'חסיד'ישע' "סטיילס"...

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
שפע רב
שר האלף
תגובות: 1663
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 06, 2018 11:20 am

'חסיד'ישע' "סטיילס"...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפע רב »

ס'טוט זיך טישן און בענק וועגן די גליון 'אידישקייט' וואס האט צולייגט די קאנצעפט פון סטיילס ביי חסידישע אידן.
STYLE.png
STYLE.png (85.89 KiB) געזען 3099 מאל
LINK: https://drive.google.com/file/d/1r5_lew ... share_link

--
און לעצטנס האט ער געמאכט א שטארקע שטורם ביים צולייגן און געפערליך מבייש זיין 'איצי' (ני"ק-נעי"ם) מיט זיין נייע סטיילי שטריימל.
Screenshot_8.jpg
Screenshot_8.jpg (109 KiB) געזען 3099 מאל
LINK: Https://drive.google.com/file/d/12bqkZu ... share_link

דא פון פעיז''ש 55 ביז 63 (דערווייל..) טוט זיך אויף טישען און אויף בענק וועגן די שטריימלעך.
viewtopic.php?f=135&t=48324&start=1350

איך מיין אז ס'איז ווערד אן אשכול פאר זוך, אנשטאט ס'זאל דארט ווערן פארלוירן אינעם ים פון די פירצות הדור וואס וועט נאך גרייכען אסאך פעידזשע''ס.. משיח זאל אוודאי קומען פריער.

מיינע צוויי צענט: ס'איז אלס געווען נייע סארט דעזיינס אויף טיש בעקישטעס וכו', אבער כ'מיין אז ס'איז ריכטיג אז מ'האנדלט דא פון א נייע קאנצעפט. און די פלאץ וואו דו קענסט זעהן אז זאכן האבן זיך געטוישט איז =היינט ווען איצי וועט האבן א טיש בעקיטשע אין א פורפעק''ט ברענד ני''ו קאנדישען געקויפט ווייניגער ווי א יאר צוריק, אבער די סטייל פון די דעזיין האט זיך געטוישט די סיזאן, וועט ער על כרחך שיינערהייט גיין קויפן א נייע..
(אוי די סוחרים מאכן א לעבן... יעדע סיזען מוז מען זיך פון פריש רי-שטאפירן).
דאס פלעגט נישט זיין 10 - 15 יאר צוריק.
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18792
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: 'חסיד'ישע' "סטיילס"...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

די שאלה איז וואס מיינט סטייל
די מארקעטערס מארקעטן זייער אייטעמס אלץ א סטייל, אדער די קאסטומערס נעמען דאס אויף אזוי?

ווי איך האב געשריבן אין א צווייטן אשכול (און די אנקעטע דארט זאגט אויך אזוי…) רוב כלל ישראל האלטן אז זיי טאנצן נישט נאך די סטיילס, אבער רוב האלטן אז רוב טאנצן נאך…

פרעג איך דיר (און יעדן איינעם דא), דו טאנצט נאך די סטיילס?

און איך וועל גיין פתיחה…
איך האב באקומען א שטריימל צו מיין חתונה מיט צוויי טיש בעקיטשעס
א ניי שטריימל האב איך געקויפט איבער צען יאר נאך מיין חתונה (געצאלט 1000)
א נייע טיש בעקיטשע האב איך געקויפט 8-9 יאר נאך מיין חתונה, און א יאר שפעטער נאך איינס.

ביי קיין איינס האט נישט געשפילט קיין ראלע קיין ׳סטייל׳ כאטש איך האב געקוקט סזאל זיין שיין און זיין מיין טעיסט.

וויפיל איך קען מיינע ארומיגע, ווייס איך נישט וועם אנצוסטעמפלען אלץ א ׳סטייל מענטש׳ כאטש איך ווייס סאיז דא אזעלכע און מקען זיי אנשטויסן דא דארט
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: 'חסיד'ישע' "סטיילס"...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

פון די אנדערע זייט האב איך מיטגעהאלטן (געהאלטן ביי די זייטן..) ווען די גלעזער סטיילס האבן זיך געטוישט און אסאך גאר אנשטענדיגע וואוילע עלטערע בעלי בתים האבן זיך באצירט ס’פנים מיט די נייע משוגעת’ן על לא עול באפם
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: 'חסיד'ישע' "סטיילס"...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

און בעצם די קעפל איז א סתירה מיני’ ובי’
אויב חסידיש, קומט נישט אהער סטייל
און אויב איז עס א סטייל גייט נישט קיין חסיד דערמיט
חסידישע אידן האבן אויף יעדע מלבוש א סיבה, א ענין, א קבלה, גארנישט איז סתם אזוי, און אז א מלבוש טוישט זיך יעדע פאר מינוט האט עס מיט חסידיש גארנישט, די אפשטמיגע פון חסידישע היימען גייען אזוי אבער ס’איז נישט "חסידיש" און גאר פונקט פארקערט דערפון
ויש להאריך, אבער אין דעם גלגול איז עס נישט מיין ליין..
אוועטאר
דרייטצעך
שר ששת אלפים
תגובות: 6153
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
לאקאציע: וואו דרייטצעך א איד?

Re: 'חסיד'ישע' "סטיילס"...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרייטצעך »

איינס האט געשריבן:
די שאלה איז וואס מיינט סטייל
די מארקעטערס מארקעטן זייער אייטעמס אלץ א סטייל, אדער די קאסטומערס נעמען דאס אויף אזוי?

ווי איך האב געשריבן אין א צווייטן אשכול (און די אנקעטע דארט זאגט אויך אזוי…) רוב כלל ישראל האלטן אז זיי טאנצן נישט נאך די סטיילס, אבער רוב האלטן אז רוב טאנצן נאך…

פרעג איך דיר (און יעדן איינעם דא), דו טאנצט נאך די סטיילס?

און איך וועל גיין פתיחה…
איך האב באקומען א שטריימל צו מיין חתונה מיט צוויי טיש בעקיטשעס
א ניי שטריימל האב איך געקויפט איבער צען יאר נאך מיין חתונה (געצאלט 1000)
א נייע טיש בעקיטשע האב איך געקויפט 8-9 יאר נאך מיין חתונה, און א יאר שפעטער נאך איינס.

ביי קיין איינס האט נישט געשפילט קיין ראלע קיין ׳סטייל׳ כאטש איך האב געקוקט סזאל זיין שיין און זיין מיין טעיסט.

וויפיל איך קען מיינע ארומיגע, ווייס איך נישט וועם אנצוסטעמפלען אלץ א ׳סטייל מענטש׳ כאטש איך ווייס סאיז דא אזעלכע און מקען זיי אנשטויסן דא דארט
כ'האב דיר גענטפערט אין יענעם אשכול, זעט אויס פארזען געווארן צווישן די מאסן תגובות דארט.

די אלע עדס זענען געוואנדן פאר די מעין סטריעם בחור (היי יאר האט עס ב"ה שוין א נאמען - משכני בחור) און פאר די אינגעלייט אונטער 25, זיי זע איך אסאך נאכלויפן די לעצטע סטייל, אקוראט וויאזוי דער מארקעטער שרייבט עס פאר.
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
now
שר העשר
תגובות: 15
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2022 9:51 pm

Re: 'חסיד'ישע' "סטיילס"...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך now »

I am wondering why they quote a limited amount of Rabbunim who are against the new shtreimal, at the same time when the majority of Rabbunim are wearing those?
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

Re: 'חסיד'ישע' "סטיילס"...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

איינס האט געשריבן:
און איך וועל גיין פתיחה…
איך האב באקומען א שטריימל צו מיין חתונה מיט צוויי טיש בעקיטשעס
א ניי שטריימל האב איך געקויפט איבער צען יאר נאך מיין חתונה (געצאלט 1000)
ביי קיין איינס האט נישט געשפילט קיין ראלע קיין ׳סטייל׳ כאטש איך האב געקוקט סזאל זיין שיין און זיין מיין טעיסט.
פערצאפאל, קויפן א נייע שטריימל 10 יאר פון די חתונה, איז אויך 'סטייל', אמאל איז מען געגאנגען מיט די זעלבע שטריימל, שפעטער געווארן ביליגער, האט מען אנגעהויבן קויפן נייע ווען מען מאכט חתונה, כהיום איז א שטריימל א זאך וואס מען קויפט יעדע פאר יאר (ביי איינעם 10 יאר, ביי א צווייטן 5 יאר וכדו') הלמאי, איז דען די אלטע שלעכט, אז מען דארף 'קויפן' א נייע.


איך זאג נישט אז מען טאר נישט, און איך זאג נישט אז ס'איז א פראבלעם, אבער איך זאג יא, אז קויפן א נייע 10 יאר פון די חתונה, קען מען נישט זאגן אז 'סטייל האט נישט געשפילט קיין ראלע', קען זיין נישט דער עיקר סיבה, אבער ס'האט זיכער צוגעגעבן.
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
גראדע שכל
שר האלף
תגובות: 1524
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 12, 2022 2:26 pm

Re: 'חסיד'ישע' "סטיילס"...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדע שכל »

שמו האט געשריבן:
איינס האט געשריבן:
און איך וועל גיין פתיחה…
איך האב באקומען א שטריימל צו מיין חתונה מיט צוויי טיש בעקיטשעס
א ניי שטריימל האב איך געקויפט איבער צען יאר נאך מיין חתונה (געצאלט 1000)
ביי קיין איינס האט נישט געשפילט קיין ראלע קיין ׳סטייל׳ כאטש איך האב געקוקט סזאל זיין שיין און זיין מיין טעיסט.
פערצאפאל, קויפן א נייע שטריימל 10 יאר פון די חתונה, איז אויך 'סטייל', אמאל איז מען געגאנגען מיט די זעלבע שטריימל, שפעטער געווארן ביליגער, האט מען אנגעהויבן קויפן נייע ווען מען מאכט חתונה, כהיום איז א שטריימל א זאך וואס מען קויפט יעדע פאר יאר (ביי איינעם 10 יאר, ביי א צווייטן 5 יאר וכדו') הלמאי, איז דען די אלטע שלעכט, אז מען דארף 'קויפן' א נייע.


איך זאג נישט אז מען טאר נישט, און איך זאג נישט אז ס'איז א פראבלעם, אבער איך זאג יא, אז קויפן א נייע 10 יאר פון די חתונה, קען מען נישט זאגן אז 'סטייל האט נישט געשפילט קיין ראלע', קען זיין נישט דער עיקר סיבה, אבער ס'האט זיכער צוגעגעבן.
גארנישט מיט סטייעל...
מענטשן זענען פשוט געווארן שיינע אידן... מ'האט אנגעהויבן לעבן ברייט בהרחבה,.. מער נישט קיין דור פון מלחמה איבערלעבער וואס שפארט אויף יעדער פעני.. און וויינט ווען מ'ווארפט אוועק א טעלער נאכן ניצן איינמאל...

מענטשן האבן היינט ליב צו לעבן באקוועהם.. און אויסקוקן שיין... און ווען די שטריימל ווערט קליין אויסגעשפריידילט און ציקוועטשט קען מען ביישטיין צו האבן א שיינע נייע שטריימל...
שכל הישר איז א טייערע ארטיקל...
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

Re: 'חסיד'ישע' "סטיילס"...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

כ׳נעם נישט (דערווייל) קיין צד אין די נושא, כ׳וויל נאר בעטן א טובה:

די אלע שלומינו׳עך און עשר׳לעך זאלן אריינשרייבן אין די חתימה די נאמען פון וועמען זיי פארטרעטן (צב״ש ׳קערנקרויט שריימלעך׳ אדער ׳בוימגארטן שריימלעך׳) אזוי העט מען קענען בעסער אפלערנען דעם עסק.
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
יקוש פייוויש
שר ששת אלפים
תגובות: 6651
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 16, 2021 12:34 pm

Re: 'חסיד'ישע' "סטיילס"...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקוש פייוויש »

שטארק זיך האט געשריבן:
כ׳נעם נישט (דערווייל) קיין צד אין די נושא, כ׳וויל נאר בעטן א טובה:

די אלע שלומינו׳עך און עשר׳לעך זאלן אריינשרייבן אין די חתימה די נאמען פון וועמען זיי פארטרעטן (צב״ש ׳קערנקרויט שריימלעך׳ אדער ׳בוימגארטן שריימלעך׳) אזוי העט מען קענען בעסער אפלערנען דעם עסק.
חחחח :lol: :lol: :lol:
אוועטאר
unit 13
שר שלשת אלפים
תגובות: 3223
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 02, 2021 12:43 am
לאקאציע: Command Center

Re: 'חסיד'ישע' "סטיילס"...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך unit 13 »

ווער שרייבט דאס? ר' קעפעדש?
UNIT 13 ALWAYS TO THE RESCUE
שמחה גוטמאן
שר מאה
תגובות: 197
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 03, 2022 6:48 pm

Re: 'חסיד'ישע' "סטיילס"...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחה גוטמאן »

די בליצן אויסגאבע. די זעלבע עסקנים.
אוועטאר
unit 13
שר שלשת אלפים
תגובות: 3223
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 02, 2021 12:43 am
לאקאציע: Command Center

Re: 'חסיד'ישע' "סטיילס"...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך unit 13 »

שמחה גוטמאן האט געשריבן:
די בליצן אויסגאבע. די זעלבע עסקנים.
אבער ראביי קעפעדש האט עפעס מיט דעם?
UNIT 13 ALWAYS TO THE RESCUE
rutledge
שר חמש מאות
תגובות: 872
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 31, 2018 12:24 pm

Re: 'חסיד'ישע' "סטיילס"...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך rutledge »

א גליון ארויס צו געבן חוזק צו מאכן פון די קליין הייפל שומרי תורה
ס הערט זיך אינטערסאנט
אין מיי אפיניון איז עס נישט אידישליך
סווערט לכאו ארויס געגעבן דורך אן עלעמענט וואס אין די גויאישע וועלט וואלט ער געזיצן אויף טוויטער און געסאושלט אגאנצן טאג כדי מזאל שמייכלען פון זיי געלונגענע מתכבד בקלון חבירו׳דיגע וויצן
אבער היות ער איז אין א ערענסטע אידישע געמיינדע שטילט ער זיין דארשט דורך טרייבן לצנות פון אידישע קינדער
אה פארגעסן צו זאגן, פארשטייט זיך אז ער מיינט נאר דעם אייבירשטן
אוועטאר
זילבערווערק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3815
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 08, 2021 2:40 am

Re: 'חסיד'ישע' "סטיילס"...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זילבערווערק »

rutledge האט געשריבן:
א גליון ארויס צו געבן חוזק צו מאכן פון די קליין הייפל שומרי תורה
ס הערט זיך אינטערסאנט
אין מיי אפיניון איז עס נישט אידישליך
סווערט לכאו ארויס געגעבן דורך אן עלעמענט וואס אין די גויאישע וועלט וואלט ער געזיצן אויף טוויטער און געסאושלט אגאנצן טאג כדי מזאל שמייכלען פון זיי געלונגענע מתכבד בקלון חבירו׳דיגע וויצן
אבער היות ער איז אין א ערענסטע אידישע געמיינדע שטילט ער זיין דארשט דורך טרייבן לצנות פון אידישע קינדער
אה פארגעסן צו זאגן, פארשטייט זיך אז ער מיינט נאר דעם אייבירשטן
געלויבט השי"ת אז ס'איז דא אידישע אידן מיט די כשרונות, און נוצן דאס אויפן גוטן ריכטונג.
די אידן וועלכע זיצן אויף טוויטער באדערן דיר אויך אזוי?

גייסטו נישט אזא שטריימל? זיי וויסן אז ער מיינט נישט דיר...
גייסטו יא דערמיט? זיי וויסן אז ער מיינט נישט דיר ער מיינט דיינע חברים זאלן דיר נישט נאכטון...
אוועטאר
איש ציון
שר האלפיים
תגובות: 2495
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 26, 2019 10:14 pm
לאקאציע: רפיח, ארץ ישראל

Re: 'חסיד'ישע' "סטיילס"...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש ציון »

נו די גאנצע הוטן געגייאכטץ איז אויך א סטייל
ווי אינדערהיים איז יעדער געגאנגען די זעלבע הוטל? ווער איז בכלל געגאנגען ביבער הוטען?
מען עס געגאנגן דאטשיקלעך,קאשקעטלעך, קוטשמעס, וכו' וכו'
מען ברויך לכאורה אויך דאס אונטערברענגען
עפענט א טשעיס קארטל און פארדינט ביז בערך 2 טויזנט דאללער ($2,000.00)
צו עפענען דעם קארטל ביטע דריקט דא
אויב איר ווערט עפראווד פאר איינס דאן מאכט תכף נאך איינס און עס וועט זיין נאר 1 אינקאר"י
(איך פארדין פון דעם וואס איר עפענט דורך דער לינק)
א דאנק
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5041
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re: 'חסיד'ישע' "סטיילס"...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

איש ציון האט געשריבן:
נו די גאנצע הוטן געגייאכטץ איז אויך א סטייל
ווי אינדערהיים איז יעדער געגאנגען די זעלבע הוטל? ווער איז בכלל געגאנגען ביבער הוטען?
מען עס געגאנגן דאטשיקלעך,קאשקעטלעך, קוטשמעס, וכו' וכו'
מען ברויך לכאורה אויך דאס אונטערברענגען
און א שטריימל קען איך האבן פאר ביליג אויך, אבער א הוט גייט נאר אויף ארויף, נישטא קיין ביליגערע אפשען.
שטיי מיר שוין בעסער ביי די שטריימלעך.
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
אוועטאר
בלייב געזונט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4255
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 10:16 am

Re: 'חסיד'ישע' "סטיילס"...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלייב געזונט »

unit 13 האט געשריבן:
שמחה גוטמאן האט געשריבן:
די בליצן אויסגאבע. די זעלבע עסקנים.
אבער ראביי קעפעדש האט עפעס מיט דעם?
געהערט שבת אז הרב קעפעטש איז אינוואלווד אין די אידישקייט גליון, איך נעם נישט קיין אחריות.
הַחֹדֶשׁ אֲשֶׁר נֶהְפַּךְ לָהֶם מִיָּגוֹן לְשִׂמְחָה
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18792
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: 'חסיד'ישע' "סטיילס"...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

שמו האט געשריבן:
איינס האט געשריבן:
און איך וועל גיין פתיחה…
איך האב באקומען א שטריימל צו מיין חתונה מיט צוויי טיש בעקיטשעס
א ניי שטריימל האב איך געקויפט איבער צען יאר נאך מיין חתונה (געצאלט 1000)
ביי קיין איינס האט נישט געשפילט קיין ראלע קיין ׳סטייל׳ כאטש איך האב געקוקט סזאל זיין שיין און זיין מיין טעיסט.
פערצאפאל, קויפן א נייע שטריימל 10 יאר פון די חתונה, איז אויך 'סטייל', אמאל איז מען געגאנגען מיט די זעלבע שטריימל, שפעטער געווארן ביליגער, האט מען אנגעהויבן קויפן נייע ווען מען מאכט חתונה, כהיום איז א שטריימל א זאך וואס מען קויפט יעדע פאר יאר (ביי איינעם 10 יאר, ביי א צווייטן 5 יאר וכדו') הלמאי, איז דען די אלטע שלעכט, אז מען דארף 'קויפן' א נייע.
איך זאג נישט אז מען טאר נישט, און איך זאג נישט אז ס'איז א פראבלעם, אבער איך זאג יא, אז קויפן א נייע 10 יאר פון די חתונה, קען מען נישט זאגן אז 'סטייל האט נישט געשפילט קיין ראלע', קען זיין נישט דער עיקר סיבה, אבער ס'האט זיכער צוגעגעבן.
איך זע אז מער ווייניגער זענען מיר נישט מחולק מיט פאקטן נאר מיט די הגדרה.

10 יאר צוריק פלעגט מען נוצן איין פלעסטיק טישטוך פאר גאנץ שבת, היינט נוץ איך דריי פאר יעדע סעודה א עקסטערע. האט עס מיט א סטייל?!
דעמאלטס איז די טישטוכער געווען שטערקער און טייערער און ס׳האט נישט געלוינט צו נוצן דריי פאר א שבת, היינט לוינט נישט די ענערגיע פון אפרייניגן דעם טישטוך קעגן די פרייז וואס מ׳צאלט פאר דעם, בנוסף וואס ס׳איז שוואך און נישט אויסגעשטעלט צו נוצן מער פון איינמאל (פיינעלי מיינט שוין חד פעמי אמת׳דיג וואס דאס מיינט...)
מיין טאטע׳ס שטריימל האט נאך 10 יאר אויסגעקוקט די זעלבע ווי ווען ער האט דאס געקויפט, אקעי נישט ממש... אבער ווייט פון וואס מיין שטריימל האט אויסגעקוקט 10 יאר נאך וואס איך האב עס געקויפט קעגן ווי אזוי איך האב עס אנגעטון ביי מיין חתונה. (די סיבה איז נישט סטייל נאר קוואליטי).
און דאס האט נישט נאר מיטן לבוש, איך האב באקומען א אויוון ביי מיין חתונה, איך האב צוגעקויפט 8 יאר שפעטער נאך איינס, וראה זה פלא די אלטע איז נאך אין א בעסערע קאנדישן ווי די נייערע. לייט באלבס פלעגן האלטן יארן קעגן די היינטיגע וואס אויסער די נאמבער וואס שטייט אויפן באקס אז ס׳האלט יארן ווייס איך נישט וועלכע שייכות האט דאס מיט די יארן.
די מציאות איז אז מ׳מאכט היינט שוואכערע סחורה.
און די פרייז: בימים ההם האט מען געצאלט 1000 א שטריימל, איך קען מיר נישט אויס מיט די אינפלאציע, און מ׳דארף אויך נעמען אין חשבון אז 1000 דעמאלטס האט געמיינט סאך מער אויסער די אינפלאציע, ווייל מ׳איז נישט געווען אזוי פארמעגליך ווי היינט.
סא אויב היינט צוטאגס פאלירט די שטריימל זיין נארמאלקייט (דהיינו קעגן וויזוי ער זעט אויס ווען איך באקום עס), און איך קען מיר ערלויבן צו קויפן א נייע שנעלער. הייסט דאס א סטייל?

סאו ווען דו פרעגסט די אלטע איז שלעכט אז מ׳דארף קויפן א נייע? שלעכט ווייס איך נישט, אבער ס׳איז נישט שלעכט צו ניצן א דעספאזבל טישטוך און דאס איבער נוצן 20 מאל.

און ווי געשריבן שוין איינמאל, אויסמישן אלע פראבלעמען אין איין טאפ און שרייען סטייל איז נאריש.
פרייזן איז א פראבלעם? אסאך אייטעמס דארף א איבערבליק. מ׳קויפט שנעלער נייע? וכן למתוק ביי יעדע זאך, נישט אלץ די סטייל נאר ס׳איז שוואכער היינט.

איז וואס מיינט יא א סטייל?
לאמיר געבן א דוגמא נאר לשם זיך אינטערהאלטן (נישט קיין ליצנותא דעבודא זרה...)
אין עירמאונט איז דא א שול וואס אלע מעמבערס גייען מיטן זעלבן דעזיין אויפן בעקיטשע. אלע גייען מיט די זעלבע קאליר קאפל און ס׳מוז זיין געמאכט פון די זעלבע מאטריאל, אלע מעמבערס גייען בלויע קאפלעך געשטריקט פון א ספעציפישע פליאסטער פאדים, און ווערן געבינדן אויפן זעלבן וועג. די גארטל איז א ספעציפישע קאליר: נישט ווייס און נישט שווארץ מער אזא ברוינילכע קאליר. די שטריימל מוז זיין א געוויסע הייט, און די גלעזער איז איין סטייל. יעדער גייט די זעלבע העמעד, און יעדער גייט די זעלבע זאקן.
כשאתא יצחק ועלה, אמר: לא עירמאונט שמו אלא מאה שערים שמו, לא בעקיטשע שמו אלא קאפטן שמו, ולא קאפל שמו אלא יארמולקע שמו, נישט בלוי נאר ווייס....

אלא מאי, יעדער פארשטייט אז ווען די ווילסט אנצייגן אז מאנכע זענען פארפארן און געמאכט א סטייל, איז די כונה די נקודה.
ועל זה אנו דנין, און לאמיר בלייבן ביים שטריימל, לגבי די פרייז גייט נאך הענט און פיס צו ״רוב בחורים״ קויפן די טייערע, לגבי די הויעך איז מער ווייניגער יעדער איינשטמיג אז ס׳איז ארויס פון קאנטראל, אבער נישט די קאסוטמערס ווילן דאס (דהיינו ס׳איז נישט די סטייל...), די שעות ארוכות וואס דער עולם איז ביזי ביים קויפן, פרעג איך דיר און יעדעם איינעם צו ער איז געשטאנען שעות ארוכות.
וועסטו זאגן, איך ווייס נישט, איך ווייס איין זאך ״די גאס״ האט א סטייל, האב איך פאר דיר נייעס, ״די גאס״ עקזיסטירט אין צוויי פלעצער: אויף די עדס און אין אידישקייט גליון.

טראכט גוט אריין וועלכע לבוש וואס דו גייסט קוקט אויס ווי דיינע זיידעס האבן געגאנגען, און איך רעד נישט פון דיינע זיידעס אין מצרים. די סיבה פון טוישן איז נישט געווען אז ס׳איז דא א ״סטייל״ אין ״גאס״, נאר סאיז דא זאכן וואס נאטורליך טוישן זיך, אבער נישט ווייל מ׳איז איינגעטונקען אין עולם הזה, נאר דייקא ווייל מ׳איז נישט, און ס׳מאכט נישט קיין נפק״מ צו מיין גלעזער איז ריזיג גרויס (שנות השמונים) צו ס׳איז קליין (שנות העשרים עשרים). אזוי אויך אינטערסירט נישט רוב מענטשן צו די טיש בעקיטשע שניט איז אנדערש ווי א בעקיטשע (ימי קדם) אדער אז די שניט איז די זעלבע ווי די בעקיטשע (ימינו אנו).
נאכאלס אויב די גלעזער סטאר שטעלט דאס צו, און די בעקיטשעס סטאר שטעלט דאס צו קויפט מען וואס זיי האבן, נישט ווייל דאס איז די סטייל נאר כאטש דאס איז די סטייל. טאקע ווייל מיין קאפ ליגט מיר נישט אין די סטיילס...

און נאך א מעשה ברוח די לולב האלטער וואס איך האב געשריבן אין דעם צווייטן אשכול.
די וואך פרייטאג צו נאכטס קום איך אן אין ביהמ״ד, איך זע א מידל עידזש אינגערמאן קומט אריין מיט זיין שטריימל באקס, ער טוט אויס זיין רעגן שטריימל און טוישט אויף מיט זיין געעריגע שטריימל. אין ערשטן מינוט (נאכן זיין אונטערן איינפלוס פון די אידישקייט מאוומענט...) טראכט איך צו מיר: ״א טווענטי טווענטי אינגערמאן!״ ביזי שלעפן שטריימלעך אין באקסעס, זאג: דו קענסט נישט גיין מיט דיין שטריימל נארמאל אויפן קאפ?״.
איך געב א קוק און איך זע ווער דער אינגערמאן איז, גלייב מיר אויפן ווארט דער האט מיט ״די גאס״ גארנישט איינגעפאקט, ער קען איר נישט און ווייסט נישט וואס דארט גייט פאר. ער האט א שטריימל וואס ער האט געצאלט געלט פאר דעם, ס׳איז נישט געמאכט צו ווערן נאס (אנדערש ווי די שטריימליך בימי קדם וואס האט יא פארנומען א רעגן) די מעילס זענען אדערווייל נישט אויסגעשטעלט צו האלטן דעם שטריימל. ער ווייסט נישט פון קיין חשבונות, ער טראכט נישט וואס אידישקייט גייט זאגן אויף אים. ער האט א אלטע שטריימל וואס שטערט אים נישט אז ס׳ווערט נאס אדער די האר ווערן צופלויגן, טוט ער אן זיין רעגן שטריימל און נעמט מיט זיין געהעריגע שטריימל אין באקס, וילך ויבוא ער טוט וואס ער האט צו טון און לעבט זיין לעבן ווי א נארמאלער מענטש, ניטאמאל דארף ער ספענדן א סעקנד צו טראכטן ״איך לאך פון די וועלט״.

און די עיקר ויכוח איז וויפל זענען יא נאכגעשלעפט. איך האלט אז רוב מענטשן דילן מיט דעם זייער גוט, דהיינו זיי האבן נסיונות צו נאכלויפן אבער קאנטראלירן זיך.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
unit 13
שר שלשת אלפים
תגובות: 3223
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 02, 2021 12:43 am
לאקאציע: Command Center

Re: 'חסיד'ישע' "סטיילס"...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך unit 13 »

בלייב געזונט האט געשריבן:
unit 13 האט געשריבן:
שמחה גוטמאן האט געשריבן:
די בליצן אויסגאבע. די זעלבע עסקנים.
אבער ראביי קעפעדש האט עפעס מיט דעם?
געהערט שבת אז הרב קעפעטש איז אינוואלווד אין די אידישקייט גליון, איך נעם נישט קיין אחריות.
סעֶם הִיר
UNIT 13 ALWAYS TO THE RESCUE
אשדוד
שר חמש מאות
תגובות: 530
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 17, 2017 12:30 pm

Re: 'חסיד'ישע' "סטיילס"...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אשדוד »

נו גוט נו שוין האט געשריבן:
און בעצם די קעפל איז א סתירה מיני’ ובי’
אויב חסידיש, קומט נישט אהער סטייל
און אויב איז עס א סטייל גייט נישט קיין חסיד דערמיט
חסידישע אידן האבן אויף יעדע מלבוש א סיבה, א ענין, א קבלה, גארנישט איז סתם אזוי, און אז א מלבוש טוישט זיך יעדע פאר מינוט האט עס מיט חסידיש גארנישט, די אפשטמיגע פון חסידישע היימען גייען אזוי אבער ס’איז נישט "חסידיש" און גאר פונקט פארקערט דערפון
ויש להאריך, אבער אין דעם גלגול איז עס נישט מיין ליין..
לאו דוקא נעם למשל שווארץ ווייס גלעזער וואס איז א געוויסע פרומע סטייל, ווען איינער האלט זיך חסידיש וועט ער נישט נעמען אבי א גלעזער נאר ער איז מקפיד אויף די סטייל וויבאלד עס ווערט אנגעקוקט חסידיש נישט צוליב אן ענין
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

Re: 'חסיד'ישע' "סטיילס"...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

די היינטיגע ריזיגע האריגע רעדלעך, האבן נישט קיין שייכות מיט׳ן שטריימל, זיי זענען געהעריגע מענער שייטלען, ס׳ווערט עדווערטייזד ווי די האר ווארפט זיך ווי א שייטל.
אוועטאר
איש ציון
שר האלפיים
תגובות: 2495
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 26, 2019 10:14 pm
לאקאציע: רפיח, ארץ ישראל

Re: 'חסיד'ישע' "סטיילס"...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש ציון »

Bissli האט געשריבן:
איש ציון האט געשריבן:
נו די גאנצע הוטן געגייאכטץ איז אויך א סטייל
ווי אינדערהיים איז יעדער געגאנגען די זעלבע הוטל? ווער איז בכלל געגאנגען ביבער הוטען?
מען עס געגאנגן דאטשיקלעך,קאשקעטלעך, קוטשמעס, וכו' וכו'
מען ברויך לכאורה אויך דאס אונטערברענגען
און א שטריימל קען איך האבן פאר ביליג אויך, אבער א הוט גייט נאר אויף ארויף, נישטא קיין ביליגערע אפשען.
שטיי מיר שוין בעסער ביי די שטריימלעך.
און לכבוד דעם גיי איך מיט דעם זעלבן הוט א שיינע פאר יאר אפילו סאיז שוין עטוואס צוריסן (עס האט זיך בעצט גלייך געפענט ביים ברום אבער זיי האבן עס כאילו פאראכטן אז עס האט אנגעהאלטן פאר נאך אפאר וואכן)
און איך פלאן נישט און די קומענדיגע פאר יאר צו קויפן א נייע
עפענט א טשעיס קארטל און פארדינט ביז בערך 2 טויזנט דאללער ($2,000.00)
צו עפענען דעם קארטל ביטע דריקט דא
אויב איר ווערט עפראווד פאר איינס דאן מאכט תכף נאך איינס און עס וועט זיין נאר 1 אינקאר"י
(איך פארדין פון דעם וואס איר עפענט דורך דער לינק)
א דאנק
פארווייטאגט
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 1:29 pm

Re: 'חסיד'ישע' "סטיילס"...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארווייטאגט »

now האט געשריבן:
I am wondering why they quote a limited amount of Rabbunim who are against the new shtreimal, at the same time when the majority of Rabbunim are wearing those?
;l;p-


ולעצם הענין.
זאגט מיר איינער, ער האט צוויי איידימער.
איינער גייט מיט א הויכע שטריימל, חלילה נישט אלס סטייל, נאר ווייל אזוי גייט מען ביי איהם ווי ער דרייט זיך.
דער צווייטער גייט מיט א קליינער שטריימל, אויך חלילה נישט אלס סטייל, נאר אלס אידישקייט, ווייל אזוי גייט מען דארט ווי ער דרייט זיך.

איז ווער גייט דען יא נאך סטיילס? יעדער מיינט דאך נאר ווייל אזוי גייען ערליכע אידן, במקום וואס ער דאווענט .

אידישקייט ביי א קליינער שטריימל.
(וועלכע ? ודברת בם, ולא בדברים בטלים? אדער פון כלה לחיה מן השדה? )


שווארצע גלעזער איז דען נישט קיין סטייל?
און גור גיין מיט א גערע קאפל איז נישט קיין סטייל?
באבוב מיט א ברייטערע הוט, סקווירא מיט געדרייטע פאות כמנהגם, ויזניץ מיט א דעם בלום אויפן הוט אויף רעכטס, וכו' וכו'
סטייל צו גיין ווי א חסידישער איד איז נישט קיין סטייל?
היינט איז אלעס פעיר פרעשער מיט סטיילס.

וי"א אז דאס איז גאהר א מעלה.

שוין.
מי אני איך זאל מיר אריינמישען בהנהגת הדור?
עז איז דא גענוג גדולים.
און ווי אזוי זיי וועלן מיר הייסן, וועלן מיר נאכטאנצען זייער סטייל.
אוועטאר
unit 13
שר שלשת אלפים
תגובות: 3223
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 02, 2021 12:43 am
לאקאציע: Command Center

Re: 'חסיד'ישע' "סטיילס"...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך unit 13 »

מי אנכי..
אבער מיין קליינער דזשעלי-שכל זאגט אז גיין מיט א שטריימל וואס זעט אויס ווי א פלאכע שטאפענע היט, איז פאני... איך רעדט נישט פון א 1967 געבוירענער,
איך רעדט פון א 2022 חתן וואס גייט קויפן א פלאכער מצה ... סארי כ'מיין שטריימל, איז א חתן וואס איז נישט דומא למלך...
כ'מיין צו זאגן, זיי נישט אנדערע ווי אלע אנדערע

די '' שיינע '' הויכע שטריימלך איז נישט קיין סטייל (נאכאמאל דאס איז מיין צוויי סענט) ס'איז שיין...
איי גייסטו פרעגן פארוואס האט די הייליגע בעל שם טוב געגאנגען מיט א פלאכער שטריימל (מיר אלע שטעלן זיך נאר פאָר אזוי קיינער ווייסט נישט) ווייל דעמאלטס האט מען געגאנגען אזוי. סוי האט דער הייליגער רוזשינער/ בעל שם טוב ח'וו נאכגעגאנגען סטייל? רחמנא ליצלן אזוי צו רעדן.

נא יאניט 13 גיי צום פוינט!

אוי סארי קעי...

איינער וואס גייט קויפן א שיינער הויכער שטריימל איז א מענטש וואס גייט נארמאל אנגעטון!
UNIT 13 ALWAYS TO THE RESCUE
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”