הענדיל ברייער - שרייבער און זשורנאַליסט - קול מבשר אינטערוויוער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

מיינסט עס ערנסט?!
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 03, 2021 7:55 pm

הענדיל ברייער - שרייבער און זשורנאַליסט - קול מבשר אינטערוויוער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיינסט עס ערנסט?! »

פאר הענדיל קומט זיך שוין לאנג אן אשכול, האבנדיג אפאר וועכנטליכע שמועסן אויף קול מבשר און שרייבט אפט אין פאפולערע מאגאזינען.
איך האב מיר אנגעטראפן מיט די צוויי שפיציגע פארמעסט ווי ביידע האט הענדיל געוואונען. נישט אז יצחק שלמה איז אוועק צו מאכן, אבער הענדיל האט געהאט אויף ביידע די אויבערהאנט.

לאמיר הערן וואס די עולם האט צו זאגן אויף אים, זיינע אינטערוויוס שמועסן און ארטיקלען.
אוועטאר
מארקעטער
שר מאה
תגובות: 129
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 10, 2022 12:34 am

Re: הענדיל ברייער - שרייבער און זשורנאַליסט - קול מבשר אינטערוויוער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מארקעטער »

זייער א גוטע אשכול.
ר' הענדיל ברייער איז א א בריך הכשרון אין זייער אסאך הינזיכטן.
הויפטזעכנטליך פארמאגט ער זייער א געשמאקער שטימע וואס מאכט זייער בא'טעמ'ט פאר די אויערן צו הערן זיינע אנאליזן און שמועסן, ער טראגט זייער א פראפעסיאנאלע כאראקטער דורכאויס זיינע עפיזאדן אויף קול מבשר, און רעדט מיט פילע פראפעסיאנאלע אויסדריקן, אבער נישט צופיל אז עס זאל אנהייבן צו גריצלען....
ער האט אנגעקניפט קשרים מיט גוטע חברה, ווי טוירקס וואס צוזאמען מאכן זיי א דזשאב איינס אין די וועלט.
און דערנאך פארמאגט ער אין צוגאב א געניטע פעדער מיט וואס ער שרייבט געלונגענע ארטיקלען פון צייט צו צייט.
Think with your brain, not with your pain (יונתן שווארץ)
לעב און לאך
שר מאה
תגובות: 118
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 22, 2014 10:14 am

Re: הענדיל ברייער - שרייבער און זשורנאַליסט - קול מבשר אינטערוויוער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעב און לאך »

איך האב ספעציעל שטארק הנאה פון ר' הענדל'ס ביזנעס אינטערוויוס. ער פארשטייט ביזנעס גאר גוט און מאכט זיכער אז די עולם טוט עס אויך פארשטיין. טורקס הער איך נישט אבער ווען הענדל מאכט סתם אינטערוויוס איז עס שטענדיג געשמאק און מיט אסאך חן.
איין בקשה: מאך מער ביזנעס אינטערוויוס עס איז ווי לופט צום אטעמען פארן היימישן ביזנעסמאן.
פאראויס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4352
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 8:56 pm

Re: הענדיל ברייער - שרייבער און זשורנאַליסט - קול מבשר אינטערוויוער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראויס »

בילד? והי' עיניך רואות את וכו'.
Know your profits per ASIN, your inventory forecasting, ppc, and more, for just $19.99 a month. Try it for two months FREE with this link:
https://sellerboard.com/?partner=00529
winner
שר האלף
תגובות: 1231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 23, 2018 9:35 am

Re: הענדיל ברייער - שרייבער און זשורנאַליסט - קול מבשר אינטערוויוער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך winner »

ווי שרייבט הענדל?
אוועטאר
פאפושקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 438
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 21, 2021 7:34 pm

Re: הענדיל ברייער - שרייבער און זשורנאַליסט - קול מבשר אינטערוויוער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאפושקא »

פאר געווענליכע אינטערוויא'ס איז ר' יצחק שלמה אסאך בעסער
שטיין ביין
שר חמישים
תגובות: 95
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 18, 2022 4:25 pm

Re: הענדיל ברייער - שרייבער און זשורנאַליסט - קול מבשר אינטערוויוער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטיין ביין »

לעב און לאך האט געשריבן:איך האב ספעציעל שטארק הנאה פון ר' הענדל'ס ביזנעס אינטערוויוס. ער פארשטייט ביזנעס גאר גוט און מאכט זיכער אז די עולם טוט עס אויך פארשטיין. טורקס הער איך נישט אבער ווען הענדל מאכט סתם אינטערוויוס איז עס שטענדיג געשמאק און מיט אסאך חן.
איין בקשה: מאך מער ביזנעס אינטערוויוס עס איז ווי לופט צום אטעמען פארן היימישן ביזנעסמאן.

Gam
דו דארפט טון וואס פאר דיר געפעלט. וועסטו געוועלטיגן אויף דער וועלט....
משמש בקודש
שר ששת אלפים
תגובות: 6791
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 2:10 am
לאקאציע: Kollel

Re: הענדיל ברייער - שרייבער און זשורנאַליסט - קול מבשר אינטערוויוער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משמש בקודש »

פאראויס האט געשריבן:בילד? והי' עיניך רואות את וכו'.
אטעטשמענטס
627A36C5-2546-464B-B675-3589FD2419B9.jpeg
627A36C5-2546-464B-B675-3589FD2419B9.jpeg (93.79 KiB) געזען 2990 מאל
Wow a1
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4111
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2018 3:38 pm

Re: הענדיל ברייער - שרייבער און זשורנאַליסט - קול מבשר אינטערוויוער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Wow a1 »

די בעסטע אינטערוויואער ביים היימישן ציבור!
אוועטאר
פעטע פישל
שר האלף
תגובות: 1178
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 29, 2022 7:40 pm

Re: הענדיל ברייער - שרייבער און זשורנאַליסט - קול מבשר אינטערוויוער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעטע פישל »

איך בין זיך מחי' מיט אים!!!
א גריס פונעם לויתן
אוועטאר
מיניטשער וועלט
שר האלפיים
תגובות: 2393
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 17, 2021 9:42 pm

Re: הענדיל ברייער - שרייבער און זשורנאַליסט - קול מבשר אינטערוויוער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיניטשער וועלט »

געשמאק, קלאר און פראפיסיענאל !
כעלעמערחכם האט געשריבן: מאנטאג מארטש 25, 2024 3:18 pm
מיין הערסטע זז"ג
אוועטאר
מיניטשער וועלט
שר האלפיים
תגובות: 2393
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 17, 2021 9:42 pm

Re: הענדיל ברייער - שרייבער און זשורנאַליסט - קול מבשר אינטערוויוער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיניטשער וועלט »

ער פארט שטארק מיט מיטן אינטערוויוטן
ער טוט זיך נישט מיוטן.
כעלעמערחכם האט געשריבן: מאנטאג מארטש 25, 2024 3:18 pm
מיין הערסטע זז"ג
הקולמוס שלי
שר האלפיים
תגובות: 2644
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 03, 2020 8:01 am
לאקאציע: אומאן!

Re: הענדיל ברייער - שרייבער און זשורנאַליסט - קול מבשר אינטערוויוער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הקולמוס שלי »

Wow a1 האט געשריבן:די בעסטע אינטערוויואער ביים היימישן ציבור!
ווען א איד וואלט געוואוסט וואס מיינט א איד, וואלט ער געשפרונגען מיט שמחה תמיד!

משיח…? למספרם!
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7193
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: הענדיל ברייער - שרייבער און זשורנאַליסט - קול מבשר אינטערוויוער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

א גוטע אשכול דעיס.

כ'האב מורא'דיג הנאה פון אים, בפרט וויאזוי ער קוועטשט ארויס די מאקסימום פון יעדעם.

בעיקר די אנאליזן מיט טורקס, מייראוויטש, און אנדערע, ווי ער דרייט אויף אלע וועגן מיט כל מיני קשיות, און וועט אייביג פרובירן צו זאגן פארקערט ווי יענעם כדי ארויסצושלעפן די מאקסימום פון אים.

יאפ, ר' הענדל איז א זעלטנהייט.
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
MCITP
שר חמישים
תגובות: 68
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 13, 2011 5:10 pm

Re: הענדיל ברייער - שרייבער און זשורנאַליסט - קול מבשר אינטערוויוער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך MCITP »

ער פרעגט גאר גוט און די וויכטיגסטע, ער לאזט ענטפערן, ער מישט נישט אריין זיין מיינונג..
אוועטאר
חנן
שר האלף
תגובות: 1193
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 24, 2020 8:49 am
לאקאציע: ערגעץ ווי

Re: הענדיל ברייער - שרייבער און זשורנאַליסט - קול מבשר אינטערוויוער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חנן »

זיינע שמועסן מיט טוירקס איז עפעס איינס אין דער וועלט!
שרייבער זענען ארטיסטן וואס מאלעווען מיט אותיות.

א שרייבער איז נישט קיין שרייבער צוליב וואס ער שרייבט. נאר ער שרייבט צוליב וואס ער איז א שרייבער.
וואסער מאלער
שר מאה
תגובות: 151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 16, 2022 3:02 am

Re: הענדיל ברייער - שרייבער און זשורנאַליסט - קול מבשר אינטערוויוער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואסער מאלער »

ער האט א געויסע טרוקענקייט ווען ס' קומט ארויסציווייזן געפילן מיינעך מוטשעט ער זיך אביסל,
אבער אווער אלל איז ער א גאון אין אינטערוויואס,רייכע שפראך,פרעגט גוטע שאלות,מאכט זיך פולי אינטערעסירט,גוטע אנהייב און ענד,אפיציעלקייט,
די בעסטע פאר א געפילעשע אינטערוויא איז פארשטייציך ר' וועלוועל
אש תמיד תוקד-א פייער ברענט אין הארץ פון א איד!!!
געלט גייער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 452
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 06, 2021 4:23 pm

Re: הענדיל ברייער - שרייבער און זשורנאַליסט - קול מבשר אינטערוויוער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלט גייער »

פון וועלכע ברייער'ס איז ער?
אוועטאר
פילאָזאָף
שר חמש מאות
תגובות: 867
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 13, 2022 2:36 pm

Re: הענדיל ברייער - שרייבער און זשורנאַליסט - קול מבשר אינטערוויוער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פילאָזאָף »

איך האב געהערט ווי ער ברענגט ארויף זיין טאטע אויף איין שמועס זיך צו אננעמען אויף אים...
אינטרעסאנט געווען צו הערן ווי זיין פאטער רעדט...

איינער קען עס לינקן? - איך געדענק נישט וואו כ'האב עס געהערט.
יענער? ער ליגט אין גרוב!
וואטעווער, אין א גאָלד גרוב...
אוועטאר
וואלד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3333
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 17, 2021 4:38 pm

Re: הענדיל ברייער - שרייבער און זשורנאַליסט - קול מבשר אינטערוויוער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואלד »

MCITP האט געשריבן:ער פרעגט גאר גוט און די וויכטיגסטע, ער לאזט ענטפערן, ער מישט נישט אריין זיין מיינונג..

יעפ.

און רעדט אויך זייער קלאר קורץ און געשמאק.
אוועטאר
moishy56
שר עשרת אלפים
תגובות: 19750
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

Re: הענדיל ברייער - שרייבער און זשורנאַליסט - קול מבשר אינטערוויוער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moishy56 »

געלט גייער האט געשריבן:פון וועלכע ברייער'ס איז ער?

ער איז א אייניקל פון הרה״ח ר׳ שלמה זלמן ברייער ז״ל פון לאנדאן,
חתן הרבני המפורסם ר' אברהם שרייבער ז"ל פון לאנדאן.
.

טעקסט בלויז די ווארט INFO צו 718-480-0545 און מען ארלעדיגט דיר א פאלעסי #קהלייף
אוועטאר
ראש לימבא
שר האלף
תגובות: 1006
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 8:48 am

Re: הענדיל ברייער - שרייבער און זשורנאַליסט - קול מבשר אינטערוויוער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראש לימבא »

מזל טוב להולדת הבת!
סך הכל תגובות: 999
אוועטאר
פילאָזאָף
שר חמש מאות
תגובות: 867
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 13, 2022 2:36 pm

Re: הענדיל ברייער - שרייבער און זשורנאַליסט - קול מבשר אינטערוויוער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פילאָזאָף »

ראש לימבא האט געשריבן:
מזל טוב להולדת הבת!
יא אפאר טאג צוריק
יענער? ער ליגט אין גרוב!
וואטעווער, אין א גאָלד גרוב...
לעב און לאך
שר מאה
תגובות: 118
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 22, 2014 10:14 am

Re: הענדיל ברייער - שרייבער און זשורנאַליסט - קול מבשר אינטערוויוער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעב און לאך »

מזל טוב ר' הענדל! זאלסט ווייטער קענען מהנה זיין אידישע קינדער און מבשר זיין בשורות טובות
א סאטמארער
שר מאה
תגובות: 105
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 08, 2021 12:28 pm

Re: הענדיל ברייער - שרייבער און זשורנאַליסט - קול מבשר אינטערוויוער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א סאטמארער »

מזל טוב! איך קען זאגן ער איז א מומחה אין וואס יא צו פרעגן און וואס נישט מיט א קלארקייט אן פרעגן זייטיגע נארישע פרטים וואס קומט נישט אריין ר' הענדל keep up!
שרייב תגובה

צוריק צו “אויסגאבעס און נייעס קוועלער”