - אבער הער איך אז אויף קול בחצרות האט עימיצער ארויפגעלייגט אן אור-אלטע רעקארדינג פון לאה'ס חתונה בחצה"ק לבן הארמי
ווער ברענגט אהער ???
----
די ווערטער בערך אזוי:
1 - בניגון "ישיש עליך אלוקיך" די הויכע פאל: יא ס'איז, יא ס'איז לאה, יא ס'איז, יא ס'איז לאה. קום-שוין, קום-שוין חתן, חתן על כלה....
2 - אוי ליגנט זאגן ליגנט זאגן טאר מען נישט, אבער לבן האט נישט קיין ברירה, אוי ליגנט זאגן ליגנט זאגן טאר מען נישט, אבער לבן האט נישט קיין ברירה...
3 - בניגון טוב טוב להודות: טוב טוב תתי אותה... מתתי אותה...

viewtopic.php?f=21&t=51076

;l;p- ייש"כ
הוא היה אומר: מאך נישט קיין פאַס פון יעדן קלייניקייט, ווייל אז יא וועט יעדע קלייניקייט דיר אריינכאפן אין פאַס
געדענקט: די משנה פסק'נט שוין בעל החבית פטור
באדראג-קערעסטיר
שר חמש מאות
תגובות: 551
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2018 5:20 pm

Re: ווער האט געמאכט דעם ניגון/וואו האט מען עס געזינגען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באדראג-קערעסטיר »

.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35241
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: ווער האט געמאכט דעם ניגון/וואו האט מען עס געזינגען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

זילבערווערק האט געשריבן:דער ניגון פון ר' יו"ט הערליך וואס פאנגט זיך אן
אין א הייזל אין אן אלטער זיצט א איד ר' לעזער, טאג און נאכט א דיימאנט האלט ער און ער מאכט א כתר...
(אברהם פריד זינגט דאס אויף אידישע אומרות 2 זעקסטע ניגון)
וועמענס איז דער לחן?

איני יודע, נאר דו ווערטער האב איך פאראכטן.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
איצל פיצל
שר האלף
תגובות: 1709
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 11, 2008 1:57 am

Re: ווער האט געמאכט דעם ניגון/וואו האט מען עס געזינגען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איצל פיצל »

ביי די סינגעלס האב איך נישט מצליח געווען. אפשר דא.
איצל פיצל האט געשריבן:לעצטענס באקומען דעם הערליכע ניגון. דאס איז די ניגון וואס בעני פריעדמאן זינגט אויף ענגליש ״א איד״. דא האט איינער געמאכט גראמען אויף אידיש גאר גאר שיין (עס איז נישט פון יעקב שלמה וועבער) איך בין זייער נייגעריג ווער עס האט געמאכט די גראמען און ווער עס זינגט עס. ווי אויך ווער האט עס אראנדשירט, איינער ווייסט?
אפשר איז עס שוין געווען דא און כ׳האב עס נישט באמערקט.
https://drive.google.com/file/d/1GoXa7m ... p=drivesdk
שרייב תגובה

צוריק צו “שירי קודש”