- 8F545A4A-9955-410B-B643-30DDB7FB3693.jpeg (170.98 KiB) געזען 1773 מאל
שטיבל - שבועות תשפ"ב אונזער רייכע וועכנטליכע "שטיבל" אויסגאבע ערשיינט מיט א פארברייטערטע יו"ט ביכל מיט א ברייטע אויסוואל פון הערליכע תוכנ'דיגע ארטיקלען צום הייליגן יו"ט שבועות.
באזונדער האבן מיר צוגעלייגט א רייע פרישע גאר רייכע און תוכנ'דיגע קאלומס וועלכע וועלן בע"ה ערשיינען אויף א וועכנטליכע פארנעם אין "שטיבל".
פאלגענד זענען די יו"ט ארטיקלען אינעם פארגרעסערטן יו"ט ביכל:
הדר קבלוה 10 יאר נאך דער היסטארישער מעמד "כינוס כלל ישראל" זעצט זיך "שטיבל" אראפ מיט די סאמע גרעסטע עסקנים וואס זענען געשטאנען אונטער די קוליסן פון כלל ישראל'ס גרעסטע כינוס על אדמת אמעריקע | הרב ישראל משה דירענפעלד, הרב נחמי' גאטליעב, הרב חיים מאיר מארקאוויטש, ר' ארי פרענקל | אויסשליסליכע פראיעקט
*
גלח הייתי באמסטערדאם"פון א הויפט גלח אין אמסטערדאם ביז א משמש אין בית המדרש קהל חסידים אין אנטווערפן" | ר׳ מתתי' גרין ביי א באזוך אין שטוב פונעם גר צדק רבי אהרן מרדכי וואנדענבערג וועלכע טיילט מיט זיין 70 יעריגע שטורעמישע לעבנס שילדערונג
*
קבר דוד המלךא שפאציר ביי קבר דוד המלך מיט הרה״ג רבי יוסף בערגער שליט״א מישקאלצער רב פון עמנואל ומגדולי הרבנים ביים ציון דוד המלך
*
דערנאך ערשיינען די וואך 4 נייע קאלומס וועלכע וועלן בע"ה ערשיינען וועכנטליך צווישן די בלעטער פון "שטיבל".אני הגבר: אידן עפענען זייערע הערצער און דערציילן אפן זייערע איבערלעבענישן און דורכגענג דורכאויס די יארן, און אזוי אויך געשיכטעס וואס האלטן נאך אינמיטן פאסירן.
באטע: לאמיר זיך אראפזעצן צום באטע... שטיבל'ס "נגינה" קאלום, אלעס ארום דער ברייטע פעלד פון נגינה און חסידות, וועלכע וועט געבן פאר די ליינער א רייכע און היסטארישע אריינבליק אין דער ברייטער וועלט פון חסידישע נגינה.
גראמעריש: וועט פאר אייך עפענען די טויערן אריין צו א קאלירפולע ווערט וואס הייסט "גראמען", א ברייטע אריינבליק אין די היסטאריע פון גראמען, ווען איז גראמען גענוצט געווארן דורכאויס היסטאריע, און ווען האט מען עס אנגעהויבן צו נוצן אין חסיד'ישע חצירות. ווי אזוי ווערט א גראם געמאכט? וואס איז דער קונץ פון א גראם? און פארוואס נעמט דאס אזוי איבער מענטשן?
קולמוס על הפולמוס: אינטערעסאנטע תורה'דיגע אפהאנדלונגען איבער היסטארישע מערכות, פולמוס'ן און שערוריות וועלכע זענען פארגעקומען דורכאויס אונזער רייכע אידישע היסטאריע.