אויפגעהערט קויפן וועגן העכערע פרייז אנקעטע
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
אויפגעהערט קויפן וועגן העכערע פרייז אנקעטע
כמעט אלע אידישע מעגעזינען זענען ארויף מיט א דאלער
געשריבן דורך: נעכטן
Re: אויפגעהערט קויפן וועגן העכערע פרייז אנקעטע
לדעתי זענען די מאגאזינען א חלק פון די עונג שבת פון די משפחה מיט די קינדער ממילא פאלט עס אריין אונטער הוצאת שבת ויום טוב וואס די גמרא און ביצה זאגט...
- מיט א פרישקייט
- שר האלף
- תגובות: 1570
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2019 12:00 pm
- לאקאציע: פריש'ידער
Re: אויפגעהערט קויפן וועגן העכערע פרייז אנקעטע
א מו"ל פון א אויסגאבע האט שוין א לאנגע צייט צוריק געוויינט צו מיר אז די פרייזן פון פאפיר זענען זייער טייער.
קלוגע מענטשן רעדן וועגן געדאנקען; דורכשניטליכע מענטשן רעדן וועגן געשעענישן; נארישע מענטשן רעדן וועגן מענטשן.
- יצחק אייזיק
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9998
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm
Re: אויפגעהערט קויפן וועגן העכערע פרייז אנקעטע
מיט א פרישקייט האט געשריבן:א מו"ל פון א אויסגאבע האט שוין א לאנגע צייט צוריק געוויינט צו מיר אז די פרייזן פון פאפיר זענען זייער טייער.
קען מען שניידן אפאר עדס וועט נישט זיין אזויפיל טייערע פאפיר.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
- ר' דן
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 10084
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 30, 2021 1:34 pm
- לאקאציע: אימבאקאנט
Re: אויפגעהערט קויפן וועגן העכערע פרייז אנקעטע
יצחק אייזיק האט געשריבן:מיט א פרישקייט האט געשריבן:א מו"ל פון א אויסגאבע האט שוין א לאנגע צייט צוריק געוויינט צו מיר אז די פרייזן פון פאפיר זענען זייער טייער.
קען מען שניידן אפאר עדס וועט נישט זיין אזויפיל טייערע פאפיר.
Re: אויפגעהערט קויפן וועגן העכערע פרייז אנקעטע
יצחק אייזיק האט געשריבן:מיט א פרישקייט האט געשריבן:א מו"ל פון א אויסגאבע האט שוין א לאנגע צייט צוריק געוויינט צו מיר אז די פרייזן פון פאפיר זענען זייער טייער.
קען מען שניידן אפאר עדס וועט נישט זיין אזויפיל טייערע פאפיר.
אדער קען מען בעטן טייערער פאר די עדס....
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
Re: אויפגעהערט קויפן וועגן העכערע פרייז אנקעטע
ביי מיר איז ליינען וויכטיגער ווי קעיק אדער נאש לכבוד שבת, פונקט ווי זיי זענען ארויף מער ווי די אויסגאבעס קויף איך עס ווייטער לכבוד שבת פאר מיין ב״ב און קינדערלעך. דאס זעלבע וואלט איך געצאלט אפילו מער פאר אויסגאבעס אויב דאס גייט זיי מאכן בלייבן אין די ליין און מיר שאפו אן עונג שבת.
Re: אויפגעהערט קויפן וועגן העכערע פרייז אנקעטע
גוט מארגן! זיך דערמאנט.
איך האב שוין אויפגעהערט צו קויפן ביי די פארגאנגענע פרייז העכערונגען,
יעדע 1-2 יאר איז דא א העכערונג, יעדעס מאל ביי אנדערע אויסגאבעס
איך האב שוין אויפגעהערט צו קויפן ביי די פארגאנגענע פרייז העכערונגען,
יעדע 1-2 יאר איז דא א העכערונג, יעדעס מאל ביי אנדערע אויסגאבעס
Re: אויפגעהערט קויפן וועגן העכערע פרייז אנקעטע
געשטימט ניין. איך קויף כמעט וועכנטליך די וואך, בליק און מאמענט און כאניש קיינאנונג וויפול קיין איינס פון די קאסטן.
אויב איז עס עפעס וואס דו האסט נוצן דערפון און עס ברענגט דיר עפעס דאן ענדשוי עס און הער אויף זיך ערגערן וויפול עס קאסט. משא״כ אויב איז עס עפעס וואס דו קויפסט ווייל אבי, דאן ביסטו סייווי עובר בעל תשחית יעדע מאל וואס דו קויפסט עס…
והיינו טעמא ד׳גראסערי, געז, ועוד. כ׳האב נישט קיינאנונג וויפול א באטל מילך קאסט. איך בין נישט קיין מיליאנער אבער איך האלט אז עפעס וואס א מענטש דארף פאר זיינע רוחנית׳דיגע, גשמיות׳דיגע אדער נפשיות׳דיגע צרכים טאר ער זיך נישט אריינלייגן אין די צמצום פון וויפול עס קאסט.

אני הוא הנער, נער המדבר
- עומד מן הצד
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3393
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 2:18 pm
Re: אויפגעהערט קויפן וועגן העכערע פרייז אנקעטע
בניהו האט געשריבן:געשטימט ניין. איך קויף כמעט וועכנטליך די וואך, בליק און מאמענט און כאניש קיינאנונג וויפול קיין איינס פון די קאסטן.
אויב איז עס עפעס וואס דו האסט נוצן דערפון און עס ברענגט דיר עפעס דאן ענדשוי עס און הער אויף זיך ערגערן וויפול עס קאסט. משא״כ אויב איז עס עפעס וואס דו קויפסט ווייל אבי, דאן ביסטו סייווי עובר בעל תשחית יעדע מאל וואס דו קויפסט עס…
והיינו טעמא ד׳גראסערי, געז, ועוד. כ׳האב נישט קיינאנונג וויפול א באטל מילך קאסט. איך בין נישט קיין מיליאנער אבער איך האלט אז עפעס וואס א מענטש דארף פאר זיינע רוחנית׳דיגע, גשמיות׳דיגע אדער נפשיות׳דיגע צרכים טאר ער זיך נישט אריינלייגן אין די צמצום פון וויפול עס קאסט.
גוט געזאגט.
און נאכמער... געווענליך א גראסערי מאן וכדו', זיכט נישט סתם צו מאכן איבריג געלט אויף זיינע קליענטן, ער איז ארויף ווייל מ'איז איהם אויך ארויף... סתם זיך איינצוימען און סטראשענען די וועלט וועסטו סיי ווי אין ערגעץ נישט אנקומען, יעדער פארשטייט צו זיין בערזל ובכללם דער גראסערי מאן, קיינער איניש דא לשם מצוה....
- עומד מן הצד
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3393
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 2:18 pm
Re: אויפגעהערט קויפן וועגן העכערע פרייז אנקעטע
יצחק אייזיק האט געשריבן:מיט א פרישקייט האט געשריבן:א מו"ל פון א אויסגאבע האט שוין א לאנגע צייט צוריק געוויינט צו מיר אז די פרייזן פון פאפיר זענען זייער טייער.
קען מען שניידן אפאר עדס וועט נישט זיין אזויפיל טייערע פאפיר.
און אפשר זענען די עדס דאס וואס העלפט האלטן די פרייזן כאטש עטוואס נידריג?
כ'טראכט פשוט הויעך....
- צוויבל קוגעל
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 319
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 16, 2021 3:40 pm
Re: אויפגעהערט קויפן וועגן העכערע פרייז אנקעטע
כבין געווען אין גאז סטאנציע ערב שבת זאג מיר די גוי אז ער ווייסט נישט פארוואס אבער די אויסגאבעס זענען ארויף מיט א דאלער...
יעדער שמויגער פאר זיך טויג ער
Re: אויפגעהערט קויפן וועגן העכערע פרייז אנקעטע
צוויבל קוגעל האט געשריבן:כבין געווען אין גאז סטאנציע ערב שבת זאג מיר די גוי אז ער ווייסט נישט פארוואס אבער די אויסגאבעס זענען ארויף מיט א דאלער...
פארוואס ער איז ארויף מיט א דאלער ביים פאמפ ווייסט ער יא?
אני הוא הנער, נער המדבר
- צוויבל קוגעל
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 319
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 16, 2021 3:40 pm
Re: אויפגעהערט קויפן וועגן העכערע פרייז אנקעטע
גראדע נעם איך קיינמאל נישט קיין געז דארט ווייל אויף די זעלבע גאס איז דא נאך אפאר סטאנציעס וואס זענען אסאך ביליגער
יעדער שמויגער פאר זיך טויג ער
- יצחק אייזיק
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9998
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm
Re: אויפגעהערט קויפן וועגן העכערע פרייז אנקעטע
עומד מן הצד האט געשריבן:און נאכמער... געווענליך א גראסערי מאן וכדו', זיכט נישט סתם צו מאכן איבריג געלט אויף זיינע קליענטן, ער איז ארויף ווייל מ'איז איהם אויך ארויף... סתם זיך איינצוימען און סטראשענען די וועלט וועסטו סיי ווי אין ערגעץ נישט אנקומען, יעדער פארשטייט צו זיין בערזל ובכללם דער גראסערי מאן, קיינער איניש דא לשם מצוה....
פוןן דיין תגובה קוקט אויס אז איינער האט געהאט א הוה אמינא אז די גראסעריס זענען די וואס זענען ארויף... פון אלע פראדוקטן אין גראסערי פארדינען זיי די ווייניגסטע פון צייטונגען און מאגאזינס. ס'איז בעיקר א סערוויס פאר די קאסטומערס.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
- יצחק אייזיק
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9998
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm
Re: אויפגעהערט קויפן וועגן העכערע פרייז אנקעטע
עומד מן הצד האט געשריבן:יצחק אייזיק האט געשריבן:מיט א פרישקייט האט געשריבן:א מו"ל פון א אויסגאבע האט שוין א לאנגע צייט צוריק געוויינט צו מיר אז די פרייזן פון פאפיר זענען זייער טייער.
קען מען שניידן אפאר עדס וועט נישט זיין אזויפיל טייערע פאפיר.
און אפשר זענען די עדס דאס וואס העלפט האלטן די פרייזן כאטש עטוואס נידריג?
כ'טראכט פשוט הויעך....
נישט מסתבר. ווייל יו"ט ווען ס'איז דא מער עדס איז עס נאך טייערער ווי סתם א וואך. זעט מען בחוש אז די עדס מאכן אלעס גאר טייערער...
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
- עומד מן הצד
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3393
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 2:18 pm
Re: אויפגעהערט קויפן וועגן העכערע פרייז אנקעטע
יצחק אייזיק האט געשריבן:עומד מן הצד האט געשריבן:און נאכמער... געווענליך א גראסערי מאן וכדו', זיכט נישט סתם צו מאכן איבריג געלט אויף זיינע קליענטן, ער איז ארויף ווייל מ'איז איהם אויך ארויף... סתם זיך איינצוימען און סטראשענען די וועלט וועסטו סיי ווי אין ערגעץ נישט אנקומען, יעדער פארשטייט צו זיין בערזל ובכללם דער גראסערי מאן, קיינער איניש דא לשם מצוה....
פוןן דיין תגובה קוקט אויס אז איינער האט געהאט א הוה אמינא אז די גראסעריס זענען די וואס זענען ארויף... פון אלע פראדוקטן אין גראסערי פארדינען זיי די ווייניגסטע פון צייטונגען און מאגאזינס. ס'איז בעיקר א סערוויס פאר די קאסטומערס.
מיין פוינט איז געווען, אז ווען איינער האט נאמנות אין זיין גראסערי מאן, באדערט איהם נישט אזוי די העכערונג, ווייל ער ווייסט אז דאס איז דער מצב העולם, און מ'דארף מיטגיין דערמיט... נישט דער גראסערי מאן, און נישט דער סופלייער קענען עפעס טוען דערצו.
און לגבי צייטונגען און מאגאזינען ביסטו גערעכט, אבער כ'כאפ נישט וואס ס'קומט אריין דא.. עניוועי..
- עומד מן הצד
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3393
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 2:18 pm
Re: אויפגעהערט קויפן וועגן העכערע פרייז אנקעטע
יצחק אייזיק האט געשריבן:עומד מן הצד האט געשריבן:יצחק אייזיק האט געשריבן:מיט א פרישקייט האט געשריבן:א מו"ל פון א אויסגאבע האט שוין א לאנגע צייט צוריק געוויינט צו מיר אז די פרייזן פון פאפיר זענען זייער טייער.
קען מען שניידן אפאר עדס וועט נישט זיין אזויפיל טייערע פאפיר.
און אפשר זענען די עדס דאס וואס העלפט האלטן די פרייזן כאטש עטוואס נידריג?
כ'טראכט פשוט הויעך....
נישט מסתבר. ווייל יו"ט ווען ס'איז דא מער עדס איז עס נאך טייערער ווי סתם א וואך. זעט מען בחוש אז די עדס מאכן אלעס גאר טייערער...
זעהט אויס די פארגעסט אז יו''ט שטעלט ער אויך צו דריי מאל אזוי סאך חומר... וואס דאס שלעפט אריין אין דריי מאל די הוצאות..
Re: אויפגעהערט קויפן וועגן העכערע פרייז אנקעטע
ווער איז יעצט ארויף, ניטאמאל באמערקט אז איינער איז ארויף,
אז איך בין א גלות יוד, מיינט נאכנישט אז איך דארף שטימען דעמעקראט,
(קרעדיט: יוסי געשטעטנער)
(קרעדיט: יוסי געשטעטנער)
Re: אויפגעהערט קויפן וועגן העכערע פרייז אנקעטע
ראסיל האט געשריבן:לדעתי זענען די מאגאזינען א חלק פון די עונג שבת פון די משפחה מיט די קינדער ממילא פאלט עס אריין אונטער הוצאת שבת ויום טוב וואס די גמרא און ביצה זאגט...
גערעדט מיט א דעת תורה, הוצאת שבת איז נאר א זאך וואס מניצט שבת און זונטאג איז עס נישט דא, א זאך וואס מען קויפט ערב שבת און מען האט הנאה דערפון א גאנצע וואך הייסט נישט הוצאת שבת
Section 8 Secrets: Get housing assistance faster https://amzn.to/3TaIg5B
You can find jobs at www.macherusa.com/all www.jobsgemach.com
As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases
You can find jobs at www.macherusa.com/all www.jobsgemach.com
As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases
Re: אויפגעהערט קויפן וועגן העכערע פרייז אנקעטע
מיט א פרישקייט האט געשריבן:א מו"ל פון א אויסגאבע האט שוין א לאנגע צייט צוריק געוויינט צו מיר אז די פרייזן פון פאפיר זענען זייער טייער.
אמת, די פרייזן פון פאפיר איז גאר שטארק ארויף, אפילו מו"ל פון ספרים מוטשענען זיך פאר די קומענדיגע סעזאן,
סאיז א גוטע סימן, ווי חז"ל זאגן "בעקבות משיחא... ויוקר יאמיר ... "
אבער הונדערט האלט זיך דערווייל זייער שטארק צו די אלטע ביליגע פרייזן
לאמיר האפן אז עס וועט בלייבן אזוי בעזרת השם
אנצוקומען צום שלימות איז שווער, אבער מען ציהלט 100% שלימות בעזרת השם
- יצחק אייזיק
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9998
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm
Re: אויפגעהערט קויפן וועגן העכערע פרייז אנקעטע
עומד מן הצד האט געשריבן:און לגבי צייטונגען און מאגאזינען ביסטו גערעכט, אבער כ'כאפ נישט וואס ס'קומט אריין דא.. עניוועי..
עצה טובה, נישט נאר יעצט נאר אייביג, אנצוהייבן ליינען אן אשכול פון אנהייב, און אויך ליינען די ערשטע תגובה פונעם פותח האשכול.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
Re: אויפגעהערט קויפן וועגן העכערע פרייז אנקעטע
הרב_שלום האט געשריבן:ראסיל האט געשריבן:לדעתי זענען די מאגאזינען א חלק פון די עונג שבת פון די משפחה מיט די קינדער ממילא פאלט עס אריין אונטער הוצאת שבת ויום טוב וואס די גמרא און ביצה זאגט...
גערעדט מיט א דעת תורה, הוצאת שבת איז נאר א זאך וואס מניצט שבת און זונטאג איז עס נישט דא, א זאך וואס מען קויפט ערב שבת און מען האט הנאה דערפון א גאנצע וואך הייסט נישט הוצאת שבת
זייער א אינטערעסאנטע הגדרה, הייסט אז בלומען וואס מקויפט לכבוד שבת איז נישט בכלל זה, ווייל סשטארבט נישט מוצאי שבת,
אפשר זאגט איר בשם וועם
אז איך בין א גלות יוד, מיינט נאכנישט אז איך דארף שטימען דעמעקראט,
(קרעדיט: יוסי געשטעטנער)
(קרעדיט: יוסי געשטעטנער)
- יצחק אייזיק
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9998
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm
Re: אויפגעהערט קויפן וועגן העכערע פרייז אנקעטע
הרב_שלום האט געשריבן:ראסיל האט געשריבן:לדעתי זענען די מאגאזינען א חלק פון די עונג שבת פון די משפחה מיט די קינדער ממילא פאלט עס אריין אונטער הוצאת שבת ויום טוב וואס די גמרא און ביצה זאגט...
גערעדט מיט א דעת תורה, הוצאת שבת איז נאר א זאך וואס מניצט שבת און זונטאג איז עס נישט דא, א זאך וואס מען קויפט ערב שבת און מען האט הנאה דערפון א גאנצע וואך הייסט נישט הוצאת שבת
אויך אויף א זאך וואס מ'וואלט נישט געקויפט ווען נישט שבת? פון די גמ' איז משמע אנדערש.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
- מאטיסאווצער
- שר חמישים
- תגובות: 82
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 30, 2019 11:32 am
Re: אויפגעהערט קויפן וועגן העכערע פרייז אנקעטע
הונדערט האט געשריבן:מיט א פרישקייט האט געשריבן:א מו"ל פון א אויסגאבע האט שוין א לאנגע צייט צוריק געוויינט צו מיר אז די פרייזן פון פאפיר זענען זייער טייער.
אמת, די פרייזן פון פאפיר איז גאר שטארק ארויף, אפילו מו"ל פון ספרים מוטשענען זיך פאר די קומענדיגע סעזאן,
סאיז א גוטע סימן, ווי חז"ל זאגן "בעקבות משיחא... ויוקר יאמיר ... "
אבער הונדערט האלט זיך דערווייל זייער שטארק צו די אלטע ביליגע פרייזן
לאמיר האפן אז עס וועט בלייבן אזוי בעזרת השם
הונדערט האט דאך פאר עטליכע וואכן געדרוקט אויף די ביליגסטע פאפיר אויפן מארקעט.