קול מבשר - מענטל עווערנעס - עקיבא פערלמאן - יואל פעלזן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
מאמענטאל
שר חמש מאות
תגובות: 825
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:25 pm

קול מבשר - מענטל עווערנעס - עקיבא פערלמאן - יואל פעלזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאמענטאל »

די לעצטע פאר שיעורים האט נישט געהאט קיין שייכות מיט עקיבה פערלמאן נאר איינער פריעד
איך האב האב זייער הנאה געהאט סיי פון פערלמאן אין סיי פון פריעד
אוועטאר
יואל פעלזן
שר מאה
תגובות: 119
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 30, 2018 7:19 pm

Re: קול מבשר - מענטל עווערנעס - עקיבא פערלמאן - יואל פעלזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל פעלזן »

דער פראגראם איז דר. עקיבא פערלמאנ'ס, דאס הייסט אז ער געט די שמועסן, און דארף קענען די מענטשן וואס גייען ארויפקומען במשך הזמן.

מיר האבן היינט געהאט די זכי' צו האבן א רייכער שמועס מיטן דאקטאר זעלבסט, און איז א פרישער נושא וואס וועט אנהאלטן די קומענדיגע וואכן בעזר ה'.

איך האב נישט געוואוסט אדער געקענט דעם דאקטאר איידער מיר האבן זיך געטראפן עטליכע מאל אויסשמועסן דעם מהלך פון די שמועסן, אבער אנגעהויבן צו הערן מער און מער איבער אים, געוואר ווערנדיג אז ער איז פון די העכסטע און רעספעקטירסטע אין דער פעלד, און אלע זענען דערצו עדות. ס'מיר א זכי' צו זיין א חלק אין א שמועס וואס ברענגט און וועט צושטעלן הילף פאר אידישע קינדער.

היות דער דאקטאר רעדט ענגליש און מיר זענען א אידיש רעדנדער ציבור, האב איך פארגעשלאגן אז צו מאכן דער פראגראם מער קאלירפול, איז גוט צו האבן מזמן לזמן אנדערע וואס רעדן אונזער היימישער שפראך, און דעריבער האבן מיר געהאט ר' מאיר חיים פריעד, וואס איז א גאר שטארקע זאך אין זיין פעלד, און וואס דער עולם האט שטארק הנאה געהאט פון זיין קלארע און צוגעלאזענע ווערטער.

אלנפאלס, האפנטליך וועט מארגן, מיטוואך, דער פרישער שמועס ארויפגיין בס"ד.
לאמיר רעדן תכלית!
אוועטאר
יואל פעלזן
שר מאה
תגובות: 119
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 30, 2018 7:19 pm

Re: קול מבשר - מענטל עווערנעס - עקיבא פערלמאן - יואל פעלזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל פעלזן »

לאמיר רעדן תכלית!
אוועטאר
namlich
שר חמישים ומאתים
תגובות: 382
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 14, 2022 2:20 pm

Re: קול מבשר - מענטל עווערנעס - עקיבא פערלמאן - יואל פעלזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך namlich »

יעצט געטראפן די שיעורים אויף קול מבשר. איך מוז דא ארויסברענגן , מיינע הרגשיםת נישט די ערשטע מאל וואס איך טוה אין דעם, אבער אזא קלארקייט קיננמאל בעפאר, די עיקר מעלה איז, אז וואס ער זאגט איז ער דערביי, די קונץ איז נישט צו ואארפן כל מיני אומפארשטענדליכע טערמינען, נאר דייקא צונעמען אויף קליין געלט!, מיט א קלארקייט און פשטות, @יואל פעלזן איך קוק ארויס אויף ווייטער!
האסט געליינט מיין תגובה? האסט הנאה געהאט? געב א לייק!
דאס גיבט כוח און מוט צו שרייבן נאך!.
אוועטאר
יואל פעלזן
שר מאה
תגובות: 119
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 30, 2018 7:19 pm

Re: קול מבשר - מענטל עווערנעס - עקיבא פערלמאן - יואל פעלזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל פעלזן »

namlich האט געשריבן: מיטוואך יוני 07, 2023 7:50 pm
יעצט געטראפן די שיעורים אויף קול מבשר. איך מוז דא ארויסברענגן , מיינע הרגשיםת נישט די ערשטע מאל וואס איך טוה אין דעם, אבער אזא קלארקייט קיננמאל בעפאר, די עיקר מעלה איז, אז וואס ער זאגט איז ער דערביי, די קונץ איז נישט צו ואארפן כל מיני אומפארשטענדליכע טערמינען, נאר דייקא צונעמען אויף קליין געלט!, מיט א קלארקייט און פשטות, @יואל פעלזן איך קוק ארויס אויף ווייטער!
א שיינער דאנק - די שווערע ארבעט פון מאכן זיכער אז דער פראגראם גייט אן, ווערט אין טייל געדעקט דורך די גוטע ווערטער פון צוהערער וואס שיקן אריין זייערע דאנק ווערטער, סיי די וואס האבן הנאה פון זיך אנזאפן מיט ידיעות, און סיי די וואס עס האט זיי געהאלפן, אדער וואס דורך די אינפא קענען זיי העלפן זייערע ארומיגע וכדו'.

אגב, ספאנסארס ווערט אויך געזוכט :smile:
לאמיר רעדן תכלית!
אוועטאר
גראדע שכל
שר האלף
תגובות: 1524
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 12, 2022 2:26 pm

Re: קול מבשר - מענטל עווערנעס - עקיבא פערלמאן - יואל פעלזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדע שכל »

וועלכע קנעפל איז עס?
שכל הישר איז א טייערע ארטיקל...
אוועטאר
יואל פעלזן
שר מאה
תגובות: 119
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 30, 2018 7:19 pm

Re: קול מבשר - מענטל עווערנעס - עקיבא פערלמאן - יואל פעלזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל פעלזן »

גראדע שכל האט געשריבן: זונטאג יוני 11, 2023 1:53 am
וועלכע קנעפל איז עס?
אויפן טעלעפאן: 329 פון די מעין מעניו.
אנליין: ביי געזונטהייט אפטיילונג.
לאמיר רעדן תכלית!
שרייב תגובה

צוריק צו “קול מבשר”